יענער וואָך שבת זאָגט מײַן זין בײַם טיש אַז אהרן הכּהן האָט אויפגעהויבן מיט איין מאָל צוויי און צוואָנציק טויזנט לויים. לעצטענס האָב איך אַביסל געענדערט מײַן שיטה און איך דערצייל די חברה מײַנע מיינונגן. איך זע נישט פאַרוואָס איך זאָל מיך דאַרפן באַהאַלטן פון מײַן אייגענע ביין און פלייש. איך זיך נישט זיך צו טיילן מיט זיי אַלע מײַנע מיינונגן אָבער איך מעג זיי אויפקלערן אַביסל אַז נישט אַלעס וואָס זעט אויס בײַם רבין אַזוי גלאַטיק גליטשט זיך טאַקע אויף אײַז. וויבאַלד איך קום דערצו שפּעט און זיי זענען שוין אַביסל עלטער קויפן זיי נישט אַלעס אָפּ פון מיר און זיי זענען שוין עטוואָס באַהאַוונט אינעם דע מה שתשוב. זאָג איך אים אַז איך זע נישט ווי איין מענטש קען אופהייבן אַזויפיל מענשטן. ענטפערט מיר צוריק דעם עזות פּנים און אַז דער וועלט איז באַשאַפן געווואָרן פון אַ גרויסע קראַך פאַרשטייסט דו יאָ? דער האַרץ איז מיר געשוואָלן געוואָרן פון נחת און ס´האָט שוין נישט געפעלט וואָס צו רעדן במשך דער סעודה.
זענען דאָ אַזעלכע וואָס טענן אַז מען צומישט די קינדער אַז מען שיקט זיי אין חדרים וווּ זיי הערן איין זאַך און מען געט זיי דערנאָך צו הערן עפּעס אַנדערש אין דער היים. ראשית כּל לא פּעדאַגאָג ולא בן מחנך מומחה אנכי. כאָטש איך קוק אַרײַן דאָ דאָרט אין ערציאונג (פּערענטינג בלע"ז) ביכער וואָס מײַן פרוי זאָגט איך קויף פאַר אַ גוט־שפּירונג געפיל ווען איך ווער מיט זיי צופּלאַצט, פונדעסטוועגן איז רוב פון מײַן באַנעמונג מיט זיי לפי ראות עיני, כּלומר, איך האָב מיט זיי אַ שפּראַך און איך זע וואָס מען קען יאָ מיט זיי רעדן און וואָס נישט. דער מיטאָס פון צומישן די קינדער דורך זיי אויסלערנען צו טראַכטן אַביסל פאַר זיך בין איך תולה אין די פילע פּחדים וואָס מען רעדט אונז אײַן און וואָס מיר רעדן זיך אַליין אײַן. איך האָב נאָך נישט געהערט פון רעדן פון צומישן די קינדער ווען מען נעמט זיי אַרויס פון דער ווייכע אַטמאָספערע פון די פּלייגרופס קוים בײַ דער דרײַ און מען שטעלט זיי אַרײַן פון איין טאָג צום נעקסטן אין דער האַרטער, מענערישער, שטרענגער חדר. קיינער ווינדערט זיך נישט אויף דער עפעקט אויף קינדער פון זיצן שעות לאַנג אויסגעשורהט פאַר אַ מלמד, פאַרלײַדן שרײַען און זעצן פון די מלמדים, די לאַנגע שעות און פילע טעג אין חדר, דאָס פעלן פון אַרטיסטישע באַגײַסטערונג, דער אומאַנטוויקלונג פון נאַטירליכע טאַלענטן, פון אינטעלעקטואַלע נייגונגן און פון פיזישע קראַפטן. דאָס אַלען צומיעט נישט קינדער. פאַרקערט, ס´מאַכט זיי שטאָלץ אַנטקעגן צו גיין משיח צדקינו. געבט אָבער בלויז אַ קיש פאַרן פרוי פאַר די צאן קדשים, און אַפילו אָן אַ קיש פירט פאַר זיי נאָר די פינגער דורך איר שייטל האָר ותוצאותיו מי ישורנה, ווער קען נעמן אחריות אויף דער פלעק דאָס וועט איבערלאָזן אויף די זויבערע נשמות.
