יום חמישי, יולי 17, 2008

דאגה בלב איש ב´

הייבט מען אָן צו רעדן.

´וואָס קען איך פאַר דיר טון?´און איך הייב אָן.

איך רעד, און רעד, און פּלאַפּל, און דרשן און פּלוידער און עס נעמט נישט אַן עק. הערט איר, אַ קלא דלא פּסיק. אַ מים שאין להם סוף. ס´פליסן פון מיר טייכן, ס´גיסן זיך גאָסנס רעגן, שטראָמן, פאַרפלייצונגן. גאָרנישט קען מיר מפסיק זיין, בין גברא לגברא מאן דכר שמיה. עס איז ווי איך זאָג אויס אַלע חמש מגלות, תּיקון ליל שבועות, שחרית פון יום קדוש, סליחות פון ערב ראש השנה, גאַנץ משנה תורה און פּרשת נשא שנים מקרא ואחד תרגום און מען האַלט נאָך קוים ביי יגדל. לחם לא אכלתי ומים לא שתיתי ווייל איך האָב גאָרנישט געדאַרפט. מיין מויל האָט זיך פאַרפייכטעט פונעם אַפּעטיט פון רעדן און ווערן אויסגעהערט. זי פאַרזיכט אַריינרעדן אָבער ´האַלאָ, זייט מוחל איך באַצאָל פאַרן כּבוד און אַצינד רעד איך.´

זי הערט, שאָקלט מיטן קאָפּ, שטעלט אָן אַן ערנסטן פּנים כּאילו עס גיין איר אָן מיינע דאגות אין איר לינקע פאה, זי ציט צאַם איר שטערן ווען זאַכן ווערן ביי מיר אָנגעצויגן און שאָקלט מיטן קאָפּ צו ווייזן מיטגעפיל. ביז אָנגעפער צען מינוט פאַרן זמן ווען זי הייבט זיך אָן שפּילן מיטן זייגער אויפן אָרעם. פינף מינוט שפּעטער און זי געט אַ קוק וווּ די הענט אויפן זייגער האַלטן שוין. וווּ איך האַלט איז גאַנץ ווייניק אַ חילוק. איך האַלט אין מיטן זיך גאָרגלן, שפּייען בלוט און מיטאַמאָל ´איטס טיים, מען וועט ממשיך זיין נעקסטע וואָך´.

רבונו של עולם איך קען קוים וואַרטן אַ מינוט, אַ שעה איז מיר אַ גיהנום און ווער רעדט נאָך פון אַ מעת לעת און דאָ מיז איך וואַרטן אַ וואָך. רבונא דעלמא כולא אַ גאַנצע וואָך! באַשעפער, איך קען נישט וואַרטן, איך קען בשום אופן נישט מפסיק זיין. איך האָב אַזויפיל צו זאָגן און מיינע נויטן קענען פּשוט נישט וואַרטן. זי הייבט זיך ניטאַמאָל אויף. ´הייסט עס פינף און פערציק מינוט איז דיר נישט גענוג. אָקיי מיר וועלן מיר אַרומרעדן דעם ענין נעקסטע וואָך´. אַצינד פאַרשטייט איר פאַרוואָס איוב האָט אַזוי געליטן. ער האָט געהאַט דריי שרינקס נישט איינס.

אַזוי בין איך מיר געגאַנגן וואָך נאָך וואָך און ווען עס איז געוואָרן כּלו כּל הקיצין איז מען געגאַנגן צוויי מאָל אַ וואָך. דער זעלבער נוסח יעדער מאָל פון אויפמאַכן דער טיר, זיך אַוועקזעצן, דרשנען און פּלוישן, קוקן אויפן זייגער פינף מינוט פאַרן סוף און ´איטס טיים´. ווי צייט איז אַריבער האָב איך איר אַביסל געלאָזט אַריינרעדן. זי האָט געזאָגט אַ סברא און איך האָב אָדער אָפּגעווענדט מכּל וכּל אַז עס איז פּלפּולי סרק (סייקאָבאַבל בלע"ז) אָדער דער סברא איז מיר געפאָלן און איך האָב געברענגט ראיות בנערנו ובזקננו. פון דעם אלף־בית רבי, ביזן רבין זאָל מאריך ימים זיין, פון מיינע עלטערן ביז מיין יינגערער ברידער. זי איז מסביר אַז איך האָב מיט אים ´אישוס´ווייל ער האָט מיר באַגנבט מיין חשיבות מיט זיין געבוירן ווערן און איך דריי מיטן נאָז, ´מהיכי תיתי, ווי קען איך עס געדענקן?´

