יום שלישי, מרץ 22, 2011

שערי דמעות לא ננעלו ב': הלוך ונסוע הנגבה

אַז דו שפּירסט נאָך אַלץ אַז דו ווילסט זיך פון אונז אָפּשיידן און דו מיזט אונז פאַרלאָזן האָבן חז"ל אויך דיר אינזינען געהאַט. הבא לטהר מסייעין אותו, הבא לטמא פותחין לו. די טירן זענען פאַר דיר אָפן און בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו.

טרם אכלה לדבר, איך קען נישט דיר און נישט דיינע אומשטענדן אויסער די פּאָר ווערטער וואָס דו האָסט מכריז געווען ברשות הרבים. דיין פרוי און דיינע קינדער קען איך נאָך ווייניקער און די שאלה פון 'זאָל איך בלייבן צי זאָל איך גיין' איז פאַרשטייט זיך נישט אַזאַ וואָס איך קען ענטפערן. וואָס איך שרייב איז אויפן סמך אַז לך־לךָ איז געוואָרן אומפאַרמיידלעך און סך הכּל געב איך דיר אַביסל צדה לדרך.

אַכּלל האַלטסטו דו נאָך די חשבונות, נמנו וגמרו, דיין האָב־און־גוטס שטייט צאַמגעפּאַקט און דער מזבּח פאַרגיסט שוין אויך טרערן. אין אַזאַ פאַל לאָז דיך נישט שאַנטאַזשירן פון עמאָציאָנעלע טענות איבער די פרוי און קינדער. די פיינע מענטשן וועלן קומען מיט טענות אַז דו שפּילסט דיך מיט דיני נפשות, באַשולדיקונגן אַז ביסט מאבד די קינדער בידים, מוסר רייד אַז דו ביסט בלינד צום עצה היצר און 'ממש מע זעט בחוש ווי אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות'.

קוק דיך אום וועסט דו זען אַז די זעלבע וואָס וועלן דיר צאַמשעלטן פאַר ברענגן אַן אומגליק אויף דיינע קינדער וועלן נישט צוויי מאָל טראַכטן פון זיי צוגנבענען פון דיר באישון לילה אַז זיי וועלן הערן דו ווילסט זיי אויפציען עטוואָס אַנדערש פון וואָס זיי האַלטן איז יידיש. זענען זיי נישט די זעלבע וואָס שטאָלצירן אויף אַ מסירת נפש פון את בניו לא ידע ואת אחיו לא הכיר? זיי מאַכן ווייניק חשבונות פון די קינדער וואָס וועלן אַרויסקומן פון אַ צאַמגעפּאָרטן שידוך צווישן אַ לא עלינו און אַ לא עליכם. 'וואָס דען איז פּשט קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף?' ווען אַ בעל תשובה רוקט זיך אָן מיט זיינע קינדער ווייל איבערנאַכט האָט ער איינגעזען דער 'ביוטי' אין אונזער לעבנסשטייגער איז קיינער נישט באַזאָרגט אַז די קינדער וועלן ווערן 'קאָנפיוזד'. נעם אָבער אַרויס אַ חסידיש יינגל און לייג אים אַריין אין אַ 'ישיבה' וווּ קינדער גיין ראַמלאָזע יאַרמולקעס און מען שפּילט זיך מיט אַ באַל ביי הפסקה און באַלד ווערט כּלל ישראל פעדאַגאָגן און קינדער פּסיכאָלאָגן פון דער העכסטער שורה. דער טאַטע איז אַן אויבער חכם, די מאַמע צעדרודעלט און 'ברוך שפטרני, ווער דאַרף זיי דען?'

עס וועט דיר אוודאי שווער אָנקומען און כּל שכּן פאַר זיי. אָבער עס איז אויך נישט לייכט וווינען מיט אַ מאַן וואָס שטייט אויף יעדן אינדערפרי און אַנשטאָט צו זען אַ פרישער טאָג פון געלעגנהייט און באַנייאונג ציילט ער נאָך אַ טאָג פון אַן לעבנס אורטייל. אויפצווואַקסן מיט אַ טאַטע וואָס טאָג טעגלעך וויינט ער איבער שלא עשני גוי אַנשטאָט זיך פרייען איבער מתיר אסורים.

