פֿאַר די הײמישע ניאָ־קאָנס װאָס פּאַטשן זיך דאָס בײַכל יעדער מאָל זײ לײענען אַן אַרטיקל װי אין סאָױדיע אַראַביע טאָר מען נישט פֿײַערן חגא האָב איך אַ קלײנטשיקע פֿראַגע. װי װאָלט געװען װען מען שטעלט אױף אַ חגא בױם אין בני־ברק? װאָס װאָלטן דעמאָלסט געשריבן די חרדישע אַפּאָלאָגיסטן װאָס 'האָבן גאָר אַ גוטן פֿעדער' מחמת זײ זענען פֿעהיק צאַמצושטריקן אַ זאַץ אָן אַ האַלבע טוץ לשון־קודש װערטער, װאָס װאָלטן זײ געשריבן? די זעלבער נאַרישקײטן װי יהונתן ראָזנבלום האָט די װאָך אָפּגעשריבן װעגן דער ישראלדיקע געריכטס פּסק אַז דער ערציונג מיניסטאָריום טאָר נישט פֿינאַנצירן ישיבות קטנות װוּ מען לערנט בלױז לימודי קודש? אינגאַנצן פֿאַרגעסענדיק פֿון דער גמרא אַז אַ טאַטע זאָל אױסלערנען זײַן זין אַ פֿאַך מאַכט ער פֿון אַ פּסק װאָס איז אױסגעהאַלטן פֿאַר טױזענטע חרדישע קינדער אין חוץ־לארץ אַז ס'איז אַן ערשטשטאַנגיקע מוסטער פֿון דער גריכטס שנאה צו חרדישע ייִדנטום. לײענט דעם אַרטיקל און זעט װי ס'איז אַן ערשטאַנגיקער מוסטער פֿון טענו לו בחטים והודו לזכר קדשו.
ראָזנבלום װאַרפֿט צאַם אַ בקיאות װאָס איז נישט געשטױגן און נישט געפֿלױגן און װענדט אָפּ דעם געריכט, צװישן אַנדרע זאַכן, מחמת דעם אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע. אפֿשר װיל מר ראָזנבלום אַרױסנעמן אַ מאַפּע און באַקוקן װוּ ארץ־ישראל געפֿונט זיך. בוש איז טאַקע דער בעסטער זאַך פֿאַר כּלל ישראל זײַט מען איז ניצול געװאָרן פֿון ע"ז אין די שײטלן אָבער ס'װאָלט דאַכט זיך מיר געװען מער ניצלך װען ער זאָגט צי דאָס קלאַפּט לױטן ישראלדיקע קאָנסיטוטציע. אװדאי איז ער פֿון דער מײנונג אַז די ישראלדיקע קאָנסטיטוציע ליגט פֿאַרשטעקט אין די עשרת הדברות און דרײַצן אני מאמינס און דאָרט איז דער ערשטער אַמענדירונג 'הוצא את המקלל.' אַזױ אױך מאַכט ער אַ היקש פֿון דער אַמעריקאַנער 1948 נאַציאָנאַלע באַהױזונג אַקט װאָס קלאַפּט נישט און קלעבט נישט. איר קענט אָבער זיכער זײַן אַז גאַנץ װײניק לײענער פֿון דער המודיע װײסן דערפֿון און אַזױ אַרום קענען די לײענערס אױסגײן פֿאַר התפּעלות אָן ער זאָל ריזיקירן אַז מען זאָל אים אָפּשלאָגן.
דער זאַך מיט די אַלע כּמו־הײמישע אַפּאָלאָגיסטן איז אַזױ. זײ אַלײן, על־פּי רוב, האָבן זיך אױסגעבילדערט אין קאָלעדזעס און יוניװערסיטעטן װוּ על פּי רוב לערנט מען אױס כּפֿירה ומינות אַז ס'האָבן אַמאָל שפּאַצירט אױף דער װעלט דינאָזאָױרן און אַנדרע נאַרישקײטן. און כּל זמן די נאַרישקײטן קענען הײלן קאַנסר אָדער ערפֿינדן אַ בײַפּאַס פֿאַרן האַרץ קען מען ברענגן די ספּעציאַליסטן צו די גדולי ישראל אַז זײ זאָלן געניסן פֿון די בעסטע מעדיצינען װאָס די פֿאַרדאָרבענע לערן פּלעצער האָבן צו אָפֿערירן. אַזױװי נאָר אַ צװײטער אַפּטײַלונג אינעם זעלבן געבײדע זאָגט אַ מײנונג איבערן עלטער פֿון דער װעלט אָדער איבערן בראשית אַלײן איז עס אַ געלעכטער און יעדער בר בי רב דחד יומא קען זיך דינגן און זײ אָפּװענדן אַז זײ זאָלן בלײַבן מיטן צינג אינדערױסן. והראיה, ס'האָט קײנער נאָך נישט אָפּגעװענדט אמנון יצחק.
