דער שד פון שרייבן האָט זיך ווידער גענומן צו מיינע ביינער און לאָזט נישט מנוחה. ווי דער מלאך וואָס הייסט גראָז וואַקסן און דער מלאך וואָס האָט פרעהן געשלאָגן ווען ער האָט זיך פאַרחשקט אין שרהן (שרי, האָט זי דעמאָלסט געהייסן) און זי האָט דעם מלאך באַפוילן, שמייס, שמייס, אַזוי שטייט איבער מיר אַ מלאך און פאַרדרייט מיר אַ קאָפּ, קוק, זע, שרייב. לעצטענס טו איך אים איגנאָרירן אָבער פון צייט צו צייט לאָזט ער מיר נישט אָפּ ביז איך זעץ מיך אַראָפּ און לאָדן אָפּ וואָס ליגט מיר אויפן האַרצן צום עקראַן. נאָר נאָכדעם געלונגט מיר צו זאָגן צאתכם לשלום פאַר די מלאכי השרת ביז זיי טשעפּען זיך ווידער אָן.
מען זאָגט נאָך פונעם חזון אי"ש אַז ער האָט געזאָגט אַז ווען ער געט אַרויס אַ נייער ספר איז עס ווי ער פירט אַ קינד אונטערן חופּה. דער חזון אי"ש האָט אָבער נישט געהאַט קיין קינדער. איך האָב קינדער און כאָטש איך האָב זיי נאָך נישט געפירט אונטערן חופּה האָב איך שוין געזען מיינע און מיין פרויס געשוויסטער אונטערפירן זייערע קינדער און איך מיין אַז אַרויסגעבן אַ ספר איז פיל ערגער. דער פאַרגלייך פון שרייבן צו קינדער איז אָבער אַ גוטער.
פּונקט ווי אַ קינד הייבט זיך אָן פון איין פלייסיקער זוימן צווישן מיליאָנען אַזוי איז אַ ביך צי אַן אַרטיקל דער פועל יוצא פון מיליאָנען מחשבות און געדאַנקן וואָס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און נישט מער ווי מחשבות לבטלה. ווי רש"י זאָגט אָנהייב פרשת וישב אַז די דערציילונגן פון ספר בראשית זענען ווי איינער וואָס זיכט אַ פּערלשטיין אין זאַמד. ער זייט דער זאַמד ביז ער געפונט דעם טייערער שטיין און דערנאָך וואַרפט ער אַוועק אַלע פּראָסטע שטיינדלעך (אַ טיאָריע פון היסטאָריע ווי ביאָגראַפיע). אַזוי אויך איז עס מיט מחשבות וואָס פליסן דורכן געוויסן ווי זאַמד, מען קלאַפּט זיך אָן אין אַלע סאָרט שטיינדעלעך און פון צייט צו צייט כאַפּט זיך אַריין אַ בריליאַנט. וואָס מער מען קאָנציטרירט זיך אויף די שטיינדלעך איז מען אַלץ מער מסוגל צו געפונען דעם בריליאַנט, אָבער שטיינדלעך זענען אַלץ דאָ.
און אַז פון אַ זוימן ווערט אַ ולד מוטשעט זיך מען מיט דעם ערשט ניין חודשים איידער מען שעפּט עפּעס נחת. ניין חודשים קאָפּעט עס איידער מען הערט אפילו אַ קרעכץ. מיט אַ שעפערישן ולד איז גאָרנישט בעסער און פיל ערגער. אויך דער סאָרט וולד קען מען מפּיל זיין, עס קען אויך געבוירן ווערן אַ מאָנגאָל, אָן הענט און פיס, אָדער אפילו אַ נפל. און אַז עס ווערט געבוירן, פּשׁיט און אַהט אַיעדער אויף אַ וואָך צוויי, דער טאַטע צי די מאַמע באַקומן מזל טובס רעכטס און לינקס און דערנאָך פאַרגעסט מען. אַן עופעלע פאַרשטייט זיך אַנטוויקלט זיך נאָכן געבורט און אַז דער שעפערישע וולד איז אַ געראָטנס איז נישט אַנדערש. עס דאַרף וואַקסן, מען דאַרף דערצו נעמן אַ שטעקן, אַ מוהל מעסערל, עס אַרומוויקלן, עס קען שטינקן, עס קען שטערן שלאָפן און עס קען לא עלינו אַרויסגיין לתרבות רעה. און אַז ווערט אַ לייט, לערנט מען אַריין דערין פשטים, מען דעבאַטירט די מעלות, מען לאַכט פון די חסרונות, מען דינגט זיך ביי דעם, מען טראָגט עס אָן פאַר אנדערע און מען איז זיך מחיה צי מען מאַכט עס אַוועק. דער ישמח האב ביוצא חלציו גייט נישט אַנדערש אָן ביי דעם. איינער שעפּט נחת, איינעם גייט עס נישט אָן און נאָך איינער האָט עס פיינט יעדער מאָל ער קוקט עס אָן ווייל ער זעט דערין דער שוויגער. ווייטער נאָך איינער האָט עס נאָך מער פיינט ווייל ער זעט דערין זיך אַליין.
למעשה איז דאָס אַ שוואַכער וועג פון שרייבן און אַ שרייבער וועט דערפון נישט זען קיין סימן ברכה. דער סוד פון שרייבן איז טאַקע צו פאַרגלייכן שרייבן צו געבוירן אָבער צו געבוירן ווי היימישע יידן. ראשית כּל, נאָך בטרם כּל יציר נברא, נאָך איידער עס איז דאָ אַ סימן פון אַ ולד, דאַרף מען אַריינשפּרינגן אינעם זאַך ווי אין אַ שידוך אַריין. כּלומר, זיי דיך נישט מיישב צי דו האָסט עס ליב, צי דו וועסט דיך מיט דעם פאַרטראָגן, וויאַזוי עס וועט זיך אַנטוויקלן און שפּרינג אַריין מעשה נחשון בן עמינדב.
דער חילוק צווישן אַ היימישער שידוך און אַ נישט אַזוי היימישער, האַלב פּסולדיקן צאַמפּאָרעכץ איז דער פּסול זאָגט ער האָט געטראָפן דאָס איינע זאַך אין וואָס ער קען זיך פאַרליבן און מעשה שכם בן חמור: חשקה נפשו... תנו נא אותה לו לאשה. ווייטער ביי אונז היימישע איז גאָר פאַרקערט: ליב, וואָס איז שייך ליב, איך ווייס, ס´איז אַ גוטע זאַך און איך זע נישט פאַרוואָס נישט, און דער פון אויבן וועט שוין העלפן. ווי אַ יונגערמאַן האָט געזאָגט נאָכן חתונה וווען מען האָט אים געפרעגט וויאַזוי עס גייט, זאָגט ער, ´איך ווייס, אויף די נעקסטער זיבעציק יאָר וועט עס גוט זיין, נאָכדעם וועט מען ווייטער זען.´ און במשך די זיבעציק יאָר שטייט דער יונגערמאַנטשיק און מאַכט אַוועק דעם פּסולניק און אַלע שבעים אומות, זיי ווייסן מיר שוין אויכעט וועגן ליבשאַפט. האָבן אַפעיירס און טון אָפ כּל דבר אסור און זיי וועלן מיר לערנן מסכת ואהבתָּ. ווייטער דער פּסולניק צייגט אָן אויפן חסידישן ייד און שפּעט אָפּ, גיי פרעג אים צי ער האָט איר ליב און ער וועט זיך ציען דער באָרד מעשה טוביה דער מילכיגער און אָנהייבן צו פּשעטלן וואָס מיינט דאָס ליב. זאָגט שיר השירים יעדער וואָך, מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה, און ווייסט אפילו נישט ווי ליבשאַפט קען פלאַקערן.
דאָס איז אָבער צו ליבשאַפט. וואָס שייך שרייבן דאַרף מען זיך לערנען סימן א. כּל זמן עס עקעלט נישט וואַרף עס נישט אַוועק. פאַרקערט טוליע זיך צו דעם צו און וועסט זען אַז עס איז גאָרנישט ערגער פון אַ צווייטץ. און אַז נישט וועט דער שדכן ברענגן נאָך עפּעס.
