כּמו-איבערזעצונג* פון דער גט פון 'שפּיצל שטרימפּקינד'
(רעדאַקטירט פון דער מחבר)
געדענקסט פלעגסט ליב האָבן צו זען ווי איך טו אויס מיינע רינגלעך? האָסט געזאָגט אַז מיין גאַנצע עקשנות קומט אַרויס ווען איך צו זיי אַראָפּ. האָסט עס מיר געזאָגט קוצעניו־מוצעניו, מיט אַ ליבעדיקע שטעכל ווען צווישן קידוש און נטילת ידים האָסט דו צוטיילט מיינע פאַרשווייצטע הענט און מיר אַראָפּגעגליטשט דאָס גאָלדענע קידושין רינגל פונעם פינגער.
געדענקסט עס נאָך אַצינד וווען מיר שטיין אין בית־דין שטיבל און מען הייסט מיר אויסטון מיינע רינגלעך און איך לייג זיי אַראָפּ אויפן רבס טיש, מיין פּנים ווייס ווי מיין כּלה קלייד? זעסט ווי מיינע הענט ציטערן, ווי מיין פאַרעקשנטע פעסטקייט גוססט מיטן טויט פון אונזער קשר של קימא? דו זעסט ווי מיינע פינגער, נאַקעט פון דיין גאָלד, לעכצן זיך מיט דיר ווידער צו פאַרקניפּן?
דיין גלאַטן פּנים מיט וואָס איך האָב חתונה געהאַט איז פאַרשטעלט מיט אַ באָרד און פון מיר אַוועקגעדרייט צו דיין טאַטע און דיינע ברידער. מיט זיי שמועסט דו מיט אַן ערנסטן פּנים. שטייסט מיט דיין גאַרטל איבער דיין לאַנגן רעקל כּאילו גייסט אויף אַ שמחה, זען אַ באַאַמטע אָדער שליסן אַ געשעפט. אָדער אין בית דין מיר צו גטן. נאָך האָסט מיר געהאַלטן אין דיינע אָרעם און מיר האָבן צוזאַמן באַשאַפן אַן עופעלע, אָבער איצט גייסט דו מיר מאַכן פאַר אַ פרעמדע, אויס דיינס. ווי נעכטן איז עס ווען האָסט אָנגעטון דעם קאַפּעליטש צו צינדן חנוכּה לעכט און געזינגן מעוז צור מיט אונזער בייבי אויף דיין שויס און די ליכטלעך האָבן געבלישטשלט אין דיינע אויגן. אָבער איצט וועסט דו מיר נישט אָנקוקן. איך בין שוין פרעמד. ווייט ווייט פון דיין טרייסטיקן אָנריר, אין אַ פאַרפּלאָנטערכץ דורך טויזנט פיצלעך פון מיין צובראָכן האַרץ, אַ לאַנגן מרחק אין מיין פאַרעקשנטן גהינום, אַ קריעת ים סוף וואָס פירט אונז ביידע טיף אין אָפּגרינד אַריין.
דער רב בעט מיר בודק זיין מיינע הענט זיכער מאַכן אַז איך האָב אַלעס אַוועקגעשטעלט. איך מאַך פאַר דיינעטוועגן די לעצטע בדיקה, נישט צו ציילן אויפן צוקונפט צו זיין מיט דיר נאָר אויף אַ פאַרגאַנגנהייט וואָס וועט מיר שטענדיק באַגלייטן. עס איז אַ מנהג איך זאָל ביי מיר גאָרנישט האָבן פּונקט ווי ווען מיר האָבן חתונה געהאַט. אָנקומען נאַקעט און אַוועקגיין מיט גאָרנישט בלויז מיטן זיגל פון אַ גרושה, אַ פאַרשיקטע פונעם מאַן.
