יום רביעי, יוני 10, 2009

הכנה דרבה ב´

מיינט נישט מיר האָבן מיר פאַרגעסן דעם צוועק פון אונזער רייזע איבער די נתפסים על דברי תורה. מיר זענען מיר געווען שרוי בתענית און נאָכן לעקך און בראָנפן האָבן מיר גאָרנישט אין מויל גענומן. מיר האָבן ווידער געהאַט אַ שאלה צי ווען מען פאָרט קיין מזרח און מען יאָגט אָן אַ טאָג צי דאָס ווערט גערעכנט פאַר אַ באַזונדערע טאָג און מען דאַרף משלים זיין פּרק שירה. עס איז געוואָרן אַ גרויסער פּלפּול. ר´ זעליג האָט געהאַלט ביי סוס אומר און האָט נישט געקענט רעדן. מיר האָבן מיר געברענגט אַ ראיה פון יעקב אבינו ווען ער האָט זיך געראַנגלט מיטן מלאך האָט דער מלאך געזאָגט שלחני כי עלה השחר, זאָגט רש"י אַז ער האָט געדאַרפט זאָגן שירה. איז דאָך שווער ער האָט דאָך געקענט זאָגן דאָרט צוזאַמן מיט יעקב ווייל יעקב האָט דאָך אוודאי געזאָגט פּרק שירה שנאמר ויהי לי שור וחמור. והקושיא ידוע ווי קען זיין אַז דער בחיר שבאבות האָט זיך געפּאָרעט מיט אָקסן און אייזלן? אלא מאי ער האָט געזאָגט דער שירה פון אַ שור וחמור, אם כּן איז דאָך שווער אַז דער מלאך צוזאַמן מיט יעקב האָבן זיך געקענט שטעלן אין אַ ווינקל לעבן די בתי כבוד און זיך אַראָפּלאָזן די פּיאות און געבן אַ דאַוון אָפּ כּמנהג יוצאים לדרך. אלא מאי וויבאַלד יעקב האָט אָנגעיאָגט אַ טאָג ווי עס שטייט ויזרח לו השמש האָט ער נישט געדאַרפט זאָגן שירה ממילא האָט דער מלאך נישט געהאַט מנין האָט ער געדאַרפט שנעל צוריק גיין. כנלע"ד.

אַכּלל, טרעפן מיר דעם דאָלמעטשע ונתן לי שלום והחזרתי לו שלום און איך האָב באלד געהערט פונעם אַקצענט אַז דעם האָט מען געשמיסן אין היימישע חדרים. פרעג איך אים פון וואַנעט איז אַ ייד, ענטפערט ער פון טאָקיאָ. איך קוק אים אָן און ער קוקט צוריק. איך פרעג אים צי מען קען דברנען אַביסל די מלאכי חבלה זאָלן נישט פאַרשטיין, און ער זאָגט אַז עס איז נישט דאָ וואָס צו רעדן, איך זאָל זאָגן מיין דרשה און ער וועט איבערטייטשן. זאָג איך אים, פאַר דעם מיינט איר דאַרף איך אייך האָבן? איך קען דאָך רעדן אין יידיש די הערצער זאָלן פאַרשטיין. איך גיב אים צו פאַרשטיין אַז אַ גוטער דאָלמאָטשער דאַרף קענען אַביסל ממתיק זיין אויך אַז טאָמער קומן אַרויס נישט ריכטיקע ווערטער, ענטפערט ער אַז אויף ממתיק זיין זענען פאַראַן אַדוואָקאַטן און ער וועט בלויז זאָגן טייטש. זאָג איך אים אויף טייטש איז דאָ אַ בית יהודה און מען דאַרף אויך אַביסל קענען דעם פיפטן חלק שולחן ערוך. איך האָב מיך איינגעהאַלטן פון צו ניצן דעם אוראַלטן יידישע סטראַשע פון כי אם החרש תחרישי בעת הזאת וואָס האָט שוין מציל געווען גאַנצער בית החיימס, זאָנינג געזעצן און לענדלאָרדס ביי וועם דער סטים האָט זיך צובראָכן אויף ראש חודש שבט.

