יום חמישי, ספטמבר 20, 2012

ואומר לך בדמייך חיי

נאָך מיין לעצטער שטיקל איבער דער 'אינטערסאַנטער' שאלה פון דער רשכבה"ג איז אָנגעקומען אַ בריוול פון אַ לייענער אַז ער האָט מברר געווען ביי אַ כלי ראשון און באַשטעטיקט אַז אַזוי איז אין דעם היים טאַקע דער שטייגער. אַז מען ברענגט אַהיים אַ קינד פון ביהמ"ד נאָכן יידישן און עס שטעלט זיך אויס אַז ער איז נאָך גאָר אַן ערל טוט מען עס באַלד פאַררעכטן אָן קיינעם צו פרעגן (עכ"ל). ווי מען זאָגט ביי אונז, קיינער האָט אייך נישט געהייסן קומען און אַז עס געפעלט אייך נישט זייט מוחל קושט דער מזוזה. כּל זמן אָבער איר זענט ביי אונז וועלן מיר באַשליסן וויאַזוי אַנצוגיין מיט די ערלים.

איך וועל נישט איבערקייען די טענות ווייל די פרשה איז יפה נדרשת אינעם קאַווע שטיבל און דער עולם דאַרף אויפשטיין צו סליחות. לאָמיר אָבער רעדן בקיצור איבער איין אַספּעקט וואָס איך האָב נישט געזען מען זאָל דאָרט דעקן. אַז מען מאַכט איבער פון צייט צו צייט בריתן הייסט עס אַז אין בית מדרש דרייען זיך מוהלים וואָס מהלען קינדער אָן זיי זאָלן בכלל וויסן וויאַזוי מען מאַכט אַ געהעריקן ברית מילה. ווי דער צדיק האָט ערקלערט, 'דער טאַטע אָדער דער טאַטעס טאַטע' מאַכן זיך אַ ברית און ווי דוד המלך זאָגט, הרה עמל וילד שקר, מען שוואַנגערט, מען פּלאָגט זיך און עס ווערן געבוירן שאלות. אייגנטלעך נישט שאלות צי מען זאָל מעביר זיין דעם מוהל ווייל דאָס שטייט נאָר לגבי מציצה בפה וואָס חמירא סכנתא מאיסורא. דאָ איז אָבער בלויז אַ שאלה איבערן מצווה אַליין און מען קען דאָך איבער מהלען. ווי ר' ישראל סאַלאַנטער וואָלט אוודאי געזאָגט, ווילאַנג דאָס מעסערל איז שאַרף קען מען נאָך פאַררעכטן.

ביים טאַטן אַליין איז דאָך אויך דאָ אַן ענין פון מצוה בו יותר מבשלוחו. אַז דער טאַטע האָט מיט אַ נאַכט פריער ביים וואַך נאַכט דערציילט דער בעל שמס מעשה פון קינדער כאַפּערס און דערנאָך האָט ער אַ גאַנצע נאַכט געלערנט רעיא מהימנא איז דאָך אָפגערדט אַז ער איז דער בעסטער קאַנדידאַט צום מצוה. און אַז ער קען נישט אַזוי גוט, ווייסן דאָך מיר חסידים אַז רחמנא ליבא בעיא און אחד המרבה ואחד הממעיט, צי ער שנייט אָפּ אַ גרויס שטיקל צי אַ קליין שטיקל אַבי אַז ער מיינט עס ערנסט. און צום ערגסטן איז אַלץ דאָ דער מוהל, דער יושב בסתר, וואָס וועט אַלצדינג מתקן זיין.

אין אמתן איז דאָס גאָר אַ גלייכער זאַך ווייל וואָס וועט זיין אַז דאָס קינד וואַקסט אויף און מען פרעגט אים, ווער איז געווען דיין מוהל. וואָס וועט ער ענטפרן? מיין טאַטע האָט אָנגעהויבן און ר' חיים יהושע האָט געגומרט? קען מען דען אַזוינס צולאָזן? מיר האָבן בקבלה, איין באַשעפער, איין רבי, איין שמעקל און איין מוהל. ממילא איז טאַקע בעסער לטובת הענין אַז מען רעדט נישט דערפון און מען טוט וואָס מען האָט צו טון און מען פאַרגיסט חלילה נישט אומזיסטע יידיש בלוט פון זיין אַ מלבין פני חבירו ברבים.

אויסער דעם איז דאָ אַ גרויסער ענין אַז אַ קינד מיט צוויי מוהלים קען ווערן שטאַרק 'קאָנפיוזד' און אויף דעם איז כּדאי מפסיק צו זיין דעם ענין אַרומצורעדן דעם געוואַלדיקן פּראָבלעם. ווי מיר ווייסן זענען אונזער קינדער כּסדר אין אַ שטאַרקע סכּנה פון ווערן קאָנפיוזד. מען טאָר זיי גאָרנישט זאָגן און נאָך ווייניקער ווייזן ווייל אַז זיי זען אָדער הערן עפּעס וואָס איז נישט אויסגעהאַלטן ווי דער רבי האָט געלערנט אין חדר ווערן זיי באַלד קאָנפיוזד.

דאָס הייסט למעשה אַזוי. אַז זיי זען ערוואַקסענע מענער גיין מכּות אין בית מדרש דאָס טוט זיי נישט צופיל קאָנפיוזן. און אַז זיי זען ווי אַ רבי פראַסקט אָן אַ יינגל בפני קהל ועדה איז אויך נישט צו געפערלעך ווייל אדרבה עס איז למען ישמעו ויראו. נאָר למשל אַז מען וועט זיי זאָגן אַז עס זענען פאַראַן רביס, פון די ריכטיקע סאָרט וואָס האָבן שיינע קאַרס און מען לייגט פאַר זיי לעמפּ אין די ביימער, אַז מען זאָגט פאַר קינדער אַז אַזוינע רביס פאַרברענען הייזער טאַקע אויך אויף למען ישמעו ויראו דאָס וועט זיי שוין אינגאַנצן צומישן דער מוח.

