שפּינאָזאַ האָט געזאָגט אַז גאָט איז אַלעס און אַלעס איז גאָט און דער בעל שם טוב האָט געזאָגט בכל דרכיך דעהו, גאָט איז אין אַלע מעשים. עס קען זיין אַז עס איז אַ גראַמאַטישער מחלוקת: לפי שפּינאָזאַ איז גאָט אין די זאַכווערטער און לויט דער בעל שם אין די ווערבן. אפשר זאָג איך נישט גוט נאָך נאָר סייווי בין איך דאָס נישט אויסן.
יענער וואָך איז געווען ראש חודש, זמן כפרה לכל תולדותם, און ביי שחרית, אָנגהויבן ביי די הללויהס און אַריינגעצויגן אין דער הויכער שמונה עשרה, האָט איך מיך געקלערט אַז, פּוּנקט ווי גאָט, געפונט זיך אויך פּאָעזיע אין אַלעס. יעדער איז ביכולת עס צו זען, למעשה זען עס וויינעקר, נאָך ווייניקער דערזען און בלויז יחידי סגולה קענען עס פאַנגן אויף צו פאָרעמען און פאַראייבקן. אָמאָל זוכט מען מיט ליכט כאָטש פאַר אַ צווייטן איז אַלעס ליכטיק, אַמאָל מעג עס ליגן ביי די הענט, פאַרבלענדט אפילו די אויגן אָבער קוים וואָס מען וויל דערטאַפּן שפּרינגט עס אַוועק ווי קוועקזילבער. איינער איז בלינד אפילו אַז ער קלאַפּט זיך אָן אין דברים העומדים ברומו של עולם און ביי אַ צווייטער איז דאָ געזאַנג אויך אין הבל הבלים.
אויף אויסצופּריוון מיין טעאָריע האָב איך מיך אומגעקוקט דאָרט ביים דאַווענען. איך האָב מיך געטראַכט לאָמיך זען וווּ די שירה וזמרה געפונט זיך דאָ אויפן אָרט. איך האָב געוואָלט זען צי אין מיינע ד' אמות ממש אָדער כאָטש אינעם שטיבל קען מען אויך מקיים זיין וכולם פותחים את פיהם בקדושה ובטהרה.
קוק איך מיך אום און אויפן וואַנט הענגט אַ לוח ווואָס יעדער בלאַט טראָגט אַ וואָך און איטליך שורה אַ טאָג. יעדער וואָך מישט מען איבער, דעם פאַרגאַנעם וואָך ריקט מען פון הינטן און מען הייבט ווידער אָן ביים אָנהייב פונעם נייעם בלאַט. דער פּאָעזיע פון צייט וואָס דרייט זיך מיט די בלעטער, די נומערן ציען זיך פון איין וואָך צום צווייטן אָבער דאָס נייע בלעטל איז פריש, דאָס קען אַיעדער זען אָבער דאָך פעלט אַ נותן טעם צו מאַכן דערפון אַ ליד און אויסצאַפּן דער מוזיק פון דער וואָכענליכן דריי.
איך קוק מיך ווייטער און איך זע נאָך פּאָעזיע אויפן קרומען באַרעמטען חרם הקדמונים נישט אַרויסצונעמען ספרים פונעם בית המדרש געשריבן אויף בייזער פּאַפּיר און הענגט אונטער אַ טשוואָק באַדעקט מיט אַ פאַרקנייטשטן היטל. דער ארון קודש איז מער נישט געקליידערט מיט דער ווייסער פּרוכת נאָר צוריק צו בורגאַנדי רויט מיט גרינע און געלע פּלאַסטיק אויפן קרוין פון גאָלדענע פעדעמער, העכער דעם עמוד גיסן זיך ברכות פון משיב הרוח ומוריד הגשם יעלה ויבא ותן ברכה און ברכי נפשי און אין יעדער אות דערטאַפּט זיך עפּעס, די פּאָעזיע שווימט פאַר די אויגן נאָר עס בלייבט אותיות פּורחות באויר.
עס הערט זיך אַ קרעכץ פון די זאַוויסן ביי אתה חונן ווי אַ שנאָרער קומט אַריין און כאַפּט זיך אָן די קעשענעס די מטבעות זאָלן נישט שטערן די מתפללים. אַ קוויטש ביי שמע קולנו וואָלט געווען צו סענטימענטאַליש, אָדער ליצנות. אַ געשריי ביי סלח לנו צו פרום, אָדער פאַלטש. און אַז מען האָט נישט געהאַלטן ביי אתה חונן איז האָט זיך פאַרדעם פּאָעזיע איר אייגענעם אמת.
די אויסגעטרוקענטע הושענות דרימלען העכער דער ארון קודש, דאָס קיישעטל ארום דער איין־פיסיקער לולב לענט זיך אָן אויפן לא תנאף פון די לוחות, עפּעס הערט זיך אין דעם חזנס געכאַפּטן וואָכעדיקן הללו ניגון, מען שפּירט עס אין דעם אבלס נוסח וואָס רוהט היינט לכבוד ראש חודש, מען איז עס טועם אין דעם בעל היאָרצייטס פייכטער לעקעך.
פעלזן באַשיצן קראָליקלעך אין ברכי נפשי און איך זוך מיך ווייטער אין די כבשים בני שנה תמימים. טאַקע יגעתי ולא מצאתי נאָר תכתב זאת לדור אחרון אַז איך האָב געזוכט, עפעס האָב איך געזען, נאָך ווייניקער האָב איך דערטאַפּט כאָטש געוואָלט און געפּריווט האָב איך.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה