יום חמישי, יוני 28, 2012

האיש מקדש ג’: על אלה אני בוכיה

איך האָב געזאָגט איך וועל דאָ שרייבן וועגן מיינע שידוכים איבערלעבענישן און איך דאַרף האַלטן וואָרט. פּסח איז געווען וואָס צו שרייבן ווען דער 'איש' איז אַהיימגעקומען אויף יום־טוב. מענטשן האָבן געפרעגט צי דער טלעפאָן קלינגט נאָך נישט און איך זאָג אַז נישט. ביזוי בזיונות אָבער מען קען דאָך נישט זאָגן ליגן: למעשה איז נישט געווען קיין איין טעלעפאָן, קיינער האָט מיך נישט צוגערופן צו אַ ווינקל אין שיל און מען האָט מיך נישט אָפּגעשטעלט אויפן גאַס. 'זאָרג דיך נישט', זאָגט מען מיר. אַ שיינעם דאַנק.

אַ שוועגערן זאָגט אַ דעה אַז יענע צייטן האָבן זיך שוין געענדיקט און מען דאַרף אַליין גיין זוכן. וואָס ווייסט זי מיט אירע טעכטער וואָס איר חסידות וויל נישט אָנרירן ווייל אַ בענד איז זיי אויך צו פרום. דערווייל האָבן איך מיך שפּאַצירט צום דאַווענען און צוריק מיט מיינע ישיבה בחורים און זיך געפרייט אַז מיטאַמאָל קוקן מיידלעך און פרויען אַלע אין מיין ריכטונג. שכר הליכה ווינאָר.

האָט זיך אָבער געמאַכט פאַר אַ וואָך אַז דער טעלעפאָן קלינגט און אַ שוואָגער דערציילט אַז ד.ג. האָט אַ שידוך געטון מיט ק.ר.ש. מזל טוב, כאַטש נישט דער ערשטער מאָל וואָס צוויי יידן זענען זיך משדך. דאָ איז אָבער אַנדערש ווייל ק.ר.ש. איז מיינס אַ נאָנטער חבר. טראַך. מזל טוב! און אַ געזונטן ציפּ. איך רוף אים אָן, הייבט ער אָבער נישט אויף. שוין איין מאָל אַ מחותן. שיק איך אים אַן עס.עם.עס כמנהג יהודאי וואָס האָבן חלילה נישט פייסבוק און 'כאַפּן נישט' וויאַזוי טוויטער אַרבעט. 'אַ סאַך נחת' מיט אַסאַך סימני טראַסק (! בלע"ז). ביז אַ האַלבער שעה איז דאָ אַ 'מערטשעם ביי דיינע קינדער' אין מיין טעלעפאָן און וויבאַלד דער תנאים איז הערשט אין עטלעכע נעכט אַרום האָבן איך אַ פּאָר טעג צו לעקן מיינע וווּנדן.

אַז איך וועל זאָגן ער האָט געטון אַ שיינער שידוך וועט עס אפשר קריצן פאַר די וואָס גרוילן זיך פון אַ פּאָרעכץ וואָס דער יסוד דערפון איז נישט צו געפונען דעם אחד יחיד ומיוחד נאָר צו פאַרמיידן דעם מי הוא זה ואיזהו. און אַסאַך מאָל איז דאָס אויך צופיל. למעשה רעדן מיר אָבער דאָ פון אַ שידוכים מאַרק און פּונקט ווי אַ קאָמוניסט קען נישט איגנאָרירן די וואָל סטריט טיקערס קען מען אויך נישט אַוועקמאַכן די שאַצונגן פון דער שידוכים בערזע. טאָג טעגלעך ליציטירט מען דאָרט ערשטראַנגיקע פלייש פאַר פעטע פּרייזן, מעקלערס טראָגן אַרום זייערע סחורה ווי אויף אַ יריד און די שנאָרערס קומען סוף טאָג צום ראַמשפאַרקויף אויסטאַפּן וואָס איז נאָך געבליבן. לויט די ווערדן און שאַצונגן פון דעם מקח וממכּר האָט ער גוט געמאַכט. דער מחותן איז אַ בעל תפלה, מער ווי אַ בעל תפלה, גאָר אַ חזן, אַ שטיקל ראש ישיבה, אַ מגיד מישרים, אָ פּאָר טולער הייסט עס איז דאָרט דאָ און ער איז אויך נישט צו כאַניאָקיש ווייל ער גייט נישט אַ סאַמעטער היט. בקיצור, ווי אַ שיינער אתרוג, עס איז 'אַ זאַך'.

