יום חמישי, דצמבר 30, 2004

הדרכה לאברכים

הײַנט אינדערפֿרי בײַם צאַמלײגן די תפֿילין איז מיר אױסגעקומן אונטערצוהערן גאָר אַן אינטערסאַנטער שמועס. אַ יונגערמאַן, ער איז שױן נישט אַזױ יונג װײַל ער האָט לעצטענס חתונה געמאַכט זײַן ערשטער קינד און פֿון דעם קענט איר מאַכן אַ שמע־מינה אַז ער איז צום מערסטענס אײנס ,צװײ און פֿערציק. העמד אדם על חזקתו און ער איז אװדאי געװען אין דער געגענט פֿון צװאָנציק װען ער האָט חתונה געהאַט. שטעל אים װײַטער אױפֿן חזקה אַז ביז אַ יאָר האָט ער געמאַכט אַ שמחה, לײגט צו אַביסל קאָפּ און רעכענט אױס אַז זײַן טאָכטער איז מן הסתם אַרום די אַכצן װײַל װען נישט װאָל מען שױן גערעדט דערפֿון ומכלל לאו אתה שומע הן, האָבן מיר דערפֿון אַ קיימא לן אַז ער איז מן הסתם נאָך פֿאַר די בינה. לכל היותר האָט ער עס קױם באַקומן און ער לײענט נאָך דאָס האַנטביך װיאַזױ מען ניצט עס.

גײט ער צו צו אײנס פֿון די פֿרישע יונגעלײַט. ער, כּלומר דער בעל הבינה, איז פֿון די װאָס פֿאַרמאָגן אַ געװאַלד חכמה און דעת, אַזױפֿיל אַז כאָטש זײ רעדן געהעריק מיטן עולם האַלטן זײ אַסאַך צוריק װײַל זײ גלײַכן נישט אינגאַנצן דעם עולם. 'ע, װער װעט מיר דאָ דען פֿאַרשטײן' טראַכטן זײ בײַ זיך װען ס'קומט זײ אױפֿן צינג אַ פּערלטשטײן, אַן אָטענטישע שטיק חכמה. זײ דרײען זיך אַרום װי ר' נחמנס װאָס זיכן אַ ר' נתן.

קומט אָבער אַרײַן אין שיל אַ פּנים חדשות, אַ גאַסט פֿון חוץ־לארץ, אַ ירושלימער משולח, אַ מחותן, אַ שליחא דרחמנא אָדער, װי אין אונזער פֿאַל, אַ פֿרישע יונגערמאַן איז בײַ זײ יום־טוב. זײ שטעלן זיך צו סמוך ונראה ונשמע, לאָזן פֿאַלן פֿון די זעלטענע פּערל װערטער װאָס סתם אַזױ האָבן מיר די בני מתא נישט די זכייה צו הערן, לאָזן פֿאַלן אַ בליק צום גאַסט צי ער האַלט מיט, צין אים אַרײַן מיט די אױגן אינעם שמועס אַרײַן און מיטאַמאָל זענען זײ מיט יענעם פּאַניעבראַט און לאָזן אים נישט צורו. אַנדרע רופֿן דאָס קירוב רחוקים.

גײט אונזער בן בינה און שטעלט זיך צו צו חתן דינן, אַ פֿרישע יונגערמאַן, נאָרװאָס חתונה געהאַט מיט אַ האַלץ פֿיל מיט ליבע־נגעים. אַ גוזמא, אָבער מיר רעדן דאָ נישט פֿון אַ שנה ראשונה, קױם אַ חודש ראשונה. דער פּלאַסטיק פֿון זײַן טלית באַרטל האָט קײן קנײטש נישט, זײַנע רבינו תם רצועות גלאַנצן, זײַן טלית שמעקט פֿון מאָל־באַלן און ער קוקט נאָך אין סידור צו זאָגן מה יקר. מען האַלט שױן נאָכן דאַװענען װען אײנער זינגט זיך אונטער בשעת ער דרײט די רצועות, נאָך אײנער דערצײלט חידושים פֿון דער ראַדיאָ, אַ סאַך זאָגן דעמאָלסט די זעקס געדענקענישן, די דרײַצן גלױבונגן און פּרשת המן און דער בן־ארבעים־לבינהניק גײט צו צום יונגעמאַנטשיק אים אַביסל מקרב זײַן. אױף אָנצוּװאַרעמען דעם שמועס הײבט ער אָן 'ס'איז דיר געלונגן אַרײַן צו גײן אינעם כּולל?' איך האָב נישט מצליח געװען צו הערן פֿון װעלכן כּולל מען האָט גערעדט. דער בן בינה האָט געװאָלט װיסן 'האָסט דיך געדאַרפֿט בעטן?'

דערנאָך מערקט ער אַז אױפֿן יונגערמאַנס רעקל פֿעלט אַ קנעפּל. 'װען מאַן װאַב פֿלײגט ביגלן מאַנע העמעדער, יעצט מאַכט עס אַ גױטע, זי האָט שױן נישט קאַן כּוח, אַז איך האָב עס אָנגעטין און איך האָב באַמערקט אַז זי האָט נישט ציגענײַט אַ קנעפּל װאָס זי װאָלט געדאַרפֿט באַמערקן אַז ס'פֿײלט האָט איך עס אַװעקגעטראַסקעט אַז זי זאָל עס פֿאַררעכטן. איך האַלט נישט זאָלסט אַזױ טין אָבער אַזױ האָב איך געטין.'
——————————————————————————————
מיט אַפּאָר טעג צוריק האָט זיך בײַ מיר געמאַכט אַ שאלה. איך װעל נישט אַרײַנגײן אין מער פּרטים וכּבוד אלקים הסתר דבר אָבער דער מבין װעט שױן יבינען פֿון דאָס קעפּל במה דברים אמורים. און אַז ער װײסט נאָך אַלץ נישט זאָל ער קוקן אױפֿן לוח און זען װעלכע פּרשה מען װעט לײענען די װאָך שבת. און אַז פֿון דעם װײסט ער אױך נישט זאָל ער אױפֿמאַכן די צײַטונגן אָדער לײענען דער לוח מודעות אין שיל װעט ער שױן באַלד זען דער אָנשיקעניש פֿון שיעורים אין 'הלכות הנחוצות לכל בית יהודי' און אַלעס װעט קלאָר װערן.

