יום שני, אוגוסט 09, 2010

ממי אפחד?

גאָט איז מיין ליכטיקייט און מיין הילף פון וועם זאָל איך מורא האָבן? גאָט איז דער פעסטונג פון מיין לעבן פון וועם זאָל איך פאָרכטן? ...ווייל מיין פאָטער און מיין מוטער האָבן מיר פאַרלאָזט און גאָט וועט מיך איינזאַמלן.

באַלד וועלן מיר זאָגן די פּסוקים טאָג איין טאָג אויס צוויי אָדער מאַנכע אפילו דריי מאָל אַ טאָג. אין די זיבן וואָכן ווען מען לאָזט אויס די תפלות מיט לדוד ה' אורי וועט עס מיר אויסקומן צו זאָגן לדוד אַ פּאָר מאָל. איך גיי אַ גאַנץ יאָר אין שיל און אין די טעג גייט מען דאָך נאָך מער ווי אַ גאַנץ יאָר. פון די פּאָר מאָל וואָס לדוד וועט פאַרבייגיין מיינע ליפּן וועט אוודאי אויסקומן עטליכע מאָל ווואָס דער מיינונג פון די ווערטער וועט אויך דורך לויפן מיין מוח און די ווערטער וועלן מיר דערהייבן. איך וועל זיי רייטן ווי אַן אינדלער (סערפע"ר בלע"ז) רייט די וואַלן אויף זיין טאָוול ווען ער כאַפּט זיך אין גאָרנישט אָן און פּשוט דרוקט זיך צו צו זיין טאָוול און לאָזט די וויילן זאָלן אים וואַרפן אויף אַרויף און אַראָפּ ווי פרעהס סוס ורוכבו.

אַז עס וועט מיר בּאַלאַגערן  אַ מחנה וועט מיין האַרץ נישט פאָרכטן, אַז עס שטעלט זיך קעגן מיר אַ קריג בין איך אין דעם פאַרזוכערט.

פרעגט מיר אסור נישט וואָס דער דעם איז. טאָמער מיינט איר אַז דאָ וויל איך שרייבן אַז איך האָב געזען דער ליכט, געטראָפן גאָט און איך בין געוואָרן אַ ווידער געבוירענער, אַ קטן שנולד איז פּליז מאָוו אָן. מאידך גיסא אַז אַ כּופר, אַ מאמין ואינו מאמין צי פון די קטני אמנה זעט נישט דער שיינהייט אין די געזאַנגן און  לידער פון גלויביקע איז ער צי זי פּשוט בלינד און טויבּ. לאָז זיי זיך מיאוסן פון די בלוט דאָרשטיקע אשרי שיאחז ונפּץלעך, זאָל שפוך חמתך גרוילן און יכּכה ה' שטיקן אין האַלץ קען מען דאָך אָבער אויך נישט איגנאָרירן די האַרמאָניע פון ה' רועי לא אחסר. צי פון דוד המלך צי וויליאַם בלייק, צי אין קונסט, אין מוזיק, אין אַרכיטעקטור אָדער אינעם געשריבענעם וואָרט האָט מאמינים איבערגעלאָזט אַן אַרבטייל געשאַפן פון שטרעבן צום בזאת אני בוטח. איך בין טאַקע דאָ נישט אויסן געפונען דער 'זאת' ווייל ימי יכלו, מיינע טעג וועלן זיך ענדיקן און פאַרלענדט ווערן און קליגער וועל איך נישט ווערן. מיר איז דער עיקר אַז מיט זאָגן די ווערטער, הערן דער מוזיק, זען דער מאָלערייען אָדער געביידעס כאַפּ איך מיט אויפן אינדלער טאָוול און פאַר די פּאָר מאָמענטן הייב איך מיך מיטן מחבר פון די ווערטער און מיט אַלע וואָס האָבן אויף זיי געריטן במשך די דורות. צוזאַמן יעלו שמים ירדו תהומות.