והשנית, אַז איר זענט שוין מיטן אידע פאַרברענגט נישט צו לאַנג מיטן זאַך. ווי די גערער קאָמענדאַנטן זאָגן אָן זייערע יונגעלייט: אַריין און אַרויס. און זיי רעדן נישט פון דער מקווה. אומר ועושה ווייל אויף ליגן איז דאָ גענוג צייט אין קבר. ווי מען זאָגט אָן אין די כּלה קלאַסן אַז דער אייבישטער האָט געמאַכט דער כּוח התאווה ווייל ווען נישט וואָלט קיינער זיך נישט געוואָלט באַמיען מיט קינדער. אויף אומצופאַרגינען דאָס יונג פּאָר פאָלק אַביסל פאַרגעניגן ווערן די ´מדריכים´ עוואָלוציניסטן. אָבער זאָג זיי אַז ברית מילה איז אפשר וועגן זאַמד אין דער מדבר וועלן זיי אייך אָפּמאַלן א שיעור חזון איש.
לעניניו אָבער איז סימן ב. פאַרברענג נישט מיטן אידע און באַלעק דיך נישט מיט זעלבסט לויב אויפן גאונישן שטיק און נעם דיך צום עבודה פון פּרו ורבו נישט פאַר הנאה נאָר לקיום המין, האָבן קינדער לשם האָבן קינדער. אַרט פאָר אַרטס סייק.
נו אַז מען האָט שוין אַ זוימן פון אַן אידיי איז מען נאָך ווייט פון אַן עופעלע. דער זוימן מיז זיך אַנטוויקלן, עס מיז קורם עור וגידים זיין, עס מיז באַקומן הענט און פיס, אַ זינען, און דערווייל קאָפּעט עס. דער קאָפּ ווערט אָנגעשוואָלן מיט אידייען, די רעיונות קאָפּן אין די געדערעם און מען ברעכט אויס ווערטער פאַר פרישטיק, מיטאָג און שלש־סעודות. אָבער דאָ אויכעט איז דער דרך ישראל סבא דאָס בעסטער. דער מנהג אומות העולם איז צו רעדן צום ולד, זינגן צום ולד, זיך איינשרייבן אין יאָגע קלאַסן, מאַסאַזשן דאָס בייכעל, אָנקויפן אַ שלל ביכער איבער וואָס צו עסן, וואָס נישט צו טרינקן, ווי צו שלאָפן, וויאַזוי עס איבערצושמועסן מיט די יונגערע קינדער און ווער רעדט נאָך פון די איידעלע ענינים פון בינו לבינה וואָס אויף דעם אַליין וואָלט מען געקענט מחבר זיי אַ גאַנצער ספר פאַר די העכערע פּאָליצעס. און די אַלע הכנות דרבה וואָס הייבן זיך שוין אָס ווען מען קלערט נאָר פון אַ קינד איז צוליב אַ ולד וואָס מען קען מפּיל זיין נאָך איידער עס האָט געלענט פונעם מלאך אַ פּסוק חומש.
לא כּנשים המצריות העבריות כּי חיות הנה. מיר פּייניגן נישט און לאָזן אַלעס צום באַשעפער. פאַר דעם זאָגט מען אַ לשם ייחוד מיט אַ גאַרטל פאַר מצוות פרו ורבו, אַ תפלה פון של"ה אויף ערב ראש חודש סיון און מען גיסט אַפּאָקריפאַלע טרערן ביי ליכט בענטשן, און אויסער דער טוט מען ווי גאָט האָט געהייסן און תפלה עושה מחצה. אַז עס איז דאָ ´נייעס´ איז אַזוי: די ערשטער דריי חודשים איז אַ סוד, דער צווייטער סעמעסטער טאָרן די קינדער בשום אופן נישט וויסן ווייל ווער האָט דען כּוח פאַר זייערע קושיות און רבונו של עולם וואָס ענטפערט מען זיי? און אויסער נישט גיין אויפן בית עולם אָדער אויף אַ לוייה, נישט גיין אין אַ זו און נישט אונטערפירן אַ קינד אונטערן חופּה איז עולם כּמנהגו נוהג. דאָס קינד וועט זיך אַליין אַן עצה געבן און דאָס וועט אים שוין זיין רבי געלט ווען ער קומט אַרויס לאוויר העולם. און מיט בינו לבינה, באַקומט מען דאָך אַ וואַקאַציע פון ניין חודשים וואָס די בנות ישראל האָבן אונז דאָס מאָל פאַרגינען און האָבן נישט געמאַכט אַ החמירו על עצמן. אַ גענאָד פון באַשעפער וואָס מען געפונט נישט ביי קיין שום מצווה. און דאָס וועט אונז זיין סימן ג´: געב זיך נישט צופיל אָפ מיטן אידיי. זעץ דיך שרייבן לשם שרייבן און שרייב. קלער נישט, קוואַקל נישט, גרעפּץ נישט, פּשוט שרייב. השלך על ה´ יהבך וועסט דו זען אַז די ווערטער וועלן זיך אָנזאַמלן ווי קניידלעך און וועסט זען ניין חודשים פון תענוגים.
נאָך ניין חודשים פון זיך מוטשען, פון שלאָפלאָזע נעכט, פון חבלי לידה, רוקן ווייטיק, פּתיחת הארון און זיך שווערן אַז מער אין דעם וועט מען זיך נישט אַריינלאָזן קומט ענדלעך אַרויס אין דרייע פאַרטאָגס אַ זאַך לאוויר העולם. עס זענען דאָ רמ"ח איברים, שס"ה גידים, פופציק טויזנט ווערטער און דער געוויין וואָס מען הערט איז פון דעם בעל מחבר אַליין: די יולדת מיטן טאַטן מיטן שווער און מאַמן אַלץ אין איינעם. דאָ איז אָבער אויך דער חילוק צווישן די בנים אתם לה´ אלקיכם און די, פאַרשטייט איר, בלשון רמיזא גערעדט, משום דרכי שלום, די וואָס שטייט אויף זיי ראו מה בין בן בני לבן חמי. מיר זענען מיר איידל אין מיר זענען מיר נישט אויסן זיך צו גרויסן מיט מעשה ידי להתפאר. מיר שטיין אויסגעדרייט בקרן זוית מיט אַ תהילימל אַז עס זאָל זיין אַ בן זכר און מיר זענען אויף אַ וואַכנאַכט אַז קיינער זאָל נישט צוכאַפּן דאָס קינד אין אַ זאַק. ווי רבי ר´ בער האָט געזאָגט אַז מען דאַרף זיך לערנען פון אַ קינד און פון אַ גנב. אַ גנב אַרבער שווער ביי נאַכט און ביי טאָג פאַרקויפט ער ביליק. אַז עס איז אָפּגעטון, איז ווער עס פטור, שיק עס אַווען אין חדר אַריין און נעם דיך באַלד צום פרישן.
ווייטער וואָס מען קען זיך אָפּלערנען פון אַ קינד קען מען שרייבן און שרייבן. אָבער נקוט האי כּללא בידך וועט אפשר עפּעס נולד ווערן, און אַז עס גייט אַלץ נישט קען מען לחשן ווי צו אַ מקשה לילד. אויף דערווייל אָבער מזל טוב: עס איז דאָ אַ שטיקל.
יום שני, יוני 04, 2007
אותות ומופתים א´
קטלא, קטלא, אַיֶכָּה? פרעגט מיר שוין היינט קיינער נישט. פאַרנומן, וואָס, נעבעך האָסט שוין נישט אַפּאָר מינוט עפּעס אָפּצושרייבן. און מען זאָל דיך נאָך גלייבן. גייסט שוין נישט אין שיל? זעסט שוין נישט אַ מחלוקהלע איבער זאָגן תּחנון, הערסט שוין נישט אַ לשון הרעלע וועגן דעם אַז ער האָט אָנגעזעצט, יענער וואָס האָט אָפּגעלאָזט אַ שידוך, האַלטסט נישט מיט די לעצטע כּשרות סקאַנדאַלן, און טאַנצט נישט ביי די טישן פון די רביס וואָס מערן זיך ווי די פרעש אין מצרים: יעדער מאָל מען לייגט אַוועק אַ גרויסער קומן אַרויס אָן אַ שיעור קליינע, נו, דאָס אַלעס האַלטסט דו נישט מיט? פאַרדריי שוין נישט אַ קאָפּ און מאַך דיך נישט אַזוי וויכטיק. וועסט שוין באַלד אויסזען ווי די חברה מיט די ביפּערס און צעלן מיט די מכנסיים וואָס האָבן אַ בית קיבול פון אַ בית כּור און וואָס אין זייערע אָפּגעריבענער מושב שפּיגלט זיך אָפּ באַלד אַזויפיל וואָס מען זעט אין אַ ליטווישער של־ראש שפּיגל. איז פּליז, קטלא, ווילסט נישט שרייבן, טו נישט קיין טובות, אָבער פאַרדריי נישט קיין קאָפּ מיט דיין פאַרנומנקייט. אונז האָבן מיר אַלע פרנסות און שיעורים און שמחות און גיין נאָך געלט פאַר אַ צוועק אין דער אָווענט און מיר יאָגן פונדעסטוועגן אָן אַ מקוה און אַ קאַווע און נישט היינט געדאַכט אַ ניחום אבילים. איז מעגסט עפעס שרייבן אָן מען זאָל דיר בעטן און זיך וויינען ביי דיר.