מיין פרוי פאַרגלייכט באַלד די יאָרן פונעם חתן צו אונזער 'איש' און געפונט תירוצים פאַרוואָס ער איז ערשט 'געגאַנגן'. דאָס מיידל קען זי נישט און אויך נישט דער מאַמע אָבער די שוועגערן זאָגט אַז זי איז גאָרנישט ספּעשל און זי פאַרשטייט נישט פאַרוואָס שיינדי האָט עס געטון. האָב איך געזאָגט אַז שיינדי האָט עפּעס אַנדערש געוואָלט האָט זי נישט געדאַרפט שיקן דאָס צדיקל צו די מוסדות פון איר מאַנס חסידות. יעצט איז אָבער צו שפּעט ווייל די וועם שיינדי וויל ווילן שיינדין נישט אָנקוקן.

און דער שוואָגער זאָגט 'געלט זוכט געלט.'

בין איך געבליבן מיט מיינע געפילן פון זיך מאַכן אַ חשבון הנפש וואָס גענוי עקבערט ביי מיר. איז אַזוי. ראשית כּל, צום ערשטן מאָל האָב איך מיך מיט וועם און מיט וואָס צו פאַרמעסטן. אַז ביז היינט האָב איך געטראַכט טיאָרעטיש איבער וואָס וועט זיין האָב איך שוין אַצינד עפּעס קאָנקרעט אויף וואָס זיך אָנצוכאַפּן. איך ווייס שוין יעצט ווער וועט מיך נישט נעמען. און כאָטש איך בין אין יענעם אויך נישט אינטערסירט וויל איך אָבער די ברירה דערין.

לאָמיר זיך נישט נאַרן קיינער וויל נישט זיין און וויל אפילו נישט אויסזען אַ לוזער. אָבער פאַרפאַלן: יענער מאַרק וווּ יינגלעך און מיידלעך פּאָרן זיך ביי דער זיבעצן אָדער, 'ניין, ער איז יענער וואָך געוואָרן אַכצן', יענער מאַרק איז פאַר מיר געשלאָסן. איך קען דאָרט נישט אויפשטעלן אַ קראָם און מיט כּל הון דעלמא וועט מען מיר דאָרט נישט לאָזן קויפן. אמת איך זיך עס נישט און איך האָב אַנדערש אַוועקגעשטעלט מיין לעבן אָבער אפילו איך זאָל יאָ וועלן וועט עס מיר העלפן אַ רעטעך.

עס איז אָבער מער פון דעם אויך. איך האָב מיך טאַקע דערווייטערט במחשבה בדבור ובמעשה אָבער איך בין אַלץ גענוג נאָנט דורך מיין וווינאָרט, מיין שיל, מיינע פריינד און מיין משפחה זיך צו בענקן אויף די וואַרעמקייטן. איך ווייס אַז מיין חבר ווען האָבן זיינע פּאָרציעס נחת פון אַ תנאים, מזל טובס, שטעלן אַ חופה און ביז אַ יאָר קוועלן אין 'מזל טוב, זיידע'. כאָטש איך בענק מיך נישט צו זיי קען איך אָבער זייערע זיסער טעם. גלייבט מיר עס איז גאַנץ באַטעמט פאַר די פּאָר טעג און וואָכן.

