יום חמישי, אפריל 05, 2012

כּאן הבן שואל

קוקטס
איך בין דער טאַטע
ביים אויבן אָן
עירום ועריה אין תכריכין
דער חכם, דער רשע, דער תם, דער ש'לשאול
דאָס בין איך
וואָס גייט עטס מיר נאָך
וואָס האָבן מיר געהאַט
וואָס מיר האָבן פאַרלוירן
זוכן ברעקלעך
און געפונען גאָרנישט
מיט אַ נאַרישע ליכט
ס'יז פּוסט ס'יז ליידיק
צאַמגעקוועטשט אַרום אַ לערער פּיצה שאַכטל
שוין נישט דאָ חמץ
אָבער גיי געפון יאָשקעס טשוואָק
און הענג זיך דערמיט
ביים לעצטן וועטשערע
וווּ אַלע דאַרפן זיצן אויבן אָן
קוקט מיר אָן
קדש
ווען דער טאַטע קומט אַהיים
איך קום נישט
איך האָב ביי כּל חמירא
מבטל געווען דער אפיקומן
הונגעריקע קומט, פרעסט
מיין פּלאַץ איז ליידיק
אויפן אָנגעבלאָזענער קושן
ס'יז הפקר ווי דער וועלט
דער מצה טאַש האָט נישט קיין קרייצער
די כּוסות האָבן דערטראָנקן דער טייג
און זי האַלט נישט ביים יערן
אָבער גיי זוך
דאָס וואָס איז נישט דאָ
נעם דער פעדער
פלי אַוועק
דאָ איז עס נישט
ווער פאַרברענט
ווער פריי, בלייב פרום
טונק, שפּאַלט, זאָג
צו גאל ישראל וועסט דו נישט אָנקומען

יום רביעי, ינואר 18, 2012

האיש מקדש ב’: ולקחת אשה לבני

איך האָב שוין איין מאָל געשריבן וועגן מיין זין וואָס קומט שוין אָן צום פּרק. כאָטש איך קלער דעריבער ווייטער צו שרייבן בין איך אָבער דערווייל שטיל ווייל עס איז נישט דאָ וואָס צו שרייבן. ליידער אַזוי, ער איז שוין אַכצן די לעצטע פינף חודשים און קיין איין שדכן האָט נאָך נישט גערופן. נישט קיין איינס.

מיינט איר דאָך אוודאי אַז מיר זענען פון די אסורים לבא בקהל, די נעבעכדיקע משפּחות וווּ עס זיצן חמש עשרה צרות וצרות צרותיהן, ואין קונה. אַלטע מוידן מיט אור־אַלטע בחורים וואָס מען צוכאַפּט נישט און מען קען נישט פּטור ווערן אפילו פאַר אַ דירה אין הר־נוף. אַז מען זיצט ביי אונז יעדן אָווענט אַרום דער טעלעפאָן און ווען עס קלינגט לויפט זיך צאַם דער גאַנצער פאַמיליע, און איך הייב אָן מאַכן מיט די הענט יעדער זאָל אַוועק גיין איידער איך כאַפּ דעם קאָרדלעס און לויף אַריין אין מיין צימער און פאַרקלאַפּ דער טיר און מיין פרוי שרייט פון מזרח ביז מערב אַז יעדער זאָל שטיל זיין. אַז מיין זין רופט אָן פון ישיבה און פרעגט זיינע געשוויסטער צי עפּעס טוט זיך ווייל טאָמער וועט ער מיר פרעגן וועל איך אים ענטפערן עטוואָס ווי מען ענטפערט פאַר אַרבעטערס ווען זיי פרעגן צי די שמועות פון דאַנקונגן זענען אמת, 'דו זיץ און לערן און ווען עס וועט עפּעס זיין וועסט דו שוין הערן.' האַ, אַזוי קלערט איר, וואָס? איז לעבט אייך ווייטער מיט אייערע חלומות. אָבער לאָמיך איך אייך נישט אָנרייצן און נאַט אייך דעם ריינעם אמת.