דער זייגער איז אַצינד זייגער זעקס פאַרטאָגס און איך זיץ שוין דאָ אַ קנאַפּע דריי פערטל שעה. דער זין גייט אויף קעגן דער פענסטער וווּ איך זיץ און די פאַמיליע זענען רוהיק אויף זייערע געלעגער. אין זייגער איינס דרייסיק בין איך אַהיים געקומן פון אַ באָנגעלוי קאָלאָני וווּ מיין שוואָגער האָט מיר געליידנט אויף אַ באַרבערקיו און מען האָט געגעסן ברבורים ושליו ודגים. נישט ממש אָבער סטייק שניצל וסאַסעדזעס זענען געווען ווי אויפן סעודה של לויתן. נאָך אַזאַ סעודה און שפּעט אַהיים קומן וואָלט איך אויך געדאַרפט זיין אין אַ זיסן רוּה. בין איך אָבער דאָ און איך פיר אַ קריג מיט מיינע פּחדים.

אין זייגער פינעף צען צי ווען האָט זיך מיר געחלומט אַז איך בין אין שיל און מען שמועסט און מען טענהט זיך ווי געווענדלעך. מיט אַמאָל הער איך דער קוויטשעדיקער קול פון ל.ג. אַ יונגערמאַן, שוין נישט אַזוי יונג אפילו, אַ שיינער ייִד מיט אַ לאַנגע גרויליכער באָרד און ווילדע וואָנזען. אַ תקיף, זיצט אויף אַפּאָר קהלישע קאַסעס און האָט אַפּאָר הייזער אין דער זייט. ער דאַווענט נישט תמיד אין מיין שיל אָבער ווען ער קומט צו גיין באַקומט ער אַ מוסף, מען קויפט אים אַן עליה, אַ מפטיר געווענדעלך. ווען ער רעדט קופּקעט מען זיך אַרום אים און ווען ער זאָגט אַ מלתא דבדיחותא לאַכט אַיעדער. שרייבט זיך מיט תלמידי חכמים און וואַרפט זיך מיט זיינע ידיעות איבער די חסידישע תורות שבעל פה, כלומר די ענינים וואָס השתיקה יפה להם. צי עס איז דער מחלוקת פון דער צאַנזער רב און זיין זין דער שיניעווער רב, דער קריג צווישן צאַנז און רוזין, די ראַבערייאונגן פון בעלז און מונקאַטש, ר' יואלישנס קאַמפערייען מיט דריי פערטל וועלט, די אָפּגעפאָרענע קינדער פון דעם רבין און די מאָדערנע טעכטער פון יענעם.  אַ פּיסק וואָס ווען ער רעדט שטיין אַלע און גאַפן אויף די פּערלווערטער וואָס שיטן זיך פון זיין מויל. בקיצור אַ דעה שטעלער אין יהדות החרדית וואָס הלכה כּמותו בכל מקום.

ער האָט בלויז אַ קוויטש געטאָן אין מיין טרוים און ויקץ והנה חלום. אַז עס וועט זיין אַ ויחלום שנית ווענדט זיך צי איך וועל זיך באַלד ווידער איינפּאַקן אין בעט אַריין אָבער ותפעם רוחו איז שוין געווען. אָט אַזעלכע חלומות באַגלייט מיט פּחדים זענען מנת חלקי וצור חבלי. זיי צושטערן מיינע נעכט און אָפט אויך מיינע טעג . אַמאָל בין איך ביים שוועל אַריין צו גיין צו מיין רבי ביי וועמענס טישן איך האָב פאַרברענגט לאַנגע שעות פון מיינע בחורישע יאָרן און דער פּחד פונעם רבין צושוידערט מיין שלאָף. אַמאָל איז פאַרקערט און איך בין מיט אים אין אַ שמועס אין איך שפּיר דער זיסקייט פון גן עדן. נאָך אַוועק לעכצן מיינע צענער יאָרן פאַר אַ שטיקל שריים, פאַר אַ דרוק מיט די פינגער ביי שלום עליכם, פאַר אַ שמייכל ביי גוט שבת זאָגן בין איך מיט אים אין חלום און ער הערט מיר אויס אַ יעדער וואָרט. עס איז אַזוי זיס אַזוי ווי זעטיקייט פאַר אַ גביר וואָס לאָזט אים אויך נישט שלאָפן. אַנדערע מאָל בין איך ללעג ולקלס צווישן אָט אַזעלכע קאַפּיצאַנטן ווי דער וואָס האָט מיר היינט אויפגעוועקט. אַמאָל בין אַיך אַן אַרעסטאַנט פאַר האָבן אויסגעפירט אַ האַרבע עברה און איך אינגאַנצן אַליין זיץ אויפן שולד באַנק מיט דער הילפלאָזקייט קעגן צוריקדרייען דעם זייגער. און אַמאָל איז עס אַ ויקץ מיט אַ ותפעם רוחו אָן אַ פאַרוואָס. ווי דער פייט זאָגט ביי נעילה לעת קץ חז וירא. איך כאַפּ מיך אויף און דער האַרץ קלאַפּט מיר און איך פאָרכט און איך האָב מורא אָבער איך קען אייך נישט זאָגן פון וואָס. איך ווייס נישט צי איך האָב געחלומט און אַז איך האָב געחלומט ווייס איך נישט וואָס עס איז געווען.