אָבער נאָך מער ווי נחת איז מיין חברס זינס שידוך פאַר מיר אַ מיילשטיין אויף מיין שטראָז פון לעבן. ווי אַ וועגפאָרער שטעלט זיך אויף זיין רייזע און קוקט צוריק ווי ווייט ער איז געפאָרן, ווי אַ משולח ליידיקט זיך די קעשעניעס ביי מיטאָג צו ציילן זיינע גראָשן וואָס ער האָט צאַמגעשטעלט פון פיפצן שחריתן כן הדבר הזה. אַז איך קוק אין שפּיגל זע איך אויף צוריק מיין מאין באת און עס דערלאַנגט אַ שטאָך איבער וואָס איך האָב איבערגעלאָזט. פּאַראַלעל מיט מיין סטעטשקע פאָרט זייערע שאָסיי וווּ מען טאַנצט היינט עוד ישמע און ביז אַ יאָר זינגט מען יום ליבשה. די ברייקדאָוינס אויפן טראָטואַר זענען די אַלטע בחורים, די קינדלאָזע פּאָרפאָלקן און די אַנדערע לא־יצלחס פון אונזער סיסטעם. איך קען נאָר צוקוקן ווי דאָרט פאָרט מען אויף קרוז קאָנטראָל און איך פּלאָג מיך מיט נאַוויגיישאָן אויף אַ קראַנקן סיגנאַל.

מיין חבר איז אויך אַ קריטיק. שבת אינדערפרי איבער אַ קאַווע ווען אינעווייניק זינגט מען המתגאה על חיות הקודש קענען מיר שפּעטן פון אַלצדינג. ער הערט מיר אויס מיינע טענות און סברות. אַמאָל לייגט ער צו און אַמאָל טענהן מיר זיך אויס. ער איז אָבער אַ פּראַקטישער און פון אַלע אונזערע טיאָריעס וועט ער קיינע מסקנות נישט ציען. ער האָלט פונעם רבין אַ פייג אָבער ער האָט אָנגערופן דערמאַנען ביים רבין דעם שידוך און ער האָט נישט געטרונקן לחיים ביז ווי לאַנג עס איז אָנגעקומען אַ תשובה.

אין זיינע אויגן איז דאָס דער וועלט וווּ מיר לעבן, ביי דריי גיין די יינגלעך אין דעם חדר און די מיידלעך אין דער שולע און פון דאָרט פאָרט דער באָס ביזן קבר און שטעלט זיך בלויז אויף די באַשטעטיקטע סטאַנציעס. אַז עס איז גוט געווען פאַר אונזערע עלטערן וועט עס גוט זיין פאַר אונז אויך. ואידך איז גוט טאַקע איבער אַ קאַווע ווען די קעשענעס זענען לער אָבער נישט אויף זיך צו פאַרפּאַטשקן דאָס לעבן. און הא גופא, זיך פאַרפּאַטשקן דאָס לעבן, בין איך זיכער אַז ער און אַנדערע באַשולדיקן מיר. דאָס ווערן פאַרפרעמד ביי חבירים, קרובים, שכינים האָט זיך טאַקע אירע מעלות אָבער פון צייט צו צייט דערלאַנגט עס אַ שטאָך ועל אלה אני בוכיה.

דאָס איז אַלעס פאַר מיר. פאַר מיין בחור זאָג איך אָבער, שמח בחור בילדותך. עס קומט זומער, קויף דיר אַ קאַרט, פאָר אַרום און מאַך אַ לעבן. אַנדעק דער וועלט און בטל נישט דיינע בעסטע יאָרן ווייל ייִנג וועסט דו ווידער נישט זיין. איך ווייס נישט צי ער וועט מיר פאָלגן; עס קען שאַטן צום שידוך.

יום ראשון, יוני 24, 2012

ותשר דבורה

לייענט און האָט הנאה פונעם נייעם נומער פון דאָס שבת בלעטל. אַ דאַנק זיי פאַר אָפּרדריקן מיין רעצענזיע פון דבורה פעלדמאַנס ביך “אָנאָרטאָדאָקס”.

