יום רביעי, מאי 02, 2018

וְתיִנוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

Fundraising with GoGetFunding

מיר פריייען זיך צו מעלדן דעם עולם אַז דער קאַמפּיין צאַמצושטעלן געלט פאַר דעם קונטרס האָט זיך אָנגעהויבן אין ערנסט. אַז איר האָט דאָ הנאה געהאַט במשך די יאָרן פאַר אומזיסט בעט איך אייך יעצט איין מאָל צו העלפן אַרוסצוגעבן דאָס קונטרסל פאַר דער טובה און עתיד פון חסידישע קינדער.

אַ דאַנק!

יום ראשון, ינואר 01, 2017

האיש יקדש

נאָך יאָרן פון שרייבן, דענקן, קרענקן, האָט עס ענדלעך פּאַסירט. דער בחור וועט אי"ה מקדש זיין בשעה טובה ומוצלחת און אין אַ מזלדיקע שעה וועט מען שטעלן חופה פאַר אים און זיין בת זוג וואָס מען האָט אים באַשערט זייט פערציק טעג איידער ער איז באַשאַפן געוואָרן. וועט איר מיר פרעגן, און אַז דאָס קינד איז נאָך נישט באַשאַפן ווי איז שייך עס משדך צו זיין? וועל איך אייך ענטפערן אַז איר קענט נישט אנזערע שדכנים.

ומעשה שהיה כך היה.

אַז איר האַלט מיט מיין סעריע פון האיש מקדש וועט איר שוין וויסן אַז ילד יולד לנו, גאָט מיט זיין גרויס גענאָד האָט אונז געשאָנקן אַ זון, מען האָט אים געייִדישט, ויגדל הילד ויגמל און מען האָט אים געשוירן, געפירט אין חדר, דערנאָך בר־מצווה געמאַכט, געשיקט אין ישיבה אַריין, און אַז גאָט צו דאַנקן ער איז אָנגעקומען צו די יאָרן האָט דער עולם זיך גענומען ווינטשן, שדכנים האָבן גערופן, מיר האָבן אָנגעויבן צו 'הערן' (אָדער אויף ענגליש, ליסענינג), מען האָט אָנגעטראָגן 'זאַכן', פון זיי האָבן אַפּאָר אונז נישט געוואָלט אן ביי אַנדערע האָבן זיי נישט געוואָלט, מען האָט נאָך אָנגעטראָגן, ער איז מיט איר אַרויסגעגאַנגן איין מאָל, און נאָכאַמאָל, און ווידער אַמאָל און אַלץ שפּעטער אַהיים געקומען, ער האָט שוין נישט אַלעס איבערדערציילט, ער האָט ארומשפּאַצירט אין דער היים אָן צו רעדן און בלויז זיך ציען דאָס בערדל, און אין אַ שיינעם טאָג, אָדער בעסער געזאָגט, אָווענט, האָט מען געבראָכן טעלער, דער עולם האָט אויסגערופן מזל טוב און מיר זענען געוואָרן אַ מחותן.

וואָס זאָל איך אייך זאָגן? דאָס מחותנשאַפט איז אינגאַנצן עפּעס אַנדערש. שבת גריסט מען אייך, גוט שבת ר' מחותן! ייִדן קומען צו אייך צו אַז מהיום והלאה איז מען שוין אַריבער צום צווייטן זייט. כלומר ווי דער וועלט איז צוטיילט אויף צווייען: די וואָס האָבן נאָך נישט חתונה געמאַכט און די וואָס יאָ. כאָטש זיי זאָגן נישט בפירוש קלער איך אַז זיי מיינען אַז דאָ ענדיקט זיך דער שטראָז פון דער טראַכט און עס הייבט זיך אָן דער שאָסיי פונעם קבר. "ברוך הבא" זאָגן ייִדן מיט גרויע בערד וואָס שפּראָצן אויף זייערע אוירן און אין דער נאָז.

מיינט אָבער נישט אַז מען איז אַהער לייכט אָנגעקומען. עס איז שווער צופיל צו דערציילן אָן אַריינצוקריכן אין מיין זונס אהבה רבה אָדער זיך צו פאַרפּלאָנטערן מיטן מחותן זאָל זיין געזונט. אין אמתן האָט איך גאָרנישט אַזויפיל צו דערציילן ווייל נאָך איין צוויי מאָל האָט דער זון שוין נישט איבערדערציילט. עראָס האָט געשאָסן זיינע פיילן, די האַרצן האָבן אָנגעהויבן צו קלעבן און צו אונז האָט זיך זיין מויל געגעבן אַ פאַרקלעם. פּראָסט אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דעם על כן יעזוב. מיר די עלטערן זיצן אויף שפּילקעס צי מה' יצא הדבר און צי די בת־קול האָט טאַקע זיי געמיינט און זיי זיצן זיך אין אַ באַר און פאַרבערנגן שעות אויף שעות און ער קומט דערנאָך אַהיים אַז "ער ווייסט נישט". נאָר ער דאַרף נאָך און נאָך און נאָך.

איז לאָמיר איבערלאָזן דעם בחור און דער בתולה צו זייערס. אַז זיי ווילן באַשרייבן זייערע חולת אהבה, געזונטערהייט, אָבער דאָס איז נישט פאַר אונז. גלייבט מיר נאָר אַזויפיל אַז המקרא הזה אומר דרשוני. זייט אליעזר עבד אברהם האָט געמאַכט קניען די קעמלען ביי דער קאָרעטע חזרט מען כסדר איבער פרשת שידוכים און בלויז דאָרט זאָגט רש"י יפה שיחתן של עבדי אבות. די אבות אַליין רעדן פון ייחוס און געלט און אַ דאַך איבערן קאָפּ און ווען און וווּ מען וועט שטעלן חופה און ווער וועט מסדר קידושין זיין און וועם זאָל מען געבן ברכה אחריתא.

אָבער די עבדי אבות זיי רעדן צו דער זאַך. זיי דערציילן פון דער ערשטער טעלעפאָן פון דעם שדכן ביז מען איז געלאָפן צום שכן באַרגן אַ וויסקי ווייל דער לחיים איז אויסגעלאָפן ביים שלום זכר מיט צוויי וואָכן פריער און דאָ וואַרטן צען פעטערס און מען וויל שוין 'שליסן' ולרש אין כל בלויז אַן איי קאָניאַק צי אַ בנאַנאַ ליקער ואָס צוברעקלט זיך ווען מען דרייט אויף דאָס דעקל וואָס מען האָט נישט געעפנט זייט דער אָפּשערן, טאַקע פון דעם חתן דינן, ווען דער זיידע וואָס קען נישט טרונקן האָט געבעטן מען זאָל אים אַריינגיסן אַביסל 'פון דער געלע' 'אויף יוצא צו זיין'. די עבדי אבות זיי רעדן אויך פון די באַשויען, ווי לאַנג זיי האָבן געדויערט, און וואָס זיי האָבן געשמועסט.