מיין אויך נישט אַז מיט בלייבן וועט דיין צער און פּיין צוליב דיינע קינדער נעלם ווערן. צוצוקוקן ווי דו בידים ברענגסט אויף דיינע באַליבטע טעכטער אין אַ סיסטעם וואָס איז נאָר אינטערסירט אין זיי פאַרשקלאַפן מיט צניעות און זיי חתונה מאַכן וועט דיר געבן נישט ווייניק עגמת נפש און ווייטיק. די קינדער וועלן שפּירן אַז דו האַלטסט נישט טייער זייערע אָנשטרענגונגן צו קאָלירן די צעפּ פון אַ מיידל מיט אַ בעזעם אין דער האַנט. וויפיל דו וועסט מאַכן אַן אָנשטעל פון התפעלות וועסט דו דיין פאַראיבל נישט קענען באַהאַלטן און ביודעין צי בלא יודעין וועלן זיי עס וויסן. ווי מיין טאָכטער זאָגט מיר, 'אַז עס געפעלט דיר נישט, שיק מיך נישט אַהין.'

דו פאַרשטייסט אַז דו דאַרפסט זיין פאַרווייטיקט איבער זיי. איז פאַרשטיי אויך אַז אַמאָל דאַרפן אַנדערע צוליב דיר ליידן. נישט במזיד, נישט בפּשיעה נאָר אַלץ אַ דבר שאין מתכוון. דאַטס לייף. מיר שיצן זיך פון די ווייטיקן פון דער וועלט מיט דעם וואָס מיר זענען מקריב די תענוגים און איבערלעבונגן פון לעבן. לאָמיר שוין זאָגן אַז מיר פאַרמיידן זיי על פי רוב צי אויף קלענערע פּראָצענטן איז עס טאַקע דערפאַר ווייל מיר מיידן אויך אויס דער רייכקייט און שיינקייט פון לעבן. עס קען פרילינג נישט זיין אַז עס איז פריער נישט געווען ווינטער, און אַז אין האַרבסט טוען זיך די ביימער אויס פון זייערע בלעטער איז עס ווייל עס קומט נאָך געניסן פון אַ זימער. מיר האָבן נישט פאַרברעכן פון הייסבלוטיקייט און פּאַסיע פאַרדעם ווייל ווייניק זענען ביי אונז חולת אהבה. אַז עס זענען ביי אונז דאָ ווייניקער אַפיירס איז עס ווייל מען לאָזט אונז נישט ליבן אַן ערשטן מאָל גלוסט זיך נישט צו גיין זוכן דעם זעלבן טעם אַ צווייטן מאָל. די טרחא פון מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת איז הא גופא אַז ערב שבת מיז מען הונגערן. דער וועלט איז זיך אויך מטריח נאָר אַ טרחא ווען ערב שבת זעטיקט מען זיך מיט היפּש מער ווי טועמיה.

לאָמיר זיך נישט נאַרן. אויסער דיינע גאַנץ נאָנטע צו וועם דו האָסט אַן אחריות וואָס לאָזט דו שוין איבער? צא מן התבה וווּ עס זעט אויס אַז דער וועלט איז פאַרפלייצט. קום אַרויס פונעם תיבה וועסטו באַלד זען אַז ווי יענע תיבה איז איין שטאָק מיסט און נאָך אַ שטאָק פול מיט בהמות. אמת, עס זענען דאָ ביי אונז אַסאַך יחידים וואָס זענען אַן אינספּעראַציע און מיר קענען מיט זיי שטאָלצירן. מיר האָבן אָבער אַ פירערשאַפט וואָס אַז זיי זענען נישט שאַרלאַטאַנען אָדער אידיאָטן זענען זיי ביידע. אונזער רשות הרבים איז אינטעלעקטואַליש, גייסטעריש און מאָראַליש באַנקראָט. נישט נאָר מיר זענען נישט אַן אור לגויים נאָר מיר שעמען זיך צו דערציילן אפס קצהו וואָס ביי אונז גייט פאָר. איך וויל נישט געבן דגמאות ווייל נישט דאָס בין איך אויסן, נאָר אויף אַ טאָג וואָס מיר האַנדלן מיט בלויז טפשות מיז מען זאָגן הודו לה' אַז מען איז נישט געגאַנגן שרייען אין די גאַסן לכּבוד עפּעס אַ פרישן רוצח אָדער מאַנס. און פון דעם האָט מען מורא זיך צוגעזעגענען. כּאילו אונזערע זיידעס האָבן אויף דעם אויסגעשטרעקט זייערע העלצער און דאָס מיינט דער פּסוק, כּי לא תשכח מפי זרעו.