צוריק צו די אַפּאָלאָגיסטן, װען מען האָט זײ אײַנגעשריבן אין די אַקאַדעמיעס װוּ אַלץ דעקאַנען זענען דער ס"ם און מלאך רפֿאל משתמש בערבוביא, זענען זײ אָדער נאָך געװען זינדיקער אָדער זײ האָבן געמעגט װיבאַלד זײ זענען געקומן פֿון אַזאַ סביבה װוּ מען מעג. אַזאַ סאָרט ספֿיקא דװיסנשאַפֿט װאָס איז מותר אין חוץ־לארץ אָבער פֿאַרבאָטן אין ארץ־ישראל װוּ עיני ה' אלקיך בה און דעריבער זענען דאָרט נישט פֿאַרהאַן קײנע צװײַפֿלן. דערנאָך װען זײ הײמישן זיך אױס און לאָזן זיך װאַקסן קאָזע בערדלעך אָדער לא יחרץ גאָמבעס מיט גענוג האָר צו הײסן פֿרום אָבער קורץ גענוג אַרױסצושטײן אַז די גדולי ישראל זאָלן זיך מיט זײ ראָטן, װײַל 'זײ װײסן דאָך,' קומן זײ צו גײן מיט עתה ידעתי. נישט מיט אַ גרױסע מיאַ קאַלפּאַ און קלאַפּן זיך חטאתי עויתי פּשעתי, מיר זענען אַרײַן אין דער פּרדס און אַלעס װאָס מיר האָבן צו זאָגן איז אַ מצווה הבאה בעבירה, און לױפֿן מיט אַ שאלה צי נעמן באַלױנונג פֿאַר די כּל־ערלײַ אַרטיקלן איז נישט הנאה פֿון אַ מעשה עבירה. נײן, חכמים המה להרע אױף צו באַגנבענען דער דעת הבריות און אױסצונוצן דער צוטרױ װאָס מען האָט אין זײ צו פֿאַרטיפּושן זײערע ציבור לײענערס. זײ קומן פֿאַרקױפֿן אַ װעלט, דרשענען פֿאַר פֿײַער און פֿאַר װאַסער און שרײַען הודוּ אױף ארץ ושמים. זײ קענען שרײַען טענות ומענות צי ס'קלאַפּט צי נישט און דערנאָך לײענען די בריװן צום רעדאַקטאָר מיט אַ צופֿרידנקײט װײַל דער צײַטונג לײענט מען אפֿילו אין דער װײַסער הױז און שתיקה כּהודאה דמיא. זײ קענען צאַמװאַרפֿן סברות, בקיאות און חריפֿות, זײערע לײענער גאַפֿן אױף דער אמתדיקײט פֿון תורת משה װײַל והוא באחד ומי ישיבנו. דער װאָס װײסט אים צו ענטפֿערן לײענט אים נישט לכּתחילה און דער װאָס װײסט נישט איז גענוג זײַן בילד און אַ נאָמן פֿון אַ דאָקטאָר און דידן נצח איז פֿאַרזיכערט. אַז ס'פֿעלט אױס קען מען אײביק אַרײַנװאַרפֿן אַביסל חרדישע היסטאָריע אַז קאַרל מאַרקס און טראָטסקי זענען געװען ייִדן און גאַנץ קאָמוניזם איז מחמת זײערע זעלבסט פֿײַנדשאַפֿט צו ייִדישקײט און לה' הישועה.
