האַלטן מיר שוין ענדלעך ביים אסיפה גדולה. זה היום עשה ה'. די פּאָליציי זענען דאָ באלפיהם, די עסקנים מיט זייערע ביפּערס און געלע דזאַקעטן ברבבותיהם, כלל ישראל זיט, מאַנהאַטן האָט זיך פאַר זיי אָפּגעשטעלט און די אומות העולם פון סיאַטל ביז מיסיסיפּי שטוינען כמה גדול כוחה של תורה. מען שאַפט ב"ה אַ מצב, נאָך אַביסל וועט קלינגן אַ שמע ישראל וואָס אַ ייִדיש האַרץ וואָס ווערט דערפון נישט אויפגעלאָזט איז אַ ספק צו עמדו רגליו ביים רבינס שלש־סעודות און באַלד דערנאָך גייט מען באַזוכן די לינקס זיך צו דינגן וויפל מענטשן עס איז געלונגן צאַמצושלעפּן.
רבותי, לא עת האסף המקנה, עס איז שוין צייט צו טעסטן די מייקס און מיט אַ חרדת הקודש און מיט אַ יראת הכבוד וועלן מיר איצט אויפרופן דעם נואם בחסד עליון, פה מפיק מרגליות, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, איש האשכולות, כל רז לא אניס ליה, שרים ורוזנים משכימין לפתחו, רויטע לעמפּ טוישן זיך פאַר אים צו גרין, ערשטער קלאַס איז פאַר אים אַ חילול השם און אָן אַ פּריוואַטע פליגער וועט ער זיך נישט הייבן, רעכט אָפּ גלות זימער נאָך זימער, פזר נתן לאביונים, קיין פּרוטה נעכטיקט ביי אים נישט און אויסער אַ העליקאָפּטער צו ר' שמעונען איז ער נישט נהנה פון עולם הזה כמלא נימא. מורי ורבותי תנו כבוד לתורה, דער וואָן אַנד אָוינלי קטלא קניא!
ששששששששששששש, מען בעט דער עולם נישט קלאַטשן, מען זאָל שטיין מיט דרך ארץ און נישט מאַכן אַ חילול השם. מען גייט שוין דאַווענען מנחה.
הנני העני ממעש וכו' וכו'. ווי דער יושב ראש האָט שוין מאריך געווען באריכות און ווי מען האָט שוין פריער געזאָגט זה היום עשה ה'. מיר זענען זיך היינט צאַמגעקומען מאַכן אַ גרויסע תקנה וואָס זייט די אַכצן תקנות אויפן בוידעם ביי חנניה בן חזקיה בן גרון האָט מען נאָך אַזאַ תקנה נישט בייגעוווינט. אפשר אַ גוזמא, נאָר זייט עזרא האָט געהייסן לייענען מאָנטיק און דאָנערשטיק און די ווייבער זאָלן זיך פּערפומירן און די מענער גיין אין מקווה האָט מען זיכער אַזוינס נישט געהערט.
דער טשערמאַן האָט געזאָגט לא עת האסף המקנה און מיר ווילן דווקא יאָ איינזאַמלען די רינדער. לאו דווקא רינדער נאָר בהמות חיות ועופות בכלל און מעג אפילו זיין בשר ודגים אויך. און, מורי ורבותי, טאַקע פאַרדעם זענען מיר איצט דאָ. מיר זענען געקומען מתקן זיין אַז יעדער ייִדישער שטיב וווּ עס געפונען זיך יידישע קינדער זאָל זיין אַ בהמהלע אָדער אַ חיהלע. מעגן זיין אַ קאַץ אָדער אַ הינט, אַ קאַנאַריק צי אַ האַמסטער, אַ פישל אָדער אַ מייזל, אָ קראָליק אָדער אַ געקאָוי. יהיה מה שיהיה אָבער ביי יידישע ייִנגלעך און מיידלעך זאָל זיין כי אין בית אשר אין שם פּעט.