דער אמת איז אַז ווי איר ווייסט דאָך אַ מתעסק איז פטור. און פשוט און פּראָסט מיר זענען פאַרטון. נישט קיין טאָג און נישט קיין נאַכט עד כּדי כּך אַז איך דאַנק דעם באַשעפער פאַרן ליבער שבת קודש וואָס אי לאו האי יומא וואָלט איך אויסגעגאַנגן מחמת טרדת הזמן. ווען איך קום אָן אין שיל זעט מען טאַקע און מען הערט און עס וויל זיך אָפּשרייבן אָבער הזמן דוחק. קוים דער בעל תפלה זאָגט עזרנו אלקי ישענו און איך לייג שוין צאַם די תפילין אין דער פּאָליש, און דאָס איז ווען איך גיי אין שיל... דער באַרדיטשעווער וואָלט אָבער פון מיר הנאה געהאַט ווען ער זעט ווי איך שטיי ביים טיר אַרויסצוגיין און איך וואַרט אויס אַ האַלבער מינוט אַריינצוכאפּן נאָך אַ יהא שמיה רבא און אַ האַלבער טוץ אָמנס. און שרייבן? נו, וואָס איר וועט דאָ לייענען קער זיך אָן צו פּסח. איך האָב געהאָפט עס אַרויפצושטעלן פאַר שבועות און דאָס איז אויך פאַריבער. קום איך אָן ווי אַ טמא לנפש אדם אויף פסח שני און איך בין מקריב מיין קרבן. זאָל עס זיין חשוב ומקובל ומרוצה כּאילו עס וואָלט געווען במועדו ובמקומו וכהלכתו. אַז עס איז אָרעם זאָל עס האָבן דער חשובת פון אַ קרבן מנחה ווי רש"י זאָגט אויף ונפש כּי תקריב.
מעשה שהיה כּך היה און מיר וועלן אם ירצה השם דערצו אָנקומן, דערווייל אָבער אַ הקדמה.
צווישן מנחה און מעריב אויף יום טוב איז פון די צייטן וואָס יידן זענען יידן אָן עפּעס אַנדערש. פשוט יידן לשם יידישקייט. כּלומר אַזוי. אין מיטן וואָך איז מען אויך אַ ייד אָבער מען איז אַ צעטראָגענער ייד. אַ ייד מיט אַ צעל צי יעדן אויער בשעת ווען דער עלנבויגן פון איין האַנט דרוקט צו דאָס טלית בייטל צום זייט און דער אַנדער האַנט זוכט די שליסלעך אין קעשענע וואָס להכעיס איז עס איז די קעשענע פון דער אַנדער זייט און מען דאַרף איבערלייגן דער לינקער האַנט צום רעכטן קעשענע כּמעט ווי יעקב ווען ער האָט געוואָלט בענטשן אפרים און מנשה. איז עס ערב שבת, האַלט מען אונטער דעם צווייטן בית השחי אָן אַ שיעור בילדער צייטונגן אָן קיין חשש פון לשון הרע (אַ צייטונג אָן לשון הרע איז ווי אַ רבי אָן אַ מחלוקה - גאָר אַ שוואַכער רבי) און אויפן קליינער פינגער הענגט אַ זעקל מיט די חלות, און קיפּערלעך, און שטרודל, און די לכּבוד שבת בלומן קוועטשן זיך צו מיטן טלית באַרטל. דאָס איז אַ ייד אין דער וואָכן. בקיצור, צוטראָגן און צושוויצט על המחיה ועל הכּלכּלה.
ווייטער שבת קודש איז דאָך שבת קודש. ווי פאַרטריבן מען איז נישט איז אַלץ אָדער געזעגנט מען זיך פונעם שבת אָדער זאָגט מען שוין לכו נרננה אַ האַלבער וואָך פאַרן קומנדיקן שבת. אויף שבת קודש אַליין איז מען פאַרטון מיט שבת. מען גייט פון דאַווענען צום טיש, פון טיש אָדער אין בעט אָדער אויף אַ זכר, און ווידער אין שיל און ווידער אַ סעודה און אַביסל פּרקי אבות און נאָך אַ תפלה וואָס מען בייט וינוחו בו צו וינוחו בם און שבת קדשך צו שבתות קדשך ווייל ווען נישט קען מען שיער פאַרגעסן וווּ מען האַלט. דערנאָך אַ שלש־סעודות און ווידער זרעינו וכספּינו ירבה כּחול.
אַז עס קומט יום־טוב איז דאָך אָפּגערעדט אַז מען איז כּמעט נישט סתּם אַ ייד. אַ סדר, אַ סעודה, אַ סוכּה, אַ חול המועד, אַ תּפלה, אַ נאָכמיטאָג שלאָף. וווּ מען דרייט זיך, אַז מען איז נישט מיט גאָט איז מען מיט דער ווייב און קינדער אָבער אָן אַ מינוט צו אָטעמן. זייט יציאת מצרים זוכן יידן אַ מינוט צו אָטעמן, איין מינוט זיך צו כאַפּן דעם קאָפּ און עס געלונגט נישט. אַז די שונאים לאָזן אונז מנוחה קומן יידישע גנבים און מנהגים און גנבנען אַלעס זו. אַזוי גייט עס שוין אָן פון דעמאָלט און אַזוי וועט עס בלייבן לכל הפּחות ביזן אלף השישי.
צווישן מנחה און מעריב אויף יום־טוב איז אָבער עפּעס אַנדערש. די געציילטע, טייערע מינוטן איז פון די גנאָדן וואָס דער בורא כּל העולמים האָט אונז געשאָנקן, און אי לאו די פּאָר מינוטן ווער ווייסט צי מיר וואָלט געקענט ביישטיין די נסיונות און די שוועריקייטן פון זיין אַ ייד. מען ענדיקט ה´ אחד פון עלינו, די יתומים ענדיקן זייערע קדיש מיט אַן עושה שלום אויף רעכטס, הוא יעשה שלום אויף לינקס, ביקן זיך צו על כּל ישראל, ואמרו אמן און מען פאַלט אַריין אין די פּלעצער ווי ראש השנה נאָכן לאַנגן מוסף שמונה עשרה וואָס ביי דער בעל תוקע געדויערט עס פינף מאָל אַזוי לאַנג ווי דער עולם אָנצוקומן צו די תקיעות.
אַצינד וואָס טוט מען? אויף אַ שיעור איז נישט דאָ קיין צייט ווייל מען גייט דאָך שוין דאַווענען אין אַ פּאָר מינוט אַרום, עליות פאַרקויפט מען נישט ווייל מען גייט נישט לייענען, אַ שטיקל צוקער מיט אַ קאַווע קען מען נישט טרינקן ווייל מען דאַרף קידוש מאַכן, אחות קטנה אָדער קרבן פּסח איז נאָר ערב יום־טוב, איז וואָס טוט מען יעצט? מען קען נישט אַרויסלויפן מאַכן אַ שנעלן קאָל ווייל עס איז דאָך יום־טוב, די בני בית קען אויך נישט אַריינרופן אויפן צעל מיט אַ ליסטע איינצוקויפן אויפן וועג אַהיים, איז רבונו של עולם וואָס טוט אַ ייד אין אַזעלכע זעלטענע מינוטן? אמת, מען קען זאָגן תהילים, מען קען איינדרימלן משלים צו זיין אויפן שלאָף וואָס די קינדער, די עוכרי ישראל האָבן נישט געלאָזט שלאָפן. וווּ איז דאָס דערהערט געוואָרן אַז קינדער זאָלן מאַכן אַזעלכע קולות שבת נאָכמיטאָג ווען כּלל ישראל לייגט זיך אַנידער דער קאָפּ? מען קען אויך עפּעס לערנען מיט די קינדער אָבער דער פּלאַץ איז דאָך ענג ווייל די ערוואַקסענע זיצן דעמאָלסט, און לאָמיר זיך נישט נאַרן וויפיל געדולד האָט מען שוין? אַז אויפן צווייטן זייט טיש כאַפּט זיך אַ שמועס פון עפּעס זאַפטיקס איז מען באַלד משלח די חברה מיט אַ ציפּ אין באַק, ´זייער ווויל געקענט, איך וועל זאָגן דיין רבי. שוין יעצט קענסטו גיין שפּילן´ און דער קליינער לויפט אַרויס שפּילן מיטן חשק וואָס אַ שנה ראשונה לויפט אַהיים פון כּולל נאָכן בני ביתס מקוה און אינעווייניק צונעמט מען אויף טעלערלעך דעם אשר קדשנו במצוותיו וצונו על העריות...