פרעגט זיך די פראַגע: ממי אפחד? פון וועם האָב איך מורא? איז עס אַ פּחד פון ווערן אויסגעשלאָסן פונעם וואַרעמן חסידישן טראַכט מיטן דמיון אַז מחוץ תשכל חרב? אַז מיין לעבן קען נאָר דאָ האָבן אַ קיום און מיט יעדן לינקן מחשבה און האַסטישן וואָרט בין איך מיך מאבד עצמו לדעת? אָבער אפילו צו דעם האָב איך נישט דער קוראַז ממילא באַהאַלט איך מיך ווי אַ טמיר ונעלם. איך רעד מיך איין אַז מיט מיין עילום שם שיץ איך מיינע קינדערס שידוכים און מיין פּרנסה אָבער באמת שיץ איך מיך פון מיר אַליין. איך חלש נאָכן רבינס לשם ייחוד אַז ער זאָל מיך אויך כּולל זיין. נישט בשם כּל ישראל נאָר בשמי עבדך בן אמתך. און איך קאָפּע און שטויס ווי אַ קינד וואָס מען געט נישט וואָס ער פאַרלאַנגט. איך באַהאַלט מיך אונטער סודאָנימן ווייל איך שעם מיך פאַר מיר אַליין. מיין מחני נא מספרך איז ווייל איך וויל אויך אַ חלק לעולם הבא. אמת דעם היימישן עולם הזה שפּילט אַ ראָלע אָבער איך האַלט ווייט פון אויפגעבן מיין יענער וועלט. און דאָס דריקט און פאָכעט אין אַלע איברים. לאָזט נישט שלאָפן ביי נאַכט און געט נישט רוּה ביי טאָג. סך הכּל זוך איך לחזות בנועם ה' ולבקר בהכלו אויף מיינע טערמינען. את פּניך ה' אבקש צי דו ביסט דאָרט צי נישט אָבער איך וויל נישט צאָלן דעם פּרייז וואָס דו צי אין דיין נאָמן האָט מען באַשטומט.

וואָס האָב איך צוצולייגן אויסער אויסלאָזן קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה'. קוה וחוזר וקוה.

יום שני, יוני 28, 2010

האיש מקדש א’: רבים אומרים לי...

וווּ ביסטו? פאַרוואָס שרייבסט דו נישט? וואָס הערט זיך מיט דיר? איך האָב נישט קיין ענטפער. עס בענקט זיך מיר צום שרייבן, צו די גוטע צייטן ווען מען האָט זיך אַוועקגעזעצט און געקלאַפּט ווי ביי המן און די אותיות זענען גערונען, די מליצהלעך האָבן געפליסט און ווערטער האָבן זיך אָנגעשטויסן איינס אויפן צווייטן אין זייערע יאָגעניש אַרויס צו קומן לאוויר העולם. די צייטן האָבן זיך אָבער געביטן. מיר פירן היינט אַ פּרנסה קיין עין הרע, די קינדער גיין שוין אין ישיבות, מען בויט זיך שוין אפילו אַ בוידם און אַ ספרים שטיבל, די שונאים שווערן זיך אַז איך פאַרבּ מיר דאָס בערדל און אַקיצור שניים יסעו, די יאָרן לויפן.
 
