יום ראשון, פברואר 13, 2005

מי יודע פּשר דבר?

אַ לײענער האָט מיר געשריבן אַז בײַ אים אױפֿן עקראַן זענען די פּינטלעך אױף דער זײַט פֿון די אותיות און נישט איבער אָדער אונטער די אותיות װי זײ דאַרפֿן צו זײַן.

װי װײַט איך װײס נוצט מײַן פּראָגראַם יוניקאָד utf-8 און אױף מײַן עקראַן װי אױך אױפֿן עקראַן בײַם אַרבעט און װען איך באַזוך אין אינטערנעט קאַפֿײען זענען די פּינטלעך אױפֿן ריכטיקן אָרט, נאָך דעם װאָס איך װעל אױס יוניקאָד פֿון דער ליסטע אין ענקאָדינג.

קען עמעצער העלפֿן?

הוועד להפֿצת המעיינות החוצה

5 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

Intenet Explorer is fine by me it's just in FireFox that I have this problem, but then again what don't you sacrifice just to hear some "chideeshe Torah" from the Rabbi.

Rebecca אמר/ה...

It works fine for me in IE too, but not in Firefox. If anybody figures out how to fix it in Firefox, let me know, please!

קטלא קניא אמר/ה...

אַ לײענער האָט מיר געשיקט אַ לינק צו www.shoshke.net/uyip/mhd-uyip-keybd.htm

און אַז דאָרט געפֿונט זיך אַ תקנה פֿאַר די אפּיקורסים און די איפּכא מסתבראס װאָס װילן להכעיס נישט נוצן מיקראָסאָפֿט.

איך װאָלט מיך מיט דעם גערן באַנוצט און איך באַנוץ מיך שױן מיט שאָשקעס פֿאָנעטישע קלאַװיאַטור. דאָרט שטײט אָבער בפֿירוש אַז מיט יענער קלאַװיאַטור קען מען נישט קלאַװיאַטורן פֿאָנעטיש ומה אעשה אַז איך קען נישט דער אױסלײג פֿון די העברעישער שליסלעך.

אפֿשר קען מיר עמעצער שרײַבן װאָס באַנוצט זיך מיט דעם צי עס איז טאַקע אַזױ אַז ס'אַרבעט נישט פֿאָנעטיש.

קטלא קניא אמר/ה...

דאָס שרײַב איך אױף פֿײַרפֿאָקס װאָס איך פּראָביר יעצט אױס צום ערשטן מאָל. אַ שטיקל עצה איז דאָ אױסצוּװעלן 'קײן סטיל' אין בלאַט סטיל אונטער 'זע'. ס'איז אַלץ נישט װי עס דאַרף צו זײַן װײַל דער פֿאָרמאַט פֿונעם בלאַט װערט פֿאַרלױרן און די שורות לױפֿן פֿון לינקס צו רעכטס, אָבער לכל הפּחות די פּינטעלעך שטײן אַלע אױפֿן אָרט.

אנונימי אמר/ה...

as someone mentioned above. If ur usingnetsapce it wont display properly, so just view the rebbe's shlita's blogs in IE. every computer has IE.

- Shipitevker Guen