...נעשו לאבותינו במצרים און נאָך צען על ים סוף און ווידער צען אין דער בית המקדש. פאַרוואָס דער באַשעפער איז באַליבט אין דער פיגור צען ווייס איך נישט. נסתרה דרכּי מה´. איך האָב אַלץ געמיינט אַז אין הימל איז אַ חשיבות דער נומער זיבן, וביום השביעי שבת שבתון, בחודש השביעי ירח האיתנים, ספירת העומר, שמיטה, יובל און נאָך. אָבער אַז חז"ל זאָגן צען נסים האָבן דאָך חז"ל געוווּסט וואָס זיי רעדן און מיר האָבן נישט וואָס צו פרעגן.
אין אמתן איז דער נומער צען טאַקע נישט אַזאַ גרויסע גדולה און ווען דער אייבישטער וויל קען ער טון נסים פיל מער ווי צען. היד ה´ תקצר?! האָט משה רבינו געפרעגט און אַסאַך מער ווי צען פייגל זענען אים אַרויסגעפלויגן פון דער נאָז. אפשר אין מצרים ווען די ייִדן זענען געווען איינגעזונקן אין מ"ט שערי טומאה, און ביים ים ווען עס איז געווען אַ קטרוג הללו עבודה זרה והללו עובדי עבודה זרה, און אין בית המקדש ווען עס איז געווען שנאת חנם, און לא ברכו בתורה תפלה וסוף, און העמידו דבריהם על דין תורה האָבן זיי נאָר באַקומן צען נסים. אָבער בזמנינו וואָס מען זאָגט ברכו בתורה מיט אַזעלכע שאָקעלדיקע כּוונות אַז די אותיות פון דער ספר תורה ווערן אָנגשפּיגן אָבער דער תורה ווערט נישט פּסול, און מיר זענען מעמיד דברינו נישט נאָר על דברי תורה נאָר אויך אויף די ווערטער פון גדולי התורה און אויף יעדער ספק־ספיקא פון אַ ספק־ספיקא און אויף אָטיסטישע קינדער וואָס זאָגן מער נביאות ווי יחזקאל בן בוזי, און מיר האָבן נישט שנאת חנם ווייל וועם מען האָט פיינט קומט זיך עס מנה אחת אפים און פון די טויזענעטע שנאות איז נישט דאָ אפילו איינס וואָס איז אומפאַרדינט, אין אַזאַ דור קומט זיך אונז זיכער פיל מער ווי בלויז צען נסים. און ווי עס האָט זיך אויסגעשטעלט אין מומבאַי האָט מען געזען אָפענע נסים עשרת מונים וואָס קען נאָר זיין בזכות דעם וואָס מיר לעבן אין אַזאַ דור דעה.
ראשית כּל דאָס וואָס מיר וויסן אַזוי גוט יעדער טראָפּן בלוט וואָס האָט זיך דאָרט פאַרגאָסן איז איינס פון די נסים וואָס דער אייבישטער האָט מיט אונז געטון. מיר דאַרפן זיך ברוך השם נישט פאַרלאָזן אויף סי.ען.ען ווייל מיר האָבן אייגענס. היימישע צייטונגן על טהרת הקודש אָן חשש פון לשון הרע אָבער מיט גלאָסי געפאַרבטע פאָטאָגראַפן פונעם גרעסט ביזן קלענסטן גדול הדור. אָנע קאָמענטאַרן, ווייל לב מי לא יחרד צו שילדערן די דערהויבענע מינוטן אין דער אָנוועזנהייט פון קדושי עליון. און אַז מען קאָמענטירט קענען דאָך די ברודערס חסידים, די שוואָגערס שווענץ און די סתם מתנגדים מקיים זיין ויצת אש בציון איבער רופן אַ ברוקלינער געבוירענער מיטן פאַלשן טיטל פון אַ בעסעראַבישן דערפל. איז עס פיקוח נפש און מען זאָגט גאָרנישט. האָבן די אָ מאַגאַזינען