דער רב שטעלט אויף מיר זיינע אויגן אָבער דיר איז דאָס אויך צו פיל. דער מיטלייד אין זיינע אויגן קען נאָך צושמעלצן מיין צושמעטערע האַרץ און מיין אומעט וועל איך זיי נישט לאָזן זען. אין דעם אבל שטיב אינעם שיל אויף דעם מרה שחורהדיקן טאָג וועל איך ווייזן בלויז מיין פעסטקייט. איך שטיי דאָ אַ פרוי אַליין. אַ פרוי צווישן חסידישע מענער. איך ווייס נישט ווער זיי זענען אָבער זיי וויסן אַלע פון מיר צו זאָגן. אַ שוואַכקייט פאַרנעפּלט אַלעס אַרום מיר אַז אפילו דיר זע איך קוים.
דער סופר ענדיקט שרייבן דעם גט. איך הער נישט זיין פעדער אויפן בויגן איבער דאָס קלאַפּעניש פון מיין האַרץ. מיין געמיט איז שוואַרץ ווי זיין טינט. איך קוק צו דיר, דו זעסט מיך, און דו קוקסט גיך אַוועק. איך בין שוין צו דיר פרעמד נאָך איידער האָסט מיר פאַרשיקט. איך ווייס אַז דו הערסט מיין ווילדן האַרץ קלאַפּעניש. דו ווייסט גוט אַז איך לעב. אַז מיין האַרץ פּויקט נאָך איר פאַרעקשנטן ניגון, די קול אשה וואָס דו האָסט דערצו פאַרשטאָפּט די אוירן. אמת, איך בין שוין נישט אַזוי אומשולדיק און תמימותדיק ווי אַמאָל און דו קענסט מיר שוין נישט פאָרעמען ווי אַ חוה פון אַ ריפּ פון אדם. איך בין אָבער נאָך אַלץ די זעלבע בּאַשיידענע סאַטמאַרע מיידל מיט וועם דו האָסט דיך ערשט פאַרליבט. איך האָב דיר אויך נאָך ליב כאָטש איך ליין ביכער און כאָטש איך האָב געפונען מיין שכל מקיים צו זיין שעשני כרצוני, צו פאַרלאַנגן אַ לעבן פון רעכטן און פרייהייט. דער זעלבער האַרץ וואָס דו קענסט זייט מיינע צאַרטיקע אַכצן יאָר פלאַטערט נאָך אין מיר. אָבער איצט זעצט עס, עס שרייט, עס קנאַקט, עס דונערט מיט איר האַפטיקע גערודעריי.
עס רופט צו דיר, דעם איינציקסטן מאַן וואָס איך האָב געקענט:
"יואליש„
דו הערסט אָבער נישט דער קול פון דיין אייגענע פרוי. איך בין שוין צו דיר אַ פרעמדע, כּאילו אַ צווייטנס אשת איש.
דו גייסט צו צום סופר אים עפּעס אַריינרוימען אין אויר. איך ווייס נישט וואָס דו זאגסטט ווייל איך האָב נישט אַריינצורעדן. מיר הייסט מען. אין בית דין שטיב איז קאַלט און איך בין אַליין. מיין טאַטע און מאַמע זענען נישט געקומען זען זייערע שאַנדע. וואַרעמקייט קען בלויז קומען פון מיין מאַנטל וואָס איך זע קוים מיט מיינע פאַרטרערטע אויגן. צוזאַמען האָבן מיר עס געקויפט. דאָס מאַנטל האָט זיך אויפגעמאַכט צו פאַרנעמען מיין געשווילעכץ ווען מיר האָבן ערוואַרט לאהלע.
