יום שלישי, דצמבר 23, 2014

רעות שבעה נפשי

דער אמת געזאָגט שעם איך מיך אַביסל צו דערציילן וואָס איך גיי איצט שרייבן. אָבער אף על פי כן. יעדעס יאָר חנוכה קלער איך פריש אַז איך וויל דאָס אויפשרייבן אַלץ א קאָמבינאַציע פון גרסא דינקותא און חטאות נעורים. צי איך וויל צי נישט איז עס אַן אומבאַשיידענער חלק פון מיין לעבן און ווער און וואָס איך בין און ממילא אַז דאָס איז מיין טיפה סרוחה איז דאָך אויף דעם דאָ אַ משנה, הסתכל בשלושה דברים.

עס האָט קיינמאָל נישט געהאַט אַ באַשטומטן נאָמען. אָמאָל האָט מען עס גערופן סתם קדושה אָדער קדושה וטהרה, אַמאָל יראת שמים, אַמאָל קדושת יוסף הצדיק, אַמאָל קדושת היסוד. מען האָט גערעדט פון שמירת הברית, אות ברית קודש, מחשבות זרות און זיכער אַנדערע נעמען וואָס איך קען מיך שוין נישט דערמאַנען. קיינמאָל האָט מען אָבער ברבים נישט אַרויסגעזאָגט די גרעבערע נעמער ווי טומאת קרי, הוצאת זרע לבטלה און אוודאי נישט זנות אָדער גילוי עריות. ווייטער ענגלישע רעפינירטע טערמינען איז אָפּגערעדט אַז זיי האָבן ביי אונז נישט געהאַט אַ דריסת הרגל. ראשית כּל פאַרמאָגן נישט חסידים אפילו אַלגעמיין דער רייכסטער וואָקאַבולאַר און כל־שכן נישט אויף דעם. אויסער דעם זענען די ענגלישע ווערטער צו מאָראַליש נוטראַל און צו שטאַרק צוגעפּאַסט צום מעשה אַליין און חסידים וועלן נישט צולאָזן אַ וואָרט וואָס טראָגט נישט אויך דערין דער אומווערד און זינדיקייט פונעם פעולה.

איצט ווען איך טראַכט צוריק איז געלעגן אין דעם אויך אַ רייצנדיקייט. וויבאַלד מען האָט נאָר אַרומגערעדט דער זאַך אָן קיינמאָל אָנצורירן, פיגורעטיוו גערעדעט פאַרשטייט זיך, דעם בעל דבר אַליין האָט עס שטאַרק געחשקט צו קוקן און לייענען ביי די וואָס רעדן דווקא יאָ אין פרצוף אַריין. מיר פלעגן ליב האָבן מאור ושמש און ישמח ישראל טאַקע פאַר זייערע גראָבקייט און בפירושדיקייט. אַז מען האָט געזאָגט אויף אַ חסידיש ספר אַז עס וואַרעמט אָן האָט מען געמיינט אַז זייערע דברי חיזוק פאַר די וואָס זענען 'דורכגעפאַלן' איז דירעקט און סענטימענטאַל. אַז איך געדענק גוט איז דאָ אויף אַ פּלאַץ אַ שטיקל מאור ושמש וואָס ער זאָגט אַז דער בעל שם און זיינע תלמידים האָבן אַראָפּגעברענגט תשובה אויף די ענינים. מיר בחורימלעך האָבן זיך געגעבן אַ צי אויפן גאַרטל וויסנדיק אַז מיר חסידישע בחורים  וואָס גיין בדרך הבעל שם האָבן טאַקע די זכייה תשובה צו טון. ווייניק האָבן מיר געוויסט אַז געצויגן האָט אונז דווקא דער שמועס פון דער עבירה.

מיר האָבן ליב באַקומען דער סטיל פון אויסשרייבן אַלעס און וואָס ערגער דער שרייבער און וואָס וייניקער סובטיל אַלץ חשובער האָט מען אים געהאַלטן. התלהבות איז פיל לייכטער ווען מען דאַרף נישט צולייגן קאָפּ און אויף זיך אויסצוגליען דער נשמה העלפט אַז עס דערין נישט איינגעטאָן דער מוח. דאָ איז געווען געפלאָכטן סיי דער זאַפטיקער נושא און סיי דאָס שמאַלציקייט פונעם שרייבן איז אוודאי אַז נאָך מען האָט זיך צושאָקלט ערב שבת מיט די נאַסע פּיאות איבער אַזאַ שטיקל איז דער הודו און ידיד נפש געווען גאַנץ עפּעס אַנדערש.

