יום שישי, פברואר 18, 2011

יישר כּוח ששברת

צוויי קורצע געדאַנקן אויפן וואָכעדיקן סדרה לכּבוד פּרשת העגל.

דער פּסוק זאָגט אַז די יידן האָבן געזאָגט פאַר אהרנען 'קום עשה לנו אלהים אשר ילכו לפנינו כי זה משה האיש לא ידענו מה היה לו'. פרעגט זיך די קושיא אַז משה דער מענטש איז נעלם געוואָן דאַרפן זיי אַ נייער מענטש, אַ נייער פירער, אָבער וואָס האָט דאָס מיט אַ נייע גאָט? די צוויי קלעבן זיך נישט אָן, אָדער בלע"ז גערעדט איז עס אַ נאָן סעקוויטאָר.

נאָר וואָס דען, זעט אויס אַז שוין דעמאָלסט האָבן זיי פון אַ מענטש געמאַכט אַ גאָט און דער סוף דערפון איז אַ מען דינט אַן עגל.

והשנית, משה רבינו האָט צובראָכן די לוחות צו ווייזן אַז אַמאָל ווען מען פאַרשוועכט און מען האַלט נישט דער תורה דאַרף מען די תורה צוברעכן און מאַכן אַ פרישע תורה. נישט בלויז די יידן זענען שולדיק, די תורה איז אויך אמאָל דערפון דער שולד.