יום ראשון, דצמבר 05, 2004

אַז דער ליבער שבת קודש גײט...

אַ נישקשהדיקע שבת געװען אױסער דעם אַז איך האָב מיך נישט גוט געשפּירט און איך בין נישט געגאַנגן אין שיל נישט אינדערפֿרי, נישט צו מנחה און נישט צו מעריב. קבלת שבת בין איך אָבער געװען און ס'האָט זיך אױסגעצאָלט.

דער בנש"ק פֿון אונזערע שיל האָט געהאַט יאָרצײַט בו ביום איז זיך אים געקומן דאָס ברעטל. און מיט זײדעס װוּ זײַנער װער װעט זיך דען מפֿקיר זײַן דאָס לעבן און זיך דינגן. דער בנש"ק קומט שױן נישט אזױ אָפֿט משום מעשה שהיה אָבער צום יאָרצײַט איז ער דאָ. ס'קען ליגן אין דעם כמה טעמים. אײנס איז אַז אַרום יאָרצײַטן װערן מענטשן אַסאַך מאָל סענסעטיװ און זײ ענדערשן אַ קלײן שטיבל װי קײנעם אינטערסירט נישט דעם צװײטן. אין זײַן רעגלמעסיקן שטיבל װעט מען באַלד פֿרעגן װען מען הערט קדיש, 'ער האָט יאָרצײַט?' און באַלד נאָכן דאַװענען, 'װיפֿיל יאָר איז שױן' און 'װוּ ליגט זי?' און נאָך שאלות פֿון די פּגע־נגעס װאָס האָבן אַ כּמו־עראָטישן פֿעטיש אין אַלעס צו טון מיט טױטע. צו יעדער לוויה מיזן זײ גײן, קענען זיך נישט געזעגענען פֿון בתי עלמין, צען װאָכן פֿאַר אַ יאָרצײַט מיטשערן זײ די יורשים, 'דו האָסט באַלד יאָרצײַט, נײן?' און נאָך דעם קומן די שאלות פֿון 'װי אַלט איז זי געװען?' און 'װי לאַנג איז ער שױן נישט דאָ' און אַ צװײטער קומט צו 'דו געדענקסט אים?', 'װאָס הײסט צי איך געדענק אים?' און ער הײבט אָן נאָך צו מאַכן דעם בר־מינן. שבת אינדערפֿרי פֿאַרן יאָרצײַט איז ער אַ מחותן, 'דו דאַרפֿסט אַן עלייה, גײ זאָג דער גבאי,' און ער מאַכט שױן מחלוקהלעך װען ער הערט אַז דער בעל היאָרצײַט האָט באַקומן אַן הוספֿה און נישט אײנס פֿון די שבעה קרואים. אױפֿן יאָרצײַט ממש װילן די אירע װיסן צי מען גײט אױפֿן פֿעלד און װען מען גײט אױפֿן פֿעלד און צי מען נעמט אַ מנין, און צי מען האָט שױן געלערנט משניות און װיפֿיל קינדער הײסן נאָך אים און קשיות קשיות אַבי צו טון מיט טױטע. אױסער דעם װיבאַלד ער האָט יאָרצײַט בו ביום זענען דאָ קרײַזן װאָס לאָזן נישט אַזאַ חיובֿ דאַװענען אױף שבת, ממילא קומט ער צו אונז.

װאָס האָבן מיר צו שפּעקולירן אױף װאָס מיר קענען סײַװי נישט װיסן. איבער זײַן דאַװענען איז נישט דאָ קײן ספֿק. ער האָט געברענט װי נאָר אַ בנש"ק קען ברענען. בײַם עמוד איז ער געשטאַנען מיט אײן פֿיס פֿאַרן צװײטן און זיך געשאָקעלט װי אײנער גײט אַ גאַנג. היות בײַ אונז איז די בימה גראָד הינטער דעם עמוד איז מיט זײַן שטײן אַזױ װי מיט גאַנז טריט און זיך שאָקלן פֿונעם עמוד ביז צום בימה האָט ער אױפֿגענומן דאָס גאַנצע פּלאַץ. אײנער האָט געדאַרפֿט דורך גײן האָט ער געװאַרט ביז דער צדיק האָט זיך געשאָקעלט צו מזרח און דעמאָלסט איז געװאָרן אַ שפּאַרע אין מערב פֿון דעם עמוד צװישן דעם בעל תפֿילה און דער בימה און יענער האָט זיך דורכגעקװעטשט. געדאַװענט האָט ער מיט אַ קול אַזױ ציטערדיק אַז מען װאָלט געקענט חושד זײַן אַז ער האָט אײַנגעשלינגן אַ װיבראַטור. אױסער דעם איז נישט דאָ צו דערצײלן פֿונעם קבלת שבת חוץ אַז די נשמה האָט אַװדאי געהאַט גאָר אַ שטראַקע עלייה און זיך אַװדאי גערימט אין גן עדן מיטן תכשיטל װאָס זי האָט איבערגעלאָזט. איך װײס נישט צי עס איז דאָ אַ װײַבער שיל אױף יענדער װעלט אָבער װי נאָר האָט זי אװדאי געזאָגט פֿאַר אירע שכנים, 'װאָס זאָגט איר צו אַזאַ געדאַװענעכץ?' און די שכנים ענטפֿערן, 'װאָס הײסט װאָס אונז זאָגן מיר? מיר זאָגן פֿאָרט לחיים ולשלום, אַזאַ דאַװענען װעט אײַך נעמן פֿון דאָױנטאָױן טיף אין האַרלעם אַרײַן און אפֿשר נאָך העכער.'

ס'האָט נישט געהאַט קײן שום שייכות אָבער אין מיטן דאַװענען האָט זיך אױפֿגעמאַכט דער װײַבער שיל. דאָס הײסט נישט דער טיר צום װײַבערשיל װײַל װי קען איך זיצענדיק אונטן װיסן װען דאָרט מאַכט זיך אױף אַ טיר? איך מײן דעם עפֿענונג אין דער דאַך װאָס דורך דעם גײן אַלע מענערישע תפֿילות דעמאָלסט װען דער ארון קודש איז פֿאַרמאַכט. די פֿרױען װאָס זיצן אױבן לאָזט מען אױסהערן צו די תפֿילות אונטערװעגענס װײַל ס'איז דאָך זה נהנה וזה לא חסר. ס'איז נישט ממש זה לא חסר װײַל ס'מאַכט זיך אַמאָל אַז אַ קיל װינטל קומט צו בלאָזן און ס'ברענגט אַרײַן דעם ריח ניחוח פֿון די װײַבערישע קטורת און ס'טוט אַביסל מבלבל זײַן די תפֿילות. דאָס װערט אָבער װײניקער און װײניקער װײַל ברוך השם הײמישע פֿרױען שמעקן זיך שױן נישט הײַנט אָן װי אַמאָל. ס'איז אַביסל װי דער בחינה פֿון יעקב און עשו אַז װען אײנער גײט אַרױף גײט דער צװײטער אַראָפּ. זעט אױס אַז פֿאַר יעדער מאַן װאָס קומט אין שיל שמעקענדיק פֿון קאָלאָן איז דאָ ערגעץ אַ פֿרױ װאָס לאָזט זיך אָפּ פֿון די נאַרישקײטן. איר מאַן אינטערסירט עס סײַװי נישט, ער האָט אַלײן געזאָגט, און פֿאַר אַנדרע רחמנא לצלן איז דאָך אַ שאלה פֿון זנות. פֿאַר דעם באַשעפֿער אינטערסירט עס אױך גאַנץ װײניק װײַל די נומערן בלײַבן סײַװי דער זעלבער ממילא װאָס איז דען אַ חילוק צי דער צדיק איז אונטן און די מרושעת אין דער װײַבער שיל אָדער פֿאַרקערט?