איך קלער וועגן דעם מלאך וואָס דאַרף געבן יעדער קינד אַ שנעל אין נאָז ווייל אַז נישט וועלן יידישע קינדער געבוירן ווערן מר ברב אשיס און מען וועט קענען שליסן אַלע ישיבות. פון איר קומט אויס אַז דער מלאך פליקט נאָכן געבוירן אויך און מען פאַרגעסט אויך וואָס עס טוט זיך נאָך מען קומט אַרויס לאוויר העולם און אַנשטאָט אַ סימן אויף דער וואָנזע בלייבט אַ סימן אויפן נשמה און אין די געפילן. אפשר ווענדט זיך דער מחלוקת צווישן די מלאכים אין דער מחלוקת צווישן פרויד און יונג. ווען איך האָב אַרומגערופן פאַרשידענע שרינקס צי זיי קענען מיר אָננעמן האָב איך אַנדעקט אַז עס זענען דאָ פרוידישע שרינקס און יונגישע שרינקס. שרינקס וואָס אַרבעטן אויף שבירת המדות (קאָגניטיוו ביהייוויער טעראַפּי בלע"ז) און סייקאָטעראַפּיסטן און מען האָט מיר געפרעגט וואָס און וועלכער איך זוך. אַסאַך האָב איך געווּסט. שטעלט אייך פאָר אַז איר גייט זוכן אַ רבין און מען פרעגט אייך צי איר ווילט אַרבעטן אויף עניוות אָדער אויף שמחה? 'אייך געפעלט דביקות אָדער פּרישות?' ביי אונז חסידים אַז איר ווייסט וואָס איר ווילט איז שוין אַ סימן אַז איר זענט צו גרויס ביי זיך. איך ווייס נישט האָב איך געזאָגט, ´איך דאַרף הילף.´ אנא ה´ הושיעה נא. פאַרשטייט איר צי נישט?

אַז מיר איז אירס אַ סברא געפאָלן האָט זי זיך געריבן די הענט און זיך געלעקט דער וואָנזע וווּ זי האָט אַ שאָטן פון אַ שאָטן. באַלד האָט זי פאַרזיכט אויף דער סברא אויפצובויען תילי תילין של אישוס. לא חרבה ירושלים און אין בן דוד בא אַלעס מחמת איר פרישן אַנדעקטן זכּרון וואָס זי האָט ביי מיר אויפגעגראָבן. דעם פאַרמאַכטן טיר ווען דיין מאַמע איז געווען קראַנק. דו האָסט דיך געשפירט אויסגעשלאָסן און עד היום הזה האָסט דו אַ פחד צו קלאַפן אויף אַ פיגוראטיוון טיר וואָס מען פאַרמאַכט דיר אין פנים. און איך קלער ´יאָ, ביסט ווערד דיינע מאה וחמשים, איר דאַרפט נישט אַזוי שווער אַרבעטן מיר אויפצוווייזן ווי טויגלעך איר זענט.´

דער שאָטן שבשאָטן פון אַ וואָנזע וואָלט מען אַלגעמיין נישט באַמערקט אָבער אַז איך האָב איר אַריינגעקוקט אין פּרצוף וואָך נאָך וואָך אַ ´שעה´ אָן אויפהער קען איך איר פּנים בעסער ווי עס קען עס איר מאַן. נישט אַז איך ווייס צי זי איז בכלל פאַרהייראַט. זי מעג וויסן מיינע קישקעס אָבער איך וועגן איר ניטאַמאָל וואָס פאַר אַן איי זי האָט געהאַט פאַר פרישטיק. איין מאָל האָבן מיר געשמועסט און איך האָב דערמאַנט באָראַט. איך געדענק נישט אויף וואָס אָבער מן הסתם מיט אַ משל אָדער אַ צוגלייך צו עפּעס וואָס האָט פּאַסירט אין דער פילם. פרעג איך צי זי האָט עס געזען, כּאילו צי זי פאַרשטייט וואָס איך מיין. אַ שטימעניש האָט איר אָנגעכאַפּט און דערנאָך אַ בעל־כּרחך´דיקע, בדיעבדיקע ´יאָ.´

