מה נשתנה ווילט איר וויסן? וועל איך ענטפערן ווי אַ ייד? זאָגט איר מיר מיט וואָס עס ענדעלט וועל איך אייך זאָגן מיט וואָס עס איז פאַרענדערט. שבכל הלילות עסט מען נישט מיט אַ ווייסן קיטל, און מען גיסט נישט וויין אַריין אינעם אַרבעל, און מען הערט נישט אויס דעם שווערס ווערטלעך וואָס די שוויגער דערמאַנט אים אַז מען האָט עס שוין נישט איין מאָל געהערט, און מען הינגערט נישט ביזן ערשטן כּזית, און... איך דאַרף נאָך ווייטער גיין?
נאָר דאָס אַז הפּסח נאכל פונקט על השובע אָבער נישט אכילה גסה דאָס איז אַ באַזונדערער אכזריות. אַ גאַנצן טאָג לאָזט מען דיר נישט עסן כּדי מען זאָל עסן דער כזית מצה לתאבון. מען קומט אַהיים פון שיל הונגעריק ווי אַ בער נאָך משה יוסלס הלל שלם און מען דאַרף געפונען שלמות, און צוגרייטן דער קערה, און הערן קדש פון משהלע ביז חנהלע ביז דוואָשע און יענקעלע. גיט מען דיר אַ שטיקל ´גרינץ´ (טוט מיר אַ טובה און הייבט אייך נישט אָן צו דינגן צי דער רבי האָט געגעסן אַ קאַרטאָפל, צי אַ רעטעכל, צי אַ פּעטרעטשקע) מיז אָבער דער גרינץ זיין ווייניקער ווי אַ כּזית. באַשעפער טייערער, וועסט מיר אוודאי מוחל זיין, איך האָב אינזינען געהאַט צו פּטרן דער מרור מיט אַלע הידורים, איך האָב אָבער אַריינגעשווערצט אפשר דריי רעטעכלעך ווען מיין שוואָגער זאָל זיין געזונט האָט געהאַלטן דעם יחץ און אָנגעפרעגט ביי די קינדער צי דער גרעסערער אָדער קלענערער האַלב דאַרף מען באַהאַלטן. עבירה גוררת עבירה און אין איינץ צוויי ווינקלעך איז געווען אַביסל שאָלעכץ וואָס דערויף איז אוודאי געלעגן אַ האַלבע ברייטל.
דערנאָך זאָגט מען און זינגט מען און מען זאָגט ווידער און מען זינגט ווידער. מען האַלט שוין ענדלעך אשר גאלנו וגאל את אבותינו און מען האָט באַשלאָסן צי קומט ערשט מן הזבחים אָדער מן הפסחים און מען וואַשט זיך שוין און מען כראָמפּטשעט אַריין אין די כּזיתים נישט געקוקט אַז ביי כּורך בראָקן די נאַסע בלעטער דער מצה כּמו שכּתוב, און מען עסט אַן איי און ענדלעך טיילט מען שוין דער פיש און מען פאַסט אויס, זאָגט מען דיר ניין, עס נישט, אַזויווי דו ביסט זאַט הער אויף, אפיקומן מיז מען עסן פּונקט זאַטערהייט און דער אייזקרעם מיז וואַרטן אויף מאָרגן. באַשעפער ווייסט דו וואָס? דו ביסט דאָך והוא רחום יכפר עון, אַז דו וועסט מיר מוחל זיין אויפן צופיל כּרפּס זייזשי מיר אויך מוחל אויפן צו ווייניק אפיקומן. איך האָב געקוקט אויף אַ זיתל און איך האָב געגעסן אַזאַ שטיק אויף אפיקומן. דער חזון איש האָט זעט אויס געהאַט זיתים גרויס ווי מאַנגאָס און ער האָט מיר שוין אויך יוצא געווען.
און אַז איך וועל דיר באַשעפער דערציילן אַז מיין רביצן זאָל זיין געזונט נאָך צוויי כּוסות וויל מער נישט אָנקוקן קיין גרייפּ דזוס און די ערשטע צוויי כּוסות רופט זי רוב כּוס וואָס וואָלט נישט אָגנעפילט אַ בראָנפן גלעזל וועסט דו שוין וויסן אַז קעגן דעם איז מיין אַפיקומן מיט אלע הידורים . דאַרף איך אפשר פרעגן אַ שאלה צי זי איז פאַרדעם יוצאת בלא כּתובה? איך מיין, אין שיל דרייען זיך אַרום יידן באָרוועס ווייל זיי האָבן פאַרקויפט די שיך צו קויפן ד´ כּוסות, און מיין אשת חיל זיצט ביי אַ טיש מיט כּלערליי וויינען, טרוקענע, נאַסע, פראַנצויזישע, טאָקייע, מקווה יידישע, און זי טרונקט ווי ס´וואָלט געווען אַ חצי שיעור ביי אַ קראַנקן אויף יום קדוש. קען מען אַזוינס צולאָזן?