דאַווענען צום ביישפּיל פאַר דער קרבן פון אַזאַ פייער קען זיי אויך שרעקלעך קאָנפיוזן אָבער זאָגן תהילים פאַר נאַרקאָטיק שמוגלער אָדער לעסטערער פון קליינע קינדער צו דעם זענען אונזערע קינדער שטאַרק געאייניקט צו פאַרשטיין. ווייטער הא גופא אַז מען קען טון געמיינע זאַכן פאַר קינדער דאָס איז פאַר זיי כּמעט אַזוי מסוכן ווי לערנען זוהר פאַר די פערציק.

אַז אַ מאַמע שוואַנגערט און מען דערציילט די קינדער אַז זיי גיין האָבן אַ נייע בייבי נאָך דער קינד איז שוין געבוירן געוואָרן און מען טיילט זיי אויס ווי יתומימלעך קען מען אויך אַריינרעכענען אין די זאַכן וואָס מאַכן בכלל נישט אַ רושם אויף קינדער. פאַרקערט גאָר, אַז מען דערציילט זיי צו פרי אַז די מאַמע איז טראָגעדיק דאָס טרייבט זיי אַרויס פון דער זינען און נאָר אַן אכזר אָן אַ יידיש האַרץ און אָן אַ קאָפּ צו חינוך וועט אַזוינס טון.

אַז מען קען זיין אַ ייד אָן אַ קאַפּל אָדער אַ יידענע מיט הויזן איז ממש פון די ערגסטע זאַכן וואָס קען משוגע מאַכן אונזערע הייליקע אומשולדיקע נשמות. אָבער אַז רב קוק איז ימ"ש און אָוי יו איז חזיר טרייף דאָס איז גאַנץ פאַרשטענדליך און אפילו אַ קטן הצריך לאמו קען מבחין זיין אין דער קלאָרער חילוק.

אַנטשולדיקט מיר פאַרן הפסק ווייל מיר האַלטן נאָך ביים ערשטן מוהל אָבער נישט קאָנפיוזען אַ קינד איז פּיקוח נפש ממש.

עס וואָלט דאָך אַלץ אפשר געווען אַ סברא אַז מען זאָל אָנזאָגן פאַר עלטערן שטילערהייט אַז זיי זאָלן נישט נעמען אַזאַ מוהל. אָדער אפשר צורופן דעם מוהל אין דער זייט און אים זאָגן, מאי דהוי הוי, אָבער מהיום והלאה זייט מוחל גייט שנייט מייערן פאַרן שבת יויך אָבער מיט קינדער לאָזט אייך אָפּ. נישט חלילה איבער אייערע כוונות נאָר פּשוט ווייל איר קענט נישט. איי איר בלאָזט די תקיעות און איר קענט אויך נישט, און ביים ראש השנהדיקן מוסף דאַווענט מען צום זייגער איר זאָלט שוין פאַרטיקן, טאַקע אַ פיינע טענה אָבער ר"ה קומט פאָר יעדן יאָר מה שאין כּן דעם רך הנמול האָט נאָר איינס דערפון און ער דאַרף זיך נאָך מיט דעם באַנוצן, בלשון נקייה גערעדט. מיר פאַרשטיין גוט אייערע כוונות אים מחליש זיין דער כוח התאווה אָבער אויף דעם איז איין מוהל אויך גענוג.

ווער ער זאָל זיין אַ 'פּלאָמבער' כלשוננו און ער זאָל אַזוי אַריין שניידן אין אַ רער וואָלט מען געהאָנגן פּלאַקאַטן התורה חסה על ממונן של ישראל און מען וואָלט אים צוריק געשיקט אין כּולל. אַ געוואַלדיקער ירא שמים אָבער אַ בעל מלאכה אַ שוואַכער. ווייטער ווען ער זאָל זיין אַ שוחט וואָלט מען אים באַשולדיקט פאַר אַ מאכיל טרפות און יעדער אומגליק פון די לעצטע צען יאָר וואָלט מען אויף אים אַרויפגעלייגט. ביי אַ פּלאָמבער איז אָבער וויבאַלד צדיקים חביבים עליהם ממונם יותר מגופם און כּל שכּן פון אַ תינוק בן יומו. ווייטער ביי אַ שוחט איז אַ חשש פון צער בעלי חיים דאורייתא פונעם אָקס משא"כּ דאָ רעדט זיך סך הכּל פון אַ קליין עופעלע וואָס איז נאָך אפילו נישט אַרויס מכלל נפל. נו איז וואָס? ער וועט נאָך אַביסל וויינען? ס'יז געזונט פאַר די לונגען. די גמרא זאָגט אויף מילה כי עליך הורגנו כל היום קען עס דאָך חלילה נישט זיין מיחזי כשיקרא.

היוצא לנו מזה איז גאָר אַן אינטערסאַנטער היכי תמצא. ווען עלטערן דינגן אַ מוהל מיט אַ גרויסן באָרד און ער מאַכט די ברכות בלויז פון אַ באַרדיטשובער סידור און ווען ער זאָגט זה הכּסא של אליהו הנביא זעט מען ממש בחוש ר' אליהן, דער מוהל איז לאו דוקא אַן אמתער מוהל און ער קען גאָר זיין דער מלאך המוות אין אַ בעקיטשע. אָבער ווען עס קומט דער מוהל מומחה וואָס ווען ער דערלאַנגט אַ שנייד איז עס אויסגעהאַלטן לכל הדיעות ביי אים טאָרן אפילו טאַטע מאַמע נישט וויסן.

