יום רביעי, מאי 18, 2005

כּי אש יצאה פון אָן אַ חשבון

ווידער אַ יום־טוב און ווידער אַ פײַער. ווידער אַ פײַער און ווידער אַרוינעלעך דער גרייס פון אַ פּושקע פון אַ קינדער ספר־תורה אָנגעפילט מיט אַ קינד וואָס וועט אויף אַ שמחת־תורה מער נישט טאַנצן.

וואָלט געווען אַ הוה־אמינא אַז די קעמפערס פון עירוב רײַסערס, שייטל ברענערס, און מציצה־בפה זויגערס זאָלן זיך אָנטון אין זאַקן און לויפן אין די גאַסן פון שטאָט און שרײַען חמירא סכנתא מאיסורא. איז עס פאַרדעם בלויז אַ הוה־אמינא װײַל הערן וועט איר ענדערש כּל־חמירא איבער אַ פײַער אויף יעדער ווינקל וווּ ייִדן זענען מקיים אין ביעור חמץ אלא בשריפה, און לייענען וועט איר קול־קוראס צו תשובה און צניעות מיט שיינע מליצהלעך פון הבערה ללהב יוצאת.

ובכל זאת שמך לא שכחנו, דאָס איז אַלץ נאָך נישט געניג. עמעצער מיז דאָך שולדיג זײַן. שולדיג קענען נישט זײַן די וואָס דרשנען פון די לייטעסט חומראס ווײַל זיי זענען דאָך מקיים אַ בפירושער מחבר אַז שואלים ודורשים בהלכות הפסח קודם הפסח שלשים יום. אויפן שבת הגדול דרשה מיזן זיי אויספּילפּולן דעם הקשה הר"י מקורביל אמאי איצטריך ג´ ערלים און אויסניצן די פּאָר איבעריקע מינוטן אויף באַוואָרענען איבער דער ´מגיפה´ פון דער אינטערנעט. איז פון וווּ נעמט מען צײַט צו רעדן וועגן אַכטונג געבן איבער פײַערס? גליען דער קאָך ווען מען דעקט עס סײַווי איבער, אוודאי. מגעילו ברותחין, מיט אַ שטיין, מיט אַ כּלי ראשון, מיט אַן אינו בן יומו, מיט אַ טשייניק אשר הוא לא פּסחדיק ולא חמצדיק, און פון אויבן אַראָפּ, און דער הייס־וואַסער זאָל רינען בשעת מעשה, און די ברילן זאָלן פאַרפּאַרעט ווערן, און דער ציגל זאָל צוברעקלט ווערן, און דער וואַסער זאָל שפּריצן, און די פרוי זאָל שרײַען ´וואָס פאַרפלייצט דו מײַן קאָך´, און דער מאַן זאָל שרײַען ´דאָרט איז דער וואַסער נאָכנישט אָנגעקומן´, און דער וואַסער זאָל טריפן פון אַלע שאַפעס און ושאבתם מים בששון. אָבער אַכטונג געבן אויפן גאַז פײַער? ווײַבערישע זאַכן וואָס אַז אַ רב זאָל דערפון צופיל רעדן וועט מען אים אַ נאָמן געבן דער אש זרה. וויפיל שכל דאַרף מען דען דערצו? ונשמרתם מאד לנפשותיכם, אויך מיר אַ חידוש.

ממילא שולדיג זענען די פײַער לעשער אַז זיי זענען נישט גענוג שנעל געקומן. קוים אַ שעה נאָך אחרי־מות און כלל־ישראל ווערן מבינים אויף רעספאָנס טײַמס כאילו זיי לערנען שוין דעם סוגיא זײַט זיי קענען זאָגן ראשית חכמה. אַלץ אַ תנא דמסייעא ברענגט מען דער הייליקסטער קי און אונזערע קודשי־קדשימדיקע שטאַל, די הצלה. וואָס הייסט, ס´איז דאָך מעשים בכל יום אַז זיי קומן אָן כהרף עין. אין מאַן שוואָגער האָט זיך געלערנט לעשן שרײַפות נאָך באַ ´רעד אַדער´ אַלײַן און ער האָט שוין געפּאַסקנט פאַר פינעף אין צוואָנציק יאָר אַז ישיאַת האַשעם כּהיירעף אַיִן, מען דאַרף נאָר זאָגן כּי ה´ אלקיך אש אכלה און די פײַער לעשער דאַרפן שוין דאָ צו זײַן. בדוק ומנוסה.