איך זאָג 'זיי' כאילו בעל כרחך איז געווען מער ווי איין באַשוי, און מיר ווייסן אַלע אַז מען קען מיט איין באַשוי אויך, כאָטש מיר נייטן חלילה נישט די קינדער און טאָמער ווילן זיי דווקא נאָך איין מאָל איז אין מוחין בידם. נאָר וואָס דען, דבר הכתוב בהווה און בדרך כלל ביי היימישע ייִדן נאָך דער ערשטער באַשוי טרעפט מען זיך נאָכאַמאָל אויף פעסט צו שטעלן אַז די פּאָר געציילטע ספיקות זענען נישט מער ווי איינרעדענישן ווי די מאַמע האָט געזאָגט און אַלע גיין עס דורך און כּל זמן דער שמועס איז געפאָרן איז אַ ראיה אַז מאת ה' היתה זאת.

ממילא פון דער צווייטער באַשוי ביז צום לחיים קען זיין דער לענג פון אַן אשרי ובא לציון אָן למנצח. דאָס הייסט קוים זענען זיי אַריין אינעם צימער מיט דער טיר אָפן אַ שפּאַרע מחמת ייחוד, הייבן שוין אָן די טעלעפאָנען מיט אנעים זמירות און מען זאָגט פאַר יעדן 'נאָך נישט' און פאַר דעם בחור זאָגן מען ער קען נאָך רעדן צוויי מינוט ווי מען זאָגט פאַר אַ בר־מצווה בחור ער קען זאָגן נאָך צוויי אַ האַלב ווערטר פון זיין פּשעטל איידער מען זינגט אים נאָכאַמאָל אַריין און מען זעצט אים אַוועק. און דערנאָך שטוינט מען אַז יעדער ווייסט שוין אַזוי שנעל און בדיעבד נעמט מען אָפּ די מזל טובס און מען האַקט אַריין דאָס פּאָר פאָלקל אַז דער לחיים שטייט שוין גרייט.

מיר זענען פאַרפאָרן ווייל אונז האָלטן מיר נאָך ווען דער שדכן האָט גערופן. אייגנטלעך איז עס געווען אַ שדכנטע, און דאָ בין איך אויך עפעס געווויר געוואָרן. אַז ביי די שטאַרקע חסידים זענען בדרך כלל די שדכנים מענער משא"כ ביי ווייניקער חסידישער און אַזוי גערופענע "מאָדערנע" איז עס בעיקר פרויען. פרעגט מיר נישט פאַרוואָס און דער כלל האָט גענוג יוצא מן הכללס אָבער כן נראה לי. ביי חסידים ברענגט מען אויך בעיקר דעם שידוך צום פאָטער. איך קען אייך נישט זאָגן צי ביי נישט חסידישע ברענגט מען די שידוכים צו דער מוטער אָבער אַזוי איז געווען ביי מיר. איך האָב איבערגעלאָזט דער גאַנצער מסכת קידושין צו מיין אשת חיל. זי האָט געפרעגט אויסקומף, חוקר געווען מה טובן, געפרעגט שאלות און געזוכט תשובות און בלויז ווען עס איז געקומען צו די דיני ממונות האָט מען מיר געברענגט צום טיש - כמעט צו מאַכן אַ חורבן פון אַלעס.

ווען מען פרעגט אויסקומף קומען די תשובות אויף אַלע אופנים. אויף איינעם האָט מען אונז געזאָגט אַז די עלטערן זענען צובראַקעוועט און עס איז דאָ אַ קלאַנג אַז אַזוי ווי זיי מאַכן חתונה וועלן זיי זיך צוטיילן, אויף נאָך איינער אַז דער פאָטער האַלט שוין ביים צווייטן, די איז אַ מיאוסע, די, זאָגט מען אונז, איז שווער געברוסטעט, די איז באמת אַ געשיקטע נאָר אירע קליידער זענען פון די פיר אינטש קאַטעגאָריע, כלומר צו פרום. די איז פון אויסלאַנד און מיר ווילן לכתחילה פון דאָ הי. די שדכנטע לאָזט זיך אָבער נישט און איז מסביר אַז טאָמער איז די אַנדערע צד אין דער ווייטענס מוז מען פאַר יו"ט זיך נישט דינגן מיט די מחותנים און דאָס פּאָר פאָלק צווישן זיך צו וועם זיי זאָלן גיין אויף יו"ט. האָט איר אַ שדכנטע.

אויף איין מדוברת האָבן מיר נישט געהאַט וועם צו פרעגן נאָר אַ פּלעמעניצן וואָס קען אַ חברטע און נקוט כללא בידך אַז אויף אויסקומף רופט מען נישט אַ פרעמדע. מען מוז געטרויען דעם וואָס מען פרעגט אַז זיי זאָלן ענטפערן דברים כהוייתן און נישט זאָגן גוטס ווייל זיי מיינען 'אייער טובה' אָדער ווייל זיי ווילן נישט 'קאַליע מאַכן'. אפילו אַזוי איז מען נישט פאַרזיכערט ווייל עס זענען פאַרהאַן די מצווה ייִדן און ייִדענעס וואָס האַלטן עס איז אַ 'גוטער זאַך' און מען דאַרף עס 'שטיפּן', אָדער סתם קליינע מבינים אויף כאַראַקטער און ביי זיי איז כולם אהובים כולם גבורים, יעדער איז פיין און ווויל און זיי ווילן נאָר זאָגן גוטס אויף אַ ייִדן. די ערגסטע פון אַלע זענען די גוטע ייִדן וואָס ביים ערשטן טעלעפאָן מעלקן זיי פון אייך אויס דאָס זאַפטיקע און דערנאָך זענען זיי אַזוי פאַרנומען אַז אפילו פינף איבעריקע מינוטן אין צוויי וואָכן פאַרמאָגן זיי נישט.

נו, אַז די שדכנטע האָט גערופן עפעס פריש אָנצוטראָגן נתמלא הבית כולו אורה. און אַז מיין פרוי האָט געהערט במה דברים אמורים איז עס איר געפאָלן. זי קען די פאַמיליע און זענען בעל־הביתשע מענטשן, נישט איבערגטעריבן נאָר באַשיידן אָבער דאָך מיט טעם. און איצט דאַרף מען הערן אויפן סחורה. שטעלט זיך אויס אַ פיין מיידל. האָט מען זיך געטראָפן און געטראָפן און איך האָב אָנגערייצט מיין זון ער זאָל איר בעטן איר צעל און אַזוי אַרום קען ער פטור ווערן די שדכנטע און פירן די זאַך אַליין אָבער סיי מיין פרוי און סיי מיין זון זענען צו דעם נישט גרייט.

און דאָ, מיינע פריינט, קום איך אַריין. אני הקטן, מעגט איר וויסן, איז נישט שטאַרק באַהאַווענט אין אהבה רבה. כלומר אַזוי: אנכי בדרך נחני ה'. אַז איך בין אַלט געוואָרן אַכצן יאָר האָט מען מיר גערעדט אַפּאָר שידוכים, מיט איינעם האָב איך מיך געטראָפן אין איין שיינעם אָווענט נאָך האָבן געטראָפן אירע עלטערן און מיינע עלטערן איר. מיט צוויי טעג שפעטער האָב איך איר ווידער געטראָפן אויף אַ פרייטיק אינדערפרי אויף בערך אַ שעה על מנת אַז טאָמער געפעלן מיר זיך וועט מען מאַכן דער לחיים נאָך פאַר שבת.