דבר אחר אַז עס איז גאָר אַן עולם הפוך. מציצה בפּה וואָס איז מפני הסכּנה ווערט אַ מצווה דאורייתא ממש ביהרג ועל יעבור, אָבער די מצוות עשה פון מילה איז כל מי שרוצה לטול את השם יבא ויטול און אַז ער קען נישט וועט קומען אַ צווייטער וואָס קען יאָ. אַביסל ווי די עשרת ימי תשובה וווּ מיר האַלטן יעצט. איז דער מוהל אַ צדיק איז נכתבים לאלתר און אַז אַ רשע קען ער נאָך דעם קליינעם אַוועקלייגן. איז אָבער דער מוהל אַ בינוני איז דאָס קינד תלוי ועומד ביז מען ברענגט אים צום היים און מען זאָגט חתמינו באות ברית קודש אָבער אָן אַן אבינו.

יום שבת, ספטמבר 15, 2012

הגיע זמן גאולתכם

קומט יונגן און לייט
שאַלט מיט אַ שופר
וואַרפט איין די מויערן
מאַכט אויף פאַר אַנטלויפער
אַ ספר תורה אייער לעבן
און איר זענט דער סופר
נאַשט פונעם עפּל
דער האָניק איז זיס
הגיע זמן גאולתכם

מיידלעך און ווייבער
כאַפּט אייך די פּעק
קומט גיין צו תשליך
און שווימט אייך אַוועק
פאָרט מיט די ווינטן
לאָזט די קייטן ביים ברעג
דער הימל איז בלוי
דאָס וואַסער איז פריש
הגיע זמן גאולתכם

היום הרת עולם
די וועלט האָט געשוואַנגערט
מיר זענען די קינדער
נאָר מער נישט געפאַנגן
הייבט שטאָלץ אַ פאָן
מיט הויכע געזאַנגן
פרייט אייך אין טאָג
כי קדוש היום
הגיע זמן גאולתכם

קומט רעדנער און שרייבער
ברענגט ווערטער צו גיסן
שאַרפט אייער פּענע
די טינט מעג שוין פליסן
ימלא שחוק פינו
לאָמיר אַלע געניסן
געקומען די צייט
צו ליבע און פרייד
הגיע זמן גאולתכם

מאַמעס און טאַטעס
די קאָך איז צו הייס
שליסט אויף דער טיר
און ווישט אייך דעם שווייס
לערנט אייך פון אונז
און נייט צו דעם רייס
מאַכט אויף די אָרעם
די צוקונפט איז דאָ
הגיע זמן גאולתכם

רבנים דיינים
נוגט פון אַ שטיין
וואָס רופט איר אַן עולם
ווען ביי אייך איז נישט ריין
איר קענט מאַכן תקנות
אויף מרור און חריין
שנהיה לראש
און נאַט אַייך אַ פייג
הגיע זמן גאולתכם

ברודער און שוועסטער
קומט אריין פון דער קעלט
רייך זענען מיר
אפילו אָן געלט
מאַכט אויף די אויגן
נאַשט פון דער וועלט
די צייט איז געבייט
דער מאָרגן איז היינט
הגיע זמן גאולתכם

יום רביעי, ספטמבר 12, 2012

ומלתם את ערלת לבבכם

אין דער דיבאַטע איבער מציצה בפה האָב איך נישט צו אַ שטאַרקע מיינונג. דאָס הייסט אָנגעפער אַזוי. איך גלייב באמונה שלימה אַז מען איז געמלהט אָן מציצה בפה איז מען נישט בכלל כל ערל לא יאכל בו און מען קען רוהיק עסן פון דער קרבן פסח אָן קיין שום חשש. אַז איך קוק אין רמב"ם זע איך אַז מציצה איז אין גאַנצן מפני הסכנה און אַ מוהל וואָס טוט עס נישט איז מען אים מעביר. עס איז אָבער נישט דאָ קיין הוה אמינא פון דאַרפן מטיף דם זיין אָדער חוזר זיין ווי ציצין המעכבין. עס שטייט אויך נישט וועגן מוצץ זיין מיטן מויל. עס קען אָבער זיין אַז עס איז דאָ אַ סתירה אין רמב"ם און ממילא זאָל מען זיך אויף מיר נישט פאַרלאָזן למעשה וכל אחד יעשה שאלת חכם. נאָך מער, וויבאַלד עס שטייט אַז עס איז מפני הסכּנה הייסט עס אַז מציצה איז בערך ווי טרונקן אַביסל טשאָקאָלאַט ליקער צווישן דער פיש און דער יויך. אוודאי אַז דער ליקער איז פאַרסמט וואָלט מען חלילה נישט אויפגעהערט צו טרונקען וויבאַלד מנהג אבותינו בידינו און אַזוי דאָ אויך.