איך בין שוין נישט אַליין, יואליש. איך האָב פריינד וואָס שטיין אין דיין פּלאַץ מיר צו העלפן און שטיצן. אָבער זיי קענען מיר נישט פאַרשטיין. זיי קענען נישט אָפּשאַצן אַז איך קען מיך אַזוי שפּירן בשעת ווען דו פעלטשסט אין מיר און דו גטסט דיך פון מיר. זיי ווייסן נישט ווי ווייט איך בין אָנגעקומען מיט דיין אונטערהאַלטונג אָבער ווען איך האָב אָנגעהויבן אַליין צו גיין האָסט דו שוין נישט געוואָלט מיטקומען. זיי קענען נישט משיג זיין אַז איך האָב דיר נאָך אַלץ ליב כאָטש איך קען נישט זיין פאַר דיר די פרוי און מאַמע וואָס דיין ליבע פאַרלאַנגט. זיי וועלן נישט פאַרשטיין אַז ווען איבערצייגונגן צוצווייגן זיך וואַרפן זיי איין אפילו אַ בנין עדי עד. די ווענט פון אונזער בית נאמן זענען געוואָרן צו שמאָל פאַר אונזערע צוטיילטע שטראָזן. עס איז אָנגעקומען דער צייט זיך צו געזעגענען פון דער שעה טובה ומוצלחת.
דער רב הייסט מיר אַריבערגיין צו דאָרט וווּ דו שטייסט. ביי די חופה ביסט דו מיר אַקעגנגעקומען אָבער נישט אַצינד. איך גיי שטאַט צו צו דיר, יואליש, מיין האַרץ איז צושמעטערט. איך שפיר דיין באַקאַנטן ריח. אין מיין קאָפּ שווימען זכרונת פון דיין געזיכט אין דיין טלית קטן איבער דיין נאַכט העמדל און אונזערע אינטימישע טשעפּשערייען. מיינע גלידער פלאַקערן אויף פאַר דיר איין לעצטן מאָל און ווערן פאַרברענט צו אַש און פּאָרך אַז איך בין געקומען אַזוי נאָנט - אָבער נאָר אויף זיך צו געזעגענען אויף אייביק. לעולם ועד. יואליש, דו קענסט אָן מיר לעבן אויף אייביק? אויף שטענדיק? און אָן אונזער לאהלע?
איך שטיי נאָנט צו דיר, אַזוי נאָנט, דיינע אָרעם קענען מיר אַרומנעמען ממש ווי אַמאָל. שטילערהייט, נעמען זיך מיינע טרערען פליסן. אַ געוויין ברעכט פון מיר אויס אין דעם פרעמדן צימער, מיט מיין פרעמדן מאַן שטייענדיג פאַר מיר. איך הער דיינע צוריקגעהאַלטענע טרערן. דו טרייסט מיך מיט דיין נאָנטקייט. איך בענק מיך שוין צו דיר.
מען געט דיר דעם גט. מען הייסט מיר האַלטן מיינע הענט ווי אַ טעצל, ווי אַן אָרעמאַן וואָס בעטלט ביים טיר, און כאַפּן דעם גט ווייל דו טאָרסט עס מיר נישט דערלאַנגן. דאָס רינגל האָסט דו מיר אָנגעטון אָבער דער גט וואַרפסט דו מיר. מיט דיין באַקאַנטן קולכל זאָגסט דו די פּאָר ווערטער וואָס מיינע אוירן קענען נישט פאַרטראָגן: "הרי את מותרת לכל אדם", און דער גט לאָסטו פאַלן אין מיינע אויסגעשטרעקטע הענט צוזאַמען מיט מיינע טרערן. איך כאַפּ אָן דעם גט מיט מיינע שאַרפע נעגל. מיין פּיין, מיין פרייהייט, מיין אָרעם ברויט, מיין גאַנץ פאַרמעגן. איך שוץ עס אונטער מיין אָרעם, פון דאָרט וועט עס קיינער ביי מיר נישט צונעמען, און איך גיי אַפּאָר טריט צום טיר ווייל אַזוי האָט דער רב געהייסן. אויך ער פאַרשטייט אַז אַ בית דין שטיבל איז נישט אַ פּלאַץ פאַר אַ פאַרשעמטע פרוי.