דער טעלעפאָן קלינגט טאַקע נישט אָבער מאידך זענען מיר בכלל נישט אינטערסירט. באמת נישט. טאַקע נישט. און אַז איר גלייבט אַלץ נישט שים נא ידך תחת יריכי. אָבער וואָס דען? לאָמיר זיך נישט נאַרן ווען ס'יז ממש לא עלתה על ליבי וואָלט איך דאָך נישט געשריבן. איז די מעשה אַזוי.

וויפיל עס אינטערסירט אונז נישט איז ער אָבער שוין גענוג אין די יאָרן אַז איך האָב שוין באַמערקט אַז קיינער האָט נאָך נישט גערופן. און גענוג אין די יאָרן אַז יעדער מאָל עס איז דאָ אַ שמחה ווינטשן שוין מיין שווער און מיין טאַטע, ‘שוין באַלד ביי דיר, וואָס. ווי אַלט איז שוין ל.? נו, מערטשעם, שוין נישט לאַנג.' עס איז אַביסל אַ חילוק ווייל ביי מיין שווער גייט עס מיט אַן ערנסטע ברכה וויבאַלד זיין גאַנץ לעבן האָט ער געשפּאָרט אויף 'חתונה מאַכן די קינדער' און אַז ער קען שוין נישט חתונה מאַכן די אייגענע זאָרגט ער זיך אויף יענעמס. מה שאין כּן, ביי מיין טאַטע איז מהיכי תיתי, עפּעס צו ברענגן אַ שמייכל ביים לחיים. איר זאָלט מיר אָבער נישט גלייבן ווייל אַז איר וועט פרעגן מיין פרוי וועט זי זאָגן 'ביקאָז איטס יור סייד' און לאָמיר נישט אָנהייבן מיט דעם.

על כּל פנים יעדער איז מסכּים אַז ער שטייט שוין שמונה עשרה און ער איז ווי מען זאָגט אַ בחור אין די יאָרן. וועלכע יאָרן? וואָס הייסט, וועלכע? זיינע קוזינען וואָס זענען געבוירן נאָך אים ווערן שוין חתנים און כּלות און ווען אַ שכנס אַ זין איז אַ חתן געוואָרן האָט מיין פרוי געזאָגט 'באָט הי וואַז באָרן טו וויקס ערליער'. דער שכנס זין האָט שוין אפילו חתונה געהאַט און מען האָט אונז גערופן צום סעודה און ער האָט געווינטשן איין מאָל ביים תנאים, און נאָך אַמאָל ביים אויפרוף און אַ דריטן מאָל ביים חתונה, יעדער מאָל באַזונדער מיט אַ שמייכל, 'אָאָאָ ברוכים תהיו, מערזעשעם ביי ל.'.

דערווייל איז אָבער אַוזי דער מצב. ער לערנט נאָך אין ישיבה וווּ ער האָט נאָך אַ יאָר, פון דאָרט וועט ער אפשר גיין אין נאָך אַ ישיבה און פון דאָרט אפשר גאָר אין אַ דריטע ישיבה. פאַרוואָס אַזויפיל ישיבות? שווער צו זאָגן אָבער וואָס האָב איך אַריינצורעדן. איך האָב אים געפרעגט ווען ער וועט גיין אין קאַלעדז זאָגט ער אַז נישט פאַר דער חתונה. וואָס האָט ‘הרי את’ צו טון מיט אַ פרעשמאַן? ווייס איך אויך נישט אָבער אַזוי זאָגט ער. ער האָט מיר אַמאָל געזאָגט אַז איך זאָל זיכער מאַכן אַז איך זאָל נישט נתפרסם ווערן ווי דער בעל הבלאָג איידער ער האָט חתונה איז קען זיין אַז ער האָט מורא אַז קאָלעדז קען אים אויך שאַטן צום שידוך.