שׁאַאַאַאַאַאַאַ שׁאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַ. דרך ארץ! שטיל זאָל זיין.
עולם, לאָזט מיך נאָר אויסרעדן אַפּאָר קורצע ווערטער און דערנאָך וועט איר אַליין זען הכּנים דברי אם לא. אַז ייִדישע קינדער וועלן האָבן פּעטס וועלן זיי זיך באַלד אויסלערנען אַז מען קען ליבן און ווערן געליבט אָן אַ חשבון. דער רבי מאַכט קולות, דער טאַטע וויל פאַרהערן, די מאַמע פּרעגלט שניצל און אַ בהמהלע איז שאַ שטיל. טשעפּעט נישט, וויל נאָר עסן, אַ גלעט, אַ קיצל, שטינקט אָן אַביסל און גייט זיך ווייטער. מען דאַרף אויף דעם נישט פרעגן אין וועלכער חדר עס גייט, אויסמעסטן די פאות, זיך וווּנדערן צי שבת גייט ער אַ ווייסער העמד און זי מיט ווייסע טייטס, צי זיין קאַפּל איז ריין שוואַרץ אַדער מיט פאָרמען, פון פיר שטיקלעך אָדער זעקס, מיט אַ ראַם אָדער 'רימלעס'. עס אינטערסירט ניטאַמאָל צי עס איז אַ ייד אָדער גאָר אַן אונזערע סאָרט ייִד. עס איז אַ בהמהלע, אַ פייגעלע צי אַ פישל, גאָטס באַשעפענישט, ברויך נאָר עסן און אַביסל וואַרעמקייט און געט נחת מיט אַ שפּרינג, אַ שווים, אַ האַף אָדער אַ לעק.
מיינט נישט רבותי אַז איך מאַך מיך אַ תם און איך ווייס נישט אַז ייִדישע קינדערלעך אַנטלויפן פון הינט אַ מייל און אפילו אַ קעצל איז קיוט בלויז פון דער ווייטנס. מיר פאַרשטיין אויך אַז ייִדישע מאַמעס וועלן זאָגן "פעכי" און "איכי", "סע שטינקט" און "איים נאַט האַווינג איט אַן מיי קאַרפּטעט". זיי וועלן חושש זיין אַז עס קען זיך אַריינכאַפּן אין דער טשיינע קלאָזעט, עס וועט לאָזן מאַרקס אויף דער סיראַמיק פּאָדלעגע, עס וועט מאַכן אויפן פאַטעל און קען חלילה פאַרקניפּן די פראַנזן פון די טעפּעכער. די טאַטעס וועלן שרייען עס איז טמא, די רביס וועלן מאַכן געוואַלדעס אַז עס פולט אָן די קינדערס קעפּ מיט שטותים און די רבנים וועלן שטורעמען אַז עס איז נישט אַ סגולה צו יראת שמים. די חינוך עקספּערטן וועלן אוודאי אויך האָבן אַ מיינונג אויף וויאַזוי מען קען מטהר זיין די שרצים אויף אַ תורהדיקן שטייגער בק"ן דאָלער אַ שעה.
אָבער מורי ורבותי, טייערע יידישע קינדערלעך, די משנה זאָגט הוי מחשב שכר מצוה כנגד הפסדה און איידער מיר שליסן זיך דערפון אויס דאַרפן מיר אויסרעכענען וואָס מיר שטיין דאָ צו פאַרדינען, און אָט דאָ מורי ורבותי קומען מיר צום פּינטעלע, צום חוט השדרה, צום בריח התיכון. אַז ייִדישע קינדער וועלן האָבן פּעטס וועלן זיי פאַרשטיין אַז עס עקזיסטירט אַ מצב אשר הוא לא יום ולא לילה. נישט מילכיק, נישט פליישיק און אפילו נישט פּאַרווע. נישט ייִדיש און נישט גוייש. פּשוט עפעס אַנדערש וואָס דער חדר, דער חומש און משניות געבן זיך מיט דעם נישט אָפּ.
