יום שני, אוגוסט 09, 2010

ממי אפחד?

גאָט איז מיין ליכטיקייט און מיין הילף פון וועם זאָל איך מורא האָבן? גאָט איז דער פעסטונג פון מיין לעבן פון וועם זאָל איך פאָרכטן? ...ווייל מיין פאָטער און מיין מוטער האָבן מיר פאַרלאָזט און גאָט וועט מיך איינזאַמלן.

באַלד וועלן מיר זאָגן די פּסוקים טאָג איין טאָג אויס צוויי אָדער מאַנכע אפילו דריי מאָל אַ טאָג. אין די זיבן וואָכן ווען מען לאָזט אויס די תפלות מיט לדוד ה' אורי וועט עס מיר אויסקומן צו זאָגן לדוד אַ פּאָר מאָל. איך גיי אַ גאַנץ יאָר אין שיל און אין די טעג גייט מען דאָך נאָך מער ווי אַ גאַנץ יאָר. פון די פּאָר מאָל וואָס לדוד וועט פאַרבייגיין מיינע ליפּן וועט אוודאי אויסקומן עטליכע מאָל ווואָס דער מיינונג פון די ווערטער וועט אויך דורך לויפן מיין מוח און די ווערטער וועלן מיר דערהייבן. איך וועל זיי רייטן ווי אַן אינדלער (סערפע"ר בלע"ז) רייט די וואַלן אויף זיין טאָוול ווען ער כאַפּט זיך אין גאָרנישט אָן און פּשוט דרוקט זיך צו צו זיין טאָוול און לאָזט די וויילן זאָלן אים וואַרפן אויף אַרויף און אַראָפּ ווי פרעהס סוס ורוכבו.

אַז עס וועט מיר בּאַלאַגערן  אַ מחנה וועט מיין האַרץ נישט פאָרכטן, אַז עס שטעלט זיך קעגן מיר אַ קריג בין איך אין דעם פאַרזוכערט.

פרעגט מיר אסור נישט וואָס דער דעם איז. טאָמער מיינט איר אַז דאָ וויל איך שרייבן אַז איך האָב געזען דער ליכט, געטראָפן גאָט און איך בין געוואָרן אַ ווידער געבוירענער, אַ קטן שנולד איז פּליז מאָוו אָן. מאידך גיסא אַז אַ כּופר, אַ מאמין ואינו מאמין צי פון די קטני אמנה זעט נישט דער שיינהייט אין די געזאַנגן און  לידער פון גלויביקע איז ער צי זי פּשוט בלינד און טויבּ. לאָז זיי זיך מיאוסן פון די בלוט דאָרשטיקע אשרי שיאחז ונפּץלעך, זאָל שפוך חמתך גרוילן און יכּכה ה' שטיקן אין האַלץ קען מען דאָך אָבער אויך נישט איגנאָרירן די האַרמאָניע פון ה' רועי לא אחסר. צי פון דוד המלך צי וויליאַם בלייק, צי אין קונסט, אין מוזיק, אין אַרכיטעקטור אָדער אינעם געשריבענעם וואָרט האָט מאמינים איבערגעלאָזט אַן אַרבטייל געשאַפן פון שטרעבן צום בזאת אני בוטח. איך בין טאַקע דאָ נישט אויסן געפונען דער 'זאת' ווייל ימי יכלו, מיינע טעג וועלן זיך ענדיקן און פאַרלענדט ווערן און קליגער וועל איך נישט ווערן. מיר איז דער עיקר אַז מיט זאָגן די ווערטער, הערן דער מוזיק, זען דער מאָלערייען אָדער געביידעס כאַפּ איך מיט אויפן אינדלער טאָוול און פאַר די פּאָר מאָמענטן הייב איך מיך מיטן מחבר פון די ווערטער און מיט אַלע וואָס האָבן אויף זיי געריטן במשך די דורות. צוזאַמן יעלו שמים ירדו תהומות.

דער זייגער איז אַצינד זייגער זעקס פאַרטאָגס און איך זיץ שוין דאָ אַ קנאַפּע דריי פערטל שעה. דער זין גייט אויף קעגן דער פענסטער וווּ איך זיץ און די פאַמיליע זענען רוהיק אויף זייערע געלעגער. אין זייגער איינס דרייסיק בין איך אַהיים געקומן פון אַ באָנגעלוי קאָלאָני וווּ מיין שוואָגער האָט מיר געליידנט אויף אַ באַרבערקיו און מען האָט געגעסן ברבורים ושליו ודגים. נישט ממש אָבער סטייק שניצל וסאַסעדזעס זענען געווען ווי אויפן סעודה של לויתן. נאָך אַזאַ סעודה און שפּעט אַהיים קומן וואָלט איך אויך געדאַרפט זיין אין אַ זיסן רוּה. בין איך אָבער דאָ און איך פיר אַ קריג מיט מיינע פּחדים.