איך האָב פריער געזאָגט וויאַזוי מען האָט עס גערופן אָבער נישט אונז האָבן עס גערופן ווייל מיר האָבן עס קיינמאָל נישט דיסקוטירט. דאָס איז געווען אַ זאַך וואָס מען האָט מיט אונז כסדר גערעדט וויבאַלד עס איז כמעט נישט דאָ אַ דאַטום אין דער יידישער קאַלענדער וואָס מען קען נישט דערין אַריינשלעפּן עניני קדושה. פרשת וישלח אין מיטן קאַלטן ווינטער? ויגע בכף ירך יעקב מיינט אַז דער שרו של עשו האָט געמיינט דערמיט פוגם צו זיין אין דער קדושת היסוד פון יעקב אבינו. שבת בשלח ווען דער קעלט בייסט נאָך שאַרפער? ויזנב בך כל הנחשלים אחריך מיינט ווי רש"י זאָגט אַז ער האָט אַרויפגעוואָרפן ערלות אין דער לופט. און וואָס קלערט איר האָט עמלק מיט דעם אינזינען געהאַט? אשר קרך בדרך דאַרף נישט אַ סאַך פּשטים.

פסח זענען געווען די מ"ט שערי טומאה און חמץ בפסח, שאור שבעיסה און קדש ורחץ זענען אַלע אַ רמז אויף צווישן די פיס. נאָך פסח איז געווען ספירה און אַ הכנה צו קבלת התורה וואָס דאַרף שמירה יתירה האָט מען האָט אונז באַטאָנט ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי. דער וואָס לאָזט אונז נישט לערנען, האָט מען אונז פאַרקויפט, איז דער וואָס טרייבט זיי, די ליטוואַקעס, צום גמרא.

ווער ווייסט דען אויך נישט אַז דער וואָך פון ספירה פאַר מלכות איז יסוד, אַז יסוד איז אַ רמז צו יסוד צדיק בשבעה נעלם און אַז דאָס מיינט יוסף הצדיק? און אַז מען דערמאַנט יוסף הצדיק מיינט מען נישט דער מסלסל בשערו, דער בעל החלומות, דער פותר חלומות און דער בנות צעדה עלי שור. חלילה. מען מיינט נאָר איין זאַך: דמות דיוקנו של אביו נראתה לו בחלון, וינס ויצא החוצה און ער האָט זיך מתגבר געווען אויף זיינע נסיונות. זיינס איז די זעקסטע הקפה פון עוזר דלים וואָס דער קאָצקער און אַנדערע האָבן אויף דעם פאַרפירט און אַ סאַך זינגן דערביי די ווערטער פון יסוד צדיק. פון דעם איז אויך נולד אַז אין פאַרשידענע חסידישע הויפן זינגט מען דעם ניגון אויך ביים רבינס מצווה טאַנץ. אַז חתן כלה גיין זיך באַלד איינוויקלען דאַרף מען זיי מיטגעבן צידה לדרך.

ווער רעדט נאָך אַז עס זענען געקומען די הייליגע טעג האָט מען מיט תשובה נישט געקענט עפּעס אַנדערש מיינען. אויף וואָס האָבן מיר קליינע בחורימלעך דען געהאַט תשובה צו טון אַז נישט אויף דעם? דער מזל פון אלול איז בתולה און מיט דעם האָט מען איינגעטייטשט דער פסוק אין איוב, ברית כרתי לעיני ומה אתבונן על בתול"ה. אַ זאַפטיקער פסוק וואָס האָט דערין סיי ברית סיי קדושת העיניים און סיי בתולה און איז ממש געאייניקט צו די וואַרעמע אלול און סליחות טעג. און אַז דערנאָך איז געקומען ראש השנה און יום כּיפור האָט מען אונז קוים געדאַרפט זאָגן אויף וואָס זיי זענען דאָ. ביי תקיעת שופר האָט מען זיך באַגראָבן דער פנים אינעם מחזור און זיך מתוודה געווען בשעת די תקיעות ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים אַז אַזאַ ווידוי כאַפּט זיך אַריין מיט די תקיעות און גייט גלייך צום כסא הכבוד. ביי וקרב פזורנו איז ווידער דאָ אַ תפילה אויף איינצוזאַמלן די נשמות וואָס מען האָט פאַרגאָסן, האָט מען זיך אומגעקוקט אויף לינקס און אויף רעכטס און עס געגעבן אַ כאַפּ אָפּ אָן קיינער זאָל באַמערקן ווי מען האָט זיך פאַרשוואַרצט דער נשמה.