מיר רעדן פון אַ בהמהלע צי אַ חיהלע וואָס מען דרינגט דערפון גאָרנישט אַרויס און ס'יז נישט דאָ דערין וואָס אַריינצולערנען. נישט קיין מוסר השכל, נישט קיין צניעות, נישט קיין תורה לשמה, נישט קיין גמילות חסדים נאָר פּשוט געלעבט. יידישע קינדערלעך וועלן זען א פּיצל וואָס ביי דער אַנדעראַהאַלב דאַרף עס נישט צוגערייטן נעגל וואַסער ביי דער זייט פון בעט, ביי דער צוויי קאָפּעט מען עס נישט אַרויס פון שטוב צו אַ פּלייגרופּ און ביי די דריי גייט עס נישט צום רבין אויפן שויס לעקן האָניק. אמת, דער רבי זאָגט אין חדר אויף אַ גוי און אויף אַ פערד אַז זיי האָבן נישט אַ תכלית און פּשוט זיי עסן און שלאָפן און זאָלן די קינדער טאַקע זען אַז הא גופא איז אַ בהמהלע. און דאָך געט עס נחת אָן אַ שיעור.
מיר האָבן דערמאַנט וועגן ליבן אָן קיינע חשבונות און מיר ווילן חלילה נישט מוציא לעז זיין נאָר אַז מען רעדט שוין איז אפשר כדאי זיך אָפּשטעלן אַ מינוט און אַרום רעדן דעם ענין פון אהבה רבה. עס איז נישט דאָ וואָס צו רעדן אַז מיר ליבן אין גרויסן. יאָר נאָך יאָר, קיין שלעכט אויג, קינדלט מען. דער האַרץ ווערט צופּיצלט אויף וואָס מערערע חלקים און דאָך איז יעדער פראַגמענט נאָך גרעסער ווי דער מקור. ווי די פרעש פון פּרעהס צייטן כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ. וואָס מער מען שמייסט אַ ייִדישע מאַמעס האַרץ ווערט דאָרט געבוירן נאָך פינעף הערצער וואָס יעדער איינס נעמט פריש איין אַ וועלט.
נאָר וואָס דען, טאַקע פאַרדעם ווייל אַזוי פיל ליבשאַפט און האַרציקייט ליגט דאָרט פאַרשטעקט דאַרף מען אַ פרישע בייבי יעדע אַכצן חודשים ווייל ווען נישט קען דער האַרץ צופּלאַצט ווערן פון אַזויפיל האַרציקייט וואָס שטויסט זיך אָן אַרויסצוקומען. וועלכער האַרץ ווערט נישט אויפגעשוואָלן פון אַ שמייכל און אַ קייכל און די אָנגעוויזענע אייגלעך פון אַן עופעלע וואָס איז קוים יצא מכלל נפל?
ווערט אָבער דאָס קינד אַ יאָר אַלט, עס קריכט שוין נישט אויפן בויך נאָר גייט שוין אויף די פיס און מיטאַמאָל קען עס אַנטלויפן, עס קען זאָגן ניין, עס קען צוריק וואַרפן דאָס עסן און באַלד קען עס שוין צוריק ענטפערן אויך. און די מאַמע דאַרף עפּעס פריש צו ליבן.
נישט דער משה חיים, שלמה יענקל, דער הער נאָר, דער צדיק, דעם מיט וועם מען איז מקיים 'די מצווה'. ניין, מען דאַרף אַ פרישס. דער מאַן איז אין שיל אין דער פרי, ביים אַרבעט ביי טאָג, ביים שיעור ביי נאַכט. דערנאָך דאַרף ער צוגיין אויף אַ רעסעפּשן, אַ דינער, וווּנטשן מזל טוב און מנחם אבל זיין און די ייִדישע באַלאַבאָסטע חלשט ווידער עפּעס צו האַלטן אין די אָרעם, צו האַלצן און צוצולייגן צום ברוסט. באַשאַפט דער באַשעפער מיט זיין אומבאַצוימטער גענאָד פרישע בייביס. דאָס וויגל שטייט ברוך השם שוין נישט ליידיק, דאָס עופעלע זייגט, זוכט אַרום מיט די אויגן און דערלאַנגט מיט די פינגער און ביים יידישע מאַמע פליסט ווידער דאָס האַרץ איבער.
