יום ראשון, ספטמבר 13, 2009

בראתי יצר הרע...

דער גמרא אין סוכה זאָגט נאָך פונעם רבש"ע, איך האָב באַשאַפן אַ יצה"ר, בראתי לו תורה תבלין, האָב איך באַשאַפן צו אים די תורה אַלץ אַ געווירץ. די גמרא קען יעדער ישיבה בחור פון שמועסן, שלש סעודות תורות, און חסידישע ספרים אָן אַ צאָל. דאָס גייט צוזאַמן מיטן אַנדערען גמרא וואָס מען ברענגט צו שלעפּן, אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש. מען זעצט אויפן בלעמער און די בחורים שאָקלן זיך און דרייען די פּיאות. טאָמער איז דער בעל דרשן עטוואָס פאַרגרעבט וועט ער נאָך אַריינוואַרפן דעם רמב"ם, אין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה. דאָס געט צו אַ געשמאַק צום דרשה און ציט צו די הערער וואָס שווערן זיך אַז נעקסטער מאָל דער בעל דבר קומט צו גיין וועט מען באַלד לויפן שלעפּן דער גמרא מיטן פּני יהושע און מער וועט מען נישט דורכפאַלן.

לעצטענס האָב איך געהאַט דאָס געלעגנהייט איבערצוקלרערן די גמרא און ס´איז מיר נולד געוואָרן אַ וועלטס קשיא. טאָמער ווי איך קומט אייך אַמאָל אויס צו שטיין אין קאָך און אָפּבאַקן אַ קיגל, צי אָפּקאָכן אַ לעטשאָוי, צי זיך פּרעגלן אַן איי, און ווער רעדט נאָך אַז אייער יידענע איז אַן הקדיחה תבשילוניק און איר מיזט לא עלינו ולא עליכם צושטעלן אַ גאַנצן יום־טוב, און אפילו אַז איר קענט נישט מער ווי צוגרייטן איי מיט צוויבל שבת אינדערפרי, וועט איר וויסן אַז תבלינים, צי זאַלץ צי צוקער, צי פעפער אָדער קרייטעכצער זענען זיי אַלע אַ מיטל צו מאַכן פונעם געקעכץ אַדער געבעקס אַ בעסערן מאכל און מער באַטעמטער צו עסן.

איז לאָמיר אַצינד גיין מיטן קעכערישן שירצל אָדער מיטן טלית קטן צוריקגעשלייערט איבערן פּלייצע און איבערחזרן דער גמרא בראתי יצר הרע. דער באַשעפער זאָגט איך האָב באַשאַפן אַ יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין האָב איך פאַר אים באַשאַפן תורה פאַר אַ תבלין. כּלומר, אַנו זאָגט איר אַליין דעם כּלומר, אַזוי, שאָקלט גוט צו מיטן קאָפּ, כּלומר אַז איר ווילט האָבן אַ געזאַלצענעם און אַ געפעפרטן יצר הרע מיט אלע טעמים גייט לערנען אַ שטיקל גמרא וועט איר געניסן פונעם יצר הרע אַזוי אַז איר וועט מאַכן אַ בורא נפשות מיט אַן על המחיה און עס וועט זיין להחיות בהם אין אַלע גלידער.

דעם פּשט וועט איר נישט געפונען אין שאָטנשטיין און ביי שטיינזאַלץ טאָר מען נישט אַריינקוקן, איז וועלן מיר ליידע מיזן אַביסל נוצן דעם אייגענעם קאָפּ און פרעגן היתכן? ווי קען דאָס זיין? דער תורה מאַכט גאָר געשמאַקער דעם יצר הרע?! לייענט אָבער ווייטער וועט איר אַלעס פאַרשטיין בטוב טעם ודעת.

איך בין געגאַנגן קויפן מיין טאָכטער אירע נייע ספרים פאַרן פרישן שולע יאָר. אַ חומש פון דעם דרוק, אַ סידור פון יענעם, אַ יהושע־שופטים מיט רד"ק, אַ פּרקי אבות איבערגעטייטשט אויף ענגליש און אַזוי ביזן ענדע ליסטע. דער אַרבייטור ווייסט שוין פון אויסנווייניק וואָס מיר זוכן און ווייזט אונז וווּ אַלעס ליגט. ווען איך דערמאַן אים דער רד"ק רוימט ער מיר אַריין אין אויר ´באַלד וועלן זיי נאָך דאַרפן גמרות´. מיין טאָכטער האָט זיך לאַנג געיישובט אויף וועלכער גרייס צו נעמן און וועלכער פאַרב דעקל אויסצוקלייבן. איך בין געוואָרן אַביסל אומגעדולדיק און איך האָב איר געזאָגט אַז זי זאָל זיך אַליין אויסקלייבן וואָס זי דאַרף און דערווייל וועל איך מיך אַליין אומקוקן אויף די פּאָליצעס אָנגעלייגט מיט חידושי תורה, מעשה ביכלעך, מחזורים, אלע אין די ספרים פאַרבן פון שוואַרץ, ברוין, בלוי אָדער באָרדוי רויט. אויסער מחזורים וואָס מעגן אויך זיין אין ווייס פאַר די שעשני כּרצונו´ניקעס.

מיין טאָכטערל קומט מיר ווייזן אַ פּרקי אבות איבערגעטייטשט אויף ענגליש מיטן גאונישן פּאַטענט אַז דער ענגליש לויפט פון רעכטס צו לינקס מיט ריכטונג־ווייזענדיקע פיילן. איך זאָג ´ניין´. וואָס איז? פרעגט זי באַליידיקט און צייגט אויפן גלאַנצעדיקן דעקל און דער שניי ווייס פּאַפּיר כּאילו עס איז נאָך טייערער פון אַ האַלוי קיטי ד´מינים פון אַ העפט, אַ פּאָרנדיקן בליי, שאַרפענער און מעקער. זאָג איך איר אַז ענגליש שרייבט מען ווי ענגליש פונקט ווי לה"ק שרייבט מען ווי לה"ק. און אַז די ל"ו ניקעס ווילן מקדש און מטהר זיין זייערע ענגליש ע"פּ דעת תורה כּדי מעלה צו זיין די ניצוצות און מגביר זיין דער ימין אויפן שמאל מיט אויסדרייען דער סדר אויף קאַפּויער וויל איך פאַרדעם נישט באַצאָלן. שפּעטער האָט זיך אויסגעשטעלט אַז זי האָט שוין געהאַט אַ פּרקי אבות נאָר יענער אין געשעפט איז געווען סאָוי קיוט, קליין און גלאַנצעדיק און שמעקעדיק, אַז זי האָט עס געמיזט האָבן.