ייִדישע חכמה איז דאָך אָבער נישט איינפאַכיק, דער פסוק זאָגט שוין כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. הייסט עס אַז אויב עס זענען דאָ זיבעציק פעלקער זענען דאָ קעגן דעם זיבעציק סאָרט חכמות און צו אַלע האָבן מיר זוכה געווען. און אַז דאָס איז בײַ פשוטע ייִדן איז דאָך אַ קל וחומר בײַ חסידים וואָס זיי זענען דער ממלכת כהנים אין מיטן דעם גוי קדוש, און טאָקע דערפאַר איז דאָ פון זיי וואָס זאָגן בײַ אתה חונן, חכמה בינה ודעת דעה בינה והשכל. אַנדערש פּאַסט זיי נישט. איז פון די חכמים וואָס האָבן נישט געלערנט די סודות פון רעספאָנס טײַם צוזאַמן מיטן סוד קידוש החודש און קבועת המועדות זיי האָבן באַקומן דער סוד פון זײַן נאָך קליגער ווי די פריעריגע. גלגולים פון שלמה המלך וואָס ויחכם שלמה אפילו מן השוטים.

די חכמים מכל אדם, זיי ווייסן אַז שולדיג איז נישט דער פײַער לעשער. שולדיג איז גאָר דער חכם וואָס איז געגאַנגן איבערדערציילן פאַר די צײַטונגן און פאַר די קאָרעספּאָנדענטן וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט קײַן וויליאַמסבורג מיטמצומאַכן אַ ליל שימורים, איז ער זיי געגאַנגן דערציילן וואָס מען שמועסט אין די מקוואות און בײַם אַהיימגיין פון שיל. די חכמים וואָס זענען קריטיש אויפן חכם האַלטן אַז צו ערשיינען אויף דער מעדיאַ מיז מען האָבן זיך אויסגעבילדערט אָדער מיז מען זײַן אַ ליצענצטירטער עסקן בשליחות גדולי ישראל און זאָגן גענוי וואָס מען האַלט נישט און וואָס יעדער ווייסט מען איז משנה משום דרכּי שלום. אַז די קאָרעספּאָנדענטן ווילן דווקא הערן דער דעה פונעם מענטש אויפן גאַס, דעם חוטב עיציך אונעם שואב מימך פאַלט קיינעם נישט אײַן ווײַל וועם איז דען אינטערסאַנט צו הערן דער מיינונג פון עמעצן וואָס לא קרא ולא שנה ולא שימש תלמידי חכמים און ער האָט נישט אַפּאָר טאָלער? איז מען זיך מסגף צוצוקוקן אויפן עקראַן און אויסהערן אויף די לופט־וואַלן ווי אונזערע נײַ־געקרוינטע ראש־המדברים פאַרטרעט דעם עמך בליק און דערציילט די סודות פון חדר וואָס איז נישט מנופה בי"ג נפות. די קריטיקער דרייען זיך אויפן בענקל אָן ס´זאָל זיי אײַנפאַלן אַז אתה יצרת עולמך מקדם, דו חכם האָסט דאָס אַליין באַשאַפן אין די מוסדות וואָס דו פאַרדייטיקסט מיט דײַן בלוט. דער נשמה וואָס סך־הכּל פאַרטרעט דעם אמתן המון־עם אתה בראתה, אתה יצרתה, אתה נפחתה בי ואתה משמרה בקרבי. אונז האָבן עס אויפגעהאָדעוועט, עס אויפגעצויגן, אונז האַלטן אויס די חדרים, אונז זענען אַליין אַהין געגאַנגן און מיר שיקן אַהין אונזערע קינדער וויסנדיק אַז זבת חלב ודבש היא, דער יראת שמים וועט זיי ליגן אויף די פנימער אָבער וזה פריה אַזאַ פנים האָבן אירע פירות.

אַזעלכע גזירה שווות איז אפשר צו שווער פאַר די אירע צו פאַרשטיין ווײַל כלים שעשה בהן עבודה אל יעשה בהן מלאכה, סברות וואָס זענען געמאַכט פאַרן בית־מדרש טאָר מען נישט ניצן אויף צו טראַכטן. אָבער מיר, וואָס מיר ערלויבן זיך יאָ אַמאָל זיך אַ קראַץ אין קאָפּ צו טון אָן זיך צו וואַשן די הענט דאַרפן דאָך פאַרשטיין ווי קומט עס אַז מענטשן וואָס זענען ברי דעת זאָל אַזוי ווייניק אינטערסירן זייערע לעבן. די זעלבע וואָס וועלן אַרום פאָרן אַ האַלבע וועלט מיט האָפענונג צאַמצושטעלן געלט פאַר אַן אָפּעראַציע ווען אַלע מבינים האָבן פון לאַנג אויפגעגעבן צו האָפן, ווי קומט עס צו זיי ווען מען זאָגט זיי אַז מציצה בפה קען הרגנען אַ קינד לאַכן זיי זיך אויס? אַז אַ פײַער איז אַ סכּנה איז עס מבזה את המועדות?