פֿרײַטיקס צו נאַכטס האָט זיך אָבער געמאַכט אַז קינדער האָבן אױפֿגעמאַכט דעם װײַבערשיל דעקל און אַראָפּגעװאָרפֿן טישוס. אײנס און קײנער האָט נישט באַמערקט. נאָך אײנס און די קנאַקערס װאָס קלעבן זיך צום בימה װי עסקנים צו אַ קאַסע האָבן אַרױפֿגעקוקט. אַ דריטע איז געקומן צו שװעבן אין די ליפֿטן און ס'האָט זיך אָנגעהױבן אַ גענוקעכץ און אַ געמאַכעכעץ מיט די פֿינגערס. דער הױפּט מאַכער, דער װאָס רופֿט אױס אַלע שלום־זכרס און װײסט אױף יעדער בר־מינן װיפֿיל ער האָט איבערגעלאָזט, ער האָט געגעבן אַ רוף אױס 'גײַץ אַװעק פֿון דאָרט.' ס'איז טאַקע שטיל געװאָרן נאָך אַ פּאָר מינוט אָבער איך האָב מיך געשמײכעלט אַז ניצחו אראלים את המצוקים.
************************
שבת האָב איך געהאַט אַ געװאַלדיקע נסיון. דער סאָרט נסיון װאָס נאָר אַ ייִד קען פֿאַרשטײן און אפֿילו אים קען עס אָנקומן שװער. יעדער װײסט דאָך אַז שבת טאָר מען נישט רײַסן. און װיבאַלד אַז שבת דאַרף אַ מענטש אַלץ טון װאָס אַ מענטש האָט צו טון האָט מען פֿאַבריצירט שבתדיקע אשר־יצר פּאַפּיר. ס'איז דאָ װאָס האַלטן אַז געװיסע ישראלדיקע פּאַפּיר איז פֿון די שבעת המינים און זײ ברענגן צו שלעפּן יעדעס מאָל זײ פֿאָרן קײן ארץ־ישראל פּושקעס נייר־טולאַט. און אַז זײ פֿאָרן נישט װײַל ס'מאַכט זיך נישט קײן שמחות און זײַט דער רבי איז אַװעק האָבן זײ זיך געקלעבט צום זין װאָס װױנט אין ניו־יאָרק בעטן זײ אַנדרע זאָלן ברענגן. און װעלכע ייִד אַז מען געבט אים דאָס געלגענהײט צו שלעפּן נאָך אַ פּושקע װעט ער זיך דערפֿון אָפּזאָגן? און אין דיע שטיבער אַז די קינדער צו שלעפּן דער פּאַפּיר און באַהאַנדלן עס מיט אַ לײַכטשעצונג איז השם ינקום דמם. בײַ אונז אין דער הײם זענען מיר נישט אַזױ אױסגחשבונט און מיר באַנוצן זיך מיט געהעריקע טישוס. איך װײס ס'קומט אױס זײער טײַער און ממש אַ שאָד ייִדיש געלט און התורה חסה על ממונם של ישראל און געשניטענע פּאַפּיר קומט אױס אַסאַך ביליגער און ס'איז דאָ צו באַקומן װײעכע אין חוץ לארץ אױך. איך װײס דאָס אַלעס אָבער ס'איז אַלץ לײַכטער נישט צו דאַרפֿן אין זינען האָבן דאָנערשטיק צי דער שבתדיקע אשר־יצר פּאַפּיר איז אױסגעלאָפֿן. האָט זיך געמאַכט די װאָך אַז דער געשעפֿט װוּ מיר קױפֿן אײַן האָט געטױשט זײערע צושטעלער און ממילא איז געװען אַ פֿרישע סאָרט טישו. מיר װאָלטן געדאַרפֿט צו װיסן אַז חדש אסור מן התורה װײַל ס'איז געקומן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און די טישוס זענען בלױז פּערפֿערירט אָבער נישט אונגאַנצן צושניטן. אַ קאַטאַסטראָף. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן. אַנשטאָט השם ינקום דמם איז בײַ אונז והוא רחום יכפּר עון.
***********************
בײַם אַנקױפֿן האָב איך אױך אינזינען געהאַט צו קױפֿן שמן־זית. איך מיז מודה זײַן אַז איך האָב אַ באַזונדערע הנאה װען איך קױף מײַן שמן־זית אָן אַ הכשר און נישט בײַ די תשמישי קדושה סוחרים. װען ס'זאָל זײַן בײַ די הײמישע מוכרים אין מענטשלעכע פֿלעשלעך און אָן חותמו של כּהן גדול און פֿאַר אַ מענטשלעכע פּרײַז װאָלט מען געקענט רעדן. גײען זײ און זײ לײגן אַרױף אַ הכשר מאַכט מען אײן מאָל געלט. מען לײגט עס אַרײַן אין דער ביליגסטער פֿלעשל שפּאָרט מען זיך אײַן געלט. און אַז מען פֿאַרקױפֿט עס פֿאַר אַ געביפֿעטער פּרײַז מאַכט מען אַ דריט מאָל געלט והחוט המשולש לא במהרה ינתק. גײ איך מיר אין אַן אַלגעמײנער געװעלב און ס'ליגן אױסגעלײגט שמן־זית אין די שענסטע פֿלעשלעך. אײן זײַט זאָגט מיר נעם דאָס ביליקסטע, ס'איז סײַװי צום ברענען. אַ צװײטע זײַט זאָגט מיר נעם 'עקסטרע װירדזין' װײַל דאָס איז די טפּה ראשונה װי רש"י זאָגט אין פּרשת תצוה (נישט אמת) און אין יעדענס פֿאַל איז עס מער מהודר און אין דער בית המקדש האָט מען עס דאָך אױך געברענט. מאַך איך אַ פּשרה און איך נעם דער ביליגסטער 'עקסטרע װירדזין'. אַ רײַכע גאָלדענען פֿאַרב, נישט דער פֿאַרראָצטער גרינער פֿאַרב אין דער ספֿרים געשעפֿט, אין אַ שײנער באַלבאַטישע פֿלעשעל, אינגאַנצן דורכזיכטיק אָן קײן טראָפּ זאַץ. איך נעם דאָס פֿלעשעל פֿונעם פּאָליצע און מיט אַ ליבשאַפֿט שטעל איך עס אין מײַן װעגעל און אין מוח לערן איך דער רש"י פֿון מגרגרו בראש הזית.