ווייטער איך קען פאַרשטיין דער געשריי פון אונזערע רבנים. מיר זענען מלומדי מכות און יעדער חדר יינגל ווייסט אַז זייט די יוונים ווילן די שונאי ישראל מבטל זיין ברית מילה. אפילו משה רבינו האָט אַ שלאַנג כּמעט איינגעשלינגן ווייל ער האָט זיין זין נישט געמלהט. אַיז אַז מען טשעפּעט מיט אפילו אַ קלייניקייט פון אַזאַ פונדעמענטאַלע מצוה וואָס איז אות ברית ביני וביניכם איז דאָך פּשיטא אַז עס ווערט באַלד אַ שעת שמד, יידישקייט איז אין געפאַר, מען דאַרף איינרייסן הימלען און מען זעט זיך שוין ווידער וואַנדערן אין גלות מיטן פּעקל אונעם שטעקל. ביי אונז חסידים וואָס מיר זענען נישט דורש טעמא דקרא איז נאָך מער. יעדער חסידיש וואָרט איז עשרת הדברות און אַ שבות דשבות אַן איסור כרת ממילא איז לייכט צו פאַרשטיין וויאַזוי פון אַ מנהג ווערט אַ מצות עשה דאורייתא ממש וואָס איז יהרג ואל יעבור. איי אַמאָל האָט קיינער נישט גענוצט אַ צווענגל און היינט מלהט קיינער נישט אָן דעם? דאָס איז אַ שוין אפיקורסיש געפרעגט.

איז דאָך אָבער פאָרט דאָ אַ חשש סכּנה טאָמער איז דער מוהל פאַרשטעקט. פאַרשטייט זיך אַז ביי אונזערע מוהלים פּאַסירט דאָס נישט ווייל מיר זענען נקי מחשש תולעים במחשבה בדיבור ובמעשה. אָבער פונדעסטוועגן אַלץ והייתם נקיים וואָלט דאָך אפשר געווען אַ סברא אַז די וואָס קעמפן פאַר מציצה בפה זאָלן אָננעמען אַז עס איז דאָ אַ סכּנה און ווייזן אַז זיי טון אויפפּאַסן. אַז מען איז מרנן אויף אַ געוויסער מוהל זאָל מען אים אָנזאָגן אַז ער זאָל דערווייל נישט מלהן. אפשר וואָלט מען אויך געדאַרפט איינפירן אַז מוהלים זאָלן זיך בודק זיין פון צייט צו צייט.

די מעשה איז אָבער אַזוי. ווען עס קומט צו האַקעלע זאַכן ווי מילה, שחיטה אָדער חינוך הבנים טאָר מען פאַר די מומרים להכעיס, מבני בניו של אליפז הרשע נישט נאָכגעבן אפילו כקליפת השום. נישט פאַר זיי און נישט פאַרן עולם. דאָס אַז עס זאָל זיך אפילו דאַכטן אַז זיי האָבן מער מיטלייד פאַר אַ יידיש קינד ווי אונז רחמנים ביישנים גומלי חסדים דאָס איז יהרג ואל יעבור און היה לא תהיה. נישט נאָר איז פשוט נישט דאָ אַזאַ דעבאַרמקייט ווי יידישע, היימישע עלטערן נאָר מיר האָבן אויך אינזינען די נשמות. איז וואָס איז שייך זיך צו דינגן איבער אַ קליינער מעסער שניט און אַ זויל מיטן מויל ווען די נשמה רייסט מען אויס מיט אכזריות? דער יונייטיד ניישנס מאַכט אַ קאָנווענץ איבער די רעכטן פון אַ קינד און אונז באַפעלט מען המול לכם כל זכר. וואָס האָבן מיר צו טענהן אַז אין פסוק שטייט מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל

ווייטער חמירא סכנתא מאיסורא, זאָלט איר וויסן אַז די געזונט באַאַמטע האָבן אונז נישט איינצוטיילן וואָס איז אַ סכּנה און וואָס נישט. מיר ווייסן אויך פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם נאָר דבר זה איז מסור צו די חכמי ישראל בכל דור ודור וואָס ביי זיי שטייט להזהיר גדולם על הקטנים. זיי ווייסן נאָך אַזוי גוט ווי די דאָקטוירים און אַז זיי זאָגן אַז מיר האָבן נישט וואָס מורא צו האָבן דאָס אַליין וועט אונז ביישטיין און שליחי מצווה אינן נזוקין.

*****

לאָמיר אָבער איבערגיין צו אַ קליינער דערציילונג למען ידעו דור אחרון דער מסירת נפש פון אונזערע דור דעה. ומעשה שהיה כך היה. אַ רבי מיט אַ תלמיד חכמים האָבן זיך באַגעגענט. נישט קיין גרויסער נייעס היינט צו טאָג בפרט אַז דער תלמיד חכם פירט ניטאַמאָל אַ רביסטעווע און פאַררופט זיך חלילה נישט אויף אַ דאַרף אין די גלילי גלילות פונעם רבינס מלוכה. שנים שיושבים ואין ביניהם דברי תורה ווייסט איר דאָך אַליין וואָס שטייט. איז נאָך מען האָט זיך אָנגעגעסן פון זילבערנע שיסלען און געטרונקן פון זילבערנע בעכערס, ווי מען זאָגט, אַ ברכה געמאַכט, האָט מען זיך גענומען רעדן אין לערנען.

דערציילט דער רבי פאַרן מורה צדק און ראש ישיבה:

"כ'האָב עוסק געווען אין די טעג אין אַן אינטערסאַנטע שאלה."