דער נאַטירליכער פּלאַץ צו גײן פֿרעגן שאלות איז צו אַ רב. האָב איך אַ מנהג אַז װען ס'קומט צו די אינטימישע ענינים גײ איך אין ערגעץ נישט. ס'איז מער ענדערשער אַ חומרא װי אײדער זיך צו־נאַר לײגן פֿאַר אַ לאַנגע באָרד. כאָטש איך האַלט אײַן אַלע דינים, זעט מיר אױס דאָס גאַנצע געשלעפּ פֿון שאלות װי אַ סאָרט אונטערטעניקונג פֿון די מאַסן צו די רבנים, און מיטן זיך אױסטון פֿאַר זײ, פֿיגוראַטיװ גערעדט, טון זײ אײַננעמן אַ חלק פֿון אונז. כּלומר, מיט דעם װאָס װי די פֿרעש קריכן זײ אַרײַן אין די שלאָף־צימערן מיט דעם האָבן זײ אױף אונז אַ שליטה װיבאַלד אין ערגעץ קען מען זיך פֿון זײ נישט אױסבאַהאַלטן.

האָט זיך דאָס מאָל געמאַכט אַז איך האָב יאָ געדאַרפֿט פֿרעגן. איך מיז מיך מתוודה זײַן, און איך שטאָלציר נישט דערמיט, אַז איך האָב מיך פֿײַנט באַקומן און אױך פֿײַנט באַקומן די רבנים. צו דער תורה און די רבנן האָב איך נישט קײן טענות װײַל די תורה איז אינגאַנצן אומשולדיק אין דעם אַז די רבנן האָבן געמאַכט אַ באָרד דאָרט װוּ עס איז אַפֿילו קײן גאָמבע נישט דאָ. װײַטער די רבנן זײ זענען געזעצן און געמאַכט תגין לאותיות און געדרשנט דרשות לרחצה אָבער אין דער זעלבער צײַט פֿאַרנעמט נדה נישט מער װי אײן מסכת אין ש"ס.

בזמן הזה אָבער האָט מען אַרױפֿגעריקט די הלכות צום אױבן אָן און מען האָט אַרױסגענומן טהרת המשפּחה פֿון דער שלאָף־צימער און מען שלעפּט עס אַרום װי מרדכי אױפֿן פֿערד. װעלן מענטשן זאָגן, 'שובבי"ם,' 'ס'איז דאָך פֿון דער אר"י הקדוש,' 'ס'איז נישט קײן הײַנטיקע מעשות.' רבותי, װי װײַט איך װײס און פֿון אַלעס װאָס איך האָב געהערט און געלײענט אױפֿן ענין איז שובבי"ם צו טון בלױז מיט מאַסטורבאַציע. הײַנטיקע צײַטן האָט מען אַזױ טיף באַגראָבן אַלע סעקסואַלע באַציונגן אַז פּשוט צו מקיים זײַן דעם ודבק באשתו איז געװאָרן אַ האַלבע עבירה. צו דעם לעבן מיר אין אַ זמן װאָס מען איז פּאַראַנױד איבער הלכה. פּונקט װי דער אָנשיקעניש מיט הלכה ספֿרים האָט אָנגעברענגט אַז מען קען זיך קױם רירן אױף שבת אָן צו ערװעקן אַ פֿרישע שאלה אַזױ ברענגט מען אַרײַן טהרת המשפּחה אין דער זעלבער ספֿערע אַז פֿאַר מען געבט אַ קיש מיז מען ערשט לױפֿן פֿרעגן. דערצו איז דאָ דער פֿאַרברײַטערונג פֿון עסקי ציבור.

אױף אבות ובנים, דאָס לערנען פֿון טאַטעס מיט קינדער מוצאי־שבת און דווקא אין שיל, האָט מען גענומן אַ פּשוטע פּריװאַטע באַציונג צװישן טאַטעס און קינדער װען מען פֿאַרהערט די קינדער שבת צי מוצאי־שבת און מען האָט עס טראַנספֿערירט צום ציבורישן טאָפּ. און אַז ס'ליגט בײַ ציבור װערט עס באַלד אַ פּרנסה און אַז ס'װערט אַ פּרנסה װערט עס װידער פּריװאַט. דער חילוק איז בלױז אַז פֿריער איז עס געלעגן בײַ יעדער טאַטע אין די הענט און הײַנט ליגט עס בײַ די שליחי דרחמנא. ס'איז נישט אַנדערש בײַ די טהרת המשפּחה שיעורים. מען האָט שטענדיק אױסגעלערנט חתנים און מײדלעך זײערע הלכות פֿאַר זײ האָבן חתונה געהאַט און אַלעדיקט. איך געדענק נישט אַז די רבנישע דרשות ספֿרים זאָלן זײַן פֿיל מיט הלכות נדה. זענען געקומן די הײַנטיקע פֿירנעמערס און געפֿונען אַן אָפֿענעם טיר סײַ אױף נאָך מער צו אונטערטעניקן דעם עולם און סײַ אױף אַ פּרנסהלע אין דער זײַט אױך. קומט אַצינד יעדעס יאָר שובבי"ם און מען קען נישט פּטור װערן פֿון די גאָט פֿאַרזאָגערס װאָס מאַכן אױף יעדן װינקל נאָך אַ שיעור און נעמן אַרױס גאַנצע בלעטער אין די צײַטונגן צו פּובליצירן װיפֿיל שיעורים זײ שטעלן צו. און װאָס גײט מען דען זאָגן? אַז אױב ס'איז אַ שאלה יעשה שאלת חכם. װײַל הײנטיקע צײַטן װאָס גאָר װײניק מענטשן לױפֿן צו רבנים מיט הינדלעך, כּשרות ליגט אין די הענט פֿון די מאָלטי־נעשנעלס, אתרוגים דאַרף מען בלױז אײן מאָל אַ יאָר, ציצית און תפֿילין קױפֿט מען גרײט איז װאָס דאַרף מען אַ רב אױסער אױף די סאָרט שאלות. נעמט אַרױס הלכות נדה פֿונעם פֿאַרגלײַך און הונדערטער מו"צן זענען אַרבײַטסלױז. ס'איז אױך צו מערקן װי די אַלע שיעורים זענע כּמעט בלױז פֿאַר מענער װען די הלכות קערן זיך בעיקר אָן צו װײַבער. נאָר װאָס דען, דאָס איז אַלעס נישט מער װי אַ פֿרישע מיטל צו אונטערטעניקן דעם עולם דורך זײ קאָנטראָלירן אין זײערע פּריװאַטסטע מאָמענטן.

