...לאַנג זאָל לעבן דער קעניג! דער פראַגע איז בלויז ווער איז דער קעניג?
דער אמת איז אַז איך בין שולדיק פאַרן עולם אַביסל פּורים בדחנות אבל מה אעשה אַז אַ נאַכט פאר תענית אסתר נדדה שנת המלך ווײַל מען האָט מיך אויפגעוועקט אין 2.36 אַז איך זאָל אונטערשרײַבן אַ פּסק הלכה אַז מען טאָר נישט פאַרלעשן דעם רבינס נר תמיד, און מען דאַרף ווײַטער זאָגן יהא שמיה רבא מיט אַ דעציבאַל העכער און די פרויען זאָלן װײַטער צינדן שבת ליכט מיט פינעף מינוט פריער און אַלעס להחלמתו של נפתלי צבי בן זײַן מאַמע לאפוקי זײַן שטיף־מאַמע.
די וואָס האָבן אים קאָנטראָלירט האָבן באַשלאָסן אַז ס'איז דאָ אַ שיעור ווי לאַנג זיי קענען זיך מצער זײַן און וואַרטן אויפן רביסטווע. אַפּעלירן זייערע באַשליסונג האָט מען נישט געטאָרט ווײַל אויף אַוועקצולייגן אַ רבי איז נישט דאָ קיין היתר צו גיין אין ערכאות, דאָס טאָר מען נאָר ווען ס´רעדט זיך פון באַקרוינען אַ פרישע רבי. האָבן זיי זיך געלערנט פון רביס דינסט און געמאַכט אַ רעש פון אַ הכתרה וואָס דאָס האָט אָפּגעשטעלט אויף אַ רגע די משמורות תהילים און אין די רגע נצחו מצוקים את האראלים וכל העם עונים מזל טוב מזל טוב. נאָר מיר פּשוטי עם שיידן זיך אָפּ פון מזל טובס אויף א גאַנץ יאָר ווען דער קאָפּ פון אַ פאַמיליע שטאַרבט. בײַ דערהויבענע יידן מעג דער גוף נאָך זײַן ווואַרעם און שוין שרײַט מען מזל טוב ווײַל שמא יחטפנו אחר.
נאָך זען ווי מען איז נישט מקיים מײַן פּסק בין איך אַריבער צום באַקרוינונג פון דער אינטערלאָױפּער און געהערט ווי מען בעט דעם עולם באַלד נאָכן כתר יתנו לך אַז מען זאָל נישט רעדן בײַם דאַווענען. ממקומו הוא יפן האָב איך געקלערט און תיכף ומיד בין איך געוואָרן אַ בני-ציון. ווײַל אַז זיי האָבן מקיים געווען דחק ונכנס אויף אַ למהדרינדיקן אופן איז דאָ אַ תירוץ פון הקנאה התאווה והכבוד אָבער וואָס קען מען ענטפערן אויף אַזאַ קאָפּשטיק? אפשר וואָלט דאָס אױך געווען אַ שעת הכושר מעורר צו זײַן אויף עסן שטייענדיק אין פּיצאַ סטאָרס? איך האָב באַלד געזען אַז הײַ יאָר זענען די זקן ורגילדיקע שפּילערס אַליין געוואָרן דער שפּיל און ס´האָט זיך מיר געגליסט אַרײַנשרײַען אַן עצה טובה 'איטס דע עקאָנאָמי, סטיופּיד'.
