יום ראשון, נובמבר 24, 2002

אַן אײ מיט אַ פֿאַן

איך שטײ איבער אַ פֿאַן װאָס איך האָב דערין אַרײַן געװאָרפֿן אַן אײ אױף צו פּרעגלן און פֿון אױבן דאָס געלעכעל זיצט אַ קלײנע רױטע טראָפּ און שמײכלט צו מיר. װען דער רױטעע טראָפּ איז אױף װײַבערישע אינטערװעש לױפֿט מען באַלד צו אַ רבֿ צי טהור צי טמא און מען װאַשט אױס דאָס קלײד. אַז ס׳יז אַ פֿאַן איז נישט אַזױ פּשוט. מען דאַרף עס כּשרן און װער זאָגט מען קען עס כּשרן. ראשית כּל איז מײַן מיטאָג געפּײגרט. אױף דעם פֿאַרשטײט זיך מאַך איך אשר בחר בנו מכּל העמים. ס׳יז אָבער אַ שאלה װאָס טוט מען מיטן פֿאַן. מײַן פֿרױ זאָל זײַן געזונט און שטאַרק זאָגט אַז מען קען עס כּשרן און מען װעט עס שױן אױס סאָרטירן. איך װיל אָבער אַ פּסק הלכה נישט קײַן עצות.

אַ פּסק קומט נישט אָן לײַכט. איך פֿאַרגין נישט אַ רבֿ די הנאה אַז ער קאָנטראָלירט מײַן קאָך און מײַן פֿאַן. גײ איך אין אַ כּלים געשעפֿט װי דער געשעפֿטס מאַן איז אַ פּוסק װי צען רעבעצענס און ער זאָגט אַז איך דאַרף אַ נײע פֿאַן. און װוּ װעל איך עס קױפֿן אַז נישט בײַ אים?

אױפֿן װעג אַהײם באַװוּנדער איך דער חכמת התּורה. די גרעסטע מומחים ערפֿונדן פֿאַנען און טעפּ װאָס קלעבן נישט און איך האָב שױן געפּרעגלט אין דעם פֿאַן מער אײ װי ס׳יז דאָ בלעטער אין מסכתּ ביצה און קײַן אײן אײ האָט זיך אין דעם נישט געקלעבט.ָקומן חז"ל און נעמן אַ בלוט׳ס טראָפּ פֿון אַן אײ און קלעבן צום פֿאַן אַ טומאה און ס׳העלפֿט נישט קײַן פּודנו ומצילנו. דער פֿאַן איז אַ ברכה לבטלה. זעט איר װאָס אתּה חונן קען אױפֿטון.

ביז צװײ װאָכן איז דער נײַע פֿאַן אױך אינעם מיסט און מײַן פֿרױ זאָגט איך בין אַ שלים מזל איך װײס נישט װי צי באַקוקן אַן אײ. װאָס זאָל איך טון מען האָט מיר דאָס נישט אױסגעלרנט אין מײַן ישיבֿה.

יום ראשון, נובמבר 10, 2002

ואת האלף!

הודו לה׳. עס זענען שױן מער װי טױזנט מענטשן אַריבער דעם בלאָג זײַטן ערשטן טאָג. אַנדרע װעלן זאָגן אַז מער װי טױזנט מענטשן זענען רחמנא לצלן נכשל געװאָרן פֿון מײַנע דעות כּוזבֿות.

און איך? װענט זיך אױפֿן װעטער.

אױף אַ גוטן טאָג טוט מיר באַנק אַז איך שרײַב נישט גענוג און אַז איך קען נישט אָנכאַפּן מײַן פֿעדער און גיסן פּאָלעמישע פּעך און שװעבל אױף װעם און װאָס ס'ע לאָט זיך און אױף אַלעס װאָס ברענט בײַ מיר אין האַרצן. װאָס זאָל איך אָבער טון אַז איך האָב קינדער און איך דאַרף מיט זײ אַ שידוך טאָן.