געבט אונז ראָזנבלום צו פֿאַרקױפֿן װאָס דער געריכט האָט דאָ געזינדיקט. אַז זײ האָבן איבערגעדרײט אַ באַשליסונג פֿון דער חינוך מיניסטאָריום, װאָס אָדער האָט עס אײַנגעפֿירט עפּעס אַ פֿרומע מיניסטער אָדער דורך סטראַשן אַז זײ װעלן אָפּלאָזן דער רעגירונג, און דערױף מאַכט ער אַ ויִצעקו איבער יוריסטישע טיכטיקײט. ער דערמאַנט נישט אַז הױכע געריכטן אין דעמאָקראַטיעס זענען געװענדלעך אינטערװענירנדיק דוקא װען דער עקזעקוטיװ איז אַ שטאַרקע. ער דערמאַנט נישט אַז אין דעמאָקראַטיעס טון די אומאָפּהענגיקע געריכטן באַלאַנצירן די מעשה חניפֿה פֿון דעמאָקראַטישע פּאַרטײַען צו מינאָריטעטן און הא גופֿא איז דער געריכטיקע מאַכט אַז זײ דאַרפֿן זיך נישט אָנטון יאַרמולקעס אײנמאָל אין פֿיר יאָר און מאַכן המוציא איבער אַ רעטעך צו װײַזן כּשר חזיר פֿיסלעך. ער דערמאַנט אװדאי נישט אַז אין אַמעריקע װאָלטן די אַלע מוסדות באַקומן װײניקער װי אַ פֿײַג װײַל רעליגיע און די שטאַט איז באַזינדערט מיט אַ מחיצה געדעכטער װי אױף אַ חרדישע פּלאַזשע.
נײן, דאָס דערצײלן זײ נישט װײַל אױף דיבאַטעס זאָלט איר נישט קױפֿן פֿרומע צײַטונגן װײַל װאָס איז דען דאָ צו דיבאַטירן? די תשובה ליגט אױפֿן צװײטן זײַט פֿאַקס אין ירושלים אָדער בני־ברק. און אַז דאָס קומט אָן שװער קענען אַפּאָר ראשי־ישיבות פֿאָרן אױף אַ 'בליץ־באַזוך' צו אַ 'סאָמיט' מיט די גדולי התורה. אַז עס איז נישט דאָ װאָס צו דעבאַטירן קען מען אָנפֿילן די נײַעס בלעטער מיט קלײנע זיסע מעשהלעך װאָס אַמאָל פֿלעגן ערשײנען אין דער ייִדישער שטראַל אונטער דער רובריק 'קלײנע זאַכן פֿון דער גרױסער װעלט.' הײַנט זענען זײ זענען קליגער און לײגן 'רױטערס' און 'אײפּי' צום סוף די אַרטיקלן און די לײענערס זיצן אױפֿן סאָבװײ און האַלטן דער צײַטונג מיטן שטאָלץ אַז גם שאול בנביאים, און גם המודיע בהמעדיאַ.
דאָס זעלבער איז מיט די געריכטן. קום נישט שרײַבן אַז פּשוט ער איז מחולק מיטן פּסק און ער האַלט אַנדערש. נײן, האַק אין טשײניק מיט קאָנסטיטוציעס, װאַרף אַרײַן אַ 'לטעמם' און נאָך אַפּאָר ישיבישיזמס און ענדיק מיט אַ בױדם פֿון מסירת נפֿש און אַזױ צײג איבער פֿאַר די װאָס האָבן לכּתחילה נישט געצװײפֿלט אַז אפֿילו אױפֿגקלערטע קעפּ זען אױך אין דעם פּסק אַ פּשוטע שנאת עמי־הארץ לתלמודי־חכמים. לטעמו האָט דער געריכט געפּסקנט אַז אין אַ ייִדישער שטאַט איז נישט דאָ קײן שום ציבורישן צװעק פֿאַר אַן 'אינטענסיװער' תורה חינוך. מערקט דאָס גנבישע װאָרט 'אינטענסיװ' װען שטײן װאָלט געדאַרפֿט 'עקסקלוסיװ'. אַ שטיקל חילוק, מײן איך. און אױף דעם אַז אין דער גמרא שטײט אַז מען איז מחוייב אױסלערנען אַ קינד אַ פֿאַך און ר' יהודה זאָגט דער װאָס לערנט אים נישט אױס אַ פֿאַך לערנט אים אױס רױבערײַ, איז דער תירוץ אװדאי אַז די גדולי ישראל דאַרפֿן נישט מיר און מײַנע גלײַכן זײ אױסצולערנען אַ שטיקל גמרא.