איך האָב טאַקע אָנגערופֿן דעם רב, ער האָט מיר געפּסקנט טמא װען ס'איז דאָ גענוג אחרונים װאָס האַלטן כּשר. איך האָב פֿון דעם געװוּסט נאָך פֿאַרן פֿרעגן אָבער איך האָב אַלץ גערופֿן און דערמיט פֿאַרלענגערט אונזערע קאָלעקטיװן גלות. צי ס'איז ראָזנבלום צי די טהרת המשפּחהניקעס, קײנער װעט אונז נישט אַרױסנעמן פֿון אונזערע גלות סײַדן אַז מיר לײזן זיך נישט אַלײן אױס. דערװײַל גײן מיך אַלץ טיפֿער אַרײַן. אײן טרײסט איז דאָ אַז ש'שטײט אַז משיח װערט געבױרן אין תשעה באב, כּלומר דווקא אין די נידעריקסטע צײַטן.
————————————————————————————————————
נאַך אַ שאלה איז נולד געװאָרן בײַ אונז אין דער הײם. איך האָב געשפּילט סקראַבל מיט מײַנע קינדער. מײַן זין האָט געװאָלט מאַכן דער װאָרט 'סעם' (sem) און איך האָב געטענהט אַז עס עקזיסטירט נישט אַזאַ װאָרט. איך האָב אים אױפֿגעװיזן מיט עס אױפֿזיכן אױף דער סקראַבל זײַטל װוּ עס געפֿונט זיך אַ װערטער בוך. ער האָט אָבער געטנהט געװאַלד אַז אװדאי איז עס אַ װאָרט, זײַן שװעסטער־קינד האָט דאָרט געלערנט און איך זאָל אים זאָגן װעלכע שפּראַך עס איז אַז נישט ענגליש. נו, װאָס פּסקנט איר? ס'איז מותר צי נישט?

יום שני, דצמבר 27, 2004

די עתה ידעתיניקעס

פֿאַר די הײמישע ניאָ־קאָנס װאָס פּאַטשן זיך דאָס בײַכל יעדער מאָל זײ לײענען אַן אַרטיקל װי אין סאָױדיע אַראַביע טאָר מען נישט פֿײַערן חגא האָב איך אַ קלײנטשיקע פֿראַגע. װי װאָלט געװען װען מען שטעלט אױף אַ חגא בױם אין בני־ברק? װאָס װאָלטן דעמאָלסט געשריבן די חרדישע אַפּאָלאָגיסטן װאָס 'האָבן גאָר אַ גוטן פֿעדער' מחמת זײ זענען פֿעהיק צאַמצושטריקן אַ זאַץ אָן אַ האַלבע טוץ לשון־קודש װערטער, װאָס װאָלטן זײ געשריבן? די זעלבער נאַרישקײטן װי יהונתן ראָזנבלום האָט די װאָך אָפּגעשריבן װעגן דער ישראלדיקע געריכטס פּסק אַז דער ערציונג מיניסטאָריום טאָר נישט פֿינאַנצירן ישיבות קטנות װוּ מען לערנט בלױז לימודי קודש? אינגאַנצן פֿאַרגעסענדיק פֿון דער גמרא אַז אַ טאַטע זאָל אױסלערנען זײַן זין אַ פֿאַך מאַכט ער פֿון אַ פּסק װאָס איז אױסגעהאַלטן פֿאַר טױזענטע חרדישע קינדער אין חוץ־לארץ אַז ס'איז אַן ערשטשטאַנגיקע מוסטער פֿון דער גריכטס שנאה צו חרדישע ייִדנטום. לײענט דעם אַרטיקל און זעט װי ס'איז אַן ערשטאַנגיקער מוסטער פֿון טענו לו בחטים והודו לזכר קדשו.

ראָזנבלום װאַרפֿט צאַם אַ בקיאות װאָס איז נישט געשטױגן און נישט געפֿלױגן און װענדט אָפּ דעם געריכט, צװישן אַנדרע זאַכן, מחמת דעם אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע. אפֿשר װיל מר ראָזנבלום אַרױסנעמן אַ מאַפּע און באַקוקן װוּ ארץ־ישראל געפֿונט זיך. בוש איז טאַקע דער בעסטער זאַך פֿאַר כּלל ישראל זײַט מען איז ניצול געװאָרן פֿון ע"ז אין די שײטלן אָבער ס'װאָלט דאַכט זיך מיר געװען מער ניצלך װען ער זאָגט צי דאָס קלאַפּט לױטן ישראלדיקע קאָנסיטוטציע. אװדאי איז ער פֿון דער מײנונג אַז די ישראלדיקע קאָנסטיטוציע ליגט פֿאַרשטעקט אין די עשרת הדברות און דרײַצן אני מאמינס און דאָרט איז דער ערשטער אַמענדירונג 'הוצא את המקלל.' אַזױ אױך מאַכט ער אַ היקש פֿון דער אַמעריקאַנער 1948 נאַציאָנאַלע באַהױזונג אַקט װאָס קלאַפּט נישט און קלעבט נישט. איר קענט אָבער זיכער זײַן אַז גאַנץ װײניק לײענער פֿון דער המודיע װײסן דערפֿון און אַזױ אַרום קענען די לײענערס אױסגײן פֿאַר התפּעלות אָן ער זאָל ריזיקירן אַז מען זאָל אים אָפּשלאָגן.