נאָר נאָך איין קליינע הקדמה. אַז איר האָט אַמאָל בר־מצוה געהאַט וועט איר אוודאי געדענקן ווי באַלד נאָך אָנטון תפילין האָט איר אויסגעשטעקט די צווייטע און פינפטע פינגער פון אייער פויסט און אַזוי אָפּגעמאָסטן צי דער תפילין של ראש איז חלילה נישט אַ האָר אַרויס פון בין עיניך. און איר געדענקט אוודאי אויך די בחורימלעך, די צדיקימלעך וואָס זענען אַרומגעגאַנגן מיט דער קאָפּ אויסגעצויגן פון פאָרנט כּדי דער היט וואָס איז צוריקגעשטעלט מחמת דער של ראש זאָל האָבן פּלאַץ אויפן אויסגעלענגרטן האַלץ. אַז זיי האָבן אַרויסגעקוקט פון סידור האָבן זיי אויך אויסגעצויגן די אויגן אויף אַרויף ווייל טאָמער הייבט מען אויף דער קאָפּ קלאַפּט זיך אָן דער ראַם פונעם קאַפּעליטש אין דעם נאַקן און מען בלייבט חלילה מיט אַ הוילן קאָפּ. אָט אַזוי זענען די צדיקימעלך אייך אַקעגן געקומען און געוויזן אַז מען דאַרף אויסגלייכן דעם של ראש צו רעכטס, צו לינקס, אַהין, אַהער אַעיקר עס זאָל זיין פּונקט אויפן ריכטיקן פּלאַץ. פון צייט צו צייט זענען אויך געווען אַזוינע אירע וואָס האָבן פּשוט אייך אָנגעכאַפּט דעם של ראש און געגעבן אַ צי און אַ שלעפּ און אַ ‘נו’ און אַן ‘אָ’ און אייך מזכּה געווען איר זאָלט חלילה נישט זיין אַ קרקפתא דלא מנח תפילין.

האָט זיך דאָ געמאַכט עטוואָס אַן ענלעכע מעשה. נישט מיט אַ בחורל נאָר מיט אַ רך הנמול און נישט מיט זיין תפילין נאָר טאַקע מיטן בריתך שחתמת. און צום צווייטן מאָל מעשה שהיה כך היה און איך האַלט אייך שוין גאָרנישט אויף.

"מ'האָט געברענגט אין אַ קימפּאַרטאָרן היים אַ קינד נאָכן ברית. און ס'איז דאָ אַ מוהל אויפן פּלאַץ..."

איר ווייסט דאָך ווי עס זעט אויס דעם ערשטן טאָג סוכּות ווען מען וויקלט אויף דעם אתרוג. מען דרייט עס אַהין און אַהער און מען הייבט זיך אויף די ברילן שטאַרק צו באַקוקן אַ קריץ צי אַ פלעק. מען מאַכט אַ "פּשי" און אַן "אָו אַאַאַ" און ווער רעדט נאָך אַז עס שטייט אַ פיטם. נו, האָבן מיר דאָ אַ לעבעדיקן פּיטם און דער מוהל האָט זיך פאַרחשקט צו זען דעם זה קלי ואנוהו. וויקלט ער אויף דאָס קינד צו כאַפּן אַ בליק און עס ווערט אים שוואַרץ פאַר די אויגן.

"...וואָס האָט געזען אַז עס דאַרף אַ תיקון עפ"י הלכה"

דער פּיטם איז נישט אָפּגעביסן ווי עס דאַרף צו זיין. איך האָב שוין געזאָגט אַז איך קען נישט גוט די הלכות. אפשר זענען געווען ציצין המעכבין, אפשר האָט ער חושש געווען אַז מען האָט נישט געמאַכט מציצה, אפשר מל ולא פרע, קען זיין אַ חיפוי, אפשר אויפן עטרה אָדער קען גאָר זיין אויפן גיד. אַעיקר פאַר דעם מוהל איז עס נישט געפאָלן.

"איז ער געגאַנגן מדעת עצמו און האָט פאַרראָכטן."

זריזין מקדימין און דער מוהל האָט גענומען זיינע כּלים וחתם בבריתו אות ברית קודש. אַזוי אַרום האָט ער זיכער געמאַכט אַז לכשיבנה בית המקדש וועט דער קינד קענען עסן פונעם קרבן פּסח לכל הדיעות. דער מוהל האָט אוודאי געמאַכט אַ גזירה שווה אות אות מתפילין. נאמר כאן כי אות הוא ביני וביניכם ונאמר להלן והיה לך לאות מה להלן בשליחת יד אף כאן בשליחת יד.

"ער האָט נישט געפרעגט דעם טאַטן."

איי דער טאַטע? ער איז נישט געווען צו דער האַנט און ביז ווי לאַנג ער קומט קען ווערן בין השמשות און וואָס האָבן מיר זיך אַריינצולאָזן אין שאלות פון סיי וביום און סיי השמיני. ווייטער די מאַמע, זענען דאָך נשים דעתן קלות און בפרט ווען זי האָט אַ דין פון אַ חולה שאין בו סכּנה איז וואָס דאַרף מען איר סתם מצער זיין. בכלל איז די מצוה אויף אים און נישט אויף איר ממילא קען נאָך ווערן אַ שאלה פון שליחות.

אַכּלל וויאַזוי מען דרייט נאָר דעם אתרוג איז עס אַ פּרי עץ הדר לכל הדעות און די מעשה וואָלט שוין לאַנג געווען פאַרגעסן אויסער פאַרן מוהל וואָס שכרו הרבה מאד. מה עשה הקדוש ברוך הוא? והאלקים אנה לידו. דער אייבישטער האָט צונויפגעברענגט אַ רבי מיט אַ דיין, מזמנן לפונדק אחד, און פאַרשטייט זיך אַז צוויי תלמידי חכמים טרעפן זיך זענען זיי מחדדין זה את זה בהלכה. אָפּגעהיטענע יידן וועלן דאָך נישט רעדן דברים בטילים איז מען עוסק בדברי תורה. מען דערציילט עובדות פון צדיקים, מנהגי ישראל, אַ שיין וואָרט און אַזוי געזעגנט מען זיך מתוך דבר הלכה.