מיינט נישט אַז די ברודערס און שוועסטער שפּילן דאָ נישט קיין ראָלע. וויפל ייִדיש הערצער זענען שוין צושמאָלצן געוואָרן הערנדיק די פראַגע, "מאַמי, ווען גיין אונז האָבן נאָך אַ בייבי?" וויפל ייִדיש נחת ליגט דערין ווען די מאַמע דערציילט עס איבער פאַר די חברטעס און פאַר איר מאַמע באַלד נאָך די קינדער גיין אַוועק אין חדר און שולע ווען דער טעלעפאָן ליגט פאַרשטעקט אינעם טורבאַן. און וויפל זיג ליגט אין הערן די קינדערס קיוטע אומוויסן אַז ברוך השם זיי ווייסן נישט מער ווי מיר האָבן געוויסט אין זייערע יאָרן און חסדי השם אין די היינטיקע שווערע צייטן ציען מיר זיי אויף אויפן ריכטיקן וועג.
און דערווייל קענען די ברודער און שוועסטער אַרומשלעפּן דאָס קליינטשיקן, עס גלעטן, אויפהייבן און אַראָפּלייגן, געבן אַ קענדי און דערלאַנגן אַ פלעשל, אַריינלייגן אין בעט און צוריק אַרויסנעמען. און אַמאָל דערלאַנגן אַ ציפּ אויך אַזוי אַז דער קליינער הייבט שוין ווייטער אָן צו וויינען און מען קען עס ווידער אויפהייבן, קושן און האַלצן אַבי צו העלפן דער מאַמע און איר געבן אַביסל מנוחה פון שעפּן נחת פון טראָגן, געבוירן, זייגן און טוישן ווינדלען.
אָבער, מורי ורבותי, אַצינד קומען מיר אל המנוחה ואל הנחלה. אַז ייִדישע קינדער וועלן האָבן אַ פּעט וועט אין גאַנצן נתהפּך ווערן דער מדת הדין צו מדת הרחמים. אין אָנהייב וועט אפשר זיין שווער ווייל אַ חיהלע קען מען אויך שלעפּן און ציען פונקט ווי דער קליינער ברודערל אָדער שוועסטערל. בהמהלעך און חיהלעך לאָזן זיך אָבער נישט און באַלד לערנט מען זיך אויס אַז לא זו הדרך. אַז עס איז אַ הינט וועט עס האַפקן אָדער אפילו דערלאַנגן א ביס, אַז עס איז אַ קאַץ קען עס דערלאַנגן אַ קראַץ און אַז אַ קראָליק געט עס א שטאַרבּ אָפּ און שלום על ישראל. אַזוי אַרום לערנט מען זיך אויס אַז מען קען ליב האָבן אָן אַ ציפּ אין דער באַק, אַ צי ביים וויידל, אַ קאָפּ אָדער אַ שטויס. ייִדישע קינדערלעך וועלן אויך זיך לערנעם וואָס דאָס איז אחריות. די מאַמע וועט נישט אויסרוימען דער שטייג, טוישן דער וואַסער, פיטערן און נעמען אויף אַ שפּאַציר. הרי שלך לפניך, וועט מען זאָגן פאַרן קינד, און קום נישט צו מיר ווי דו קומסט צום לויפן מיט דיין אַראָפּגעפאַלענער קנעפּל און געלעכערטע הויזן.