אַנשטאָטס דעם, כדרכינו בקודש, איז אונז אײַנגעפאַלן אַ דבר תורה מסביר זײַן דער סמוכין פון צוויי רשי'ס. רש"י זאָגט אויף ואלה המשפּטים אשר תשים, כשלחן הערוך, און בײַ לפניהם זאָגט ער ולא לפני עובדי כוכבים ללמדך אַז דאָרט וווּ מען פירט אַ טיש איז סופו לבא לידי ערכאות. און דאָס איז פאַרדעם ווײַל דין תורה איז גאָר גוט פאַר מענער וואָס דאַרפן אַ היתר מאה רבנים און פאַר מוהלים וואָס האָבן פאַרסמט קינדער אָבער פאַר ערענסטע זאַכן וווּ מען קען באמת דערלייגן ווער זאָל דען זײַן פאַרנאַרט און מקבל קנין זײַן ווען יעדער דיין קומט מיט זײַן זיידעס באַגאַז און מיט אַ שווער וואָס ער קען אַליין באַשטיין צו ירשנען? איז מיטאַמאָל זענען די גוישע ריכטער נישט נאָר נישט מנסך דער ווײַן נאָר זיי שטעלן גאָר דער ווײַן אויפן שלחן אשר לפני ה' און די וואָס אַלגעמיין פאַרשטיין ניטאַמאָל אַ ברטנורא באַשליסן צו וועמענס ליכטיקייט נסע ונלך.
אײַנגעהילט אין טרױער ווי ס´זענען מעיד אױף מיר אַלע חרדישע זורנאַלן, בין איך מיר געגאַנגן זען אַ ונהפּוךדיקן פּורים אויפן 15צנסטן אַוועניו וווּ דער יום־טוב איז איבערגעדרייט געוואָרן צו אַ טרויער און די שמחה צו יגון ואנחה. ס´איז דאָרט טאקע געווען ונהפּוך צו זען אין אַ טרויער־הויז וווּ די ווערם זענען נאָך נישט צוגעגאַנגן צום קערפּער און די פּיאות פון דער נפטר האָבן נאָך געטראָפּט מיט טהרה וואַסער זאָל בײַ די כלומפּערשטע אבילים טאַנצן אויפן טיש אַ פּורים רב אין כתונת פּסים. מען מיז מלמד זכות זײַן אַז לשמחה זו עושה איז נישט עפּעס אַנדערש ווײַל מיתת צדיקים מכפּרת און די געשלעגערײַען זענען קלאַפּערײַען פון על חטא. ווען בּריטני זאָל האָבן געווען אַ חסיד וואָלט זי אוודאי געזינגן ´שמײַס מיך חסיד נאָך איין מאָל´.
דער אמתער פּורים האָט זיך אָבער אָפּגעשפּילט בײַ די צוויי שוואָגערס זאָלן ביידע דערלעבן משיחן וואָס טראָץ זייערע גרױס עניוות האָבן זיי ביידע געמאַכט אַ יד אחת אַבי מקיים צו זײַן דעם רצון פונעם שווער. אַ! בכם יתברך ישראל! פון הײַנט און ווײַטער ווען אַ ייִד זיכט אַן איידעם וועט ער זאָגן פאַרן שדכן ´איך וויל דווקא אַ ר´ מאָטאַלע אָדער אַ ר´ שיאַלע´. און לאָמיר מיט זיי מיטגעבן אַ קרעכץ ווען זיי קוקן צו צו דער בונטעוועכץ וואָס איז אינגאַנצן קעגן רצון קדשם און נאָך וואָס זיי האָבן זיך אַזוי געבעטן אַז מען זאָל זיך דערווײַטערן פון מחלוקת.
צו פאַרשטיין דער גרויסקייט פון זייערע מסירת נפש לאָמיר איבערגעבן וואָס מיר האָבן באַקומן פון קראַנטע מקורות וואָס האָבן געהערט אַ בגתן ותרש שמועס, להבדיל אלף שעווהנע הבדלה לעכט, וואָס ר´ מאָטאַלע און ר´ שיאַלע האָבן געפירט ווען נר ישראל טרם יכבה. און אַזוי ווי בגתן ותרש האָבן זיי אויך גערעדט אויף ענגליש אַז דער עולם זאָל נישט פאַרשטיין און הא גופא ברענגט אַרויס זייערע מסירת נפש אַז זיי האָבן מסכים געווען זיך צו פאַרפלעקן דער נשמה און זיך ברעכן די ציין איבער אַ לשון עם זר אַבי ס´זאָל חלילה נישט זײַן מחלוקת בײַ ייִדן.
