יום רביעי, אפריל 09, 2003

שחרית

װען איך בין ברידזעט דזאָנס װאָלט מײַן טאָגבוך נישט פֿיל געװען מיט װיפֿל ציגאַרעטלעך איך האָב גערײכערט נאָר מיט װיפֿל שחריתן איך האָב געדאַװענט אין דער הײם. דער מצב זײַט איך האָב דער לעצטער מאָל געשריבן װעגן שחרית איז עולה ויורד. אַפּאָר װאָכן גײ איך אין שול טאָג טעגלעך און דערנאָך װערט שװאַך און עבירה גוררת עבירה. אײן שחרית אין דער הײם אָן אױפֿשטײן צו ברוך שאמר, אָן אָנכאַפּן די ציצית פֿון מהר והבא עלינו ביז נאמנים ונחמדים לעד, אָן תחנון און אָן רבינו תם'ס תפֿילין, אײן אַזאַ שחרית ציט נאָך און נאָך. איך דאַרף מיך אָנכאַפּן און אַרױסציען פֿונעם רעדעל װאָס קען מיך ציען אינגאַנצן אין שאול אַרײַן.

מענטשן מײנען אַז מיט נישט דאַװענען שפּאָרט מען זיך אײַן די אַלע עגמת נפֿשן. אַ נעכטיגן טאָג. אַז איר דאַװענט אין גאַנצן נישט זיצט אײַך גאָט אױף די פּלײצע אַ גאַנצע טאָג און בײַ נאַכט קיטשעט ער אײַך אױך 'מדוע באתי ואין איש, קראתי ואין עונה'. אַז איר דאַװענט אין דער הײם איז עס געװענדלעך שפּעט און ער זיצט אײַך אױף די פּלײצע ביז פֿאַר חצות. אַז איר גײט אָבער אַכטע, נײַנע דאַװענען אין שול פּטרט איר אָפּ דעם באַשעפֿער 'פֿירסט סינג אין זע מאָרנינג' און דער רעשט פֿונעם טאָג האָט איר מנוחה.

אַ שאָד אַז איך שטרענג מיך נישט אָן אױף מנחה מעריב, און אפֿילו אױף אַ שיעור, װײַל פֿון גײן אין שול האָב איך קײנמאָל נישט קײַן חרטה. די טיפּן װאָס איר זעט אױף אַ פּראָסטע שחרית איז די גרעסטע ראיה װאָס פֿאַר אַן אױסגעװעלטן פֿאָלק מיר זענען. נעמט די איצטיקע קעלטן, קומט אַרײַן אין אַ װאַרעמע שטיבל, װיקלט אײַך אײַן אינעם טלית און חלומט אַביסל אױפֿן עולם.

דער שאָקלער׃ זײַנס איז נישט װי דער אַלגמײננער שאָקל װאָס איז װי אַ בױם אין אַ קיל תמוז װינטל. אַביסל צו רעכטס אַביסל צו לינקס, אַביסל אין פֿאָרנט אַביסל זײַטװעגס. כאַפּט מען אַ התלהבות  װאַרפֿט מען דער קאָפּ אַביסל צי מען געט דער טיש אַ זעץ. דאָס איז אַלעס נאָרמאַל און מנהג אבותינו בידינו.

אין מײַן מנין איז אָבער דאָ אַ קראָנישע שאָקלער. אים קען מען נאָר פֿאַרגלײַכן צו אַ שױבן־װישער. איך רעד נישט װען דער װישער איז אינעם צומאָליקע מאָד, איך רעד װי אַ װישער װאָס װישט װען אינדערױסן כליאַפּעט און דער קאַר שנעלמעטער איז בײַ די גבורות שמונים. אָט צו אַזאַ ריטעם שאָקלט זיך דער שאָקלער. ער האָט קױם אַרױפֿגעדרײט די תפֿילין אױף די פֿינגער בײַ וארשתיך און ער הײבט אָן. צי ער זיצט צי ער שטײט, צי ער נעמט די ציצית בײַ ברוך שאמר צי ער בײגט זיך אײַן בײַ ברכו, צי ער װאַרט אױפֿן בעל תפֿילה זאָל אָנהײבן די הױכע שמונה עשרה צי ער קלאַפּט זיך אָשמנו דער שאָקלן מיז אָנגײן. אַזױ װי װען מען ליגט אין בעט און דער קראַן טראָפּט אינעם װאַנע כן הדבר הזה. דער שאָקל איז דער זעלבער שנעל און דער זעלבער דיגרי מרישא ועד גמירא. פֿאַר דעם אַלײן איז אפֿשר נאָך נישט כדאי צו גײן אין שול.