מיינט איר אוודאי אַז אבדה תּקוותינו, מיר האָבן צאַמגעלייגט אונזער בויגן, אויפגעהאָנגן דער פעדער און אויסגעשיט דאַס בליי און געמאַכט אַ נאָך`ברכה אויפן גאַנצן שרייבעראַציע. האָט איר אויך אַ טעות. טינט פליסט ביי מיר ווייטער און עס וויל זיך שרייבן. איך זע ווי די וואָכן, חודשים און יאָרן פליסן מיר דורך די פינגער ווי זאַמד און אפילו אַ פּראָסט שטיינדל בלייבט נישט איבער. זיי גיין לטמיון כּאילו מען איז אַראָפ געקומן אויף דעם וועלט אויף צו געניסן איין שעה דאָס פאַרדינסט פון צען שעה, אויפצוהאָדעוון קינדער אַז סך הכּל זיי זאָלן קענען אויפהאָדעוון זייערע קינדער און דער גאַנצער תכלית פונעם רעדל איז אַז עס זאָל זיך נישט אויפהערן צו דרייען. אַ פיינער וועלט אָבער ווי נישט ווי א הילכדיקן שפּאַס.
 
זענען דאָ צוויי ישועות. אָדער זיך זעצן לערנען, און איך פאַרמייד דאָס נישט לחלוטין, אָדער זיך נעמן שרייבן מיט אַ ברען וואָס מען האָט אַמאָל אויסגענוצט אויף אַ נשמת. זיך זעצן לערנען האָט איר מעלות. עס איז ביי מיר אַזוי ווייט איינגעגראָבן און איינגעוואָרצלט אַז עס זענען נישט דאָ דערביי קיין קושיות פון תכלית און צוועק. לבי אומר לי אַז דאָס איז אונזער ציל אויפן וועלט און וויפיל דער מוח וויל מיר אָפּווענדן קען עס נישט ביים האַרץ צוגנבנען דאָס געשמאַק.
 
וויפיל מאָל גלוסט זיך עס נאָכן יצא אדם לפעלו און אַ פליישיקע וועטשערע זיך אָנצוטון דאָס רעקל און משכהו לבית המדרש. אמת עס איז דאָ אַ פּחד פון דער בושה אַז מען וועט מיר אָנקוקן ווי אַ כהן בבית הקברות. 'וואָס זוכט ער דאָ? נעבעך ער האָט געמיינט ער וועט טרעפן גליקן אין זיינע אויפגעקלערטע משוגעתן און צום סוף זעט ער אַז קיינער וויל אים נישט אָנקוקן קומט ער אַהער צוריק.' און אַ צווייטער וועט זאָגן 'נאַ, ער דאַרף שוין באַלד אַ שידוך טון קומט ער אין בית מדרש. איך האָב אים נעכטן געזען מיט אַ רעקל אויפן גאַס. ער פלעגט אייביק גיין מיט זיין משוגענע בלויע דזאַקעט. ער מיינט ער זעט אויס קול און די שקצים וועלן זיך פון אים צוטון מאַכן. לאָמיר זען ער זאָל זיך מיט זיי משדך זיין, דער גרויסער צולייגער, האַ.'
 