דער זאַך מיט די אַלע כּמו־הײמישע אַפּאָלאָגיסטן איז אַזױ. זײ אַלײן, על־פּי רוב, האָבן זיך אױסגעבילדערט אין קאָלעדזעס און יוניװערסיטעטן װוּ על פּי רוב לערנט מען אױס כּפֿירה ומינות אַז ס'האָבן אַמאָל שפּאַצירט אױף דער װעלט דינאָזאָױרן און אַנדרע נאַרישקײטן. און כּל זמן די נאַרישקײטן קענען הײלן קאַנסר אָדער ערפֿינדן אַ בײַפּאַס פֿאַרן האַרץ קען מען ברענגן די ספּעציאַליסטן צו די גדולי ישראל אַז זײ זאָלן געניסן פֿון די בעסטע מעדיצינען װאָס די פֿאַרדאָרבענע לערן פּלעצער האָבן צו אָפֿערירן. אַזױװי נאָר אַ צװײטער אַפּטײַלונג אינעם זעלבן געבײדע זאָגט אַ מײנונג איבערן עלטער פֿון דער װעלט אָדער איבערן בראשית אַלײן איז עס אַ געלעכטער און יעדער בר בי רב דחד יומא קען זיך דינגן און זײ אָפּװענדן אַז זײ זאָלן בלײַבן מיטן צינג אינדערױסן. והראיה, ס'האָט קײנער נאָך נישט אָפּגעװענדט אמנון יצחק.

צוריק צו די אַפּאָלאָגיסטן, װען מען האָט זײ אײַנגעשריבן אין די אַקאַדעמיעס װוּ אַלץ דעקאַנען זענען דער ס"ם און מלאך רפֿאל משתמש בערבוביא, זענען זײ אָדער נאָך געװען זינדיקער אָדער זײ האָבן געמעגט װיבאַלד זײ זענען געקומן פֿון אַזאַ סביבה װוּ מען מעג. אַזאַ סאָרט ספֿיקא דװיסנשאַפֿט װאָס איז מותר אין חוץ־לארץ אָבער פֿאַרבאָטן אין ארץ־ישראל װוּ עיני ה' אלקיך בה און דעריבער זענען דאָרט נישט פֿאַרהאַן קײנע צװײַפֿלן. דערנאָך װען זײ הײמישן זיך אױס און לאָזן זיך װאַקסן קאָזע בערדלעך אָדער לא יחרץ גאָמבעס מיט גענוג האָר צו הײסן פֿרום אָבער קורץ גענוג אַרױסצושטײן אַז די גדולי ישראל זאָלן זיך מיט זײ ראָטן, װײַל 'זײ װײסן דאָך,' קומן זײ צו גײן מיט עתה ידעתי. נישט מיט אַ גרױסע מיאַ קאַלפּאַ און קלאַפּן זיך חטאתי עויתי פּשעתי, מיר זענען אַרײַן אין דער פּרדס און אַלעס װאָס מיר האָבן צו זאָגן איז אַ מצווה הבאה בעבירה, און לױפֿן מיט אַ שאלה צי נעמן באַלױנונג פֿאַר די כּל־ערלײַ אַרטיקלן איז נישט הנאה פֿון אַ מעשה עבירה. נײן, חכמים המה להרע אױף צו באַגנבענען דער דעת הבריות און אױסצונוצן דער צוטרױ װאָס מען האָט אין זײ צו פֿאַרטיפּושן זײערע ציבור לײענערס. זײ קומן פֿאַרקױפֿן אַ װעלט, דרשענען פֿאַר פֿײַער און פֿאַר װאַסער און שרײַען הודוּ אױף ארץ ושמים. זײ קענען שרײַען טענות ומענות צי ס'קלאַפּט צי נישט און דערנאָך לײענען די בריװן צום רעדאַקטאָר מיט אַ צופֿרידנקײט װײַל דער צײַטונג לײענט מען אפֿילו אין דער װײַסער הױז און שתיקה כּהודאה דמיא. זײ קענען צאַמװאַרפֿן סברות, בקיאות און חריפֿות, זײערע לײענער גאַפֿן אױף דער אמתדיקײט פֿון תורת משה װײַל והוא באחד ומי ישיבנו. דער װאָס װײסט אים צו ענטפֿערן לײענט אים נישט לכּתחילה און דער װאָס װײסט נישט איז גענוג זײַן בילד און אַ נאָמן פֿון אַ דאָקטאָר און דידן נצח איז פֿאַרזיכערט. אַז ס'פֿעלט אױס קען מען אײביק אַרײַנװאַרפֿן אַביסל חרדישע היסטאָריע אַז קאַרל מאַרקס און טראָטסקי זענען געװען ייִדן און גאַנץ קאָמוניזם איז מחמת זײערע זעלבסט פֿײַנדשאַפֿט צו ייִדישקײט און לה' הישועה.

געבט אונז ראָזנבלום צו פֿאַרקױפֿן װאָס דער געריכט האָט דאָ געזינדיקט. אַז זײ האָבן איבערגעדרײט אַ באַשליסונג פֿון דער חינוך מיניסטאָריום, װאָס אָדער האָט עס אײַנגעפֿירט עפּעס אַ פֿרומע מיניסטער אָדער דורך סטראַשן אַז זײ װעלן אָפּלאָזן דער רעגירונג, און דערױף מאַכט ער אַ ויִצעקו איבער יוריסטישע טיכטיקײט. ער דערמאַנט נישט אַז הױכע געריכטן אין דעמאָקראַטיעס זענען געװענדלעך אינטערװענירנדיק דוקא װען דער עקזעקוטיװ איז אַ שטאַרקע. ער דערמאַנט נישט אַז אין דעמאָקראַטיעס טון די אומאָפּהענגיקע געריכטן באַלאַנצירן די מעשה חניפֿה פֿון דעמאָקראַטישע פּאַרטײַען צו מינאָריטעטן און הא גופֿא איז דער געריכטיקע מאַכט אַז זײ דאַרפֿן זיך נישט אָנטון יאַרמולקעס אײנמאָל אין פֿיר יאָר און מאַכן המוציא איבער אַ רעטעך צו װײַזן כּשר חזיר פֿיסלעך. ער דערמאַנט אװדאי נישט אַז אין אַמעריקע װאָלטן די אַלע מוסדות באַקומן װײניקער װי אַ פֿײַג װײַל רעליגיע און די שטאַט איז באַזינדערט מיט אַ מחיצה געדעכטער װי אױף אַ חרדישע פּלאַזשע.

