פּורים אינדערפרי בין איך געגאַנגן אָפּטראָגן משלוח מנות פאַר מיין זינס טיטשער. איך האָב געטענהט אַז מען זאָל ביי אים אויך אַריינלייגן אַפּאָר דאָלער אינעם קאָנווערט. לפּנים וואָלט איך מסביר געווען אַז וואָס זיי לערנען אויס איז אויך אַ מצווה, למעשה איז עס ווייל איך וואָלט פאַר די מלמדים אויך נישט געגעבן, נאָר היות פון די מלמדים איז שווער זיך אַרויסצודרייען וויל איך געבן פאַר די לימודי חול לערערס אויך אַלץ אַ גירא בעינא דשיטנא. מיין פרוי האָט אָבער געזאָגט אַז אַ טיטשער וועט זיך באַליידיקן אַז איך האַלט אים פאַר אַ שנאָרער. איך האָב צוריקגעטענהט ´און די מלמדים מעג מען יאָ באַליידיקן?´. זי האָט מיר אָנגעקוקט כּאילו, מאַך דיך נישט אַזאַ תם. דו ווייסט גאַנץ גוט דער חילוק און מיר וועסט דו נישט אויסנאַרן.
מיר האָבן געקלינגן אויפן טיר און עס מאַכט מיר אויף אַ טיר אַ ייִד אָנגעפער אַ בן שישים, אַ קליין געוואַקסענער מיט אַ געשטיצטן באָרד, אין אַ ווייסן העמד אָן אַ טלית קטן דערויף און מיט אַ שוואַרצן יאַרמולקע אָבער אַ שטאָפענעם. בקיצור אַ יעקישער ייד. איך מיין, מיר רעדן דאָך פון טיטשערס און אויסער אַ גר צדק אָדער אַ בעל תשובה איז אַ יקר המציאות אַ חסידישן טיטשער. מיין פּלעמעניק האָט טאַקע אַ חסידישער טיטשער וואָס הורתו ולידתו בקדושה לערנט ער מיט די קינדער ענגליש אין ייִדיש. אַז מען קען לערנען לשון קודש אויף ייִדיש איז פאַרוואָס נישט ענגליש. רופן רופט מען אים טיטשער פעלבערבלום מחמת ער איז אַ רבי פאַרמיטאָג ממילא איז געווען אַ געוואַלדיקע שאלה וויאַזוי מען זאָל אים רופן. זאָל מען אים רופן רבי פעלבערבלום הייסט עס אַז אַ רבי לערנט מיט קינדער ענגליש און אַזוינס בל יראה ובל ימצא. ווייטער זאָל מען אים רופן מיסטער פעלבערבלום הייסט עס אַז מען רופט אַ מלמד דרדקי מיסטער, יאמרו רבם דקרו רבם דחפו?! אלא מאי אים סתם רופן טיטשער דאָס איז גוט פאַר גויים אָדער גויישע ייִדן, אָבער אַ געגאַרטעלטער חסיד מיט שיך און זאָקן קען מען דאָך נישט רופן טיטשער, המכנה שם רע לחבירו אין לו חלק לעולם הבא. האָט מען געפונען אַ פּשרה טיטשער פעלבערבלום וואָס טראָגט דערין סיי זיין ייִדישן נאָמן און סיי זיין לימודי חולישן פאַך און אַזוי איז די תורה חלילה נישט צו שאַנד און דעם מלמד פון פאַרמיטאָגס כבוד במקומה עומדת.
האָט אונז דער טיטשער שיין באַגרוסט און אונז אַריינגערופן אין זיין שבתדיקן עס צימער. איר ווייסט וואָס איך מיין. דער צימער וווּ עס ליגט דער זילבער און די בילדער פון די קינדער ווען זיי זענען געווען קינדער און דערנאָך ביי זייערע חתונות און פון זייערע קינדער קיין עין הרע און אויך פון דער חפץ חיים און ר´ משה כאָטש איך געדענק נישט צי דער טיטשער האָט געהאַט מאָלערייען פון גדולים. ביים טיש איז געזעצן נאָך אַ יעקישער ייִד און אויך אַ טיטשער און אויפן טיש זענען געלעגן צוויי גמרות בבא קמא אויפגעמישט צו החובל. לאָמיך שוין צולייגן אַז דאָס איז נישט געווען ישיבת מרדכי הצדיק כאָטש עס איז שווער צו גלייבן אַז עס איז מעגלעך צו לערנען פּורים נישט אין ישיבת מרדכי הצדיק, ווייל אַז נישט וואָס דאַרף מען אַזויפיל געלט פאַר ישיבת מרדכי הצדיק וואָס צאָלט נישט קיין געהאַלט און איז אויף בלויז איין טאָג?