די בושות וועט מען אָבער איבערקומן און מען וועט זיך אַן עצה געבן אפילו מיט די גרעסערע בזיונות פון די וווילע יידן וואָס וועלן צוברענגן אַ קאַווע און מיר צוווייזן צו אַ פּלאַץ און די יונגעלייטלעך וואָס וועלן מיר קומן געבן שלום עליכם. איך האָב געזאָגט ברוך`הבא ביי זייערע ברית און זיי וועלן מיר געבן שלום עליכם אין מיין שיל. שיין זען מיר אויס. אָבער תורה איז נקנית ביסורין און צום סוף וועט מען זיך צוזעצן צו יידן ביי אַ דף`היומי שיעור און געניסן פון אביי ורבא און רבינא און רב אשי און זיך פּאַסמאַקעווען פון די אמוראישע אַקראָבאַטישע רקידות. אָדער אפשר וועט זיך גאָר גלוסטן צו הערן אַביסל פּשוטע משניות וווּ עס זיצן סתם עמך, תהילים יידן און שאָקלן זיך צו. אַ סגי`נהור זיצט אויך דאָרט און פרעגט אַריין, דער פאָרלערנער פּראָבירט ווייטער צו שטיפּן איידער מען שטעלט זיך צו מעריב, דער יודע הכּל האָט אַ תירוץ און שרייט צוריק, דער בלינדער ייד קען נאָך בעסער און ווענדט אים אָפּ, דער תהילים ייד שמייכלט צום ספּעקטעקאַל און האַלט זיין פינגער אינעם משניות נישט צו פאַרלירן דער פּלאַץ און דער רודף שלום פאַרזיכט צו פאַרגלייכן צווישן די צדדים. בלויז דער יודע תעלומות ווייסט אַז איך האָב שוין משוטט געווען אין אַלע עולמות אָבער נאָר דאָ שפּירט זיך אינדעהיים.
 
דער אמת געזאָגט אַז די פּרקים בתולה נשאת און האיש מקדש הייבן זיך שוין טאַקע ביי מיר אָן און מען דאַרף זיך נעמן צו די ביינער. און אַז נישט ביי מיר איז ביי די אַרומיקע איז וואָס האָב איך אַריינצורעדן אַז דער עולם זאָגט עס איז שוין צייט? דער ערשטער רמז האָב איך געהאַט ווען דער גבאי פון דער גמ"ח איז געקומן צו מיר אַהיים אָפּנעמן מזכּיר נשמות געלט. אַזוי ווי ער גייט אַרויס גיט ער מיר אַ פרעג און ווי אַלט איז דיין עלטסטער בחור? אַזוי זיבעצן, שוין נישט לאַנג, נישט לאַנג, דער אייבישטער זאָל העלפן און דער טיר האָט זיך פאַרקלאַפּט. דאָס איז געווען נאָך סוכּות ווען ער האָט געהאַט צו נעמן דער געלט פון יום`כּיפּור און שמיני עצרת צוזאַמן. יענער וואָך טרעף איך ביים בעקער אַן אַלטן באַקאַנטן. ער איז אַ מלמד, אַ פריינטליכער און ווען איך טרעף אים פרעגט ער מיר אַלץ מיט אַ שמייכל וואָס מען מאַכט און וווּ מען האַלט אויפן וועלט. דאָס מאָל וויל ער וויסן, קטלא, דו דאַרפסט שוין האַלטן ביי שידוכים, ניין? איך: וואָס אַרט עס דיר? דו וועסט דאָך סייווי זיך נישט משדך זיין מיט מיר. ער: וואָס, ווי אַלט איז דיין עלטסטער, אַ בחור איז ער, ניין? זיבצן און אַ האַלב יאָר, נו, שוין נישט לאַנג. וווּ לערנט ער? אַזוי? זייער פיין. קטלא וועסט זען פאַר דו דרייסט דיך אויס וועט מען שוין רעדן. איך ענדיג צאָלן פאַר די חלות און איך זאָג אים גוט שבת און וויל מאַכן בואי בשלום. דער שמייכל איז אים באַלד פאַרשווינדן פונעם פּנים און ער איז אַריין אין אבינו מלכּינו מאָד. דער אייבישטער זאָל העלפן עס זאָל זיין אין דער ריכטיקער צייט.
 