אָבער עס העלפט. נאָך אַ צייט געוווינט מען זיך צו צו די אַלע משוגעתן און מאָדנעקייטן און מען וועט פאַרטיפט אין זיך אַליין. זי בלייבט אָבער נאָך אויך דאָרט. דאָס הייסט אַזוי. עס גייט דורך אַ שטיק צייט או מען שמועסט אויס אַזאַ פּראָבלעם און אַזאַ קוועטשעניש און זי געט אַ פרעג, ´און זאָג נאָר, די פּראָבלעמן האָסט דו אויך מיט מיר?´ וידום אהרן. וואָס וויל זי אַז איך זאָל איר זאָגן? אַז זי איז קאַלט ווי אַ שטיין נאָכן אר"י הקדושס מקווה? אַז צווישן איר און מיין פאַטעל איז די מחיצה שטערקער און גרעסער ווי צווישן דרום און צפון קאָרעאַ און אין מלכות נוגעת בחברתה אפילו כמלוא נימא? הייב איך באַלד אָן צו חקרנען. פאַרוואָס פרעגט זי מיר די שאלות? איך ווייס שוין. און מנהג אבותינו בידינו פרעג איך באַלד צוריק.

דאָס וואָס איר פרעגט מיר די מאָדנע שאלות איז אפשר ווייל איר זוכט ביי מיר דער גזע, דעם תוך־תוך פון מיין מחלה? ווי פאָרשערס ווען זיי ווילן היילן אַ קרענק זוכן זיי אָפּ אין אַ לאַבאָראַטאָריע דעם אבי־אבות פונעם חולאת אין אַ באַקטיריום וואָס מען דאַרף פאַרגערסערן טויזענטער מאָל צו קענען זען במה דברים אמורים און ווען זיי געבן זיך מיט דאָס פּיצל אַן עצה קענען זיי שוין היילן מענטשן וואָס זענען אָנגעשטעקט מיטן ריכטיקן בחור פונעם קרענק. פרעג איך איר צי זוכט זי ביי מיר אין איר לאַבאָראָטאַריע אויפן פאַטעל דעם שורש פון מיינע קרענקן און אַזוי אַרום וועט זי אויסהיילן אַלע תולדות כּיוצא בהן. האָט זי אויף דעם אויך אַ תשובה: איך טו אינטעלעקטואַליזירן מיינע געפילן. איך געב אויף. איך הייב הענט.

דער זאַך מיט שרינקס איז נאָר אַז טאָמער איך זאָל איר זאָגן אַז איך געב אויף וועלן מיר פאַרברענגן איבער דעם נאָך פינף סעסיעס אויפצוקניפּן די ציצית פון מיינע געפילן. וואָס שפירסט דו, און וואָס ווילסט דו פטור ווערן מיטן אויפגעבן, און אפשר מיינסט דו נישט מיר נאָר דו האָסט מורא וואָס מען וועט דאָ אויפדעקן, און פון וואָס גענוי האָסט דו מורא, און וועלכן טעם האָט דער פחד. ממילא זאָג איך גאָרנישט. דערווייל זאָגט זי אַז איך זאָל נישט לערנען אַזוי פיל פּשטים און פּשוט אַרויסלאָזן מיינע געפילן. נו גיי דינג דיך.

7 תגובות:

  1. איי איי איי. גשה נא ושקה לי. ר' קטלא.

    השבמחק
  2. אנונימי7/18/2008 6:10 AM

    אוי אוי אוי!
    איך דערמאנן זיך א בעל שם'סקר מעשה, דער בעל שם איז אמאל אריינגקומען אין בית המדרש אריין יום הקדוש, און ער הערט ווי דער חזן חזנ'ט זיך אויס דעם אשמנו אזוי ווי עס דארף צו זיין.רופט זיך אן דער בעל שם רבונו של עולם! ווען נישט דער חזן וואלט געזונדיגט ווי וואלסטו געהאט אזא שיינעם אשמנו!
    הוא הדין זאג איך מיט אונזער קטלא קניא, ווען נישט קטלא קניא'ס צרות ווי וואלט מען געהאט צו נאשן אזא שיינעם ארטיקעל

    השבמחק
  3. אנונימי7/18/2008 6:26 PM

    Excellent, excellent piece of
    !writing

    The part about spending another five sessions "oifknipen de tzitzis fin meine gefeelen" was particularly hilarious

    השבמחק
  4. אנונימי9/12/2008 3:31 PM

    How long will we have to wait for the 3'rd part?

    השבמחק
  5. וואָס איז מיט אײַך לעצטענס, איהר זענט טױט ווי אַלע טױטע. דער עולם דאָרשט נאָך אײַך

    השבמחק
  6. אנונימי12/21/2008 2:25 PM

    Hope Katle wasn't in Mombei

    השבמחק