יום שישי, דצמבר 03, 2004

פּר' וישב ה'תשסה לפּרט גדול

ס'לעבן גײט װײַטער אָן צי ס'געפֿעלט צי נישט און אין מײַן לעבן טוט זיך לעצטענס נישט צופֿיל אױסער אַז די פּרנסה לאַסט װערט נישט לײַכטער און גאָטס לאַסט נישט שװערער. מיט מײַנע פּרנסה דאגות װעל איך אײַך נישט פֿאַרצרהן, ס'איז געניג אַ'סשטערט מיר. אָבער מיט גאָטס לאַסט זענען דאָך כּל ישראל עריבים זה לזה איז זענט איר דאָך אַ שותף אין מײַנע עבירות און איך אין אײַערע מצוות. שותפֿים דאַרפֿן זיך אָפּגעבן אײנעם דעם צװײטן דין וחשבון איז דאָ האָט איר אַ טײַלװײַסיקע חשבון און װי דער סחורה קומט אַרײַן װעל מיר זיך װידער דורכשמועסן. אַלעדיקט?

מנחה מעריבס איז לעצטענס שטאַרק צו באַדױערן. נישט צו גלײבן אָבער זײ עקזיסטירן נישט. אָן קײן בושות אָבער איך דאַװען נישט מנחה. נײן, אפֿילו נישט אַ צװאָנציק סקונדעדיקע שמונה עשרה. ס'איז נישט ריכטיק װאָס איך טו און איך האָב דערױף נישט קײן תירוץ אָבער אַזױ איז. און מעריב איז אַזױ. אַמאָל מיט האַלבע פֿאַרקלעבטע אױגן געב איך אַ שאָקל מיטן מױל און אין אַנדעראַהאַלב מינוט איז עס נישט דאָ אָבער לעצטענס דאָס אױך נישט. בײַ מנחה מעריב בזמנו בין איך בײַם אַרבעט, בײַ נאַכט האָב איך נישט ליב גײן אין שיל װײַל מײַן קלײנע שטיבל האָט נישט אַ שפּעטער מנין. דער חסידישער שטיבל לעבן מיר שעם איך מיך אַרײַנגײן מיט מײַן בלױע העמד מיט אַ ביבער היט און איך בין פֿױל מיך איבער צו טון. אױך זענען די חסידישע שטיבלעך אין דער װאָכן װי פּרעשער קוקערס װוּ ס'טוט זיך אַ געטומל פֿון שנאָרערס און סוחרים און רכילות טרעגערס און מחלוקת טרײַבערס און איך האָב צו דעם נישט קײן געדולד. שבת איז מיר מער װי געניג. בלײַב איך מיר אין דער הײם און איך דאַװען נישט. אַמאָל פֿלעג איך טראַכטן אַז באַלד װעל איך דאַװענען און דער באַלד איז פּשוט קײנמאָל נישט אָנגעקומן. הײַנט טראַכט איך שױן אפֿילו נישט באַלד און אַסאַך מאָל, איך שעם מיך, טראַכט איך׃ און אױף װאָס אַרױף זאָל איך יעצט אױפֿשטײן און זיך נעמן דאַװענען?

שחרית איז עטװאָס בעסער װײַל תפֿילין לײג איך טאָג טעגלעך. זאָלן זײ אַלע פּלאַצן אָבער איך לײג אַיעדן טאָג תפֿילין. איך פֿאַרזיך גײן אין שיל װען איך קען אָבער איך פֿאַרשלאָף, איך בין פֿױל, ס'איז שפּעט און למעשה קומט מיר אױס צו גײן נישט מער װי אײנס צװײ מאָל אין דער װאָך. מײַנע קינדער שפּעטן פֿון מיר װײַל בײַ נאַכט זאָג איך זײ 'מאָרגן גײט מען אױפֿשטײן' און זײ װײסן שױן זיך נישט צופֿיל צו זאָרגן. לערנען לערן איך אַ פֿײַג אױסער װאָס איך לערן דאָ דאָרט מיט מײַנע קינדער און שבת קום איך אױך שפּעט אין שיל אַרײַן.

אַזױ װעל איך אױסלעבן מײַן לעבן? איך האָף אַז נישט. פֿאַר צװײ װאָכן איז מײַן ייִנגל געגאַנגן שפּילן בײַ אַ חבר אױף זונטיק נאָכמיטאָג און ער האָט דערצײלט אַז ער האָט געדאַװענט מנחה. װוּ? דעם ייִנגלס מאַמע האָט זײ געזאָגט גײן דאַװענען. יענער ייִנגל װײס איך גײט יעדן טאָג דאַװענען מיט זײַן טאַטע. און איך טראַכט צי די מענטשן האָבן נישט קײן יצר־הרע. יעדער קען זײ. שטילער ייִדן װאָס װילן נישט אײַנעמן דער װעלט, מאַכן נישט געשעפֿט אין די לופֿטן, פּשוטע בעלי־בתים אָבער זײ זענען אין שיל יעדן טאָג, קומן אַרײַן זיבן אַזײגער, נעמן אַ סידור צו זײערע פּלאַץ, לײגן תפֿילין, דאַװענען און גײן זיך אַהײם. זײ האָבן אַ שיעור, זײ קומן דאַװענען מנחה מעריב און זײ זענען ייִדן. און איך קוק זײ אָן אַז בײַ זײ איז דער בעל דבר טױט, געפּײגערט, אָפּגעשחטן.

בין איך אָבער אַ ייִד, און נאָך װי אַ ייִד. װײסט איר װען איך דאַװען? װען איך בין אין װעג. אין אַ לופֿט פֿעלד אין אַ װינקל, אױף אַ באַן צװישן די װאַגאָנען, אין דער קאַר בײַם רעדל דעמאָלסט ברענט מיר אַז ס'איז מנחה צײַט. און פֿרעגט מיר פֿאַרװאָס אָבער דעמאָלסט געדױערט עס אױך נישט אַן אױגן־בליק. אַלע אַכצן ברכות גענױ װי די אנשי כּנסת הגדולה האָבן מתקן געװען. גײ פֿאַרשטײ די אַלע משוגעתן װאָס מען פּרעגלט אין אונז אַרײַן און װאָס שטעקן אַרײַן זײערע נאָז דעמאָלסט װען מען טוט זײ דאָס װײניקסטע ערװאַרטן.
********************
יענער װאָך פֿרײַטיק צו נאַכטס פֿרעגט מיר מײַן זין פֿאַרװאָס זאָגט מען ויהי ערב ויהי בוקר יום השישי, ס'איז נישט פֿרײַטיק ס'איז שבת. איך געדענק נישט װאָס איך האָב אים גענטפֿערט אָבער ס'האָט מיר געמאַכט טראַכטן. חז"ל לערנען אַרױס פֿון דעם, און װעלכע ייִד װײסט דען נישט דערפֿון, אַז בײַ ייִדן גײט דער טאָג נאָך דער נאַכט. אין פּסוק שטימט עס אָבער נישט. װײַל לױט זײערע חשבון װאָלט געדאַרפֿט דער תורה זיך אָנהײבן ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד און דערנאָך בראשית ברא אלקים. די תורה הײבט זיך דאָך אָבער אָן בראשית, און דאָס האָט פּאַסירט אױף זינטיק. דערנאָך װען מען האָט באַשאַפֿן אַלעס פֿון דעם טאָג זאָגט דער פּסוק אַז ס'איז געװאָרן אָװענט און עס איז געװאָרן פֿרי אײן טאָג און נאָך דעם קומט מאָנטיק. הײסט עס אַז אײן טאָג האָט זיך גענדיקט װען ס'האָט געטאָגט אױף מאָנטיק אינדערפֿרי. הײסט עס אַז לױט דעם קומט דער נאַכט נאָך דער טאָג.