מען קען דאָך נישט פאַרשטייטס זיך חלילה מוציא לעז זיין אויף כּלל ישראל. נישט אַלע רעדן לשון הרע. מען באַקענטיקט זיך אויך מיטן גאַסט פון אייראָפּע, צום הונדערסטן מאָל רעדט מען איבער ווען דער ישראלישער גאַסט וועט דאַווענען און וויאַזוי ער וועט לייגן תּפילין, אַלטע ייִדן דערציילן מעשהלעך פאַר די יונגעלייט, רייכערערס קרעמלן אינדערויסן, שדכנים מעקלן שידוכים, יידן מיט טעכטער באַטראַכטן בחורים און בחורים פאַררעכטן דאָס אינטערשטער פאַרעקשנטן גרייזל פון דער פיאה.
אַז עס איז פּסח איז דער שמועס פון די מצות. דער זאָגט ער קויפט נאָר קוממיות, אַ צווייטער שווערט זיך אויף פאָפאָ צעהלים, נאָך איינער איז מציע קאָסטן ראַזעווע, און דער חכם השלישי מאַכט אַלע אַוועק: ער באַקט איבער די מצות אין אויוון אויף אַ האַלבע שעה ´און איך זאָג דיר זיי זענען אַזוי קריספּי´. סוכּות איז עס די זעלבע יידענע נאָר אויסגעשלייערט מיט שלאָפן אין סוכּה, די ווינט פון אַ נאַכט פריער, צי עס האָט יאָ אָדער נישט אַריינגערעגנט, און צי מען האָט גאָר אַן אייגענעם סוכּה.
פרעג איך אייך, זענען די פּאָר רוהיקע מינוטן נישט חסדי השם? עס דאַרף נאָר זיין איין מהרי"ל אַז מנהג וורמייזא איז צו זאָגן לכו נרננה אויך אויף יום־טוב און דער גאַנצער צווישן מנחה מעריב וואָלט געגאַנגן קאַפּוט. אפילו אַזוי הייבט זיך עס אָן צו וואַקלן מיט דרשות, אָבער צו דעם דאַרף מען געבן נאָך אַ הקדמה און צו דער הקדמה וועט מען דאַרפן נאָך אַביסל צייט.

יום שלישי, אפריל 24, 2007
ועוד יש לומר
די מעלה פון שרייבן אַ בלאָג איז אַז מען קען פאַררעכטן היסטאָריע. מאי דהוי הוי גייט ביי דעם אינגאַנצן נישט אָן. וואָס איך מיין איז אַזוי. אַז מען דריקט אַ ספר און עס כאַפּט זיך דערין אַריין אַ טעות איז עס אַ טעות לעולם. אַז מען וויל נישט באַשולדיקן דעם בעל מחבר אַז ער איז אַ גאָרער עם־הארץ זאָגט מען אַז עס איז אַ טעות הדפוס. אַ טעות בלייבט עס אָבער. למדנים קענען קומן מאַכן פשעטלעך אין דער כּוונה פון די ווערטער, עם הארצים קענען עס נאָכזאָגן מיטן זעלבן כּוונה וואָס זיי האָבן ביי ´אָבדוּ עשתונותיו´ און ´תתיר צרורה´, משכּילים קענען אָפּחוזקן, חסידים קענען זאָגן אין להרהר אחריו אָבער גרייז בלייבט גרייז און טעות איז גאָרנישט חוזר. מה שאין כּן מיט אַ בלאָג, אַז עפּעס טויג נישט, אַז מען האָט שלעכט בוכשטאַבירט, אַז די גראַמאַטיק איז ווי ביי אַ מצווה טאַנץ גראַמער, אַז מען האָט געמאַכט אַן אויסגעלאַסענע תערובת פון די גראַמאַטישע מינים צי אויסגעמישט די דאַטיווישע יוצרות אָדער וואָס נאָר עס זאָל נישט זיין איז דאָ צו אַלעס אַן עצה. מען רוקט זיך אָן באישון לילה און מען כאַפּט זיך אַריין כגנב במחתרת, מען מעקט די גרייזן און מען פאַרדעקט די לעכער מיט פרישע ווערטער און מען געט זיך אַ גליטש אַרויס ווי ווען מען גייט צוריק דריי טריט מיט אַ פרישן ה´ שפתי תפתח נאָך מען האָט פאַרגעסן יעלה ויבא.
מען וויל דאָך אָבע זען צי עמעצער האָט באַמערקט אָן מען זאָל אויסזען איבערראַשט, געט מען אַ צי אויס דער האַלץ ווי צו זיכן דער וואַנט זייגער און מען שטעלט אָן אַ פּנים ווי לא דובים ולא זאָאָ. אין די אַמאָליקע צייטן איידער די צעל טעלעפאָנען האָט מען געזען דעם סאָרט פּנים ווען יעדער צוויי מינוט האָט זיך אויפגעמאַכט דער טיר פון בית מדרש און עמעצער האָט אַריינגעשטעקט אַ קאָפּ מיט צאַמגעקנייטשטע אויגן און אַן אָנגעצויגענער פּנים צי ער קען זען דעם וואָס מען זוכט אויפן טעלעפאָן. מיר גיין מיר יעצט צוריק צו סאָביעצקיס צייטן, אָבער אין יענע טעג איז דאָס הייסטע נייעס געווען די תשובה צום שאלה פון, ´וועם זוכט מען?´ און אין בית המדרש בלא חידוש האָט געמיינט, ´שוין ווייטער זוכט מען משה יאַקאָבאָוויטש. איך זאָג דיר, זיין ווייב, קיין מינוט געט זי אים נישט מנוחה.´ און יום טוב איז געווען ווען אַ חבר האָט מחפּה געווען אויף זיין נישט זיין אין בית־מדרש מיט, ´ער דאַווענט שמונה־עשרה´.
די עצה פון אויסבעסערן בשתיקה טויג אָבער נאָר פאַר אַזעלכע גרייזן וואָס קענען געבן דעם לייענער דעם אָנשטעל אַז דאָ רעדט מען פון אַ ריכטיקן קטלא קניא, אַזעלכע גרייזן וואָס די מתנגדים ניצן אַלץ אַ ראיה אַז כּשמו כּן הוא. עס איז דאָך ידוע די מעשה פון צוויי יידן וואָס האָבן זיך געטראָפן אויפן באַן. פרעגט איינער דעם צווייטן וווּ אַהין ער פאָרט, ענטפערט יענער אַז ער פאָרט קיין לאָדז. טראַכט דער מקשן ביי זיך, ער וויל אוודאי אַז איך זאָל מיינען אַז ער פאָרט קיין וואַרשא דערפאַר זאָגט ער אַז ער פאָרט קיין לאָדז און איך וועל דערפון מיך אויסדרינגן אַז ער פאָרט קיין וואַרשא. איך בין דאָך אָבער נישט אַ נער און איך ווייס אַז ער פאָרט טאַקע קיין לאָדז איז וואָס דערציילט ער מיר באַבע מעשות? און ער דרייט זיך אויס צום ייד און זאָגט אים ´וואָס זענט איר אַזאַ שקרן?´
לענינינו, זענען דאָ מענטשן וואָס מאַכן אַ חשבון, ער רופט זיך קטלא קניא כּדי מען זאָל קלערן, ע ער קען דאָך נישט זיין אַ גאַנצער קטלא קניא ווייל ווען יאָ וואָלט ער זיך דאָך אַזוי נישט גערופן. אלא מאי ער איז אַן אויבער חכם, ער וויל זיין אַביסל איראָניש, אַזאַ פאַלטשע עניוות ווי דער רבי וואָס וויינט ביטער ביים שלש־סעודות תורה אויף שבת סליחות אַז מכּף רגל ועד ראש אין בו מתום און פון הינטן שטיין די גאַטשעלאַבעס צו דערלאַנגן פאַר דעם וואָס וואַגט זיך צו גלייבן. די אָ קאַרפּן קעפּ זאָגן אַז זיי זענען אויף דעם אויך אַ מבין און ער איז טאַקע אַ קטלא קניא פשוטו כמשמעו און יותר ממה שקראיתי לפניכם כּתוב כּן, זיין עם הארצות שטייגט איבער זיין נאָמן פיל פאַכיק. ממילא להוציא מלבן פון אַזעלכע צדוקים מיז מען פאַררעכטן די גרייזן אין די קליינע שעות פון דער נאַכט ווען ל"וניקעס פּראַוון אָפּ תיקון חצות און אשה מספּרת עם בעלה און עס ווערט כּלא היה.
