יום חמישי, ינואר 12, 2006

בשפה ברורה ובנעימה

לייענט וועגן דעם קבלת פנים וואָס מיר האָבן מיר באַקומן לכבוד אונזערן אויפטריט אין דער אַלגעמיינער זשורנאַל. ובחדא מחתא וועט איר שוין לייענען וועגן דער שפּראַך וואָס איז נאָך הייליקער ווי אַראַמיש. אַראַמיש פאַרשטיין בלויז מלאכים נישט, מיר רעדן מיר פון אַ שפראַך וואָס אַפילו בשר ודגים פאַרשטיין אויך נישט.

18 תגובות:

  1. אנונימי1/12/2006 1:13 PM

    פארפאלן. די אלגעמיינער טיילט גרעסערע מויצעס אין האנט, ווי די בלאג ליינער אינעם אנטיק פושקע

    השבמחק
  2. אנונימי1/12/2006 1:18 PM

    שוב ראיתי. עס קיין געמאלט זיין אז די היגע ליינער זענען יא ברייטהארציג. נאר וואס דען? די פענניס און ניקלעך גליטשן זיך ארויס דורכן לאך פונעם פארעלטערטן שטיק זשאווער. ממש ווי עס שטייט אויך די פושקעס אין שול
    This box is emptied daily

    השבמחק
  3. אָדער להבֿדיל אויף די פּיצע־דעלווערי־אויטאָס:
    Our drivers carry no more than $20.

    קטלא, וועגן ווערטער פֿאַר שניי (אַן אַלטע באָבע־מעשׂה):

    http://tinyurl.com/7cfb8

    השבמחק
  4. אנונימי1/14/2006 11:14 PM

    http://tinyurl.com/a7dun

    השבמחק
  5. ר' טמיר הראשון: אבל אשמים אנחנו על אחינו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו על כן באה אלינו הצרה הזאת.

    ר' שלום: אין אַזאַ פושקע וועט קיינער נישט אַרײַנלייגן. בײַ אונז איז דער מנהג אַז די געלונגענע שנאָרערס האַלטן אַ בינטל שטרות צו ווײַזן וויפיל מען האָט זיי שוין געגעבן. אַ פלא אַז עס פאַלט קיינעם נישט אײַן אַז ער האָט שוין אַזוי פיל וואָס דאַרף ער נאָך?

    השבמחק
  6. אנונימי1/19/2006 10:17 AM

    רבותי! באזוכט מיין נייעם בלאג, "בנש"ק", וואס איך עפן בעזהשי"ת אין רעאקציע צו העלא ווינסטאנס ענטפער צו קטלאן.
    נעמט אייך דער מי און גייט צו http://beneshek.blogspot.com/ און שרייבט מיר אריין עצות ותושיעות להגדיל תורה ולהאדירה.

    השבמחק
  7. אנונימי1/19/2006 4:36 PM

    איר שרייבט אויף אייער בלאג
    "באלעבאטישע שטיבער לאפוקא רעבישע"
    איר שרייבט דא אין הגהות
    "שרייבט מיר אריין עצות ותושיעות"
    מיין ערשטע עצה איז, איר זאלט אייך לערנען אויסלייג בעפאר איר גייט פובליק.
    "לאפוקי"
    "תושיה"

    השבמחק
  8. אנונימי1/19/2006 4:37 PM

    איר שרייבט אויף אייער בלאג
    "באלעבאטישע שטיבער לאפוקא רעבישע"
    איר שרייבט דא אין הגהות
    "שרייבט מיר אריין עצות ותושיעות"
    מיין ערשטע עצה איז, איר זאלט אייך לערנען אויסלייג בעפאר איר גייט פובליק.
    "לאפוקי"
    "תושיה"

    השבמחק
  9. אנונימי2/06/2006 2:00 PM

    כיהודה ועוד לבלוג, כאפט אייך אריבער צו מיינע פאר ווערטערלאך.

    דער היימישער פלוין

    אַ פלוין פון היימישקייט, עַרבוביאָ, און באַקלעריקע טראַכטונגען.

    http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16807

    השבמחק
  10. אנונימי2/06/2006 2:01 PM

    דער היימישער פלוין

    אַ פלוין פון היימישקייט, עַרבוביאָ, און באַקלעריקע טראַכטונגען.

    http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16807

    השבמחק
  11. אנונימי2/10/2006 12:30 PM

    קוקטס נאר אהער! א ישיבה-בחור פארציילט סודות פון חדר!
    http://yeshiva-bochur.blogspot.com/

    השבמחק
  12. אנונימי2/19/2006 9:28 PM

    קטלא, שוין צייט אז דו זאלסט זיך לאזן הערן!

    השבמחק
  13. אנונימי2/20/2006 11:39 AM

    קטלא!השמעינו את קולך!!!!!!!!