Shabbos Blettel 10

יום רביעי, מאי 23, 2012

אל תחטאו בילד

לעניות דעתי איז געווען ביי דער קעגן־אסיפה צו ווייניק צעטלעך אויף יידיש. איך זאג דאס נישט אַלץ אַ יידיש ליבהאָבער כאָטש אפשר פאַרדעם אויך. אַז דער ציל איז צו ברענגן אויפמערקזאַמקייט צום היימישן עולם און בפרט קינדער מיז מען צו זיי רעדן אויף זייערע שפּראַך. דאָס איז אַלגעמיין אמת אָבער פיל מער פאַר אַ געמיינדע וווּ אינערליכער קריטיק קען קומען בלויז פון אינערווענדיק און כּמעט אַלע מאָל בעל פה און וואָס פאָרכט קריטיק פון דערויסן ווי דער טויט.

דער עיקר ציל פון אַזאַ פּראָטעסט איז צו ברענגן באַוווּסטקייט צו ערוואַקסענע, סיי עלטערן אַז זיי זאָלן נישט מורא האָבן צו באַקעמפן אביוזערס פון זייערע קינדער און סיי פּאָטענציאַלע אַביוזערס אַז אית דין ואית פּאָליציי. נאָך וויכטיקער איז אָבער צו זאָגן קינדער דערפון אַז זיי זאָלן אַכטונג געבן עס זאָל מיט זיי נישט געשען און טאָמער פּאַסירט עס זאָלן זיי וויסן אַז זיי קענען עמעצן דערציילן. רעדן צו קינדער איז פיל וויכטיקערער ווייל ערוואַקסענע זענען שוין מוחלט אין זייערע דעות און עס איז שווערער זיי אויפצוקלערן, כאָטש זיכער נישט אוממעגלעך, און אויך ווייל אַז זיי זענען בעלי דעת האָבן זיי שוין וווּ געווויר צו ווערן. נאָך מער אָבער ווייל דבר הכתוב בהווה. רעדן צו ערוואַקסענע איז איבער פאַרגאַנגענע עוולות, רעדן צו קינדער איז איבערן צוקונפט און דאָס קומט אוודאי ערשט.

מיר האַלטן ליידער זייער זייער ווייט פון ווען חדרים, מתמידים, קעמפּס וכדומה וועלן אַליין רעדן צי לאָזן בעלי דרשנים קומען רעדן צו קינדער דירעקט אויף זייערע פּערזענלעכער זיכערהייט. אויף סעקסועלע אַביוז האָבן זיי מורא פונעם גאַנצן נושא און אויף פיזישע אַביוז איז דאָך נישט שייך כּל זמן מען שלאָגט נאָך קינדער אין רוב חדרים.

אויף זינטיק איז געווען אַ געלעגנהייט זיך צו באַווייזן פאַר די קינדער ווי אויך די טאַטעס. איז אַ פּלאַקאַט 'דער אינטערנעט נישט דער פּראָבלעם' דער בעסטער מיטל? איך זאָג אַז נישט. די לחכּימא ברמיזא אָבער מיר האַנדלען נישט מיט צו גרויסע חכמים. דאָס אַליין אַז נישט היימיש אָנגעטונע מענטשן האַלטן אַ צעטל אויף ענגליש שאַפט אַ רעפלעקס ווי ווען באַאַמטע רוקן זיך אָן אין חדר אָדער קעמפּ. קינדער ווייסן אינסטינקטיוויש אַז ווען גויים מישן זיך אַריין אין אונזער געשעפטן דאַרף מען זיי אויסנאַרן, שפּעטן, ענטפערן מיט 'אשרי יושבי ביתך' און דערמיט ווערן דער גבור פון כתה. איז ווען זיי זען אַ קבוצה פון אַזוינע מענטשן מיט אַזוינע צעטלעך ווערן זיי אפשר נייגעריק אָבער עס רעדט נישט צו זיי. אַז זיי פרעגן זייערע טאַטע אָדער עלטערער ברידער וואָס דאָס מיינט איז לייכט זיך אַרויסצודרייען ווען זיי ווייסן אפילו נישט וואָס דער וואָרט מיינט. יאָ, איך האָב געזען אַ קריפּטישער מאמר חז"ל און איך האָב געזען אַ צעטל אויף נישט אידיאָמאַטישער חסידיש יידיש. דער רוב איז אָבער געווען ענגליש און געצילט פאַר ערוואַקסענע וואָס ווייסן סייווי אָדער פאַר דער פּרעסע וואָס אונזערע ישועה וועט פון זיי נישט קומען.