האַלטן מיר דאָך אָבער אין מיטן שיעור פון בראתי יצר הרע, איז הערט אויס. מיטאַמאָל קלינגט דער גלאָק אַלץ סימן אַז מען האָט געעפנט דעם טיר פונעם געשעפט און אַריין קומט אַן אשת חיל. ברוכה הבאה. אַן אשה כּשרה פאַרשטייט זיך, עס איז דאָך אַ ספרים געשעפט און נישט וויקטאָריעס סודות, אַ נייווי בלויער היט מיט אַ שלייף אויפן זייט איבער אַ קורצן שייטל, אַ דריי פערטל לענג רעגן דזאַקעט דער זעלבער פאַרב בלוי מיט אַ פּאַסיק אַרומן טאַליע, און אַ קלייד מיט אַ תורהדיקע כאָטש נישט אַ דעת תורהדיקע לענג. דאָס הייסט נישט העכר די קני ווי אין אָפּער וועסט סייד, נישט ביים קני נוסח... לאָמיר זיי נישט מבייש זיין, זיכער נישט ביזן קנעכל כמנהג פלאַטבוש און יהודה ושומרון און אוודאי נישט אַ האַלבער אינטש אונטערן קני ע"פ נוסח באָבוב 48. פון דעסטוועגן איז עס אויך נישט געווען ביזן ליטקע ווי די באַבעס ע"ה זענען געגאַנגן. כאָטש איר קלייד איז געווען אויסגעהאַלטן לפי דעם לעצטן פּסק אינעם פרישסטן קול קורא איז עס אויך נישט געווען איר צו פאַרמיסן אויף איר מאַן און, בדיעבד, באַוווּנדערער כמוני.

בעוונותינו הרבים איז מיר נישט געלונגן בודק צו זיין די אויגן אָבער איך קען זאָגן אַז דער פּנים איז איר נישט געווען בלאַס ווי אַ בת ישראל שבת נאָכמיטאָג ווען דער פאַרב פון פרייטיק האָט זיך שוין אָפּגעריבן און פריש זיך צו שמירן איז חילול שבת דאורייתא. איך ווייס נישט וויפיל שבטי יה זי האָט שוין די זכיה געהאַט צו געבוירן אָבער די לענדן זענען איר נאָך געווען אין די ראַמן און דער פּאַסיק האָט קאָמפּלימענטירט איר שלאַנקע פיגור וואָס פיפצן שבת הגדול און שבת שובה דרשות קענען נישט דערפון צוגנבנען איר חן.

איך בין מיר פאַרטיפט אין די ספרים און איך ווייס אַליין אַז מען וויל מאַכן אַ הטוב והמטיב אויף גאָטס באַשעפעניש איז אַ ספרים געשעפט נישט דערצו הרי זה משובח. פון צווישן די שורות קען מען אפשר זען צי רגלים לדבר אין היימישע פיר־קאַנטיקע קנאַפלען, און צי די סימס וואָס זענען מוצב ארצה וראשן מגיע השמימה שטיין שטייף און גלייך כמשפט הבנות אַזוי אַז ממש מלאכי אלקים עולים ויורדים בו. דאָס אַלעס קען מען זען פון דער זייט, און בדיעבד פון אונטער די ברילן, אָבער ממש באַוווּנדערן פּנים אל פּנים איז דאָך אוממעגלעך. זי איז אַן אשה כּשרה און דערצו נישט פעהיק, און מיר זענען חסידישע יידן וואָס אויסער ערב שבת נאָכן מקוה ביי שיר השירים קומט אונז נישט אויס צו שטוינען איבער לחייך בתורים און צווארך בחרוזים און ווער רעדט נאָך פון שערך כעדר העזים שגלשו מהר גלעד. אַ ספרים געשעפט איז אויך נישט דער געראָטענסטער פּלאַץ מישטיינס געזאָגט צו כאַפּן אַ תור ובני יונה פאַר אַ קרבן שלמים.

מיט אַמאָל ברעכט איבער אַ בת קול. גלייבט מיר אויפן וואָרט, דאָס האָט נישט געקענט עפּעס אַנדערש זיין ווי דער בת קול וואָס איז יוצאת מהר חורב. אַ קול דממה דקה מיט אַ צערטליכקייט און ווייכקייט אויסגעפלאָכטן מיט אַ ברוקלינער, חסידישער, יידישער אַקסענט, ´איר האָט אפשר אַ גמרא מסכת ביצה?´ נישט בלויז דער געשעפט איז שטיל געוואָרן נאָר די בריאה האָט אויסגעלאָזט אַן אָטעם. איך זאָל זאָגן אַז זי האָט זיך באַנוצט מיטן לשון שמלאכי השרת משתמשים בו וועט איר מיינען איך בין מגזים. און איך זאָג אייך אַז מי שלא שמע אשה זו לא שמע קול אשה מימיו. קיינמאָל האָב איך נישט אַזוי מסכּים געווען צום פּסוק טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף ווי ווען איך האָב געהערט פון די אָ בת ישראל, ´מסעכטע בײַצע´.

דאָס איז אָבער נישט געווען מיין ערשטער רעאַקציע. מיין רעפלעקס האָט אָנגעצינדן אין מיר אַ רותחא דאורייתא. ´ביצה?´ אַזוי זאָגט מען? אין חכמה לאשה אלא בפלך און לערן דיך שוין אויס זאָגן ´ביעא´ ווי אַ ייד נישט ´ביצה´ ווי אַ יידענע און אַ ליטוואַק בבת אחת. דער קנאות האָט אָבער פאַרזיכט צו באַגראָבן עפּעס טיפער. דער טיפער איז געווען השמיעיני את קולך כּי קולך ערב ומראך נאוה. איר זאָגט דאָך אַזוי גוט, האָב איך איר געוואָלט צוגיין זאָגן, איז אפשר זייט אַזוי גוט און טוט מיר צוליב און פרעגט איבער נאָכאַמאָל. איר מעגט זאָגן ´ביצה´ ווייל חז"ל לערנען אונז ´כּל שהיא כּביצה ביצה טובה הימנה´. זאָגט ביצה וויפיל איר ווילט ווייל מה נמלצו לחכּי אמרתיך מדבש לפי.

פאַרשטייט איר שוין אַצינד וואָס דאָס הייסט תורה תבלין? וואָס פאַר אַ זאַלץ און פעפער דער באַנדיט האָט אַריינגעוואָרפן אינעם עבירה? איז מעגלעך צו שפּירן אַ טעם אין אַן עברה ווען מען איז אַרומגענומן מיט יחוד כהלכתה און צניעות ספרים מיט אילוסטראַציעס? אין די ד´ אמות פונעם ראשית חכמה וואָס שפּייט פייער ווי אַ דראַקאָן, פון די סי די פּאָליצעס וואָס ווערן שיער נישט פאַרברענט פון דער פּעך און שוועבל פון זייער אינהאַלט און פון סליחותן און ימים נוראים מחזורים וואָס בייגן איין דער טיש וווּ זיי ליגן אויסגעלייגט? און דייקא דאָרט ריקט זיך אָן דער יצר הרע און וואַרפט אַריין אַ קול באשה ערוה ווי דער מן מיט אַלע טעמים. די ספרים זאָגן אַז ´אשת חיל´ איז אַ משל אויפן תורה און איך האָב זוכה געווען צום משל מיטן נמשל בבת אחת. איך גאַף נאָך, גם עדותיך שעשועי, איך וויל מיך נאָר טשאַטשקן מיט דיין תורה ווייל כי טוב סחרה מכל סחורה.