איר דאַרפֿט נישט אַרײַן שיקן תירוצים װײַל אַז איך קען לעבן מיטן בריאה פֿון בראשית קען איך מיך אַן עצה געבן מיט אַזאַ שװעריקײט.
**********************
ס'איז נישט כּאילו איך האָב נישט ליב גײן אין שיל. װען איך בין אין שיל האָב איך צײַט צו זען, צו הערן, צו טראַכט און צו שאַפֿן. װען איך שטײ אין שיל אין מײַן טלית און תפֿילין, אָדער בײַם געשושקעכטס פֿון שמונה־עשרה שפּיר איך מיך אַ חלק פֿון עפּעס גרעסער, פֿון עפּעס הײליקער, פֿון עפּעס װאָס איז געװען פֿאַר מיר און װעט מיך לאַנג איבערלעבן. ברענגט נישט אַרײַן גאָט אינעם געשעפֿט װײַל ס'איז נישט אַ דאַנק אים אַז מיר זענען דאָ נאָר אַ דאַנק אונז אַז ער איז דאָ. פֿונדעסטװעגן איז ער אױך אַ מחותן און זײַן אָנװעזענהײט איז אַזױ אַרײַן געפֿלאָכטן אַז צי ער עקזיסטירט צי נישט אין בלױז אַן אַקאַדעמישער שאלה. קומן אין שיל בינדט מיך צו צו װאָס איך בין. אונטערהערן געשמועסן פֿון אחינו בני ישראל, צוקוקן זײערע תנועות, אױסהערן זײערע תחינות און סתם אָבזערװירן זײערע הלוך ילך דאָס אַלײן איז פֿאַר מיר מער װערד װי שכר הליכה. דאָרט איז אונזערע טיאַטער, אונזערע טעלעװיזיע, אונזערע באַר, אונזערע קלוב, אונזערע פֿאַרװײַלונגס הױז, אונזערע ישות. דאָרט ליבן מיר זיך און דאָרט האַסן מיר זיך. דאָרט איז אונזערע גאַנצע לעבן ושם תקבר. דאָרט האָט מען אָנגעטראָגן אונזערע עלטערן אײנעם פֿאַרן צװײטן, דאָרט האָט מען אַנונסירט דעם תנאים, דאָרט האָבן זיך אונזערע טאַטעס אױפֿגערופֿן און אַהין האָט מען אונזערע מאַמעס שיל געפֿירט, דאָרט געבט מען די טאַטעס פּתיחה אינעם נײַנטן חודש און דאָרט נעמט מען אָפּ די מזל טובס װען דאָס קינד װערד געבױרן. דאָרט זענען אונזערע זכרים און קידושים און אַהין פֿאַרטרײַבט די מאַמע די קינדער װען זי קען שױן נישט. דאָרט קריגט מען זיך צום ערשט מיט די מײדלעך װען מען שרײַעט זײ נאָך שלא עשני אשה און דאָרט געפֿעלט אונז אַ מײדל צום ערשטן מאָל. דאָרט האָט מען בר־מצווה . װידער אַ שידוך מיט אַן אױפֿרוף און צום סוף װעט מען דאָרט דורך גײן בײַ אונזערע לויות, דאָרט זאָגן מיר קדיש נאָך אונזערע עלטערן און דאָרט װעט מען זאָגן קדיש נאָך אונז. איז עס אַ פּלא אַז ס'האָט דאָס פּנים װאָס ס'האָט? און איך האָב אַפֿילו נישט אױסגערעכענט די פּרנסות װאָס מען מאַכט דאָרט. יעצט אין דער װאָך פֿון חנוכּה װעל איך פֿאַרזיכן גײן װאָס מער און זיך אָנטשטרענגן איבערצוגעבן דאָס װאָס איך זע און הער.

אַ גוטן שבת און אַ פֿרײליכן חנוכּה!

יום חמישי, נובמבר 25, 2004

במוצאי יום מנוחה אָדער שבת־צו־נאַכט פֿיבער ב'

שטעלט זיך אױס אַז דער 'אָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָל' איז גאָר געװען ראָמבאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָל. נישט די ראָמבאָלס װאָס מען געבט בײַ קידושים װאָס איז צאַמגעדרוקטע לעקך מיט ראָם. נײן דאָס איז גאָר דער שמעו נאָ רבותי פֿון אַ יאַט מיטן נאָמן מײַקל באָפֿער. די שרײַערס זענען געװען אַ יונגערמאַן מיט אַ מײדל אַ יפֿת תואר מיט אַ גרינע געשטריקטע פּעלערינע. אַכּלל זײ האָבן זיך אַזױ לאַנג צושריגן ביז אײנער האָט זײ געזאָגט זײ זאָלן זיך פֿאַרמאַכן די פּיסקעס. געבט דער בחור אַ שרײַ אױס װי דער פֿאַרקױפֿער פֿון די מצוות, 'צען דאָלער פֿאַר אַ מײַקל באָפֿער, נו צען דאָלער, װער געבט צען דאָלער?' אַז קײנער האָט זיך נישט אָפּגערופֿן רופֿט ער זיך אָפּ, 'דרײַסיק דאָלער פֿאַר אַ מײַקל באָפֿער מיט איר 'טאָפּ אָפֿף'. אַז איר װאָלט 'איר' געזען מיטן טאָפּ אָן װאָלט איר שױן פֿאַרשטאַנען אַז יותר ממה שקראתי כּתוב כּאן. דאָס האָט געהאַט דער עפֿעקט װי אין שיל װען דער גבאי פּראָבירט אָפּפּטרן אַן אחרון ואין קונה און מיטאַמאָל געבט ער אַ שרײַ אױס 'פֿופֿציק דאָלער אחרון חזק.' װאָס איז פֿאַר אַ מינוט געװען ביליג װי באָרשט איז מיטאַמאָל אַ בלינדע מציאה. 'הונדערט' רופֿט זיך אָפּ דער זעלבער זקן װאָס האָט פֿריער געשריגן 'שאָר' אָפּ'

איך בין מיר געזעסן װי אליעזר בײַם ברונעם װאַרטענדיק און שװײַגענדיק צו זען װאָס װעט זיך דאָ אױסקאָכן. דער מאַן האָט געזאָגט אַז די מײדל איז גאָר זײַן שװעסטער, 'באָט ע בוב איז ע בוב'. ער איז לכאורה נישט מער װי גערעכט. אַז ס'האָט זיך מיט גאָרנישט אױסגעלאָזט האָבן זײ זיך גענומן צום עקזאָטישן יונגערמאַן װאָס איז געזעסן אײן זיץ פֿאַר זײ. זײ װילן איך זאָל ראָמבלן. זעענדיק מײַן אום־חשק פֿרעגט ער מיר, 'דו קענסט עמעצן אין דער װאַגאָן?' זאָג איך אַז נײן. 'נו איז װאָס גײט דיך אָן?' גײ זײַ אים מסביר אַז מיר אײניקלעך פֿון אברהם אבינו זענען ביישנים און מיר ראָמבלן נישט בפֿרהסיא. איך האָב אױך אים געפֿרעגט װאָס דאָס באַדײַט. זאָגט ער מיר דאָס איז דער קול קורא פֿון מײַקל באָפֿער. 'און װער איז דאָס מײַקל באָפֿער?' 'דו װײסט נישט װער מײַקל באָפֿער איז?' פֿרעגט ער מיר מיטן ניגון פֿון אַ מחזיר בתשובה אין תחנה מרכּזית װען ער הערט אַז אַ זעלנער װײסט נישט װער ר' עקיבא איגר איז געװען. באָפֿער זאָגט ער מיר איז אַ באַרימטע בעל מקרא פֿון ספּאָרט און פֿאַרװײַלונג אימפּרעזעס און זײַן סימן מובהק איז 'לעטס געט רעדי טו ראָמבאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָל'.