נײן, דאָס דערצײלן זײ נישט װײַל אױף דיבאַטעס זאָלט איר נישט קױפֿן פֿרומע צײַטונגן װײַל װאָס איז דען דאָ צו דיבאַטירן? די תשובה ליגט אױפֿן צװײטן זײַט פֿאַקס אין ירושלים אָדער בני־ברק. און אַז דאָס קומט אָן שװער קענען אַפּאָר ראשי־ישיבות פֿאָרן אױף אַ 'בליץ־באַזוך' צו אַ 'סאָמיט' מיט די גדולי התורה. אַז עס איז נישט דאָ װאָס צו דעבאַטירן קען מען אָנפֿילן די נײַעס בלעטער מיט קלײנע זיסע מעשהלעך װאָס אַמאָל פֿלעגן ערשײנען אין דער ייִדישער שטראַל אונטער דער רובריק 'קלײנע זאַכן פֿון דער גרױסער װעלט.' הײַנט זענען זײ זענען קליגער און לײגן 'רױטערס' און 'אײפּי' צום סוף די אַרטיקלן און די לײענערס זיצן אױפֿן סאָבװײ און האַלטן דער צײַטונג מיטן שטאָלץ אַז גם שאול בנביאים, און גם המודיע בהמעדיאַ.

דאָס זעלבער איז מיט די געריכטן. קום נישט שרײַבן אַז פּשוט ער איז מחולק מיטן פּסק און ער האַלט אַנדערש. נײן, האַק אין טשײניק מיט קאָנסטיטוציעס, װאַרף אַרײַן אַ 'לטעמם' און נאָך אַפּאָר ישיבישיזמס און ענדיק מיט אַ בױדם פֿון מסירת נפֿש און אַזױ צײג איבער פֿאַר די װאָס האָבן לכּתחילה נישט געצװײפֿלט אַז אפֿילו אױפֿגקלערטע קעפּ זען אױך אין דעם פּסק אַ פּשוטע שנאת עמי־הארץ לתלמודי־חכמים. לטעמו האָט דער געריכט געפּסקנט אַז אין אַ ייִדישער שטאַט איז נישט דאָ קײן שום ציבורישן צװעק פֿאַר אַן 'אינטענסיװער' תורה חינוך. מערקט דאָס גנבישע װאָרט 'אינטענסיװ' װען שטײן װאָלט געדאַרפֿט 'עקסקלוסיװ'. אַ שטיקל חילוק, מײן איך. און אױף דעם אַז אין דער גמרא שטײט אַז מען איז מחוייב אױסלערנען אַ קינד אַ פֿאַך און ר' יהודה זאָגט דער װאָס לערנט אים נישט אױס אַ פֿאַך לערנט אים אױס רױבערײַ, איז דער תירוץ אװדאי אַז די גדולי ישראל דאַרפֿן נישט מיר און מײַנע גלײַכן זײ אױסצולערנען אַ שטיקל גמרא.

כּמו־װעלטלעכקײט איז אָבער אַלץ נישט גענוג. מען דאַרף אַרײַן װאַרפֿן אַביסל שנאה און מאַכן פֿאַרגלײַכן צװישן װאָס װעלטלעכע אַקאַדעמיעס באַקומן און װאָס חרדים באַקומן נישט און אַזױ אַרױס װײַזן װי גרױס דער שנאה איז פֿון די פֿרײַע צו די פֿרומע. פֿאַרקערט פֿון חרדים צו װעלטלעכע איז עס בלױז אהבה והראיה װוּ מען קען נאָר זיכט מען זײ מחזיר בתשובה צו זײַן. שרײַבט ער נישט אַז סטודענטן מיזן צאָלן פֿאַר זײערע באַקאַלאַװער דיפּלאָמאַס און פֿונדעסטװעגן דאַרף מען זיך פֿאַרהערן צו קענען װערן אָנגענומן פֿאַר אַ תלמוד. מה שאין כּן פֿרומע צאָלט מען כּולל סטיפּענדעס און עם כּל זה איז כּל הרוצה לטול את השם קען זיך מאַכן אַ קאַװע. װאַרף אױך אַרײַן פּחדים און דערשרעק דעם עולם. דער רעגירונג װיל סאָציליעזירן חרדישע קינדער בלשונו אין אַ 'האָמאָגענירטע נאַציאָנעלן קולטור'. אַ סאָרט מאַסן שמד װײַל מען װעט אױסלערנען קינדער דער חילוק צװישן אַ נומעראַטור און אַ דינאָמינאַטור.

דער גרעסטער ליצנות איז װען ראָזנבלום ברענגט אַ ראיה אַז די פֿרומע קענען זיך טױשן מחמת הײַנט לערנט מען אין אַסאַך מוסדות אױף העברעיש לעומת זעכציק יאָר צוריק װען עס איז געװען אינגאַנצן אין ייִדיש. דאָס, לטעמו, איז 'פֿאַר געװיסע אינערװײניקסטע באַדערפֿענישן'. זאָגט רש"י די קינדער קענען נישט רעדן ייִדיש. אױסער די חסידים האָבן זיך װײניק געשטעלט אױף ייִדיש. אױך צװישן די חסידים זענען דאָ װי גער װאָס זײַענדיק מושלים בכּיפּה אין אגודת ישראל האָבן זײ גענאַשט דעם לײבס חלק און פֿאַרציקט אַלע אַרומיקע און אַזױ מער אַרײַנגעצױגן געװאָרן אין דער העברעישע שטראָם. ממילא לערנט מען אין עברית פּשוט װײַל די קינדער קענען נישט עפּעס אַנדערש. ומהא שמעינן לױט אים אַז ישראלדיקע שטײַערצאָלער זאָלן האַלטן אין אײן אונטערשרײַבן דורות פֿון עם־הארצים װאָס פֿאַרברענגן העכער צװאָנציק יאָר אין אינטענסיװער לימוד התורה און קענען נאָך אַלעס ניטאַמאָל געהעריק אָפּלערנען אַ שטיקל גמרא. מר רוזנבלום װיל אפֿשר אַז מיר זאָלן מיר װאַרטן נאָך זעכציק יאָר אַז מענטשן זאָלן אױסגײן פֿאַר הינגער, דער סאָציאַלע מצב אין בני־ברק, ירושלים, בית שמש ובכל מקומות מושבותיהם זאָל אױסזען װי אָרעמקײט אין די טונקעלע צײַטן, נאָך בחורים זאָל קומן בעטלן אױף די טירן און טאַטעס װעלן פֿאַרקױפֿן די טעכטער פֿאַר דינסטן, קינדער װעלן חתונה האָבן נאָך אײדער זײ האָבן געברענגט סימנים און ס'װעט זיך קנײַנע האָרן אױף טישן און אױף בענק און דעמאָלסט, נאָר דעמאָלסט װעלן די גדולי ישראל זיך צאַמקומן און קלערן צי ס'איז אַן עונש װײַל מען ניצט סעליולער טעלעפֿאָנען.