אם אין אני לי מי לי און אַז מיר ווילן קעמפן מיז מען רעדן דירעקט צו די קינדער. גרסא דינקותא איז מער ווערד ווי שפעטער לערנען און מען מיז פירן דער קאַמף בעיקר ביי זיי. און קאָנצענטרירן נישט נאָר אויף סעקסועלע אַביוז וואָס ווי שלעכט עס איז איז אַלץ אַ מיעוט שבמיעוט. שלאָגן קינדער אפילו ברוטאַליש איז מעשים בכל יום און כּמעט יעדער קינד האָט עס אַליין צוגעזען אָדער געהערט דערפון כּלי ראשון. אויך, דער מלמד וואָס קען שלאָגן וויפיל ער וויל איז שוין אַ פּאָטענציאַלער אַביוזער אָבער ביים שלאָגן איז אים לייכטער אָפּצושטעלן וויבאַלד ער טוט עס בגלוי.

איך בין נישט געווען ביים פּראָטעסט און אפשר זאָל איך נישט רעדן. איך האָב אָבער געהאָפט צו זען פּלאַקאַטן ווי 'מלמדים דאַרפן לערנען נישט שלאָגן', 'עשה למען תנוקות של בית רבן', און נאָך גראָדע דירקעטע אָנזאָגונגן. דרוקט צעטלעך מיט בילדער וואָס רעדט צו קינדער ווי אַן אלף בינה און לייגט עס וווּ עס וועט צו זיי אָנקומען. אַז איר ווילט זיין געשפּיצלט זאָל זיין 'מסכת מכּות איז צו לערנען נישט מקיים זיין'. נאָך מער פון אַלעס דאַרף מען געבן עצות פאַר קינדער. ‘דיין רבי טאָר דיר נישט שלאָגן’, ‘רשע למה תכה רעך איז פאַר קינדער אויך’, 'אַז דיין רבי שלאָגט דיך רוף 1-800-4-A-CHILD' וכדומה. אַזעלכע פּלאַקאַטן קען אַ טאַטע נישט אַוועקמאַכן און עס מאַכט אויף אַ קינדס קאָפּ. אַז ער פרעגט מיז מען אים ענטפערן.

עס האָט אָבער אויפגעטון ווייל כאָטש זיי זענען געשטאַנען מחוץ למחנה אין מער פון איין זינען האָבן זיי זיך באַוויזן. זאָלן די פירער וויסן אַז וווּ זיי וועלן גיין פון אינטערנעט אסיפות ביז סיום הש"ס וועלן אַזעלכע פלאַקאַטן זיי נאָכגיין ווי אַ צייכן פון קין. זאָלן זיי זיך שעמען אַז מען דאַרף אויפגעבן תורה און מצוות כּדי צו שיצן אויף אַ קינד. פאַרברייטערט עס און פּראָטעסטירט אינדערויסן פון ישיבות און תלמוד תורהס, קעמפּס און מקוואות. באַקומט אַן ערלויבעניש און מאַרשירט דורך 13טע אַוועניו און לי אַוועניו. ביי תקיעת שופר און כּל נדרי זאָלן מיר נישט פאַרגעסן פון די געשרייען פון אומשולדיקע קינדער. די נומערן מעגן זיין קליין אָבער ווערטער זענען ווי וואַסער אויף אַ שטיין. צוביסלעך לעכערן זיי דורך.

יום שבת, מאי 19, 2012

ויקהלו כל העדה

בסוד סודות קען איך דערציילן אַז מען האָט אונז מכבד געווען זאָגן אַ פּאָר ווערטער לכּבוד דער מאורע. מיר גרייטן זיך שוין עטלעכע וואָכן און מאָרגן אי"ה וועלן מיר רעדן ברב עם הדרת מלך. פאַר די טמאים לנפש אדם וואָס מיינען אַז זיי מיינט מען נישט און זענען זיך פורש פונעם ציבור וועלן מיר דאָ איבערגעבן דער תוכן פון אונזערע קול ה' ברמה חוצב להבות אש.