וכך הוה. שוואָגערס און פעטערס און באַבעס און זיידעס זענען זיך צאַמגעקומען, מען האָט אָנגפילט די שטאָמפּיקלעך מיט וויסקי און ליקערן און זיך געווינטשן מזל טוב און אין די ערב שבתדיקע מרחצאות האָט מען זיך דערציילט פון דער לייטעסט שידוך. אַ האַלב יאָר שפּעטער נאָך זען מיין כלה בגניבה בלויז אויפן תנאים בילד וואָס איך האָב אין ישיבה באַהאַלטן אונטער מיינע וועש האָט מען געשטעלט חופה. פאַרשטייט זיך די פאַרטיידיקע וועלן זאָגן אַז חלילה מען נייט קיינעם נישט, אַראַנזירטע שידוכים זענען נישט געצווינגענע, מיר מאַכן נישט חתונה יונגע מיידלעך צו גראָבע בייכלעך אין די פערציקע יאָרן, מען פרעגט אָן ביים בחור ובתולה צי זיי ווילן און סך הכל געט מען זיי אַ קליינער שטיפּ ווייל פאָרט איז קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף.

איך בין אָבער נישט אויסן זיך מיט זיי צו דינגן. איך מיט מיין פרוי זענען נאָך צוזאַמען און איך רעד מיך נישט אָפּ נאָר פאַרפעלט האָב איך. ווען איך בין ענדלעך אָנגעקומען צום פרק פון חולת אהבה האָב איך שוין געהאַלטן נאָך חופה וקידושין. צו דודי בין הבנות האָב איך נישט זוכה געווען ווייל איך האָב פון אַנדערע בנות גאָרנישט געוויסט. מיינס האָט מען מיר געוויזן, איך האָב געזאָגט יאָ און מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער איר אָנגעטון אַ קידושין רינגל. ווען עס איז אָבער געקומען צו מיין זונס שידוך מצא לו בעל חוב מקום לגבות את חובו.

אים וועט קיינער נישט שטיפּן, נישט איינטיילן, נישט צואיילן, נישט אָנווייזן כזה ראה וקדש. זאָל ער איר טרעפן אויף האַלבע נעכט און גאַנצע טעג. זאָלן זיי זיך דורכשמועסן ביים ערשטן מאָל זיך טרעפן מער ווי אַנדערע פּאָר פאָלקן יאָגן אָן איידער זייערע ערשטער באַהעפטונג, זאָל עראָס אים לעכערן דאָס האַרץ און זאָל זי נאָך אים לעכצן. זאָלן זיי זיך צושמעטערן די הערצער אויף קרישלעך אָבער ידיד נפש זאָל ער אָפּלערנען מיט אַלע פירושים.

איך דער קליינער מבין האָב מסית ומדיח געווען. אַז מיין פרוי האָט געוואָלט אַסאַך אויסקומף האָב איך געזאָגט, זאָלן זיי אַרויסגיין. איך האָב אים נאָכאַמאָל און ווידעראַמאָל געזאָגט קום נישט אַהיים אָן איר צעל נומער און נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל איז ער אַהיים געקומען מיט ליידיקע הענט. מיין פרוי איז נישט געווען זיכער, מיין זון האָט מציע געווען אָנפרעגן דער שדכנטע, זיי האָבן פון מיר געשפּעט פון וווּ איך בין מיטאַמאָל געוואָן דער גרויסער מבין אויף ליבע אָבער איך האָב מיך געהאַלטן ביי מיינס. אַז מען פרעגט נישט באַקומט מען נישט, האָב איך אים געראָטן.

וזה חלקי מכל עמלי, דער אַנשטאָטיקע נחת וואָס איך האָב דורך אים געשעפּט און די קרענקן פון ליבע וואָס איך האָב מיטגעלעבט ע"י שליח. זיי זענען זיך נישט געווען פרעמד, זיי האָבן זיך אַליין דורך גערעדט זייערע ספיקות, זיי האָבן זיך געזען און גערעדט און פאַרבערנגט און געלאַכט און געוויינט זיי צווישן זיך אַליין. די נומער טעלעפאָנען האָבן זיי זיך אויך סוף סוף איינגעטוישט און זיך געואָטסאַפּט אין אַלע שעות. איך האָב מיך נישט געפרייט צו זען ווי ער קרענקט אָבער איך האָב עס באַטראַכט ווי יסורין של אהבה. אַז איך מוז מודה זיין על האמת האָב איך געשפּירט אַ נקמה אויף וואָס מען האָט פון מיר אָפּגעהאַלטן. אָבער מער ווי דעם האָט מיין האַרץ געקוועלט צו זען ווי פון אַ אפשר ווערט אַ זיכער און פון זיין גאַנץ פרעמד איז געוואָרן צו גלייכן און דערנאָך צו ליבן.

און צום סוף איז ער נישט אַ חתן געוואָרן ביי אַ שבתדיקן עס טיש מיט גלאַנצן פון זילבער און קלאַנגן פון בעכערלעך נאָר אויף איין קני מיט אַ בוקעט פון בלומען. מען האָט נישט געשלאָסן מיט אַ מזל טוב און הענט שאָקלערייען איבער אַ לחיים מיט די זקני המשפחה נאָר אין אַ פּאַרק אונטער אַ זוניקע בלויע הימל צווישן פיר אויגן. און אונז האָט מען מודיע געווען מיט אַ פשוטער מעסעדז, "שי סעד יעס!" ממש ווי אין דער נוסח התנאים, "ובשאילת פיה ואמרה הן".

רבותי, דאָס הייסט ייִדיש נחת!

יום ראשון, נובמבר 29, 2015

האיש מקדש ז’ (ב)

האָב איך דאָך געזאָגט אַז מיר גיין בלויז אַביסל אַראָפּ אויף דער זייט און איצט איז טאַקע צייט צוריק אַרויפגיין אויפן שאָסיי פון דרכיה דרכי נועם און וווּ עס האַלט ביי אונז. מען האָט אונז געקלינגן נישקשהדיק. איין מאָל ביי די אַכצן, נאָך אַמאָל מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער און ביים דריטן מאָל איז עס געווען ווייל דער שדכן האָט נישט א גוטן דרוק געטאָן. מען איז צו מיר צוגעקומען אַפּאָר מאָל אין בית המדרש, מיין פרוי האָט מען אויך געפרעגט, אָבער די שדכנים זענען ווי מעקלער און אַז מע זאָגט אַז מען איז נישט אינטערסירט ווייזן זיי נישט זייערע סחורה. די שוועגערן האָט געזאָגט אַז מען דאַרף זיך נישט וואַרפן און מען זאָל יאָ פרעגן ווער אָבער וואָס זאָל איך טון אַז עס האָט מיך נישט אינטערסירט. ווען איך גיי איינקויפן אַן אתרוג איז עס ביי מיר דער זעלבער. אַנדערע דאַרפן זען דער שענסטער און דער בעסטער און וויסן ווער האָט געקופט וואָס מה שאין כן איך זוך מיך אַ מענטשלעכער גידול, איך קוק עס שנעל איבער, באַצאָל און פטור אַן עסק.