קוקט מיר נישט אָן װי עפּעס אַ צוריק געבליבענער פֿאַרצײַטישער ייִד. איך האָב שױן געזען אַסאַך מאָװיס, דער ענגלישער המודיע לײן איך פֿון דעקל צום דעקל און איך האַלט גאָר שטאַרק פֿון דזאָן גרישעם און עולם ומלואו פֿון רעביצן יונגרײַז. איך קען אױפֿן שפּיץ פֿינגער אַלע ליצנותא דעבודה זרה פֿון אמנון יצחק, איך האָב מיך אײַנגעשריבן אין אַ קורס פֿון 'ערכים' און ס'איז שגור בפֿי טיפֿע פילאָזאָפֿישע אַרגומענטן אױף דע מה שתשיב, און יעדער מאָל יונתן ראָזענבלום דערמאַנט אַן עקאָנאָמיסט אָדער סאָציאָלאָג איבערצוצײגן אַז דער אמת ליגט פֿאַרשטעקט צװישן די דרײַסיקער גאַסן בײַ עלעף און די זעכציקער גאַסן בײַ די צװאָנציקערס און קײן עין הרע ס'האַלט אין אײן װאַקסן פּאַטש איך זיך דאָס בײַכל און איך זאָג פֿריש אשרינו מה טוב חלקינו. עם כּל זה האָב איך פֿון מײַקל באָפֿער נישט געהערט אוּן פֿון װוּ זאָל איך אים קענען אַז ער דאַװענט נישט אין מײַן שיל? איך װעל מיזן זיכן אין דער ביבליאָטעק זײַן ביאָגראַפֿיע.

װיל די מײדל װיסן פֿאַרװאָס איך גײ אַ יאַרמולקע. רבונו של עולם, פֿרעג מיר לײַכטערע שאלות. פֿאַרװאָס? איך מײן װאָס הײסט פֿאַרװאָס, מען גײט װײַל מען גײט. באַלד װעט זי װעלן װיסן פֿאַרװאָס ה' מלך פֿאַר ברוך שאמר זאָגט מען דרײַ מאָל און דער זעלבער פּסוק בײַ יהי כבוד איז געניג אײן מאָל. דאָס איז טײַטש זאת חוקת התורה און דאָס מײנט רש"י אַז די פֿעלקער טשעפּערן דערמיט די ייִדן. איך האָב איר געזאָגט אַז מען גײט אַ קאַפּל צו געדענקן פֿון גאָט. איך האָף עס האָט זיך געהערט איבערצײַגיק װײַל טיף אין מיר האָב איך געװאָלט זי זאָל מיר פֿרעגן 'און דו גלײבסט טאַקע אַזױ?' און איך זאָל איר און אים קענען געבן צו הערן אַז טראָץ מײַן סאַמעטע יאַרמולקע און מײַן באָרד און פּיאות בין איך אַלײן נישט איבערצײגט אין גאָט און אין דער רבי זי"ע און אין דער רבי שליט"א און אין מײַן זינס תלמוד תורה און אין דער שדכנתע און אין דער מקווה װאַסער און אין דער שרון רעגירונג און אין יונתן פּאָלאַרד און װער רעדט נאָך פֿון פּאַרקינג טיקעטס כאָטש איך האַלט שטאַרק פֿון אַ טעלער טשולענט. און אױך זײַט הײמישע ייִדן זענען געװאָרן רעפּובליקאַנער אָבער נאָר װען זײערע קעשענעס זענען לער װי צום בײַשפּיל שבת און יום טוב, אָדער װען זײ האָבן אין גאַנצן נישט אָן די קעשענעס למשל אין דער טוש און אין דער מקווה, זײַט דעמאָלסט בין איך אפֿילו נישט זיכער צי איך בין אַ ייִד אָדער אַ קריסט. ויש מרבותינו זאָגן גאָר אַז ייִדן און קריסטן לױפֿן הײַנט אױפֿן זעלבן טיקעט. אַ 'דרים טים' ריפֿט זיך דאָס. אַנדרע ריפֿן עס אַ 'נײַטמער'. ס'האָט אין גאַנצן געפֿעלט אַ האָר אַז רב אלישוב זאָל אינדאָרסירן דעם חלמא טבא. נאָר װיבאַלד אין אָהײַאָױ איז עפּעס שװאַך ייִדישקײט, און דאָס איז אױך נאָר װײַל רב שטײנמאַן איז זײ נישט געקומן מחזק זײַן, האָט מען באַשלאָסן אַז סתם דעמאָקראַטיע אָן צו קענען בױען אַ פּאָר ישיבות אָדער אַלעדיקן פּדיון שבויים אָדער מאַכן אַ קעפּעל אין 'יאַטעד' אַז די אַמעריקאַנע װאַלן הענגן אין די גדולי ישראל, אַזאַ דעמאָקראַטיע איז ביטול תורה. זיצענדיק אין באַן מיט אַזעלכע ספֿיקות מײן איך איז בעסער אַז איך האָב געשװיגן.

דערנאָך האָט ער אָנגעהױבן מיט זײַנע שאלות. באַלד װיל ער װיסן װעגן אַראַנזשירטע שידוכים. יאָ, ס'איז אמת אַז מען אַראַנזשירט שידוכים אָבער בדרך כּלל נײט מען נישט. (ס'איז פֿראַגזאַם װאָס הײסט נײטן אַז מען זעצט צאַם אַ בחור מיט אַ מײדל װאָס זײַט זײערע קינדערגאַרטן יאָרן האָבן זײ נישט געהאַט צו טון מיטן אַנדרע מין אױסער אַ שװעסטער קינד אָדער אַ שכן, און פֿון די נײַן, צען דאָס אױך נישט. זעצט מען זײ צאַם אױף צװײ מאָל אַ האַלבע שעה װען אינדערױסן זענען שױן אָנגעגאָסן די בראנפֿן גלעזלעך מיטן פּאַרעװע אַלטערנאַטיװ צו 'בײליס אײַריש קרים,' און נאָכדעם פֿרעגט מען זײ, 'ביסט זיכער?'. ס'האָט אַזאַ טעם װי װען לבן האָט געפֿרעגט רבקהן נאָך אַלע מתנות און דער סעודה, 'צי װילסט דו גײן מיט דעם מאַן?') דערנאָך װיל ער װיסן צי מען טרעפֿט זיך װידער פֿאַרן חתונה. בײַ די אַלגעמײנע חסידישע נישט אָבער נהרא נהרא ופּשטיה און יעדער טוט זיך װי זײַן מנהג.