װײַטער אױף אַ שלעכטן טאָג עס איך מיך אױף דאָס געזונט אַז איך קען נישט זײַן װי די ייִדן װאָס זענען אַיעדער טאָג אין שול בײַ מה טובֿו און גײן נישט אַװעק פֿאַר עלינו; װאָס האָבן אַ שיעור אַיעדער אָװענט און גלײבן באמונה שלימה אַז חז"ל האָבן געװוּסט פֿון בראָדבענד נאָך אײדער מען האָב באַשאַפֿן דאָס רעדל; װאָס באָדן זיך אין אַ 'געװאַלדיק װאָרט' און װערן נתפּעל פֿון טאָג טעגליכע מעשׂה נסים; װאָס זאָגן ברוך השם און זען אַ באַזונדערע סייעתּא דשמיא אין אַיעדער גוטע זאַך און אױף אַ שלעכטע זאַך זאָגן זײ ס'איז באַשערט און אַבי נישט ערגער; בקיצור אַזעלכע ייִדן װאָס דער יצר הרע האָב פּשוט אין זײ פֿאַרגעסן.

װי אױף צו להכעיס האָט דער באַשעפֿער מיר אָבער באַשאַפֿן אַ בין השמשות'דיקע. בײַ די חסידים אַ משׂכּיל בײַ די משׂכּילים אַ חסיד; אַ בן שם צװישן די בני נח און אַ בן נח צװישן די בני שם; אין דער קאָנצערט זאַל און טיאַטער אַ פֿאַריאַרמולקטן ייִד אָבער אין בית מדרש אַ מאָדערנער חסיד; מיטן קוראַז צו שרײַבן אַ בלאָג אָבער װי אַ הינדל װען ס'קומט צו דערציִילן די סודות פֿון חדר; מיט אַ נאָז צו שמעקן דער חסידישן ריח ניחוח אָבער אָן אַ מױל דאָס אױסצוברעכן; מיט אײן, נײן צװײ, פֿיס אין דער צוקונפֿט אָבער מיטן האַרצן אינעם עבֿר; אַ שׂונא פֿון פּרימיטיװקײט אָבער אַ נאַשער פֿון נאָסטאַלגי. איך טו אַלעס (כּמעט) כּאשר צוה ה׳ אָבער אַלץ בין איך אַ כּופֿר צװישן די מאמינים.

דאָס אַלעס לױפֿט דורך מײַן מוח װען איך מאַך מײַן חשבון הנפֿש איבערן טױזענסטער באַזוכער צו מײַן בלאָג. (ס'איז אַ גוזמא װײַל איך בין אַ גרױסער חלק פֿון די טױזנט, אָבער סימנא מלתא היא.) איך שרײַב מיר װײַטער מיט מסירת נפֿש איבער צו געבן װאָס טוט זיך סײַ אַרום מיר און סײַ אינערװײניק בײַ מיר. ס'איז טאַקע נישט אַלעס װאָס איך זע אָבער דאָס ביסל געבט אױך אַ שטימע פֿאַר די װאָס מען װאָלט אַנדערש נישט געהערט. בײַ פֿילאָזאָפֿן איז דאָ אַ באַגריף אַז דער װעלט עקזיסטירט נאָר בײַ אונז אין מוח. הײסט עס אַז עס איז נישט דאָ קײַן הערער איז נישט דאָ קײַן קול ממילא האָבן די לײנער אױך דערין אַ חלק.

איז לאָמיר זיך אַלע פֿרײען און אױסרופֿן און לאָז זיך הערן איבערן נעץ דער בת קול װאָס האָט עדות געזאָגט אױף משה רבינו'ס אָרענטליכקײט "ואת האלף". און לאָז עס טאַקע קלונגן מיט אַן אזלא גרש!