דער שנאָרכצער׃ אַז סגײט אַ קעלט אין דערױסן קענט איר נישט באַשולדיגן אַ מענטש אַז ער געט אַ צי מיטן נאָז. ער קען זיך נישט העלפֿן אַז ס'רינט. זאָל ער נעמן אַ פֿאַטשײלע? דאָס איז הײַנט נישט אַזױ מאָדיש, און דווקא די װאָס טראָגן יאָ טאַשטיכלעך, די זעלביקע װאָס בונדן עס אַרומען האַלץ אױף שבת, די האָב דווקא ליב אַסאַך צו בלאָזן און צו מאַכן דערבײַ אַ קול רעש גדול. װײַטער נעמן אַ פּאַפּירענע טישו, דאָס איז נאָר פֿאַראַן שבת און אױך נאָר אײן קאַרגע פּושקע פֿאַר אַ גאַנצער שטיבל. ביז מיטװאָך איז אַפֿילו קײַן זכר פֿונעם לײדיגע פּושקע נישט דאָ. האָט ער אײן ברירה, גײן נעמן אַ שטיקל אשר יצר פּאַפּיר פֿון בית הכבוד. שטײט ער דאָך אָבער באַקרױנט מיטן טלית און תפֿילין און קען אַהין נישט אַרײַן גײן. ממילא געט מען אַ צי דאָ און דאָרט און תפֿילה עושה מחצה און אַזױ װערט מען עס פּטור.

דער מדרש זאָגט כל מקום שנאמר חרון אף עושה רושם, און מײַן שנאָרכצער ברענט דער נאָז אַזױ אַז אױ מאַכט ער אַ רושם. דער בעסטע דאָס צו אָבזערװירן איז בײַ דער שטילער שמונה עשרה װען ער האָט אַן אױדיִיענץ פֿונעם גאַנצן קהילה קדושה. בײַ מכלכל חייִם געט ער אַ צי און טאַפּט דער מױל מיטן צונג זען צי ער האָט עס געכאַפּט. אַז ס'גײט נישט געט ער װידער אַ שנאָרכעץ, אַביסל שטערקער, בײַ אתה קדוש. בײַ סלח לנו שפּירט ער אַז דער בחור האָט זיך אַװעק געזעצט פֿון הינטן דאָרט װי דער נאָז און דער האַלץ טרעפֿן זיך. 'אַזױ ער איז אַן עקשן' געט ער אַ ניוך בײַ תקע בשופֿר אַז מען מײנט אַז מען האַלט שױן בײַ די שופֿר של משיח. עפּעס רירט זיך און בײַ על הצדיקים געט ער װידער אַ פּרוּװ און ברוך השם דער בחור גיט זיך אַ שאָקל און מען קען אים שױן אָנהײבן צו קײַען. ביז שים שלום איז עס צעקײַט, ער גיט אַ שלונג אײדער ער זאָגט זײַן פּסוק פֿונעם של"ה און ער טרעט אױס עושה שלום. װי ר' חנינא בן דוסא װאָס ער האָט געװוּסט תיכף נאָכן תפֿילה צי מען האָט עס מקבל געװען צי נישט, װײסט אונזער שנאָרכצער פֿונעם שלײַם צי ס'איז פֿאַר אים געװען אַן עת רצון.