און אַז מען רעדט פון איין שאלה וועל איך שוין פרעגן אַ צווייטס. די הלכה איז אַז טאָמער צווייפלט מען צי מען האָט געזאָגט מוריד הטל מיז מען ביז דרייסיק טעג איבערדאַווענען, אָבער נאָכדעם באַקומט מען אַ חזקה אַז מען האָט אוודאי גוט געזאָגט. פאַרלאָזט אייך אויף אַ יידישן קאָפּ זאָל ערפינדן אַ שפּיצל. זענען געקומן די פּוסקים און מיט אַ גזרה שוה פון אַ קאָפּענדיקע קו געזאָגט אַז מען קען זאָגן ניינציק מאָל אתה גבור... מוריד הטל און אַזוי אַרום אַז מען האָט נאָכדעם אַ ספק איז מען אָקיי און מען דאַרף זיך נישט זאָרגן. מען האָט אוודאי געזאָגט. האָב איך אַזאַ שאלה: און ווי וועט זיין פאַרקערט? אַז עס זענען פאַריבער דרייסיק טעג און מען האָט נישט אָנגעיאָגט ניינציק תּפלות און דערנאָך האָט מען אַ ספק, דאַרף מען חוזר לראשן צי נישט? דאָס איז אפילו די מאָדערנע פאַבריצירע פון שאלות אויך נישט איינגפאַלן.
איך האָב אָן אַ שיעור צו דערציילן פונעם סדר. איך בין נישט געווען אין אַ האָטעל ווייל איך וויל אליהו הנביא ביי מיין סדר און אַז אליהו וועט זיך אָנרוקן אין די כּשר לפּסחדיקע האָטעלס וועט מען אים פרעגן, ´עקסיוז מי, וואַט איז יור רום נאָמבער´. ביי מיר אינדערהיים שווערן די קינדער אַז אינדערפרי האָט עפּעס געפעלט פונעם כּוס של אליהו און עמעצער האָט איבערגעגאָסן אויפן טעצעל. דאָס קריגט מען נישט אפילו אין אַ פינעף שטערן האָטעל מיט שמורה מצות און נישט געבראָקטס. מיין זין האָט געפרעגט ביי דער מעשה פון ר´ אליעזר ור´ יהושע , ´וואָס האָבן זיי געהאַט אַזויפיל צו דערציילן?´ מיין טאַטע האָט אים געזאָגט אַז פון יעדן מעשה קען מען מאַכן אַ לענגס מיט אַ ברייטס. מיין שוואָגער האָט צוטיילט זיין יחץ אויף זעקס אַז יעדער זאָל קענען כאַפּן און מיין קיטל איז געבליבן אָן אַ פלעק ביזן פערטן כּוס. אויף צו להכעיס.
עולם, עס איז חול המועד און די קינדער מאָנען ביי מיר אָפּ אַלעס וואָס איך שטופּ אָפּ צו חול המועד ממילא מיז איך מקצר זיין. וועל איך דערציילן וואָס איך האָב היינט געזען אַ נייע מדרגה וואָס דאָס הייסט אַן אשה כּשרה העושה רצון בעלה. אונז זענען מיר געגאַנגן אין אַ פּאַרק פאַרוויילן אַביסל. אונטערוועגענס אויפן סיטי באָס האָבן מיר בּאַגעגענט אַ זיידענער יונגערמאַן מיט זיין פאַרשפּיצעלטער רביצן. מחמת קדושת חול המועד איז ער געגאַנגן נישט בלויז מיטן בעקיטשע און די ווייסע שטרימפּ נאָר מיטן שטריימל אויך. (עס איז דאָ צו דעם אַ מעשה אָבער כאמור קען איך נישט מאריך זיין.) אויפן באָס איז זי געזעצן איי ריי הינטער אים און ער איז געזעצן און געקוקט אויף דער ערד חלילה נישט צו זען וואָס מען טאָר נישט. מיין פרוי האָט געזאָגט אַז ער זעט אויס ווי אַ ניני אָבער מיין זין האָט געזאָגט אַז ער איז מיט אים שטאָלץ אַז ער גייט מיטן שטריימל אפילו חוץ לתחום.
מיר האָבן ווידער באַגעגענט דאָס פּאָר פאָלק אין דער פּאַרק און דער יונגערמאַן איז געגאַנגן בלויז אַ יאַרמולקע. מיין פרוי האָט געזאָגט אַז זי האָט געוווסט אַז ער האָט זיך געשפּירט ווי אַ פערד. נאָר וווּ מיינט איר איז געלגען דער שטריימל? זי האָט עס אים געהאַלטן. אַזאַ אשה כּשרה איז אוודאי יוצאת בשן ועין.
האָטס מיר אַ גוטן מועד!
superb, as usual.
השבמחקahhh, what a simchas yom tov
השבמחקbrilliant as usual,but what took you so long? please dont make us wait another month for your geshmake maiselech
a gut yom tov
...אאאאההה
השבמחק!!!אזא שטיקל! עכטע יידישע כזית