ווי איז אָבער מיט נישט ממש טעותים, נישט די נחס מיט זיבן גראָבע גרייזן נאָר אַזעלכע נחס בחמשה עשר, פאַרשטייט איר מיר? אַזעלכע הוספות מיט הערות וואָס פאַלט איין אַז מען האָט געקענט נאָך בעסער זאָגן, אָדער עפּעס מוסיף זיין, אָדער צולייגן אַ דבר אחר צי אַ ועוד יש לומר, וואָס טוט מען דעמאָלסט? אַז מען טוט עס בצנעא וועט דאָך קיינער נישט וויסן פונעם חידוש. גענוג אַז מען לייענט עס איינמאָל, זאָל מען עס נאָך איבערלייענען אויך, אתמהה?
למשל איך וויל צולייגן צו מיין לעצטן שטיקל בנוגע די כּזיתים אַז עס איז הפלא ופלא אַז ווען מען עסט כּרפּס געט מען דיר אַ שטיקל גרינץ די גרייס פון אַ מוראַשקע אַז עס זאָל חלילה נישט זיין מער ווי אַ כזית, אָבער ווען עס קומט צו מצה מיז מען עסן אַ שטיקל צוויי מאָל אַזוי גרויס ווי אַ מקוה האַנטעך כּדי יוצא צו זיין אַ כּזית. איך מיין ממה נפשך זייט מחליט איין מאָל פאַר אַלע מאָל וואָס דאָס איז אַ זית און יוצא געווען. איז אָבער דער תירוץ אַז אַ זית קען מען נישט שיילן און וויבאַלד מיר האָבן מיר געזאָגט ביים לעצטן שיעור אַז מען שמירט זיתים נאָך מען ווי מען שמירט מלמדים אויף פּורים און רבנים סיי אויף פורים און סיי ביי מכירת חמץ קען מען דאָך נישט ברענגן אַ זית צום הייליקן סדר, דעריבער איז מען מחמיר.
איי, פרעגט איר, מען קען מעסטן פאַר פּסח? זענט איר, זייט מוחל, דער עם הארץ. איר ווייסט דען נישט אַז אין דער גמרא ווערן מאָסן קלענער און גרעסער? מען לייגט דאָ צו אַ שתות און מען נעמט דאָרט אַראָפּ אַ חומש. און ווען די אחרונים געבן זיך נישט אַן עצה זאָגן זיי די איי זענען קלענער געוואָרן. גיי טענה דיך. אַזויווי דער עבדים היינו אויף אַלע קשיות פון עוואָלוציע איז אַז נאָך דער מבול האָט זיך אַלעס געענדערט. והראיה, אַז אין פּרשת בראשית לעבט מען ביז כּמעט טויזענט און אין פרשת נח לעבט מען נאָר עטלעכע הונדערט יאָר. איז ווי קען עס זיין? ווייל אין פּרשת בראשית האָט מען זיך פאַרשריבן אויף מעדיקאייד און אין פּרשת נח האָט מען זיי געפּאַקט ממילא זענען זיי פריער געשטאָרבן? קען דאָך נישט זיין, ווייל נאָך דער מבול זענען געווען אַזעלכע עמערדזענסי פּראָגראַמן אַז כּל הפּושט יד נותנין לו און ליהודים היתה אורה. אלא מאי, דער מבול האָט אַלעס געטוישט און די אַלע ראיות וואָס מען ברענגט פון קאַרבאָן דייטינג איז אַן אויסגעבלאָזענער איי ווייל די ביינער זענען דורך אַ מבול און דאָס האָט אַלעס פאַרדרייט, און די אידיאָטן פון אָקס-פערד קענען ניטאַמאָל אַ פּסוק חומש. איי יצחק האָט געלעבט נאָכן מבול ביז הונדערט אַכציק? נו, גייסט דיך פאַרגלייכן צו יצחק אבינו? אָבער מאַך אַ שווייג ווייל אַזעלכע קשיות קענען צוברענגן צו שרעקלעכע ספיקות און ווי מיר האָבן מיר געלערנט אין דף היומי מען קען מיינען אַז מען גייט אַריין אין אַ פרדס און דערווייל ווערט מען צושטאָכן פון דערנער.
לסיום, וועל איך נאָר זאָגן אַז נאָכן אַטקינס דיעטע איז אוודאי די גמרא דיעטע דער צווייטער בעסטער. עס אַרבעט אַזוי: איר שטעלט אייך אויפן וואָג זיך אָפּוועגן, איז עס אַראָפּ זאָגט מען הודו לשם אַז דער פינעווער אין ר´ מאיר בעל הנס האָט געהאָלפן און שבת קען מען שוין ענדלעך ווידער עפּעס טועם זיין. ווייטער איז עס אַרויף איז אויך גאָרנישט: נתקטנו הביצים, הוסיפו על המדות, לא דק, די קאַלאָריען זענען ציפורית נישט מדברית, אַעיקר ר´ מאיר האָט נישט געפעלטשעוועט און ווי ר´ ישראל סאַלאַנטער האָט נישט געזאָגט, כּל זמן דער וואָג שאָקעלט זיך קען מען נאָך אַריינכאַפּן.

יום חמישי, אפריל 05, 2007
מה נשתנה הלילה הזה...?
מה נשתנה ווילט איר וויסן? וועל איך ענטפערן ווי אַ ייד? זאָגט איר מיר מיט וואָס עס ענדעלט וועל איך אייך זאָגן מיט וואָס עס איז פאַרענדערט. שבכל הלילות עסט מען נישט מיט אַ ווייסן קיטל, און מען גיסט נישט וויין אַריין אינעם אַרבעל, און מען הערט נישט אויס דעם שווערס ווערטלעך וואָס די שוויגער דערמאַנט אים אַז מען האָט עס שוין נישט איין מאָל געהערט, און מען הינגערט נישט ביזן ערשטן כּזית, און... איך דאַרף נאָך ווייטער גיין?
נאָר דאָס אַז הפּסח נאכל פונקט על השובע אָבער נישט אכילה גסה דאָס איז אַ באַזונדערער אכזריות. אַ גאַנצן טאָג לאָזט מען דיר נישט עסן כּדי מען זאָל עסן דער כזית מצה לתאבון. מען קומט אַהיים פון שיל הונגעריק ווי אַ בער נאָך משה יוסלס הלל שלם און מען דאַרף געפונען שלמות, און צוגרייטן דער קערה, און הערן קדש פון משהלע ביז חנהלע ביז דוואָשע און יענקעלע. גיט מען דיר אַ שטיקל ´גרינץ´ (טוט מיר אַ טובה און הייבט אייך נישט אָן צו דינגן צי דער רבי האָט געגעסן אַ קאַרטאָפל, צי אַ רעטעכל, צי אַ פּעטרעטשקע) מיז אָבער דער גרינץ זיין ווייניקער ווי אַ כּזית. באַשעפער טייערער, וועסט מיר אוודאי מוחל זיין, איך האָב אינזינען געהאַט צו פּטרן דער מרור מיט אַלע הידורים, איך האָב אָבער אַריינגעשווערצט אפשר דריי רעטעכלעך ווען מיין שוואָגער זאָל זיין געזונט האָט געהאַלטן דעם יחץ און אָנגעפרעגט ביי די קינדער צי דער גרעסערער אָדער קלענערער האַלב דאַרף מען באַהאַלטן. עבירה גוררת עבירה און אין איינץ צוויי ווינקלעך איז געווען אַביסל שאָלעכץ וואָס דערויף איז אוודאי געלעגן אַ האַלבע ברייטל.
