tag:blogger.com,1999:blog-8134327.post110143535123645449..comments2023-10-26T10:09:32.478-04:00Comments on קטלא קניא: במוצאי יום מנוחה אָדער שבת־צו־נאַכט פֿיבער ב'קטלא קניאhttp://www.blogger.com/profile/06200610221562556249noreply@blogger.comBlogger8125tag:blogger.com,1999:blog-8134327.post-15547656563419601932010-02-08T15:42:36.696-05:002010-02-08T15:42:36.696-05:00cures budgets diagnosed lecture enough conform lay...cures budgets diagnosed lecture enough conform layman placing suven licenses fqhc
lolikneri havaqatsuAnonymousnoreply@blogger.comtag:blogger.com,1999:blog-8134327.post-1104793592081114672005-01-03T18:06:00.000-05:002005-01-03T18:06:00.000-05:00A git yoor, reb Katle. S'iz lang zayt ich hob geko...A git yoor, reb Katle. S'iz lang zayt ich hob gekomentet, ober ich hob nish fargessen vegen aych. Ich bin bakant mit di oysshprach "rumble" in "let's get ready to rumble" ober di perzendlichkeit "Michael Buffer" is geven nayes tzi mir (a shood, ich vatch nisht di wrestling shows.) A dank far oyfefenen mayne oygen. Oycht vegen der inyan fin di laylech, ir zent zecher bakant mit di gemorreh in "Ksibes" voos voorent as men zol nisht teeyen vi de "Parsooiy" ober inz bayder vaysen as azoy vi inzer doir gefint naye vegen tzi interpretiren haloocheh (e.g., shaytlech, vasser filters, vechili...) s'volt nisht geveyn a surprise as ergetz is yo do azay hanhugeh.Isaachttps://www.blogger.com/profile/12008329980122614297noreply@blogger.comtag:blogger.com,1999:blog-8134327.post-1102028372644305362004-12-02T17:59:00.000-05:002004-12-02T17:59:00.000-05:00איך מוז אייך זאגן אז איר זענט א גוטער איד (ווי מען...איך מוז אייך זאגן אז איר זענט א גוטער איד (ווי מען פלעגט אמאל רופן די רביס..) אזוי שיין צוריקענטפערן. א מחי'. און יעצט ווארט איך אויף די ארטיקלען, וואס וועלן ווארשיינליך נאכקומען.
אז איך שרייב שוין וועל איך אנמערקן נאך עטליכע באטראכטונגען.
קודם איז א מעלה אז דא האט מען מער פלאץ צו שרייבן הגהות, וואס איז גלייכצייטיג אויך א פעלער פון די (אזעלכע ווי מיר?) וואס ווילן נישט ענדיגן צו שרייבן.
אינטערעסאנט טאקע אז דער ענין וואס קיינער וועט נישט זאגן ברבים (אבער איז פארט גאר וויכטיג אויסגעשמועסט צו ווערן) איז אזוי געגנגעזעצט ביי די פארשידענע סארט קרייזן און שטרעמונגען ביי כלל ישראל. אבער איך גלויב אז פונקט ווי דאס ווערט ווייניג אויסגעשמועסט, אזוי טוט זיך יעדער ווי זיין הארץ באגערט אים. און גיי לערן אויס די היימישע אז מ'דארף פאלגן ראביי שמולי בוטח, (וואס איך בין ניט זיכער אז עס איז אזוי אויסגעהאלטן זיין שיטה דערין, אבער בעסער ווי א לעכעריגער ליילעך) שוין איך וועל זיך אצינד אפרוען.Anonymousnoreply@blogger.comtag:blogger.com,1999:blog-8134327.post-1102004061612853962004-12-02T11:14:00.000-05:002004-12-02T11:14:00.000-05:00צום שואל מיט די איטליכע שאלות.
א) ורמינהו... תיוב...צום שואל מיט די איטליכע שאלות.