דער אמן זאָגער׃ ער האָט אַ מנהג אַז ער לױפֿט פֿון מנין צו מנין אַרײַן כאַפּן װאָס מער אמנים. ער זעצט זיך אָבער נישט פֿון הינטן אויף נאָכצוזאָגן אמן, דאָס קען איך אױך, ער שטײט דווקא בײַם טיר װי מען גײט אַרײַן און אַרױס. ער איז אָנגעפֿער פֿינף און פֿופֿציק, אַ ליטװאַק מיט אַ לאַנגע רעקל אָבער נישט אַ פֿראַק, נישט צו הױך, אַ קלײן געפֿעפֿערט בערדל, אַכציק פּערצענט װײַסע פֿעפֿער און דער רעשט שװאַרצע, אָן אַ גאַרטל, מיט דער טלית קטן אונטערן העמד אָבער צװײ ציצית װאַקסן אַרױס פֿון אַיעדער זײַט פֿון זײַנע הױזן און אַזױ ענטפֿערט ער אמן. ער שטײט מיט אײן האַנט װי אַן L און די דלאָניע פֿון זײַן האַנט האַלט ער װי אַ חסיד װען ער האַלט דער בעכער קידוש צו מאַכן. אינעם דלאָניע האַלט ער נישט אַ בעכער נאָר דער עלענבױגן פֿונעם צװײטן האַנט. אינעם דלאָניע פֿונעם צװײטן האַנט רוט זײַן גאָמבע און מיט די פֿינגערס האַלט ער זײַן באַק און אַזױ ענטפֿערט ער אמן ביז מען ענדיקט די הױכע שמונה עשׂרה און דערנאָך גײט ער צום נעקסטן מנין.

איך קען נישט בלײַבן אין שול צו לאַנג, מען האַלט שױן אשרי ובא לציון און איך לײג מיר צאַם מײַן טלית און תפֿילין און האָטס מיר אַ גוטן טאָג. אַז איר װילט זײַן אַ שײנער ייִד איז װוּנטשט 'אַ גוטן תמיד.'

אײדער איך פֿאַרגעס, נעכטן האָט דער בחור לעבן מיר געהאַט אין זײַן תפֿילין באַרטל, לעבן אַ געװוּנטשענער מטבע, צװײ װעלטשענער ניס (wallnuts) אױף שמירה. פֿרעגט מיר פֿאַרװאָס. מן הסתם איז עס געװוּנטשן פֿון אַ רבי װאָס האָט זיך געזוכט אַ נײַע נישע. דאָלערס טײלט דער חבדסקער, אם תמצי לומר אַז ער לעבט, עפּלעך טײלט דער גערער, װאַסער דער אבוחצירא, איז דער נײַע תנא קמא װעט טײלן װעלטשענער ניס. נישט קײַן שלעכטער אידײ.

זײַט מיר מוחל, איך דאַרף לױפֿן.

יום שני, אפריל 07, 2003

יושב על הגדר

איך האָב געװאָלט באַטיטלן דעם בלאָג מיטן קעפּל 'שפּאָרטס אַ מחשבה' נאָכן ענגלישן אידיאָם 'spare a thought'. עס קלאַפּט אָבער עפּעס נישט אױף ייִדיש, און חוץ פֿון דעם האָב איך נישט געװאָלט אַ גאַליציאַנער זאָל זיך אָנרוקן און פֿרעגן 'װאָס אי דאָ צי שפּאָרן? טראַכטן קאָסט דען געלט?'