"איז די שאלה צי מ'קען עס טאַקע מאַכן אַליינס אָן צו פרעגן פאַרן טאַטן, ס'איז דאָך אַ מצוה אויפן טאַטן, מ'קען נישט מל זיין שלא מדעתו."

טאָקע גאָר אינטערסאַנט. אַ שאלה צי מען קען מל זיין שלא מדעתו ווייל די מצוה איז מוטל על האב. אָבער אויסער דעם וואָס זאָל בכלל זיין דער הוה אמינא אָנצופרעגן דעם טאַטן? וואָס איז ער בכלל אַ מחותן? ווייל דער אייבישטער האָט אים געשאָנקן אַ קינד איז ער שוין אַ בעל הבית? באַלד וועט ער נאָך איינטיילן צי מען מעג זיין זין אָנרירן אין חדר.

מיר איז באַלד איינגעפאַלן אַז זכין לאדם שלא בפניו ווייל אַצינד אַז דאָס עופעלע איז געמלהט לכל הדעות וועט אים אברהם אבינו זיכער פאַרשטעלן דער וועג אין גיהנום. אויסער דעם טאָמער וועט עמלק ווידער קומען וועט ער נישט קענען מקיים זיין אויפן קליינעם ויזנב בך כל הנחשלים ועיין רש"י שם. באַלד האָב איך מיר געמאַכט אַ ברוך שכיוונתי ווייל דער רבי האָט טאַקע אויך אַזוי מעיר געווען.

און דער רבי לייגט צו:

"דאָס איז זיכער וואָס ס'איז געטון אין שוין געטון. נאָר די שאלה איז אַז מ'קומט נאָכאַמאָל אַזאַ מעשה צי מעג מען אַזוי טון אָדער נישט."

יפה שיחתם של עבדי אבות און שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד איז דאָך כל שכן ווען צדיקים יושבין ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה און מען וואַרפט מרכבת המשנהס און חתם סופרס, מען ברענגט אַ ראיה פון תרומה און מען ווענדט עס אָפּ פון חלה, מען ברענגט אַ קצות מיט אַ ריב"ש איז נישטאָ קיין ספק אַז די פּמליא של מעלה זענען געקומען אַ טייל נעמען.

מיטאַמאָל רופט זיך אָן איינער פון די אַרומיקע, מן הסתם איינער פון די גבאים, עפעס אַ גיחזי,

"ווער שטערט צו פרעגן דעם טאַטן?"

ממש אַ ירבעם בן נבט אַ חוטא ומחטיא. לא די וואָס ער וויל אַליין נישט מקיים זיין דער מצווה וויל ער נאָך שטערן פאַר אַנדערע אויך. וואָס האָט ער אַריינצושטקען זיין קאָפּ און שכל צווישן אַזעלכע צוויי בערג בכלל? ווער האָט אים דען געפרעגט, אַ נאַרישע דעת בעל הבית אין דער מיט פון צוויי דעת תורהס?

זאָגט שוין אויף דעם שלמה המלך, ענה לכּסיל כאוולתו. נזרקה רוח הקודש אינעם רבין אַריין און ער האָט געענטפערט ממש שכינה מדברת מתוך גרונו.

"אַמאָל איז דער טאַטע אַליין דער מוהל, און אַמאָל דעם טאַטנס טאַטע וכדומה, און ער וועט נישט מסכים זיין אַז עס איז נישט גוט. ס'גייט אַריין אין האַקעלע ענינים, איז אפשר זאל מען גאָרנישט זאָגן."

פאַרשטייט איר וואָס דאָס מיינט כוחא דהיתירא עדיף. וואָס ברענגט מען אַהער אַריין די טאַטע מאַמע? זה מביאו לחיי העולם הזה וזה מביאו לחיי העולם הבא איז וואָס דאַרף מען קומען צו אַן אומאַנגענעמענעם מצב פון כופין אותו עד שיאמר רוצה אני? מען טוט וואָס מען האָט צו טון און אַזוי אַרום ראַטעוועט מען אַ יידיש קינד פון באר שחת.

אַז מען האָט פושט געווען דעם רבינס שאלה האָט דער ראש ישיבה דערציילט זיין שאלה. זיינס איז געווען איבער נוצן קאָלינג קאַרדס און שכר שבת. ביידע זענען תורה, שבת בסקילה און מילה סך הכּל בכרת, און עס זענען ברוך השם נתלבן געוואָרן הלכתא גבירתא אָן צו פאַרגיסן קיין איין טראָפּ בלוט.

*****

טאָמער קלערט איר אַז דעם קטלא קניא קען מען קיין וואָרט נישט גלייבן און ער האָט אַליין מוצץ געווען דער מעשה. אַ מסית ומדיח און אַ פּסול לעדות, אפילו אין חלום ווייסט ער נישט וואָס דאָס איז אַ מסיח לפי תומו און אויף אַ בליץ טראָפּ קען מען אים אויך נישט געטרויען. טאָמער קלערט איר אַזוי זאָג איך גלייבט אים טאַקע נישט. אָבער הלא הם כתובים בספר.