נאָר אין אמתן וואָלט מען עס געדאַרפט רופן ישיבת המן הרשע ווייל ווען נישט המן וואָלט מען דאָך נישט פאַרברענגט פּורים אינדערפרי אין בית מדרש מיט די קינדער נאָר די טאַטעס וואָלטן געווען אין כּולל און די קינדער אין חדר. ביידע וואָלטן געלערנט אָבער נישט צוזאַמן. איז געקומן המן הרשע וואָס גדולה הסרת טבעת יותר ממ"ח נביאים און גדולים און רשעי ישיבות און ער האָט זיי צאַמגעברענגט. אמת, פּורים איז אַ טאָג וואָס צו דעם גרייטן זיך די קינדער פון מוצאי חנוכּה אָבער פאַרדעם זענען זיי פּטור פון לימוד התורה? וואָס עפּעס? פאַרקערט עס איז אַ גרויסער ענין צו ווייזן די קינדער אַז פּורים איז אויך נישט הפקר. אַ גאַנץ יאָר לערנען זיי נישט גענוג און עס איז דאָ אַן ערענסטער ריזיקירונג אַז די קינדער קענען פאַרגעסן זייערע תורה אַז זיי וועלן נישט לערנען אין זייערע פאַרשטעלונג. און ווער רעדט נאָך פונעם חשש אַז דער וועלט קען אונטערגיין אַז ערגעץ ווי זיצט נישט חלילה אַ ייד אין האָרעוועט אין תורה. איי, גיי זאָג דאָס פאַר אַ נשיא פון אַ שבט אין דער אַמאַזאָן רעגן וואַלד אַז ער לעבט נאָר בזכות אביי ורבא און ער וועט ניטאַמאָל מפסיק זיין פון זיי פּויקעריי צוליב דעם? נו, וואָס ווייסט ער? ער ווייסט דאָך אפילו נישט פון די ז´ מצוות בני נח איז וועט ער אונז זאָגן מבינות אויף אם לא בריתי יומם ולילה חוקות שמים וארץ לא שמתי? און גיב נאָר אַ קוק אויף זיין בני בית, זיי דאַכט זיך אַז זיי האַלטן נאָך פאַרן עץ הדעת איז וואָס האָבן זיי אונז צו פאַרקויפן.
אָבער נאָך מער גערעדט טרעפט מען נישט אין דער מגילה אַז מרדכי זאָל האָבן געהאַט קינדער. פאַרקערט, ער האָט אַדאָפּדיט נאָך בוני עולם האָט אים געזאָגט אַז כּלו כּל הקיצים און אפילו אַ דרילינג קען מען אים נישט אַלעדיקן ביי אַ מומחה אין ארץ ישראל. (איר ווייסט אוודאי פון אָרגענעזאַציע, בוני עולם, וואָס בעל־כּרחך מיזן זיין פּראָ-קלאָנינג ווייל זייערע האַנדלס מאַרק, לאָגאָ בלע"ז, צייכנט אָפּ ווי אַ טוץ מיט קינדער קומן אַרויס פון איין עלטער!) ווייטער המן הרשע האָט געהאַט צען זין כמנהג יהודאי נישט ווייל ער האָט זיך אין זיי פאַרחשקט נאָר פשוט ער האָט נישט געפונען אַ היתר אויף נישט. ווי פיל תנוקות של בית רבן וואָס פאַלן אַרויס פונעם רחם ווייל זיין קליין בחורל שרייט קום ועשה און דער רב געבט איר אַ היתר ´אויף דריי חודשים´ און דערנאָך השלך על ה´ יהבך. האָט המן טאַקע געהאַט צען קינדערלעך און ווער ווייסט אפשר האָט ער אַפילו געלערנט מיט זיי פורים אינדערפרי בשער בת רבים און זיך געלאָזט פאַטאָגריפירן צו מאַכן אַ קידוש השם אַז אין וולאַדיוואָסטאָק זאָל מען זאָגן אַז ייִדן לערנען אפילו פּורים אויך מה שאין כּן גויים מאַכן נישט אויף אַ גמרא ווי דער יאָר איז גרויס.