איך שמייכל אָבער ווייטער. מיר האָבן זיך באַגרוסט און ווי דער כּהן גדול אויף כּל נדרי ביי נאַכט הוא פּורש ובוכה אַז מיינע שידוכים זאָלן געלונגן און איך מאַך מיר אַ חשבון אַז די קינדער וואַקסן שוין אונטער, מען דאַרף זיי שוין באַלד חתונה מאַכן און הכּיס ריק ואין בו. איך וויל מיך באַרוהיגן אַז איך האָב נאָך אַפּאָר יאָר אָנצוזאַמלן אָבער מען קען דאָך נישט לאָזן זיין באָרד צו לאַנג וואַקסן איידער ער טוט אָן אַ שטריימל. דערווייל איז ער נאָך מקיים שמח בחור בילדותך און דאָס גנבעט מען ביי אונז צו ווי לסטים. ווען זיי זענען אַכט טעג אַלט אַ שניידל און ביי דריי אַ שערל, ביי פינעף ביבלישע קריטיקער און ביי זיבן דיינים אויף כיצד מברכין, ביי צען אַדוואָקאַטן פון אלו מציאות און ביי דרייצן היטלעך ווי עלטער זיידעס, ביי פיפצן אַטערניס פון אויסבייטן קיען מיט אייזלן און ענדליך בן שמונה עשרה לחופּה, מען קען ווידער אָנהייבן דרייען דאָס רעדל.
 
וועט איר פרעגן, און שלמה המלך רופט דאָס שמח בחור, בתמיה? נו, ער האָט אויך געזאָגט אמרתי אחכמה והוא רחוקה איז שוין אַלעס פאַרענטפערט.

יום ראשון, ספטמבר 13, 2009

בראתי יצר הרע...

דער גמרא אין סוכה זאָגט נאָך פונעם רבש"ע, איך האָב באַשאַפן אַ יצה"ר, בראתי לו תורה תבלין, האָב איך באַשאַפן צו אים די תורה אַלץ אַ געווירץ. די גמרא קען יעדער ישיבה בחור פון שמועסן, שלש סעודות תורות, און חסידישע ספרים אָן אַ צאָל. דאָס גייט צוזאַמן מיטן אַנדערען גמרא וואָס מען ברענגט צו שלעפּן, אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש. מען זעצט אויפן בלעמער און די בחורים שאָקלן זיך און דרייען די פּיאות. טאָמער איז דער בעל דרשן עטוואָס פאַרגרעבט וועט ער נאָך אַריינוואַרפן דעם רמב"ם, אין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה. דאָס געט צו אַ געשמאַק צום דרשה און ציט צו די הערער וואָס שווערן זיך אַז נעקסטער מאָל דער בעל דבר קומט צו גיין וועט מען באַלד לויפן שלעפּן דער גמרא מיטן פּני יהושע און מער וועט מען נישט דורכפאַלן.

לעצטענס האָב איך געהאַט דאָס געלעגנהייט איבערצוקלרערן די גמרא און ס´איז מיר נולד געוואָרן אַ וועלטס קשיא. טאָמער ווי איך קומט אייך אַמאָל אויס צו שטיין אין קאָך און אָפּבאַקן אַ קיגל, צי אָפּקאָכן אַ לעטשאָוי, צי זיך פּרעגלן אַן איי, און ווער רעדט נאָך אַז אייער יידענע איז אַן הקדיחה תבשילוניק און איר מיזט לא עלינו ולא עליכם צושטעלן אַ גאַנצן יום־טוב, און אפילו אַז איר קענט נישט מער ווי צוגרייטן איי מיט צוויבל שבת אינדערפרי, וועט איר וויסן אַז תבלינים, צי זאַלץ צי צוקער, צי פעפער אָדער קרייטעכצער זענען זיי אַלע אַ מיטל צו מאַכן פונעם געקעכץ אַדער געבעקס אַ בעסערן מאכל און מער באַטעמטער צו עסן.

איז לאָמיר אַצינד גיין מיטן קעכערישן שירצל אָדער מיטן טלית קטן צוריקגעשלייערט איבערן פּלייצע און איבערחזרן דער גמרא בראתי יצר הרע. דער באַשעפער זאָגט איך האָב באַשאַפן אַ יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין האָב איך פאַר אים באַשאַפן תורה פאַר אַ תבלין. כּלומר, אַנו זאָגט איר אַליין דעם כּלומר, אַזוי, שאָקלט גוט צו מיטן קאָפּ, כּלומר אַז איר ווילט האָבן אַ געזאַלצענעם און אַ געפעפרטן יצר הרע מיט אלע טעמים גייט לערנען אַ שטיקל גמרא וועט איר געניסן פונעם יצר הרע אַזוי אַז איר וועט מאַכן אַ בורא נפשות מיט אַן על המחיה און עס וועט זיין להחיות בהם אין אַלע גלידער.