האָב איך לעצטענס באַשלאָסן אַז מה דאָך די וואָס איך דינג מעגן זיי פאַרקויפן נאַרישקייטן אשר לא צויתי ולא עלתה על לבי, וואָס איך האָב קיינמאָל בײַ זיי נישט געבעטן און וואָס זיי לערנען אויס די קינדער פשוט ווײַל זיי האָבן זיי גאָרנישט בעסער צו זאָגן, מעג איך אַלץ טאַטע כּל־שכּן פאַרזיכן זיי צו מאַכן טראַכטן. איך זאָג זיי נישט וואָס איך גלייב און וואָס נישט. איך שטעל זיי בלויז פראַגעס. טאַטי, דו גלייבסט אין בריאת העולם אין זעקס טעג? לאו דווקא זעקס טעג, ס´איז דאָ ראשונים וואָס האַלטן אַז די טעג אין בראשית זענען נישט מעת לעתן ווי אונז פאַרשטיין דאָס. און אין בריאת העולם גלייבסט דו יאָ? איך ווייס נישט. אַ, אין עוואָלוציע גלייבסט דו. עוואָלוציע איז נישט אַ גלויבונג. אָבער ביסט דו איבערצייגט פון די ראיות אָדער נישט. איך קען נישט אַלע ראיות אָבער איך פאַרלאָז מיך אַז אַזויפיל וויסנשאַפטלע רעדן נישט אין דער וועלט אַרײַן. און זיי גלייבסט דו יאָ און די תורה נישט? זיי ברענגן ראיות און די תורה דערציילט אַ מעשה. אויסער דעם, אַז דו פליסט מיט אַן עראָפּלאַן אָדער דו לאָזט דיך אָפּערירן גלייבסט אויך דו זיי. וואָס פאַר אַ ראיות ברענגן זיי? פון וווּ קומן די דינאָזאַווערן? שוין דאָס גלייבסט דו אויך? איך דאַרף נישט גלייבן, מען קען זען די ביינער. און אין קריעת ים־סוף גלייבסט דו יאָ? איך ווייס נישט. דער רלב"ג זאָגט אַז ס´איז נישט ממש אַזוי. איז מיט וואָס ביזט דו אַ ייִד? וואָס הייסט מיט וואָס, אַז איך זיץ יעצט מיט ענק בײַם שבת טיש, און מיר גיין מיר אין שיל וכּדומה. און אַזוי גייט עס אַהין און צוריק ביז איינער ווערד מיד. אַמאָל ברענגן זיי ראיות אַז קריסטן צי אַז רוב וועלט האַלט אויך אַזוי. זאָג איך אַז ס´איז נישט רוב וועלט און אפילו אַז יאָ, אַמאָל האָט רוב וועלט געהאַלטן אַז כאָלערע האָט גאָרנישט צוטון מיט וואַסער און מענטשן זענען געשטאָרבן ווי פליגן. און מען טענהט זיך אַביסל לענגער.
פּאַסירט אַז מײַן טאָכטער זאָגט פאַר מײַן פרוי אַז זי האָט נישט ליב שבת און הלוואי וואָלט געקענט זײַן פרײַטיק און באַלד דערנאָך זונטיק. אַז מײַן פרוי האָט עס מיר איבערגעזאָגט האָב איך באַלד געטראַכט צי ווען איך פאַרברענג נישט דער סעודה מיט פילאָזאָפיע און אַנשטאָט דעם דערצייל איך אַ מעשה פון דער חפץ־חיים, דער בריסקער רב צי סתם אַ דבר תורה, אַ טײַער וואָרט צי אַ כאַפּ צו פאַרענטפערן אַ מדרש פּליאה צי אפשר וואָלט מײַן טאָכטער דעמאָלסט געשפּירט דעם אמתן טעם פון אַ שבת. איר ווייסט דעם טעם וואָס איז אַזוי לײַכט צו באַשאַפן אין די בלעטער פו אַ צײַטונג אָדער אין אַ שבתון פאַר בעלי־תשובה ווען דער גראַד פון דעם שבת ווייסט מען שוין נאָך פאַר מען האָט אײַנגעווייקט די בונדלעך. ואני הקטן, איך זינג באָם באָם באָם באָם פאַר חמדת הימים און בײַ יום זה מכובד זינג איך ימים ימים, עולמים עולמים, און דער ריכטיקער טעם שבת קומט אַלץ נישט. האָט עמעצער אַן עצה?
רעדענדיק פון מײַן טאָכטער, איך האָב לעצטענס אָנגעהויבן לייענען פאַר איר ´דער מכשף פון אָז´ און מיר האַלטן שוין בײַ דעם שרעקפויגל. לייענעדיק האָב איך געטראַכט צי די פייגלעך זענען טאַקע אַזוינע נאַראָנים ווײַל זיי דעשרעקן זיך פון דעם שטרויענעם מענטש וואָס בלאָזט אין דער ווינט און מאַכט זיי זיך דאַכטן אַז ס´איז אַן אמתער מענטש? פאַרוואָס איז דער פּחד פון מענטשן פון אַ גאָט וועם זיי האָבן קיינמאָל נישט געזען מער שכלדיק ווי דער פּחד פון פייגלעך פון דעם שטרויענעם מענטש? וועט איר ענטפערן אין הנדון דומה לראיה: דער שטרויענער מענטש זען מיר אַז עס איז גאָרנישט מה שאין כּן גאָט איז יושב בסתר און מען קען נישט וויסן. וועל איך ענטפערן אַז איפּכא מסתברא: די פייגל האָבן כאָטש פאַרוואָס ס´זאָל זיך זיי דאַכטן, זיי זען עפּעס נאָר זיי לערנען פאַלטש אָפּ פּשט, אָבער בײַ אונז מהיכי תיתי? פאַר מען באַשולדיקט מיך מיט כּפירה לאָמיך זאָגן אַז דאָס איז אַלעס הוה־אמינאס און איך זיך פּשוט צו פאַרשטיין דער באַזיס פון אונזערע גלויבונגן.