זאָגט מיר מײַן סברא אַזוי. מיר זאָגן דאָך אַ יעדער נאַכט כּי הם חיינו, און בײַ אונז עס נישט אַן אויסגעדראָשענע פראַזע. אַז דער וועלט פאַרלירט זיך דעם קאָפּ ווײַל מען האָט געפינען מיט אַ מיליאָנסטל חלק בענזין אין אַ פלעשל סאָדע וואַסער, איז דער עקוויוולאַנט בײַ אונז ווערעמלעך אין וואַסער וואָס באַווײַזן זיך קוים אונטער אַ מיקראָסקאָפּ. וואָס דער וועלט פירט אײַן אויף עראָפּלאַנען נאָך אַ נײַן־עלעף זוכן מיר אײַנצופירן ווען מען שפּילט אין די לופטן אַ מאָווי וווּ אַ מאַן רחמנא לצלן קושט אַ פרוי. און אַז מיר דאַרפן מעלה זײַן די ניצוצות פון נײַן־עלעף ניצט מען עס פאַר אַ פּאַשקעוויל קעגן דער נגע הָאַרטיסטן. די סאָרט זאַכן וואָס טרײַבן דער אַלגעמיינער באַפעלקערונג צו מאַכן אַ ויצעקו זענען בדרך כּלל פאַרבינדן מיט געזונט, ווי קאַנצער דורך זיך באַניצן מיט צעל טעלעפאָנען, קאַנצער דורך זיך וואַשן מיט העד אַנד שוילדערס. דער זה לעומת זה בײַ אונז איז עבודה זרה אין שײַטלן. אַ ספק־ספיקא און ס´איז יום־טוב אין די גאַסן.

אַז ס´האַנדלט זיך מיט אַ געזונט איבערשרעק וועגן קינדער ווערט אפילו אין הימל אַ יריד מה שאין כּן בײַ אונז ווערט דער יריד ווען מען וויל זיי ראַטעווען פון אַ פאַרפּעסטעטן מוהל. בלויז דעמאָלסט קומן אַרויס די ראשי־המדברים מיט למהדרינדיקע הכשירים מיט ´אויפצוווײַזונגן´ אַז מען דאַרף נישט נתפּעל ווערן פון ציפערן. ווען מען זאָל אַנאַליזירן אַנדרע מעדיצינישע ריזיקירונגן לויט זײערע מעטאָדן וואָלט מען נאָך געבויט מיט אַזבעסטאָס און די ראיות צו פאַרבינדן ציגאַרעטן מיט לינגן קאַנצער וואָלטן געווען אָפּגעווענדט מכּל וכּל. ממילא אַז בייבי מילך מיט חלב ישראל איז נישט געווען פויגעלדיק האָט מען עס פאַרשוויגן ביז ווי לאַנג ס´האָט נישט געהרגט אַ קינד ווײַל ס´האָט דאָך אַ הכשר. און אַז אַ מוהל אינפעקט קינדער איז מאי כּולי רעש? מתו אחיו מחמת מילה טוט מען אויך גאָרנישט ביז ווי לאַנג ס´שטאַרבן נישט צוויי. און זאָגט דען נישט דער מדרש אויף כּי עליך הורגנו כּל היום אַז ס´גייט אַרויף אויף מילה, איז וואָס איז דאָ נתפּעל צו ווערן? אַז מען וועט אָנהייבן בודק זײַן די מוהלים וועלן זיי מאָרגן קומן מיט עפּעס פריש ממילא זאָלן מיר ווײַטער פאַרשווײַגן די מעשות וואָס יעדער ווייסט פון אַ מוהל וואָס האָט פאַרשניטן און צוגענייט אין־מיטן־נאַכט ווען ער האָט געזאָגט פאַרן מאַמן אַז ער וויל בלויז טוישן דאָס ווינדל, אָבער שאַ רעדט נישט. און ממילא קענען מיר אויך לערנען אַז אש איז דרכּו להזיק, און זיך דינגן צי אשו משום חציו אָדער משום שליחו אָבער אַז פאַרלעשן אַ פײַער איז נישט אוכל־נפש וועט עס ברענען דרײַ טעג יום־טוב כּאשר צוה ה´ את משה.

