יום חמישי, דצמבר 25, 2003

אַ גוטן חודש און אַ פֿרײליכן חנוכּה!

ראשי חודשים לעמך נתת זמן כּפּרה לכל תולדותם, ראש חודש איז אַ זמן כּפֿרה איבערצובעטן דעם עולם אַז איך האָב מיך שױן אַזױ לאַנג נישט באַװוּזן. זאָלט איר װיסן אַז דאָס איז לא מלבי נאָר די השגחה פּרטית האָט אַזױ צוגעפֿירט אַז ס'זאָל חלילה נישט װערן אױוון אַ קיטרוג. פֿאַרװאָס אַ קיטרוג? װײַל דער מצב מיט מיר איז עפּעס נישט פֿױגעלדיק. מנחה מעריבס שטײן אױף הינער פֿיס, און אפֿילו בײַם שחרית האָט זיך דער בעל דבר אײנס צװײ מאָל אַרײַנגעכאַפּט. יאָ יאָ איך װײס װאָס איר קלערט, היום אומר לו עשה כּך ולמחר אומר לו עשה כּך ביז װער װײסט רחמנא לצלן. אָבער דער וראו כּל עמי הארץ כּי שם השם נקרא עליך ויראו ממך, װאָס רש"י זאָגט אױף דעם אלו תפֿילין שבראש, בײַ דעם האַלט איך מיך פֿעסט. אַלע װינטן פֿון דער װעלט קענען עס בײַ מיר נישט אַראָפּבלאָזן. און אין די הײַנטיקע צײַטן װען פֿיל פֿון די אומות העולם טשעפּען זיך װידער מיטן אױסדערװעלטן פֿאָלק װאָלט איבעראָלזן די תפֿילין געװען אַ מאבד עצמו לדעת. ממילא װען דער אײבישטער מאַכט אינדערפֿרי אַ קאָפּצאָל פֿון שװאַרצע קעסטלעך איז מײַן קעסטעל אױך אַרײַנגערעכענט און ברוך ששם חלקי עמהם.

הײַנט אינדערפֿרי האָב איך נישט געהאַט קײַן תירוץ און איך בין אין שיל אַרײַן. ס'איז חנוכּה, ס'איז ראש חודש און ס'איז חגא איז װעלכע תירוץ קען מען נוצן אױף צו בלײַבן אין בעט און נישט גײן אין שיל אָדער אױף זיך צו אײַלן און צאַמלײגן דעם טלית בײַ מכלכּל חיים און זאָגן כּתר בײַם טיר? אַזאַ כּתר איז אָבער שױן געװאָרן אַ מנהג ישראל און יאָ חגא נישט חגא טוט מען עס אַלץ.

איך בין אַרײַן געקומן אין שיל האָב איך באַלד פֿאַרשטאַנען אַז מיר ייִדן װעלן ראַטעװען דער מערבדיקע ציװיליזאַציע. פֿאַרװאָס? װײַל אױף חגא װען די סוחרים גײן נישט אין אַרבעט װאָלט געװען אַ סברא אַז די שטאַרק פֿרומע, נישט חסידישע, כּלומר פֿלעטבושע סאָרט זאָלן זיך אָנטון װי מענטשן װאָס גײן נישט אין אַרבעט. איז ער אָבער אַ פֿלעטבושער און ער גײט נישט אין דער רוח פֿונעם גאַס נאָר אין דער דערעך, און דער דערעך איז צו גײן אַ קראַװאַט צי מען אַרבעט יאָ צי מען אַרבעט נישט. זאָלן די גרױסע פֿירמעס אײַנפֿירן 'דרעסינג דאַױן' טעג, זאָלן די פֿירערס פֿון די ד'זי7 מדינות זיך טרעפֿן אין זײערע ד'זינס, אָבער ר' חיים סטיװן פֿון פֿלעטבוש און ר' ריצ'ערד משה פֿון ברױערס װעלן װײַטער קומן אין שיל אַרײַן און צום דף היומי שיעור אין זײערע נעק־טײַ. דאָס איז זײערע דערעך פֿון די אבות הקדושים און אין אַ שעת שמד איז מען זיך מוסר נפֿש אַפֿילו אױף אַ שיך בענדל קל וחומר אױף אַ קראַװאַט.

װיבאַלד ס'איז נישט דאָ װאָס זיך צו אײַלן האָט מען צוגעשיקט אַ בעל תפֿילה װאָס נאָך יעדער דרײערעל האָט ער זיך אַהין און אַהער געדרײט זען צי דער עולם האָט הנאה. דער חאָלעמאָק איז נישט געװען זיכער בײַ קדיש נאָך הלל צי מען זאָגט מיט תתקבל צי אָן תתקבל. לעבן מיר איז געשטאַנען גאָר אַ װױלע עלטערע בחור און ער האָט זיך באַלד אָנגענומן פֿאַרן תתקבל, און דער רעשט פֿונעם קדיש האָט ער צו זיך געשמײכעלט און געשאָקלט מיטן קאָפּ כּלומר 'האָב איך נישט געװוּסט?'