ומענין לענין, דער קינדער מעשה וואָס איז דער מערסטער מסוגל צו יראת שמים איז לעניות דעתי די מעשה פון ´טשיקן ליטל´. דערין זעט מען אַ קליין קורטשוקל וואָס האָט מורא פון דער הימל פשוטו כּמשמעו. סע האָט אוודאי געהערט פון מקובלים אַז דער וועלט קומט צו אַ סוף און זי לויפט דערציילן פאַר ווער עס וויל הערן אַז כּלו כּל הקיצים און מען דאַרף לויפן אין שיל אַרײַן אויסזאָגן גאַנץ תהילים און מאַכן שמירת הלשון קרײַזן אַז מען זאָל ניצול ווערן פון די חבלי משיח ויש אומרים אַז משיח זאָל זיך נישט מיישב זײַן. האָט זי דערציילט פאַרן הינדל בשעת ווען ביידע האָבן זיי געוואַרט אַרוף צולייגן זייערע קינדער אויפן סקול־באָס. דאָס הינדל האָט זיך אַרויפגעצויגן דער זיפּער פון דער פּאָנזעלע און זיך אַראָפּגעצויגן דער טורבאַן איבער די אויגן און געזאָגט פאַרן קורטשוק, ´ליו איט טו מי´ דאָס רופט אויס פאַר אַן אָווענט פון התעוררות. וואַרטענדיק צו באַצאָלן בײַם גראָסערי האָט דאָס הינדל איבערדערציילט פאַרן קאַטשקע וואָס וויבאַלד די קאַטשקע האָט שוין געהאַלטן בײַם אַכטן חודש האָט זי געהאַלטן איין האַנט אונטער איר ריקן און דער אַנדרע האַנט אין איר טאַליע און אויסגעשריגן ´וואַט, ענד יו העוונט טאָוילד עניוואָן? מײַ האָזבענד נאָויז ע ווערי גוד מקיבל. הי העז היז סעל.´ די קאַטשקע האָט עס ווײַטערדערציילט פאַרן גאַנז בײַם פאָרצימער בײַם דאָקטאָר און דער גאַנז האָט געזאָגט, ´אײַ דאָוינט בעליוו איט. וויר גאָוינג טו יוראָפּ נעקסט וויק, יעס, פור מײַ סיסטערס אײַניקלז חתונה. ווען איז זיס העפּענינג?´ און בײַם שײַטל־מאַכער איז די אינדיק געווויר געוואָרן און זי האָט געזאָגט פאַרן שייטל־מאַכער אַז ס´איז ווײַל די מיידלעך הערן זיך אויף צו שערן. ´יו יורסעלף טאָוילד מי´ און דער שייטל־מאַכער ענטפערט ´קיפּ יור העד סטעדי.´
אַז אַ קורטשיקל, אַ הינדל, אַ קאַטשקע, אַ גאַנז מיט אַן אינדיק גיין אויפטון פאַר ייִדישקייט וועם איז דען בעסער צו טרעפן ווי דעם רבין ר´ פיקס? ´אַוודאי, נשים צדקניות, קימט צו מיר אַראַן, די רביצן איז יעצט פּינקט נישט אין דער היים, אָבער זעצט אַך, לאָזט דער טיר אַביסל אָפן, איר קענט בײַ מיר איבערלאָזן דער הכנסת כּלה, גאָר חשוב איז עס באַם אײַבישטערן, בזכות נשים צדקניות, יאָ, וואָס איז דען אַ שאלה, אוודאי, אוודאי´ און זיך וואַרעם געזעגענט פון די ייִדענעס. אויפן וועג אַרויס קומט צו גיין די רביצן און הערענדיק וואָס איז פאָרגעגאַנגן, דרייט זי זיך אויס צום קורטשוקל, ´דײַן סינטעטישע שייטל קראַצט דיר דאַכט זיך דיר אַז עפּעס פאַלט דיר אַרויף אויפן קאָפּ. פונעם קאָפּ ביסט דו געפאַלן. גיי טו דיר אָן אַ שפּיצל.´ און זיי האָבן אַלע געלעבט אַ חיים שיש בהם תורה ויראת שמים. זכותן תגן עלינו.
Terrifically funny with plenty of quotable katle-isms. But what is the connection between the second half and the first half of the post?
השבמחקדי שיכור לעבסט נאך?
השבמחקכ´קוק אַרויס אי"ה צו פֿירן אַזוינע דיסקוסיעס מיט מײַן צאן קדושים.
השבמחקAvi, your inane rant does not deserve to be dignified with a response.
השבמחקAvi,
השבמחקYou might have a very good point. However, being that you choose to express yourself in a language you are not very familiar with, it is rather difficult to decipher what it is you are trying to say. If you belong to the min hammedaber, there must be at least one language in which you can formulate intelligible thoughts. Stick to that language. Please!