יום שבת, ספטמבר 05, 2009

השקיפה ממעון קדשך

ביים לייענען היינט אינדערפרי איז מיר דורך אַ ציטער צו הערן דעם הויכן השקיפה. ביי מנחה האָט מען שוין געזרקא´ט אויף לא יאבה ה´ סלוח לו און גפרית ומלח, אויסגעלאָזט האָט מען מיטן צוגעברימטן הנסתרות און נעקסטער וואָך גייט מען שוין צו סליחות. ואני אנה אני בא?

גאַנץ ווייניק געשריבן במשך דער יאָר, געטריבן על המחיה ועל הכּלכּלה און געלט גיסט זיך אַלץ נישט בשפע, איז וואָס יאָ? אַביסל שעפשערישע נחת פון מיר אַליין וואָלט נישט געווען אַ שלעכטער זאַך, שרייב איך דאָך אָבער נישט. איז גייט מען צום יום הדין און מען מאַכט זיך אַ חשבון הנפש וואָס מען האָט אויפגעטון במשך´ן יאָר און דער שאַפער שטייט לער, די זכותים זענען נול, און די צאָל שרייבערייען זענען בדוחק אַ מנין.

וועט מען יאָ שרייבן? איז לאָמיר שוין זען עפעס אַ יידיש וואָרט. באַווייז שוין צי דיין זרוע הנטויה קען נאָך אַהערשטעלן אָדער צי דער יאָג פון שטיפן פאַפירן האָט אויסגעטריקנט און צוגעגנבעט אַלע קראַפטן. און אַז עס איז טרוקן איז לאָמיר מאַכן סתימת הגולל און זאָגן אַ לאַנגן קדיש נאָכן הדרן עלך און זיך מער נישט לייגן יעדער נאַכט און צושטערן יעדן לכו נרננה מיט ´שוין נאָך אַ טאָג, נאָך אַ וואָך, און גאָרנישט אָפגעשריבן´.

איז נישט מען שרייבט און נישט מען האָט זיך געזעגנט. איז וואָס יאָ? זאָגז´עט איר: וואָס רבונו של עולם יאָ?

שני דרכים לפניך

יאָ שרייבן אָדער נישט שרייבן.

וואָס צו שרייבן, איז אַ צווייג פון נישט שרייבן און עס פאַרענטפערט זיך אַז מען גייט אויפן צווייטן שטראָז.

יום רביעי, יוני 10, 2009

הכנה דרבה ב´

מיינט נישט מיר האָבן מיר פאַרגעסן דעם צוועק פון אונזער רייזע איבער די נתפסים על דברי תורה. מיר זענען מיר געווען שרוי בתענית און נאָכן לעקך און בראָנפן האָבן מיר גאָרנישט אין מויל גענומן. מיר האָבן ווידער געהאַט אַ שאלה צי ווען מען פאָרט קיין מזרח און מען יאָגט אָן אַ טאָג צי דאָס ווערט גערעכנט פאַר אַ באַזונדערע טאָג און מען דאַרף משלים זיין פּרק שירה. עס איז געוואָרן אַ גרויסער פּלפּול. ר´ זעליג האָט געהאַלט ביי סוס אומר און האָט נישט געקענט רעדן. מיר האָבן מיר געברענגט אַ ראיה פון יעקב אבינו ווען ער האָט זיך געראַנגלט מיטן מלאך האָט דער מלאך געזאָגט שלחני כי עלה השחר, זאָגט רש"י אַז ער האָט געדאַרפט זאָגן שירה. איז דאָך שווער ער האָט דאָך געקענט זאָגן דאָרט צוזאַמן מיט יעקב ווייל יעקב האָט דאָך אוודאי געזאָגט פּרק שירה שנאמר ויהי לי שור וחמור. והקושיא ידוע ווי קען זיין אַז דער בחיר שבאבות האָט זיך געפּאָרעט מיט אָקסן און אייזלן? אלא מאי ער האָט געזאָגט דער שירה פון אַ שור וחמור, אם כּן איז דאָך שווער אַז דער מלאך צוזאַמן מיט יעקב האָבן זיך געקענט שטעלן אין אַ ווינקל לעבן די בתי כבוד און זיך אַראָפּלאָזן די פּיאות און געבן אַ דאַוון אָפּ כּמנהג יוצאים לדרך. אלא מאי וויבאַלד יעקב האָט אָנגעיאָגט אַ טאָג ווי עס שטייט ויזרח לו השמש האָט ער נישט געדאַרפט זאָגן שירה ממילא האָט דער מלאך נישט געהאַט מנין האָט ער געדאַרפט שנעל צוריק גיין. כנלע"ד.

אַכּלל, טרעפן מיר דעם דאָלמעטשע ונתן לי שלום והחזרתי לו שלום און איך האָב באלד געהערט פונעם אַקצענט אַז דעם האָט מען געשמיסן אין היימישע חדרים. פרעג איך אים פון וואַנעט איז אַ ייד, ענטפערט ער פון טאָקיאָ. איך קוק אים אָן און ער קוקט צוריק. איך פרעג אים צי מען קען דברנען אַביסל די מלאכי חבלה זאָלן נישט פאַרשטיין, און ער זאָגט אַז עס איז נישט דאָ וואָס צו רעדן, איך זאָל זאָגן מיין דרשה און ער וועט איבערטייטשן. זאָג איך אים, פאַר דעם מיינט איר דאַרף איך אייך האָבן? איך קען דאָך רעדן אין יידיש די הערצער זאָלן פאַרשטיין. איך גיב אים צו פאַרשטיין אַז אַ גוטער דאָלמאָטשער דאַרף קענען אַביסל ממתיק זיין אויך אַז טאָמער קומן אַרויס נישט ריכטיקע ווערטער, ענטפערט ער אַז אויף ממתיק זיין זענען פאַראַן אַדוואָקאַטן און ער וועט בלויז זאָגן טייטש. זאָג איך אים אויף טייטש איז דאָ אַ בית יהודה און מען דאַרף אויך אַביסל קענען דעם פיפטן חלק שולחן ערוך. איך האָב מיך איינגעהאַלטן פון צו ניצן דעם אוראַלטן יידישע סטראַשע פון כי אם החרש תחרישי בעת הזאת וואָס האָט שוין מציל געווען גאַנצער בית החיימס, זאָנינג געזעצן און לענדלאָרדס ביי וועם דער סטים האָט זיך צובראָכן אויף ראש חודש שבט.

