הדרכה לאברכים
גײט ער צו צו אײנס פֿון די פֿרישע יונגעלײַט. ער, כּלומר דער בעל הבינה, איז פֿון די װאָס פֿאַרמאָגן אַ געװאַלד חכמה און דעת, אַזױפֿיל אַז כאָטש זײ רעדן געהעריק מיטן עולם האַלטן זײ אַסאַך צוריק װײַל זײ גלײַכן נישט אינגאַנצן דעם עולם. 'ע, װער װעט מיר דאָ דען פֿאַרשטײן' טראַכטן זײ בײַ זיך װען ס'קומט זײ אױפֿן צינג אַ פּערלטשטײן, אַן אָטענטישע שטיק חכמה. זײ דרײען זיך אַרום װי ר' נחמנס װאָס זיכן אַ ר' נתן.
קומט אָבער אַרײַן אין שיל אַ פּנים חדשות, אַ גאַסט פֿון חוץ־לארץ, אַ ירושלימער משולח, אַ מחותן, אַ שליחא דרחמנא אָדער, װי אין אונזער פֿאַל, אַ פֿרישע יונגערמאַן איז בײַ זײ יום־טוב. זײ שטעלן זיך צו סמוך ונראה ונשמע, לאָזן פֿאַלן פֿון די זעלטענע פּערל װערטער װאָס סתם אַזױ האָבן מיר די בני מתא נישט די זכייה צו הערן, לאָזן פֿאַלן אַ בליק צום גאַסט צי ער האַלט מיט, צין אים אַרײַן מיט די אױגן אינעם שמועס אַרײַן און מיטאַמאָל זענען זײ מיט יענעם פּאַניעבראַט און לאָזן אים נישט צורו. אַנדרע רופֿן דאָס קירוב רחוקים.
גײט אונזער בן בינה און שטעלט זיך צו צו חתן דינן, אַ פֿרישע יונגערמאַן, נאָרװאָס חתונה געהאַט מיט אַ האַלץ פֿיל מיט ליבע־נגעים. אַ גוזמא, אָבער מיר רעדן דאָ נישט פֿון אַ שנה ראשונה, קױם אַ חודש ראשונה. דער פּלאַסטיק פֿון זײַן טלית באַרטל האָט קײן קנײטש נישט, זײַנע רבינו תם רצועות גלאַנצן, זײַן טלית שמעקט פֿון מאָל־באַלן און ער קוקט נאָך אין סידור צו זאָגן מה יקר. מען האַלט שױן נאָכן דאַװענען װען אײנער זינגט זיך אונטער בשעת ער דרײט די רצועות, נאָך אײנער דערצײלט חידושים פֿון דער ראַדיאָ, אַ סאַך זאָגן דעמאָלסט די זעקס געדענקענישן, די דרײַצן גלױבונגן און פּרשת המן און דער בן־ארבעים־לבינהניק גײט צו צום יונגעמאַנטשיק אים אַביסל מקרב זײַן. אױף אָנצוּװאַרעמען דעם שמועס הײבט ער אָן 'ס'איז דיר געלונגן אַרײַן צו גײן אינעם כּולל?' איך האָב נישט מצליח געװען צו הערן פֿון װעלכן כּולל מען האָט גערעדט. דער בן בינה האָט געװאָלט װיסן 'האָסט דיך געדאַרפֿט בעטן?'
דערנאָך מערקט ער אַז אױפֿן יונגערמאַנס רעקל פֿעלט אַ קנעפּל. 'װען מאַן װאַב פֿלײגט ביגלן מאַנע העמעדער, יעצט מאַכט עס אַ גױטע, זי האָט שױן נישט קאַן כּוח, אַז איך האָב עס אָנגעטין און איך האָב באַמערקט אַז זי האָט נישט ציגענײַט אַ קנעפּל װאָס זי װאָלט געדאַרפֿט באַמערקן אַז ס'פֿײלט האָט איך עס אַװעקגעטראַסקעט אַז זי זאָל עס פֿאַררעכטן. איך האַלט נישט זאָלסט אַזױ טין אָבער אַזױ האָב איך געטין.'