די מעשה האָט דערציילט דער מרא דאתרא פונעם עיר האלקים קרית יואל אַז בדידיה הוה עובדא. ער איז דאָרט מושל בכיפה און דערוואַגט אייך נאָר זאָגן אַנדערש. און מען האָט די מעשה אָפּגעדרוקט 'בלתי מוגה' אין זיין פּראָפּאָגאַנדע בלעטל אונטערן רובריק משולחן מלכים ממילא ניתי ספר ונחזי. (ובדרך צחות אפשר לפרש הטעם שמאכלים העולים על שולחן מלכים לית בהן בישול עכו"ם כי רק על שולחן מלכים, מאן מלכי רבנן, מבשלין, בוחשין ואוכלין קדירה כזו ודו"ק)

ומכאן מודעא רבה לאורייתא על כל גזירה שלא תבא איבער ברית מילה וועלן די פני הדור און עיני העדה זיך קענען זעצן אַרום דער טיש און שטאָלצערהייט זאָגן, ידינו לא שפכו את הדם הזה.

יום שישי, אוגוסט 10, 2012

ועתה כתבו לכם

שלום בערגער האָט אָפּגעשריבן אַ שיינער איבערבליק פון פרויען שרייבער צווישן חרדים, פאַרוואָס זיי זענען מער מצליח ווי מענער און די פּראָבלעמען מיט וואָס זיי דאַרפן זיך פאַרמעסטן. אינטערסאַנט ער האָט נישט דערמאַנט מעלות, וווּ שלום פלעגט אַליין שרייבן, וואָס ווי איך פאַרשטיי איז געגרינדעט געוואָרן און איז געווען (נאָך אַלץ?) געפירט אינגאַנצן דורך פרויען. פאַר אַ היפשע פּאָר יאָר איז מעלות געווען דער מוצלחדיקסטע און דער וועגווייזער פאַר פיל פון די פּובליקאַציעס וואָס פילן היינט אָן דעם ערב שבתדיקן גראָסערי וועגל.

מיר איז אויסגעשטאַנען איין שטיקל פונעם אַרטיקל. די חרדישע שרייבערן ליבי אַסטייר זאָגט אין אַן אינטעריוו אַז זי פאַרמייד פון אירע דערציילונגן רציחות און ציל־לאָזע געוואַלד, כאַראַקטאַרן אָן אַ תיקון און סעקסואַלישע איממאָראַלישקייט. פרעגט אַסטייר, "קען דאָס זיין אַ גוטער ליטעראַטור? איך האַלט אַז יאָ. וויבאַלד איך קען מיך נישט פאַרלאָזן אויף געשלעכט און געוואַלד צו פאַרקויפן מיינע ביכער מיז איך מיך פאַרלאָזן אויף אַלט מאָדישע מיטלן ווי באַשאַפן שאַרפע כאַראַקטאַרן, אַריינברעגנן הומאָר, און ווידערשאַפן היסטאָרישע מצבים אויף אַן איבערצייגנדיקער וועג."

ראשית כּל לאָמיך זאָגן אַז איך האָב אַסטייר קיינמאָל נישט געלייענט און עס קען זיין אַז זי שרייבט וווּנדערליכע דערציילונגן און ראָמאַנען. איך מיז מיך אָבער דינגן איבער אירע ממילא, אַז דאָס אַז זי לאָזט אַרויס דער זאַלץ און פעפער פון חיי אדם עלי אדמות הא גופא געט אַריין אַ בעסערן טעם אינעם געקעכץ.

לאָמיר אָנהייבן מיט איר "אַלט מאָדיש" און באַלד פרעגן ווען האָט דער אַלט מאָדישקייט עקזיסטירט. די תורה און נביאים און להבדיל האָמער זענען פון די אור עלטסטע ביכער וואָס מענטשהייט פאַרמאָגט. אין מיין חומשל באַלד ביים אָנהייב פון בראשית און אדם און חוה טון ווי גאָט האָט געבאָטן אָן קיין בושה, קין הרגט הבל, דער אייבישטער מאַכט חרוב דעם גאַנצן באַשטאַנד, נח לייגט זיך שלאָפן מיטן אברל צום וועלט, קעניגן הרגנען זיך, סדום גייט אונטער און לוטס טעכטער מאַכן חתונה דעם טאַטן. און דאָס איז בלויז די ערשטע פיר סדרות. נביאים, ווי אויך האָמער, איז איין שטיק רציחה און אַ היפּש ביסל סעקס איז דער זייט.

מיר דאַרפן אָבער נישט גיין ביזן תורה און זיך פאַרנעמען מיט יידישע טעקסטן. לאָמיר גיין צו די אַלט מאָדישע גויישע טעקסטן פון די לעצטע פּאָר יאָרהונדערט און אפשר וויל זי געבן פון זיי ביישפּילן. וואָלט זי מסכּים געווען צו שאַפן אַ דאָן קישאָט און אים אָפּגעבן די מכּות ער האָט געכאַפּט, אים אָראָפּציען, זייט מוחל, די הויזן און אים העלפן געפונען זיין דולציניאַ? מען קען דאָך זאָגן כּמעט אויפן גאַנצן קאַנאָן אַז אי לאו אהבה ויראה כמה ספרא רבה איכא בשוקא?

לאָמיר שוין זאָגן אַז ביי דזיין אָסטין, אויף וועם אַסטייר ווערט פאַררופן ווי אַ חרדישע ווערסיע, איז טאַקע נישט דאָ געוואַלד און אויך נישט בפירושע סעקס. איז לאָמיר זען אַ חרדישע דערציילונג וווּ די פּסיכאָלאָגיע פון דער מלחמה צווישן די געשלעכטן איז צונימען אַזוי אויף טעלערלעך. געזונטערהייט, מאַך אַ באַשוי, זעץ דעם בחור און דער מיידל איינעם קעגן צווייטן ביי אַ טיש אין דער שבתדיקער עס צימער און געב זיי חלילה נישט אפילו אַ גלאָז וואַסער. אָבער לאָמיר הערן די אמתע געפילן און טרייבונגן פון דאָס פּאָר נישט זאַוולאָנען פון חני'ס צווייפלונגן צי זי זאָל אַוועקקוקן פון זיין אָרעמקייט צוליב אַ 'תורהדיקע לײַף'. זי מיינט דאָך אוודאי נישט סטענדהאַלס מימרא אַז פּאָליטיק איז דער מילשטיין אַרום ליטעראַטור.