************

מורי ורבותי, מיר זענען זיך דאָ היינט צאַמגעקומען אויף אור לערב ר"ח סיון כדי מקיים צו זיין הצלת הדורות לנו ולבננו עד עולם. די נשמות פון גאַנץ כּלל ישראל זענען דאָ עד סוף כּל הדורות. אויף הספדים אין צענדליקער יאַרן אַרום וועט מען דערמאַנען אַז דער נפטר איז געווען אויפן כּינוס. אוראייניקלעך אין הונדערט יאָר אַרום וועלן זאָגן אויף זייערע עלטע זיידע אַז ער איז דאָ געווען.

מורי ורבותי מיר זענען טאַקע דאָ. מיר זענען די אשר ישנו פּה לפני ה' אלקיכם.

פרעגט זיך די שאלה וואָס יעדער ייד וואָס איז היינט דאָ דאַרף זיך צו פרעגן: פאַרוואָס בין איך אַצינד דאָ? און אַיעדער ייד וואָס קען נישט דאָ זיין און לעכצט דאָ צו זיין דאַרף אויך פרעגן: פאַרוואָס וויל איך דאָרט זיין. וואָס איז מיין פליכט פון דאָ זיין?

מורי ורבותי כּל קהל עדת ישראל: מיר זענען דאָ פאַר איין איינצלע סבה און עס איז דאָ בלויז איין טעם אויף אייערע אָנוועזענהייט. קוקט אַרויף אַהער, שאו נא עיניכם, מיר זענען די סבה. ווייל מיר גדולי ישראל האָבן אייך באַפוילן צו קומען אַהער. ווייל דעת תורה האָט באַשלאָסן אַז יום א' במדבר וועט מען זיך צאַמקומען אין דעם מעכטיקן שפּילפעלד און איבערקערן אַ וועלט.

כּלל ישראל: שמים וארץ אתם עדי. בלויז פאַרדעם זענט איר דאָ. אויף צו ראַטעווען אייערע קינדער וועט נאָר אַ חסר דעה אַהער קומען. אויף צו זיין הייליק און אָפּגעהיטן זענען די אויבן־אָנניקעס וואָס זיצן דאָ צו מיין רעכטס און לינקס פאַרגלייצט מיט די אויגן די לעצטע מענטשן וואָס וועלן אייך אַרויס ציען פון די מ"ט שערי טומאה.

ווען די קוראי הדורות וועלן קומען באַשרייבן אונזערע דור וועלן זיי נישט שרייבן פון דער השחתה פון אונזערע פירערס, זיי וועלן נישט דערמאַנען די שאַרלאַטאַנען וואָס רופן זיך רביס און גדולים און זיי וועלן אפשר אפילו אויסלאָזן די צוויי אָדער דריי דורות פון ליידיגייערס פון דער פני פון אונזערע דור. זיי וועלן שרייבן פון דער טפּשות פון אונזערע עפּאָכע. זיי וועלן זיך פרעגן ווי קען דער עם חכם ונבון האָבן געווען אַזעלכע פערד אויפצונעמען אַזעלכע פירערס? ווי זענען אַזעלכע אומגעלימפּערטע שלאָמזלנים, שיין גערעדט, געוואָרן אונזערע אויבן־אָן? ווי קען זיין אַז אין אַ דור וואָס קיינער שטערט אונז נישט צו זיין יידן האָבן מיר געמאַכט דערפון אַזאַ תל?

די תשובה געפונט זיך אין דער נעכטיקער הפטרה פון ירמיהו הנביא: אך שקר נחלו אבותנו הבל ואין בם מועיל. ההמיר גוי אלהים והמה לא אלהים.

מורי ורבותי אחינו כל בית ישראל: קוקט אַהער אַרויף. אלה אלהיך ישראל און אויף די אָ געטער שרייט דער נביא ההמיר גוי אלהים והמה לא אלהים. קוקט אַהער, מיר האָבן זיי דאָ אַפירגעבראַכט איר זאָלט קענען צייגן ווי אַ שפחה על הים: אתם המיתם את עם ה’.