און הא גופא גיט וווּנדערבאַר צו פאַרשטיין דעם ר"י מקורבולס קשיא. אַז מען האָט דרײַ ברענערס און מען וויל בלויז פאַרלעשן צוויי דאַרף מען דאָך דערצו בלויז צוויי ערילים און נישט דרײַ, איז ממילא ג´ ערילים למה לי? אײַ וועסט דו זאָגן מת ביום־טוב יתעסקו בו עממין ממילא דאַרף מען דערצו אַ דריטע, דאָס איז דאָך נאָר אויפן ערשטן טאָג, אָבער אויפן צווייטן טאָג לגבי מת כחול שווייה רבנן. מען דאַרף זײַן טויט מען זאָל מעגן עפּעס טון, אָבער כּל זמן די קינדערלעך האָבן געלעבט האָט מען נישט געטאָרט, ממילא ג´ ערילים למה לי?

19 תגובות:

  1. אנונימי5/19/2005 11:45 AM

    אפשר זאגסטו פונטקליך וואס דו ווילסט? רעדסט און רעדסט שטותים און לאקשען... מיט מליצה'ס און דרשות אבער גארנישט קיין תכלית, ווילסטו מזאל אויסלעשן די געז רענטש'ס און יוט? אדער נישט? ביסטו פאר מציצה בפה אדער נישט?

    איך מיין זאלסט דיך האלטן ביים אייזערנעם כלל פון קורץ און שארף ווייל איך בין איינגעשלאפן צעהן מאל אינדערמיט פון דעם לאנגן מיעדען דרשה

    השבמחק
  2. אנונימי5/19/2005 1:23 PM

    I THINK ITS OVER THEIR HEAD

    השבמחק
  3. אנונימי5/19/2005 8:42 PM

    אה, שלום!!!

    גם אני מצטרף לדעת הטמי ר ונעלם הראשון, אז די פלאפעלסט אן קיין גבול, אויב איז דא עפעס צו ענדזשויען דא איז נאר די מליצה לשונות וואס די ווארפסט וואס עס פאלט דיר ביי אויפן מינוט

    זאג מיר דעם אמת, גרייטסטו פאר דעם צו דער באשרייבונג און נאכדעם לייגסטו די קלינגעדיגע ווערטער? אדער די ווייסט נאך אפילו נישט וואס די גייסט שרייבן, נאר די גרייטסט זיך אן מיט א טוץ פראזעס און עס ווערט ארויסגעשליידערט פון דיין געדערן אריין צום קיבארט און דאן צום בלאג?

    לבי אומר לי די צווייטע אויסוואל, אז די האסט נישט וואס צו שרייבן, די פארמאגסט דאך אבער לשונות וואס מוז פאר יעדן פרייז ווערן ארויסגעגעבן, דעריבער איז דיין אויסוואל געווען דאס צו משלב זיין מיט נארמאלע ווערטער, און אז עס מאכט נישט קיין סענטס איז עס דען דיין פראבלעם? די הייסט דען איינעם וויזיטן דא אין דיין בלאג?

    יא גערעכט ביסטו קטלא קניא

    מיר פארמאגן טאקע אזאלכע אויך

    עוד יבוא יומך מיר וועלן זיך נאך באלעקן די פינגער ווען דיינע לשונות וועלן אויסגיין און דעות כוזבות וועסטו האבן ביז איבערן קאפ, אן קיין וועג וויאזוי דאס צו דעליווערן

    ביני לביני לאז די בלאג מיט די "טמיר ונעלם" אדער "זייט עפעס מחדש" איך געדענק נישט וואס נאך, דער עיקר: איך קען מליצה

    (א פרישע אידעאלאגיע, אן קיין הסברים, קיין פשט, ווי אויף דער מאדים אראפגעפאלן, און געגעסן פאר פרישטאג גרינצייג מיט סמייטע)

    השבמחק
  4. אנונימי5/19/2005 8:53 PM

    I thoroughly enjoyed this post. Don't be dicouraged by readers who, due to ignorance and iliteracy, have no means of enjoying it themselves. -b

    השבמחק
  5. אנונימי5/20/2005 8:19 AM

    רבינו טייערע איך האף אז די מאכסט זיך ניט וויסענדיג פון די מחבלים את הכרמים. מיר האבען דוקא יא הנאה פון אייער זיסע פעדערעל און לאך זיך אויס פון די איינצעלנע משוגעים דא.

    השבמחק
  6. אנונימי5/20/2005 8:45 AM

    חא חא חא חא טמיר ונעלם השלישי יו מעיד מיי דעי!