אין זייגער פינעף צען צי ווען האָט זיך מיר געחלומט אַז איך בין אין שיל און מען שמועסט און מען טענהט זיך ווי געווענדלעך. מיט אַמאָל הער איך דער קוויטשעדיקער קול פון ל.ג. אַ יונגערמאַן, שוין נישט אַזוי יונג אפילו, אַ שיינער ייִד מיט אַ לאַנגע גרויליכער באָרד און ווילדע וואָנזען. אַ תקיף, זיצט אויף אַפּאָר קהלישע קאַסעס און האָט אַפּאָר הייזער אין דער זייט. ער דאַווענט נישט תמיד אין מיין שיל אָבער ווען ער קומט צו גיין באַקומט ער אַ מוסף, מען קויפט אים אַן עליה, אַ מפטיר געווענדעלך. ווען ער רעדט קופּקעט מען זיך אַרום אים און ווען ער זאָגט אַ מלתא דבדיחותא לאַכט אַיעדער. שרייבט זיך מיט תלמידי חכמים און וואַרפט זיך מיט זיינע ידיעות איבער די חסידישע תורות שבעל פה, כלומר די ענינים וואָס השתיקה יפה להם. צי עס איז דער מחלוקת פון דער צאַנזער רב און זיין זין דער שיניעווער רב, דער קריג צווישן צאַנז און רוזין, די ראַבערייאונגן פון בעלז און מונקאַטש, ר' יואלישנס קאַמפערייען מיט דריי פערטל וועלט, די אָפּגעפאָרענע קינדער פון דעם רבין און די מאָדערנע טעכטער פון יענעם.  אַ פּיסק וואָס ווען ער רעדט שטיין אַלע און גאַפן אויף די פּערלווערטער וואָס שיטן זיך פון זיין מויל. בקיצור אַ דעה שטעלער אין יהדות החרדית וואָס הלכה כּמותו בכל מקום.

ער האָט בלויז אַ קוויטש געטאָן אין מיין טרוים און ויקץ והנה חלום. אַז עס וועט זיין אַ ויחלום שנית ווענדט זיך צי איך וועל זיך באַלד ווידער איינפּאַקן אין בעט אַריין אָבער ותפעם רוחו איז שוין געווען. אָט אַזעלכע חלומות באַגלייט מיט פּחדים זענען מנת חלקי וצור חבלי. זיי צושטערן מיינע נעכט און אָפט אויך מיינע טעג . אַמאָל בין איך ביים שוועל אַריין צו גיין צו מיין רבי ביי וועמענס טישן איך האָב פאַרברענגט לאַנגע שעות פון מיינע בחורישע יאָרן און דער פּחד פונעם רבין צושוידערט מיין שלאָף. אַמאָל איז פאַרקערט און איך בין מיט אים אין אַ שמועס אין איך שפּיר דער זיסקייט פון גן עדן. נאָך אַוועק לעכצן מיינע צענער יאָרן פאַר אַ שטיקל שריים, פאַר אַ דרוק מיט די פינגער ביי שלום עליכם, פאַר אַ שמייכל ביי גוט שבת זאָגן בין איך מיט אים אין חלום און ער הערט מיר אויס אַ יעדער וואָרט. עס איז אַזוי זיס אַזוי ווי זעטיקייט פאַר אַ גביר וואָס לאָזט אים אויך נישט שלאָפן. אַנדערע מאָל בין איך ללעג ולקלס צווישן אָט אַזעלכע קאַפּיצאַנטן ווי דער וואָס האָט מיר היינט אויפגעוועקט. אַמאָל בין אַיך אַן אַרעסטאַנט פאַר האָבן אויסגעפירט אַ האַרבע עברה און איך אינגאַנצן אַליין זיץ אויפן שולד באַנק מיט דער הילפלאָזקייט קעגן צוריקדרייען דעם זייגער. און אַמאָל איז עס אַ ויקץ מיט אַ ותפעם רוחו אָן אַ פאַרוואָס. ווי דער פייט זאָגט ביי נעילה לעת קץ חז וירא. איך כאַפּ מיך אויף און דער האַרץ קלאַפּט מיר און איך פאָרכט און איך האָב מורא אָבער איך קען אייך נישט זאָגן פון וואָס. איך ווייס נישט צי איך האָב געחלומט און אַז איך האָב געחלומט ווייס איך נישט וואָס עס איז געווען.

פרעגט זיך די פראַגע: ממי אפחד? פון וועם האָב איך מורא? איז עס אַ פּחד פון ווערן אויסגעשלאָסן פונעם וואַרעמן חסידישן טראַכט מיטן דמיון אַז מחוץ תשכל חרב? אַז מיין לעבן קען נאָר דאָ האָבן אַ קיום און מיט יעדן לינקן מחשבה און האַסטישן וואָרט בין איך מיך מאבד עצמו לדעת? אָבער אפילו צו דעם האָב איך נישט דער קוראַז ממילא באַהאַלט איך מיך ווי אַ טמיר ונעלם. איך רעד מיך איין אַז מיט מיין עילום שם שיץ איך מיינע קינדערס שידוכים און מיין פּרנסה אָבער באמת שיץ איך מיך פון מיר אַליין. איך חלש נאָכן רבינס לשם ייחוד אַז ער זאָל מיך אויך כּולל זיין. נישט בשם כּל ישראל נאָר בשמי עבדך בן אמתך. און איך קאָפּע און שטויס ווי אַ קינד וואָס מען געט נישט וואָס ער פאַרלאַנגט. איך באַהאַלט מיך אונטער סודאָנימן ווייל איך שעם מיך פאַר מיר אַליין. מיין מחני נא מספרך איז ווייל איך וויל אויך אַ חלק לעולם הבא. אמת דעם היימישן עולם הזה שפּילט אַ ראָלע אָבער איך האַלט ווייט פון אויפגעבן מיין יענער וועלט. און דאָס דריקט און פאָכעט אין אַלע איברים. לאָזט נישט שלאָפן ביי נאַכט און געט נישט רוּה ביי טאָג. סך הכּל זוך איך לחזות בנועם ה' ולבקר בהכלו אויף מיינע טערמינען. את פּניך ה' אבקש צי דו ביסט דאָרט צי נישט אָבער איך וויל נישט צאָלן דעם פּרייז וואָס דו צי אין דיין נאָמן האָט מען באַשטומט.

וואָס האָב איך צוצולייגן אויסער אויסלאָזן קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה'. קוה וחוזר וקוה.