עס זענען אָבער לעצטענס געווען צוויי אינצידענטן וואָס האָבן מיר אויפגעוועקט און מיר געמאַכט זיך וווּנדערן צי אפשר דאַרף איך זיך לאָזן ווייניקער ווויל גיין אויף אַמאַזאָן און אָנהייבן אַביסל צו שפּאָרן. צום ערשט איז מיין ניכטער אַ כּלה געוואָרן און איך האָב גערופן מיין שוועגערן זאָגן מזל־טוב. הייבט זיך באַלד אָן און וואָס איז מיט ל.? זאָג איך, מינימום פינף יאָר. 'חלילה!' זאָגט זי, 'אל תפתח פה לשטן.' ענטפער איך, 'אַז דאָס איז דער שטן, הרחב פּיך ואמלאהו.'

דאָס איז נאָך אָבער בחסד. איך בין געווען ביים בעקעריי יענער וואָך און עס איז אַריינגקעומען אַ מאַמע מיט איר טאָכטער. אַ נישקשה מיידל, גוט פאָרמירט, נישט די העכסטע אָבער אַ באַחנטן פּנים. איך האָב אָנגקוקט די מוטער צו זען ווער די סחורה איז און איך האָב מיך דערמאַנט אַז מיין שוועגערן האָט איר דערמאַנט צו מיין פרוי. 'אָנגעטראָגן' איז צו אַ שטאַרק וואָרט נאָר אַזוי אַראָפּגעלאָזט אַ נאָמען צי זי וואָלט נישט אפשר געווען פּאַסיק. אַז איך האָב געזען במה דברים אמורים האָב איך ווידער זיך געגעבן אַ דריי אויס צו כאַפּן אַ בעסערע בליק.

די 'זאַך' איז געשטאַנען ביים קאַנטאָר און געבעטן אַ ברויט מיט ווייס איך וואָס. אַז זי האָט נאָר אויפגעמאַכט דאָס מויל איז איר שיינקייט און חן פאַרשווינדן. וווּ איך האָב פריער געזען שלאַנקע פיס זענען יעצט געווען פיס וואָס קענען נישט שטיין גלייך אָן זיך אָנצולענען און אויסטון אַ שיך ביים וואַרטן. וווּ פריער זענעןן געווען פילע ליפּן איז יעצט געווען אַ מויל מיט אַ פאַשטאָמפּעטע צינג. און דאָרט וווּ איך האָב געהאַט געזען שיינע האָר פון הינטן האָט זיך יעצט באַוויזן אַ באַרג סיני פון פאָרנט כמנהג בנות ישראל.

אַרויסגייענדיק האָב איך מיך צושמייכלט צו זיך אַליין. עס איז ביי מיר דער ערשטער מאָל וואָס אַנשטאָט צו פאַנטאַזירן איבער אַ מיידל פאַר מיר מעסט איך איר אָפּ פאַר מיין זין.

רבותי, מיר האַלטן שוין אַסאַך טיפער אינעם מסכת ווי מיר האָבן געמיינט און מען האָט שוין אָנגהויבן פאָרצולערנען דעם פּרק מיט תוספות.

יום חמישי, ינואר 05, 2012

כּחתן יוצא מחופתו

אַ דערציילונג אויף אויפצופאַסטן און זיך דערקוויקן די נשמה והיה לכם למשיב נפש!

כּחתן יוצא מחופתו

יום רביעי, נובמבר 23, 2011

וישן מפני חדש תוציאו

הגם עס איז נישט מיין מנהג אַרויסצוברענגן אַלטע סחורה און עס רופן פריש. איך לייג נישט בילקעס אין דער פריזער און איך באַק נישט איבער ברויט. על כל פנים נישט ביודעין. האָב איך אָבער געהאַט אַ מגיד שיעור וואָס פלעגט צו זאָגן אַז טאָמער לערנט מען אַ סוגיא צי סתם אַ בלעטל גמרא און עס קומט אונטער אַ פסוק פון דער פרשה פון דער וואָך איז סימן הוא אַז מען האָט געלערנט תורה לשמה.