נאָכדעם פֿרעגט ער צי ס'איז אמת אַז דער חתן קוקט אָן דער כּלה פֿאַרן חופּה צו זען אַז דאָס איז זי. גײ זײַ דאָס מסביר אַז ס'איז בלױז אַ מנהג װעגן װאָס לבן האָט געטון פֿאַר יעקבן. מיר מאַכן בדיקת חמץ בשם ומלכות װען ס'איז נישט דאָ קײן ברעקל חמץ, מאַכן ספֿיקא דיומא װען קײנער צװײפֿלט נישט, און דער ערשטער חודש געפֿאַלט בײַ אונדז אין מיטן יאָר ממילא איז לײַכט צו פֿאַרשטײן אַז מען קוקט װײַל יעקב האָט נישט געקוקט און מנהג ישראל תורה היא. נאָך אַ מזל אַז עשוס אײניקלעך האָבן נישט אַזעלכע מנהגים װײַל װען יאָ יעדער מאָל זײ זען אַ האָריקער מענטש װאָלטן זײ אים געגאַנגן אױסטאַפּן צי ער גײט נישט אפֿשר אין זײַן ברידערס פּעלץ. איך האָב דערצײלט פֿאַרן יאַט דער מעשה מיט לבנן און געזאָגט אַז אַזױ איז דער מנהג און שױן. דערנאָך גײט ער אײנס װײַטער, איר פֿאַרשטײט דאָך אַלײן װוּ ער װיל אָנקומן, און ער פֿרעגט צי מען גײט זיך דערנאָך באַזונדערן, און צי װען מען באַזונדערט זיך טוט מען 'קאָנסיומײטן' דער פֿאַרהײַראַטונג. די יפֿת תואר האָט אים אַרײַנגערױמט אין דער אױער, "װאָס מײנט 'קאָנסיומײט,' סעקס?" איך האָב אים געזאָגט אַז די עדי קידושין גײן צום שטיב און באַקוקן עס צי עס איז דאָרט קײנער נישט דאָ, זײ מאַכן זיכער אַז חתן כּלה גײן אַהין אַרײַן אַלײן, זײ פֿאַרמאַכן דער טיר און זײ בלײַבן אינדערױסן בײַם טיר אױף אַ זמן װאָס מען װאָלט עס געקענט קאָנסיומירן װען זײ זאָלן װעלן, אָבער קײנער װיל נישט. איך האָב אים געזאָגט אַז ס'איז דאָ װאָס האָבן אַ מנהג דעמאָלסט צו דערלאַנגן אַ קיש אָבער אױף דעם איז אױך נהרא נהרא ופּשטיה. װאָס איז דער שיעור פֿון דעם זמן האָט ער מיר נישט געפֿרעגט און איך שטעל מיך פֿאָר אַז בײַ דעם איז דער חזון איש שיעור אַ קורצע און בײַ די אַנדרע אַ לאַנגע. אַזאַ סאָרט מקולי בית שמאי ומחומרי בית הלל. (דרך אגב׃ אַז מען לײענט יאָשע קאַלב און דער מעשה פֿון יענטל זעט אױס אַז אַמאָל איז יאָ געװען דער מנהג אַז מען האָט געװאַרט אינדערױסן אױף אַ מעשה ממש. צײַטן טױשן זיך און הײַנט קומט עס אָן שװערער פֿאַר די חתנים אָבער לפֿום צערא אגרא.)

דערנאָך קומט ער אָן צום פּינטל װי ער האָט געצילט פֿון אָנהײב. צי מיר פֿאַרקניפּן זיך מיט אַ לאָך אין דער לײַלעך. ס'האָט מיר אױסגעזען אַז אַלע אַרומיקע האָבן זיך צוגעבױגן. איך האָב אים נישט געקענט מער זאָגן אַז איך האָב שױן אױך געהערט דערפֿון. צו מזל האָב איך געדאַרפֿט טױשן באַנען און מיר האָבן זיך געזעגענט װי גוטע פֿרײַנד.

אַז איך האָב שפּעטער דערצײלט פֿאַר מײַן שװער זאָל מאריך ימים ושנים זײַן פֿון מײַנע פּחדים האָט ער פֿון מיר געלאַכט. ער איז אַ גרױסע גבור אָבער פֿון גאָט ציטערט ער װי אַ קלײן קינד. זאָג איך אים און אַז דער פּסוק זאָגט אַז יעקב אבינו האָט געהערט אַז עשו קומט צו גײן מיט פֿיר הונדערט מענטשן איז יעקבן באַלד פּרחה נשמתו. און װאָס עפּעס איז יעקבן אײַנגעפֿאַלן אַז עשו װיל אים עפּעס טון? אפֿשר איז עשו גאָר געװען אַ רבי אױף אַ מסע המלכות, אַ קעניגליכע רײַזע, פֿאָרט אױף קברי אבות װײַל דער אײניקל גײט חתונה האָבן? אײַ פֿאַרװאָס בלױז פֿיר הונדערט? איז פּשוט. ער האָט זיך געהאַט צושלאָגן מיטן ברידער ממילא איז איבערגעבליבן פֿאַר יעדער פֿון זײ האַלב פֿון די אַמאָליקע שװענץ. װעט איר זאָגן יעקב האָט מורא געהאַט װײַל אױפֿן גנב ברענט דאָס היטל? חלילה, טאָר מען אַזױנס זאָגן אױף יעקב אבינו? אלא מאי לאָמיר זיך נישט באַהאַלטן פֿונעם אמת אָבער װען יעקב זאָל זײַן דער גרױסער העלד װאָלט ער זיך נישט געגרײט צו אַ מלחמה מיט אם יבא אל המחנה האחת והכּהו. שמירן האָט ער געקענט װוּנדערבאַר, דאַװענען נאָך בעסער אָבער מלחמה האָט ער סך־הכּל גוט געקענט דעם המחנה הנשאר לפֿליטה. און, זאָג איך פֿאַר מײַן שװער, מוצאי שבת װאָלט מען אױך נישט געזאָגט צװײ־און־צװאָנציק מאָל אל תירא עבדי יעקב. מײַן שװער האָט אױסגעטרינקן זײַן טײ און אָנגעהױבן זינגן אליהו הנביא.

יום שני, נובמבר 22, 2004

במוצאי יום מנוחה אָדער שבת־צו־נאַכט פֿיבער א'

איך בין אױף צרות. איך האָב שױן נישט געשריבן איבער אַ חודש און ס'שרײַבט זיך נישט. זאָל זיך קײנעם נישט דאַכטן אַז אין דער צײַט װאָס מען האָט פֿון מיר נישט געהערט האָב איך אָנגעפֿילט גאַנצע העפֿטן מיט חידושי תורה און סיפּורי צדיקים. לײדע חוץ פֿון אַפּאָר אָבזערװאַציעס װאָס איך האָב מיך אױפֿגעצײכענט האָב איך דער גאַנצער צײַט פֿאַרברענגט מיט פֿאַרשידענען ענינים, מאַנכע פֿון זײ זענען דוחה שרײַעבן אין אַ בלאָג אָבער צו מײַן שאַנדע האָב איך אױך אָפּגעבטלט אַ חלק פֿון מײַן איבעריקע צײַט ובידי אין מעש, איך האָב נישט װאָס צו צײגן פֿאַר די פֿאַרלױרענע מינוטן, שעות און טעג. װי אַ צדיק האָט אַמאָל געטײַטשט ובימי אקרא, איך װעל רופֿן מיט מײַנע טעג, דאָס הײסט ער װעט אָנפֿולן זײַנע טעג מיט מצוות ומעשים טובים און די טעג װעלן אים פֿאַרטײדיקן. צום באַדױערן פֿעלן מיר אַ היפּשע פּאָר טעג פֿונעם חשבון. אַ צדיק האָט אָבער אױך געזאָגט אַז כּל זמן דאָס לעכטעלע ברענט קען מען פֿאַררעכטן און דאָס בין איך אַצינד אױסן. צו פֿאַררעכטן.