——————————————————————————————
מיט אַפּאָר טעג צוריק האָט זיך בײַ מיר געמאַכט אַ שאלה. איך װעל נישט אַרײַנגײן אין מער פּרטים וכּבוד אלקים הסתר דבר אָבער דער מבין װעט שױן יבינען פֿון דאָס קעפּל במה דברים אמורים. און אַז ער װײסט נאָך אַלץ נישט זאָל ער קוקן אױפֿן לוח און זען װעלכע פּרשה מען װעט לײענען די װאָך שבת. און אַז פֿון דעם װײסט ער אױך נישט זאָל ער אױפֿמאַכן די צײַטונגן אָדער לײענען דער לוח מודעות אין שיל װעט ער שױן באַלד זען דער אָנשיקעניש פֿון שיעורים אין 'הלכות הנחוצות לכל בית יהודי' און אַלעס װעט קלאָר װערן.
דער נאַטירליכער פּלאַץ צו גײן פֿרעגן שאלות איז צו אַ רב. האָב איך אַ מנהג אַז װען ס'קומט צו די אינטימישע ענינים גײ איך אין ערגעץ נישט. ס'איז מער ענדערשער אַ חומרא װי אײדער זיך צו־נאַר לײגן פֿאַר אַ לאַנגע באָרד. כאָטש איך האַלט אײַן אַלע דינים, זעט מיר אױס דאָס גאַנצע געשלעפּ פֿון שאלות װי אַ סאָרט אונטערטעניקונג פֿון די מאַסן צו די רבנים, און מיטן זיך אױסטון פֿאַר זײ, פֿיגוראַטיװ גערעדט, טון זײ אײַננעמן אַ חלק פֿון אונז. כּלומר, מיט דעם װאָס װי די פֿרעש קריכן זײ אַרײַן אין די שלאָף־צימערן מיט דעם האָבן זײ אױף אונז אַ שליטה װיבאַלד אין ערגעץ קען מען זיך פֿון זײ נישט אױסבאַהאַלטן.
האָט זיך דאָס מאָל געמאַכט אַז איך האָב יאָ געדאַרפֿט פֿרעגן. איך מיז מיך מתוודה זײַן, און איך שטאָלציר נישט דערמיט, אַז איך האָב מיך פֿײַנט באַקומן און אױך פֿײַנט באַקומן די רבנים. צו דער תורה און די רבנן האָב איך נישט קײן טענות װײַל די תורה איז אינגאַנצן אומשולדיק אין דעם אַז די רבנן האָבן געמאַכט אַ באָרד דאָרט װוּ עס איז אַפֿילו קײן גאָמבע נישט דאָ. װײַטער די רבנן זײ זענען געזעצן און געמאַכט תגין לאותיות און געדרשנט דרשות לרחצה אָבער אין דער זעלבער צײַט פֿאַרנעמט נדה נישט מער װי אײן מסכת אין ש"ס.
בזמן הזה אָבער האָט מען אַרױפֿגעריקט די הלכות צום אױבן אָן און מען האָט אַרױסגענומן טהרת המשפּחה פֿון דער שלאָף־צימער און מען שלעפּט עס אַרום װי מרדכי אױפֿן פֿערד. װעלן מענטשן זאָגן, 'שובבי"ם,' 'ס'איז דאָך פֿון דער אר"י הקדוש,' 'ס'איז נישט קײן הײַנטיקע מעשות.' רבותי, װי װײַט איך װײס און פֿון אַלעס װאָס איך האָב געהערט און געלײענט אױפֿן ענין איז שובבי"ם צו טון בלױז מיט מאַסטורבאַציע. הײַנטיקע צײַטן האָט מען אַזױ טיף באַגראָבן אַלע סעקסואַלע באַציונגן אַז פּשוט צו מקיים זײַן דעם ודבק באשתו איז געװאָרן אַ האַלבע עבירה. צו דעם לעבן מיר אין אַ זמן װאָס מען איז פּאַראַנױד איבער הלכה. פּונקט װי דער אָנשיקעניש מיט הלכה ספֿרים האָט אָנגעברענגט אַז מען קען זיך קױם רירן אױף שבת אָן צו ערװעקן אַ פֿרישע שאלה אַזױ ברענגט מען אַרײַן טהרת המשפּחה אין דער זעלבער ספֿערע אַז פֿאַר מען געבט אַ קיש מיז מען ערשט לױפֿן פֿרעגן. דערצו איז דאָ דער פֿאַרברײַטערונג פֿון עסקי ציבור.