אין מיין ארבעט קען איך נישט טייפן קיין אידיש. אבער איך מיין אז מיין מיינונג איז גאנץ קלאר
השבמחקליין דאס איבער וועסטו זעהן אז איך נעם מיך פשוט אן אויף די קליינע מיידעלע פון קטלא קניא וואס שרייט אז ער מאכט איר דאס גיהנום מיט זיינע פארדרייטע חקירות איבער אמונה
כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא
דא האסטו מיין מיינונג אין אידיש אויב דו פארשטייסט נישט קיין ענגליש
השבמחקhttp://algemienerjournal.blogspot.com/2005/06/blog-post_112005329741952243.html
השבמחקI'm sorry Mr Reiner, but I thought my previous comment to be sufficient enough. “Apparently [it was] not". You want me to "discuss the issue". I ask - do we have an issue? I think we do; it is thus: how is one to respond to a guy who claims to be defending a little (possibly fictional) girl from torture by her (note the spelling) "sicko maniac father", who is also (just to take a few words out of his 3rd paragraph) "twisted with egoism...hardened with murder...deaf with anger and dismissive...of a young girl shuddering in pain". Do you expect anyone in his right mind having read only that paragraph to take you seriously? Do YOU take yourself seriously? Besides, what do the final anger-saturated paragraphs of your (1st English) post have in common with your (supposed) issue of the "young girl"? -b
השבמחקמר. טמיר ונעלם בשם קטלא קניא
השבמחקאיך זעה אז דו פארשטייסט יא גאנץ גוט ענגליש, דו האסט אפילו דורכגעגאנגען דעם "ספעל טשעקער" דיין מאמע איז זיכער פראוד פון דיר ווי גוט דו האסט דיך אויסגלערנט ספעל טשעקער.
נאו בעק צום פאוינט: האסטו געליינט וואס קטלא'ס טאכטער האט געוויינט צו איר מאמען? וואס זאגסטו דערצו? קענסטו שוין אויפהערן איינמאל פאר אלעמאל צו זאגן ווי גוט דו קענסט ספעל טשעקינג און אנהייבן צו רעדן פון דעם אישו דא?
נישט אומזינסט האסטו דיר נישט געטראפן קיין נאמען, איך בעט דיך דיין נעקסטע הודעה זאלסטו דיך רופן מר "ענגליש ספעל טשעקער" אזוי וועט יעדער צוריק איינזעהן אז איך בין דער נער און דו קטלא האסט יא שכל
Are you still defending Katla's fictional little girl or has your agenda changed to something else? -b
השבמחקניין איך דעפענד נישט קטלא'ס מעשה מיטן מיידל זיינע. איך קריטיקיר עס. און איך ווייז אויף ווי ווייט עטס זענטס סתם משוגעים וואס קענען נישט און ווילן נישט שרייבן צו פארעטנפערן די מעשה מיט זיין מיידל. דאס זאגט דאך עפעס טיפער אויף ענקער גאנצער מהלך המחשבה
השבמחקhttp://israblog.nana.co.il/blogread.asp?blog=36313
השבמחקAs is apparent to every reader here, this discussion should end. If your rambling above is ever to be called a dialogue, I am withdrawing my partaking in it. I will be reevaluating my comprehension skills and I urge you, Mr Reiner, to do the same. -b
השבמחק@אבי
השבמחקפון דיין ליבעראלן -צער בעלי חיים-רחמנות ווייזט אויס אז דו ביזסט אן אייניקל פון אברהם יצחק און יעקב , איז מיר א וואונדער אז מען הערט נישט פון דיר קיין ווארט רחמנות אדער מיטלייד אויף די הונדרעטער בחורים און מיידלעך וואס דער שבת איז פאר זיי א גיהנום ווייל זייערע טאטעס זאגן יא תורות און פארציילען חסידישע מעשיות ביי די סעודה
אויף די טאטעס וואס זענען ביזי מיט חסידישע תורות און פארשטייען נישט צו די קינדער איז א רחמנות אויב וואלטן זיי געהאט א בלאג ווי קטלא קאניא און געשריבן אז מדארף מאכן דאס גיהנום פאר די קינדער מיט תורות וואלט איך זיי קריטיקירט פונקט ווי קאלטאס רצחנושער אביוז אויף זיין טאכטער מיט נאכאנאנדיגע שאלות און חקירות איבער זייער מסורה און לעבן
השבמחקI don’t know who KK is, or who Avishi is, for all I know both of their stories could be fiction. I will only comment on the concept. Avishi has a point that one who decided to stay in the fold and send his kids to a chasidisher school; he shouldn’t burden his kids with ideas that would confuse them. I wouldn’t go as far as to say its child abuse tough. For myself I chose the middle way, of enjoying the way I am but wouldn’t confuse my kids. Of course my kids can detect a certain open-mindedness, but they still feel I am part, and enjoy a lifestyle, that they see all around them.
השבמחקר´ גם־זו, איך בין מיט אײַך מסכּים אַז מען דאַרף נישט צומישן קינדער. וווּ איך בין מיט אײַך חולק איז אַז קינדער ווערן צומישט פון זיי אויפמאַכן אַביסל דעם קאָפּ. אדרבה, זאָגט איר מיר מהיכי תיתי אַז מען ווײַזט פאַר אַ קינד אַז דאָס וואָס ער האָט געמיינט איז קלאָר ווי דעם טאָג איז אפשר אַביסל בין השמשותדיק ווערט ער דערפון צומישט? איר זאָלט מיר אויך זאָגן צי ווען מען זאָגט קינדער אַז אַלעס איז קלאָר און זיי האָבן נישט וועם צו פרעגן זייערע ספיקות וואָס ווערן בײַ זיי פון זיך אַליין נולד צי דאָס צומישט נישט. און צי בחורים און יונגעלײַט וואָס כאַפּן זיך ווען אַלע וועגן זענען פאַר זיי פאַרמאַכט צי זייערע ערבוביא דאַרף מען נישט שוינען?