איך האָב אים לכּתחילה געפרעגט אין וועלכער ישיבה מען לערנט יאַפּאַניש, ענטפערט ער, ער האָט געלערנט אין קאָלעדז. פרעג איך אים צי אין האַרוואַרד, זאָגט ער אַז ניין. אַהאַ, זאָג איך אים, אָקספאָרד אוודאי. זאָגט ער, אויך נישט. איז וווּ יאָ? פרעג איך. זאָגט ער אין סיראַקוזי. זאָג איך אים, אַזוי, סיראַקוזי איז שוין אויך אויפן מאַפּע? ווער איז דאָרט דער ראש ישיבה? ער האָט ניטאַמאָל געשמייכלט. אַזוי גייט עס מיט די יידן. זיי מיינען זיי ווייסן שוין עפּעס קענען זיי שפּעטן פון יראי השם. נו, אויף נישט צו זיין אַ משורר, זאָג איך אים, האָסט דו דאָך שוין געקענט גיין אין סלאָבאָדקע. איך האָב געוואָלט מוסיף זיין, דיין גאַנצע דאָלמעטשריי ווייסט דו פון טייטשן תנו רבנן ביים רבין איז וואָס ווערסט דו אַזוי קליג? איך האָב אָבער מורא געהאַט אַז ער קען נאָך אינטערשטעלן אַ פיסל און להכעיס שלעכט איבערטייטשן. אויף אַזאַ עוכר ישראל קען מען זיך נישט פאַרלאָזן. ערגער נאָך ווי אַ גוי וואָס ווייסט אַז פאַר אַ ייד מיט אַ ברייטער קאַפּעליטש און אַ לאַנגער באָרד האָט מען דרך ארץ. איך האָב אָבער געשוויגן. איך האָב געזען אַז מיט דעם מומר להכעיס וועל איך קיין שפּראַך נישט האָבן. ווען ער זאָל זיין אַ בן אחר בן פון נבוכנצר וואָלט איך פון אים מער געהאַט און דאָ איז דיני נפשות פון דריי בחורים ואני אנה אני בא.

ווי דער כּהן גדול איידער יום קדוש הוא פורש והם פורשין, מיר האָבן זיך פון אים אָפּגעשאָקלט און די אַרומיקע עסקנים האָבן שוין פאַרשטאַנען אַז מען דאַרף אַביסל שמירן. מיר האָבן זיך איסגעדרייט צו קישן דער פּרוכת ווי מיר טון אַלץ פאַר אַ דרשה און מיר האָבן געכאַפּט אַז מיר שטיין נישט דאָ שבת הגדול אין שיל צו פשטלן אין ועצם לא תשברו בו נאָר אין אַ בי"ד הגדול להבדיל און יעדעס וואָרט וועט מען מעסטן. אַ ציטער האָט מיר אָנגעכאַפּט ווי ביי זוחלים ורועדים מאימת בואיך. באותו שעה איז שטיל געוואָרן אין געריכט ממש ווי ווען אַ רבי קומט אַריין צום טיש. אַלע האָבן זיך אויפגעשטעלט כאָטש מען האָט נישט געזינגן שאו שערים ראשיכם און נישט ימים על ימי. די אַדוואָקאַטן האָבן זיך אויסגעלייכט די קראַוואַטן, די חסידים האָבן זיך צוגעצויגן די גאַרטלעך און זיך אויסגעגלעט די בערד און דערלאַנגט אַ דריי אינעם פאה. אַ טיר האָט זיך אויפגעמאַכט אַ טיר און ויבא, דער שופט איז דאָ.

תוך כּדי דיבור אָן אַ יעמוד, אָן אַ ברשות, רופט מען אונז אויף און מען איז אונז מכבד מיט אַפּאָר ווערטער. מיר האָבן פאַרזיכט זיך שמייכלן מיטן ריכטער אָבער ער האָט געקוקט ערנסט און אָנגעצויגן ווי ביי אַ שבעה פון פינף יתומים און זעקס פאָטאָגראַפירערס שטוּפּן זיך צו כאַפּן טרערן פאַרן שנאָרער בראָשור. דער דאָלמעטשע האָט ניטאַמאָל אויפגעהויבן די אויגן.

מיר האָבן מיר געשפּירט אַז עיני כל ישראל ווענדן זיך צו אונז און מיט אוזנזער דרשה דאַרפן מיר מציל זיין די אַלפרעד דרייפוסן און מנדל בייליסן פון איין און צוואָנציקסטן יאָר הונדערט. שפתי מרחשין, מיר האָבן געזאָגט ר´ נחוניה בן הקנהס תפלה, אַ יהיו לרצון מיט אַ ה´ שפתי תפתח, אַפּאָר שטיקלעך פון היה עם פפיות און צוגעגאַנגן צום שטענדער און אָנגעהויבן צו רעדן. געדברט מיט אַ ויאמר אַז דער געריכט האָט געדינערט מיט אַ קול רעש גדול ווי אין פּסוק שטייט.

אויפן דרשה אַליין בלי נדר וועלן מיר באַלד קומן צום וואָרט.