יוצא געווען. מזל טוב, זאָגן זיי. איך בין געווארן א גרושה, א פאַרפלעקטע פרוי. איך בין אָבער אויך געווארן איינצל, פריש און פריי. איך בין טאַקע דאָ אַליין ווייל איך האָב מיר דאָס אויסגעוועלט אָבער איצט בלייב איך אַליין. איצט דאַרף איך אהיים גיין אליין. יואליש, מאַך מיך נישט מותר פאַרן וועלט. קום לאָמיר אַהיים גיין, דאָס עלנדקייט דערשטיקט מיך.
איך גלייך מיר אויס מיין רוקן און פאַררעכט מיר דעם אָנשטעל. איך גיי צוריק צו די רבנים און דערלאַנג זיי דעם גט וואָס זאָגט עדות אַז מיר זענען פרעמדע.
דו בעטסט מיר מחילה און מיט טרערן שאָקל איך צו. איך בין דיר מוחל אויף אַלעס. אויך אויף מיין פלייש מיט פערפל וואָס האָסט אַזוי ליב געהאַט. ווילסט איך זאָל עס דיר ווידער אָפּקאָכן און דערנאָך וועלן מיר גיין צוזאַמען אַ שפּאַציר אויף 'קיעוו'? דו וועסט אָבער נישט קומען, נישט אויף נאַכטמאָל און אויך נישט צו לייגן לאהלע שלאָפן. מער וועסט דו נישט זיין.
איך קוק דיר אָן איין לעצטן מאָל. דו און דיין טאַטע מיט דיינע ברודערס פאַרלאָזן דעם בית דין אָן אויף מיר צוריק צוקוקן. מער וועל איך דיר נישט זען. דו וועסט מיר נאָך אין א קורצע צייט אָפּשחטן מיט אַ זיווג שני פון אַ שיינע שטיב. אַ בני בית מיט אַ געגאָלטן קאָפּ וואָס וועט דיר יעדער יאָר געבן אַ פריש פּעקל נחת.
איך וועל נאָך דיר קלאָגן ווייל ביי מיר לעבסט דו ווייטער. אין אונזער קינד און אין דער חסידישער קינד אין מיר. איך וועל עס אָבער איבערלעבן. דו ווייסט איך בין אַן עקשן. עס וועט טאַקע געדויערן אָבער דו וועסט נאָך ביי מיר אויך ווערן פרעמד.
*אמר המתרגם: הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי שתאמר יציאת מצרים בהעזרת נשים כּמו שדרשה מרת שפּיצל. ווען איך האָב געלייענט דאָס אָריגינעלן שטיקל האָב איך באַלד געהערט דערין אַ יידיש קול וואָס שטויסט זיך אַרויסצוקומען, און ווען איך האָב עס איבערגעזצט האָב איך געשפּירט ווי איך בין מקיים פּדיון שבוים.
א פראכט.
השבמחקמוראדיג
השבמחקטרערען פליסען פון מיינע אויגען
זייער שטאַרק
השבמחקאלס א טוען רבני וואס האט מיט געהאלטען אין אינטער געהאלטען א שיינע צאל קליענטן, בעיקר נשים ביים גט פראצידורע, איז עס א שאק פאר מיר געווען צו ליינען אירע געפילען.
השבמחקרוב פון מיינע קליענטען האבען זיך ממש געמוזט איינגעהאלטן פון ארויס ווייזען זייער שמחה ביים באקומען דעם גט. און זיינענדיג דער וואס ווייסט בפרטי פרטית די מורא'דיגע צער אין ליידען וואס זיי זענען, און גייען א דורך טאג טעגליך, פארשטיי איך זייער שמחה אין מיינע ביינער.