השבמחקאלא מאי, איר האַלט אַז כּדי אַרײַנצוכאַפּן דאָס ייִנגוואַרג איז דאָס אַ פּרײַז וואָס איז כּדאי צו באַצאָלן. איך בין נישט מסכּים אָבער איך בין תופס דער סברא. קומט נאָר נישט מיט רחמנות אויף די קינדער און פאַנטאַזישע פּסיכאָלאָגיעס.
ר' קאטלא אז איר וואלט ווען נישט געשריבן אזעלכע אכזריות ווי "מיין טאכטער זאגט פאר איר מאמע אז זי וויל נישט עס זאל זיין שבת ווייל זי האט נישט קיין כוח צו איר טאטענס קאפ פארדרייענישען מיט קשיות אויף איר אמונה און מסורה" וואלט קיינער אייך נישט אויפמערקזאם געמאכט איבער רחמנות
השבמחקנעקסט טיים אז איר ווילט מיר זאלן נישט קומען מיט רחמנות באהאלט אייער אכזריות און שרייבט דאס נישט פארן עולם אין דעם בלאג
ר' קטלא ווער עס לייענט דעם צודרייטען אבישי'ס וועב סייט ווינדערט פשוט וואס די מאכסט דיך צו טוען פון אים, ער איז בלי ספק א מעשוגענער גרוש א ביטערער אינג וואס איז אפילו נישט ווערט זיך צוקראצען פון אים
השבמחקלאז אים בילען ער איז פשוט דיך מקנא פאר דיין פאפולאריטי און זיין אויסגעוועבטער וועב
אבישי איז א גרוש וואס מ'האט שוין לאנג אוועק גענומען פון אים זיינע קינדער אבער קטלא קניא איז אן אכזר וואס דערביטערט ליידער יא זיינע קינדער
השבמחקעס איז צייט צו מאכן ביי קטלא אויך סדר
Mr Reiner, aren't you wondering why AAC got KK's response after just one post and you got zero even after quite a few attempts? Well, in case you do, I'll explain it to you. AAC presented his argument in a direct manner, displaying his point of view in a logical, comprehensive, and polite way. He didn't attack the person but rather the issue not using assault but rather reason resulting in a coherent argument. This argument thus earned its validity in the minds of the people who read it which in turn triggered their response. You, on the contrary, did quite the opposite by presenting a faulty, excessive, and exaggerated scenario wrapped in superlative language. This way, even if you had a point, it didn't come across as it got lost in storm. Just look back on your first post, examine the words you used, and think how it comes across to another person reading it, and tell me if it still makes sense to you. See, I don't blame you for your lack of proper communication skills because I know that no one of our elders ever taught them to you (or to me). In our world there is no real thinking or reasoning involved. We're only taught that if we disagree with someone or something we just unleash our always-so-ready pack of foul language, attach some nasty, funny titles to his/its name, and then we deposit the poor thing into the trash bin of our brains not ever to be thought of again. That's how the Satmars have fought Zionism and that's how we know that our rebbe is holy and the other rebbe is a fake. Just mention logic or reason in a conversation and off to the outcasts you go. So here is an important lesson worth remembering if you're ever to be socially successful: stick to the issue and avoid the person. And when writing, try to keep it as simple and direct as possible by using only the words you really need and avoiding words one might find excessive.
השבמחקOh, forgot to sign my initial so here it is: -b
השבמחקזאג נאר דו שרייבסט אידיש ווייל דו ווילסט מען זאל מיינען דו שרייבסט עפעס תורת לאקשען, פאפ דיך אליינס ווייל דו פארדרייסט מיין גאנצער פונקט איבער ווער איך בין און וואס איך בין און וויאזוי איך בין
השבמחקלמעשה האסטו שוין געגאסן טאנען יםן פון טינט און קיין איין ווארט אדרעסירט צו די שורה וואס איך האב דיר געקוואוט פון קטלא קניא לגבי זיין טאכטער
איך וועל דיר דאס קאפירען אהער נאכאמאל אפשר וועסטו זיך באציען דערצו. אבער געדענק עס איז דאס לעצטע מאל!
"מײַן טאָכטער זאָגט פאַר מײַן פרוי אַז זי האָט נישט ליב שבת און הלוואי וואָלט געקענט זײַן פרײַטיק און באַלד דערנאָך זונטיק"
אויב דו האסט נישט וואס צו ענטפערן קענסטו צום הונדערטסטן מאל זאגן אז איך בין א גרוש און איך קען נישט נוצן ספעל טשעקער און איך רעד נישט צו דער זאך.