שטיי איך אָבער און איך שטוין אַז צוויי יעקישע ייִדן לערנען החובל פּורים אינדערפרי אָן קיין טאַראַראַם מיט אונערשריפטן פון זרש ואוהביו. אפשר האָבן זיי מעיין געווען אינעם מרדכי אַז מען מאַכט שאָדן פּורים איז מען פּטור און מיין אינשורענס השם ינקום דמם ווילן נישט וויסן. קוק איך גוט צו און עס ווערט מיר באַלד קלאָר. זיי לערנען אין גמרות איבערגעטייטשט אין ענגליש און נישט פון אַרטסקראָל ושותפיהם. שווער צו גלייבן אַז אַזוינס עקזיסטירט ווייל ווער קען נאָך דער ענגלישער שפּראַך ווי זיי? און ווער ווייסט ווי זיי וויאַזוי צו פאַרדרייען ארנבת? איז אַז מען לערנט אין ספרים חיצוניים קען מען נישט קומן אין בית מדרש זיצט מען אין דער היים און מען לערנט אַזוי. האָט זיך טאַקע פאַרצויגן אַ שמועס צום ענין פון לערנען לימודי חול און עס האָט דערציילט איינס פון די טיטשערס אַז משה מאָנטיפיורי איז געוועזן ביים חידושי הרי"ם וועגן אַ גזרה אין יענער צייטן אַז קינדער זאָלן דאַרפן לערנען רוסיש רחמנא לצלן. האָט משה מאָנטיפיורי געזאָגט אַז ער האָט אַ ראיה פון מרדכי אַז ייִדן דאַרפן קענען גוייִשע שפּראַכן ווייל ווען נישט וואָלט מרדכי נישט פאַרשטאַנען וואָס בגתן ותרש רעדן און עס וואָלט פון אים נישט אַרויסגעקומן אַ ישועה. האָט דער חידושי הרי"ם געענטפערט אַז פון דאָרט איז אַ ראיה אַז פּונקט פאַרקערט, ווייל ווען ייִדן וואָלטן אַלגעמיין געקענט פרעמדע שפּראַכן וואָלטן בגתן ותרש נישט גערעדט פאַר מרדכי. דער אַנדער יעקע האָט געשפּעט ווי נאָר אַ יעקע קען אויף פּורים אינדערפרי.
עס געפעלט אייך? אַז נישט וועל איך אייך זאָגן וואָס איז געווען ביים רב. בקיצור ווייל עס איז געווען ערב שבת. דער רב האָט געזאָגט אַז דער חטא פון די ייִדן פון שושן איז נישט געווען ווייל זיי האָבן געגעסן טריפות אָדער געטרונקן גוייִשע וויין. אדרבה, אַלעס האָט געהאַט אַ הכשר. נאָר וואָס דען? זייערע חטא איז געווען ווייל זיי האָבן פאַרוויילט מיט די גויים. עד כּאן דברי הרב ומכּאן ואיליך דברי התּלמיד. ומכּאן תשובה גמורה צו די וואָס כאַפּן זיך אַמאָל אַריין צו סטאַרבאָקס. איבער דער מילך קען מען זיך דינגן, חלב עכּו"ם אַרויף חלב הקאָמפּעניס אַראָפּ, אָבער וואָס וועט זיין מיט די אַנדער קליענטן, זיי זענען דאָך נישט משלנו? איך בין געווען צופרידן אַז ער האָט מיך אָפּגעלאָזט דער האַנט, דער רביצן האָט מן הסתּם דערווישט דער קאָנווערט און איך בין ווייטער געלאָפן מקיים זיין עד דלא ידע.

טייערע קטלא קניא!
השבמחקאיר זענט דאך איינס אויף דער וועלט!
מיר פאסמאקעווען פון אייער שאפונגען!
ביטע--זייט אזוי גוט-- און שרייב מער אפט.
זייט געבענשט!
געטרייע ליינער
אַ דאַנק אייך ר´ טמיר ונעלם פאַר אייערע וואַרעמע ווערטער. איך וואַרט שוין בכליון עינים איינער זאָל זאָגן אַ גוט וואָרט, איך באַזיך דאָ ווי אַ שנאָרער ביי אַ קידוש זען צי עס איז עמעצן געפאָלן און ביז אייערע פּאָר ווערטער איז עס געווען בדאבון נפש ווייל נאָך אַ וואָכנדיקן מנחה בּאַקומט מען אַ גרעסערן ישר־כּוח. אָבער שוין ווען איך זיך כּבוד קום איך דען אַהער? נאָר וואָס דען רחמנא אמר שרייב און מען שרייבט. און נאָך ווערטער ווי אייערע גיי איך שוין צוריק צום על המחיה ועל הבלאָגן.
השבמחקדרך אגב: אפשר קען מיר איינער העלפן טוישן ´אנונימי´ צו טמיר ונעלם ווי אין שנים קדמוניות. זייט זיי האָבן געביטן צו העברעיש וואָס מי בקש זאת מידכם איז ר´ טמיר ונעלם נעלם געוואָרן. תּזכּו למצוות.
לייענט דאָ אַן איבערטייטש און זייט יוצא סיי לויט משה מאָנטיפיאָרי און סיי לויטן חידושי הרי"ם.
השבמחקhttp://zackarysholemberger.blogspot.com/2008/04/titsher.html