און טאקע נאך דעם ווי די אשה המגורשת קומט צוריק מיט דעם גט אונטערן ארעם [ווי מרת שפיצל האט דאס קונצלעריש באשריבען], קומט מיר אויס אפט צו אריין רוימען פאר זיי [שטילער הייט כמובן] א מזל טוב,
אפט מאהל, אפילו ווען איך האב רעפרעזענטירט דעם מאן'ס זייט, קומט די מגורשת צי צו מיר און דאנקט מיר פערזענליך פאר מיינע ארנטליכע אויפירעכץ דורך אויס די פיילינכע באהאנדלוגן, כאטש איך האב געטוהן אלס ביז מאקסימום צו פארזיכערען מיין צד'ס רעכטען.
לע"ד איז עס איז מעגליך צו טוהן ביידע: זיין א שומר אויף מיין צד'ס אינטערעסן אין דער זעלבער צייט צו זיין א מענטשט, אבער שמחת עולם על ראשם ווייזען ארויס כמעט אלע נאכען גט.
צו ליינען דעם ארטיקל -וואס איז דאך באמת לאו דוקא איבער דעם גט פאצידורע- מיט איר טאלאנט ברענגט זי דאך אריין איר גאנצע לעבען מיט איר מאן אויף א קונצליכער אופן, איז עס געווען א צער מיט א הנאה אין איינעם צו ליינען איר באשרייבונג.
עס איז דא א סאך צו רעדען איבער וואס זי שרייבט, אבער פאר מיר האט אויס געשטיגען דער אספעקט פון איר סאגא וואס איז גאר זעלטען אין אונזער מחנה : דהיינו דאס אומפארלאשענע ליבע. על פי רוב ווען מ'קומט שוין צום בית דין איז דאס נאר א פארמאליטעיט. דער אמת'ער גט האט זיך שוין לאנג פון פריער ערווארבען. דער גט אליין איז נאר א צערעמאניע. פון ליבע? מאן דכר שמיה.
נאך מער אלס א פרינציפ, נעם איך נישט אהן קיין קליענט פאר איך מאך זיכער אז אין הארץ האט מען זיך שוין אפ-גע'גט. ואין אדם עומד על דבר הלכה אא"כ נכשל בה.
[און איצט צוריק צו מיין ארבעט פון שרייבען א תופס אויף ענגליש וואס א מאמע - א גרושה - פארלאנגט פון איר עקס, אז ער זאל פאר זיכערען בכתב אז נאך דעם JULY 4 וויקענד וועט ער צוריק ברענגען די קינדער צייטליך - פאר מיר איז די סארט ארבעט גלייך צו א מאלאטש פון חברה קדישא, די ארבעט מוז מען מאכען, אבער נאר אן אכזר ווערט נישט בארירט די פריוואטע צרות וואס אזוי פיל פון אנ"ש מאכען מיט]
הרב טוען
השבמחקאיך ווינדער מיך וואס איר וואלט געזאגט ווען עס קומט צו אייך א פארפאלק וואס די פרוי האט זייער ליב די מאן, אבער זי גייט אנגעטון מיט כל מיניי פריצותדיגע קליידער און זי האט פארגוישטע השגות, אדער זי וויל נישט האבן מער קינדער אדער זי וויל ערציען די קינדער מאדערן. על פי רוב פארשטיי איך אז אזא טוען וועט גלייך זעען די פרוי ווי אן אימפארשעמטע זונה וואס איר ליבע צו איר מאן איז נישט שייך - עס פאלט אים נישט ביי אז די חוצפהדיקע פרוי איז אזא איבערגעגעבענע כאראקטער וואס שטורעמט פאר איר פארפרומטע אינגערמאן, און ער פארשטייט נישט ווי ציריסן זי איז. נאך מער דער טוען וועט אריינטאנצן אין גט ווי אין א ווארעמע מקוה, שרייענדיק מדארף ראטעווען די יידישע נשמות אירע קינדערלעך פין איר, און איר שווארץ מאכן די לעבן. אז