אבער איך בעט דיך ענטפער שוין איין ווארט צו דעם טאכטער'ס שורה! לאז מיך ארויס פון די גאנצע מעשה דא. קטלא קניא רעדט נישט פון איבישי ער רעדט פון זיין טאכטער!
אין אמת'ן מוזטו נישט ווייל דיין נישט ענטפערן צום ענין האט שוין געוויזן אז דו האסט נישט קיין תשובה
'My daughter tells my wife that she doesn't like math class (in school) and that she wishes it to be English and right on to civics' - Now would you excuse the father (or teacher) of this child to be "hardened with murder...twisted with egoism...and dismissive of...the plight of a young girl"? Furthermore, do you think that this child is really "shddering in pain" when relating the above to her mother? Is the child's situation really "grueling"? -b
השבמחקאזוי ווי דו זאגסט אין סקול האט זי גענוג שווערעגקייטן פון רעכענען און אלע אנדערע לימודים
השבמחקאיצט ווען עס קומט שבת זיך אפצוריען מיט לייכטע זאכן סעודות און זמירות מיט סיפורים זאגטסו פארן מאמען אז קטלא קניא דער פאטער מאכט איר נאך מער שווערער ווי א גאנצער וואך
ווען קטלא קאניא שרייבט אין זיין בלאג איבער זיין משפחה לעבן און ער טוט זיך אויף אז אנדערשט ווי אלע אידן וואס פארציילן שיינע מעשיות צו דערקוויקען און אינטערהאלטן די קינדערלעך אלס אונזער האלידעי שבת וואס דינט אלס א פרייליכער טאג מיינט ער אפצוחוזקן פון אונז פאנאטישע אידן און זיך אויפטאן ווי קליג און אויסגעהאלטן עס איז זיי צו פארביטערן און פארשווערן די לאסט מיט קשיות און טענהרייען אויף זייער לעבן גאט און גאנצער אידישקייט
אויף דעם זאג איך אז נישט ער איז קטלא קניא א פיינער אויפגעקלערטער קלוגער אינגערמאן.. נאר די שרייבאכצער ווי אזוי זיין טאכטער רעדט זיך אפ ווייזט אז ער איז א טשיילד אביוזער
האלטסט אנדערשט? פיין קענסטו מיר מסביר זיין אבער לאז דיך אפ פון מיר וויייל איך בין נישט דער אישו דא
Your argument again uses faulty logic and exaggeration. But at least we finally get something closer to real dialogue here. Keep it up as you're improving with each post. Just a few things for you to consider (and, if possible, answer): Katla's child and her story may be fictional; we don't know why she dislikes the Sabbath; KK ASSUMES that it MAY be because of his table talk; is engaging a child in a beneficial but disliked activity called child abuse; if so, why is KK the abuser but not the school (school is 5 days vs KK's 1 day); and where is your definition of child abuse coming from anyway? -b
השבמחקדי גאנצע זאך וואס קטלא שרייבט איז "פיקשאנל" גארנישט איז נישט אמת אבער ער דמיון'ט אפ א וועלט קעגן אונזעער ריכטיגער מציאות
השבמחקוואסארא תירוץ איז דאס אז דאס איז נאר פיקשאן, איך בין דאך נאר מגיב אויף זיין פיקשאן, אויב נעמסטו נישט ערענסט זיינע ווערטער פארוואס נעמסטו אן מיינע ווערטער מער פון אים.
קטלא קניא שרייבט אז די מיידל האט פיינט דעם שבת קודש מער ווי די סקול פון א גאנצע וואך, ווייל די טאטע מאכט איר קראנק מיט וויכוחים איבער איר אמונה און גלויבן
אויף דעם ארויף זאג איך אז צו טאן דאס מיט א קליין מיידל איז טשיילד אביוז
קומסטו מיר צוגיין מיט מורהדיגע טענות אז קטלא קניא מיינט דאס נישט ערענסט עס איז נאר א מעשה ואין משיבין על הדרוש...