איך ווייס שוין אַז מיינע מקטרגים וועלן זאָגן אַז איך שפּעט נאָר ווייל עס געלונגט מיר נישט. איז לאָמיך טאַקע מקדים זיין רפואה למכה און זאָגן הויך און קלאָר אַז זיי זענען כשר גערעכט. איך ווייס שוין פון לאַנג אַז מיט אונזערע מקטרגים קען מען נישט געווינען. טוט מען אַ שידוך ביי דער זיבעצן אַ האַלב איז ער סתם אַ היפּאָקריט. דאָ לאַכט ער פון אונז אָבער ווען עס קומט צו זיינע אייגענע חברה האָט ער שוין גאַנץ גוט געכאַפּט. ווייטער אַז איר ווילט אַביסל וואַרטן איז עס, וואָס מיינסטו? ער חלשט ווי אונז אַלע אָבער ווער וויל אים דען האָבן? ביי די דרייסיקער יאָרן מיינט מען אַז דער וועלט איז הפקר און מען קען אַרומלויפן אין אַ באָמבער דזאַקעט. קומען אָבער די פערציקער יאָרן איז בן ארבעים לבינה און מען ווערט שנעל געווויער אַז על כל אלה יביאך אלקים במשפט. אָדער טוסט דו דיך אָן ווי אַ לייט און אַז נישט וועלן דיר די קינדער בלייבן אויפן פּאָליצע.

און אַז די קינדער ווערן מבן עשרים שנה ומעלה און עס ברענט אַלץ נישט ווערט עס, אַ גרויסער חכם איז ער געווען. ער וואָלט שוין געקענט מאַכן אַן אָפּשערן פאַר די אייניקלעך און דאָ זוכט ער נאָך נעבעך זיין גליק. און וואָס מיינסטו, פון זיין זייט אויס וואָלט ער שוין לאַנג חתונה געמאַכט נאָר אַז מען לאָזט די קינדער עלטער ווערן ווערן זיי שוין אליין אויך מבינים.

און אַז דאָס קינד ווערט נאָך עלטער איז עס, דו האָסט אַ מושג ווי ער האָט חרטה נאָר פשוט די גאווה לאָזט אים נישט מודה זיין. דו ווייסט ווי ער בעט זיך ביי שדכנים? ער מאַכט זיך אַזוי קול כאילו עס איז אַלעס מהיכי תיתידיק, אַז מען וועט אים ברענגן אַ שיינע זאַך וועט ער אַ טובה טון און צובייגן אַן אויער. אָבער למעשה אינערווייניק עסט ער זיך אויף. שבת איז ביי זיי לא עלינו תשעה באב מיט די אַלע חברה ארום דער טיש.

און ווען דאָס גייט אויך נישט איז שניידט מען אויס די עלטערן אינגאַנצן. אַ משוגענער אויפגעקלערטער אויפן חשבון פון זיינע קינדער נעבעך. גיי רעד מיטן בחור אַליין וועט ער דיר שוין זאָגן סאַראַ צרות מען טיילט אים אויס. זיי מיינען זיי זענען עפּעס גראַפן און פירשטן. פּישערס ווי אונז אַלע נאָר אין נאָז האָבן זיי עפּעס באַקומען פלוי.

ווי שלמה המלך האָט געזאָגט ואל תתחכם יותר, זיי נישט אַן אויבער חכם. דריי דיך נישט אויס ביי לא תבושי און קוק נישט אויפן ארון קודש ביי בואי בשלום, שטיי נישט ביי תחנון און זיץ נישט ביי נקדישך, ביי די הקפות טאַנץ, ביי די הושענות שמייס און ביי שידוכים ברעך. בני ישראל לא יעשו עוולה און ווען אַלע זאָלן זיין פאַרקרומט ווי דו כמה יאָסעלעך איכא בשוקא.

ואחרי ככלות הכל זיץ איך מיר דאָ איינער אַליין מיט אַ קלאַוויאַטור און אַ בחור צו די הענט און דאָס טאָר מען אויך נישט. ווי איך האָב אָנגעהויבן, איך גלייב נישט אַז איך וועל מער שרייבן אויך דעם נושא, נישט ווייל איך וויל עפּעס באַהאַלטן נאָר פשוט איך ווייס נישט צי עס וועט זיין פון וואָס צו שרייבן.

כלומר אַזוי. כל זמן מען איז צו מיר צוגעגאַנגן ווי אויפן חסידישן שטייגער האָט עס מיר געגעבן סחורה פאַרן פּענע. טעלעפאָנען, ציען ביים אַרבעל אין שיל, א קלאַפּ אויפן רוקן ביי אַ שמחה וכדומה. אָבער איצט אַז לויט ווי עס זעט אויס וועט ער אַרויסגיין מיט אַ מיידל נוסח דייטינג, און לויט ווי עס זעט אויס וועט עס אויך נישט זיין אין דער לאָבי פון א פינף שטערן האָטעל, און איך גלייב אויך נישט אַז נאָך צוויי און אַ האָלב מאָל וועט ער שוין מוזן געבן אַ תשובה ביז אינדערפרי און אַז נישט ווער ווייסט, און אַז ער וועט אַרויס גיין מיט מער ווי איינס איז נאָך בעסער וכל המרבה הרי זה משובח, איז וואָס האָב איך דען צו דערציילן? דער וועלט איז גרויס און אויף די עקסטאַזן און אַנטוישונגן פון ליבשאַפט זענען דאָ בעסערע שרייבער ווי איך איז וואָס דאַרפט איר פון מיר הערן אַ שיעור אויף כי יבעל בחור בתולה. איך האָב מיך געטראָפן מיט מיינס כמנהג אבותינו הקדושים און איך פאַרגין מיינע קינדער מיטן גאַנצן האַרץ אַז זיי זאָל זיך פאַרפּלאָנטערן אין דער פרשה פון נפשי חולת אהבתך. אדרבה זאָלן זיי מיך מוצא זיי און דער מסכת וואָס מיין זוגתי אין איך זענען עס איבערגעשפּרינגן ווי די יוצרות פאַר קדושה.

אויף דערווייל רופט מיין פרוי שדכניתטעס ווייל מיר קומט דעם גאַנצן ענין אָן שווער. און אויך דאָ ווער איך געווויער עפּעס פריש. עס זעט מיר אויס אַז ביי חסידים זענען די שדכנים על פי רוב מענער כאָטש עס זענען דאָ אַ פּאָר פרויען אויך, מה שאין כן ביי מער 'מאָדערנע' שידוכים זענען זיי על פּי רוב פרויען. ביי די חסידים איז עס בת פלוני לבן פלוני און ביי זיי איז עס מער פלוני לפלונית. דאָס מיינט אָבער נישט אַז זיי זענען מוסטער אין פאָרגעשריטנקייט. מיין זון דערציילט אַז די שדכנטע מיט וועם מיר האָבן געהאַנדלט האָט געפרעגט זיינס אַ חבר צי ער קוקט די ווי דיס...