מאַדאַם אַסטייר באַגעניגט זיך אָבער נישט מיט אַלט מאָדישקייט און זי מיז אויך ווידער באַשאַפן היסטאָריע. דאַרפן מיר דאָך וויסן וווּ האָט זי געטראָפן די אָ היסטאָריע וווּ קיינער צינדט נישט אונטער יענעם דעם הויז און מענער און פרויען גיין אויף באַזונדערע זייטן פונעם טאַראַטור. האָט זי אפשר געלייענט צופיל אַרטסקראָל און זי זוכט צו מאַכן היסטאָריע וואָס האָט דער ערשטער מאָל אויך נישט פּאַסירט? אפשר וואָלט איר רבקה פון איוואַנהאָוי גראַדואירט פון בית רחל און מאַדאַם באָוואַרי וואָלט געגאַנגן צוגעדעקט. אינטערסאַנט נאָר אַז אין דער היסטאָריע וואָס שפּילט זיך אָפּ אין נודע ביהודה טון זיך מענער און פרויען מייחד זיין און מען הערט אפילו שווערע אָטעמען פון הינטער דער טיר.

אדרבה לאָמיר טאַקע זען שאַרפע כאַראַקטאַרן און ווי זיי זען אויס אַז מען נעמט פון זיי צו כעס, נקמה, קנאה און תאווה. עס איז דאָך ממש אַ שאָד שייקספּיר האָט נישט געוווּסט איר סוד און ער וואָלט איינגעשפּאָרט אָטעלאָוי זיין עגמת נפש און רביצן מאַקבעט וואָלט געזעצן אויבן אָן אין עזרת נשים. ווייטער הומאָר, אַז מען פאַרמייט די פשוטסטע טרייבונגן פון מענטשהייט איז עס מן הסתם אַזוי לאַכעדיק ווי אַ בדחן דרייע פאַרטאָגס.

זי איז אָבער נישט איינער אַליין אַזוי צו פאַנטאַזירן. אַ גרויס חלק חרדישקייט איז באַזירט אַז מיר האַלטן ברענענדיק אַ פלאַם פון דורי דורות ווען 'דער וועלט איז געווען וועלט'. און נישט בלויז דער יידישער וועלט. וויפיל יידן קוקן נישט אָן דער ענגלישער קעניגן אָדער באַרבראַ בוש און האַלטן זיי פאַר מאָראַנישע חרדים ווייל ווי מיר ווייסן 'בעסערע גויים' טראַכטן אויך ווי אונז. אמת זיי געבן עטוואָס אַ בעסער חינוך פאַר זייערע קינדער אָבער דאָס איז פּשוט ווייל מיר האָבן די תורה הקדושה וואָס איז כּולל אַלע ז' חכמות. אָבער אויסער דעם איז בלי ספק אַז זיי עסן אויף פלאַסטיקע טישטיכער, זיצן אויף פּלאַסטיק איינגעוויקלטע בענקלעך און דעקן אפילו צו די מצבות פון זייערע באַליבטע מיט פּלאַסטיקע מענטלען.

אַסטייר איז ווי עס זעט אויס אַ בעל תשובה און זיכט מחזק זיין דער פאַנטאַזיע אַז מיר חרדים קענען שאַפן אַ פּאַראַלעל וועלט פון ליטעראַטור, מוזיק און קונסט אָבער על טהרת הקודש ווי מיר פאַרטייטשן עס אין 2012. צו דעם זענען די בעלי תשובה אידיאַל. זיי זענען שוין 'דאָרט' געווען און סיי זיי דערציילן אונז אַז מיר האָבן זיך גאָרנישט צו שעמען פון דער גויישער גאַס און סיי קענען זיי אונז אויסלערנען וויאַזוי מעלה צו זיין די נצוצות. און אַז צו דעם מיזן זיי איבערלאָזן זייערע חכמה, בינה און דעת ביים מזוזה איז דאָך דער מתן שכרה בצדה אַז זיי קענען זיך שפּירן אינערווייניקסדיקע, כאָטש נישט אַזוי אינערווייניק צו הערן דער געוואַלד און אוממאָראַלישקייט וואָס מען קייט איבער אין מקווה און ביי זכרים און קדישים.

און אָט אַזוי שטייגן מיר זיי גאָר איבער. מיר קענען ווייזן דעם חפץ חיים אין קונסט אָן מסיח דעת זיין מיט דער שמוץ פון רעמבראַנדטס בת שבע אָדער באָטיטשעליס ווענוס, אונזער פּאָעזיע דאַרף נישט ליידן פון שיר השירימדיקע ברוסט און אונזער ליטעראַטור קען אויסזען טאַקע ווי אַסטיירס און איר שטאַל חבירים אין אַרטסקראָל, פעלדהיים, תרגום און אַנדערע מיט דיקע פּאַפּיר, גרויסע אותיות, ברייטע ראַמען, אַ יש מאין היסטאָריע און שפּאַנונגן אָן פרויען, אָן סעקס און אָן געוואַלד.

ממש ומלאה הארץ דעה את ה’.