וואָס מען דאַרף גונז זיין מיט שמות אונז צוגעשטעלט, הודו לשם, פּאָרנאָגראַפיע למהדרין מן המהדרין. בלוט צושפּריצט אויף ווענט, בלוט אויסגעשמירט אויפן פּאָדלאָגע, בלוט אויף ליילעכער, בלוט אויף שמאַטעס. אעיקר בלוט. וואָס רויטער און גלאַנציקער אַלץ געזונטער צום הרהור תשובה. מיר וואַרטן בלויז אויפן נייעסטן מחזור המפורש מיט בילדער אויף דמם נשפך עליך כמים און אַן ענגלישע ביך פון אַ קירוב אָרגאַניזאַציע מיטן טיטל, ´קידוש השם אַז יווו נעווער סין איט ביפאָר.´
און דאָס אַליין איז אויך אַ נס בתוך נס. ווייל פון וווּ קען מען באַקומן אַזעלכע געשאָנקענע בילדער מיט אַזאַ געלונגענעם פאָקוס? האָט גאָט מיט אונז געטון נאָך אַ נס. ער האָט אונז געגעבן אַ בלוט דאָרשטיקע אָרגאַניזאַציע וואָס ווי אַ מענטשן פרעסענדיקע וואַלפיש קענען זיי אויסשמעקן אַ טראָפּן בלוט אין מיליאָנע פּיקסלס. כּי אין מלה בלשוני, מען דאַרף זיי ניטאַמאָל מעלדן און זייערע ריח הקודש דערציילט זיי שוין אַז ערגעץ וווּ קען מען שמעקן בלוט, און ווי נבונים וואָס זענען מבין דבר מתוך דבר פאַרשטיין די חתני דמים אַז בכל מקום שאתה מוצא דם שם אתה מוצא אַ געלעגענהייט מיטן עין רואה פון קאַנאָן און ניקאָן. ביים מכּת דם שטייט אויך אַז נישט נאָר דער אייבישטער קען ברענגן בלוט נאָר ´ויעשו כן חרטמי מצרים´. בלוט איז נישט קיין קונץ נאָכצומאַכן.
מיינט נישט דאָס איז אַ קליינער נס. פאַרשטריימעלטע ייִדן און פאַרטיכלטע ייִדענעס, פאַרפּיאהטע ייִנגלעך און פאַרלאָשיק־עקלטע מיידלעך וואָס מעולם לא טעמו טעם חטא קענען זיך מחיה זיין אויף די פּעקלעך איינגעוויקלט אין טליתים מיט צוויי לעכט צו קאָפּנס און וויסן אַז חלילה קוקן זיי נישט אויף אַ פרוי אינעם פּרצוף. פון ווען זיי האָבן געלעבט האָט מען קיין פרוי חלילה נישט געוווּזן נישט מכשיל צו זיין שוואַכע נשמות אין משיחס צייטן מיט פאָטאָגראַפן פון לאַנגע שייטלן אָבער ווען זיי זענען טויט זענען זיי דאָך רשות הרבים מדאורייתא און הותר דמם. נישט זיי זענען אָבער די אמתע העלדן. פון די אָטענטישע נחשונים האָבן מיר באַקומן בילדער ווי פון די כּהנים בעבודתם. נישט בלויז כּהנים נאָר ווי דער כּהן גדול אויף יום־כּיפור. ער איז אַריין און אַרויס פון לפני ולפנים צו דער עזרה און פּשט בגדי לבן ולבש בגדי זהב און אַזוי אַהין און צוריק זיך צו באַשעפטיקן מיט שפּריצן בלוט פון קרבנות. אַזוי האָבן מיר געהאַט בילדער פון די מוסרי נפש אין ווייס, און בילדער אין געל, און בילדער מיט וועסטלעך, און בילדער מיט בלוט, און בילדער מיט דורך געשאָסענע ספרי תורה און ביי די שטיגן פון אַ פלוגער שמחים בצאתם וששים בבואם אויסגעשורהט ווי מחותנים ביים הויכפונקט פון זייערע שמחה. אַ שהחיינו האָבן זיי אוודאי געמאַכט נאָכן הטוב והמטיב.