אויף דעם פעלד קומען געווענלעך שפּילערס צו שטויסן און וואַרפן באַלן. יעדער זייט האָט זיך זיין פאַרב און יעדער שפּילער זיין נומער. מורי ורבותי אייערע זייט איז בלויז שוואַרץ און איטלעך פון אייערע שפּילער דאַרף האָבן אַ נומער איינס און אַז נישט וואָלט ער נישט דאָ געווען. אויף זיי צו זען האָט איר געצאָלט אַ קאַרט בכסף מלא. אויף זייערע קליגשאַפט און דברי מוסר האָט איר אויפגעגעבן אייערע זונטיק. דאָ זענען זיי און כּזה ראה וקדש, בתמיה. המה לא אלהים? געטער זענען זיי נישט? קוים מענטשן זענען זיי.

זיי ווילן אייך אסרן טעכנאָלאָגיע און אויף דעם זענט איר דאָ. נישט אסרן נאָר פילטערן. זיי וועלן בורר זיין דער פּסולת מתוך האוכל און אייך פיטערן דאָס וואָס זיי זאָגן איז כּשר און מותר. זיי האָבן מורא פון דער נייער וועלט ממילא דאַרפן זיי עס באַקעמפן. זאָלן די גדולים זיך אויפמאַכן אַ טוויטער קאָנטע וועלן מיר זען סאַראַ דברי חכמה זיי האָבן צו פאַרקויפן. לאָזן זיי אוימאַכן אַ בלעטל אויף פייסבוק און מיר וועלן מיר זען דער קאַליבער פון זייערע פריינד. אָבער חס ושלום, ממילא אויף טוויטער האָט מען נאָכפאָלגערס, אָבער חבירים? פאַר אַ חבר געט מען אַ פּדיון? אַ חבר פאַרברענט דיר דער הויז און מאַכט חרוב דיינע קינדער?

לאָמיך אייך זאָגן הויך און קלאָר: טעכנאָלאָגיע וועט ווייטער מאַרשירן און וועט זיי באַזיגן. קיינער וועט נישט פּטור ווערן זייערע מיקראָווייוו אויוונס און קיינער וואַרפט נישט אַרויס זייערע קאָמפּיוטערס.

ווי עס האָט זיך אויפגעוויזן פון דמשק ביז מצרים: מען קען נישט פאַרשקלאַפן מענטשן אויף שטענדיק. דאָס וואָס האָט פּאַסירט אין מאָסקווע קען אויך פּאַסירן אין מאָנסי. זיי וועלן אונז איינזאַלצן מיט שידוכים ווי אויף אַ בהמה מאַרק און מיר וועלן געפונען פאַרגעניגן אויפן וועב. זיי וועלן גנבנען און רצחנען און מיר וועלן זיי צונעמען אויף טעלערלעך אין פאָרומס. זיי וועלן מאַכן געוואַלדעס ביי שמע ישראל אָבער טויב ווערן ווען מען געוואַלדיקט יינגלעך און מיידלעך. זיי וועלן שרייען גילוי עריות און יהרג ואל יעבור און זיך צוקנייטשן דער שטערן ווען מען שענדט אומשולדיקע קינדער. תנוקות של בית רבן שאין בהם חטא וועט איר נישט שיצן איז באַגראָבט אייך פאַר בושה ווען איר שרייט עשה למען יונקי שדים שלא חטאו.

קוקט אָבער אַרויף אַהער ווייל טאָמער וועט איר זיך אויסדרייען וועט איר זען דער פּראָטעסט אינדערויסן און דעם אמתן חורבן וואָס אונזערע פירער מאַכן אָן. זיי זאָרגן זיך פאַר אונזערע ייִנגוואַרג ממילא געבן זיי אויס אַנדערטהאַלבן מיליאָן דאָלער אויף צאַמצוברענגן "כּלל ישראל"? איר קענט ברענגן הונדערט טויזנט מענטשן אָבער דער פּסוק זאָגט לא מרבכם חשק ה' בכם.