יעצט אָבער אַז איר װײסט װאָס איך האָב געװאָלט זאָגן מעגט איר האָבן אַביסל מיטלײַד מיטן בעל הבלאָג 'יושב על הגדר'. ער שרײַבט אַז ער איז אַ כלי קודש מיט אַ תורהדיקע פּאָסטן, אָבער ער איז אַ כופֿר און אַ פּורק עול. ער האָט געשריבן אַז ער האָט אַלעס אױפֿגעגעבן און ער האָט אפֿילו געגעסן יום כיפּור. ער פֿלעגט צו דערצײלן די פּאָבס װוּ ער איז געגאַנגן אין תל אביב, און װי ער האָט זיך געטראָפֿן מיט נקבות און צי ער האָט זיך יאָ געקושט צי נישט וכדומה. לפּנים איז ער אָבער געבליבן אַ חרדי למהדרין און ער פֿלעגט שרײַבן פֿון דער סתירה פֿון לעבן אַ דאָפּעלטן לעבן, װי אין בני ברק האָט ער געהײסן אַ חשובע יונגערמאַן, װיאַזױ זײַן פֿרױ האָט ריאַגיערט צו זײַנע מעשים טובים וכדומה. איך פֿלעג אים לײנען פֿון צײַט צו צײַט כאָטש איך האָב געזען װײניק פּאַראַלעלן מיט מײַן לעבן.

אײן שײנער טאָג זענען אַלע זײנע בלאָגס נעלם געװאָרן און, װי איר װעט זען בײַ אים, שרײַבט ער אַז מען האָט אים דערװישט און ער איז אױף צרות. איך פֿלעג מיך טאַקע װוּנדערן פֿאַרװאָס ער האָט אַזױ אָפֿן געשריבן. װאָס איז פֿון אים געװאָרן װײס איך נישט. אפֿשר האָבן די בני ברקער מולאַס אױף אים אױסגערופֿן אַ פֿאַטװאַ. אָדער אפֿשר האָבן זײ עס פֿאַרשװיגן כדרכם בקודש װײַל למה יאמרו... טראַכט אָבער אַ רגע פֿון זײַן מצב אין װאָס ער געפֿונט זיך און האָט אים אין זינען בײַ שמע קולנו.

איך האָב דעצײלט די מעשה פֿאַר מײַן פֿרױ און איך האָב איר געזאָגט אַז אױב מען װעט מיר דערװישן קען איך פֿאַרלירן מײַן פּרנסה און אונזערע קינדער װעלן זיך טרעפֿן אױפֿן גאַס אָן אַ שולע. זי איז דערשראָקן געװאָרן און האָט מיך געבעטן אַז איך זאָל נישט שרײַבן. איך האָב איר געזאָגט אַז ס'איז אײן זאַך װאָס איך קען נישט. איך רעג מיך גענוג און ס'מאַכט מיר כסדר אומעטיק אַז איך קען מיך נישט טײלן מיטן בלאָג מיט אַלעס װאָס איך װאָלט מיך געװאָלט טײלן, װײַל איך האָב מורא פֿון די מרגלים. ס'דערמאַנט מיך אַז װי פֿרײַ איך זאָל מיך נישט שפּירן פֿון אײן זינען בין איך אָבער אַלץ אינטערטעניקט און איך קען מיך נישט פֿרײַ אױסדרוקן.

אַ שאָד אַז אונזערע גאָט פֿאַרזאָרגערס האָבן נאָך נישט געהערט פֿונעם פֿילאָזאָף דזײ. ס. מילס און זײַן באַװוּסטע ממא נפֿשך. איז װאָס מען זאָגט אמת איז דאָך אוודאי גוט. װײַטער איז עס שקר איז לאָז עס װערן געזאָגט און מען װעט עס אָפּװענדן און דערמיט װעט דער אמת נאָך שטערקער װערן.

אײַ װעט איר פֿרעגן װאָס איז מיט לצנות? דאָס איז דאָך נישט אמת און נישט שקר. הוא מותיב לה והוא מפֿרק לה. די גאָט פֿאַרזאָרגערס נוצן אױך לצנות װי עס לױנט זײ איז װי קענען זײ עס אָפּהאַלטן פֿון אַ צװײטן? זאָגט דען נישט די גמרא כל ליצנותא אסורא לבר מליצנותא דע"ז?