ס'איז נישט לײַכט װײַל װאָס װײניקער מען שרײַבט האָט מען אַלץ װײניקער אױף װאָס צו שרײַבן און װי חז"ל זאָגן אַז די תורה זאָגט אַז דו װעסט מיך איבערלאָזן אױף אַ טאָג װעל איך דיר איבערלאָזן אױף צװײ טעג. פֿלעגט דער רבי אין חדר דאָס ערקלערן אַז דער תורה איז נישט װי מען גײט אַראָפּ פֿון אַ באַן בײַ אַ סטאַנציע און אַז דער באַן פֿאָרט אַװעק איז דער װײַטקײט פֿון דעם מענטש ביז צום באַן אַזױ פֿיל װיפֿיל דער באַן איז געפֿאָרן. אַז מען לאָזט איבער דער תורה אױף אַ טאָג בלײַבט מען נישט שטײן װײַל אַ טאָג אָן תורה איז בעל כּרחך אַ טאָג מיט עפּעס אַנדערש און דער יצר־הרע שטײט גרײט באַלד אָנצופֿילן דעם קאָפּ מיט נאַרישקײטן און ערגערס. דערפֿאַר אַז מען לאָזט איבער דער תורה אױף אַ טאָג איז סײַ די תורה פֿאָרט װײַטער און סײַ דער מענטש פֿאָרט פֿון דער תורה אַװעק און פֿאַרדעם װערט פֿון אַ טאָג נישט לערנען אַ צװישנשײד פֿון צװײ טעג.

אױך איך בין געפֿאָרן אױף אַ באַן. צי עס איז געװען תורהדיק צי נישט לאָז איך איבער פֿאַר אײַך. במוצאי יום מנוחה האָב איך געדאַרפֿט פֿאָרן קײן פֿאַר ראָקעװײ. פֿרעגט נישט פֿאַרװאָס און פֿאַרװען אָבער איך האָב נישט געהאַט קײן אַנדרע מיטל צו פֿאָרן נאָר מיטן באַן פֿון פּען סטאַנציע און דווקא מיט אַ באַן װאָס פֿאָרט װען ס'איז שױן נאָך חצות. נו, אין ניו יאָרק איז לילה כּיום יאיר און װער רעדט נאָך אױף שבת־צו־נאַכטס װען ניו יאָרק פּראַװעט אַ מלווה מלכּה ביז אין די פֿריע שעות און אין די װינקלן און אַלקערן פֿונעם סטאַנציע קײט מען איבער די שריים און מען כאַפּט גאָר אַ דרימל. מען האָט אױסגערופֿן אַז דער באַן װעט פֿאָרן אין 1:04 און זײַענדיק אַ ייִד בין איך זיכער געװען אַ איז אַזאַ צײַט פֿאָרט קײן אײנער נישט חוץ פֿון שיכּורים און קרימינאַלן. די ציצית פֿון דער געזעלשאַפֿט װאָס הענגנן נאָך נידעריקער װי די פֿראַנזן.

נישט צום ערשטן מאָל בין איך געװױער געװאָרן אַז נישט אַלעס װאָס איך גלײב אַלץ ייִד איז װאָר. דער באַן איז געװען אָנגעשטאָפּט װי לאָמיר זאָגן אינדערפֿרי אָדער נאָכמיטאָג אַ האַלבע שעה פֿאַר אָדער נאָך דער געדרענגע־שעה. אַלע זיצן זענען געװען באַזעצט און אַרום די טירן איז מען אױך געשטאַנען, אָבער אָטעמן האָט מען געקענט. איך זעץ מיר אַראָפּ און מאַך זיך באַקװעם מיט מײַן טאַש לעבן מיר. איך בין נישט מחוייב מפֿקיר צו זײַן מײַנע חפֿצים און װײַל איך גײ אַ יאַרמולקע מיז איך אַרױף לײגן די געפּעק איבערן קאָפּ אַז מען זאָל זײ קענען לײַכטער לאַקחענען? ס'איז שױן הױך צײַט אַז קריסטן הײבן אױך אָן מאַכן אַ קידוש השם. שױן צװײ טױזענט יאָר װאָס מיר פֿלאַטערן מיט די הענט און פֿיס װען עמעצער לאָזט אונדז אַריבער גײן דער גאַס, און נאָך װען ס'איז פֿאַר יענעם רױט. און װאָס האָבן מיר דערפֿון? אַז יעדער קען זיצן אױף באַנען און באָסעס בפּישוט ידים ורגלים און מיר נעמען זיך צאַם דאָס מאַנטל אַז ס'זאָל חלילה נישט אָנרירן אַ צװײטנס זיץ.

פֿון הינטער מיר הער איך װי ס'זעצן זיך אַפּאָר בגילופֿינדיקע חברה װאָס װײסן גאָרנישט פֿון ר' יוחנן'ס עדיקט אַז עס איז פֿאַרבאָטן זיך אָנצופֿילן דאָס מױל מיט געלעכטער אין דער װעלט. מײַן גענעטישע ענטענע, אַנטװיקעלט און אױסגעמושלמט אין צװײ יאָרטױזענט פֿון גלות, איז געװען אָנגעשפּיצט און אױסגעשאַרפֿט צו װאָס ער װאַרט מיר דאָ אָפּ. מײַן אַרײַנגעבױטע נאַװיגאַטאָר האָט מיר געהאַלטן אין אײן אײַנחזרן דעם ערשטן און לעצטן כּלל׃ דרײ דיך נישט אױס און אַז זײ קומן פֿאַר דיר מאַך חלילה למען השם נישט מיט זײ קײן אױגן פֿאַרבינדונג. װאָס נאָך האָב איך געקענט טון אױסער זאָגן שיר המעלות ממעמקים און נישט זאָגן װידוי װעגן אל תפֿתח פּה לשטן?

מיטאַמאָל האָט אױסגעבראָכן אין דער װאַגאָן אַ קול רעש גדול, אַ געװאַלד קול 'אָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָל.' דאָס קדחת האָט מיר געכאַפּט. אַ פּאָגראָם. אַ קאַפּיטל תהילים װאָלט דעמאָלסט געװען װי אַן אַנאַסין פֿאַר אַ נוטה למות. און װאָס װאָלט מיר געטױגט אַ משכּיל לדוד װען איך קום אָן צו די טױרן פֿונעם בית דין של מעלה און דער אָפֿיציר כאַפּט מיך אָן בײַם גאָמבע און פֿרעגט בײַ מיר, 'זאָג נאָר דו װוּ איז דײַן שמע ישראל? האַ?' און דעמאָלסט איז שױן צו שפּעט אַפֿילו אױף אַ ברוך הוא וברוך שמו. בײַ מיר איז געװען זיכער אַז נאָך דער יללה קומט אַ מעסער און אַסאַך װעט מיר העלפֿן אַז איך װעל זײ זאָגן אַז איך האָב נאָך אָן די שבתדיקע הױזן. נאַריש קינד! װאָס האָב איך נישט געפֿאָלגט דער שװיגער װען זי האָט זיך בײַ מיר געבעטן אַז ס'איז סכּנת נפֿשות פֿאָרן אױף די באַנען אין אַזאַ שעה.