קול ברמה נשמע. דער קינד וואָס וויינט ווייל מען שטעלט זיי אַרויס פון חדר אָדער שולע צוליב די שמוציאַנען און פּאַסקודסווע וואָס איר טוט באַשיצן, זיין און איר געוויין שרייט אייך אַלע איבער מיט אייערע מעגאַפאָנען און פּלאַקאַטן.

קומט אייך צאַם, שאַפט אַ מצב, פילט אָן די בלעטער ווייל אייערע טעג זענען געציילט. איר באַנעמט זיך ווי עמעצער גאָויאינג פאָר בראָויק פאַרדעם ווייל איר זענט באַנקראָט. אייערע וואָגן איז לער פון אידייען, פּוסט פון עצות, הויל פון תוכן און בלויז קענט איר מאַכן די העוויות פון אַ מאַכטלאָזער גוסס.

צינדט שוין ליכט ווייל פה סיטיפילד נטמן יהדות החרדית ווי מיר קענען עס. דאָ וועט זיך אויפווייזן אַז את ערום ועריה. אייערע רבנים און רביס און ראשי ישיבות קומען צו פליען אין ערשטע קלאַס מיט טעכנאָלאָגיע, מען האָט אויפגעזוכט דעם סטאַדיום אויפן וועב וואָס אייערע פילטערס וואָלטן נישט געלאָזט אַהין אָנקומען, מען האָט באַשטעלט דעם פּלאַץ אויף אימייל, זיך אָרגאַניזירט אויף סמאַרטפאָוינס און מען זעט אונז איבער דער וועלט מיט לייוו סטרימינג. איז וועמען נאַרט איר?

איר ווילט זען זען רביס און גדולים גייט נישט אין סיטיפילד. דאָ איז בלויז אַן אָנשטעל. אַ טיאַטער וווּ זיי מאַכן זיך מיט די פרומע פנימער פאַר די פאָטאָגראַפירער. איר ווילט זען זייערע אמתע פרצוף ווי זיי רודפן אויס זייערע געגענער, ווי זיי זאַמלען זיך אָן מיט יעדער תאווה פון עולם הזה בשעת ווען זיי דערקענען ניטאַמאָל אַ צורתא דזוזא, ווי זיי לעבן ווי גאָט אין פּאַריז בשעת ווען זייערע חסידים גיין בעטלען חתונה צו מאַכן די קינדער, אַז איר ווילט דאָס זען פאָרט נישט קיין קווינס. גייט קוקט אויף "דער דיקטאַטור" וואָס שפּילט נישט ווייט פון אייך.

לאָמיר אָבער מסיים זיין מיט דער מעשה פון ר' עקיבא וחבריו ווען זיי זענען געגאַנגן אויף הר הבית און געזען פיקסן. די חברים האָבן געוויינט אָבער ר' עקיבא האָט געשמייכלט. ווייל אַז עס האַלט שוין דער מצב אַזוי נידעריק קען עס נאָר בעסער ווערן.

די פיקסן האָבן אייך צאַמגערופן ווייל ווי אַ ליכטל וואָס האַלט ביים אויסגיין און געבט אַ פלאַם אויף אַזוי האָבן זיי זיך דאָ געגעבן אַ כאַפּ אויף. זיי שיסן דער גרעסטער קאַנאָן און מער קענען זיי נישט. מאָרגן, מאָנטיק פּרשת במדבר וועט איר זען אַז אייערע לאָג־אָן אַרבעט דער זעלבער. די קומענדיקע יום־טובדיקע צייטונגן וועלן זיך איבערייסן צו שילדערן דער שמע ישראל אין אַ מעקסיקאַנער וואַל און דערנאָך וועט מען עסן קעז קוכן און קרעפּלעך און מען וועט אין אַלעס פאַרגעסן.

אַ גוט יום־טוב יידן.

יום שישי, מאי 18, 2012

אלה אלהיך ישראל

kinus kotler - Copy

kinus buses - Copy

kinus program - Copy

בתשואות חן להעוסקים בצרכי צבור באמונה שעמדו לימיני ועסקו ללא ליאות לכל מלאכת עבודת הקודש. הקב”ה ישלם שכרם