געלױבט דעם פֿון אױבן אַז אין ארץ־ישראל איז נאָך דאָ אַ געריכט װאָס מען קען זיך דערױף פֿאַרלאָזן זיך אָנצופֿײַפֿן פֿון די אַלע פֿרומע עסקנים. אין די פֿרומע דין תורות איז מען מרנן אַז די דיינים זענען צום ערגסטנס לוקחי שוחד און צום בעסטענס אַ באַנדע קלײן קעפּיקע לא יצלחס און װען פֿרומע סוחרים פֿון װעם די גדולים און זײערע צײַטונגן ציטערן אין די גאַטשעס װילן מקיים זײַן צדק צדק תרדוף גײן זײ אַלע אין ערכּאות. און דווקא האָבן די אָ ערכּאות צוריק אַנטפּלעקט דער גמרא פֿון לעולם ילמד אדם בנו אומנות. ברוך מחזיר עטרה ליושנה!


יום חמישי, דצמבר 23, 2004

המלאך הגואל אותי...

דאָס פֿאָלגענדע מאָלערײַ פֿון דער האָלענדישער מאָלער רעמבראַנדט װאַן רין איז פֿון מײַנע באַליבסטע בילדער.

Image Hosted by ImageShack.us

ס'שילדערט װי יעקב בענטשט אפֿרים און מנשה און װי יוסף פּראָבירט אים צו פֿאַררעכטן די הענט און יעקב ענטפֿערט אים 'ידעתי בני ידעתי.' איך האָב שױן אַפּאָר מאָל געװיזן דעם בילד פֿאַר הײמישע מענטשן צו זען װיאַזױ זײ רעאַגירן מיט זײערע אום־אױסגעשולטע אױגן צו אַ בילד װאָס א תינוק בן יומו איז מיט דער מעשה באַהאַװנט. רוב האָבן נישט צוגעטראָפֿן און אַפֿילו נאָך איך האָב זײ געזאָגט איז זײערע ערשטע פֿראַגע געװען, 'װער איז דער פֿרױ?' פֿון דעם דרינג איך מיך אױס כּמה הלכתא גברוותא דאיכּא למשמע מנה. ראשית כּל אַז דער סדר פֿון לערנען די דערצײלונגן אין דער תורה איז נישט צו חשקן די קינדער זיך פֿאָרצושטעלן װיאַזױ די מעשה האָט אױסגעזען. פֿאַרקערט די בילדער װאָס די קינדער ברענגן אַהײם זענען דירעקט ס'זאָל אױסזען אינגאַנצן נישט װי ס'האָט אין אמתן אױסגעזען. מען טוט אָן די אבות און די שבטים אין שטרײַמלעך און װײַסע זאָקן אַז קינדער זאָלן זיך נישט מתבונן זײַן אין װאָס האָט דאָרט פּאַסירט פּונקט װי זײ זענען זיך נישט מתבונן אין דאָס װאָס טוט זיך אַרום זײ הײַנט־צו־טאָג. דערפֿאַר פֿרעגן רוב נישט די קשיות װאָס ס'פֿרעגן אָפֿט צום בײַשפּיל גויים, אָדער בעלי תשובה, אָדער פֿרױען װען מען זאָגט זײ צום ערשטן מאָל זאַכן װאָס מיר הערן יאָר אײַן יאָר אױס און ס'פֿאַלט אונז נישט אײַן אַז עפּעס קלאַפּט נישט. נישט נאָר ס'איז אונז נישט שװער נאָר ס'איז אונז מאָדנע די קשיות, 'איך מײן אַ קשיא אױף אַ מעשה. מעשה שהיה באַך היה.'

װיבאַלד מיר טראַכטן נישט װאָס דער פּסוק זאָגט װערט דער גאַנצער מעשה אַ קוגל פֿון פּסוקים, רש"יס, מדרשים און לעגענדעס פֿון ספֿר הישר. דער קוגל מיז אָבער זײַן געמאַכט מיט הײמישע סממנים. קומט רעמבראַנדט און לײגט אַרײַן אַ פֿרױ איז עס אַ געלעכטער, אַ פּשוטע עם־הארצות װאָס ער האָט זיך אױסגעבאַקן. טראַכט נישט פֿאַר אַ רגע אַז פֿאַרװאָס זאָל דער מאַמע נישט דאָרט זײַן? פֿאַרקערט, 'װער איז יענער פֿרױ? אַ, אסנת, נו, זײַער שײַן' דערנאָך װערט אַ פּשעטל װי אַלט אפֿרים און מנשה זענען געװען און צי זײ זענען טאַקע געװען פּיצעלעך. האָט איר די זעלבע מענטשן װאָס װעלן איגנאָרירן דער טעקסט, דער פּשוטו של מקרא און אָננעמן אַלע פּשטים און דרושים, אָבער אַזױ װי מען געבט זײ נאָר דאָס װאָס זײ זענען צו דעם נישט צוגעװױנט װערן זײ מיטאַמאָל פּעדאַנטן ביז אַ קוצו של יוד.

װאָס זײ װעלן נישט טון, און קענען נישט טון, איז צוריק שטײן במחשבה, בדיבור ובמעשה און באַטראַכטן דאָס צאַרטקײט פֿון דעם זקן יעקב אבינו, דאָס אומשולדיקײט פֿון די קינדער, די מאַמעס אױגן און איר באַשײדנקײט װי זי גײט נאָך װאָס מען טוט מיט אירע קינדער אָבער װי אַ מאַמע װאָס ברענגט איר זין אין חדר צו ערשטן מאָל מיז זי שטײן און צוקוקן אָן קענען אַנטײל נעמן. און יוספֿס חיטריקײט אין אױסגלײכן זײַנע טאַטעס הענט. ער איז נישט געװען דער ערשטער װאָס האָט געקלערט אַז מיטן אַלטן טאַטן קען מען טון װאָס מען װיל. יעקב איז נישט אַנדערש געװען מיט די ברכות. לעניות דעתי טוט דאָס בילט אָפּכאַפּן דער געמיט און דער הײליקײט פֿון דער מצב מער װי הונדערט ושײם אַבותײַ ושײם אַבותײַס.