און אַזוי ווייטער און ווייטער. ברבים האָט מען גערעדט בכללות און ביחידות האָט מען אונז אויסגעפרעגט בפרטות. "ממש קיינמאָל נישט? אַלע בחורים האָבן די נסיונות." און איך האַלט מיך ביי מיינעם אַז נישט מיר מיינט דער פּסוק. איך האָב מיט אַ צווייטן נישט צו טון און מיט מיר אַליין אויך נישט. און אַז איך בין מיר אַרויס פון צימער האָט מיר געחלשט צוריקלויפן און זיך מודה ומתוודה זיין. איך האָב מיך אַרומגעדרייט מיט שולד געפילן אַז איך בין אַ ליגענר און אַ פאָפּער נאָך דערצו אויך. איך האָב אויך געחלשט זיך מודה ומתוודה זיין כדי ביי יענעם נושא חן צו זיין.

איך האָב מיך אָבער נישט געקענט ברענגן דערצו. איך האָב געהאַלטן אַז זיי זאָגן מיר אַז יעדער איז אַזוי מיך אויסצונאַרן און ווען זיי זאָלן וויסן וואָס פאַר אַ פאַרזינדיקטן נשמה איך האָב וועלן זיי שוין זען וואָס דאָס הייסט אַ בעל עבירה מיט אַלע מפרשים. ווען עס האָט פּאַסירט אַ טראַגעדיע אַז אַ בחור איז אַוועק האָט מען באַלד גערידערט אויף קדושה און געהאַלטן פייערדיקע דרשות. מיינע קניען האָבן זיך געקלאַפּט און איך בין געווען זיכער אַז יעדער רגע וועט דער משפּיע ווייזן אויף מיר מיט אַ פינגער. איך האָב געהאַלטן די אויגן אויף אַראָפּ ווייל טאָמער וועלן זיך אונזערע אויגן טרעפן וועט ער באַלד זיך צושרייען אַז אַלעס וואָס איך האָב געקוקט און געטון בין הזמנים האָט עס גורם געווען.

און דאָך קיינמאָל האָט מען אונז נישט געזאָגט וואָס דאָס איז, וויאַזוי מען טוט עס, און וויכטיקסטער פון אַלעס פאַרוואָס מען טאָר עס נישט טון. פאַרקערט גאָר. אין מיין ישיבה האָט מען קיינמאָל נישט גערעדט פון דער זאַך אַליין און מען האָט גאָר געשפּעט פון אַנדערע. "זייערע קדושה איז אונזערע ניבול פה" האָט מען געזאָגט. "תפילת זכה לערנט אויס וויאַזוי צו זינדיקן." “זיינע שובבי"ם שלש־סעודות תורות איז גוט פאַר זיינע גראָביאַנעס."

אָבער ביי אונז, אויף פרשת וישב האָט מען גערעדט פון יוסף הצדיקס נסיון אָבער קיינמאָל נישט פון מעשה ער ואונן. אויף שובבי"ם האָט מען געזאָגט אַסאַך תהילים און גערעדט פון תשובה און קדושה אָבער מען האָט ניטאַמאָל דערמאַנט דער 'חטא הידוע'. אויף פרשת קדושים האָט מען ווידער גערעדט פון קדושה אָבער נישט פון דער פרשת עריות ביים סוף. מען האָט צו אונז גערעדט פון גדרים און סייגים, אין דער גאַס גיין מיט די אויגן אויף אַראָפּ און אין דער מקווה מיט די אויגן אויף אַרויף - איה הקדשה, האָט מען געטייטשט, בעיניים על הדרך. מען האָט גערעדט פון חסידישע ייִדן וואָס האָבן זיך צוגעבינדן די הענט ווען זיי זענען געגאַנגן שלאָפן אָבער מען האָט נישט געזאָגט צו וואָס די הענט זענען מסוגל.

אָבער דאָך האָבן מיר פאַרשטאַנען. אַז מען האָט אונז געזאָגט גיין אויף דער גאַס ווי מען לויפט אויף הייסע קוילן האָט מען נישט געדאַרפט אַרויסזאָגן וועגן פּריצות. מען האָט צוגעלייגט ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם און מיר האָבן פאַרשטאַנען וואָס מען מיינט דערמיט. קיין גאַנצער מפיל קינדער זענען מיר אויך נישט געווען. די טעכנישט חלקים האָבן רוב פון אונז אפשר נישט פאַרשטאַנען אָבער יעדער קען דאָך זיין נשמה און יעדער האָט געוויסט אַז צו קוקן און זען האָט עפּעס אַ געוויסער הנאה. און אָט די הנאה האָט מען אונז אויסגעלערנט איז שטרענג פאַרבאָטן. און דער וואָס האָט נישט פאַרשטאַנען ברמז האָט שוין געהערט פון די וואָס מען האָט אָנגעשלאָגן באישון לילה איבער מעשים אשר לא יעשו.