    קטלא קניא פארשטייט נישטאמאל צו זיין וועלטל ער וועט ניכס משיג זיין וואס מען וויל פון אים

    קטלא'לע גיי צוריק אהיים, לאז אפ דער בלאג וואס האט נאך גארנישט מחדש געווען די לעצטע 2 יארע.

    השבמחק
  7. אנונימי5/20/2005 2:13 PM

    I think the point came across well, that everybody has their priorities all screwed up, However that still doesn't excuse the fact that we didn't hear from you in more than a month. Don't starve us.

    השבמחק
  8. אנונימי5/20/2005 6:30 PM

    hey keefkeef,
    how goes it? look, the only thing i want to know is if the water to extinguish the flames is glat kosher. i mean it may splash on the hand and then the hand will curl the payes and then the payes will go into the mouth and there you have it.
    i may be among the ignorant but i am left wanting a better critique (especially comparative) of the underlying reasons for losing one's head or preocupation.
    girl

    השבמחק
  9. אנונימי5/21/2005 10:19 PM

    Girl, do you dislike satire as a whole or is it just KK? -b

    השבמחק
  10. אנונימי5/22/2005 3:33 PM

    איך וויל זיך נישט באציען אויף קטלא-קניא'ס מיינונגען בכלל, און זיין סטיל בפרט. צי ער איז אין אלגעמיין גערעכט מיט זיין אויסקוק אויף אונזער סיסטעם איז נאך מיין מיינונג זייער טיף מוטל בספק. זיין סטיל, ווידער, איז מסתמא מער אן ענין פון טעם וריח ווי גוט-שלעכט. אבער וואס שייך זיין סאטירישן מבטל-זיין אונזערע איבערגעקלוגטע "ווארטזאגערס", וועלכע האבן זיך געאיילט מיט סכנות צו באשולדיגן דעם פייערלעשער דעפארטמענט, מיט דעם קען מען נישט מער ווי מסכים זיין - און צולייגן אז קטלא-קניא האט נאך ווייניג געזאגט.
    די דאזיגע "פארשטייערס" זענען מענטשן וואס זענען קראנק צו זען זייערע ווערטער ציטירט אין דער פרעסע, און פאר דעם צוועק זענען זיי גרייט צו טאן אלעס אויף דער וועלט, אפגעזען פון דעם פרייז וואס דאס וועט קאסטן - פאר אנזערע.
    מיט אזעלכע ווארטזאגערס, וואלט איך אונז ליבערשט געוואונטשן א קאלעקטיוון שטום-ווערן.

    השבמחק
  11. אנונימי5/23/2005 8:12 PM

    to the person who wants to know if i dislike satire or kk:
    the answer is neither.
    girl

    השבמחק
  12. אנונימי5/23/2005 8:15 PM

    in fact i like both, especially when they're well done.
    girl

    השבמחק
  13. אנונימי5/23/2005 9:59 PM

    I beg your pardon, girl, but do you require it to be just "well done", or does it also have to be about a theme you're fond of and - may I add - quite familiar with? What about Jonathan Swift's A Modest Proposal? Do you consider IT to be "well done"? -b

    השבמחק
  14. אנונימי5/24/2005 4:37 PM

    dear b
    because this is not my blog, i don't require anything. i do have preferences and well crafted political satire happens to be one of them. of course a shared (with the author) world view helps. familiarity with the subject matter increases my understanding of nuance, not necessarily overall appreciation of the piece.

    if you are wanting to discuss KK's relative skill as a satirist, please do so directly and respectfully.

    girl

    השבמחק
  15. אנונימי5/24/2005 9:37 PM

    i'm sorry but this time you went to far... you look just like the left in israel, who hate themselves and love the murderers, i mean there is no sence whatsoever in anything you wrote this time.
    i'm sorry for being so outspoken but this is my opinion, can't help it. by the way, most of the time i really enjoy your articles....
    and before i say good by i want you to know that i'm not to far away of DISCOVERING you !!!

    השבמחק
  16. אנונימי5/26/2005 2:16 AM

    A klall? Are we getting a new post, or do we have to beg like chimpanzees at the Beijing Zoo?

    השבמחק
  17. אנונימי6/01/2005 12:11 PM

    why is it, some yiddish blogs i can read on my treo 650 and some not? katle yours I can't! perhaps it's the fonts you use?

    השבמחק
  18. אנונימי8/28/2005 1:13 PM

    HatzolahTalk.com iz a geshmaker plotz. Geb a kik yetzt

    השבמחק
  19. אנונימי5/01/2008 4:16 PM

    וואוו איזה שפה מגניבה!!!!!!!!!!

    השבמחק