יום רביעי, ספטמבר 15, 2004

כּתיבה וחתימה טובה

איך האָב געבעטן אױף דער זכייה אױפֿצושטײן צו זכור ברית און מײַן תפֿילה איז נתקבל געװאָרן ברצון. ברצון קען אפֿשר זײַן אַ גוזמא װײַל איך בין אַרײַן געקומן האַלב װעג אין זכור ברית און איך האָב סך הכּל אָנגעיאָגט אײן ושוב און אײן והשב און אױך גואל חזק למענך פּדנו בײַ אַ מנין װאָס האָט זיך געשטעלט אין זעקסע. איך האָב מיך געשטעלט זאָגן סליחות און ס'האָט מיך באַלד באַנק געטון אַז איך האָב פֿאַרפֿעלט אַאַאַאַאַאַאַאַאַשרײַ הואָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָם יודעײַײַײַײ סריאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָה און אַלע אַנדרע הערונגן פֿון סליחות ערב ראש השנה. נאָך אַ פּאָר שטיקלעך האָב איך מיך אַרױס געגנבעט צום בעקער קױפֿן חלות אױף יום טוב. זיס װי האָניק. פּאַרקירט, זיך אױסגעװעלט אַפּאָר אָפּגעברענטע חלות פֿאַר כּלל ישראל האָט זײ אױסגעטאַפּט, אַ האָניק לעקאַך מיט אַפּאָר ראָגעלעך, באַצאָלט און צוריק אין בית מדרש אַרײַן. אין בית מדרש האָבן זײ געהאַט קפֿיצת הדרך און דער עולם איז שױן געשטאַנען מיט טלית און תפֿילין. פֿון אַ מעשה עבירה טאָר מען נישט הנאה האָבן אָבער דאָ האָב איך דאָך הנאה געהאַט פֿון ייִדן װאָס זענען געשטאַנען אין שיל און געדאַװענט. זאָל איך האָבן אַזאַ לײַכטער יאָר.

בײַם דאַװענען הער איך װי אַ ייִנגליש רעדנער מיט אַ גרױסער באָרד װערטעלט זיך מיט אַ צװײטן אױף זײַן שפּראַך׃ איך האָב דיר געזאָגט אַז מיר װעלן צוזאַמן מאַכן התרת נדרים און איך האָב פֿאַרגעסן זאָגן בלי נדר װעל איך אױף דעם אַלײן אױך דאַרפֿן מתיר נדר זײַן. די געלט גײער האָבן געקלאַפּט אין גרױסן. ייִדן דאַרף פּירות אױף שהחיינו און חותך חיים מעסערלעך און מען טײלט דאָס נישט אומזיסט. איך האָב אײנעם נישט געהאַט חשק צו געבן װײַל ער האָט אַלץ אַ גרױס מױל. דערנאָך איז מיר אײַנגפֿאַלן אַז ער גײט דאָך סך הכּל פֿאַר זיך אַלײן צו שפּײַזן זײן הױז געזונד איז זאָל איך אים דאָס אױך נישט פֿאַרגינען? ל.ט.ס בחור װאָס האָט בר מצווה געהאַט פֿאַר צװײ װאָכן און מען האָט אים נישט געמאַכט אַ סעודה װײַל זײַן טאַטע האָט געהאַט חתונה געמאַכט מיט אַפּאָר װאָכן פֿאַר דעם און ער האָט זיך נישט געקענט ערלױבן אַזױ פֿיל סעודות מצווה, דער בחור האָט אױך געקלאַפּט. ער איז שױן אַ בחור און ער מעג שױן קלאַפּן חוץ חנוכּה און פּורים אױך. אין טירופּאַטי איז מען מקריב דעם עגאָ מיט זיך אָפּשערן דער האָר אין ישיבות קטנות שיקט מען זײ בעטלן אין די שילן. מען דערלײגט אַן עגאָ אָבער מע פֿאַרדינט כאָטש דערבײַ אַפּאָר גראָשן.