יונגערמאַן, זאָלסט אָבער אויך וויסן אַז הרבה עשו כר' שמעון ולא עלתה בידם. דער פאַקט איז אַז מיר זענען ערצויגן אין אַ סיסטעם פון כּיס בתוך כּיס און חותם בתוך חותם וואָס איז אַ סאָרט פּסיכאָלאָגישער בריתך שחתמת בבשרינו. עס ליגט באַגראָבן טיף און אונזער תוך און עס אַנטלויפט זיך נישט אַזוי לייכט ווייל זיך נעמט מען שטענדיק מיט. איך טרעף מיך אַסאַך מיט אַזעלכע וואָס האָבן אונז פאַרלאָזט און כאָטש זיי זענען ווייט און הויך אָנגעקומן נאָך אַביסל רעדן און אויספרעגן קומט שנעל אַרויס דער פייער. דאָס איז נישט דער פּינטעלע ייד וואָס חלשט נאָך איר מקור, ווי מען רעדט אונז איין, נאָר פּשוט ווייל פון דער היים קען מען נישט אַנטלויפן. און וואָס שמעלער די ווענט וווּ מען איז ערצויגן איז אַלץ שווערער פון זיי אַרוסצוקריכן. די צרה איז פיל פאַכיק פאַר די וואָס לייקענען פאַר אַנדערע צי פאַר זיך אַליין איבער זייערע אָפּשטאַם און דער כּוח פון איר השפּעה אויף זייער לעבן.

אַז דער לך־לךָ וועט דיר קאָסטן מסירת נפש קומט עס נישט צו צו לעבן ווי אַ קינד שגלה מעל שולחן אביו. שטיין אויפן מערב זייט פונעם פיגוראַטיוון וויליאַמסבורגער בריק ופניהם למזרח וועסט דו דיך שפּירן ווי משה רבינו: מנגד תראה את הארץ ושמה לא תבוא. פיזיש קענסט דו אַריבער קומען אָבער עס איז מער נישט דיין היים. מיר זענען נישט אַזוי שנעל מוחל די וואָס מאַכן אויף אונז בואי בשלום און וועסט באַלד שפּירן ווי מען שפּייט דיר אויס. קינדער צייגן אויף דיר ווי אויף אַ גוי, ערוואַקסענע רעדן מיט דיר דווקא אויף ענגליש, היימישע וועלן זיך שושקן ‘דאָס איז טאַקע ברוך לייב’ס זין?’ און רעדן מיט דיר וועלן די שמייכלערס פון דער קירוב אינדוסטרי.