איך האָב אים לכּתחילה געפרעגט אין וועלכער ישיבה מען לערנט יאַפּאַניש, ענטפערט ער, ער האָט געלערנט אין קאָלעדז. פרעג איך אים צי אין האַרוואַרד, זאָגט ער אַז ניין. אַהאַ, זאָג איך אים, אָקספאָרד אוודאי. זאָגט ער, אויך נישט. איז וווּ יאָ? פרעג איך. זאָגט ער אין סיראַקוזי. זאָג איך אים, אַזוי, סיראַקוזי איז שוין אויך אויפן מאַפּע? ווער איז דאָרט דער ראש ישיבה? ער האָט ניטאַמאָל געשמייכלט. אַזוי גייט עס מיט די יידן. זיי מיינען זיי ווייסן שוין עפּעס קענען זיי שפּעטן פון יראי השם. נו, אויף נישט צו זיין אַ משורר, זאָג איך אים, האָסט דו דאָך שוין געקענט גיין אין סלאָבאָדקע. איך האָב געוואָלט מוסיף זיין, דיין גאַנצע דאָלמעטשריי ווייסט דו פון טייטשן תנו רבנן ביים רבין איז וואָס ווערסט דו אַזוי קליג? איך האָב אָבער מורא געהאַט אַז ער קען נאָך אינטערשטעלן אַ פיסל און להכעיס שלעכט איבערטייטשן. אויף אַזאַ עוכר ישראל קען מען זיך נישט פאַרלאָזן. ערגער נאָך ווי אַ גוי וואָס ווייסט אַז פאַר אַ ייד מיט אַ ברייטער קאַפּעליטש און אַ לאַנגער באָרד האָט מען דרך ארץ. איך האָב אָבער געשוויגן. איך האָב געזען אַז מיט דעם מומר להכעיס וועל איך קיין שפּראַך נישט האָבן. ווען ער זאָל זיין אַ בן אחר בן פון נבוכנצר וואָלט איך פון אים מער געהאַט און דאָ איז דיני נפשות פון דריי בחורים ואני אנה אני בא.

ווי דער כּהן גדול איידער יום קדוש הוא פורש והם פורשין, מיר האָבן זיך פון אים אָפּגעשאָקלט און די אַרומיקע עסקנים האָבן שוין פאַרשטאַנען אַז מען דאַרף אַביסל שמירן. מיר האָבן זיך איסגעדרייט צו קישן דער פּרוכת ווי מיר טון אַלץ פאַר אַ דרשה און מיר האָבן געכאַפּט אַז מיר שטיין נישט דאָ שבת הגדול אין שיל צו פשטלן אין ועצם לא תשברו בו נאָר אין אַ בי"ד הגדול להבדיל און יעדעס וואָרט וועט מען מעסטן. אַ ציטער האָט מיר אָנגעכאַפּט ווי ביי זוחלים ורועדים מאימת בואיך. באותו שעה איז שטיל געוואָרן אין געריכט ממש ווי ווען אַ רבי קומט אַריין צום טיש. אַלע האָבן זיך אויפגעשטעלט כאָטש מען האָט נישט געזינגן שאו שערים ראשיכם און נישט ימים על ימי. די אַדוואָקאַטן האָבן זיך אויסגעלייכט די קראַוואַטן, די חסידים האָבן זיך צוגעצויגן די גאַרטלעך און זיך אויסגעגלעט די בערד און דערלאַנגט אַ דריי אינעם פאה. אַ טיר האָט זיך אויפגעמאַכט אַ טיר און ויבא, דער שופט איז דאָ.

תוך כּדי דיבור אָן אַ יעמוד, אָן אַ ברשות, רופט מען אונז אויף און מען איז אונז מכבד מיט אַפּאָר ווערטער. מיר האָבן פאַרזיכט זיך שמייכלן מיטן ריכטער אָבער ער האָט געקוקט ערנסט און אָנגעצויגן ווי ביי אַ שבעה פון פינף יתומים און זעקס פאָטאָגראַפירערס שטוּפּן זיך צו כאַפּן טרערן פאַרן שנאָרער בראָשור. דער דאָלמעטשע האָט ניטאַמאָל אויפגעהויבן די אויגן.

מיר האָבן מיר געשפּירט אַז עיני כל ישראל ווענדן זיך צו אונז און מיט אוזנזער דרשה דאַרפן מיר מציל זיין די אַלפרעד דרייפוסן און מנדל בייליסן פון איין און צוואָנציקסטן יאָר הונדערט. שפתי מרחשין, מיר האָבן געזאָגט ר´ נחוניה בן הקנהס תפלה, אַ יהיו לרצון מיט אַ ה´ שפתי תפתח, אַפּאָר שטיקלעך פון היה עם פפיות און צוגעגאַנגן צום שטענדער און אָנגעהויבן צו רעדן. געדברט מיט אַ ויאמר אַז דער געריכט האָט געדינערט מיט אַ קול רעש גדול ווי אין פּסוק שטייט.

אויפן דרשה אַליין בלי נדר וועלן מיר באַלד קומן צום וואָרט.

יום חמישי, יוני 04, 2009

יהללך זר...

שמעתי מאחורי הפרגוד

הכנה דרבה א´

מורי ורבותי!
מיר האָבן מיר געזאָגט אַז מיר וועלן אַראָפּלייגן אַ פאַטיידיקונגס דרשה און אפשר פּרעה איז אַ גוזר ואינו מקיים אָבער ביי אונז איז אומר ועושה, געזאָגט און געטון. ברם דא עקא אַז אָפּשרייבן אַ דרשה פאַר יענעם צו דרשנען איז נישט קיין לייכטער זאַך. פונעם פּרעזידענטס דרשהס האָבן מיר שוין אַלע געהערט אָבער ווער עס שרייבט זיי פאַר אים ווייסט איר אויך? משה רבינו איז געווען אַן עניו האָט ער געזאָגט מחני נא מספרך, מיר זענען אָבער נישט אין דער מדרגה ממילא זענען מיר אַליין אַראָפּגעפאָרן קיין יאַפּאַן און אַראָפּגעלייגט אַ דרשה, הערט איר, אַז וינועו אמות הסיפּים. דער קטיגור אַליין איז שיער נישט געוואָרן אַ סניגור. און דאָס איז בעניוות גערעדט.