זי וועט זיך אויסטון די שייטל און לערנען די קינדער ענגליש איז זי גארנישט מער ווי א הונט. די מאןס גאנצע משפחה בראש הטוען וועט העצן און איר בארעדן אין גאנצן גאס פארשפרייטן פרטים פין איר פערזענליכע לעבן איר נאכגיין און אינטערהערן. זי אבער האט מן הסתם קיין פרוטה פאר א טוען נישט, ווייל די משפחה האלט נישט ביים צאלן פאר איר פארדארבענקייט. ווער פארשטייט אז די פרוי קען זיין צוריסן אויף שטיקער, א געטרייע ווייב און מאמע אבער אויך א שטארקע מענטש וואס איז אויסגעשפיגן ביי אלעמען ארום, אפילו איר מאן? אז פין איין זייט ברענט אין איר די חסידישקייט פין איר גאנצע לעבן, עס פלאקערט די ווארעמקייט פין די וועלט וואס איז אירע, אבער זי האט אויך א אפענקייט און נייגער וואס איז דערשטיקט ביי חסידים? איז דא איינער וואס וועט אפהאלטן די גט? אוודאי נישט. נאך מער, די איינציגסטע וועג מוועט איר אויפהערן רודפן און רויט מאכן די אויגן ווי לאה אליינס איז אז זי וועט עס נעמען, זאגן גיט-שבת גיט-שבת, און אנפאנגן איר לעבן פין דאס ניי אין די מאדערענע וועלט ווי מוועט איר נשמה אביסל לאזן מנוחה.
ווי באלד איך בין נישט אינגאנצען באקאנט מיט די פרטים פון איר אינטימען לעבען קען איך נישט זאגען מיט א זיכערקייט ווי אזוי איך וואלט איר באנאנדלט.
השבמחקאלס א מאן אין דעם חסידי'ער געזעלשאפט, האב איך א גאר גרעסערע מעגליכקייט צו עקסערזייסן מיינע אייגענע נייגיריקייטן.
סיי דורך לימוד התורה אליין, תורה זורנאלען, ביכער פון היסטוריה, וכדומה. איר קענט זיך גענוג אונזאפן מיט אידישע טריף פסול נאר פון באזוכען ביגלאייזען ספרים געשעפט. פארשטייט זיך, דאס איז נאר פאר מבינים אין יודעי חן. און האבען א שמעק אין הנאה פון intellectual pursuits.
נאך מער, איך בין כסדר אין קאנטאקט מיט שטארק חסידיש'ע ידידים וואס האבען א curiosity זענען באקאנט אין אפילו וועלטליכע אידישער אין גוי'אישער ליטעראטור. פון צמח אטלס ביז דעם שיכור' דרשה אין דאסטויעווסקי'ס קריים ענד פאנישמענט.
אבער ווען א היימישע פרוי איז אינטערעסירט אין ליינען אין וויסען וויבאלט עס איז גאר א זעלטענער ערשיינונג, קען מען פארשטיין דעם טיפען עלענדקייט loneliness בלע"ז וואס אזא פרוי קען פילען.
אין אזא פאל דער ווארט פון או חברותא או מיתותא איז נישט סתם א מליצה'לע א שיינע. It's real
ווען א צד נעמט מיך צו רעפרעזענטירן איר\זיין אינטערעסען, טו איך דאס מיט ערליכקייט אין מענטשליכקייט. אין אויב עס איז א פאל ווי איך זעה אז איך קען נישט מיין צד רעפרעזענטירן - ווייל איך וועל מיך נישט קענען קוקען אין שפיגעל נאכען דין תורה, זאג איך מיך אפ!
אין ב"ה איך האב דאס שוין דאס געטוהן מערערע מאל.
איך האב אויך שוין רעפרעזענטירט קליענטן וואס זענען אליין אראפ פון חסידישער\אידישער וועג אדער זייער פאר איז אראפ פון דרך.