דערנאָך זאָגט מען און זינגט מען און מען זאָגט ווידער און מען זינגט ווידער. מען האַלט שוין ענדלעך אשר גאלנו וגאל את אבותינו און מען האָט באַשלאָסן צי קומט ערשט מן הזבחים אָדער מן הפסחים און מען וואַשט זיך שוין און מען כראָמפּטשעט אַריין אין די כּזיתים נישט געקוקט אַז ביי כּורך בראָקן די נאַסע בלעטער דער מצה כּמו שכּתוב, און מען עסט אַן איי און ענדלעך טיילט מען שוין דער פיש און מען פאַסט אויס, זאָגט מען דיר ניין, עס נישט, אַזויווי דו ביסט זאַט הער אויף, אפיקומן מיז מען עסן פּונקט זאַטערהייט און דער אייזקרעם מיז וואַרטן אויף מאָרגן. באַשעפער ווייסט דו וואָס? דו ביסט דאָך והוא רחום יכפר עון, אַז דו וועסט מיר מוחל זיין אויפן צופיל כּרפּס זייזשי מיר אויך מוחל אויפן צו ווייניק אפיקומן. איך האָב געקוקט אויף אַ זיתל און איך האָב געגעסן אַזאַ שטיק אויף אפיקומן. דער חזון איש האָט זעט אויס געהאַט זיתים גרויס ווי מאַנגאָס און ער האָט מיר שוין אויך יוצא געווען.
און אַז איך וועל דיר באַשעפער דערציילן אַז מיין רביצן זאָל זיין געזונט נאָך צוויי כּוסות וויל מער נישט אָנקוקן קיין גרייפּ דזוס און די ערשטע צוויי כּוסות רופט זי רוב כּוס וואָס וואָלט נישט אָגנעפילט אַ בראָנפן גלעזל וועסט דו שוין וויסן אַז קעגן דעם איז מיין אַפיקומן מיט אלע הידורים . דאַרף איך אפשר פרעגן אַ שאלה צי זי איז פאַרדעם יוצאת בלא כּתובה? איך מיין, אין שיל דרייען זיך אַרום יידן באָרוועס ווייל זיי האָבן פאַרקויפט די שיך צו קויפן ד´ כּוסות, און מיין אשת חיל זיצט ביי אַ טיש מיט כּלערליי וויינען, טרוקענע, נאַסע, פראַנצויזישע, טאָקייע, מקווה יידישע, און זי טרונקט ווי ס´וואָלט געווען אַ חצי שיעור ביי אַ קראַנקן אויף יום קדוש. קען מען אַזוינס צולאָזן?
און אַז מען רעדט פון איין שאלה וועל איך שוין פרעגן אַ צווייטס. די הלכה איז אַז טאָמער צווייפלט מען צי מען האָט געזאָגט מוריד הטל מיז מען ביז דרייסיק טעג איבערדאַווענען, אָבער נאָכדעם באַקומט מען אַ חזקה אַז מען האָט אוודאי גוט געזאָגט. פאַרלאָזט אייך אויף אַ יידישן קאָפּ זאָל ערפינדן אַ שפּיצל. זענען געקומן די פּוסקים און מיט אַ גזרה שוה פון אַ קאָפּענדיקע קו געזאָגט אַז מען קען זאָגן ניינציק מאָל אתה גבור... מוריד הטל און אַזוי אַרום אַז מען האָט נאָכדעם אַ ספק איז מען אָקיי און מען דאַרף זיך נישט זאָרגן. מען האָט אוודאי געזאָגט. האָב איך אַזאַ שאלה: און ווי וועט זיין פאַרקערט? אַז עס זענען פאַריבער דרייסיק טעג און מען האָט נישט אָנגעיאָגט ניינציק תּפלות און דערנאָך האָט מען אַ ספק, דאַרף מען חוזר לראשן צי נישט? דאָס איז אפילו די מאָדערנע פאַבריצירע פון שאלות אויך נישט איינגפאַלן.
איך האָב אָן אַ שיעור צו דערציילן פונעם סדר. איך בין נישט געווען אין אַ האָטעל ווייל איך וויל אליהו הנביא ביי מיין סדר און אַז אליהו וועט זיך אָנרוקן אין די כּשר לפּסחדיקע האָטעלס וועט מען אים פרעגן, ´עקסיוז מי, וואַט איז יור רום נאָמבער´. ביי מיר אינדערהיים שווערן די קינדער אַז אינדערפרי האָט עפּעס געפעלט פונעם כּוס של אליהו און עמעצער האָט איבערגעגאָסן אויפן טעצעל. דאָס קריגט מען נישט אפילו אין אַ פינעף שטערן האָטעל מיט שמורה מצות און נישט געבראָקטס. מיין זין האָט געפרעגט ביי דער מעשה פון ר´ אליעזר ור´ יהושע , ´וואָס האָבן זיי געהאַט אַזויפיל צו דערציילן?´ מיין טאַטע האָט אים געזאָגט אַז פון יעדן מעשה קען מען מאַכן אַ לענגס מיט אַ ברייטס. מיין שוואָגער האָט צוטיילט זיין יחץ אויף זעקס אַז יעדער זאָל קענען כאַפּן און מיין קיטל איז געבליבן אָן אַ פלעק ביזן פערטן כּוס. אויף צו להכעיס.
עולם, עס איז חול המועד און די קינדער מאָנען ביי מיר אָפּ אַלעס וואָס איך שטופּ אָפּ צו חול המועד ממילא מיז איך מקצר זיין. וועל איך דערציילן וואָס איך האָב היינט געזען אַ נייע מדרגה וואָס דאָס הייסט אַן אשה כּשרה העושה רצון בעלה. אונז זענען מיר געגאַנגן אין אַ פּאַרק פאַרוויילן אַביסל. אונטערוועגענס אויפן סיטי באָס האָבן מיר בּאַגעגענט אַ זיידענער יונגערמאַן מיט זיין פאַרשפּיצעלטער רביצן. מחמת קדושת חול המועד איז ער געגאַנגן נישט בלויז מיטן בעקיטשע און די ווייסע שטרימפּ נאָר מיטן שטריימל אויך. (עס איז דאָ צו דעם אַ מעשה אָבער כאמור קען איך נישט מאריך זיין.) אויפן באָס איז זי געזעצן איי ריי הינטער אים און ער איז געזעצן און געקוקט אויף דער ערד חלילה נישט צו זען וואָס מען טאָר נישט. מיין פרוי האָט געזאָגט אַז ער זעט אויס ווי אַ ניני אָבער מיין זין האָט געזאָגט אַז ער איז מיט אים שטאָלץ אַז ער גייט מיטן שטריימל אפילו חוץ לתחום.
מיר האָבן ווידער באַגעגענט דאָס פּאָר פאָלק אין דער פּאַרק און דער יונגערמאַן איז געגאַנגן בלויז אַ יאַרמולקע. מיין פרוי האָט געזאָגט אַז זי האָט געוווסט אַז ער האָט זיך געשפּירט ווי אַ פערד. נאָר וווּ מיינט איר איז געלגען דער שטריימל? זי האָט עס אים געהאַלטן. אַזאַ אשה כּשרה איז אוודאי יוצאת בשן ועין.
האָטס מיר אַ גוטן מועד!

יום רביעי, פברואר 28, 2007
ירא הקהל וישפּוט
פון אַפּאָר ברעקלעך שניי איז געוואָרן אַ זאַווערוכע (בליזאַרד בלע"ז) פון איבערזעצונגן פון ראָבערט פראָסטס ליד.
אַנו, דאָ האָט איר דעם אָריגינעלן אין ענגליש און זייט איר דער מבין צו זאָגן וועלכער פון די תרגום שבעים האָט דער בעסטער צוגעטראָפן און וועלכער האָט אויסגעטוישט ארנבת.
Stopping by Woods on a Snowy Evening
By Robert Frost
Whose woods these are I think I know
His house is in the village, though
He will not see me stopping here
To watch his woods fill up with snow
My little horse must think it's queer
To stop without a farmhouse near
Between the woods and frozen lake
The darkest evening of the year
He gives his harness bells a shake
To ask if there's some mistake
The only other sound's the sweep
Of easy wind and downy flake
The woods are lovely, dark, and deep
But I have promises to keep
And miles to go before I sleep
And miles to go before I sleep
שלום בערגער
עלאַברעק
אני הקטן
נ"ב: צו דעם מעיר אין מיין בלאָג אַז עס איז מנחה און נישט מעריב, זייט אַזוי גוט און לייענט איבער פונעם טיטל ביזן סוף ליד און זאָגט צי איז דאָס נישט מעריב. אפשר האַלט איר רבינו תם לקולא און זענט פון די וואָס דאַווענען מנחה אינעם אלף השישי אַריין.