נאָכן דאַװענען האָט מען מתיר נדר געװען אָבער נישט פֿאַר דער בעל תפֿלה האָט געזאָגט דער יהי רצון נאָך תהילים. אַ צומישטער שטן קען נישט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס שופֿר נישט און תהילים יאָ. בײַ קדיש נאָך תהילים האָט דער ייִנגלישיסט מיט דער גרױסער באָרד באַקומן אַ קאָל אױף זײַן סעליולער און אין אַ װינקל האָט ער אַרײַנגערעדט אין זײַן באָרד אונטער זײַן טלית. איך האָב מיך איבערגעטון די תפֿילין בשעת מײַן בית דין איז געזעצן און לכּבוד ערב ראש השנה אָנגעטון רבינו תם תפֿילין. גאַנץ אַ פֿײַנעם בית־דין איז עס געװען חוץ אַז אײנס פֿון די דיינים האָט נישט אױפֿגעהערט שאָקלן זײַנע פֿיס און װאַרפֿן דעם באַנק במשך דעם גאַנצן זיצונג. איך פֿאַרשטײ נישט דער פּשט אַז מען זאָגט פֿאַר די 'דיינים' אַז װיבאַלד מען געדענקט נישט אַלע נדרים און מען קען זײ נישט אױסרעכענען על כּן יהיו נא בעיניכם כּאילו הייתי פורטם, זאָל עס זײַן בײַ אײַך כּאילו מען האָט זײ אױסגערעכענט. ממא נפֿשך מען דאַרף יאָ אױסרעכענען צי נישט. אַז יאָ װאָס העלפֿט אַ כּאילו און אַז מען דאַרף נישט װיבאַלד מען געדענקט זײ נישט איז װאָס דאַרף מען אַ כּאילו.

דער ייִנגלישיסט האָט געזאָגט שמעו נא רבותי מיט דעם אמן בכל כּוחוניק און יעדער אײנס פֿון דעם כל כּוחוניקס הכּל יהיו מותרים לךס האָט געדױערט לענגער װי מײַן גאַנצער שמעו נא. נישט קײן װינדער ער האָט זיך פֿריער געװאָלט מתיר נדר זײַן איבער זײַן אָפּמאַך.

באַלד גײן מיר צו דער באַבע און זײדע זײ װוּנטשן אַ גוט יאָר און דאָרט אױף דער זײַט ליגן אױסגעלײגט אַלע אײניקלעך בײַ דער תנאים און דער חתונה. זײ שטײן אױפֿן בילד אַזױ װײַט אײנער פֿונעם צװײטן אַז מען װאָלט געקענט מײנען אַז זײ האַלטן שױן נאָכן צוקריגן זיך און דערװײַל האָבן זײ זיך אַפֿילו נאָך נישט פֿאַרליבט. אין געשעפֿט פֿרעגט אַ ייִד דער פּרײַז פֿון האָניק, 'װאָס? מען װאָל געקענט מײנען אַז גאָלד פֿאַרקױפֿן זײ דאָ.'

האָט מיר אַלע אַ כּתיבה וחתימה טובה און אַ גוט געבענטשט יאָר. װערט פּטור אַלע עבירות בײַ תשליך און מאַכט פּלאַץ פֿאַר די פֿרישע און זײַט אײַך מחיה מיטן כראָמטש אינעם פֿאַרהאָניקטן עפּל.

10 תגובות:

  1. תגובה זו הוסרה על ידי מנהל המערכת.

    השבמחק
  2. זײַט מיר מוחל פֿאַר מײַן עם־הארצות, נאָר וואָס איז אַ חותך־חיים־מעסער? בײַ מיר וואָלט דאָס געהייסן דער מעסער מיט וואָס מע שנײַדט דעם לעקעך. כּי לעקעך טובֿ נתתּי לכם – מאַכט רשי: וואָס מער לעקעך, אַלץ מער חיים. נאָר בײַ אײַך איז מסתּמא אַנדערש.

    השבמחק
  3. ס'איז דאָ אַ מנהג צו קױפֿן אַ פֿרישע מעסערל אױף ראש השנה אַלץ אַ סימן צו החותך חיים לכל חי װאָס מען זאָגט בײַ וכל מאמינים.

    השבמחק
  4. מאָדנע. איך קויף אַ נײַעם ען־עם־אַר מאַשין ווי אַ סימן פֿאַר „בוחן כּליות“.

    השבמחק
  5. אנונימי9/20/2004 6:22 PM

    וואס האט מען דאס געמעקט שלוםען?

    השבמחק
  6. אנונימי9/21/2004 9:12 AM

    why don't you link to the other blogs?

    השבמחק
  7. אנונימי9/21/2004 1:09 PM

    The minhag of a new knife is from the Rebbe of Lublin.

    השבמחק
  8. צו דער שאלה פֿאַרװאָס איך לינק נישט זאָג איך מיט געדולד. מען דאַרף שלאָגן כּפּרות, קױפֿן ד' מינים, בױען דער סוכּה, תשובה טון און נאָך און נאַך פֿון די תשרי באַשעפֿטיקונגן.

    השבמחק
  9. אנונימי9/22/2004 5:29 PM

    im allways going to ur sight thru ISRABLOG and search u by DAS now i link over to here , is their an easier way?

    השבמחק
  10. אנונימי9/23/2004 10:05 AM

    "וואס האט מען דאס געמעקט שלוםען?"

    טאמער וואלסטו באקומען א מינימאליסטישע חינוך וואלסטו געקענט ליינען אז שלום האט דאס אליין געמעקט

    השבמחק