אבער בדרך כלל, וועט א מאמע מוזען זיך ממש שמד'ען, אז א בית דין זאל פון איר צו-נעמען קאסטאדי custody.
ווי לאנג זי האלט א מינינום פון אידישקייט -ממש א מיעוט שבמיעוט, אין אויך איז עס נאר פארלאנגט ווען זי איז מיטן קינד. [פאר זיך קען זי לעבען א חיי הפקר] וועט קיין שום בי"ד צו נעמען פון איר אירע רעכטען. איך רעד דא אפילו א שטייגער בי"ד וואו התאחדות הרבנים.
איך קען רוב טוענים פון ניו יארק געגענד אין אייער ציור וואס א טוען וועט טוהן אין אזא פאל, איז פשוט נישט ריכטיג. מיר פארטרעטען אונזערע קליענטען אין א non judgmental way
מיר זענען און אונזער ראלע נישט גאט'ס פאליציי
[מאמר המוסגר - בי"ד אין NY STATE קען סיי ווי נישט דיקטירן cusdody ווייל NYS אנערקענט נישט arbitration agreements וואס איז נוגע מזונות אין קאסטודי פון קינדער. דאס קען נאר א קאורט מכריע זיין. אדער דורך א הסכם הדדית בין הצדדים באשטעיטיקט אין קאורט, ווען איין צד גייט אראפ פון דרך מאכן זיי זיך נישט צו טוהן צופול פון התראת בי"ד כמובן. בי"ד האט נאר א כח ווען ביידע צדדים זענען וואלאנטעריש מקבל וואס זיי פסק'ענען. אנדערש ווי דיני ממונות ווען מ'חתם'עט שטרי ברורין קען מען enforce ען א פסק דין פון א בית דין אין קאורט]
DEAR טוען רבני,
השבמחקHow did the NY courts historically handle the custody question in a case where a sane and competent Hassidic mother has dropped her religion completely? And did they handle it differently in cases where the father is the one to have gone OTD?
I am not an historian, much less a legal historian. In general the primary concern for the court is the welfare of the child in question.
השבמחקIf religious norms are so different and disagreeable thereby creating a situation that is detrimental to the child's welfare, then the court has to choose which is best for the child .
The court will usually appoint a lawyer/guardian to represent the "child's best interests" and will put a lot of weight on what forensic experts will testify on what is the best of the child.
So it all depends on the particular circumstances. But keep in mind, a chasidic child who -for arguments sake- is 8 years old and/or understands little English or general American culture and a parent wishes to enroll him/her in public school will have hard time with the forensic expert.
He/she will have to convince the expert that this not part of a personal rebellion or a way of getting back at a spouse and is rather motivated purely for the welfare of the child, when in actuality the child might be miserable and confused by the warring parents.
This also points to the major difference between the secular law of NY State and Halachic Bais Din norms.
At Bais Din, the child has no independent standing whatsoever. The Bais Din itself, sees itself to be the ultimate guardian of the child's interests.
Halacha in general deems custodial and (monetary ) support obligations, as a question of the rights of the two parental parties involved.
It is precisely because of this variance, that the laws of NY recognizing private arbitration contracts, do not apply to child custody/support issues.
But generally judges who see a Bais Din ruling based on modern norms, such as forensic expert advise, and child support that is close to NY State guidelines, might give great credence to Bais Din, and will look askance at a challenge to its ruling.
שכויח פאר קטלא פארן זיין דער אכסניא פאר מיינע קאמענטאר ויה"ר שלא יצא מתח"י שום דבר תקלה שלא כהלכה, ושלא ישמע עוד שוד ושבר במחנינו אמן נצח סלה ועד.
Katle! are you gonna write something abouth the recent tragedy?
השבמחקWe are anxiously awaiting your commentary on the recent incident
השבמחקטרערן....
השבמחקמחמד
השבמחקדיברנו
השבמחקמתמת
השבמחק