יברך את הנערים

איך האָב געזאָגט פֿאַר מײַן ייִנגל אױף שבת אַז ער זאָל נישט רײַסן 'סקאָטש טײפּ', האָט ער מיר געענטפֿערט אַז אין דער משכּן איז נישט געװען סקאָטש טײפּ. דער זעלבער תנא קמא איז געװען מיט מײַן פֿרױ אין 'שפּילערײַ אנחנו' (טױז אַר אָס בלע"ז) און זעענדיק אַ װאָגן פֿיל מיט מער מתנות װי אַפֿילו יעקב האָט זיך געלאָזט קאָסטן פֿאַר עשון האָט ער זיך אָנגערופֿן אַז טאָמער ס'דאַכט זיך עמעצן אַז סאַנטאַ עקזיסטירט זאָל ער אַהערקומן װעט ער שױן זען װוּ מען האַנדלט אײַן די מתנות. און איך װײס נישט צי איך זאָל װײנען צי לאַכן.

יום ראשון, דצמבר 19, 2004

מי שטרח בערב שבת...

אײדער איך רעד פֿון שבת מיז איך זאָגן אַז איך בין אַנטױשט מיט די ייִדישע צײטונגן. איך האָב ערװאַרט אַז איך װעל זײ אױפֿמאַכן אױפֿן ערשטן שבת נאָך חנוכּה און איך װעל זען בילדער װי בר־פּחתי צינדט חנוכּה ליכט, װי דער שײגעץ שפּילט זײַן פֿידל, װי שטרײַמל עסט לאַטקעס, װי אחר זאָגט דעם זיבטן ויהי נועם, װי פּרעה נכה שפּילט דרײדל און נאָך װיאַזױ די די גדולי האחרונים האָבן אָפּגערעכט חנוכּה. ר' קטלא האָב איך נישט ערװאַרט צו זען װײַל מיר האָבן שױן געבעטן אױף פֿאַרשידענע געלעגנהײטן אַז מען זאָל אונז נישט אַרײַנשטעלן װײַל מיר זענען נישט ראוי לעלות על שלחן מלכים ומי יודע מך ערכּי כּמוני. װאָס האָט מיר למעשה אָפּגעװאַרט איז געװען די זעלביקע פֿאַרעיפּושטע פּנימער װאָס זײ װײַזן אַ גאַנץ יאָר װי זײ זיצן בײַ דעם אײניקלס ברית און בײַ יענעמס תנאים אָדער בר־מצווה אָדער װאַך נאַכט אָדער װײס איך װאָס, אַלעמאָל בײַם הױפּט טיש און כּמעט אַלעמאָל בײַ זײערע אײגענע שמחות. אַ שמײכל איז זעלטן, אַלץ אָנגעצױגענע בײזע פּנימער כּאילו דער פֿאָרכט פֿון גאָט האַלט זײ צוריק פֿון װײַזן די צײן װאָס ביטול תורה לאָזט זײ נישט פּיצן.

ערב שבת אױפֿן װעג אַהײם בין איך דורך צװײ ייִדן און איך האָב בעסער פֿאַרשטאַנען דעם חסידישן טײַטש צו הרבה דרכים למקום אַז די װעגן צו גאָט זענען פֿיל. צום ערשט האָב איך באַגעגענט אַ װיזניצער חסיד גײן אין שיל אַ האַלבע שעה פֿאַרן זמן. אױף זײַן קאָפּ איז געלעגן אַ שטרײַמל אַ יופֿי. געדעכט װי אַ קיגל, הױך װי אַ קרױן, גלאַנצעדיק װי אַ זעלנערס שיך װען ער שטעלט זיך צו אַן איבערקוק און זײַט מען פֿאַרקלעבט די שטרײַמלעך מיט קלעב איז עס דערצו האַרט געװען װי אַן אבר פֿאַרן מצווה. די שטרימפּ זײַנער זענען שנײ װײַס, נישט פֿאַר אים בענדל שיך אָדער גאָר סניקערס מיט שיך און זאָקן. חלילה! בליטשענדיקע פֿערטל שיך מיט אַ לוחות פֿון פֿאָרנט. אַ רעזעװאָלקע אױפֿן בעקיטשע מיטן מכּה בפּטיש פֿון דער װײַסער שאַל אױסגעלײגט אױפֿן ברײט אַזױ אַז פֿון די זײַטן פֿון זײַן באָרד זעט מען דער װײַסער זײַד מזה ומזה. די פּיאות פֿריש געקרײַזלט און דער באָרד נאָרװאָס געקעמט און אױסגעברײטערט צו געבן אַ הדרת פּנים צום צלם אלקים. שפּאַצירט זיך דער ייִד אין שיל אַרײַן און אים באַגלײטן שױן די צװײ מלאכים אַרײַן אין שיל. מלך ביפֿיו תחזנה עיניך װי ער גײט זיך מיט געלאַסענע טריט. ער איז מוסיף מחול על הקודש און איז מקיים פּוסעים בו פּסיעה קטנה שױן יעצט פֿאַרן זמן. אין די מאָמענטן, אין דער פֿרילינג פֿון דער שבת װען דער גאַנצער בריאה שמעקט פֿון דעם באַשעפֿערס פֿרישע פֿאַרב, דעמאָלסט שפּירט דער יונגערמאַן אַ שלימות האמיתי. אפֿילו בײַם גענעצן איבערן שיר השירים שפּירט זיך עס בײַ אים װי זײַן רבין, ר' משהלעס, איז מדבר מתוך גרונו. ער װאַרט שױן אױף זײַן װײַסע באָרד אַז דאָס בילד זאָל זײַן קאָמפּלעט און ער זאָל קענען אַקעגן גײן דער שבת קעניגן אַזױ װי דעם רבין אַלײן.