ביי אונז האָט ממש אַזוי פּאַסירט. מפני מעשה שהיה האָבן מיר געזוכט אין דער קעלער אויף די אָנגעשטויבטע פּאָליצעס און מיר האָבן זיך אָנגעשטויסן אויף אַ דבר תורה אויפן וואָכעדיקע סדרה. פּיור תורה לשמה. נו, אַז עס איז תורה לשמה וועל איך עס פון אייך נישט באַהאַלטן אַלץ אל תמנע טוב מבעליו און סתם זיך צו טיילן מיט גוטע פריינד.

ממילא נאַט אייך מיין שטיקל צום צווייטן מאָל און איר וועט האָבן נאָכצוזאָגן ביים שבת טיש די וואָך און נעקסטע וואָך טאַקע פעמיים באהבה.

בן תשע עשרה לאהבה

ולרבים השואלים, מיר זענען שוין צוריק ברוך השם על אדמת נכר, זיך שוין אויסגערוהט פון דער חולשא דארחא, שוין געבענטשט גומל, אויסגעהערט פון אַ מנין יידן עצות אויף דזעט לעג, דער שותף ביים אַרבעט האָט מיר שוין דערציילט פון זיין פלעמעניקס חתונה און איך שטיי אויף שפּילקעס אַז נישט גענוג איך מיז טאַנצן אויף מיין אייגענס מיז איך אויסהערן יענעמס אויך, און מען קען זיך שוין באַלד ווידער נעמען על התורה ועל העבודה.

זוכענדיק האָבן מיר אויך באַמערקט דרך אגבדיק אַז מיר האַלטן שוין אינעם צענטן יאָר פון שרייבן. הייסט עס אַז אין עלעף חודשים אַרום דאַרף מיר מאַכן אַ דינער און אַ בראָשור און אַ גאַסט רעדנער וכו’ וכו’ לכבוד דער יובל העשור. ממילא זוכן מיר אַ וועד המכינה, מיר באַשטעלן שוין אַ זאַל און די גראַפיקיסטן מאַכן שוין קרוינען און קראַנצן פון תכלת וארגמן.

עולם לעבן, פרטים יבואו נאָר דער עיקר פאַרגעסט נישט אַריינלייגן די ממתקים אין די שבתדיקע הויזן.

יום ראשון, ספטמבר 25, 2011

אני (לא) לדודי ודודי לי

זייט אָנהייב חודש אלול קאָכט זיך ביי מיר אין האַרצן. איך פּראָביר אַוועק צו קוקן, זיך אויסצודרייען, זיך נישט צו טון מאַכן אָבער עס פּועלט נישט. במשך אלול בין איך געווען אין שיל אין די וואָכן בלויז אויף ראש חודש און אפשר נאָך איין טאָג אין דער מיט. הערן שופר קומט מיר אָן שווער, דער ברומען פון לדוד ה' אורי אַן אָפּקומעניש, דער לכו נרננה פאַר תהילים אַ לאַסט. דער שופר רעדט צו מיר אָבער איך וויל עס נישט הערן. עס הייסט מיר נישט תשובה טון נאָר עס דערמאַנט מיר אַז פאַר אַ יאָר האָט עס אויך געבלאָזן און איבער אַ יאָר וועט עס ווייטער בלאָזן און אויסער האַקן אין טשייניק טוט עס קיין סאַך נישט אויף. עס טרומפּייטערט אַז מען זאָל זיך אומקערן אָבער אויך אַז מען וועט זיך נישט אומקערן. עס רופט אויס ווי קאַפּריזיק איז דער מענשטליכער האַרץ. עס וויל איין זאַך און טוט דוקא וואָס עס וויל נישט.