כּמו־װעלטלעכקײט איז אָבער אַלץ נישט גענוג. מען דאַרף אַרײַן װאַרפֿן אַביסל שנאה און מאַכן פֿאַרגלײַכן צװישן װאָס װעלטלעכע אַקאַדעמיעס באַקומן און װאָס חרדים באַקומן נישט און אַזױ אַרױס װײַזן װי גרױס דער שנאה איז פֿון די פֿרײַע צו די פֿרומע. פֿאַרקערט פֿון חרדים צו װעלטלעכע איז עס בלױז אהבה והראיה װוּ מען קען נאָר זיכט מען זײ מחזיר בתשובה צו זײַן. שרײַבט ער נישט אַז סטודענטן מיזן צאָלן פֿאַר זײערע באַקאַלאַװער דיפּלאָמאַס און פֿונדעסטװעגן דאַרף מען זיך פֿאַרהערן צו קענען װערן אָנגענומן פֿאַר אַ תלמוד. מה שאין כּן פֿרומע צאָלט מען כּולל סטיפּענדעס און עם כּל זה איז כּל הרוצה לטול את השם קען זיך מאַכן אַ קאַװע. װאַרף אױך אַרײַן פּחדים און דערשרעק דעם עולם. דער רעגירונג װיל סאָציליעזירן חרדישע קינדער בלשונו אין אַ 'האָמאָגענירטע נאַציאָנעלן קולטור'. אַ סאָרט מאַסן שמד װײַל מען װעט אױסלערנען קינדער דער חילוק צװישן אַ נומעראַטור און אַ דינאָמינאַטור.
דער גרעסטער ליצנות איז װען ראָזנבלום ברענגט אַ ראיה אַז די פֿרומע קענען זיך טױשן מחמת הײַנט לערנט מען אין אַסאַך מוסדות אױף העברעיש לעומת זעכציק יאָר צוריק װען עס איז געװען אינגאַנצן אין ייִדיש. דאָס, לטעמו, איז 'פֿאַר געװיסע אינערװײניקסטע באַדערפֿענישן'. זאָגט רש"י די קינדער קענען נישט רעדן ייִדיש. אױסער די חסידים האָבן זיך װײניק געשטעלט אױף ייִדיש. אױך צװישן די חסידים זענען דאָ װי גער װאָס זײַענדיק מושלים בכּיפּה אין אגודת ישראל האָבן זײ גענאַשט דעם לײבס חלק און פֿאַרציקט אַלע אַרומיקע און אַזױ מער אַרײַנגעצױגן געװאָרן אין דער העברעישע שטראָם. ממילא לערנט מען אין עברית פּשוט װײַל די קינדער קענען נישט עפּעס אַנדערש. ומהא שמעינן לױט אים אַז ישראלדיקע שטײַערצאָלער זאָלן האַלטן אין אײן אונטערשרײַבן דורות פֿון עם־הארצים װאָס פֿאַרברענגן העכער צװאָנציק יאָר אין אינטענסיװער לימוד התורה און קענען נאָך אַלעס ניטאַמאָל געהעריק אָפּלערנען אַ שטיקל גמרא. מר רוזנבלום װיל אפֿשר אַז מיר זאָלן מיר װאַרטן נאָך זעכציק יאָר אַז מענטשן זאָלן אױסגײן פֿאַר הינגער, דער סאָציאַלע מצב אין בני־ברק, ירושלים, בית שמש ובכל מקומות מושבותיהם זאָל אױסזען װי אָרעמקײט אין די טונקעלע צײַטן, נאָך בחורים זאָל קומן בעטלן אױף די טירן און טאַטעס װעלן פֿאַרקױפֿן די טעכטער פֿאַר דינסטן, קינדער װעלן חתונה האָבן נאָך אײדער זײ האָבן געברענגט סימנים און ס'װעט זיך קנײַנע האָרן אױף טישן און אױף בענק און דעמאָלסט, נאָר דעמאָלסט װעלן די גדולי ישראל זיך צאַמקומן און קלערן צי ס'איז אַן עונש װײַל מען ניצט סעליולער טעלעפֿאָנען.