די עלנטקייט פולט זיך נישט לייכט אָן ווייל ערגעץ אַנדערש וווינט מען נישט ביי יענעם אין די ד' אמות. הבא לטהר מסייעין לו, ווייל אין סדר טהרות איז דאָ אַ הצלה און חברים, משוררים און משמחים, משביע און גמ"חן. אָן אַ שיעור פיינע מענטשן וואָס שטעלן אונז צו הויפנס פון מתן שכרו בצדו אַז מען זאָל גלייבן אַז תורה מגני ומצלי. אָבער הבא לטמא איז בלויז פּותחין לו. נישט ווייל אין יענע קוואַרטירן האַלט מען אָפן טירן, כאָטש דאָס אויך. דאָרט ערוואַרט מען זאָלסט אויף דיר אַליין אובאַכט געבן און אַז נישט איז לעזאזל. די לעמפּ וואָס ציען אַהין ברענען טאַקע גאַנצע מעת לעתן און זען אויס ווי אַ נחלה בלי מצרים אָבער די מענטשן האַלטן זיך אין איין טוישן. רוב אַרבעטן און האָבן אַ היים און אַ בעט וווּ אַראָפּצולייגן די מידע גלידער. דאָס קומט נישט צופיס און אַז מען קען זיך עס נישט אַליין שאַפן בלייבט מען הענגן. דאָס איז לייכט צו פאַרגעסן ווען מען קומט פון אַ געזעלשאַפט וווּ מען 'געט זיך אַן עצה' און מען קען צו דעם גיין אויף הכנסת אורחים, דאָ שבת אין דער פרי, און אין דעם שיל פאַרברענגן רוב טאָג און אַ האַלבער נאַכט.

אַז עס חשקט זיך דיר נאָך אַלץ צו גיין ווינטש איך דיר הצלחה. עס וועט וויי טון, עס וועט בלוטיקן, אַנדערע וועלן פאַרווייטיקט ווערן און דאָס וועט ווידער וויי טון. אָבער ווי ניטשע האָט געזאָגט דאָס וואָס הרגעט נישט מאַכט שטערקער. עס וועט זיין אַ שטראָז וואָס דו האָסט דיר אַליין געוועלט, קלעפּ וואָס דו האָסט דיר אַליין דערלאַנגט, און אַז דו וועסט אַרויסקומען לעבעדיק אויפן צווייטן זייט וועלן די יסורים דיר זיין ווי אַ שן ועין וואָס באַפרייען אַ קנעכט און וועסט האָבן דיין לעבן אין דיינע אייגענע הענט.

תומת ישרים תנחם אַנד איי וויש יו וועל.

אויף ממשיך צו זיין…

3 תגובות:

  1. אנונימי3/23/2011 10:00 AM

    ווען איך וואלט געהאט כוח וואלט איך געלאפן אויף א-תחריר און געשריגן הויך: קטלא, קטלא קניא!

    אזוי צו דערלאנגען דעם איינפאכן טרוקענעם אמת אין א מאנטל פון זאפטיגע האניג פערל ווערטער.

    און דו וואס זען און ווייסן און פארשטייען, זעהן דא גילויים פונעם דיקן פעלץ וואס איז דער אצטלא דרבנן וואס איז מכסה טפחיים דעם כבוד האכסניא'ס הערצעלע.

    השבמחק
  2. אנונימי3/24/2011 5:36 PM

    Super, super piece, beyond words.

    However the Yiddish word for passion is not פאסיע.
    how about ליידנשאפטן?

    השבמחק
  3. אנונימי3/26/2011 8:40 PM

    ס'איז בכלל נישט זיכער אז די בריוו שרייבער מוז נעמען איין גאנג אדער א צווייטן. ס'איז טאקע דא דרכים ממוצעים.

    ווי די ביסט מרמז קען די בריוו שרייבער בלייבן ווי ער איז אבער אויך גיין שטודירן און א יונווערסיטי.

    אזוי וועט ער סיי זיך פארברייטערן אין אמת'ר חכמת אמת, בדברים העומדים ברומו של עולם במלוא מובן המלה, און אויך זיך לערנען עטיקעט, פלאטאנישע ליעבע, און פריינדשאפט פון ביידער סעקס'ן - און וואס דאס ברענגט צום טיש, א.א.וו.

    ער מיז זיך אבער באקאנן מיט נאך אנדערע אין זיין צושטנד כדי לייכטער זיך מאכן אין די פארלעגנהייט ווי אין פסוק שטייט, דאגה בלב איש ישיחנה ודבר טוב ישמחנה.

    השבמחק