אף על פי כן זעט מיר אויס אַז זיי דרייען נישט אויס די הענט ווי ביי חסידישע שדכנים. ווילסט נישט איז נישט און גיי דיר ווייטער מה שאין כן ביי די חסידים קען מען אייך אַראָפּלאָזן אַ מי שבירך, ווער מיינסטו דו ביסט, פאַרשעמסט אַ בחור צי אַ מיידל מיט זאָגן ניין, היתכן מען מאַכט משוגע די עלטערן און זיידעס, גיין אויף אַ באַשוי און נישט אויספירן אַ שידוך איז לכשעצמו אַ דורכפאַל און אַז דו וועלסט דיך וועט מען דיר גאָרנישט אָנטראָגן.

ממילא האַלט מען דאָרט וווּ מען האַלט. אַז עפּעס וועט אונטערקומען בקרוב און עס וועט ווערן הרי טוב און אַז נישט וועט מען אַביסל וואַרטן. בעתה אחישנה, זכו בעתה לא זכו אחשנה.

נאָר אַז דער בחור קען שוין באַשטיין און מיין פרוי איז עטוואָס באַזאָרגט בין איך דאָך נישט אַ שטיין. איז כל זמן זי מאַכט די טעלעפאָנען איז עס צו פאַרדייען. דער זיידע פרעגט שוין, אפשר איז צייט, די באַבע זאָגט ער זאָל גיין שבת צו אַ קידוש אַז דער שטאָט זאָל אים זען, די שוועסטער פרעגט צי ער וועט גיין אַ שטריימל, די שדכנטע זאָגט אַז דער בעקיטשע און אויך דאָס בערדל, ווי קורץ עס זאָל נישט זיין, קענען זיין אַ פּראָבלעם, דער ברודער פרעגט, נו, און דער אַנדערע שוואָגער איז נישט צופרידן. זיין ערשטער זון איז געווען אַכצן און ער זאָגט עס איז געווען אַ טעות וואַרטן אַזוי לאַנג און ער האָט טענות אַז איך לויף נישט אַרום ווי אַ פאַרסמטע מויז.

ושכינה מה אומרת? האָב איך דאָך שוין געזאָגט: איך זיץ מיר דאָ אינגאַנצן אַליין מיט אַ קלאַוויאַטור און אַ בחור צו די הענט און דאָס איז אויך אַן עבירה.

יום ראשון, נובמבר 01, 2015

משנאינו נשאו ראש

דברים חוצבים להבות אש שנשמעו בהיכל הכולל פה בהשיכון יע"א בעש"ק עם חשיכה פ' וירא תשע"ה לפ"ק לפני חתנים מצויינים ואברכי הכולל עיון ע"י מקנא קנאת ה' צב-אות הרה"ג שליט"א חבר ביד"ץ ובנוכחות בנו בכורו של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

אונז האָבן גערופן די דרענגענדע אסיפת הסברה איבער די בייזע קלאַנגן וואָס גיין אַרום אויף דער גאַס איבער אונזערע עדה הקדושה כאילו אונז זענען נותן יד לפושעים חלילה און אונז זענען מרחם על האכזרים. מען בעט דער עולם בכל לשון של בקשה אַז אונזערע שמועס דאָ איז פנימי, אינערליך, ווייל מיט אונזערע שונאים איז נישט כדאי זיך צו טענהן און חלילה מיט זיי אַריינצוגיין אין אַ וויכוח. און כל שכן וכל שכן קל וחומר בן בנו של קל וחומר אַז אויף דער אבי אבות הטומאה דער אינטערנעט וואָס איז טמא ומטמא און אפילו אין גלות מצרים איז דאָס נישט געווען זאָל מען נישט גיין זען וואָס מען רעדט וועגן אונז און אוודאי זיך נישט טענהן. ווי עס שטייט פון צדיקים ואני כחרש לא אשמע וכאלם לא יפתח פיו, פתח בלשון ואני ומסיים בלשון נסתר, נאָר אַז מען מאַכט זיך טויב ווערט יענער שטום.

מען גייט שוין באַלד דאַווענען ממילא וועט מען נישט אויפהאַלטן דעם עולם נאָר עס זענען דאָ מענטשן בפרט בעלי בתים און אפילו בני תורה וואָס דרייען זיך אַרום מיט ספיקות און קשיות און מען דאַרף זיי ווייזן את המעשה אשר יעשון. אונז רעדן דאָ בשליחותו פון דעם רבין זאָל מאריך ימים ושנים זיין און ער האָט אונז געזאָגט אַז דאָס איז אפילו דוחה שבת. בפרט וואָס שבת איז שווערער אַז מען זאָל דאָס אָפּכאַפּן און אַרויפלייגן אויף יו עפּעס דאָרט אויפן אבי אבות. דער לעצטער מאָל וואָס מען האָט געדאַרפט טון פאַר כבוד שמים האָט דער בעל דבר אָנגעדרייט אַז מען זאָל וואַרטן ביז מוצאי שבת און אונז ווייסן אַלע נעבעך ווי מעשה שטן הצליח ר"ל. ממילא מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה.

ראשית כל זאָגן אונז אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו ומה יפה אֵשָתנו! נאָך די שווערע טעג איז עס נישט קיין שום ספק דער גרויסער סייעתא דשמיא פונעם רבין זאָל זיין געזונט און נאָך מער אַז אונז האָבן דעם רבין פאַר אַ מנהיג. כולנו בני איש אחד אנחנו און אָן אבינו רוענו ווער ווייסט וווּ דער דור שפל וואָלט היינט געשטאַנען. דאָס טאָרן אונז קיינמאָל נישט פאַרגעסן אפילו אין די שווערסטע זמנים אַז אונז זענען שטאָלץ פון די פּאַדעשוועס פון אונזערע שטיוול ביז דער שפּיץ פון אונזערע פיאות.

נישט נאָר אונז דערשטיקן זיך מיט אונזערע טלית קטן פאַר סקווירא וועגן און אונז גיין אין פייער אַריין פאַר דער כבוד פונעם רבין זאָל זיין געזונט נאָר אונז שלעפּן אַריין אַנדערע אויך. מע זעט עס ממש אין דער וואָכעדיקער סדרה ווי עס שטייט אין די ספרים הקדושים אַז אברהם אבינו'ס מסירת נפש ביי דער עקידה מקריב צו זיין יצחק איז געווען אַ סאַך גרעסער ווי ווען ער האָט זיך געלאָזט אַליין אַריינוואַרפן אין פייער.

בחורים און יונגעלייט! עטץ זאָלטץ וויסן אַז אויף ענק ווענדט זיך אַלעס. מע קען ענק נישט זאָגן דער צער און יסורים וואָס דער רבי גייט נעבעך דורך די טעג בצרתן של ישראל. ביקש יעקב לישב בשלווה און אונזערע יוסף וואָס ביי אים איז אויך געווען וינס ויצא החוצה האָט מען נעבעך אייגעשפּאַרט אין קייטן און פּונקט ווי יוסף הצדיק וגם פה לא עשיתי מאומה. לאָמיר נישט רעדן פון קדושת יוסף הצדיק בפרט אַז עס זענען דאָ חתנים אָבער דער רבי האָט אַליין מעיד געווען ווי אָפּגעהיטן ער איז. אפילו ווען דער לויער האָט זיך מחבק געווען מיט אַ אשה ברבים ר"ל אין דער קאָרט האָט מען געזען ווי שאול בחיר ה' האַלט זיך אין שמירת עיניים.