איך האלט זאלסט אנהייבן שרייבן אין יידיש אפשר וועסטו פארשטיין וואס דו זאגסט אליינס
קטלא קניא שרייבט אז די מיידל האט פיינט דעם שבת קודש מער ווי די סקול פון א גאנצע וואך, ווייל די טאטע מאכט איר קראנק מיט וויכוחים איבער איר אמונה און גלויבן
השבמחקKK did NOT write that she hates the Sabbath MORE than school. He does NOT know the reason why she dislikes Sabbath. If KK has children, he most likely loves them and would not do anything that makes them uncomfortable; if he is to find out that his table talk is the reason for her dislike of the Sabbath he would stop. Isn't it so KK? And, Mr Reiner, somehow I think that this whole thing wasn't about the girl all along but rather a rage about KK's scepticism? -b
Hey KK,
השבמחקI think we agree. The million dollar question is, were is the happy medium? When the Rambam talks of a derech hamehmeetzeh is it the same we have in mind? We will never know…
א גיט יאר ר' קטלא
השבמחקקודם א הארציגען יישר כח פאר דיינע באליבטע שרייבעכץ מיר האבען עס זייער ליעב צו ליינען הלוואי ווען די שרייבסט אביסעל מער
און צום פונקט, ווי קען אזא געלונגענער שרייבער ווי די זיך באמולטשען מיט דעם צודרייטען אבישי? האסטו אמאל געליינט זיין דערביטערטע וועב זייט? א פחד א שרעק
לאז דיך אפ פון אים לאז ער גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט, זינט זיין גט איז ער זייער אויפגעברויזט אויף די גאנצע וועלט
ביטע שרייב נאך א ביסעלע
א שיינעם דאנק אייך
First off, don't accuse KK for I'm not him. I agree that I might have gone a little over the edge bothering to respond to Reiner's capricious impulses. Truth is that I don't know who he is, what his background, occupation, and marital status is, and whether he is Avishei (or the numerous other aliases he is accused of having) or not. What I do know is that he is one of ours and should be treated with compassion. This is what prompted me to respond to him in the first place. It is now more than 2 years since I started actively reading and following the Heimishe blogsphere and what I observed is that while most bloggers are so intelligent and literate the comments sections indicates their readers to be less so. But is it true; are all readers really so dumb and stupid? The answer is no. Many, if not most, readers are simply refraining from leaving their comments because of the comments section being hijacked by the same group of our not-so-educated people who divert the scenes and cause mayhem. But these people aren't doing it out of viciousness or malice but rather because our society never gave them the proper upbringing and education. We should embrace these people with sympathy and help them acquire the proper social and literary skills. We should unite not separate, embrace not exclude these people. If we're to start contributing more actively to our blogsphere they'll drag along and in greater numbers. They'll learn from the majority and want to be part of it. The blogsphere, after all, is our only true voice were ALL aspects of the reality of our lives can be aired, analyzed, and discussed without fear of oppression. It is, therefore, a vital tool in our fight for freedom and better lives for us and our children to come. -b
השבמחקboring young kids with evelution by the shabbes table is nothing educated, Katle Kanye can sure use some parentel skills.
השבמחקI am all the way with Avishy on this
KK you have crossed the line here
S.
דער מיסטער בי. איז זיכער קטלא קניא ווייל ביידע רעדן ווי שמוציגע בעלי גאווה, נארישע קאנפידענס וואס מקען ברעכן ווען מ'ליינט ווי זיי הערן נישט אויף צו רעדן ווי עדוקעטעט ער איז בשעת ווען אלע אנדערע קאמענטורער זענען קליינע קינדער
השבמחקפריער וויל ער זיך פארענטפערן אז קטלא קניא איז נאר פיקשאן... איצט וויל ער לייקענען אז קטלא קניא האט נישט געשריבן פארוואס זיין טאכטער ווערט משוגע פון אים בשעת ווען דער גאנצער פאוסט איז דן אין דעם אז ער פארנוצט דעם שבת קודש אויף צו "עדוקעטעט" זיינע קינדער איבער שווערע שאלות אין אמונה און אפרעגן די חומש אזוי ווייט אז זיין טאכטער האט געזאגט פאר זיין ווייב אז זי האסט דעם שבת אין הלוואי וואלט נאר געווען זונטיג גראד נאך פרייטאג
דאס איז די שטייגער פון בעלי גאווה זיי לייקענען וואס זיי שרייבן און נאכדעם קריטיקירען זיי די חברה וואס וואגן זיך צו פרעגן א קשיא אלס גרושים און אומעדוקעטעט
עס איז א עקל אריינצוקומען דא צו זעהן די פוסטע ליידיגע פארשטוקענע גאווה פון דעם קטלא קניא
"באהאלטענער און פארהוילענער"
השבמחקטו מירזשע א טובה און זיי מיר מסביר וואס דעם פאראגראף מיינט:
עס איז א עקל אריינצוקומען דא צו זעהן די פוסטע ליידיגע פארשטוקענע גאווה פון דעם קטלא קניא
מיינט דאס אז איר עקלט זיך אריינצוקומען אהער, נאר דער יצר רע מנעוריו האט אייך אהערגעשטויסן. טו א טובה דיר און אנדערע, און לאזט יעדן מנוחה, אז דו ווילסט נישט, דאן גאפל אפ פון דא. דיין ארט איז בכלל נישט דא! דא איז א רשות הרבים און אויב דו ביסט עובר אויף דעם איסור פון די הייליגע רבנים וואס האבן גע'אסר'ט דעם מחבל'דיגן כלי האינטערנעט, מיינט דאס אז איר פייפט זיך אריין אין זיי, איז וואס האסטו טענות אויף אונזער רבין רבינו קטלא קניא וואס פירט א מלחמת חרמה מיט זיי?
געשריבן דורך א. צו מחזק זיין און זיך אננעמען למען כבוד רבינו שליט"א
עס וואלט זיך אויסגעפעלט צו שרייבן מער, נאר די קינדערלעך וויינען זיי דארפן נייע שיכעלעך, דעריבער לאמיר זיך נעמען צו דער ארבעט.