יום שבת, אפריל 05, 2003

אפיריון נמטייה

להאי צנתר דדהבא, עושה לילות כימים לטובת הכלל און נאָך װיפֿיל זאַבלאָנען איר קענט צאַמשלעפּן, ר'... װאָס ער האָט מחזיר געװען עטרה ליושנה און ער האָט מיר פֿאַרשאַפֿט דעם פֿאַרלױרענעם בלאָג. כאָטש ער האָט מיר נישט געבעטן פֿאַרהױלן זײַן נאָמן שטעל איך אים אױפֿן חזקה אַז װיבאַלד ער איז אַ נעץ גליטשער איז ער אױסגעאַרבעט אין די מידה פֿון עניוות  און ער װיל נישט מען זאָל פֿון אים װיסן.

גענוג שױן מיט לצנות. דער געשיכטע פֿון געפֿונען דעם בלאָג דאַרף אַרײַן גײן אין די אַנאַלן פֿון די לעגענדעס פֿון אונזער הײליג פֿאָלק. נאָר אַ מיטגלידער פֿון דער עם חכם ונבון װאָלט געװען אַ בעלן צו געפֿונען דעם בלאָג פֿאַרשטעקט אין די הרי חושך פֿון דער קעש. ומי כעמך ישראל אַז װען ער טרעפֿט עס שױן זאָל ער עס באַלד אָפּגעבן פֿאַרן בעל הבית. דאָס פּאַסירט נאָר בײַ אײניקלעך פֿון אַברהם יצחק און יעקב, רחמנים און גומלי חסדים. און װי קענען זיך מיר פֿאָרשטעלן די סייעתא דשמיא װאָס עס האָט זיך באַװוּזן אין געפֿונען דעם בלאָג. טראַכט נאָר אַ רגע. קױם אַ מעת לעת נאָכן פֿאַרלירן, און ניטאַמאָל אַ שעה פֿון מײַן האָבן געזאָגט 'אמר ר' בנימין בן יפֿת...' און מען האָט דעם קאָטער געפֿונען. איר זעט װאָס דאָ טוט זיך? ס'איז דאָך ממש אין לשער דער השגחה פּרטית װאָס פֿירט אַלעס בעינא פּקיחא און אפֿילו פֿון אַ בלאָג פֿאַרהױלט ער נישט זײַן אױג.

אָקײ, דאָס מאָל טאַקע ערנסט, אַ שײנעם דאַנק ר'... פֿאַר מיר אַרײַן שיקן דאָס פֿאַרלױרענעם בלאָגל. מיר האָט איר זיכער מהנה געװען און איך האָף די לײנערס אױך.

ברוך שעשני חסיד!

ברוך הבא ייִדן! איך האָב שױן נישט געשריבן אַ שטיק צײַט און די בריװלעך קומן אַרײַן בעטן אױף סחורה. װי אַ בעל תפֿילה װאָס זיצט אױף זײַן פּלאַץ און מען שטײט איבער אים 'נו, משה רעטעך, װאָס לאָט איר אַך בעטן? גײַט שױן צי, הײַבט שױן אָן. װאָס האָט איר מױרע, לכה דודי? מע װעט אַך שױן העלפֿן' אַזױ מיז איך זאָגן אַז כאָטש איך זיץ נישט און װאַרט מען זאָל זיך בײַ מיר בעטן איז עס אָבער גאַנץ באַטעמט אַ בליץ פּאָסטל אױפֿן נוסח פֿון צמאה לך נפֿשי.

גלײבט מיר אָבער אַז נישט פֿאַרדעם בין איך שטיל. מײַן פֿיס האָט מיר אַביסל װײ געטון. נישט קײן געפֿערלעכע יסורים אָבער איך האָב שױן געזען דער מלאך המוות בײַם טיר. און אַז מען זעט דער מלאך המוות טראַכט מען באַלד װאָס װעלן די מספּידים זאָגן אױפֿן לוייה און װאָס װעלן די טרײסטערס זאָגן בײַם שבעה. אַז ער איז געװען אַ קטלא קניא? איז שױן טוב לו שלא נברא.