    השבמחק
  14. אנונימי2/23/2006 2:23 PM

    קטלא קניא וואס איז געווארן פון דיר.שוין נישט געערט פון דיר א לאנגע צייט.שרייב אופטער.

    השבמחק
  15. אנונימי2/24/2006 11:54 AM

    קטלא, אויב ביסטו קראנק געווארן, מעלד כאטש איין פאר דיינע געטרייע לייענער דיין מאמענס נאמען.
    קטלא קניא בן ______ לרפו"ש

    השבמחק
  16. אנונימי2/25/2006 10:11 PM

    לייענט אין "אלגעמיינעם":


    ליפּא שמעלצער’ס פרישן טשאָלנט
    רבותי, בענטשט נאָך נישט!
    קטלא קניא



    די וועלט זאָגט אַזוי ווי עס קריסטעלט זיך אַזוי אידעלט זיך. נו, אַז די וועלט זאָגט ווייסט זי אוודאי וואָס זי רעדט און ליפּא שמעלצער אין זיין פרישן סי.די. ‘קעניינעהאָרע’ איז עס טאַקע ערלעך מקיים, וואו ער טונקט איין זיין בחנטן קול אין כלערליי זשאַנערן מוזיק צו זען וויאַזוי זיי קלינגען אין שטריימל און בעקעטשע.

    דער אמת איז אַז לעצטענס אידעלט זיך עס גאָר ווי עס פייגעלט זיך. אַז זומער האָט אירגעלייענט וועגן דעם פילם “דער מאַרשירונג פון די פּענגווינס”´וועט איר וויסן אַז מען לערנט אַריין דערין מער פּשטים ווי עס זענען דאָ אויף פאַרוואָס האַמלעט האָט נישט מקיים געווען בזריזות דעם רצון פון זיין טאַטן וואָס איז צו אים געקומען נישט אין חלום נאָר בהקיץ. ששת-ימי-המעשהניקעס אָדער “קריאיישעניסטס” דרינגען דערפון אויס אַ שמע מינה אַז יש מנהיג לבירה. פעמעניסטן זאָגן אַז פון די פּענגווינס איז אַ בפירושע ראיה אַז נישט בלויז אַ אידענע דאַרף טוישן די ווינדלעך. כולל יונגעלייט זאָגן אַז פון די פּענגווינס זעט מען אַז אַ פרוי מעג אויך אַריינברענגן פרנסה. אמת, די נקבהדיקע פּענגווינס זענען נישט שייטלמאַכערס אָבער אַ ראיה איז עס פאָרט.

    ואני, און איך קטלא קניא בן אמי מורתי, זאָג אַז די פּענגווינס זענען “ואת החסידה” פון דער פייגל וועלט, נישט עפּעס אַנדערש ווי פייגלעך דורכגענומען מיט “חסידישן” גייסט. ראשית כל, גייען זיי אָנגעטאָן שוואַרץ פון קאָפּ ביז פיס אויסער פון פאָרענט וואו זיי האָבן אַ ווייסע העמד. ווידער, די דאָזיקע פייגלעך, ווי די אמתע חסידים פון אַמאָל, ברעכן די אייז צו גיין אין מקווה. ווידער, זיי גייען נישט אין קוטשמעס און אויערן שיצערס טראָץ די שרעקליכע קעלט נאָר זיי גיין אַלע מיט אַ פּעלץ.

    ווידער, בשעת די “רבנים” צווישן די פּענגווינס, וואָס ביי זיי הייסן זיי “עמפּעראָרס”, און ביי חסידים הייסן זיי “גראַנד ראַבייס”, הייבן אָן צו גייען, גיין אַלע פייגעלעך מיט. זיי פאָרן אַרום האַלב וועלט מיט זייער “רבי’ן”, מיט אַ געוואַלדיקן מסירת נפש און דרך אגב שליסט מען אויך שידוכים. ועל כולם, ווען אַלע חסידים קומען זיך צוזאַמען, קוואָקן זיי ווי בת היענות און שאָקלן זיך אַז ס’גייט אַ רויך.

    וכו' עיי"ש

    השבמחק
  17. אנונימי2/25/2006 10:19 PM

    "ווען זיי וואָלטן געקענט אַביסל היסטאָריע וואָלטן זיי געוואוסט אַז מיט אַזאַ פראַזע האָט זיך באַנוצט אַ געוויסע מאַכט אין די ניינצן הונדערט און דרייסיקער יאָרן וואָס האָט אויך פאַרבאָטן דענעגרירטע קונסט."

    קטלא, אפשר ביסטו מרחב את הדיבור אין דעם ענין.
    ייש"כ

    השבמחק
  18. אנונימי2/26/2006 2:52 PM

    מער ווי איין מאכט, מער ווי איין אידעאלאגיע
    קאמוניזם, פאשיזם, און סתם אידעאלאגיע-לאזע טאטאליטארישע דיקטאטורן און כונטאס

    השבמחק