דעם פּשט וועט איר נישט געפונען אין שאָטנשטיין און ביי שטיינזאַלץ טאָר מען נישט אַריינקוקן, איז וועלן מיר ליידע מיזן אַביסל נוצן דעם אייגענעם קאָפּ און פרעגן היתכן? ווי קען דאָס זיין? דער תורה מאַכט גאָר געשמאַקער דעם יצר הרע?! לייענט אָבער ווייטער וועט איר אַלעס פאַרשטיין בטוב טעם ודעת.

איך בין געגאַנגן קויפן מיין טאָכטער אירע נייע ספרים פאַרן פרישן שולע יאָר. אַ חומש פון דעם דרוק, אַ סידור פון יענעם, אַ יהושע־שופטים מיט רד"ק, אַ פּרקי אבות איבערגעטייטשט אויף ענגליש און אַזוי ביזן ענדע ליסטע. דער אַרבייטור ווייסט שוין פון אויסנווייניק וואָס מיר זוכן און ווייזט אונז וווּ אַלעס ליגט. ווען איך דערמאַן אים דער רד"ק רוימט ער מיר אַריין אין אויר ´באַלד וועלן זיי נאָך דאַרפן גמרות´. מיין טאָכטער האָט זיך לאַנג געיישובט אויף וועלכער גרייס צו נעמן און וועלכער פאַרב דעקל אויסצוקלייבן. איך בין געוואָרן אַביסל אומגעדולדיק און איך האָב איר געזאָגט אַז זי זאָל זיך אַליין אויסקלייבן וואָס זי דאַרף און דערווייל וועל איך מיך אַליין אומקוקן אויף די פּאָליצעס אָנגעלייגט מיט חידושי תורה, מעשה ביכלעך, מחזורים, אלע אין די ספרים פאַרבן פון שוואַרץ, ברוין, בלוי אָדער באָרדוי רויט. אויסער מחזורים וואָס מעגן אויך זיין אין ווייס פאַר די שעשני כּרצונו´ניקעס.

מיין טאָכטערל קומט מיר ווייזן אַ פּרקי אבות איבערגעטייטשט אויף ענגליש מיטן גאונישן פּאַטענט אַז דער ענגליש לויפט פון רעכטס צו לינקס מיט ריכטונג־ווייזענדיקע פיילן. איך זאָג ´ניין´. וואָס איז? פרעגט זי באַליידיקט און צייגט אויפן גלאַנצעדיקן דעקל און דער שניי ווייס פּאַפּיר כּאילו עס איז נאָך טייערער פון אַ האַלוי קיטי ד´מינים פון אַ העפט, אַ פּאָרנדיקן בליי, שאַרפענער און מעקער. זאָג איך איר אַז ענגליש שרייבט מען ווי ענגליש פונקט ווי לה"ק שרייבט מען ווי לה"ק. און אַז די ל"ו ניקעס ווילן מקדש און מטהר זיין זייערע ענגליש ע"פּ דעת תורה כּדי מעלה צו זיין די ניצוצות און מגביר זיין דער ימין אויפן שמאל מיט אויסדרייען דער סדר אויף קאַפּויער וויל איך פאַרדעם נישט באַצאָלן. שפּעטער האָט זיך אויסגעשטעלט אַז זי האָט שוין געהאַט אַ פּרקי אבות נאָר יענער אין געשעפט איז געווען סאָוי קיוט, קליין און גלאַנצעדיק און שמעקעדיק, אַז זי האָט עס געמיזט האָבן.