צו דער לעצטער באהאלטענער און פארהוילענער
השבמחקאויב דיר שמעקט נישט ווי איינער אדער אפאר עקעלען זיך פון דיין רבי. דיין גיי שווייג, דו קענסט קיינעם נישט איינטיילן צו מזאל גאפעלען פון דא צו נישט
איך מיין דיין אגרעסיווער שפראך באלאנגט אין טוירטין הופער דארטן זאלסטו גאפעלען און לעפעלען וומען דיר שמעקט
איך האב מיט 13 הופער ווי איך האב מיט דיר..
השבמחקאוודאי האט יעדער רעכט דא אהערצוקומען און אויך צו שרייבן דא וואס מען וויל, נאר אז דו קומסט אהער "זיך עקלען" פון זיין זיסע פעדער, און שכל הישר, דאן זאג איך איין זאך: גאפל אפ פון דא! אבער ווי שנעלער.
כותב וחותם א.
דערפאר זאג איך דיר אז פון דיין שיינע שפראך דערקענט זיך אז דו ביסט פון טוירטין הופער דא קען יעדער זיך עקעלען און פארעקעלן
השבמחקאז טאמער דו ווילסט נישט דאן קענסטו אייביג צוריקגיין פון ווי דו קומסט און באלאנגסט
-י
נא, שוין, אז מע דערלעבט דערלעבט מען, איך הא געוויסט אז גאר אינגיכען וועט דער פארשטינקענער אבישי אנהייבען שילטען 13 הופפער וכדומה, הער אויף.. האב רחמנות
השבמחקגיי צוריק צו דיין וועב זייט און לאז ארויס די טינופות פון דאנען
אט דאס זענען די "עדוקעיטעט" ליינער פון קטלא קניא אדער גאר דער רעבי זייערער אליינס.
השבמחקאיינער זאגט עפעס וואס זיי געפעלט נישט איז מען א "פארשטונקענער" און מ'רעדט "טינופית" און מען דארף זיך אפגאפעלען און אפלעפעלען און מאכן א שייגעץ ארויס
אך און וויי פאר אזא אויפגעקלערטקייט ענקערע
ס-
אזוי ווי די קאמענטס דא זענען פארפארען פונעם ארגינעלן פוינט: וועגן מחנך זיין די קינדער פון עוועלאושען און קשיות אויף די חומש, אזעלעכע יסודות'דיגע זאכן וואס ווארפט אום זייערע שטערקסטע אמונות וואס מגיבט זיי אין חדר און אינעם גאנצען חרדישען סטרוקטור, נאכדערצו ביי א שבת טיש אזש אז די קינדער האבן פיינט דעם שבת מער פון א גאנצען וואך
השבמחקאיז דעריבער ווער עס האט עפעס מוסיף צו זיין איבער זייטיגע זאכן און מענטשען וואס האבן נישט מיט קטלא קניא'ס שיטה
זאלן אריינקועמן דא אין דעם היידפארק אשכול דן צו זיין איבער די כללית'דיגע מאטיווען און אגענדע פון קטלא קניא מיט זיינע פען'ס און קריטיקירער
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1455969
איצט צוריק צום פאוינט
אזויווי איך זעה אז עס האבען זיך אויפגעוועקט די פארשטינקענע יודן וואס קענען נישט פארנעמן אז עס איז דא איינער וואס שרייבט ארויס וואס ער און אנדערע טראכטען, מוז איך דערפאר דא קומען און געבען פאר אונזער גרויסן רבי'ן ר' קטליה א ביסל חיזוק.
השבמחקר' קטליה איר זאלט וויסען אז אייער בלאג ווערט ערווארטעט מיט גרויס דארשט דורך פילע ליינער, דאס אליין אז די פארביסענע חסידים זענען אזוי ווילט אויף אייך, ווייזט ווי אפעקטיוו איר זענט! האלט אהן ר' קטליה! גייט אהן מיט אייערע גוטע פאסט'ס און ברענגט ווייטער ארויס דאס וואס ליגט פילע יודן אויפן הארצן!!!
און זייט וויסען אז דער פארשטינקענער סאטמערער אבישי, פרייט זיך מיט יעדער בלאג וואס ווערט פארמאכט, און ער ווארט שוין אויפען טאג וואס איר זאלט אייך אויסלעשן! אבער, ביטע! לאזט דאס נישט צו!!
און צו אייך סאטמערע שוטים, איר האט גענוג פלאץ אויפן נארישען הייד פארק צו שרייבן אייער עקעלהאפטיגע פאליטיק! איר דארפט נישט אריין קומען דא און פארשמיצען די ריינע לופט!
שרייבט מיט ברכה, אייער תלמיד, משה
איך בין גיוועזן בא די משוגענע אידישיסטן אויף זייער א נירישע מיטינג בא זיי און געזען ווי איינער בארימט זיך דארטן אז ער האט פארקויפט דעם אפיקורסישן אויסלייג פון די מטורפים צו קטלא קניא מיט א גאנצע ריי פינטעלעך און שטריכן וואס טויגן אויפן פייער פארן היימישן עולם. קטלא קניא דארף דעם משוגעת ארויסווארפן און שרייבין אידיש היימיש ווי מיר אלע אין די היימישע קרייזן זאלן זיי מיט זייער "יידיש" מיט פיר חיריקס פון אלע זייטין זייט גיזונט ווייט פון אונז אמן!
השבמחק