קראַנקע מענער און געזונטע װײַבער

ח דערצײלט אַז איר שכנטע לאָזט איר קינדער גאָרנישט קוקן, אפֿילו נישט אַ דיװידי. און כאָטש די שכנטע האָט אַ קאָמפּיוטער האָבן די קינדער צו דעם נישט קײַן שום דריסת רגל. דאָס, פֿאַרשטײט איר מיר, הײסט חינוך על טהרת הקודש. און צו דעם שטרעב איך אין מײנע נידעריקע סענטימענטאַלע מינוטן! נאָר װאָס דען? שבֿ ואל תּעשׂה עדיף און צו טון װי אַיעדער טוט צי װי מען האָט געזען אין דער הײם דאַרף מען נישט קײַן שׂכל. דערפֿאַר איז עס טאַקע דער פּאָפּולאַרער דרך צװישן אַחינו בית ישׂראל.
--------------------------------------------------------------------------------

מ'ס מיטער דערצײלט װאָס איז געװען בײַם פּילאַטעס גימנאַסטיק קלאַס. ש האָט דערצײלט אַז איר זון זאָגט אַז די ישיבֿות אין ארץ ישׂראל זענען פֿול מיט אָגיל ואשׂמח׳ניקעס(האָמאָסעקסיואַלן, גײז). לױט זײַן באַריכט איז דער מצבֿ פֿיל ערגער אין בני ברק װי אין ירושלים. זי זאָגט אַז ס'איז אַ האַקלער ענין און זי װײסט נישט װאָס צו זאָגן צו אירע קינדער. רופֿט זיך אָן מ אַז זי געבט זיך יאָ אַן עצה.

איך װוּנדער מיך׃ מ האָט דאָך נישט קײַן שפּראַך מיט אירע קינדער.

מ איז אַ בחורטטע מיט הױזן. אַז זי האָט איבער געמאַכט איר דירה האָט זי געזאָגט פֿאַר איר מאַן שמעו נא איך פֿאַרלאַנג אַ פּאַרקעט פּאָדלעגע ואם לאו הבֿה לי גיטי. האָט דער מאַן געמוזט שולעמן. יש אומרים אַז ס'איז אַלץ בעסער װי אַ גט, און מען דאַרף צוזאַמן בלײַבן פֿאַר די קינדער'ס װעגן. קען זײַן אין דעם פֿאַל אַז על כּן בשׂכר זאת זענען מער פֿון אײנץ פֿון איר קינדער גרושות. מן הסתּם האָבן זײ געזען אין דער הײם װיאַזױ זײ װילן נישט לעבן. און מיט די מאַמע רײַסן זײ זיך אױך אַרום. האָב איך פֿאַרדעם געװאָלט װיסן װאָס האָט זי געזאָגט פֿאַר איר זין.

שטעלט זיך אױס אַז זי האָט געזאָגט פֿאַר איר בחור פֿון אָנגעפֿער פֿופֿצן יאָר אַלט פֿאַר ער איז אַװעקגעפֿאָרן אין ישיבֿה אַז טאָמער װיל עמיצער דיר אָנרירן אָדער עפּעס טון זאָלסט דו תּיכּף ומיד אַװעקלױפֿן. מיט אַזאַ שמועס איז ער אָפּגעהיטן לדורות.

מיר איז אַלץ שװער אַז האָבן סעקס מיט אַ מײדל װאָס איז נישט פֿאַרהײַראַט און װאָס איז געװען אין מקװה איז נישט מער װי אַ לאו. האָמאָסעקסיואַלישע סעקס איז מען חייבֿ מיתה. װאָלט דאָך געװען אַ סברא אַז די װאָס לײגן אַרײַן זײערע גאַנצע כּוחות אױף טון מצװת און זיך פֿאַרמײַדן פֿון עבֿירות װאָלטן געדאַרפֿט נאָכלאָזן מיט די מײדלעך אַבי מענער זאָלן נישט ליגן אײנער מיטן צװײטן. און דאָס איז אַ זאַך װאָס איז אומפֿאַרמײַדלעך אין אַ בלױז מענערישע סבֿיבֿה.