חנוכה איז געווען איבערהויפט צו דאָס אַלעס שטאַרק מסוגל. די יוונים האָבן געוואָלט מטמא זיי די ייִדן. מען האָט נישט געדאַרפט מסביר זיין וויאַזוי און עס איז גענוג געווען צו זאָגן אַז אין חכמת יוונית ליגן אַלע טומאות. די יוונים האָבן געזאָגט, כתבו לכם על קרן השור שאין לכם חלק באלקי ישראל, האָט מען איינגטייטשט אַז שור איז אַ רמז צו יוסף הצדיק, בכור שורו הדר לו, און יוסף הצדיק מיינט קדושה. אַז איינער האָט נאָך געצווייפלט האָט מען צוגעלייגט אַז די יוונים האָבן אויך געוואָלט צושטערן ברית מילה און צו דעם דאַרף מען שוין נישט אויספירן. און אַזוי האָט מען ווייטער געטייטשט וטמאו כל השמנים, שמן דאָס איז כלל ישראל, מה שמן צף על כל משקין, און אַזוי אַרום איז מען אָנגעקומען צו דער קדושה פון די ליכטעלעך, אַז נר מצוה ותורה אור און פארדעם דאַרף מען שמן זית זך ווייל שמן לויטערט אויס די נשמה און מען האָט צוגעלייגט אַ בני יששכר וועגן אור הגנוז און אויסגעלאָזט מיט דער אייבישטער זאָל העלפן...'.

די טייטשן זענען למעשה אַ מסכת פאַר זיך. אין חסידישע תורות זענען פסוקים און מאמרי חז"ל ווי אַ הענגער. יעדער ענין אָדער בחינה קען מען געפונען דערצו אַ גימטריא, צי אַ מסורה, צי אַ האָמאָנים, צי עפּעס אַן אַנדערע ווערטערשפּיל און אַזוי אַרום האָט מען אַ פאַרטיקע תורה. קיינער פרעגט נישט וואָס איז דער געדאַנק פּונקט ווי מען זוכט נישט דער געדאַנק פון אַ קראָסוואָרד פּוזעל. דער געדאַנק ליגט אין דעם ווי ווייט מען קען פאַרדרייען אַ וואָרט און ווי אַ רבי האָט געזאָגט מען דאַרף עס אַריינצווינגן אַזוי אַז דער פסוק זאָל פּלאַצן.

און אין יענע יאָרן איז מיר איינגעפאַלן צו טייטשן אַזוי.

רעות שבעה נפשי. רעות דאָס איז אַ רמז אויף די אָ ענינים ווי עס שטייט אין פסוק ויהי ער בכור יהודה רע בעיני ה'. שבעה נפשי דאָס מיינט אויך דאָס ווי דער גמרא זאָגט אין סוכה, אבר קטן יש לו באדם מרעיבו משביעו, משביעו מרעיבו.

ביגון כוחי כלה דאָס איז אויך אַ רמז אויף דעם ווי רש"י זאָגט אויף ראובן בכורי אתה, כוחי וראשית אוני. און ביגון מיינט טאַקע די עברה וואָס איז גורם צו עצבות.

חיי מררו בקושי דאַרף מען אינגאַנצן נישט מסביר זיין און ווי עס שטייט אויך אין זוה"ק אויף וימררו את חייהם אַז מען האָט עובר געווען אויף דער תורה.

בשעבוד מלכות עגלה איז נאָכאַמאָל אַ רמז אין דעם וואָס עגלה איז מרמז צו כתבו לכם על קרן השור ווי אויבן דערמאַנט.

דאָרט האָט זיך עס דעמאָלט אָפּגעשטעלט.

ווי ווייט בין איך פאַרקראָכן און וויפל זינד באַגאַנגן ביז היינט אַז עס פאַלט מיר איין וויאַזוי מען קען ווייטער פאַרטייטשן?

תגובה 1:

  1. אנונימי12/25/2014 8:53 PM

    every word a gem,and oh so true
    thanks Katle,and please don't make us wait another 3 months for your next masterpiece
    sorry for writing in english,but don't have a hebrew keyboard

    השבמחק