געלױבט דעם פֿון אױבן אַז אין ארץ־ישראל איז נאָך דאָ אַ געריכט װאָס מען קען זיך דערױף פֿאַרלאָזן זיך אָנצופֿײַפֿן פֿון די אַלע פֿרומע עסקנים. אין די פֿרומע דין תורות איז מען מרנן אַז די דיינים זענען צום ערגסטנס לוקחי שוחד און צום בעסטענס אַ באַנדע קלײן קעפּיקע לא יצלחס און װען פֿרומע סוחרים פֿון װעם די גדולים און זײערע צײַטונגן ציטערן אין די גאַטשעס װילן מקיים זײַן צדק צדק תרדוף גײן זײ אַלע אין ערכּאות. און דווקא האָבן די אָ ערכּאות צוריק אַנטפּלעקט דער גמרא פֿון לעולם ילמד אדם בנו אומנות. ברוך מחזיר עטרה ליושנה!

וואו! מיט אזא אייפער! מיט אזא אנגעגעסעניש! מיט אזא איילעניש (אויסלייג פעלערן) האלטס אז דר. יונתן וועט כאפן א בליק דערויף?
השבמחקביטע ערקלער מיר אפאר ווערטער, וואס מיינט...
השבמחקמיא קאלפא
פלאזשע
באקאלאווער
ביטע ערקלער מיר אפאר פראזן, ווען דו שרייבסט... צו האסטו געמיינט...
"הױכע געריכטן אין דעמאָקראַטיעס זענען געװענדלעך אינטערװענירנדיק דוקא װען דער עקזעקוטיװ איז אַ שטאַרקע
...ווען די עקזעקוטיוו איז א קארופטירטע
זען אױך אין דעם פּסק אַ פּשוטע שנאת תלמידי חכמים לעם־הארץ
שנאת עם הארץ לתלמידי חכמים
זייער שטאַרק. מיר חשקט זיך דאָס איבערצוזעצן.
השבמחקדאס איז איין זאך וואס איך קען נישט משיג זיין. וואספארא מין סיסטעם פירן זיי, די פרימע אין ישראל? די שיטה פון די קנאים פארשטיי איך; זיי נעמען נישט און בעטן נישט. (צי ס'איז אן אויסגעהאלטענע ווירטשאפט אין א דעמאקראטישן סיסטעם? נו, א מהלך איז עס איז זיכער.) אבער נעמען געלט, און דווקא מער פון אנדערע, און געבן - מער ווייניגער גארנישט, און נאך האבן טענות דערצו?
השבמחקווילסט געניסן פון סאציאלע פראגראמען? פון שטודיע-סובסידיעס? מהיכי-תיתי - אבער טו וואס אנדערע סאציאלע-פראגראמען געניסערס טוען: גיב עפעס אויף צוריק. גלאט אזוי, "גיב נאר דארט אהער וויפיל כ'האב אנגעשריבן אויפ'ן צעטל," און נאכער - וואס באלמוטשעסטו מיט שטותים וועגן מיליטער און קולטור? ס'טייטש, נאדיר א שטיקל גמרא!"
וועלכער שכל דיקטירט אזא גאנג?
איך בין נישט משיג די דאזיגע מענטשן.
צו טמיר ונעלם ב'
השבמחקמיאַ קאַלפּאַ איז לאַטײניש פֿאַר 'איך בין שולדיק' אַזאַ סאָרט חטאתי, עויתי, פּשעתי.
פּלאַזשע איז אַ ביט"ש בלע"ז
באַקאַלאַװער, בעטשלאָרס בלע"ז
אַ שטאַרקע עקזעקוטיװ איז לאו דוקא אַ קאָרופּטירטע. ס'מײנט אַ רעגירונג װאָס רעכענט זיך װײניקער מיט זײערע קריטיקער און טוט װאָס זי װיל, צי מחמת װײַל זײ האָבן אַ שטאַרקע רוב אָדער װעגן די פּערזענדליכקײטן בראש צי װעגן אַנדרע סבות, לדוגמא נײַן עלעף.
אַ דאַנק פֿאַרן הגהה.
פֿאַר ר' שלום׃ הרשות בידכם ויישר חילכם.
צו בן־עמי׃ דאָס מײנט מען אַװדאי אַז דעת בעל־הבית איז קאַפּױר פֿון דעת תורה.
It s a game, or business, if you prefer.
השבמחקHilonim want a Jewish majority state but can t produce the babies so they wink at Haredim s separate education system.
Haredim know this and try to leverage it.
I do wonder, in this education system, are kids not taught secular subjects at all or are they taught math and science, but in the context of Torah and with a curriculum that's not approved by the central authorities?
BTW, I think Yoshev al Hageder is laughing his head off!
While we're asking questions, do you know or are you related to this Kanye? - http://www.kanyewest.com
השבמחק