על כל פּנים, דער שמועס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אַ וואַרעמע יהי רצון נאָך תהילים פאַרן רבין ווען ר´ מאָטאַלע האָט געזאָגט פאַר ר´ שיאַלען, ´שוואָגער לעבן, דער מצב מיטן שווער איז נישט גוט, פּאַרקינזאָן האָט געמיזט זײַן אַ שרעקלעכע שונא־ישראל ווײַל מען גיט זיך מיט אים נישט קיין עצה. בעוונותינו הרבים זעט נישט אויס אַז דער שווער זאָל זיין געזונט וועט אונז אַקײַגן פירן משיחן און ס´ליגט אויף אונז אַן אחריות אַז דער עדת ה´ זאָל חלילה נישט זײַן כצאן אשר אין להם רועה.´
ר´ שיאַלע: דער שוואָגער לעבן זאָגט דאָך אַזוי גוט. משה רבינו האָט אויך אינזינען געהאַט נאָך בחיים חייתו אַז כלל ישראל זאָל האָבן אַ מנהיג נאָך זײַן פּטירה. און שוואָגער לעבן ווער איז דען דערצו מער פעהיג ווי דער שוואָגער, קריינא דאגרתא... און מען האַלט דאָך טאַקע חודש אדר ווען מען לייענט מרדכי היהודי גדול ליהודים.
ר´ מאָטאַלע: יודע אני מך ערכּי און בפרט קעגן דער שוואָגער, און ווער בין איך דען זיך צו ריפן באָבאָווער רב וואָס מלאכים ציטערן פאַרן נאָמן. און נאָך מער בײַם שוואָגער זאָל זײַן געזינט אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן. בײַ אונז איז דאָך אָבער זימן לבינים ומצא שחורים און ווי קענען מיר זיך שטעלן צו אַ טיש אָדער נעמען קוויטלעך ווען אײַ יײַ יײַ אל תראני שאני שחרחורת.
ר´ שיאַלע: חַ, אַז דער עלטער שווער זכותו יגן עלינו האָט געקענט פליען איבער די וואָלקענעס פאַר אַ קידוש לבנה קען דער שוואָגער אוודאי באַווײַזן אַ הרי אני כבן שבעים פון ר´ אלעזר בן עזריה. אוודאי דער זכות פון די זיידעס און די צרות פון די אייניקלעך מיט אַביסל סייעתא דשמיא וועט ברענגן אַ כשלג ילבינו לתפארת בית באָבוב. אָבער וואָס האָבן מיר צו רעדן, מיר זענען דאָך יעצט אין די ימי הפּורים, מגילה נקראת בי"א, איז לאָמיר וואַרפן גורל על שם הפּור.
בהאי שעתא טיהר ר´ מאָטאַלע עצמו ועלה למרום ושאל מאת האיש לבוש הסטראָקעס וגעפּעפּערטע הױזן ונם לו קבלו עליכם צדיקים וידידים כי שמעתי מאחורי הבוטקע וואָס מען האָט אױפגעשטעלט אינעם בית המדרש כי ביד אחת אתם נלכדים.
ווען ר´ מאָטאַלע איז אַראָפּגעקומן האָט ער געזאָגט אַז שמע מינה תרתי. איינס איז אַז דער מלאך האָט געזאָגט צדיקים וידידים איז אַ ראיה אַז מיר ביידע דאַרפן טראָגן דער הנהגה און דאָס אַז ער האָט ערשט געזאָגט צדיקים און דערנאָך ידידים הייסט עס אַז מיר דאַרפן זײַן צדיק און דער שוואָגער, רב. ער האָט דאָך אָבער אָנגעריפן דער שוואָגער ידיד און ידיד ה´ ישכון לבטח עליו.