די אַלע נסים זענען אָבער אַלע כּקליפּת השום קעגן דעם נס פון דער לוייה. דאָס אַז מען האָט בכלל געהאַלטן אַ לוייה איז אַליין אַ שטיקל נס ווייל בכדי מתיר צו זיין אַן עגונה האָט מען אויפגעהאַלטן אַ לוייה מיט אַפּאָר שעה. ווי יעדער ווייסט אַז מען פאַרהאַלט אַ לוייה אפילו אויף צען מינוט ווערן באַלד מהומות אין די געסער פון ירשלים און מיסט הייבט אָן ברענען ווי קוילן ווייל כּבוד המת איז נישט קיין שפּיל. און אַז די פּאָליציי האָבן געהייסן, נו, איז וואָס? אויך מיר פּוסקים. וואָס איז דאָ מורא צו האָבן? רציחה? ביי אונז איז עס נישט פאַראַן. די וואָס גיין על דרך התורה רצחנען נישט. איי אַ קינד איז אַוועק און עפּעס איז נישט פויגלדיק מיט די עלטערן? הייבט זיך נישט אָן. דער יונגערמאַן לערנט אין כּולל, ער האָט זיך פאַרהערט 600 משניות ביי די צען יאָר אַלט און דריי מסכתות נאָך איידער ער איז אונטערן חופּה געגאַנגן. דאָ אָבער רעדט זיך איבער אַן עגונה און מען דאַרף דער גוף אויף עדות און די גדולי הפּוסקים ציען זיך די בערד אַז אַ וועלט איז נישט הפקר און זיי האָבן אויך מומחים. נישט אויף די ען איי, אָבער מומחים מכל מקום, און מען קען נישט באַגראָבן ביז ווי לאַנג מען שטעלט נישט פעסט מי ומי הנקברים. און דרך אגב שטיין די רבבות און זען די כח ביד חכמים אָפּצושטעלן אַ קבורה אפילו אינעם קרתא דשופריא ויאמינו בה´ ובמשה עבדו.
און אַז עס איז שוין געוואָרן ויהי בנסוע הארון איז געקומן ווידער אַ נס. דער נותן לשכוי בינה האָט אַריינגעלייגט אין די קעפּ פון די מתעסקים אַז מען זאָל אָנקלעבן אַ צעטל אויפן סטענדער פון די מספידים אַז וכל העם ישמעו ויראו וווּ מען זאָל באַצאָלן פאַרן אומגליק. אמת מה נהדר צו זען ווי תיכף לסמיכה שחיטה און תיכף לתלמידי חכמים ברכה, באַלד נאָך מען האָט געשחטן די בעלי סמיכה האָבן די גדולי התורה געברענגט אַ ברכה. ווי אַלקעמיסטן האָבן זיי אַ חוש צו מאַכן פון טרערן גאָלד און פון דער יאָמער פון געוויין אַ קלאַנג פון מטבעות. וואַרט נאָר אויס אויף די בילדער ווי זיי זענען מנדב אין דער שניט פונעם פּושקע און מאַכן כּפּרות אויף טשעק ביכלעך אויף ערב יום־כּיפּור. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול כּסף וקול זהב קול מצהלות גזברים בלשכותיהם וגבאים בחדרי משכיותם ברוך אתה ה´.
קומט מען אַהיים פון דער לוייה און מען מיינט אַז די נסים האָבן זיך שוין אָפּגעשטעלט. מען קלערט זיך לא עביד הקב"ה ניסא למגנא און אפילו ביים באַשעפער מיז זיין אַ שיעור וויפיל נסים ער וועט מאַכן אין איין שאָס. אָבער אַזוי ווי מיר טון מיר פיל מאָל אונטערשאַצן די ראשי הדור און מען מיינט אַז מען האָט שוין געזען זייערע גאַנצע גדלות אַזוי אויך קען דער אייבישטער אונז ערשטוינען. מען האָט שוין געוויינט, מען האָט שוין געגעבן, מען איז שוין זאַט מיט תהילים, הייבט זיך אָן מיטן נס פון אמונה פּשוטה.