איך קען מיך אויך נישט באַהאַלטן ווייל אַז איך בין נישט ביים אלול איז דער אלול אָבער ביי מיר. איך קוק אָן מיין פרוי און איך בין איר מקנא. ביי איר איז ראש השנה אַ יום טוב ווי אַלע נאָר פּשוט מיט אירע מנהגים. מען איז אַביסל לענגער אין שיל, מען הערט שופר און מען זאָגט אַסאַך פונעם מחזור. באָט נאָטינק טו געט עקסייטיד אַבאָויט. פאַר מיר ווייטער איז עס אַן עקסיסטענציעלן מצב. כל באי עולם עוברין לפניך כבני מרון און איך ווייס אפילו נישט וואָס די בני מרון זענען.

איך האָב שבת געלייענט אַז רבי ר' זושא פלעגט יעדער נאַכט מאַכן אַ חשבון הנפש און זאָגן 'זושא, היינט האָט נישט געטויגט אָבער מאָרגן וועט מען זיך נעמען און עס וועט זיין גאַנץ אַנדערש.' באַלד דערנאָך האָט ער מיט זיך געטענהט, 'אָבער נעכטן האָסט דו דאָך אויך אַזוי געזאָגט.' און צו דעם האָט ער זיך פאַרענטפערט, 'אמת, נעכטן האָב איך אַזוי געזאָגט אָבער מאָרגן וועט טאַקע אַזוי זיין.'

וואָס זאָל איך אייך זאָגן. ביי מיר איז יעדער נאַכט און יעדער פרייטיק צו נאַכט ווי ביי רבי ר' זושא. איך זאָג מיך צו אָז מאָרגן און דער קומענדיקער וואָך וועלן שוין זיין בעסער. איך וועל גיין אינדערפרי אין שיל, מער פאַרברענגן מיט די קינדער, ווייניקער צייט בטלן ביים אַרבעט און דער עיקר זיך נעמען צום שרייבן כּדת וכּדין. אָבער וויבאַלד איך בין שוין געווען ביי אַ שרינק און אַ קאָויטש ווייס איך אויך פאַרוואָס אַזעלכע הבטחות צי פון רבי ר' זושא צי פון מיר זענען בלויז אַ סגולה צו ווערן אַנטוישט. ווייל מיט אַזעלכע ברייטע, אַלגעמיינע און נישט ספּעציפישע אונטערנעמונגן קען מען גאָרנישט אויפטון.

קומט אָבער חודש אלול און איך קלאָג נישט נאָר אויפן פאַרגאַנגנהייט נאָר אויך אויפן צוקונפט. אויפן קומענדיקן יאָר ווען איך וועל שטיין אין אָט דעם מצב און זיך קלאַפּן אשמנו אויף די זעלבע עבירות. ועל אלה אני בוכיה אַז חוץ פון שווערע געפילן העלפט דער אלול גאָרנישט. אַ חשבון הנפש? וואָס העלפט אַ חשבון אַז דער סך הכל איז אַז נישט נאָר מען איז באַנקראָט נאָר מען גיין זיך ווייטער באָרגן? בעסער נישט וויסן דער דעפיציט, נישט זען דאָס טיפעניש פונעם גריב אַז מען הערט סייווי נישט אויף צו פאַלן. עורו ישינים מתרדמתכם? אפשר איז ענדערש צו שלאָפן ווי צו זיין וואַך און נישט וויסן אויף וואָס מען איז אויפגעשטאַנען.