און יעצט אַז דעם רבינס תפילות האָבן געפועלט ממש מיט עכטע נסים אַרוסצוציען שאול פון שאול תחתית פאַרגינען די עוכרי ישראל דאָס אויך נישט. ווער עס האָט אויגן אין קאָפּ קען זען אַז דער דזאָדז האָט אַליין געזאָגט אַז ער האָט אים נישט געוואָלט אַרויסלאָזן אין במשך דעם טאָג האָט ער זיך געטוישט זיין מיינונג. וויאַזוי טוישט מען זיך אַזוי דער מיינונג?

עטץ ווייסטץ אַז אין יענער מינוט איז געווען אַ מנין ביים ציון פון דער רבי ז"ל און ממש דעמאָלסט האָט מען געזאָגט משכיל לדוד בהיותו במערה. בכל צרתם לו צר און דער רבי אַליין איז געווען ווי איינגעשפּאַרט. און ווי ענדיקט זיך נאָר דאָרט הוציאה ממסגר נפשי להודות את שמך בי יכתירו צדיקים. מען דאַרף זיין בלינד מיט שנאה דאָס נישט צו זען. און נאָכדעם האָט מען טענות אַז מען האָט געטאַנצן וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק. יאָ עס האָבן זיך געהויבן די הערנער פון דעם צדיק וואָס בכור שורו הדר לו און וראו כל עמי הארץ אַז ער קען אויך קאָפּן. בדרך צחות קען מען אפילו זאָגן אוביו אלביש בושת ועליו יצי"ת נזרו.

מורי ורבותי עס איז נישט קיין צייט צו לאַכן ווייל דעם רבין זאָל זיין געזונט גייט עס בדמו ובנפשו. וואָס מען שמועסט דאָ קען מען נישט אַרויסלאָזן אויפן גאַס כדי מען זאָל אונז נישט חושד זיין אַז צווישן די אריות שבחבורה וואָס אונז האָבן דאָ צאַמגערופן איז מען חלילה מהרהר אחרי רבו. נאָר אין מזרזין אלא למזורזין אין יעצט ווען די נסיונות זענען גרויס איז איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. איז לאָמיך ענק זאָגן הויך: איך האָב אויך געטאַנצן, ביים רבין האָט מען נישט געזאָגט תחנון יענעם טאָג און איך שעם מיך נישט און עס איז נישט דאָ וואָס זיך צו שעמען. דידן נצח!

אונז זאָגן בפה מלא דער שטעטל איז אונזער און דער וואָס וויל זיך נישט צושטעלן קען זיך אָפּטראָגן פון דאָ. און אַז ער גייט נישט מיט גוטנס ווען מען אים שוין ווייזן דער וועג. און דער וואָס וויל מיט אונז נישט דאַווענען זאָל בלייבן אין דער היים און בעסער נישט דאַווענען. וווּ איז דאָס געהערט געוואָרן אַז מען דאַווענט זיך וווּ מען וויל? אין די צייטן פון דער בית המקדש אַז מען האָט נישט געקענט קומען אין בית המקדש האָט מען חלילה געמעגט מקריב זיין אויף אַ במה? פּליצלינג ווילן זיי גיין מבקר חולים זיין אין דער מושב זקנים נאָר קראַנק מאַכן דעם רבין זאָל מאריך ימים ושנים זיין דאָס שטערט זיי גאָרנישט. זקני עם הארצים כל זמן שמזקינים...

אפילו דער וויזוי הייסט ער נאָר, איך ווייס נישט צי מען מעג אפילו אַרוסזאָגן זיין נאָמען, דער שמעלצער צושמאָלצן זאָל ער ווערן האָט אונז איינער געזאָגט וואָס איז נכשל געוואָרן אים צו הערן אַז ער זינגט אַז דער רבי ז"ל האָט געזאָגט צו ר' יוסף שלמה אַז אים שטערט אויף אַנדערע וואָס זענען אין שטעטל. אפילו ער מיט זיין פאַרגוישטער קאָפּ פאַרשטייט אויך אַז דער רבי האָט צו זאָגן ווער מעג דאָ וווינען און ווער נישט. דאָ אין אַמעריקע שרייען זיי אַלע איז דאָ רעליזעס פרייהייט, נו, דאָס איז אונזערע רעליזען. אונז האָבן שוין אַמאָל אַוועקגעלייגט די טויטע פון די יענע חברה כידוע און אונז דערשרעקן זיך נישט דאָס נאָכאַמאָל צו טון. דעם וואָס געפעלט נישט קען זיך אָפּפּיצן קיין מאָנסי אָדער עפעס אַן אַנדערע עיר הנדחת. און אַז מאָנסי וועט זיך צושפרייטן צו נאָנט אַהער וועט מען זיי אויך אָפּפטרען.

זאָל קיינער נישט חלומען אַז מען קען שוין יעצט טון וואָס מען וויל. מלכים ושרים משכימין לפתחו פון דעם רבין זאָל לעבן. די כוחות פון דער סטרא אחרא האַלטן זיך אין איין פאַרלייגן אָבער דער רבי קומט זיי ביי. וויפל טעות עכו"ם מען מאַכט נאָר אַלץ דאָ, פאַרשטייט זיך מיט אַ היתר, און מען האָט קיינעם נישט געכאַפּט. און ווען מען האָט איינמאָל יאָ געכאַפּט האָט דער רבי זיך אַריינגעלייגט באמת הבנין און זיך מייחד געווען מיט דער גויטע קלינטאָן און זיי אַרויסגענומען מעבדות לחרות. און קוקץ ווי זי איז היינט מצליח בכוחו של אותו זקן. ר' חיים בערגער ז”ל איז טאַקע אַוועק על קידוש השם לא עלינו און דאָס  איז געווען ווי דער רבי האָט געזאָגט להורות תשובה לרבים. ווער געדענקט נישט ווי דער רבי האָט געוויינט ביים לוויה אשריך שנתפסת על דברי תורה. איז וואָס מיינט דער ראָטנקרענק אַז ער איז חשובער ווי ר' חיים ז"ל?

אַנשטאָט ער זאָל זיך מאַכן אַ חשבון הנפש ווי דער פסוק זאָגט כי אש יצאה מחשבון וואַרפט ער זאַלץ אויפן רבינס וווּנדן. איך זאָג ענק ער מיינט ער איז שוין אָפּגעקומען אָבער כי אש קדחה באפי ותוקד עד שאול תחתית. דער רבי זאָל לעבן איז מוותר אויף אַלעס און דאָך האַלט ער אין איין זאָגן אַז פון דער גיהנום פייער וועט ער נישט אַזוי לייכט פטור ווערן. אין בעל הנס מכיר בנסו און ער ווייסט גארנישט אז ס’יז געווען וואס האָבן געהאַלטן מען זאָל אים שיסן און דער רבי ברוב רחמיו וחסדיו האָט געזאָגט אַז דער טאַטע האט מער געהאַלטן פון פאַרברענען.