הכנה דרבה א´

מורי ורבותי!
מיר האָבן מיר געזאָגט אַז מיר וועלן אַראָפּלייגן אַ פאַטיידיקונגס דרשה און אפשר פּרעה איז אַ גוזר ואינו מקיים אָבער ביי אונז איז אומר ועושה, געזאָגט און געטון. ברם דא עקא אַז אָפּשרייבן אַ דרשה פאַר יענעם צו דרשנען איז נישט קיין לייכטער זאַך. פונעם פּרעזידענטס דרשהס האָבן מיר שוין אַלע געהערט אָבער ווער עס שרייבט זיי פאַר אים ווייסט איר אויך? משה רבינו איז געווען אַן עניו האָט ער געזאָגט מחני נא מספרך, מיר זענען אָבער נישט אין דער מדרגה ממילא זענען מיר אַליין אַראָפּגעפאָרן קיין יאַפּאַן און אַראָפּגעלייגט אַ דרשה, הערט איר, אַז וינועו אמות הסיפּים. דער קטיגור אַליין איז שיער נישט געוואָרן אַ סניגור. און דאָס איז בעניוות גערעדט.

אָבער וואָס האָבן מיר דאָ צו זאָגן אַן עלינו לשבח אויף זיך אַליין? מיר וועלן מיר אַראָפּלייגן דער דרשה און ירא הקהל וישפוט. זאָגט איר מיר צו איר וואָלט נאָך אַזאַ דרשה נישט באַפרייט די בחורים און זיי אהיים געברענגט בתפּים ובמחולות? צי איר וואָלט נישט אויך געשוווירן אַז זיי האָבן נישט מער געוואָלט ווי טון חסד און אַרויסהעלפן אַ ייד פירן ספרים קיין יאַפּאַן? מיר מיזן אָבער דערציילן וואָס איז געווען ביזן דרשה. ווי איר ווייסט אַז אַ ייד פאָרט אַרויס פון זיינער ד´ אמות ווערט ער באַלד אַ בנימין טאָלידאַנער און דערציילט אַזוינע וווּנדערלעכער זאַכן פון די פכים קטנים ביזן סמבטיון און די עשרת השבטים וואָס ער האָט אַלץ אָנגעטראָפן. וואָס ער האָט געשמועסט מיט גוי וואָס איז געזעצן לעבן אים אויפן עראָפּלאַן, ´זייער אַן אַנשטענדיקן ערל´, אין וועלכן פון די הרי חושך ער האָט געטראָפן נאָך אַ חסידישער ייד, ´נישט צו גלייבן וווּ יידן קומן אַלץ אָן´, און ועל כּולם דער קידוש השם וואָס ער האָט געמאַכט און דרך אגב אויך מסביר געווען פאַרן וועלט סאַראַ גן עדן מדינת ישראל איז און ווי מען טאָר נישט גלייבן וואָס מען לייענט וועגן איר אין דער מידיע. איז דאָך כּל שכּן אינעם ווייטן מזרח וווּ די אבות הקדושים האָבן נישט געטרויטן און די תּלמידי בעל־שם האָבן נישט אָפּגעראָכטן גלות קען מען מאַכן משנה הבריות אויף יעדן ווינקל און זינגן נפלאות הבורא אויפן פינף שטערנדיקן האָטעל.

אָנקומנדיק קיין יאַפּאַן האָט אונז אָפּגעוואַרט אַן עולם אינעם לופטפעלד. די חסידים האָבן אַלעדיקט אַז מיר זאָלן נישט דאַרפן דורך שפּאַצירן דעם טערמינאַל וואָס ווי יעדער ווייסט איז נישט פאַר א´ קלאַס רביס. זיי וואַרט מען אָפּ מיט אַ קאַר ביי די שטיגן פונעם פליגער מיט אַ מנין. פּאַספּאָרטן און אימיגראַציע בדיקות דאָס איז פאַר טשערנאָבלע און סטריקעווע רביס. אמתע עובדי השם אָבער שטיין נישט אין אַ ריי און חלילה אַזוי אַרום מסיח דעת זיין פונעם שויתי. אינגאַנצן אומערהערט איז חלילה אָפּצוגעבן דין וחשבון מאין באת ולאן אתה הולך פאַר אַ היום־כּאן־ולמחר־בקברניק. און ווער רעדט נאָך אַז זיי וועלן אַ פרעג טון צי מען וועט פאַרדינען און מען וועט זיך מיזן יישובן צו טיילן ישועות פאַרן פּרייז פון אַ פּדיון הייסט געאַרבעט און צי מען מעג משנה זיין משום דרכּי שלום.