אַביסל װײַטער אױפֿן גאַס קומט אַ גערער חסיד צוריק פֿון מקווה. ער גײט נישט אַ היט װײַל אַזױ זעט זיך בעסער אױס זײַן קופּאָליקן געפֿורעמטער יאַרמולקע. ער קומט פֿון אַן אונגאַרישער אָפּשטאַם און ער מיז באַאַרבעטן זײַנע פּױלישע מאַנדאַטן. די פּיאות זען אױס גענױ װי נאַסע האָר זעט אױס נאָך דעם װאָס מען האָט עס גוט צוריבן מיט אַ האַנטיך. זײַן באָרד זעט אױס װי די בערד װאָס גײן כּסדר צו די צײן, אַרױסצוציען אַ שטיקל פֿלײש דאָ און אַ שטיקל פֿיש דאָרט, אָבער די צײן, און ניטאַמאָל די צײן פֿון אַ קעמל, קומן קײנמאָל צו זײ. און דאָס האָט ר' ישמעאל געמײנט, כּל דבר שהיה בכלל, כּלומר אַ האָר װאָס איז געלעגן אין אַ באָרד, ויצא לדון בדבר החדש, און ער איז אַרײַן אין די צײן אַרײַן, אי אתה יכול להחזירו לכללו, קענט איר דעם האָר נישט אַרײַן שטעלן צוריק אין באָרד אַרײַן עד שיחזירנו הכּתוב לכללו בפֿירוש, ביז װי לאַנג דער פּסוק װעט דיר הײסן עס צוריק אַרײַנשטעלן. און פֿון דאָ נעמט זיך דער מנהג אַז װען דער האָר קריכט ענדלעך אַרױס שטעלט מען עס אַרײַן אין אַ ספֿר. װײַל אל תיקרי עד שיחזירנו הכּתוב אלא עד שיחזירנו לכּתוב.

גײט דער גערער חסיד מיט אַ דינעם חאַלאַטל װאָס װען נישט דער גאַרטל װאָלט עס אָנגעקומן ביז אָנגעפֿער אַ טפֿח ומחצה לענגער װי די נשי באָבוב פֿאַר זײ האָבן אָנגעהױבן תשובה צו טון און אַן אינטש העכער װי די בנות רחל פֿאַר זײ האָבן זיך גענומן זינדיקן. זאָג איך אָבער אָנעם גאַרטל װײַל נאָך דער גערער געבט אַ בינד צו דעם גאַרטל געבט זיך דער רעקל אַ הײב צו אַ הײך װאָס אַפֿילו רעפֿאָרמער רבנים װאָלטן געאסרט. דאָס איז טאַקע פֿאַרדעם װײַל לאו בגאַרטל גמור עסקינן װאָס צו דעם איז מען מהדר צו ניצן אַ שיך־בענדל. דאָ רעדט מען אָבער פֿון דער רימער פֿונעם חאַלאַט און צו דעם קען מען מיקל זײַן און ניצן אַ ברײטערער באַנד און עס בינדן גענוג הױך אַז עס קען מאַכן אַ בעלבתישע צװישנשײד צװישן אפֿילו אַ נידעריקן האַרץ און אַ הױכע ערווה. דרך אגב שאַט נישט אַז מען זעט קלאָר זײַנע גערער הױזן זאָקן. אין זײַן האַנט כאַפּט ער אָן אַ זעקל בײַם צאַמגעצױגענעם קאָלנער װי ס'ליגן זײַנע װעש פֿון דער מקווה. זײף האָט ער גענוצט װאָס דער מקווה שטעלט צו, שאַפּמו האָט ער גענוצט פֿון די פֿלעשער װאָס באַצירן די מקווה װענט און אַ באַרשט צי אַ שװאָם דאַרף ער אַזױ נײטיק װי אַ מאַנטל אין די קעלטן. ויגבה לבו בדרכּי ה' און אױך ער גײט אַ גאַנג כּאילו דער גאַנצער װעלט װאַרט אַז ער זאָל קומן שנײַדן דער באַנד אױפֿצומאַכן דער נײַער װעלט. ער פֿײַפֿט זיך אָבער אָן פֿון אַזעלכע משוגעתן. ער שטאַמט פֿון קאָצק און זאָלן זײ אַלע װאַרטן!

און איך שפּאַציר מיר װײַטער און איך װיל צו לײגן צו די פּרקי שירה װי נאָך צװײ באַשעפֿענישן זינגן צו הקב"ה.

יום שלישי, דצמבר 14, 2004

חנוכּה אױ חנוכּה

אײנס פֿון די געװאַלדיקע זאַכן פֿון חנוכּה איז אַז אױב מען פֿאַרגעסט ועל הניסים דאַרף מען נישט איבערדאַװענען. אמת אַז מען צאָלט אױף דעם מיט אַ הלל שלם און מען װערט צופּלאַצן פֿונעם כּי חלצת, און אױך שטױסט מען זיך פֿריש אַיעדן טאָג בײַ אלה ברכב אַז מען דאַרף עס דאָך נישט זאָגן און מחמת געװױנהײט גליטשט זיך עס אַרױס פֿונעם מױל. פֿונדעסטװעגן הײסן איבערדאַװענען בײַ שים שלום איז צופֿיל אפֿילו לױט די השגות פֿון די פֿאַרפּאַסערס פֿון הלכה.

מײַן זין האָט זיך גענומן קישן די זײַטן פֿון דער טיר יעדער מאָל ער גײט זײ דורך.

איך בין געװען אין שיל אַ היפּש פּאָר מאָל איבער חנוכּה אַרײַנגערעכענט ראש־חודש און זאת חנוכּה. אַן אינטערסאַנטע זאַך איז אַז װען איך גײ דאַװענען מעריב אין שיל שפּיר איך דער גאַנצער אָװענט אַז איך האָב מער צײַט אױף די הענט. איך שפּיר אַז עפּעס איז מיר לײַכטער, איך האָב מיט אײן לאַסט װײנגער אױף מײַן פּלײצעס.

חנוכּה בײַ די לעכט האָב איך ליב דער ניגון פֿון אברהם רײַזן 'ברוך אתה, זינגט דער טאַטע...און עס דאַכט זיך און עס טראַכט זיך ס'איז נאָך עפּעס דאָ...זינגזע טאַטע ברוך אתה און איך בלײַב דײַן קינד.'