יום שבת, פברואר 10, 2007
יום שני, ינואר 22, 2007
ויתרוצצו הבנים
איך ווייס נישט צי יידיש האָט אַן עקוויוואַלענט צו דעם ענגלישן אויסשפּרעך, בעסער שפּעט ווי קיינמאָל, און אַז יאָ, ווייס איך אוודאי נישט וואָס דאָס איז. דאָס זאָג איך אַלץ אַן הקדמה צו אַ קשיא וואָס מיין זין האָט פּרשת ויצא געפרעגט אויף אַ רש"י אין פּרשת תולדות. איך פאַרשטיי אַז מיר האַלטן שוין פּרשת בא, אָבער אַ קשיא בלייבט אַ קשיא און אַז מען זוכט אַ תירוץ קען מען נישט אַנדערש ווי אַז מען זאָגט איבער דער קשיא.
ואל יקשה בעיניך פאַרוואָס איך פאַרענטפער מיך בכלל? פאַרוואָס ר´ עקיבא איגרס אַ קשיא קען מען פרעגן בכל מקום ובכל זמן, און אַ קשיא אויף אַ פּסוק חומש מעג מען נאָר איין וואָך אין יאָר? זאָלט איר וויסן אַז לא דבר ריק הוא. דאָס אַז די סדרות זענען איינגעטיילט אין וואָכן איז נישט אַ פּראָסטער לערער זאַך ווי דף היומי, אַז וווּ עס געפאַלט, געפאַלט עס, און פסחים קען מען לערנען שבת חנוכּה און יומא אויף אסתר תענית און קיינער טוט זיך פון דעם נישט פאַרדאַרבן. זאָלט איר וויסן אַז מיט די סדרות איז גאַנץ אַנדערש.
ווי אַ יינגל האָט אַמאָל געפרעגט זיין רבי אויף פרשת וירא, ווי קען זיין אַז עס איז געווען אַזוי הייס אַז דער אייבישטער האָט געדאַרפט שיקן מלאכים ווייל ווען נישט וואָלטן געסט נישט געקומן און אברהם אבינו וואָלט געהאַט צער אַז ער האָט נישט מיט וועמן צו כאַפּן אַ שמועס ביים סעודה, פּרשת וירא געפאַלט דאָך אין נאָוועמבער למספּרם, אָדער ווי ביי אונז יידן רופט מען דעמאָלסט חשון, און אין חשון איז נאַס און קעלטלעך און די בלעטער פאַלן שוין אַראָפּ פון די ביימער און עס איז בכלל נישט הייס? האָט אים דער רבי דערויף געענטפערט, דו חכם עתיק יומין, פאַרדעם זאָגט רש"י אַז הוציא הקב"ה חמה מנרתיקה, טאַקע פאַרדעם האָט דער באַשעפער אויפגעפּאַקט דער זין ווי מען פּאַקט אויף אַן אתרוג פון דער וואַטע און הייס געמאַכט דער וועלט, ווייל ווען נישט וואָלט טאַקע געווען קאַלט און נאַס ווי אַ חשון טאָג אין ברוקלין.
און נישט נאָר מלמדי דרדקי רביס זאָגן אַזוי. מען דערציילט אויף אַ רבי, אַן אמתע רבי, פון די סאָרטן וואָס פאַרטראָגן זיך נישט מיט די עלטערן, נישט מיט די געשוויסטער און נישט מיט די קינדער, דערציילט מען אַז מען האָט אַזאַ רבין אַמאָל געברענגט אַ קינד וואָס האָט זיך תמיד פאַרקילט אפילו אין די זומערדיקע היצן. פרעגט דער רבי דעם טאַטן, וועלכע סדרה לערנט ער, זאָגט דער טאַטע, וואָס הייסט, ביי זיי אין שולע איז מען פאָרגעשריטן און מען לערנט כּסדרן. פרעגט דער רבי, און וווּ האַלט מען יעצט, ענטפערט ער, פרשת מקץ. צעשמייכלט זיך דער רבי, נו, וואָס ווילסט דו, אַז מען לערנט מקץ, פאַרקילט מען זיך ווי אין חודש כּסלו. הייסט עס לפי דעם, אַז נעקסטער מאָל עס ווערט אייך קאַלט, נעמט אַרויס אַ חומש און הייבט אָן לערנען מטות מסעי און עס וועלן זיך ביי אייך אָנוואַרעמן אַלע ביינער.
על כּל פּנים, היוצא לנו מזה, אַז סיי וועלכער רבי איר פרעגט, צי אַ מלמד דרדקי צי אַן אדמו"ר פון צוועלף טויזנט חסידים, וועלן זיי מסכּים זיין אַז אַ קשיא אויף פּרשת תולדות ווען עס גייט שוין פּרשת בא איז ווי יעלה ויבא אויף פורים און מען קען נישט משנה זיין סדרי בראשית. נאָר איידער איך גיי ווייטער איז אין ביהמ"ד בלא חידוש און ווען מען זאָגט רבי איז נייטיק צו וויסן אַז אַ רבי איז ווי אַ חמר: דער מיינונג בייט זיך לויט וווּ עס שטייט איין. אַ חמר ווייסט איר דאָך אוודאי, אַז עס איז אין שטאַל איז עס אַן אייזל, אַז אין קעלער איז עס וויין, און אַז עס איז אין גריב איז עס ליים. אַ רבי איז עטוואָס אַנדערש ווייל סיי אין שטאַל, סיי אין קעלער און סיי אין בייסמענט איז עס אַ מלמד. ווייטער אַז עס איז אין שווייץ אָדער אין די מיטעלסטע בלעטער פון המודיע איז עס אַן אדמו"ר. אַז עס פליט ערשטער קלאַס איז עס אַן אדמו"ר; אַז עס איז אַ מלמד גייט עס צופיס. אַז עס גלעט זיך דער באָרד און פאַרגלייצט זיך די אויגן איז עס אַן אדמו"ר; אַז עס קייט זיך דער באָרד און קראַצט זיך דעם אחור איז עס אַ מלמד. אַז מען טראָגט עס צו געלט פאַר גאָרנישט טון ווייל אַ גאַנצער וואָך איז עס בבחינת שבת איז עס אַ רבי פון חסידים; אַז מען מוטשעט עס אויס אַ גאַנצער וואָך און מען צאָלט עס אַ שיבוש כּדי עס זאָל קענען קרעכצן אויף שבת, ווי אבדה נפש, קען עס עפּעס אַנדערש נישט זיין ווי אַ רבי פון קינדער.
נחזור אָבער לענינינו אַז כּולי עלמא וועט מודה זיין אַז אַ קשיא אויף פּרשת תולדות ווען בלויז די שבת בראשית ביז שבת הגדול קוטשמע יידן גיין דעמאָלסט אַ קוטשמע, און זיידענע יונגעלייט אין די צוואָנציקער יאָרן שווערן זיך נאָך אַז זיי וועלן בשום פּנים ואופן קיין קוטשמע נישט אָנטון, פּונקט ווי זייערע ווייבער שווערן זיך נאָכן גיין צו אַ קינד אַז מער קיין קינדער וועלן זיי נישט האָבן, קען מען אויף אַזאַ סדרה קיין קשיא נישט פרעגן אויף פּרשת בּא ווען די זעלבע יונגעלייט האָבן זיך געשוירן אויף נול צו דער שוועסטערס חתונה, פונקט ווי זייערע ווייבער שערן זיך אין די ז´ נקיים. (נישט חלילה אין די לעצטע דריי טעג ווייל דעמאָלסט קען זיך אַריינכאַפּן אין די בית הסתרים אַ האָרל אַזוי קליין וואָס אפילו אַ די.ען.איי קען מען דערפון נישט אַרויסציען, אָבער פונדעסטוועגן אַז מען ווערט דערפון נישט פּטור ביים חפיפה קען זי אַהיימקומן און ערלעך זאָגן טבלתי, און פון אַ חיבוק ונישוקל קען חלילה ווערן אַ ולד, און דאָס ולד קען זיך משדך זיין מיט אַ נאַדבורנא אייניקל און אַזוי אַרום קאַליע לייגן הונדערטע יאָרן מסירת נפש וואָס די הייליקע זיידעס האָבן מקריב געווען דאָס לעצטער טראָפל שכל אַבי צו זיין טהור מכּל סיג ופגם. דאָס אַלעס קען קאַליע ווערן מחמת איין האָרל, אַ חוטא ומחטיא, וואָס כאַפּט זיך אַריין דאָרט וווּ מען טאָר נישט.)