אָבער וואָס האָבן מיר דאָ צו זאָגן אַן עלינו לשבח אויף זיך אַליין? מיר וועלן מיר אַראָפּלייגן דער דרשה און ירא הקהל וישפוט. זאָגט איר מיר צו איר וואָלט נאָך אַזאַ דרשה נישט באַפרייט די בחורים און זיי אהיים געברענגט בתפּים ובמחולות? צי איר וואָלט נישט אויך געשוווירן אַז זיי האָבן נישט מער געוואָלט ווי טון חסד און אַרויסהעלפן אַ ייד פירן ספרים קיין יאַפּאַן? מיר מיזן אָבער דערציילן וואָס איז געווען ביזן דרשה. ווי איר ווייסט אַז אַ ייד פאָרט אַרויס פון זיינער ד´ אמות ווערט ער באַלד אַ בנימין טאָלידאַנער און דערציילט אַזוינע וווּנדערלעכער זאַכן פון די פכים קטנים ביזן סמבטיון און די עשרת השבטים וואָס ער האָט אַלץ אָנגעטראָפן. וואָס ער האָט געשמועסט מיט גוי וואָס איז געזעצן לעבן אים אויפן עראָפּלאַן, ´זייער אַן אַנשטענדיקן ערל´, אין וועלכן פון די הרי חושך ער האָט געטראָפן נאָך אַ חסידישער ייד, ´נישט צו גלייבן וווּ יידן קומן אַלץ אָן´, און ועל כּולם דער קידוש השם וואָס ער האָט געמאַכט און דרך אגב אויך מסביר געווען פאַרן וועלט סאַראַ גן עדן מדינת ישראל איז און ווי מען טאָר נישט גלייבן וואָס מען לייענט וועגן איר אין דער מידיע. איז דאָך כּל שכּן אינעם ווייטן מזרח וווּ די אבות הקדושים האָבן נישט געטרויטן און די תּלמידי בעל־שם האָבן נישט אָפּגעראָכטן גלות קען מען מאַכן משנה הבריות אויף יעדן ווינקל און זינגן נפלאות הבורא אויפן פינף שטערנדיקן האָטעל.

אָנקומנדיק קיין יאַפּאַן האָט אונז אָפּגעוואַרט אַן עולם אינעם לופטפעלד. די חסידים האָבן אַלעדיקט אַז מיר זאָלן נישט דאַרפן דורך שפּאַצירן דעם טערמינאַל וואָס ווי יעדער ווייסט איז נישט פאַר א´ קלאַס רביס. זיי וואַרט מען אָפּ מיט אַ קאַר ביי די שטיגן פונעם פליגער מיט אַ מנין. פּאַספּאָרטן און אימיגראַציע בדיקות דאָס איז פאַר טשערנאָבלע און סטריקעווע רביס. אמתע עובדי השם אָבער שטיין נישט אין אַ ריי און חלילה אַזוי אַרום מסיח דעת זיין פונעם שויתי. אינגאַנצן אומערהערט איז חלילה אָפּצוגעבן דין וחשבון מאין באת ולאן אתה הולך פאַר אַ היום־כּאן־ולמחר־בקברניק. און ווער רעדט נאָך אַז זיי וועלן אַ פרעג טון צי מען וועט פאַרדינען און מען וועט זיך מיזן יישובן צו טיילן ישועות פאַרן פּרייז פון אַ פּדיון הייסט געאַרבעט און צי מען מעג משנה זיין משום דרכּי שלום.

אַרויסקומענדיק פונעם לופטפעלדיקן גיהנום האָבן מיר געמוסרט די חסידים פאַרוואָס די טאָקיאָער לעמפּ בליטשקן אַלע. בדרך כּלל זענען מיר נישט מקפּיד און פאַרקערט עס איז אַ קידוש השם אַז דער וועלט זאָל זען אַז כּלל ישראל האָט צדיקים וואָס עס איז כּדאי פאַר זיי אָנצוצינדן דריי טיץ זעכציק וואַט לעמפּ און מקריב זיין פאַר זייערטוועגן אַביסל אַרקטישער אייז אויף כּבוד שמים. ווער האָט נישט געטראַכט ומי כּעמך ישראל ווען דער פּויפּסט האָט באַזיכט דער הייליק לאַנד און זיינע חסידים האָבן ביים אכסניא נישט אויפגעהאָנגן געשניצטע לייבן מיט זה השער לה´ צווישן די ציין? די קאַטאָליקן מיינען זיי וועלן אָפּשמדן יידן. פרעג איך אייך וועלכער ייד ווערט נתפּעל פון אַ רבי וואָס מוצאי שבת האָט ער אפילו נישט אַ באַגלייטן און ווער רעדט נאָך פון פאַקלן? דאָס מאָל אָבער האָבן מיר געבעטן די עסקנים אַז מחמת עין הרע און למה תתראו זאָל מען נישט אַרויסנעמן די אויגן ביי די גויים און נישט מאַכן קיין טראַסק. עת צרה היא ליעקב, אומשולדיקע בחורים זענען אין געפענגעניש על לא דבר און מען דאַרף נישט פייערן מיט לעמפּ. ממילא האָבן מיר געהאַט חלישות הדעת כאָטש עס איז שווער זאָגן פאַר חסידים אַז זיי זאָלן זיך נישט פרייען מיט זייערס אַ רבי.

מיר זענען אַוועק אין אכסניא און נאָך מעריב געגעבן לעקך און בראָנפן. לחיים האָבן מיר געהאַט בשפע פון דער מיני באַר וואָס איז ווי מן אין דער מדבר און וואָס מען חלומט זיך נאָר איז דאָרט פאַראַן. עס האָט אויך שטאַרק געהאָלפן צו מאה ברכות. ר´ זעליג דיין איז מיטגעקומן און מיר האָבן אים געפרעגט צי אויף פּדיון שבויים מאַכט מען אַ ברכה. ער האָט געזאָגט אַז ניין ווייל עס איז תלוי בדעת אחרים און ממילא אַז מען וועט מאַכן אַ ברכה און מען וועט זיי נישט באַפרייען קען ווערן אַ שאלה פון אַ ברכה לבטלה. מיר האָבן אים באַלד אָפּגעפרעגט פון פּדיון הבן און פּדיון פּטר חמור. וואָס וועט זיין אַז דער חמור לאָזט זיך נישט פּודה זיין? וועט זיין חלילה לבטלה דער ביטול תּורה פון פינף־און־ניינציק פּראָצענט פון די גדולי ישראל וואָס נעמן זייערע שעפּסלעך און מאַכן פון זיי אייזלן און דערנאָך לייזן זיי אויס די אייזלן בשם ומלכות און אַ פּאָר גראָשן שכר בטלה, אתמהה? אַזוי אַרום האָבן מיר געזאָגט המפּיל און איינגעשלאָפן מתוך דברי תורה.