ר´ שיאַלע: נו מזל טוב! מזל טוב! נו, ס´איס דאָך באַלד פּורים מעג מען זאָגן בדרך צחות וואָס ס´איז מיר אײַנגעפאַלן ווען דער שוואָגער איז געווען בשמי מרומים. מיט אַ רבי ווי דער שוואָגער וועלן אוודאי בני ציון יגילו במלכם. די אָבער וואָס ווילן יהללו ´שמו´, זיי ווילן דווקא דעם נאָמן בן־ציון, במחול, אין מחילה אַרײַן בלשון נקייה. ס´איז גוט, האַ, וואָס?
ע"כ האָט מען געהערט מאחורי הפרגוד.
כשעמדנו על מפתן בית הדפוס שמועה שמענו ותרגז בטננו אַז דער ´רבי´ קלערט אָפצוּטרעטן. דאָס מאָל זענען מיר טאַקע פאַרלוירן פאַר ווערטער ווײַל אויף מיתת צדיקים האָבן חסידים אָן אַ שיעור ווערטער: נסתלק ווערן, נפטר ווערן, נשבה ארון הקודש, כבה נר ישראל, עלה לשמי מרום און נאָך צענדליקע מעטאַפאָרן. אָבער אַבדיקירן? קוים וואָס דאָס וואָרט זאָגט זיך אַרויס. און אַזוי פאַרלוירן פאַר ווערטער זענען אונזערע צײַטונגן אַז ס´האָט זיי אַלע אָנגעכאַפּט אַ שטומעניש. אוודאי אַ רמז צום וידום אהרון.
השמטה: אמר המלביה"ד, אמרנו להוסיף בשולי היריעה שכאשר מסרו השלוחי דרחמנא השמועה ששמעו ובאו אנח מר"ש ואמר ´תפשת מרובה לא תפשת ועל זה לא נאמר טובים השנים מן האחד.´ ויהי אך יצא יצאו השד"רים ורוכשי הרכב הגיעו שכבר נעשה מעשה חיוורו פניו הקדושות ואמר ´הממליך מלכים ולא המלוכה, אם ממליכים שני מלכים אזי לא להם תהיה המלוכה.´ ויהי למופת.

רבינו איך מוז אייך זאגען, דער קעניג איז שוין גארנישט טויט! מעגליך אז דאס איז די ענינים העומדים על הפרק אדער דער דאפלטער אדר, מ'קען אבער רואיג זאגן אז די חידו"ת דפורים האי שעתא שלינגען איין דאס פאריעריגע, פאר אזא זאפטיגען פשט האט זיך געלוינט צו קומען פון נאענט און ווייט, יחי אדונינו!
השבמחקאינטערעסאנט נאר, אז ביים בגתן ותרש שמועס איז דא פלוצים מרדכי אליין געווארן דער פארשווערער, ער וואלט זיך זיכער אויך געווינטשען א ככה יעשה לאיש סצענע, ומה אני מקיים מיט'ן פסוק ומרדכי יצא בלבוש מלכות וכו'? מיר גלייבן דאך אבער, אז נישט אלעס קען אונזער ארעם פארשטאנד משיג זיין, דער עיקר איז דער "ודובר שלום לכל זרעו", שלום שלום און נאכאמאל שלום, גארנישט עפעס אנדערש ווי בלויז שלום.
Dude! You are Gooood
השבמחקאן ארטיקל איינס אין דער וועלט! איך מיין אז דאס איז דער בעסטער אראפגעגעבענער מאמר איבער די הכתרה פון די גדולי דורינו, בעסער ווי די אלע ארטיקעלעך פון די היימישע פאפירן.
השבמחקאון יא, דאס איז גוטע בדחנות לכבוד פורים.
קיפ אפ!
ר' קטלא ס'איז ריזיק. בפרט דער סמוכין דרשה, און יישר כח אויף'ן מאזיללא...
השבמחקLook at this post of Vos IZ Neias
השבמחקhttp://vosizneias.blogspot.com/2005/04/discussion-about-pope-and-his-funeral.html
Mandel Vartheimar