לרבים השואלים, אַ נעכטיקן טאָג קײנער פֿרעגט שױן נישט, איך טו מיר אָבער מײַנס און איך שרײַב. איך בין דאָ און איך געב נישט אױף אַזױ שנעל. שבע יפּול צדיק וקם, און דער װאָס האָט געלערנט ישמח ישראל אַלץ בחור װעט װיסן אַז אפֿילו נאָך די גרעבסטע עבירות קען מען זיך צוריק כאַפּן לבל ידח ממנו נדח. און אַז מדת פּורעניות איז אַזױ איז קל וחומר בת בתו של בנין אב משני כּתובים אַז נאָך זײַן פֿאַרטון אַפּאָר װאָכן קען מען צוריק קומן.
איך האָב אָנגעהױבן אַ נײַע אַרבעט. מזל טוב! גאָר אַ פֿײַנער בעל הבית אָבער משוגע װי דער רוח. האָט ער ליב צו רעדן װי פֿינעף יענטעס וגם לרבות אַ צװײ דרײַ שפּרינצעס אױך. איך װײס שױן װיפֿיל ער פֿאַרמאָגט, װיפֿיל ער װעגט, אַז ער האָט ליב אָפּעראַ, גאָר ליב אָפּעראַ, און ער פֿאַרשטײט צו װײַנען. גליטשן קען ער אַ רעטך אָבער צװײ מאָל אַ יאָר מיז ער פֿאָרן צו די ראָקיס און אײנמאָל קײן שװײץ. װען ער לעבט נישט װאָלט איך געזאָגט אַז ער איז אַ קאַריקאַטור געשאַפֿן דורך אַ שותפֿות פֿון װאָדי אַלען און דזעקי מײסן.
אױסער דעם בין איך נתעורר געװאָרן בײַם דף היומי סיום צו לערנען דאָס בלעטל. איך האַלט שױן דף ד' װען דער װעלט האַלט שױן דף י'. איך געב נישט אױף און דער באַשעפֿער האָט אונז געגעבן אַ שבת קודש זיך מיט צוכאַפּן. איך װײס שױן אין װעלכע אשמורה אַ פֿרױ רעדט מיט איר מאַן און פֿאַרװאָס הײמישע ייִדן קענען נישט זײַן אין ערגעץ אױפֿן צײַט װײַל זײַט משה רבינו האָט געזאָגט כּחצות קענען מיר נישט לײענען אַ זײגער. דער סיום איז געװען נישקשה, נאָר אַ שאָד אַז די קנאַקערס האָבן זיך געשעמט מיט אַביסל ייִדיש און עס איבערגעלאָזט פֿאַר די װײַסע בערד. קײן אײנס פֿון די ייִדישע דרשות האָבן זיך געדאַרפֿט שעמן פֿון דער פֿאַרטיפּושעכץ פֿון דער עבודה זרה רבס דרשה אױף ענגליש. ס'האָט געענדעלט צו די דרשות װאָס מען רעדט פֿאַר מײדלעך פֿון נײַן מיט אַ האַלבן. איך בין נישט געבליבן אױפֿן שמע ישראל װײַל איך האָב נישט ליב אָרקיסטריעטע קידוש השמס, און פֿון העלפֿגאָטס קול בין איך אַ שװאַכער חסיד װײַל סײַ ער קװיטשעט און סײַ זײַן קול איז רױ, פּראָסט און נישט געשלײַפֿט. אױסער דעם אַז חסידים לױפֿן אַרום אַז דאָס איז דער בעסטער אױף דער װעלט בין איך פֿאַרדעם אַלײן סקעפּטיש.
ממילא לערנענדיק דף היומי און זיך אײַנרישן אין מײַן נײַע שטעלע און אױך שרײַבענדיק שעפֿערישע זאַכן איז דער זמן קורץ אָבער מיר בלײַבן דאָ און מען װעט אי"ה מתריע זײַן ברבים אױף עניני הזמן.
האָט מיר אַ גוטן שבת שקלים ושקל אשא בבית נכון ונשׂא
אז מ'פרעגט נישט, מיינט נישט אז מ'בליקט נישט פון צייט צו צייט זען אויב מ'קען זוכה זיין און הערן אביסל פון די דברי כבושין.
השבמחקאון ווי איז טאקע דורך דעם שבת קודש? האט מען זיך מיטגעכאפט?
א געטרייער חסיד
מיט ציטירן די פאלגענדע ווערטער באגער איך צו אונטערשטרייכן דאס וואס איך האב אימער געהאלטן איז דיין שוואכסטע נקודה, וואס דו קענסט נישט איבערקומען, נישט באכפיא אדער באתהפכא.
השבמחקאַז חסידים לױפֿן אַרום אַז דאָס איז דער בעסטער אױף דער װעלט בין איך פֿאַרדעם אַלײן סקעפּטיש""
דו באהויפטונג אז סיי וואס א חסיד טוהט איז גרייזיג איז פונקט אזוי בלינד און פאנאטיש ווי צו זאגן אז אלעס וואס א חסיד טוהט איז ריכטוג, מיטן אונטערשייד אז איינס איז פאזיטיוו און דאס אנדערעס נעגעטיוו. איך לאז פאר דיר איבער צו באשלוסן וועלכעס איז וואס...
שלאג נישט אפּ פאנאטיזים דורך פראקטיצירן דאס זעלביגע.