אױף אבות ובנים, דאָס לערנען פֿון טאַטעס מיט קינדער מוצאי־שבת און דווקא אין שיל, האָט מען גענומן אַ פּשוטע פּריװאַטע באַציונג צװישן טאַטעס און קינדער װען מען פֿאַרהערט די קינדער שבת צי מוצאי־שבת און מען האָט עס טראַנספֿערירט צום ציבורישן טאָפּ. און אַז ס'ליגט בײַ ציבור װערט עס באַלד אַ פּרנסה און אַז ס'װערט אַ פּרנסה װערט עס װידער פּריװאַט. דער חילוק איז בלױז אַז פֿריער איז עס געלעגן בײַ יעדער טאַטע אין די הענט און הײַנט ליגט עס בײַ די שליחי דרחמנא. ס'איז נישט אַנדערש בײַ די טהרת המשפּחה שיעורים. מען האָט שטענדיק אױסגעלערנט חתנים און מײדלעך זײערע הלכות פֿאַר זײ האָבן חתונה געהאַט און אַלעדיקט. איך געדענק נישט אַז די רבנישע דרשות ספֿרים זאָלן זײַן פֿיל מיט הלכות נדה. זענען געקומן די הײַנטיקע פֿירנעמערס און געפֿונען אַן אָפֿענעם טיר סײַ אױף נאָך מער צו אונטערטעניקן דעם עולם און סײַ אױף אַ פּרנסהלע אין דער זײַט אױך. קומט אַצינד יעדעס יאָר שובבי"ם און מען קען נישט פּטור װערן פֿון די גאָט פֿאַרזאָגערס װאָס מאַכן אױף יעדן װינקל נאָך אַ שיעור און נעמן אַרױס גאַנצע בלעטער אין די צײַטונגן צו פּובליצירן װיפֿיל שיעורים זײ שטעלן צו. און װאָס גײט מען דען זאָגן? אַז אױב ס'איז אַ שאלה יעשה שאלת חכם. װײַל הײנטיקע צײַטן װאָס גאָר װײניק מענטשן לױפֿן צו רבנים מיט הינדלעך, כּשרות ליגט אין די הענט פֿון די מאָלטי־נעשנעלס, אתרוגים דאַרף מען בלױז אײן מאָל אַ יאָר, ציצית און תפֿילין קױפֿט מען גרײט איז װאָס דאַרף מען אַ רב אױסער אױף די סאָרט שאלות. נעמט אַרױס הלכות נדה פֿונעם פֿאַרגלײַך און הונדערטער מו"צן זענען אַרבײַטסלױז. ס'איז אױך צו מערקן װי די אַלע שיעורים זענע כּמעט בלױז פֿאַר מענער װען די הלכות קערן זיך בעיקר אָן צו װײַבער. נאָר װאָס דען, דאָס איז אַלעס נישט מער װי אַ פֿרישע מיטל צו אונטערטעניקן דעם עולם דורך זײ קאָנטראָלירן אין זײערע פּריװאַטסטע מאָמענטן.
איך האָב טאַקע אָנגערופֿן דעם רב, ער האָט מיר געפּסקנט טמא װען ס'איז דאָ גענוג אחרונים װאָס האַלטן כּשר. איך האָב פֿון דעם געװוּסט נאָך פֿאַרן פֿרעגן אָבער איך האָב אַלץ גערופֿן און דערמיט פֿאַרלענגערט אונזערע קאָלעקטיװן גלות. צי ס'איז ראָזנבלום צי די טהרת המשפּחהניקעס, קײנער װעט אונז נישט אַרױסנעמן פֿון אונזערע גלות סײַדן אַז מיר לײזן זיך נישט אַלײן אױס. דערװײַל גײן מיך אַלץ טיפֿער אַרײַן. אײן טרײסט איז דאָ אַז ש'שטײט אַז משיח װערט געבױרן אין תשעה באב, כּלומר דווקא אין די נידעריקסטע צײַטן.
————————————————————————————————————
נאַך אַ שאלה איז נולד געװאָרן בײַ אונז אין דער הײם. איך האָב געשפּילט סקראַבל מיט מײַנע קינדער. מײַן זין האָט געװאָלט מאַכן דער װאָרט 'סעם' (sem) און איך האָב געטענהט אַז עס עקזיסטירט נישט אַזאַ װאָרט. איך האָב אים אױפֿגעװיזן מיט עס אױפֿזיכן אױף דער סקראַבל זײַטל װוּ עס געפֿונט זיך אַ װערטער בוך. ער האָט אָבער געטנהט געװאַלד אַז אװדאי איז עס אַ װאָרט, זײַן שװעסטער־קינד האָט דאָרט געלערנט און איך זאָל אים זאָגן װעלכע שפּראַך עס איז אַז נישט ענגליש. נו, װאָס פּסקנט איר? ס'איז מותר צי נישט?