נאר פאַרדעם איז ער ניצול געווארן און אנשטאטס ער זאל ווייזן הכרת הטוב וויל ער מען זאָל צו אים אַפּאָלאָזייזן. זאָגץ מיר משה רבינו האָט אַפּאָלאָזייזד צום מצרי? פנחס האָט אַפּאָלאָזייזד צו זמרי? ער ווייסט נישט אַז רביס אַפּאָלאָזייזן נישט ווייל עס וועט זיי געדויערן לענגער ווי ווי ווינטשן לשנה טובה. און אים איז איינגפאַלן אַמאָל אַפּאָלאָזייזן צום רבין פאַר די צרות וואָס ער האָט דעם רבין אויסגעטיילט? מען האָט אים געצאָלט מיליאָנען ווייל דער רבי איז מוחל על עלבונו איז וואָס וויל ער יעצט?

ר' משה טויבנפעלד האָבן זיי אויסגערודפט און געהאַט טענות אפילו ווען די גויים האָבן אויך מסכים געווען אַז ער איז אומשולדיק. יעצט שאול האָט מען געשטראָפט און ער האָט געשמאַכט דריי און אַ האַלב יאָר און דאָס איז זיי אויך נישט גוט. ווען מען וואָלט אים דעמאָלסט משתיק געווען וואָלט מען היינט געהאַט מנוחה איז מען ליידער אין גלות און דרך רשעים צלחה.

בכלל דער טפשות פון אוזערע שונאים איז נישט צו גלייבן. די טענה אַז מען האָט געוואָלט הרגנען אַ גאַנצע משפחה איז אַזוי קינדעריש און פשוט אַזוי פאַרבלענדט זענען זיי מיט שנאה אַז מען זאָגט עס נאָך ווי תהילים ביי אונז שבת אינדערפרי. און אַז ער האָט געמאַכט אַ טעות נו זיי זענען דען בשלימות?

דער רבי ז"ל האָט געבויט דער שטעטל און אונז וועלן זיך פאַר קיינעם נישט פאַרענטפערן. וווּ נאָך אין דער וועלט איז נישט דאָ צו טרעפן נישט אַ קצות און נישט אַ ליקוטי פון די יענע חברה. אין דער טומאת אַמעריקע איז דאָ איין אינזל פון קדושה וטהרה און דאָס ווילן זיי אויך אונטערברענגן. אונז דאַרפן נאָר אַכטינג געבן ווייל מען שמועסט אַרום אַז די מיידלעך רעדן פון דער הייסער בחור און דאָס קען חלילה צוברענגן אַ רוחניותדיקע חורבן ר"ל. כאָטש דאָס איז פון די זאַכן וואָס השתיקה יפה להם דאַרף דאָך יעדער זען ביי זיך אינדערהיים און זיך אומקוקן און באַלד מעורר זיין און אויך לאָזן וויסן די עסקנים.

לאָמיר מסיים זיין מיט אַ וואָרט אַז ביי די אשכנזים, די מתנגדים, זאָגט מען יעצט במה מדליקין און ביי חסידים זאָגט מען אין הודו יושבי חושך וצלמות אסירי עני וברזל. אַזוי גייט עס מאז ומתמיד און דאָך זאָגט מען נאָכדעם יודו לה' חסדו ווען זיי ווערן באַפרייט. די מה יפיתניקעס זיי וואָלטן געוואָלט אַז חלילה מען זאָל נישט דאַנקן און לויבן פאַר די חסדי ה’ אָבער טרונקן דער בלוט פון דער צדיק הדור דאָס איז מותר.

איך וועל ענדיקן מיט יפרח בימיו צדיק ורוב שלום עד בלי ירח, ביים צדיק איז ורוב שלום אָבער ביי זיי איז אין שלום אמר ה’ לרשעים. און דעמאָלסט בלי ירח אויף אַ נאַכט אָן אַ לבנה קען מען ברענגן אַ סוף צו די דערנער אין אונזער הייליקע וויינגאָרטן דער כרם ה' צבקות און מקיים זיין בשלימות ובערת הרע מקרבך און עס זאָל מקויים ווערן לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי אמן. גוט שבת.

יום שני, אוקטובר 26, 2015

האיש מקדש ז’ (חלק א’)

לכאורה וועט דאָס זיין דער לעצטער פּאָסט אויפן שווערער סוגיא פון האיש מקדש. ווינטשט מיר נישט מזל טוב ווייל מען וועט נאָך אַרויסלאָזן אַ קול אַז איך האָב אַ שידוך געטון און דערנאָך ווען עס וועט זיך אויסשטעלן אַז לא לחיים ולא בתולה וועט מען מרנן זיין אַז מען האָט אָפּגעלאָזט דעם שידוך און פון דעם קען נאָך ווערן צרות צרורות. איז טוט אַ טובה און לאָט געמאַך. ווינשט מיר נישט מערשטעם בקרוב, שטופּט מיר נישט מיט אַ, "נו, ר' קטלא, איך מיין עס איז שוין צייט," און קומט מיר נישט ווי דער שוואָגער זאָל זיין געזונט מיט כּמו־פּסיכאָלאָגיע אַז למעשה חלש איך שוין אויף אַ לחיים און אַ מחותן, אַ רינגל מיט אַ טענצל נאָר פשוט איך האָב מורא. מורא פאַרן נעקסטן שריט אין לעבן, אַריבערגיין פונעם ברעג פון פאָטערשאַפט צום צווייטן זייט פון שווער־ און זיידעשאַפט און וווּ אין דערמיט רוישן די ווילדע כוואַליעס פון שידוכים, מחותנים, שנירן, קייטערערס און בדחנים.

איז לאָמיך מסביר זיין. ווען איך האָב אָנגעהויבן מיט די שטיקלעך פון 'האיש מקדש' בין איך געווען אין אַן אַנדערער צושטאַנד ווי היינט. מיין זון איז געווען יינגער און איך בין געווען גרינער אינעם גאַנצן נושא, די שדכנים האָבן געמיינט אַז מען האַנדלט מיט נאָך עפּעס אַ פלוני אַריין צו רוקן מיט א בת פּלוני ואני אמרתי בשלוי בל אמוט לעולם. נישט מיין זון און נישט זיינע עלטערן זענען געווען אינטערסירט אין דעם שידוך סיסטעם פון בליץ־דייטינג ביים טיש וווּ מען עסט אויף שבת מיט דער טיר אָפן אַ שפּאַרע צו פאַרמיידן חלילה אַ שאלה פון ייחוד נאָר אף על פי כן אַז דער וועלט זאָגט חתן בחור איז עס עושה רושם.דעמאָלסט האָבן מיר נישט געוואָלט אָבער אויך נישט געוויסט ווי דער סיסטעם גייט צו.

