יום שלישי, דצמבר 13, 2005

שיריים

בײַ מײַן סעודת שבת
נאָך מען ענדיקט ה' יברך את עמו בשלום
און די בענקלעך זאָגן גוט שבת
צום מעין עולם הבא
פון די שאָלעכץ פון די גן עדן ניסלעך
ברעכט אויס אַ קריגערײַ
ווער זאָל אויפקערן פון אונטער דער טיש
די ברעקלעך פון מײן אמונה
וואָס ליגן מיטן חן
פון שניי נאָך א גאָס
צוקריטשעט און געשחטן
מיט דער שפּיזיקע המוציא מעסער
וואָס דאָס חלה דעקל קיצלט נישט
מיט די פראַנזן וואָס באַהאַלטן נישט
אַז דער ווײַן האָט פאַרלוירן איר בושה
נאָך די ליכט ברענען אויס
און דער זילבער איז צו פאַכמאַרעט
אָפּצושפּיגלן דער פאַרפלעקטער טישטיך
דעמאָלסט זאַמלט מען די שיירי סעודה
פון אַ סעודת שלמה המלך
כּל זמן מען האָט גענאַשט
די האַרטע ביינער פון תורה שבכתב
אויסגענאָגט פון זיי דער מאַרעך
פאַרווייעכט מיט אַ דרשה
אויף לא תבערו אש
צו מאַכן פרישע אפּיקורסים
פון קאַלטע פרעסערס
וואָס דאָס איז שוין בײַ זיי אויך פאַרלאָשן
בלויז ליגט אַש און פאָרעך
מיט שווענץ האָר
פון אַ שטרײַמל צופליקט
דורך אַ ווינט וואָס האָט אַמאָל
געטריבן דער פײַער
און אויף אַ טשוואָק הענגט דער חפץ חיים
און ווינקט צו ראָטשילד פונעם ווײַן פלעשעל
וואָס פילט אָן דער מוח
זי זאָל נישט ליגן
אונטער די האָר פון דער בעזעם
אויפגעהויבן צו ווערן
אָן צו געבן אַ קיש

4 תגובות:

  1. אנונימי12/14/2005 10:54 AM

    Are you the Jewish Fitty cents?
    What the F.... Are you talking about?

    השבמחק
  2. אנונימי12/14/2005 8:06 PM

    דע אלטער בער איז אויפגעשטאנען פון שלאף
    גיי צוריק די אפיקורוס
    קומט אלע צן מיין נייע פורום אידישע וועלט אויף היידפארק
    איך שרייב דארט אינטער 10 נעמען לייטנער וכו' וכו' וכו
    הק' אבישי28

    השבמחק
  3. אנונימי12/18/2005 1:12 PM

    ר' קטלא ביטע זייט אונז אביסל מסביר אייער ליד
    איך וועל פרובירן צו פארשטיין
    די שליסל ליגט אינעם לעצטן סטאנזא וויין פלעשל... וואס פילט אן די מוח
    איר געפינט זיך אונטער טיש צווישן די שאלאכטץ פון גן-עדן ניסלעך וואס איז דאס
    צווישן זיי ברעכט אויס א קריגעריי ווער זאל אויפקערן די ברעקלעך חלה וועלכע זענען מיטעלאגיש אמונה אינספערירער אויב געגעסן
    אז די וויין האט פארלוירן איר בושה געווענטליך האט די ברויט בושה פון די וויין בעווייל זי איז דערמאנט פריער אין שבח-ארץ-ישראל-פסוק
    פון לא תבערו אש להוציא מלבן ברויך מען צו עסן חמין און די קאלטע פרעסער זענען צדוקים-אפיקורסים איבער זייער פאלשער אויסטייטש וואס דאס איז שוין ביי זיי אויך פארלאשן וואס
    וועלכער פייער וואסערע שטריימעל שווענץ

    השבמחק
  4. איידער איך זאָג מײַן פּשט אין דער ליד וויל איך זאָגן פאַרוואָס מײַנס איז גאָרנישט בעסער ווי אַ צווייטנס.

    ווען ס'פאַלט אײַן דער אידיי, דער השראה און דער אינספּיראַציע וואָס פירט צו אַ שטיקל פּאָעזיע איז עס אַזאַ סאָרט נביאה, אַן אַבסטראַקטע זעאונג אָדער געפיל וואָס כאַפּט אָן דער מוח. דאָס פירט צו וועלן אָפּכאַפּן דער הרגשה און עס פאַראייביקן אין ווערטער און דערפון ווערט אַ ליד.

    דער בעסטער משל איז פון אַ פאָטאָגראַפירטער בילד פון לאָמיר זאָגן אַ שיינער שקיעה. די שקיעה איז איין זאַך און די בילד אינגאַנצן עפּעס אַנדערש. ממילא אַז מען וועט פאַרשטיין דער עף נומער פון דער לענז עפענונג, דער שאַטער שנעלקייט צי דער פילם שנעלקייט קען מען בעסער פאַרשטיין וויאזוי דער פאָטאָגראַפירער האָט אָפּגעכאַפּט דער שקיעה און וואָס איז דאָרט פאָרגעגאַנגן אָבער די עצם שקיעה איז אַלץ אַ באַזונדערער זאַך לגמרי וואָס דער פאָטאָגראַפירער איז אויף דעם נישט מער אַ מבין ווי אַ צווייטן. צום מערסטענס קען ער זאָגן וואָס ער געדענקט און וויאַזוי ער האָט אָפּגעכאַפּט וואָס עס באַווײַזט זיך אוין בילד.

    דער נמשל איז אַז די ליד וואָס באַווײַזט זיך אויפן בלעטל איז נישט מער ווי אַ בליק פון אַן אידיי. דער בעל מחבר קען בלויז לערנען פשט אין די ווערטער. איבער די אידיי וואָס ליגט אונטער די ווערטער האָב ער נישט אַלץ פאַרפּאַסער אַ מאָנאָפּאָל און אַ צווייטנס פּשט איז אַזוי גוט ווי יעדענס.

    אפשר איז דאָס פּשט פון תורה לא בשמים הוא.

    אַצינד צו אײַערע שאלה. דער קריגערײַ אין פשט זענען מײַנע קינדער צווישן זיך. ווער זאָל וואָס טון בײַם אויפרוימן. אויף אַרויסטראָגן די פלעשער און די בעכערס זענען אַלע בעלנים מה שאין כן די טעלערס און געשיר.

    אין רמז איז דער קריגערײַ אַן אינערליכע צווישן דעם טעם שבת פון דער סידורו של שבה און דעם אויגעוועפטן טעם וואָס ליגט הײַנטצוטאָג דעם משורר אויפן צינג.

    ואידך זיל גמור...

    השבמחק