מײַן תּירוץ איז אַז דער קולטור פֿון חרדישקײט און חסידישקײט קען אָנגײן מיט בחורימלעך זיך שפּילן אײנעם מיטן צװײטן. ס'טוט אפֿשר אפֿילו פֿאַרשטערקערן דער בחורישע אחדות. אױכעט אין אַ קולטור װי פֿאַרװײַלונג איז אַלגעמײן אַ פּסול װאָרט איז דער סאָרט געהײמע הנאה אַ קלענרע עבֿירה װי הנאות װאָס מען קען נאָר טון בפֿרהסיא. אַרײַן ברענגן מײדלעך אינעם שפּיל קען דער געבײַדע עס נישט ערהאַלטן. ממילא איז עת לעשׂות לשם און פֿאַרגינן די בחורימלעך אַביסל ייִדיש נחת.

יום שלישי, נובמבר 05, 2002

אַ גוטן חודש!

בײַם אָטובוס סטאַנציע שטײט אַ ייִד און קוקט אַרײַן אין אַ ספֿר. אונטער זײַנע פּלײצעס שטײט אַ בן נח און פּראָבירט זען װאָס ער לײנט. איך גײ דורך דער באַנק שטײט װידער אַ יונגערמאַן מיט אַ ספֿר און װאַרט דער באַנק זאָל זיך אױפֿמאַכן און איך טראַכט ואני אנה אני בא.

שױן ראש חודש כּסלו און איך האָב נאָך אַלץ נישט אָנגעהױבן מיט מײַנע אינטערנעמונגן פֿונעם נײַ יאָר. איך האָב נאָך אַלץ נישט אַ שיעור איעדען טאָג אױף אַ בלאַט גמרא, נאָך אַלץ נישט אָנגעהױבן דער ענגלישער ש"ס (שײק ספּיר) מיט זײַנע זעקס און דרײסיג מסכתּות -איך האָב געקלערט מאַכן אַ דף היומי פֿון אַ צענע אַ טאָג- און נאָך אַלץ נישט ד׳זױס׳ס יוליסעס און דער צײַט ריקט זיך.

איך גײ דורך אַ תּלמוד תּורה, אַ טאַטע ברענגט די קינדער אין חדר מיט אַ טאַץ איבערגעדעקט מיט זילבער פּאַפּיר. צװײ ייִדן שמוסן אױפֿ׳ן גאַס. װאָס איז דאָס? אַ סיום. פּססססס. טאַטע׃ קענסט עס אַלײן האַלטן? יאָ. האַלט גוט אָן.

אַ גוטן חודש!

יום שני, נובמבר 04, 2002

צער גידול בנים

אַז קינדער װאָלטן בלױז געפֿרעגט פֿיל קשיות װאָלט מען זיך מיט אַביסל געדולד אַן עצה געגעבן. אָבער אַז זײ פֿרעגן דוקא אַזעלכע שאלות װאָס מען האָט אױף זײ נישט קײַן תּשובֿה דאָס רופֿט זיך צער גידול בנים.

נעכטן זאָגט מיר מײַן זון אַז גויִים טראַכטן נאָר פֿון עס אי עקס. כאַטש ער װײסט נישט װאָס דאָס מײנט װײסט ער אױף אַזױפֿיל אַז להבדיל אלף אַלפי ורבוא רבבות הבדלות איז עס אַזױ װי אַ שם און מען טאָר דאָס נישט זאָגן במילואה.

רבונו של עולם װאָס ענטפֿערט מען אױף דעם. איך קען זאָגן צװײ זאַכן אײנס אַז גויִים טראַכטן אױך פֿון עפּעס אַנדערש, און צװײטנס טראַכטן ייִדן אױך גענוג דערפֿון (טראָץ דער שניט װאָס אין כּלאָמפּערשט איז מחליש דער כּח התּאװה). איך זאָג גאָרנישט װײַל ער װײסט נישט װאָס דאָס איז סײַװי און ער מײנט אַז סמך עין קוף סמך מײנט מאַכן אַ לעבן. אַז איך װעל אָנהײבן פֿירן מיט אים אַ װיכּוח װעט ער מיר געװוּנן ממא נפֿשך װײַל ער װעט געװױר װערן זאַכן װאָס אַנדערש װאָלט ער נישט געװוּסט.