אַ שדכן האָט דעמאָלסט גערופן און אין זיין טאָן האָט מען געהערט אַ צינישקייט און לייכטשעצונג וואָס האָט געזאָגט אַז אויבער־חכמים ווי איך איז אַ באַזונדערער פאַך וויאַזוי צו באַהאַנדלען. מבין הדברים האָב איך געהערט אַזוי: דו ביסט פּונקט אַזאַ גאַטשעלאַבע ווי אונז אַלע צי עס געפעלט דיר צי נישט. כלל ישראל דאַרף פלייש ביי די אַכצן ולא תאמר בלבבך אַז דער עקסטערע האַלבער יאָר אין ישיבה וועט אויסמאַכן אין זיין תלמוד־חכמשאַפט און זיין ידענשאַפט. איך האָב פארשטאַנען פון זיינע רייד דאָס וואָס איך האָב געהערט פון אַנדערע, אַז אַזוי גייט עס ביים ערשטן. טאַקע ווי דער שוואָגער זאָגט אַז 'סיז שווער אַז דער קליינער וואָס קוים נעכטן האָט מען אים אַריינגעזינגן ביים בר־מצווה פּשעטל און מיט אַ טאָג פריער איז ער געווען געקייטלט מיט פּדיון־הבן בּלינג גייט שוין באַקומען זיין חתן זייגער. אָבער, פירן זיי נישט אַלעמאָל אויס, כך היא דרכה של תורה, אַזוי טוט דער וועלט און וועסט אַזוי אויך טון איז ממילא דאָוינט ווייסט יור טיים אַנד דזאָסט געט אָן וויד איט.

איז לאָמיר זיך שטעלן אויף דעם שטראָז פון תורה און כדי נישט אויפצוהאַלטן דער פאַרקער וועלן מיר אַראָפּגיין אויף אַ מינוט אין אַ זייט געסל און באַטראַכטן דער הערלעכער פּאַנאָראַמא אין וואָס מען שטויסט זיך אַלץ אָן אויף דער תורהדיקע רייזע. רעדנדיק מיט פריינד און נאָך מער איבערהערנדיק וואָס חברטעס דערציילן מיין פרוי זעט עס מיר אויס גאָר אַ מאָדנער שאָסיי. אַ וועלט פון רוצה ואינו רוצה. מען מאַכט חתנים פון די זונען אין טעכטער פון זיבעצן יאָר ולמעלה און קיינער וויל עס נישט. כּלומר אַזוי. זיבעצן איז קיינמאָל נישט זיבעצן נאָר באַלד אַכצן, אין צוויי טעג, צוויי וואָכן, כּמעט אַכצן, שיער נישט, סמוך ונראה אָבער אַבי זאָגט נישט אַרויס דאָס וואָרט זיבעצן, און כל־שכן נישט אויפן בחור. זיבעצן איז פאַר די פאַנאַטישע, פאַרפרומטע, רבישע אייניקלעך, כאַניאָקעס, נעבעכס וכל צרוע וכל זב וואָס חלשן אָפּצופּטרן די קינדער. מה שאין כן די כּמעט־ניקעס זענען מער מעסיק, געלאַסן, בראָד מיינדעד, האָבן געזען דער סאָוינד אָוו מיוזיק ווען זיי זענען געווען קינדער (כאָטש זייערע אייגענע קינדער האָבן דאָס אויך נישט געטאָרט). בקיצור זייערע קינד איז נישט ממש אַזוי אַלט ווי אויפן פּאַספּאָרט און איז סתם אַזוי אויסערגעווענלעך מאַטשיור.

איי איז דאָך אָבער שווער אַז סוף־סוף קען מען דאָך נישט איגנאָרירן דעם פאַקט אַז ווי אומוועלנדיק די עלטערן זענען האָבן זיי דאָך למעשה יאָ אויסגעפירט דעם שידוך. איז אויף דעם דאָ דעם אור־אַלטן תירוץ אַז ממש מען זעט בחוש אַז אַ שידוך איז מן־השמים. נאָך חודשים וואָס די שדכנים לויפן נאָך די עלטערן האָט מען קוים יענער וואָך דערציילט דעם בחור צום ערשטן מאָל אַז מען רעדט אים שידוכים, צו פרי צו דערציילן טויג נישט ווייל צו וואָס זאָל מען אים סתם צומישן, און דער בחור האָט געזאָגט בתום לבו אַז ער וויל נישט ווייל ער דאַרף נאָך צוענדיקן אַ פּאָר מסכתות.

און די עלטערן אַליין האָבן אויך נישט געוואָלט ווייל וואָס איילן זיי זיך דען. אמת, זיי האָבן אַ רייע קינדער בחורים וגם בתולות זקנים עם נערים הינטער אים און אים געפונען אַ בעט אפילו בלויז אויף בין הזמנים איז אויך אַ פּראָבלעם, אָבער דאָך. עפּעס אַזוי אויפן נוסח פון אַ בעל־תפילה ווען מען שיקט אים צו צום ערשטן מאָל און ער איז מסרב אַז עס זאָל נישט אויסזען אַז ער וויל צופיל, און ווייל אַזוי פּאַסט זיך, און ווייל דאָס ערוואַרט דער גבאי, און ווייל ער איז הייזעריק, און ווייל ער וויל נישט דער עולם זאָל פון אים מיד ווערן. געט אים אָבער נאָר אַ קליינער שטיפּ און פון דעם הייזעריקן ווערט נולד אַ הילכיקן לכו נרננה, און אַזוי אויך די עלטערן. מען שטיפט זיי אַביסל אונטער און באַלד ווערט עוד ישמע בערי יהודה. די מזל טובס פליסן אַריין, דער טעלעפאָן הערט נישט אויף קלינגן, יעדער זאָגט האָוי נייס און מען איז אַ מחותן צום טיש. ווייל אַז דער שדכן געט אַ שמייכל צולאָזט זיך דאָך אַ יידיש האַרץ און ווען ער הערט אויף שמייכלען ווערט ביטער ווי גאַל. סוף סוף מיינט מען דאָך נאָר דער גוטס פון די קינדער איז וועגן זייטיקע נגיעות פון די עלטערן אַז מען זאָל נישט זאָגן אַז זיי האָסט מער געוואָלט נאָך ווי דעם בחור איז פאַרדעם זאָל מען זאָגן ניין?

איז אויף דעם דאָ אַ פּסוק מה' יצא הדבר און דער וואָס לייקנט איז סתם ווילנדיק בלינד. מען לעבט עס מיט טאָג טעגליך, איין מינוט זעט מען יענעם ביי מנחה מעריב כאחד האדם, שמייכלט, זוכט אַ צינדער פאַר די עמוד ליכט, בינדט זיך דאָס גאַרטל, מאַכט אַ ברכו נאָך עלינו און צען מינט שפּעטער מזל טוב ער האָט אַ שידוך געטון. נישט אַנדערש ווי דעם מיט וועם מען איז נעכטן געגאַנגן אין מקווה און דערנאָך מיט אים זיך באַגעגנט אין גראָסערי ווי ער האָט זיך איינגעטענהט איבער זיין חשבון און היינט הערט מען אַז ער איז אַנידערגעפאַלן ללא רוח חיים. נאָר וואָס דען מיטן באַשעפער קען מען זיך נישט קריגן, על כרחך אתה חי, על כרחך את מת, על כרחך קלינגט דער טעלעפאָן און על כרחך ברעכט מען טעלער. פאַרפאַלן, כך היא דרכה של תורה.

אויף ממשיך צו זיין…