ויהי בבוקר און באַלד נאָכן דאַווענען איז געקומן דער דרייווער וואָס האָט געצאָלט אַ הון תועפות צו האָבן דער זכייה צו קענען זיין מרכבתו של אותו צדיק און מיר זענען מיר אוועק אין די ערכאות וווּ מיר צדיקים זענען בקי ווי שמואל אין די געסלעך פון נהרדעא. אויך דאָרט האָט מען באַלד אויפגעמאַכט אַלע טויערן בבחינת מלך פורץ גדר. דער קאַר איז אַריינגעפאָרן לפני ולפנים און זיך געשטעלט איינס הינטער דער קאַר פון דער ראש השופטים. איך האָב באַלד געזאָגט פאַרן דרייווער אַז דאָ זעט מען דער אהבת ישראל פון די יאַפּאַנער קעגן דער שנאה פון די חילונים. אין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר האָבן זיי נישט צוגעלאָזט צום ציון פונעם תנא אלקי בתוך צוויי טויזנט איילן אפילו בעלי מקובלים וואָס האָבן גילוי אליהו פאַר פרישטיק, און דאָ במדבר בארץ לא זרועה וואָס עס איז שווער צו טרעפן אַ מקוה טהרה פונדעסטוועגן ווייסן זיי וואָס דאָס מיינט תן כבוד לתורה.

מיר האָבן נישט געהאַט אַ סאַך צייט כאָטש מיר האָבן מיר געהאַט בטחון אַז מען וועט פאַר אונז וואַרטן. דער עולם איז אָבער אַרויפגעלאָפן דריי שטיגן בבת אחת. מיר האָבן זיך געדאַרפט ערשט טרעפן מיטן דאָלמעטעשע וואָס וועט איבערטייטשן אונזערע דברות קודש פון יידיש אויף יאַפּאַניש בבחנת משה ידבר והאלקים יעננו בקול און נתתיך אלהים לפרעה ואהרן אחיך יהיה נביאך. איז ער שוין געווען איין מאָל אַ נביא.

יום חמישי, מאי 14, 2009

שלשה מי יודע?

...שלשה אני יודע. דריי זענען די יאַפּאַנע בחורים, צוויי זענען די סאַטמאַרע/באָבאָווע/סקווערע/בעלזע/גערע רביס און (איינער) [קיינער] איז אַ פאַרברעכער, אַ פאַרברעכער איז קיינער. אוי מה אדבר מה אספר אוי וויי טאַטע זיסער...

שוין דריי פערטל יאָר דרייט זיך איבער אַ וועלט. מען האָט אַנגעשׁפּאַרט דריי בחורים פאַר שמוגלן נאַרקאָטיק. נו מאי כּולי רעש? וועט איר פרעגן. וואָס קומט זיי? אַ שישי? מפטיר יונה? אתה הראית? אַז איר פרעגט אַזוי דערקענט זיך באַלד אַז איר פאַרשטייט אינגאַנצן נישט דעם עסק. איז לאָמיך אייך מסביר זיין. דוד המלך האָט שוין געזאָגט מוציא אסירים בכושרות. זאָגט רש"י און אַנדערע מפרשים, גאָט טוט ערפונדן כּשרע געפאַנגענע. שווער צו גלייבן אַז אַ ייד וואָס זאָגט יעדן אידנערפרי מתיר אסורים זאָל זיך טרעפן הינטער קראַטעס אָבער אַז דוד המלך זאָגט מיז מען גלייבן.

איז להוי ידוע אַז די בחורים זענען אוודאי כולן שווין לטובה. אילו זכינו איז יעדער פון זיי ווען ער ווערט אַ חתן אַנשטאָט פאָרן קיין יאַפּאַן, וואָלט ער געווען דער בעסטער בחור אין ישיבה, אַן אויסערגעווענדלעכער בעל מדות אויפן צינג פונעם שדכן, ´איך וואָלט אים אַליין גענומן ווען איך האָב נאָר אַ טאָכטער´ ביים אויסקומף, ´הבחור החתן המופלג בתוי"ש´ אויפן חתונה קאַרטל, ´אַ זיידענער יונגערמאַן´ ממחרת יום החופּה ביים שוויגער און ´היז רילי קיוט´ ביים אשת חיל. ועכשיו שלא זכינו זענען זיי נישט מער ווי פשוטע טינאייז´ערס צו די וואָס ווייסן נישט אַז מיט אַ קאַפּעליטש און רעקל איז גאָרנישט פּשוט, און ומפּני חטאינו זענען זיי צו דער יאַפאַנער און יעדער אַנדערע יוריסטישע סיסטעם פאַרברעכערס פונעם ערשטן ראַנג און מען מיז זיי נעבעך אינזינען האָבן ביי אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה נאָך די היימישע צייטונגן דערציילן אַז זיי שרייבן חידושי תורה מתוך הדחק.

לאָמיר מאַכן קלאָר איידער מיר לאָזן זיך אַריין אין די ענינים וואָס כּלל ישראל פאַרגיסט שוין דערויף עמערס מיט טרערן, האַלט אין איין אויסזאָגן פּרק שירה און מאַכט אָן אַ שיעור ברכות פּאַרטיס. דערווייל זענען צוויי פון די דריי נאָר באַשולדיקטע און חייב האָט מען געפונען בלויז איינעם. און אפילו דעם איינעם איז אויך נישט געווען מיט צוויי כּשרע עדות און התראה און עס איז סך הכּל לויט פּסולע עדות, יאַפּאַנישע משפטים בל ידעום און ערכּאות וואָס קערן זיך צו אונז גאָרנישט אָן. אויסער ווען עס רעדט זיך פון הייליגע יידן וואָס זיי האָבן דיספּענסאַציעס וואָס קומט מיטן געבורט און אַ כתב יחוס ביז רש"י הקדוש, ר´ יוחנן הסנדלר ולמעלה בקודש, וויבאַלד דער וואָס איז חולק אויף זיי איז כּאילו חולק על השכינה און יידישקייט אַליין איז אין אַ געפאַר. ועל זה נאמר עת לעשות לה´ הפרו תורתיך, דער בעסטער תירוץ פאַר צושטערן דער תורה איז עת לעשות לה´.

אָבער צוריקרעדנדיק צו די יאַפּאַנע געזעצן און געריכטן, ווייסן מיר אַז זייערע חייב איז נישט חייב, פטור נישט פטור, אסור נישט אסור און אַלעס איז מותר. על אחת כּמה וכּמה ווען מיר רעדן דאָ איבער די יאַפּאַנע קרבנות, אָדער אפשר גאָר קטורת, וואָס זייערע תמימות איז אַזוינס אַז עס איז שווער צו שילדערן. איך מיין אַז איך וועל אייך זאָגן אַז זיי ווייסן ניטאַמאָל ווער דאָס איז חנה מאָנטאַנאַ וועט איר אפשר אָנהייבן צו פאַרשטיין אפס קצהו פונעם אומגליק. קענט איר האָבן אַן אַנונג פאַרוואָס האַלב כּלל ישראל איש וביתו זענען שוין געווען אין יאַפּאַן שתדלנען פאַר די בחורים. וועט איר האָבן אַ פּינטל פון אַ השגה פאַרוואָס מען האָט געדאַרפט מסביר זיין פאַרן ריכטער וויפיל חסד בני ברק פאַרמאָגט און ווי תמימותדיק און סאַראַ בעלי מדות די בחורים זענען. ווען מען וואָלט זיי געזאָגט טראָגן דעם פּעקל צום כּותל מערבי וואָלטן זיי אויך געגאַנגן איז אַ שאלה פאַרוואָס זענען געפאָרן קיין יאַפּאַן וווּ דער שכר הליכה איז פיל מער?