יום שישי, נובמבר 19, 2004

מזמור שיר חנוכּת הבית

מורי ורבותי! מיר זענען מיר זיך הײַנט צאַמגעקומן צו פֿײַערן דאָס באַנײַאונג פֿון אונדזערע שטיבל. ברוך השם מיט דער הילף פֿון די נחשון בן עמינדבס צװישן אנ"ש איז אונדז געלונגן אַהערצושטעלן אַ פּראַכטפֿולע מקום תורה ותפֿילה און מקיים צו זײַן זה קלי ואנוהו מיט אַלע הידורים. ברוך ה' אלקי אבותינו אשר נתן כּזאת בלבנו לפֿאר את בית ה'!

מיר קענען אָבער נישט לױבן דעם פֿון אױבן אָן צו דערמאַנען דעם בצלאל בן עמינדב פֿון אונדזערע פּראָיעקט װאָס איז אַלײן געפֿאָרן און מיט זײַנע גאָרע הענט אױסגעגראָבן מאַרמאָר שטײן אין איטאַליע, די לוסטערן אַהערגעשטעלט פֿון עכט סװאַראָװסקי קריסטאַל, דער ארון קודש פֿון דעמבן האָלץ פֿון נײַ־ענגלאַנד און דער עמוד און די בימה פֿון העלפֿאַנדבײן אַרײַן געשמוגעלט פֿון קעניאַ. דער חכם לב איז נישט קײן צװײטער װי דער װאָס ברוב ענותנותו ריפֿט זיך אחר.

מורי ורבותי אים און נישט קײן אַנדרע האָט דער נביא געמײנט װען ער האָט נישט געזאָגט וכבודי לאחר אתן. טאַקע פֿאַרדעם װײַל ישעיה הנביא האָט נישט געהאַט אַ בלאָג נאָכדעם װאָס מען האָט עס געאסרט װײַל ער האָט געשריבן 'דײַנע הערן זענען װידערשפּעניגערס און אַ באַנדע גנבים, אַלע האָבן זײ ליב שוחד און יאָגן נאָך באַלױנינג.' אָבער עולם מיר זענען געקומן לױבן גאָט און נישט באַגראָבן אונזערע פֿירער.

װאָס פֿאַר אַ פּאַסענדיקע װאָך איז עס צו האָבן אַ באַנײַונג פֿון אַ שטיבל, דער זעלבער װאָך װען יעקב אבינו האָט זיך אױפֿגעכאַפּט און געשטױנט 'װי פֿאָרכטיק איז דער פּלאַץ!'

װײַטער דערצײלט דער פּסוק אַז יעקב אבינו האָט פֿאַרהאַנדעלט מיט גאָט און געמאַכט אַזאַ געשעפֿט. 'אַז גאָט װעט זײַן מיט מיר און ער װעט מיר געבן צו עסן און אױף אָנצוטון װעל איך אים מעשרן פֿון אַלעס װאָס ער װעט מיר געבן' ומכלל הן אתה שומע לאו. פֿרעגט דער װעלט די קשיא יעקב אבינו גײט זיך דאָ װעטן מיטן באַשעפֿער? יעקב אבינו, דער בחיר, דער אױסדערװעלטן שבאבות האָט נישט געטרױעט דעם באַשעפֿער אױפֿן װאָרט? װאָס האָט ער געמײנט אַז מיט דער באַשעפֿער קען ער טון װי מיט עשון אוּן לבנן? מען דאַרף דאָך פֿאַרשטײן דער פּשר הדבר.

נאָר מען קען אפֿשר אַזױ זאָגן. יעקב אבינו האָט זיך געלײגט שלאָפֿן און געחלומט פֿון אַ הױכע לײטער װאָס קומט אָן ביזן הימל. פֿון דער באַזע פֿון דער לײטער שטעלט זיך אױס אַז ער האָט גאָר געחלומט מיט אַ קאָמפּאַס און אַ נאַװיגאַטאָר װײַל װי רש"י לערנט אונז, און זיכט נישט איראָניע אין רש"י, קען מען אױסרעכענען גענױ װי דער לײטער איז געשטאַנען, װי שיף און אין װעלכע ריכטונג עס האָט זיך אָנגעלענט. װען רש"י װאָלט געקענט אָנקומן עטװאָס נענטער װאָלט ער אװדאי אפֿילו געװיסט װיפֿיל שטיגן ס'האָט געהאַט. אַכּלל נאָכן לײטער צענע שטײט גאָט איבער אים און זאָגט אים צו גאָלדענע בערג. דערנאָך װעקט זיך יעקב אױף און ער גײט אױס פֿון התפּעלות פֿון זײַן װוּנדערלעכן חלום. 'דאָס מיז זײַן עפּעס העכערס, דאָס איז דער טױער פֿון הימל' און נעקסטע װאָך ליל שישי װעט מען אַהער ברענגן אַלע לײדיגײער פֿון ישיבת שם־ועבר אױסצוזאָגן תהילים און אפֿילו פֿאַר חצות.

אַז ס'איז אָבער געקומן צו מאַכן אַ נדר צו שנדרן אַפּאָר גרײַצע פֿאַרן באַשעפֿערס װעגן איז אים אײַנגעפֿאַלן, 'נו, אפֿשר איז עס בלױז אַ חלום? אַז ס'װעט זיך מיר חלומן פֿון אַ העלפֿאַנד איז דאָך כּולי עלמא מודה אַז ס'מײנט נישט אַז אַ העלפֿאַנד האָט זיך צו מיר באַװיזן. קײנער װעט דאָך אױך נישט פּראָבירן יעצט אינדערפֿרי צו קריכן דער לײטער װאָס איך האָט געזען אין חלום. איז מהיכי תיתי אַז דער אײבישטער האָט זיך צו מיר באַװוּזן, אפֿשר האָט זיך מיר פּשוט געחלומט פֿון גאָט אָבער גאָט איז װײַטער געבליבן דאָרט װוּ ער שטענדיק?'

און צוליב דעם ספֿק, מורי ורבותי, האָט יעקב אבינו געמאַכט מיט גאָט אַ תנאי כּפֿול. כּלומר ער האָט גאָר געמאַכט מיט זיך דעם תנאי. אַז איך האָב געחלומט פֿון גאָט זאָל דער חלום בלײַבן חלום אָבער איך דאַרף מיך נישט איבער דעם לאָזן קאָסטן. אָבער אױב אַלעס װאָס מען האָט מיר צוגעזאָגט אין חלום װעט באַשטעטיקט װערן װעל איך װיסן אַז גאָט האָט זיך טאַקע צו מיר באַװיזן ממילא װעל איך אים אָפּגעבן אַ גוטהאַרציקן טיפּ.

אײדער איך ענדיג װעל איך אַדאָפּטירן און אַדאַפּטירן שלמה המלך'ס תפֿילה אַז װער עס קומט נאָר אַהער צי אַ הײמישער צי אַ פֿרעמדער און אױף װאָס ער קומט נאָר אַהער זאָל ער זיך קענען דערקװיקן דער זעל און זיך מחיה זײַן דער נשמה. אמן.