א) ורמינהו... תיובתא

ב) מען װאָלט געקענט דערױף שרײַבן אַ דאָקטאָראַט פֿאַרװאָס פֿרומע קלעבן זיך צו רעכטע פּאַרטײַען. מען װעט ערשט דאַרפֿן דעפֿינירן רעכט און לינק אין אַ פּאָליטישן קאָטעקסט. דערנאָך דער היסטאָריע דערפֿון, און ס'האָט אַ רײַכע היסטאָריע. און צום סוף פֿאַרװאָס דאָס איז אַזױ. אַז ס'איז נישט פֿון הײַנט איז זיכער. אין גאַליציע האָבן די חסידים געשטימט פֿאַר נאַציאָנאַליסטישע אַנטיסעמיטישע פּאַרטײַען אַבי צו זײַן קעגן די משכּילים װאָס זענען געװען קאָמוניסטיש געשטימט. אין דײַטשלאַנד זענען געװען גדולים װאָס האָבן משבח געװען היטלער און די נאַציס װײַל אױך זײ האָבן געהאַלטן כּל כּבודה בת מלך פּנימה, הײַנט צו טאָג אין בעלגיע שטיצן די הײמישע דער אַנטי־סעמיטישע פֿלעמישע פּאַרטײַ װײַל זײ זענען דער מערסטער קעגן אימיגראַנטן, קרי מוסלמענער.

װי װײניק איך האַלט פֿון בוש קען מען אים נישט כּולל זײַן מיט די אױבערשטע. פֿונדעסטװעגן איז עס פֿאַרבינדן און די סיבות זענען פֿיל. ס'פֿאַרלאַנגט זיך אַ באַזונדער שטיקל ועוד חזון למועד.

ג) אײנס פֿוּן די חדשים לבקרים װאָס זײ זענען חרדים נאָך זײ האָבן טועם געװען דער עץ הדעת און אױף זײערע עתה ידעתי כאַפּט זיך יהדות החרדית. אױך װערט אַן אַרטיקל.

ד) questionable

ה) מסכּים

ו) יאָשע קאַלב און כּל מיני ייִדישע ביכער קען מען קױפֿן בײַ http://yiddishbookcenter.org/+10046. פֿאַר די גענוצטע ביכער שיק אַ בליץ פּאָסט צו orders@bikher.org

ד"א איז יאָשע קאַלב אַ ביך װאָס איז שטאַרק כּדאי לײענען, איבערהױפּט פֿאַר אַ חסיד. ס'שילדערט די חסידישע הױפֿן פֿון שיניעװע און ראַחמעסטריװקע און די פּאָליטיקלעך װאָס טרײַבן די הױפֿן. ס'איז אַ סאַטירישע ביך אָבער ס'געבט אַן אױסערגעװענדלעכע בליק װיאַזױ ס'האָבן אַמאָל אױסגעזען די חסידישע הױפֿן. ס'איז אױך אינטערסאַנט דערפֿון צו פֿאַרגלײַכן װוּ אונז שטײן מיר.

יענטל איז דער נאָמן פֿין אַ פֿילם אַדאַפּטירט פֿון אַ באַשעװיס זינגער מעשה (דער ישיבה בחור?) איך האָב עס נאָר געלײענט אױף ענגליש. זיכט עס אין אײנס פֿון זײַנע אַנטאָלאָגיעס.

ז) װי קען איך לײקענען אַ זאַך װאָס איך װײס נישט אַז ס'איז שקר. אױף אַזױ פֿיל איז אמת אַז דער המון עם טוט נישט אַזױ. אָבער ס'איז אַ קלא דלא פּסיק אַז בײַ די גאָר פֿרומע גערער און בײַ ר' אַרעלעך טוט מען אַזױ. אװדאי אַ פּועל יוצא פֿון זײערע סעקס אָבסעסירטע פֿירער, דער בית־ישראל און ר' אַרעלע. װי איר װײסט אװדאי זענען די ענינים אַזױ װי משיח. דער װאָס װײסט זאָגט נישט און דער װאָס זאָגט װײסט נישט.קטלא קניאhttps://www.blogger.com/profile/06200610221562556249noreply@blogger.comtag:blogger.com,1999:blog-8134327.post-1101936883108271752004-12-01T16:34:00.000-05:002004-12-01T16:34:00.000-05:00יונתן רוזנבלום איז א
free-lace
קאלומניסט, ער פובלי...יונתן רוזנבלום איז א
free-lace
קאלומניסט, ער פובליצירט זיינע ארטיקלען, הויפטזעכליך איבער ישראלישע אנגעלעגענהייטן, אינעם המודיע, ירושלים פאוסט, קאנטרי יוסי, און נאךAnonymousnoreply@blogger.comtag:blogger.com,1999:blog-8134327.post-1101919031240760112004-12-01T11:37:00.000-05:002004-12-01T11:37:00.000-05:00אַ דאַנק פֿאַר דער תּורה. שוין געהערט וועגן ראָמבל...אַ דאַנק פֿאַר דער תּורה. שוין געהערט וועגן ראָמבלערײַ אַ סך מאָל פֿון געפֿיפֿטע גוייִשע מײַלער נאָר קיין מאָל ניט געוווּסט פֿון וואַנען עס שטאַטמט. טאַקע דבֿר בשם אומרו.