און דער אדון בפקדך האָט עס אַלץ נישט געכאַפּט. וואָס ווייסט ער פון חסד? נאָך אין יאַפּאַן וווּ מענטשן אַרבעטן און אַ האַלבער שטאָט גייט נישט נאָך געלט פאַרן צווייטן האַלב. וווּ מאַכן חתונה איז נישט קיין תירוץ פאַר דער פאָטער אַרומצופאָרן דער האַלבער וועלט. זאָל ער פאַרשטיין דער חסד פון אַ שטאָט וווּ יעדער זאָרגט אַז זיין שכן זאָל חלילה נישט זינדיקן?

גיי זיי דעם ריכטער מסביר אַז מען האָט די בחורימלעך געזאָגט אַז זיי טראָגן אַן ערשטן דרוק פונעם באַרדיטשעווער סידור און אַ כּתב יד פון דער באַבע אדל וואָס אויף די זאַכן זענען דאָ געוואַלדיקע קופצים פון אָסאַקאַ ביז נאַגאַסאַקי. ערקלער אים אַז אַ מקשה לילד אין קיאָטאָ האָט זיך גענויטיקט צו לייגן אונטער איר קישן אַ נועם אלימלך דפוס לעמבערג. און אַז בדיעבד האָבן זיי אויך געדאַרפט שפּעזן צו פאָרן קיין מעזביז און זיי האָבן זיך מיטגענומן די עשבים וואָס דער בעל שם האָט מעלה עשן געווען אינעם לילקע בפניא דמעלי שבתא און זוכה געווען צו עלית נשמה. (ובדרך צחות אפשר לפרש מה שפירש רש"י אצל אברהם אבינו ע"ה, בחזרתו פרע הקפותיו. כי אברהם אבינו הבריח הגבולות וטמן בתבה דברים כדי להעלימם מן המוכסין ונתעשר מזה ובחזרתו פרע הקפותיו ושפתים ישק). איז גיי זיי דאָס אַלעס מסביר פאַר אַ יאַפּאַנער. וואָס ווייסט ער פון חסד? חסד לאומים חטאת.

ובכן לייענענדיק דאָס וועט איר זיך קלערן, ´קטלא, ביסט אַ גרויסע מויל מאַכער לאָמיר זען וואָס וואָלסט דו געזאָגט פאַרן ריכטער? צולייגער וואָס דו ביסט. קריטיקירן קען איך אויך. לאָמיר זען דו פאָר אַוועק פון קינד און קייט וווּ מנין און כּשרס איז נישט בנמצא אויסער אין אַ חב"ד הויז מיט ´יחי´ס אפילו אין בית הכּבוד. נו, גיי דו טו עפּעס אויף. מיינסט אַלעס איז לצנות?´ ממילא כדי להוציא מלבן של צדוקים האָבן מיר טאַקע צוגעגרייט אַ פאַרטיידיקונגס דרשה וואָס סיסערוי וואָלט זיך מיט דעם גערימט און ווען מען זאָל עס האָבן געדרשנט אין סיילעם וואָלט מען אוודאי נישט פאַרברענט די מכשפות און אי"ה אינעם קומענדיקן נומער וועלן מיר עס דאָ פּובליצירן. והריני מוסר מודעה אַז כּל הרוצה ליטול את השם יבא ויטול. איך בין מסכּים מען זאָל עס אויסלייענען אין געריכט אפילו אָן צו זאָגן בשם אמרו אַבי מען זאָל קענען מסביר זיין פאַר יאַפּאַנער אוירן דער יחוס פון די חנניא מישאל און עזריהס פון אונזער דור יתום ויצא גזר דינם לטובה ולאור משפטם. אמן.

ובזה אבא על החתום,
הקטן קטלא קניא

יום שבת, מאי 09, 2009

"נעשה אדם" - נאמר בעבורך

לייענענדיק פאַר מיין זין די מעשה מיט ר´ שמעון בר יוחאי איז מיר איינגעפאַלן צוויי שאלות. איינס פאַר אַ ניוטרישעניסט און איינס פאַר אַ דערמיטאָלאָגיסט. דער ערשטער איז צי אַ מענשט קען לעבן אויף באָקסער און וואַסער צוועלף יאָר? והשנית, צי זיצן צוועלף יאָר אין זאַמד שעדיקט נישט דער הויט?

יום שני, מאי 04, 2009

ואת החזיר

שלום בערגער איז מציע פאַר דער יידישער וועלט אַז איידער זיי שרייבן וועגן שוויין פלו וואָלט געווען אַן ענין זיי זאָלן עפעס וויסן פונעם נושא. כדי ליישב את הארי וועל איך זאָגן אַז זיי שרייבן סך הכּל נאָך וואָס טויזנט אַנדערע שרייבערס האָבן געשריבן און דער פאַניק האָבן זיי נישט געשאַפט. דאָס איז אָבער פון אויבן אויף.

דער אמת איז אָבער אַז מיר היימישע יידן זענען נישט ממש נתפעל געוואָרן פון סוויין פלו באַלד אין אָנהייב. אמת, עס האָט דערגרייכט ביז דרום אַמעריקא, אייראָפע און אפילו ארץ ישראל. אָבער דאָס איז נישט פון די זאַכן וואָס בדרך כּלל אינטערסירט צו פיל אַ היימישער ייד און אַ ´השם ירחם´ מיט אַ ´לא עלינו´ קענען עס געווענדלעך אָפפטרן. ואם תאמר אַז אירע אין ניו יאָרק האָבן עס באַקומן? נו, איך מיין דו קענסט נישט אַ פסוק חומש ולכל בני ישראל היה אור במושבותם? און וועלכער קינד אין חדר ווייסט נישט פון מכּת דם אַז די מצרים האָבן געקויפט וואַסער ביי יידן, ממילא וואָס איז דען דער חידוש? מיר האָבן הבטחות פון זיידעס, און פאָרן פון ליזענסק קיין אומאַן דורך מיכלשטאַדט און מירון ממילא אל תירא עבדי יעקב, אל תירא תולעת יעקב און אנכי מגן לך. איך מיין איידס האָט מען אויך געזאָגט אַז עס וועט אויפעסן דער וועלט און ווי כנים אין מצרים האָט זיך עס אָפגעשטעלט ביי די היימישע זיפ קודס. ממש ווי די מופתים פון די שמטה פאַרמערס וואָס זען בעין דער ברכה קעגן זייערע שכנים, אַזוי זענען די כל המחלה אשר שמתי במצרים בל יראה ובל ימצא ביי די מדקדקים בקלה כבחמורה. און דאָ איז דאָך דאָ אַ קל וחומר בן בנו של קל וחומר ווייל מיר עסן נישט בשר חזיר כי מפריס פּרסה הוא והוא גרה לא יגר און מיר האַלטן אין חודש אייר וואָס איז ראשי תיבות אני יי רופאך.