גלייבט מיר אַז עס ליגט אין דעם אפילו מער אויך. שבת, תשעה באב, יום־כּיפור און ביים בהמהלע איז אַלעס דער זעלבער. צען מינוט פאַרן זמן, דער טאַטע זוכט דער נעגל שניידער, די מאַמע מאַכט קולות אַז קיינער האָט נישט אַרויסגעלייגט דער פּלאַטע, דער טעלעפאָן קלינגט, דער שבת זייגער איז נאָך נישט אָנגעשטעלט, דער וואַסער זיט נאָך נישט, און דער קראָליק קייט קרויט, דאָס קעצל זיפּט מילך און דאָס הינטל האַפקעט איבער אַ ביינדל. זיי אינטערסירט גאָרנישט. ווייסן נישט פון אַ ליכט צינדן און אַ שקיעה און לאַכן זיך פון אַלעס אויס. אין קאָך לייגט מען צו וואַסער צום טשאָלנט און מען באַקט איבער די חלות און דאָס מייזל איז זיך מחיה אויפן לויפער.
מיר קענען דרשנען איבער דעם לאַנגע שעות אָבער רבותי לא המדרש העיקר אלא המעשה. זאָל יעדער אַהיים גיין און זיך צוגרייטן אַ ווינקל אין אַ שטוב, אַ גאַראַז, אַ סוכה, אַ בייסמענט, אין גאָרטן, וווּ עס זאָל נישט זיין אַבי צו פאָלגן דעת תורה. פאַרשטייט זיך עס וועלן זיין שאלות. אַרויסלאָזן און צוריק איינשפּאַרן אויף שבת, ווי ווייט מעג מען אויפמאַכן דער טיר אַז ווען מען פאַרמאַכט עס ווידער זאָל עס נישט הייסן פאַנגן, געבן צו עסן פאַר ברכת התורה, צי זייער עסן דאַרף א הכשר און נאָך שאלות אָן אַ שיעור.
מיר האָבן צו דעם צוגעשטעלט אַ וועד הרבנים לעניני בהמות מיט אַ שטאַב פון תלמידי חכמים וואָס וועלן קענען ענטפערן לכל שואל. דערצו וועט באַלד זיין צו באַקומען אַ ספר 'בהמה כהלכתה' מיט הסכמות פון אַלע גדולי ישראל. אויך דער נטעי גמליאל וועט בקרוב אַרויסברענגן נאָך אַ באַנד אויפן ענין מיט מנהגי ישראל וויאַזוי מען האָט זיך נוהג געווען מיט קיען אין סקווער, מיט אָקסן אין סאַטמאַר און די ענינים נשגבים וואָס די רוזינע צדיקים האָבן געהאַט מיט פערד.
מען האַלט אויך אין מיטן אויפשטעלן אַ מכון 'כלבים ישרים' וואָס פאַר הונדערט דאָלער וועט מען אייך בודק זיין אייערע בהמהלעך און חיהלעך זיכער צו מאַכן אַז זיי טראָגט נישט קיין פליי אָדער אַנדערע מחלות. אויבער־חכמים וועלן זאָגן אַז זיי קענען עס האָבן פאַר ביליגער אָבער ביי 'כלבים' איז די מעלה אַז מען געט אייך נישט דער רעזולטאַט ווייל דאָס קען גורם זיין שרעקלעכע עגמת נפש. אַז מען וועט זאָגן אַז ביי אייך איז דאָ פליי וועט קיינער צו אייך נישט קומען אויף אַ זכר און די שכינים וועלן נישט לאָזן די קינדער קומען שפּילן. טאָמער אָבער וועט זיך ביי אייך חלילה געפונען אַ ספק־ספיקא פון אַ חשש דחשש פון אַ פלוי וועלן זיי אייך באַלד אָפּקוילען דער פּעט, עס באַערדיקן אין אַ בית החיים און דער חשבון וועלן זיי שוין נאָכשיקן.