אַרויסקומענדיק פונעם לופטפעלדיקן גיהנום האָבן מיר געמוסרט די חסידים פאַרוואָס די טאָקיאָער לעמפּ בליטשקן אַלע. בדרך כּלל זענען מיר נישט מקפּיד און פאַרקערט עס איז אַ קידוש השם אַז דער וועלט זאָל זען אַז כּלל ישראל האָט צדיקים וואָס עס איז כּדאי פאַר זיי אָנצוצינדן דריי טיץ זעכציק וואַט לעמפּ און מקריב זיין פאַר זייערטוועגן אַביסל אַרקטישער אייז אויף כּבוד שמים. ווער האָט נישט געטראַכט ומי כּעמך ישראל ווען דער פּויפּסט האָט באַזיכט דער הייליק לאַנד און זיינע חסידים האָבן ביים אכסניא נישט אויפגעהאָנגן געשניצטע לייבן מיט זה השער לה´ צווישן די ציין? די קאַטאָליקן מיינען זיי וועלן אָפּשמדן יידן. פרעג איך אייך וועלכער ייד ווערט נתפּעל פון אַ רבי וואָס מוצאי שבת האָט ער אפילו נישט אַ באַגלייטן און ווער רעדט נאָך פון פאַקלן? דאָס מאָל אָבער האָבן מיר געבעטן די עסקנים אַז מחמת עין הרע און למה תתראו זאָל מען נישט אַרויסנעמן די אויגן ביי די גויים און נישט מאַכן קיין טראַסק. עת צרה היא ליעקב, אומשולדיקע בחורים זענען אין געפענגעניש על לא דבר און מען דאַרף נישט פייערן מיט לעמפּ. ממילא האָבן מיר געהאַט חלישות הדעת כאָטש עס איז שווער זאָגן פאַר חסידים אַז זיי זאָלן זיך נישט פרייען מיט זייערס אַ רבי.

מיר זענען אַוועק אין אכסניא און נאָך מעריב געגעבן לעקך און בראָנפן. לחיים האָבן מיר געהאַט בשפע פון דער מיני באַר וואָס איז ווי מן אין דער מדבר און וואָס מען חלומט זיך נאָר איז דאָרט פאַראַן. עס האָט אויך שטאַרק געהאָלפן צו מאה ברכות. ר´ זעליג דיין איז מיטגעקומן און מיר האָבן אים געפרעגט צי אויף פּדיון שבויים מאַכט מען אַ ברכה. ער האָט געזאָגט אַז ניין ווייל עס איז תלוי בדעת אחרים און ממילא אַז מען וועט מאַכן אַ ברכה און מען וועט זיי נישט באַפרייען קען ווערן אַ שאלה פון אַ ברכה לבטלה. מיר האָבן אים באַלד אָפּגעפרעגט פון פּדיון הבן און פּדיון פּטר חמור. וואָס וועט זיין אַז דער חמור לאָזט זיך נישט פּודה זיין? וועט זיין חלילה לבטלה דער ביטול תּורה פון פינף־און־ניינציק פּראָצענט פון די גדולי ישראל וואָס נעמן זייערע שעפּסלעך און מאַכן פון זיי אייזלן און דערנאָך לייזן זיי אויס די אייזלן בשם ומלכות און אַ פּאָר גראָשן שכר בטלה, אתמהה? אַזוי אַרום האָבן מיר געזאָגט המפּיל און איינגעשלאָפן מתוך דברי תורה.

ויהי בבוקר און באַלד נאָכן דאַווענען איז געקומן דער דרייווער וואָס האָט געצאָלט אַ הון תועפות צו האָבן דער זכייה צו קענען זיין מרכבתו של אותו צדיק און מיר זענען מיר אוועק אין די ערכאות וווּ מיר צדיקים זענען בקי ווי שמואל אין די געסלעך פון נהרדעא. אויך דאָרט האָט מען באַלד אויפגעמאַכט אַלע טויערן בבחינת מלך פורץ גדר. דער קאַר איז אַריינגעפאָרן לפני ולפנים און זיך געשטעלט איינס הינטער דער קאַר פון דער ראש השופטים. איך האָב באַלד געזאָגט פאַרן דרייווער אַז דאָ זעט מען דער אהבת ישראל פון די יאַפּאַנער קעגן דער שנאה פון די חילונים. אין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר האָבן זיי נישט צוגעלאָזט צום ציון פונעם תנא אלקי בתוך צוויי טויזנט איילן אפילו בעלי מקובלים וואָס האָבן גילוי אליהו פאַר פרישטיק, און דאָ במדבר בארץ לא זרועה וואָס עס איז שווער צו טרעפן אַ מקוה טהרה פונדעסטוועגן ווייסן זיי וואָס דאָס מיינט תן כבוד לתורה.

מיר האָבן נישט געהאַט אַ סאַך צייט כאָטש מיר האָבן מיר געהאַט בטחון אַז מען וועט פאַר אונז וואַרטן. דער עולם איז אָבער אַרויפגעלאָפן דריי שטיגן בבת אחת. מיר האָבן זיך געדאַרפט ערשט טרעפן מיטן דאָלמעטעשע וואָס וועט איבערטייטשן אונזערע דברות קודש פון יידיש אויף יאַפּאַניש בבחנת משה ידבר והאלקים יעננו בקול און נתתיך אלהים לפרעה ואהרן אחיך יהיה נביאך. איז ער שוין געווען איין מאָל אַ נביא.