שוין ווייטער פאַרפאָר איך. מען האַלט ביי די יונגעלייט וואָס שווערן זיך אַז זיי וועלן נישט אָנטון אַ קוטשמע, און קומט זייערע שוועסטערס חתונה, שערן זיי זיך אויף נול, און ביי דער חופּה ביים רימינאָווערס ניגון ווערט זיי שרעקליך קאַלט טראָץ די אוירן וואַרעמערס און די הענט וואָס יעדער האַנט ליגט איינגוויקלט אינעם אַרבל פונעם צווייטן האַנט, און דער נסיון פון אַ קוטשמע ווערט אַלץ גרעסער. למחרת דער חתונה שטיין זיי אויף אין זייגער עלעף ווייל מען האָט געטאַנצן מצוה טאַנץ ביז פינעף, און דאָס אויך נאָר ווייל די מחותנתטע האָט געזאָגט אַז מײַ האָזבענט סעז אַז ביי זיי אין פאַמיליע ענדיקט מען נישט אַ חתונה פאַר פיר דרייסיק. אין זייגער עלעף איז אַזוי קאַלט פאַרן זיידענעם יונגערמאַן אַז ער לויפט צוריק אַריין און טוט שנעל אָן דער קוטשמע וואָס ער האָט שוין פאַראַיאָר איינגעקויפט אָבער עס האָט אים נישט געפּאַסט אָנצוטאָן. און איי די שבועה? נו, די יידענע שווערט אויך, אָבער אַז דער מצב ווערט שווער און מען מיז, מיז מען, און לכשיבנה בית המקדש וועט מען דערויף ברענגן נאָך אַ חטאת.
איז צוריקגייענדיק צום קשיא, זעט איר שוין אַליין אַז אַ קשיא וואָס איז אויף פּרשת תולדות איז גילטיק אויף איין וואָך ולא יותר און נאָכדעם איז עבר זמנו בטל קרבנו. נאָר אַזוי ווי מען קען לייענען בדיעבד אַ שפּעטערע קריאת שמע נאָך ווען די בני מלכים שטיין אויף אין זייגער עלעף, און פּשוט מען דערלייגט נישט כּאדם הקורא בתורה, אַזוי אויך איז אַ קשיא פון פּרשת תולדות אין פרשת בא ואכּמ"ל.
נו, איך הער שוין ווי מען שרייט אַריין, פאַר אַ גוט יאָר, לאָמיר שוין הערן דער קשיא. איז גיין מיר שוין אַצינד צום קשיא. ווי געזאָגט איז עס בשם מיין יינגל אין מיט דעם ברענג איך משיחן מיט אַ טאָג, צוויי נענטער. פרעגט ער אַזוי. דער גמרא זאָגט אַז אַ קינד ביים מאַמן אין בויך לערנט אָפּ כּל התורה כּולה, און פאַרן געבאָרט כאַפּט דאָס קינד אַ פליק פון אַ מלאך און פאַרגעסט באַלד אַלעס. פּונקט ווי מיין רבי פלעגט צו זאָגן, איך וועל דיר געבן אַזאַ פראַסק אַז דו וועסט פאַרגעסן וויאַזוי דו הייסט. אַן אַנדער רבי ווייטער האָט געזאָגט, איך וועל דיר געבן אַזאַ פראַסק אַז דו וועסט עס געדענקן ביז אונטער דער חופה. איז עס דאָך לכאורה אַ סתירה, איז בא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם. איז געווען אַ דריטער רבי וואָס האָט געזאָגט, עטס וועטס זען אַז ענק וועלן עלטער ווערן וועט עטס מיר באַדאַנקן אַז איך האָב ענק דערלאַנגט. איז אַזוי, דער רבי וואָס האָט געוואָלט מען זאָל אים באַדאַנקן האָט דערלאַנגט מען זאָל געדענקן. ווייטער דער רבי וואָס איז געווען פון די וואָס ווילן טון אַ חסד של אמת און שלא על מנת לקבל פרס, ער האָט דערלאַנגט אַזוי אַז מען איז געווען ווי נאָכן מאה ועשרים וואָס אויב מען האָט נישט געזאָגט דעם פסוק ביים סוף פון אלקי נצור פאַרגעסט מען דעם נאָמן, און אָנצוקומן אין בית דין של מעלה אָן אַ נאָמן איז ווי אָנצוקומן אינעם קענעדי לופטפעלד אָן אַ פּאַספּאָרט. כּאן אי אתה עובר.
האַלט איך אָבער ביים קשיא. פרעגט מיין יניק וחכּים, אַז ווי קען זיין ווי רש"י זאָגט אַז ויתרוצצו הבנים איז געווען ווייל עשו האָט געוואָלט אַרויסגיין דינען עבודה זרה, ער האָט דאָך דעמאָלסט געקענט כּל התּורה כּולה און ער האָט געוויסט אַז מען טאָר נישט. אַ באָמבע קשיא! אונז יידן לעבן מיר פון קשיות. פון באָמבע תּירוצים הערט מען קיינמאָל נישט. אמת, אַז אַמאָל הערט מען פון אַ כאַפּ, אָבער אַז אַרכימעדיס איז אַרויסגעלאָפן פון דער באָד שרייענדיק יוריקאַ ווען עס איז אים איינגעפאַלן אַ תּירוץ, וואָלט אַ יידישער גאון אַרויסגעלאָפן פון דער מקווה שרייענדיק רבונא דעלמא כולא ווען עס פאַלט אים איין אַן אייזערנער קשיא. תירוצים ווערן באַשאַפן נאָך מער ווי פרישע מלאכים אַיעדן אינדערפרי. פון אָפּצוווענדן די עוואָלוציאָניסטן ביז פאַרענטפערן אַלע קשיות אויף דעם רבינס גבאי, אויף אַלעס איז דאָ אַ תירוץ און אַ הסבר. אָבער אַ קשיא? אַ יקר המציאות. וואָס מען וויל פרעגן טאָר מען נישט, און וואָס מען טאָר איז גאָרנישט שווער. ממילא פרייט מען זיך מיט אַ זעלטענער באָמבע קשיא וואָס איז מרפסן איגרי.
זיצט מיין טאַטע אויך ביים טיש און ער הערט אויס, און ער זאָגט, נו, עשו איז געווען אַ תלמיד חכם אַ שייגעץ, און ער שיסט אויס פאַר געלעכטער.
************************
ברוך דיין אמת, אַרט בוכוואַלד האָט זיך געפּעקלט, אָדער ווי מיין טאַטע זאָגט, ברוך דיין קרעפּלעך. זאָל דער שטיקל זיין לעילוי נשמתו און זאָל ער זוכה זיין זיך צו בייטן וויצן מיטן יושב בשמים ישחק.

יום שבת, ינואר 06, 2007
הריני מקבל עלי...
אַ ווירטואַלן ידיד, אַזוינס וואָס נישט איך ווייס ווער ער איז און נישט ער ווייסט ווער איך בין, אָבער אַלץ זענען מיר ידידים מיט אַן אהבה שאינה תלויה בדבר, כאָטש צו זאָגן אַז מיר זענען ווי דוד מיט יהונתן וואָלט געווען עטוואָס איבערגעטריבן...
על כּל פּנים האָט ער מיר אָפּגעשיקט אַפּאָר ווערטער צו מיין לעצטן שטיקל און דאָס וועט זיין מיין קבלה צום נייעם יאָר. פאַרשטייט זיך בלי נדר, שבועה, קונם, איסור, שמתא וארור
אלנפאלס, דארפסט זיך מאכן א ערנסטער חשבון הנפש זיך נישט צו לייגן אן שרייבן עפעס, אפי' א קורצע נארישע מעשהלע, אנדערש וועסטו נישט אנקומען אין ערגעץ, כמיין ווילאנג נעמט שוין צו שרייבן עפעס? עס מוז נישט און טאר נישט זיין צופיל דורכגעטראכט. ווען איך זאל אפי' איבערבליקן מיינע מאמרים וואלט איך כמעט נישט געשריבן.. איך פארשטיי אז ביי דיר איז אביסל אנדערש. ביסט דאך קטלא יר"ה אבער דאך... מיט א גבול.