ס'שפּילט מיר פֿאַר די אױגן װי צװײ יונגעלײַט סודעװען זיך מיטן באַטעמטן פּײַן פֿון דערצײלן פֿאַרװײטיקטע נײַעס, 'האָסט געהערט?' --  'װאָס? טאַקע?' -- 'נו, װאָס האָסט די געמײַנט? אַ גרױסע חכם איז ער, ער מײַנט ס'איז חכמות, ער שפּילט זיך מיט פֿײַער' --  'אין די מײַנסט ער האָט אַלײַן נישט מורא? איך קען די אַלע אױבער חכמים, עפּעס דאַרף נאָר מיט זײ געשען אין באַלד קימן זײַ צי לױפֿן מיט אַ קװיטל אין שיקן אַ מנין צום רבין זי"ע'.

פֿאַרװאָס די מענטשן האַלטן אַז װאָס עס קומט אַרױס אין אַן עת צרה איז דער רײנער אמת איז נישט צו פֿאַרשטײן. לױט זײרע בליק הײסט עס אַז אַ מענטש װאָס דערטרונקט זיך און כאַפּט אָן אַ שטרױ איז עס פֿאַרדעם װײַל טיף אין האַרצן װײסט ער אַז אַ שטרױ אין װאַסער איז װי אליהו הנביאס מאַנטל. אײַ פֿאַרװאָס בױט מען שיפֿן פֿון האָלץ און נישט פֿון שטרױ איז פּשוט װײַל דער יצר הרע האָט אַן אינטערעסע אין דעם. און װאָס מײנט איר, האָלץ שװימט יאָ? די גרעסטער חכמים האָבן אױך אַזױ געמײנט װען זײ האָבן געבױט דער טײַטעניק און מן השמים האָט מען זײ געװיזן. נאָר װאָס דען, מי שאמר לעץ ס'זאָל שװימן יאמר לקש ס'זאָל שװימן און דער אמת װײסט אַ טרונקענדיקע מענטש אױך. און מיט אַזעלכע דיאַלאָגן און אָפֿענע ראיות האַלט מען אין אײן מחזיר זײַן ייִדישע קינדער לאביהם שבשמים.

נאָך אַזעלכע מחשבות װערט מיר דער מצב אומעטיק און איך הײב אָן צו קלערן צי טאַקע פֿאַר דעם בין איך אַראָפּגעקומן אױף דער װעלט. הנה יד ה' הויה ברגלך און מען גײט אין דיר נקמה נעמן. אין אַ מאָמענט פֿון שגעון האָב איך אױף אַלעס חרטה און איך װיל מיך גײן אײַנשרײַבן אין אַ כולל און אָפּמעקן קטלא קניא פֿונעם מפּה װי משה רבינו אין פּרשת תצוה. דער מאָמענט גײט אָבער אַריבער און איך בין מיך מחזק מיטן פּרינציפּ פֿונעם בעל התניא אַז בײַ אַ צדיק איז מוח שליט על הלב.
איך בין געװען בײַ אַ דאָקטאָר אױך אָבער אױף דעם אַ צװײטען מאָל.



פֿון צײַט צו צײַט קױף איך דער ענגלישע המודיע. ס'איז נישט אַזױ פֿאַרביסן װי איר ישראלישע געשװיסטער אָבער לעומת זה איז עס געשריבן אױפֿן 'טשיקן סופּ פֿאַרן נשמה' נוסח װאָס איז הײַנט דער תורה שבכתב פֿון חרדישע/ישיבישע ענגלישע אױסגאַבעס. און אַז איר קענט דער טשיקן סופּ בעל פּה קענט איר אײַך רופֿן קראָן צו פּאַם און איבערנאַכט װערן אַ מגיד מישרים. הקול קול פּסח והמעשות מעשהלעך טשיקן סופּ.

איז נאַט אײַך אַ מעשה פֿון דעם זאַנער פֿונעם ענגלישן המודיע װאָס נאָך עס לײנען האָב איך געדאַנקט ששם חלקי בין החסידים. דער איבערטײַטשונג און די הגהות זענען מײַנע.