דער חורבן איז אָבער נאָר אַז עס האָבן באַקומן, צי מען האָט נאָר אַזוי געזאָגט צי טאַקע, צוויי בחורים פון מירער ישיבה. מורי ורבותי, עלה המוות בחלוננו, בא בארמנותנו און דער מלאך המוות חשקט זיך אויך אָן אין די ווייסע העמעדלעך און שוואַרצע קאַפעליטשן. אָ, דאָ איז שוין ביטער ווי גאַל. זאָל זיין אַז די מבינים זאָגן אַז עס איז עטוואָס לייכטער פאַרשטעקט צו ווערן אויפן די באַן ווי פון אַ היימישן האַפּשו פונעם צווייטן זייט ים הגדול, אָבער וואָס ווייסן מבינים? דו מיינסט זיי ווייסן אַזויפיל? זיי זאָגן אַז דער וועלט ווערט וואַרעם און פונדעסטוועגן שרייען די קוטשמע סוחרים נישט פאַר קיין ביילאָויט. אָבער אַז היימישע בחורים כאַפן עס איז אַ גאַנץ אַנדער מעשה. ס´איז משלנו און מיר דאַרפן זיך פאַרבינדן מיט די היימישע דאָקטורים און איינרייסן וועלטן.

אָבער ווי נישט ווי בכל עצב יהיה מותר, אָדער ווי די גויים זאָגן יעדער וואָלקן האָט אַ זילבענער אונטערשלאַק. אַן אמתער ירא את דבר ה´ האָט אויך געשפירט אַ שטיקל נחת רוח, אַ סאָרט געפיל אַז הגם שאול בנביאים, מיר זענען אויך פון די מי ומי ההולכים. פאַרלאָז דיך אויף יידן אַז עס איז עפעס דאָ אויף דער וועלט צו באַקומן זענען זיי נישט ווייניקער מחותנים ווי אַ צווייטן. מיר זען אפשר אויס אַנדערש אָבער עס פעלט אונז גאָרנישט. מיר קומן מיר איבעראַל אָן. און נישט נאָר מיר קומן אָן מיר קענען אפשר קונה זיין דער גאַנצער מעשה מיט צוגעבן אַ נאָמן. מאַכן אַ מי שברך, טוישן פון חזיר צו מעקסיקע, און צומישן דעם בעל דבר ווי ערב ראש השנה מיטן שופר וישמעו העם ויראו אַז פון אַ חזרישן פלו קען מען אפילו א שטריימל מאַכן.

יום חמישי, אפריל 30, 2009

מצא אשה מצא טוב

שלום עליכם! מזל טוב! מזל טוב! פשׁי יאַ, אַזאַ גאַסט! אַ לאַנגע צייט זיך שוין נישט געזען. אַבי מען טרעפט זיך אויף שמחות. נו, וואָס מאַכט מען עפעס? די קינדער? אַ! געלויבט דער פון אויבן. ביי וויפיל האַלטסט דו שוין? אַזוי, פיר, נו, דער אייבישטער זאָל ווייטער העלפן. חיים ברוך איז אויך געקומן? וואָס איז? איך האָב געהערט עס גייט אים שווער. אַזוי געפערליך איז טאַקע? נו, מי שאמר לחומץ וידליק... דאָס איז דיינס? קניינעהאָרע, אַזוי געוואַקסן, אין וועלכער ישיבה לערנט ער? וועלכער מסכת לערנסט דו? אַזוי, האיש מקדש, איז זאָג, אין שליח לדבר עבירה צי יש שליח לדבר עבירה? און פון וווּ לערנט מען עס אַרויס? קענסט דאָך יאָ, אותו הרגת בחרב בני עמון. שוין, און אַזוי עפּעס אַנדערש? ביסט געקומן מיט דיין ייִדענע? ביי וועם ביסט דו נאָר אַן איידעם? יאָ, איך געדענק שוין, דו האָסט אַ שוואָגער וואָס הייסט מנחם לייב, ניין? אַ, יאָ, מנחם יודל, וואָס מאַכט ער עפּעס? קינדער? פּרנסה? ער האָט אַ זין מיין איך. ער האָט שוין אַ שידוך געטון? מען האָט אים אָנגעטראָגן פאַר מיינס אַ פּלעמעניצן. איך ווייס נישט וואָס עס דערפון געוואָרן. ער, גדליה נוסבוים האָט זיך מיט דעם געפּאָרעט. ניין, ער איז נאָך נישט אַ חתן? זי אויך נישט. נו, אפשר קען מען עפּעס מאַכן. מען זאָגט ער האָט נעבעך דער מחלה וואָס דער בלוט שטעלט זיך נישט אָפּ. איך הער ביי זיין ברית איז געווען לעבעדיג. נעבעך. נעעעע בעעעך. השם ישמרנו. איך וועל דיר זאָגן, זי איז גאַנץ אַ פיינע זאַך. זי הינקעט אַביסל און זי האָט אויך אַ רויטע צייכן אויפן פּנים. יאָ, שוין פונעם געבורטס. אַזוי, ער איז שוין איין און צוואָנציק? שוין, אַז מען רעדט שוין, אין אָנהייב האָט זיך מיין שוואָגער געוועלט. וואָס האָט ער געמיינט וועט ער שוין טרעפן? אַ האַלבערשטאַם וועט אים נישט נעמן. יעצט ווייסט ער שוין וואָס ער האָט... איך מיין מען קען עפּעס דעריבער טון. איך וועל בעטן מיין רביצן רעדן מיט איר שוועסטער. דאָס מיידל איז שוין דריי און צוואנציק נעבעך. אַזוי זיך צו מישטען. דו מיט דיין יידענע קענען איר אָנקוקן. איך בין זיכער מיין רביצן קען עס אלעדיגן. איך מיין אַ רויטע צייכן איז נישט קיין מעלה אָבער דער עיקר איז אַז זי איז אַן אויסערגעווענטלעכע בעל מדות טובות. ווען אונז דאַרפן בייביסיטינג אָדער סתם אַ טובה איז זי תמיד די ערשטע. ווייסט דאָך שקר החן והבל היופי. איך האַלט עס קען זיין גאָר אַ גוטע זאַך. שוין לאָמיך גיין זאָגן מזל טוב פאַר די מחותנים. ביז ווען ביסטו דאָ? ווי שטייסט דו איין? איז וועלן מיר רעדן.