פאַרשטייט זיך אַז זוכן סבות צו פורעניות איז אַ זאַך וואָס מען באַשעפטיקט זיך נאָר ווען אַ פירמע פון מחללי שבת כאַפּט אַ קלאַפּ, אָדער ווען עמעצער וואָס טשעפּעט מיט חרדישע אינטערעסן באַפאַלט אַן אומגליק דעמאָלט זעט מען בגלוי דעם ואכבדה בפרעה און דער אָפענער יד ה´ וואָס נאָר אַ טפּש וואָס פאַרמאַכט זיך ווילנדיקעהייט די אויגן קען לייקענען אַז אית דין ואית דיין. אָבער ווען עס באַפאַלט אַן אומגליק פאַר ערליכע ייִדן קען עס זיין ווייל יחידים רעדן ביי יהא שמיה רבא און ווייל יחידות ווילן נישט אויסזען ווי זייערע עלטער באַבעס. אָבער אויסער דעם זענען מיר פולקום, בשלימות, ללא סיג ופגם. ממש אַ פּלא וואָס משיח איז נאָך נישט געקומן, אָדער בעסער געזאָגט ממש אַ פּלא וואָס דאָס האָט פּאַסירט דווקא ביי די וואָס האַלטן אַז משיח איז שוין דאָ.
און אוודאי פאַרדעם האָבן אנחנו מאמינים בני מאמינים זוכה געווען צו זינגערס וואָס מיט זייערע צוועלף מיט אַ האַלבן קבין שעפערישקייט האָבן זיי ברוך השם אונז נישט אַנטוישט מיט זייערע פאַרפּאַסונגן לרגל דער געוואַלדיקער קידוש השם. עס איז נישט אַ גוזמא צו זאָגן אַז זיי שטייגן איבער דעם נעים זמירות ישראל פיל פאַכיק. דוד המלך האָט נישט אַריינגעלייגט ´אוי וויי´ אין זיינע פאַרפּאַסונגן, דוד המלך האָט נישט אַרויפגעלייגט אויף יו־טיוב ווי ער מאַכט מיט די הענט, דוד המלך האָט אַ קאַפּיטל כּאשר בא אל בת שבע און בזמנינו וואָלט מען אַזוינע פּאַסקודסטווע נישט טאָלאָרירט, און דוד המלך האָט אוודאי נישט געוווּסט וויאַזוי צו כאָרעאָגראַפירן אַ שדים טאַנץ צום פּויקן קלאַפּ פון אַ קינדס געוויין . ועל כּולם, דוד המלך האָט געמעגט פרעגן ´למה ה´ תעמוד ברחוק תעלים לעתות בצרה?´, ´למה ה´ תזנח לנצח?´ מה שאין כּן אונזער דור האָט חלילה נישט אַזוינע קושיות און מיר גלייבן באמונה שלמה אַז אַלעס וואָס באַפאַלט אונז איז מאַקסימום ווייל מיר האָבן נישט גענוג אחדות און מיר ווערן מיר נכשל אין דעמאָקראַטישע וואַלן. אויסער דעם איז והאמין בה ויחשבה לו צדקה. פרעג נישט קיין קושיות און לייג אַריין דער האַנט אין קעשענע און דאַווען חדש ימינו כּקדם, מיר זאָלן האָבן דער אחדות פון דער סאָוויעטישן פאַראיין ווען מען האָט אויך נישט גהאַלטן וואַלן און מען האָט געטון ווי די עיני העדה האָבן פאַפוילן.
לאָמיר מסיים זיין אַז אין די אָ שווערע צייטן איז אונזערע אמונה פּשוטה אוודאי דער גרעסטער לימוד זכות. מיר זענען זיך מוסר נפש ע"י שליח, מיר זענען מקריב קרבנות מיט אַ במקום, מיר קומן אום על קידוש השם דורך פאַרטרעטערס, מיר נאַשן פון דעם גרויל פונעם שלאַכטהויז אין פאַרברייטערטע אויסגאַבעס, מיר זויפן זיך אָן פון דער אָרגיע פון בלוט און מאָרד אויף פּלאַזמאַ עקראַנען און אף על פי כן זענען מיר זיך נישט מתרעם כלפי מעלה. אשרי עין ראתה כּל אלה!