איך מיז אָבער דאָך גיין הערן דער ערשטער אשרי יושבי ביתך. עס רופט צו מיר און איך קען דערפון נישט אַנטלויפן. האָב איך מיר צוגעזאָגט אַז איך וועל זאָגן סליחות מוצאי שבת אין דער שיל אויף מיין בלאָק און דאָס וועט אויך גוט זיין. די סליחה פון ביי נאַכט איז אַזוי גוט ווי פאַרטאָגס, פאַר חצות אַזוי גוט ווי נאָכן נץ. קום איך צו גיין אין שיל צו קבלת שבת און אויפן טיר הענגט אַ פרישע צעטל פון אַלע ימים נוראים זמנים ביז מוצאי שבת בראשית און פון אויבן שטייט 'יום א' סליחות..................5.45'. איך ווער פאַרגליווערט און פרעגט מיר נישט פאַרוואָס. זאָגן ביי נאַכט איז כּשר וישר און פונדעסטוועגן וויל איך די אָטענטישער תפילה, דעם באַשטימטן אַרטיקל, די סליחות מיטן ה' הידוע. איך פאָרכט פון אויפשטיין דעם ערשטן טאָג סליחות צו אַ העלן טאָג מיט אַ שיינעדיקע זין. סליחות מיז זיך אָנהייבן אין די גרויע קאָלירן פונעם פרימאָרגן אויף פאַכמאַרעטע האַלב פאַרשלאָפענע פנימער.

שבת נאָכמיטאָג האָב איך געבעטן מייז זין זאָל מיך אויפוועקן נאָך אַ שעה אַז מוצאי שבת זאָל איך קענען לייכט איינשלאָפן. מוצאי שבת איידער איך האָב מיך געלייגט האָב איך מיר אַראָפּגענומען דאָס סליחותל פונעם הויכן פּאָליצע און זיך געלייגט שלאָפן מיט אַ מחשבה טובה אויפצושטיין און גיין אין שיל מיטן שווייגעדיקן שטראָם פון סליחות גייערס. איך האָב געוואָלט זען דער שטאָלץ אויף די קינדערס פנימער אַז זיי זענען אויפגעשטאַנען פאַרטאָגס און זיך דערמאַנען ווען מיין טאַטע פלעגט מיר אויפוועקן און איך האָב אָנגעכאַפּט מיין עברי טייטש סליחות אויסגעקריצט מיט מיין נאָמען פון פאָרנט.

מורי ורבותי, איך בין אָנגעקומען אין שיל האַלב אַכט. איכה ישבה בדד, אַ שטיבל זונטיק אינדערפרי האַלב אַכט און עס איז נישט דאָ אַ נפש חיה אויסער אַ בחור איבער אַ גמרא און אַ ייד וואָס דאַווענט ביחידות. פון דעם עמוד ביזן לעצטן טיש פון הינטן האָט זיך געשפּירט אַז יידן זענען שוין געווען, שוין געקרעכצט, שוין אויסגעזאָגט תהילים, שוין געזאָגט אל הורית לנו לומר און שוין מקיים געווען במוצאי מנוחה קדמנוך תחלה. איך שטעל מיך אַוועק ביים בלעמער, די צוויי קראַצערס זענען שוין אויך אַוועק, איך מיש אויף דאָס סליחותל און אויפן ערשטן בלעטל שטייט, מתחילין להשכים לומר סליחות מן יום א' בשבוע שחל בו ר"ה. איך פאַרקוק די פּאָר הלכות וועגן זאָגן ברכת התורה ווען מען שטייט אויף איידער עס טאָגט און איך נעם מיך זאָגן. אשרי יושבי ביתך, לך ה' הצדקה, הנשמה לך והגוך שלך, אל מלך יושב על כסא רחמים. היימישע ווערטער, באַקאַנטע ברומערייען, אור אַלטע נסחאות. דער זון שיינט אַריין און לייכט אויף די ווערטער, די ווערטער שיינען אַריין אין מאַכן ליכטיק און לייכטער דאָס האַרץ.

די ימים נוראים האָבן זיך שוין אָנגעהויבן, דער יום הדין קומט אָט אָט, און מאָרגן בלי נדר...