די שאלות גלייבט מיר זענען נישט בלויז פּראַקטישע נאָר מעטאַפיזישע אויך. אַז אַ בהמהלע געט אַ שטאַרב וועלן די קינדער ווילן וויסן וווּ עס איז געגאַנגן. זיי וועלן זיך דינגן צווישן זיך צי די בהמהלע האָט אַ נשמה אָדער בלויז אַ ייִד קען האָבן אַ נשמה. דער טאַטע וועט זאָגן חלילה און די מאַמע וועט נישט זיין זיכער און וועט נאָר ענטפערן, "אַזוי קיוט, איך וויל דיך אויפעסן". קינדער לאָזן זיך נישט און וועלן ווייטער פרעגן: אויב עס האָט נישט אַ נשמה איז וואָס איז דאָס וואָס האָט געגעבן אַזויפיל נחת? וואָס האָט זיך געבעטן פאַר עסן, וואָס האָט ליב געהאַט ווען מען האָט זויבער געמאַכט, וואָס האָט דערקענט דעם בעל־הביתס קול, וואָס האָט זיך אַראָפּגעלייגט ביי נאַכט און אַרום געשפּרינגן ביי טאָג? אַלעס אַ בלבול? אַ גוף אָן אַ נשמה? איז אויב אַזוי וואָס איז דער חילוק צווישן ווען עס האָט געלעבט און איצט וועס עס ליגט טויט? און פון וווּ איז דער צער און ווייטאָג ווען עס שטאַרבט?
מורי ורבותי, רעדנדיק אַזוי פאַלט מיר איין אַז אייגנטלעך אפשר זענען טאַקע די קשיות צו האַרב און די שאלות צו שטאַרק. וואָס דאַרפן מיר זיך פּלאָגן מיט נייע צרות ווען מיר ליידן שוין נעבעך אַזוי פיל. גיטין אין אַלע ווינקלען, קינדער ווידערשפּעניקן, אינטערנעט אין יעדער היים און בוני עולם און הצלה רוען רחמנא לצלן נישט אויף אַ מינוט. דאָס לעבן קאָסט אונז אַ פאַרמעג, שכר למדות נעמט אַרויס דאָס ביסן פון מויל און שייטלען און שטריימלעך ווערן טייערער ביי דער שעה. און איצט וועלן מיר זיך ראַנגלן מיט עולם הבא שאלות און נשמה פּראָבלעמען? נאָר דאָס פעלט אונז אויס אַז ביים לעבן וועלן די קינדער רעדן און לאַכן מיט זייערע פּעטס אויף אַזאַ נאַרישע גויִשע שטייגער און לאחר מאה ועשרים פון די פּעטס וועלן זיי אַריינקריכן אין שאלות פון תחיית המתים.
עולם, מיר ציען צוריק. שובו לכם לאהליכם און אויס תקנה. איך בעט אייך האַלט אייך רויִק, מאַכט נישט קיין טומעל און כבר היה לעולמים. אברהם אבינו איז אויך געגאַנגן דריי טעג מיט מסירת נפש צום עקידה און דער מלאך האָט אים געזאָגט, אל תשלח ידך אל הנער. האָט נישט קיין פאַראיבל, מען האָט אייך געגעבן אַ מצב, אַ נאָכמיטאָג אָן חדר און כּולל, בעלי מנגנים פון דער ערשטער שורה, אַ זינגער וואָס האָט צוטרייסלט די הערצער, באָסעס, פּאָליציי, אַמבולאַנסן איז וואָס נאָך דאַרף מען דען. אַ תקנה האָבן מיר אויך געמאַכט און אין הימל איז עס עושה רושם אַז כלל ישראל האָט ווידער געזאָגט נעשה קודם לנשמע. עס איז אַן אויסערגעווענלעכער קידוש השם אַז מען האָט געמיינט אַז כלל ישראל דאַרף פאַררעכטן און דערווייל איז עס גאָרנישט צובראָכן. ברוך השם מיר זענען בתכלית השלימות און מיר דאַרפן נישט תקנות, אין בן דוד בא עד שתכלה פרוטה מן הכּיס און מיר זאָלן זוכה זיין צו ובא לציון גואל בקרוב דידן ונאמר אמן.
קדיש דרבנן.