זאָל שוין זײַן געראָמבלט!שלום בערגער Zackary Bergerhttps://www.blogger.com/profile/07921542043459008887noreply@blogger.comtag:blogger.com,1999:blog-8134327.post-1101911158128125682004-12-01T09:25:00.000-05:002004-12-01T09:25:00.000-05:00איך וויל נאר צולייגן עטליכע פונקטן, פרעגן פארשידענ...איך וויל נאר צולייגן עטליכע פונקטן, פרעגן פארשידענע שוועריגקייטן, און נאך. ואין מוקדם ומאוחר.
איך וועל צוטיילן אין נאמבערס ס'זאל זיין גרינגער צו ענפערן.
א) איך פריי זיך צו הערן אביסל וואס האט דיר קלוג געמאכט, קוקט מיר נישט אָן װי עפּעס אַ צוריק געבליבענער פֿאַרצײַטישער ייִד. איך האָב שױן געזען אַסאַך מאָװיס, דער ענגלישער המודיע לײן איך פֿון דעקל צום דעקל און איך האַלט גאָר שטאַרק פֿון דזאָן גרישעם און עולם ומלואו פֿון רעביצן יונגרײַז. איך קען אױפֿן שפּיץ פֿינגער אַלע ליצנותא דעבודה זרה פֿון אמנון יצחק, איך האָב מיך אײַנגעשריבן אין אַ קורס פֿון 'ערכים' און ס'איז שגור בפֿי טיפֿע פילאָזאָפֿישע אַרגומענטן אױף דע מה שתשיב
איז מיר שווער צו פארשטיין אן אנדער שטיק:
און איך זאָל איר און אים קענען געבן צו הערן אַז טראָץ מײַן סאַמעטע יאַרמולקע און מײַן באָרד און פּיאות בין איך אַלײן נישט איבערצײגט אין גאָט און אין דער רבי זי"ע און אין דער רבי שליט"א און אין מײַן זינס תלמוד תורה און אין דער שדכנתע און אין דער מקווה װאַסער און אין דער שרון רעגירונג און אין יונתן פּאָלאַרד און װער רעדט נאָך פֿון פּאַרקינג טיקעטס כאָטש איך האַלט שטאַרק פֿון אַ טעלער טשולענט.
איז וואס הייסט ביזט נישט איבערצייגט אין גאט? די קענסט דאך טיפע פילאזאפישע ארגומענטן אויף דע מה שתשיב? איך מיז זאגן אז די לעצטע שטיק איז מיר גיט געפאלן דארפסט אבער זאגן די שייכות און צוקלעבן תחילתו וסופו.
ב) וואס איז טאקע די סבה פון דעם וואס די היימישע יידעלעך זענען רעפאבליקענס? געלט ווילן זיי דאך פרעסן פון די גאווערמענט, וואס די רעפאבליקענס ווילן נשיט געבן?
ג) ווער איז יונתן ראזענבלום?
ד) וואס מיינט פראגזאם ?
ה) מ'וועט נאך מיינען אז קאנסיומעט מיינט סעקס, עס מיינט צוענדיגן מיט סעקס דעם שידוך (נישט דוקא קונה זיין מיט ביאה...)
ו) ווי ליין איך די מעשה פון יאשע קאלב און יענטל?
ז) פארוואס האסטי נשיט אפגעלייקנט די זאך אז מיר פארקניפן זיך מיט א לאך אין ליילעך, די ווייסט דאך אז סאיז ליגנט.
ח) נאך???Anonymousnoreply@blogger.comtag:blogger.com,1999:blog-8134327.post-1101609782182671792004-11-27T21:43:00.000-05:002004-11-27T21:43:00.000-05:00I still dont get whats "rumble"I still dont get whats "rumble"Anonymousnoreply@blogger.com