'קומטס אַלע אַרײַן אינעם װױן צימער' רופֿט אױס מר. שװאַרץ מיט אַ ברען. די קינדער זענען אַלע געקומן צו לױפֿן פֿון די ד' כּנפֿות פֿונעם הױז.

'װאָס איז, טאַטע?'

(אינעם גײסט פֿון װײַזן װי יעצטיק זײ זענען שרײַבט דער המודיע 'dad', װאָס כאָטש בײַ רוב מנין ורוב בנין פֿון המודיע לײנערס רופֿט מען נישט אַזױ אַ טאַטע, טוט עס באַדײַטן אין זײערע אױגן װי זײרע אידיאַלן װערן אײַנגעהאַלטן אפֿילו בײַ הױך געשעצטע פֿילאָזאָפֿן װי מען רופֿט דער פֿאָטער 'דעד'.)

'לאָמיר מאַכן אַ קאָן, מיר גײן טאַנצן אַ רקידה!' האָט ער אױסגערופֿן. און ער האָט אױסגעבראָכן אין אַ לעבעדיקע סימן טוב ומזל טוב.

נישט קײַנע בעלנים זיך אָפּצוזאָגן פֿון אַ ביסל לעבדיגקײט, האָבן די קינדער זיך מצרף געװען צו אַ לעבעדיקע טאַנץ.

'פֿאַרװאָס טון מיר דאָס?' רופֿט זיך אָן עלעף יעריקע פֿײַװל.

'הײַנט בײַ נאַכט מאַכן די פֿרידמאַנס חתונה. כאָטש מען האָט אונז נישט געלײַדענט קען אונז קײנער נישט אָפּהאַלטן פֿון אַנטײל נעמן און זיך טײלן מיט זײ אין זײער שמחה. איז לאָמיר טאַנצן.' וכך הוווה, מען האָט געטאַנצן.'

איך האָב עס אָפּגעלײנט און איך האָב רחמנות געהאַט אױפֿן קינד װאָס װאָלט נישט געקומן צום פֿאָטערס היציקע רוף, איך האָב געװאָלט זאָגן מר. שװאַרץ אַז ס'איז נישט נײטיק זיך עד כדי כך זיך באַלײדיקן אױף נישט װערן גערופֿן צו אַ חתונה, און איך האָב געדאַנקט בשם ומלכות אַז איך בין אַ חסיד...

יום שישי, אפריל 04, 2003

אותיות פורחות באוויר

דער בעל הזײַטל האָט אין די לעצטער פּאָר טעג געביטן דער סערװער (באַדינער?) און מײַן לעצטער שטיקל באַקעפּעלט 'ברוך שעשני חסיד' איז נעבעך אומגעקומן אונטערװעגנס. מיר װיסן פֿון די מעשה פֿון יעקב, יוסף און די ברידער אַז השטן איז מקטרג בשעת הסכנה און אַז אַרױסגײן אין אַ װעג איז אַ שעת הסכנה. װען נאָר ער זאָל האָבן געזאָגט ויעקב הלך לדרכו װאָלט אַלעס בעסער געװען.

װי מען זאָגט אָבער כּל נדרי בײַ נאַכט אין דער שטיקל זוהר נאָך אור זרוע לצדיק אַז ס'איז דאָ װאָס קומן אָפּ מיט געלט און ס'איז דאָ װאָס קומן אָפּ מיטן לײַב. האָפֿענטליך װעל איך אָפּקומן מיט אַ בלאָג.

פֿון דעסטװעגן אַז אײנער האָט עס פּערצופֿאַל קאָפּירט אָדער אַז ס'שעקט אײַך דער שטיקל אין אײַרע קעש טוט אַ מצווה און שיקט עס מיר אָפּ װעל איך עס װידער אַרױפֿשטעלן. און זאָל אױף אײַרע קאָפּ חל זײַן די ברכה ברוך אשר יקום דברי התורה הזאת.