נאָר דאָס האָט ער אױפֿגעטון אַז איך צװײפֿל שױן װײַטער צו איך טו זײ אױף האָדעװען אױפֿן ריכטיגן װעג װײַל װען איך זאָל מיך האַלטן על טהרת הקודש װאָלט ער נישט געפֿרעגט אַזעלכע זאַכן. דער תּניא זאָגט אָבער אַז בײַ אַ צדיק געװעלטיגט דער מוח אױפֿן האַרץ און איך װער נישט נתפּעל פֿון מײַנע סענטימענטאַלע געפֿילן.

צו מאָרגן פֿרעגט מיר מײַן קלײן טאָכטער צו מען האָט אַ טאַטע מאַמע כּדי אַז גױם זאָלן אוּנז נישט אַװעקכאַפּן. נײן, גױם כאַפּן נישט און גױם האָבן אױך טאַטע מאַמע און טאַטע מאַמע האָבן ליב די קינדער. אַן אָבסעסיע מיט גױם װאָס האָט פּשוט צו טון מיט פֿאַרשטײן דער גאָרער װעלט אַרום זיך. אַז גױם טױגן נישט איז לײַכטער צו פֿאַרשטײן װאָס אונז האָבן מיר דאָ פֿאַרלױרן. בײַ קינדער איז טאַקע דאָ אַ תּירוץ אָבער װאָס איז דער תּירוץ װען ערװאַקסענע רעדן נישט אַסאַך אַנדערש?

שױן די לעצטער צװײ טעג װאָס איך שטײ אױף צו שחרית און הײַנט האָב איך אפֿילו געלײגט רבינו תּם׳ס תּפֿילין. איך קען מיך שױן באַלד אַרײַן שרײַבן אין אַ ישיבֿה פֿאַר בעלי תּשובֿה. אַז מען װעט מיך אַרײַן לאָזן.

יום ראשון, נובמבר 03, 2002

מײַן שבת

רש״י׳ס פּשט אַז שׂרה איז געשטאָרבן װען דער שׂטן האָט איר דערצײלט װעגן דער עקדה איז מײן איך װײַל דער שׂטן האָט איר געװיזן קאַראַװאַדזאָ׳ס בילד. און פֿאַרדעם איז ער אַ שׂטן װײַל װען ער זאָל װײַזן רעמבראַנט׳ס בילד װאָלט שרה אַלעס פֿאַרשטאַנן.

מײַן ייִנגל װיל װיסן װוּ איז אבֿרהמ׳ס יאַרמולקע.
**************************************
שבת אינדערפֿרי גײ איך אױף אַ קידוש, דאָס זיבעטע קינד בײַם בעל הקידוש. דאָס קינד הײסט ל.מ. מ. נאָכן שװיגער אָבער װוּבאַלד זו איז יונג אַװעק האָט מען צוגעגעבן אַ נאָמן. זו איז נאָך אין שפּיטאָל, ער האָט זיך אַרײַנגעצױגן מיט די זעקס קינדער צום מאַמען. זעט אױס ער האָט נאָך נישט הוראה אױף אױפֿצופּאַסן אױף קינדער. מערטשעם איבעראַיאָר אױף שׂמחות.