בײַם אַרױס נעמן די ספֿרי תורה איז געװאָרן אַ געראַטשקע צי צװײ ספֿרי תורה צי מען זאָל מישן. אַ פֿרומע האָט געשריגן 'נאָך אײַנס, נאָך אײַנס', אָבער דער גבאי, אַ פּראַקטישע קאַרפּאַטישע ייִדל מיט אַ קאָזע בערדל װאָס אײן מנהג ישראל איז בײַ אים מער װערד װי אַלע ד' חלקי שו"ע, האָט זיך נישט געלאָזט און ער האָט געזאָגט 'גולל, גולל' און בײַ גולל איז עס געבליבן. דער פֿרומע האָט זיך צוגעשמײכעלט צו זײַנע אַרומיקע, כּאילו 'שױן, װאָס װילסט דו פֿון אים.'

יעצט איבער די חגאות װעט מערטשעם זײַן מער צײַט איז האָפֿענטליך װעט מען קענען אַביסל אַרײַן לײגן כּוחות און דער וכתבתם. דערװײַל זיך איך בײַ אײַך אַן עצה אױף צו מאַכן דעם דרײדל שפּיל אַביסל אינטערסאַנטער. איך האָב געשפּילט מיט מײַנע קינדער אָבער נאָך אַפּאָר מאָל װערט דער שפּיל נמאס. דער דרײדל גײט אַרום דער טיש פֿונעם ייִנגסטן צום עלטסטן און ס'נעמט נישט קײן עק. כּסדר געװינט עמעצער אַביסל צוריק. אפֿשר האָט אײנער אַ װערסיע פֿונעם שפּיל װאָס לײגט אַרײַן אַ שפּאַנונג און אַן עלעמענט פֿון עפּעס אײַנשטעלן.

דרך אגב האָבן מיר געפֿרעגט אַ שאלה און ס'איז באַשלאָסן בײַ די גדולי ההוראה שליט"א אַז אפֿילו די װאָס האַלטן ניטל מעגן לערנען אַ בלאַט קטלא קניא שאינן אלא תחנונים לפֿני המקום.

אַז מען רעדט שױן פֿון חגא פּלאָג איך מיך יעדער יאָר צו פֿאַרשטײן װאָס דער חגא איז. איז עס װי פּורים צי איז עס װי יום כּיפּור צי איז עס סוכּות אָדער גאָר שבועות? לאָמיך מסביר זײַן. די בײמער װאָס מען שטעלט אױף אין די געסער און אין די הײַזער איז ממש װי די בלעטער אױף שבועות, אַסאַך שטעלן עס אָבער בײַם פֿענסטער און דאָס איז אַביסל װי חנוכּה אַז מען מאַכט אַ פּירסומי ניסא. מאידך גיסא זענען די שײנע בליטשענדיקע לאָמפּן די איבערגעבליבענע באַצירונגן פֿון סוכּות, הײסט עס אַז ס'איז גאָר סוכּות און די בײמער זענען װי סכך למען ידעו דורותיכם. װײַטער דער מאַסע פֿון חצות און די הײליקע קאַראָלן זענען װי כּל־נדרי בײַ נאַכט, קומט אָבער בײַ טאָג און דער עולם שאַשקעט און טון זיך אָן רױטע היטלן און ס'װערט אַן אַטמאָספֿערע פֿון פּורים. װער רעדט נאָך פֿון דער גרױסע אינדיק װאָס שפּירט זיך װי שמחת תורה װען מען ברעגן די געפֿולטע קרױט צום טיש. אפֿשר זענען די אַלע רמזים אױף צו צומישן דעם שטן, װער װײסט? דאָס װײס איך אָבער יאָ אַז ראש השנה איז הערשט נעקסטע װאָך און ס'הײסט אַז אין דער קריסטישע חודש אלול ליגן אַלע ימים טובים. בשעת װען מיר זענען חוקר ודורש די עדים צי ס'איז יאָ דאָ אַ לבנה מאַכן זײ מיט די ימים טובים װי הלל מיטן קרבן פּסח און זײ זענען עס יוצא בבת אחת. נו, איז װאָס טױג אַ גמרא קאָפּ?

האָטס מיר אַ פֿרײליכן חנוכּה, װיפֿיל ס'איז נאָך געבליבן פֿונעם חנוכה און װי פֿרײליך ס'קען זײַן װען די מנורות זענען אָנגעטראָפּט מיט װאַקס און די אײַל גלעזלעך זענען פֿעט מיט למהדרינדיקע שמן זית. דאָס איז טאַקע אַ ייִדישע קרענק אַז קעז קוכן עסט מען אײן טאָג אָבער לאַטקעס אַכט טעג.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה