יום שני, אוגוסט 29, 2005

ראה זה דבר חדש

בשמחה רבה ווילן מיר מקבל פּנים זײַן צו אונזער שטיבל אַן איש מורם מעם, אַ ייִד אַ זעלטענער פשטן וואָס מאַכט פון זיך גאָרנישט, אַז ער זאָגט ונפשי כעפר לכּל תהיה זעט איר ממש וווּ ס´וואַקסט אויף אים גראָז און עם כל זה האָט ער מסכים געווען זיך מיט אונז צו טיילן זײַן טאָג טעגליכן לעבן וממנו נקח לעבוד את ה´.

רבותי! מאַכט אויף אַ וואַרע פאַר ר´ שמואל זנוויל מאָשקאָוויטש!

מיר שטעלן זיך חלילה נישט אין דער זײַט און אַז מען ווידער אסרן שייטלן וועלן מיר טרומייטערן קול ה´ ברמה. נאָר וואָס דען? המפורסמות אינן צריכות ראיה און לעצטענס דאַרף איך אײַך נישט זאָגן אַז דער טינט האָט זיך אַביסל אויסגעטרוקנט. איך האָב פאַרזיכט אַרויפאָטעמען אויפן שפּיץ און קאַטשקן אויף די שיך אָבער כּלא היה. דעריבער האָב איך געזאָגט אין מײַן האַרץ אַז איך וועל מיך אָנגאַרטלן מײַנע לענדן און פאַרזיכן עפּעס אַנדערש ונזכּה ונחיה ונראה.

יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידינו ויהי נועם וכו´

10 תגובות:

  1. אנונימי8/29/2005 11:13 AM

    Welcome to the new addition

    השבמחק
  2. אנונימי8/30/2005 7:10 PM

    דאס וועפעריי האט זיך שוין ב"ה אנגעהויבען ביים רבין
    אבישי28

    השבמחק
  3. אנונימי8/31/2005 4:18 PM

    וואס איז די חילוק, אז נאר די נאמען איז געטוישט?

    השבמחק
  4. אַ נער ווײַזט מען נישט אַ האַלבער אַרבעט. דער אמת איז אָבער אַז איך ווייס אַליין נישט. ווען איך האָב געשריבן אין נאָמן פון ק"ק האָב איך געשפּירט אַ שטיקל אחריות צו די דעות וואָס איך האָב אויסגעדריקט ווײַל זיי זענען אין כּלומפרשט געווען מײַנע. כאָטש איך האָב עס געפערט מיט גזמאות און איבערטרײַבונגן, און כאָטש ס´זענען געווען זמנים וואָס איך בין אַליין נישט זיכער געווען צי ק"ק בין איך צי אַ שאַפונג איז עס דאָך על פּי רוב געווען איך און דאָס האָט מיך באַגערניצט.

    אין ר´ שמואל זנוויל האָב איך אַ פרײַערע האַנט אין דעם אַז ער וועט רעדן נישט איך. איך האָף איך וועל אים קענען אויפנבויען ער זאָל קענען שטיין אויף אַ רגל בפני עצמו. צי ס´וועט געלונגן איז אַ באַזונעדרע שאלה און אויף דעם איז ימים ידברו. אַז איך פאַרזיך נישט וועט עס זיכער נישט געלונגן.

    השבמחק
  5. אנונימי9/01/2005 12:44 PM

    זאל זיין אין א גיטער שעה, אבי עס זאל זיין גיראטן און מחיה'דיק צום לעזען! ליבער ק"ק געהט אן ווייטער מיט אייער וויכטיגער ארביט

    השבמחק
  6. אנונימי9/01/2005 8:58 PM

    KK what is this machul by the name of "yishka"?

    השבמחק
  7. אנונימי9/06/2005 12:34 PM

    קטלא קניא, מיר אלע האפן אז דאס איז נאר א שינוי לטובה. מיר האבן געזעהן אויף פארשידענע סייטס וועלכע האבן געזינגען "באבוד רשעים רינה" און זיך געפאטשט אין בייכעל אז ענדליך גייט קטלא רניא שלאפן. הראם את ידך החזקה, און זאל טאקע זיין עוד רד עם ישראל.

    השבמחק
  8. אנונימי9/06/2005 4:29 PM

    יא
    פארמאך דיינע אויגען און לאז צו א צווייטען
    אבישי28

    השבמחק
  9. אנונימי9/06/2005 4:30 PM

    קטלא קניא איז יבש
    אבישי28

    השבמחק
  10. אנונימי10/07/2005 12:07 PM

    I found this on hydepark


    סיא פאסט נישט פאר עהם אזא ביליג ווערטיל

    א' זה לא נכון שר' בנציון הוא קטלא קניא

    השבמחק