איך קום אַרױס הער איך װי אַ ייִד אַ מגולח פֿרעגט אַ קלײן ייִנגל אין אַ קאַפּאַרטישע ייִדיש װאָס האָסט דו געגעסן און נאָכאַמאָל העכער װאָס האָסט דו געגעסן? האָט געמאַכט אַ נאָך ברכה, על המעחיע? פֿײַײַײַײַײַײַן.
***************************************
א דערצײלט װעגן ט׳ס בר מצװה בחור אַז ער האָט נישט געװאָלט גײן מיט זײַן פֿאַמיליע אײַנקױפֿן אין אַ נײַע געשעפֿט. װאָס איז? דער מנאַל (מנהל בלע"ז) האָט געזאָגט אַז מען טאָר נישט גײן אין גױישע געשעפֿטן. דער טאַטע זאָגט אַז ער באַפֿעלט אים ער זאָל יאָ קומן און כּיבוד אבֿ ואם קומט פֿאַרן מנאַל. דער בחור שפּאַרט זיך אײַן אַז ער קומט נישט. הײבט דער טאַטע אױף אַ טעלעפֿאָן צום מנאַל אַז װאָס איז דאָס און מנא הני מילי? נײן איך האָב נאָר געמײנט אַז לכּתּחילה זאָל מען נישט גײן אָבער ע בע מע ער מעג גײן. פּטור בלא כּלום איז אָבער אי אפֿשר לײגט ער צו טאָמער האָט ער אַ שעה צװײ זאָל ער ענדערש נעמן אַ ספֿר.

איך װײס אָבער אַז דער אמת׳ער טעם פֿאַרװאָס ער האָט נישט חשק איז װײַל זײַט ער האָט בר־מצװה געהאַט שפּירט ער זיך פּריקרע צו גײן מיט זײַנע שמונה בגדים אױף גױישע פּלעצער. זײַן מאַמע רעט זיך אױך אָפּ אַז זו קען אים אין ערגעץ נישט נעמן. װײַטער אָנעם קאַפּעליטש און רעקל איז ער װי אַ נאַקעטע. װײניג פֿאַרשטײט די מאַמע אַז טאַקע פֿאַרדעם טוט מען זײַ אַזױ אָן לכּתּחילה.

יום שישי, נובמבר 01, 2002

צװײ עקדות יצחק

פֿאַרגלײכט די צװײ מאָלונגן פֿון דער עקדה. זעט װי בײַ קאַראַװאַדזא איז אבֿרהם האַרט און דער מלאך מיז אים צוהאַלטן מיט כּח װײַל ער ברענט אױף שחיטה. און כאָטש מען זעט אױף אבֿרהמ׳ס פּנים זײַן װײטוג װײַזט ער אױך יצחק׳ס געשרײַערײַ און פֿון דעסטװעגן װיל דער מעסער שנײַדן.

װײַטער בײַ רעמבראַנטן איז אברהם דערשראָקן, ער גלײבט אַלײן נישט װאָס ער גײט דאָ טון. דער מלאך דאַרף אים בלױז אָנרורן דער האַנט און דער מעסער פֿאַלט שױן אַרױס. יצחק איז דאָ אינגאַנצן פּאַסיװ און ער לאזט זיך שחטן און פֿאַרדעם פֿאַלט טאַקע דער לעכטיקײט אױף יצחק, דער עולה תּמימה, און נישט אױפֿן חלף װי בײַם אַנדרן

קאַראַװאַדזאָ

רעמבראַנדט

ייִדישע צרות

הײַנט בין איך שױן װײַטער נישט אױפֿגעשטאַנן צו שחרית. װײַטער געדאַװענט אין דער הײם און װיבאַלד ס׳יז פֿרײַטיק האָב איך געלײנט די צײַטונגן בײַ די ברכות לפֿניה ולאחריה. אַזױ װײַט האַלט עס שױן. איך קלער אַסאַך צו איך װעל נאָך אַמאָל תּשובֿה טון.

א.׳ס אַ חבֿרטע רופֿט אָן זיך באַקלאָגן אױף אירע צרות . זי האָט װײַבערישע פּראָבלעמן אָבער זי רעדט זיך אָפּ אַז די ייִדישע דאָקטױרים (כּלומר פֿרומע דאָקטורים װאָס באַהאַנדלן אַסאַך פֿון די חסידישע װײַבער) האָבן נישט חשק צו באַקוקן הײמישע װײַבער װיאַזױ אַ דאָקטאָר דאַרף צו באַקוקן.