האַלטן מיר דאָך אָבער אין מיטן שיעור פון בראתי יצר הרע, איז הערט אויס. מיטאַמאָל קלינגט דער גלאָק אַלץ סימן אַז מען האָט געעפנט דעם טיר פונעם געשעפט און אַריין קומט אַן אשת חיל. ברוכה הבאה. אַן אשה כּשרה פאַרשטייט זיך, עס איז דאָך אַ ספרים געשעפט און נישט וויקטאָריעס סודות, אַ נייווי בלויער היט מיט אַ שלייף אויפן זייט איבער אַ קורצן שייטל, אַ דריי פערטל לענג רעגן דזאַקעט דער זעלבער פאַרב בלוי מיט אַ פּאַסיק אַרומן טאַליע, און אַ קלייד מיט אַ תורהדיקע כאָטש נישט אַ דעת תורהדיקע לענג. דאָס הייסט נישט העכר די קני ווי אין אָפּער וועסט סייד, נישט ביים קני נוסח... לאָמיר זיי נישט מבייש זיין, זיכער נישט ביזן קנעכל כמנהג פלאַטבוש און יהודה ושומרון און אוודאי נישט אַ האַלבער אינטש אונטערן קני ע"פ נוסח באָבוב 48. פון דעסטוועגן איז עס אויך נישט געווען ביזן ליטקע ווי די באַבעס ע"ה זענען געגאַנגן. כאָטש איר קלייד איז געווען אויסגעהאַלטן לפי דעם לעצטן פּסק אינעם פרישסטן קול קורא איז עס אויך נישט געווען איר צו פאַרמיסן אויף איר מאַן און, בדיעבד, באַוווּנדערער כמוני.

בעוונותינו הרבים איז מיר נישט געלונגן בודק צו זיין די אויגן אָבער איך קען זאָגן אַז דער פּנים איז איר נישט געווען בלאַס ווי אַ בת ישראל שבת נאָכמיטאָג ווען דער פאַרב פון פרייטיק האָט זיך שוין אָפּגעריבן און פריש זיך צו שמירן איז חילול שבת דאורייתא. איך ווייס נישט וויפיל שבטי יה זי האָט שוין די זכיה געהאַט צו געבוירן אָבער די לענדן זענען איר נאָך געווען אין די ראַמן און דער פּאַסיק האָט קאָמפּלימענטירט איר שלאַנקע פיגור וואָס פיפצן שבת הגדול און שבת שובה דרשות קענען נישט דערפון צוגנבנען איר חן.

איך בין מיר פאַרטיפט אין די ספרים און איך ווייס אַליין אַז מען וויל מאַכן אַ הטוב והמטיב אויף גאָטס באַשעפעניש איז אַ ספרים געשעפט נישט דערצו הרי זה משובח. פון צווישן די שורות קען מען אפשר זען צי רגלים לדבר אין היימישע פיר־קאַנטיקע קנאַפלען, און צי די סימס וואָס זענען מוצב ארצה וראשן מגיע השמימה שטיין שטייף און גלייך כמשפט הבנות אַזוי אַז ממש מלאכי אלקים עולים ויורדים בו. דאָס אַלעס קען מען זען פון דער זייט, און בדיעבד פון אונטער די ברילן, אָבער ממש באַוווּנדערן פּנים אל פּנים איז דאָך אוממעגלעך. זי איז אַן אשה כּשרה און דערצו נישט פעהיק, און מיר זענען חסידישע יידן וואָס אויסער ערב שבת נאָכן מקוה ביי שיר השירים קומט אונז נישט אויס צו שטוינען איבער לחייך בתורים און צווארך בחרוזים און ווער רעדט נאָך פון שערך כעדר העזים שגלשו מהר גלעד. אַ ספרים געשעפט איז אויך נישט דער געראָטענסטער פּלאַץ מישטיינס געזאָגט צו כאַפּן אַ תור ובני יונה פאַר אַ קרבן שלמים.

מיט אַמאָל ברעכט איבער אַ בת קול. גלייבט מיר אויפן וואָרט, דאָס האָט נישט געקענט עפּעס אַנדערש זיין ווי דער בת קול וואָס איז יוצאת מהר חורב. אַ קול דממה דקה מיט אַ צערטליכקייט און ווייכקייט אויסגעפלאָכטן מיט אַ ברוקלינער, חסידישער, יידישער אַקסענט, ´איר האָט אפשר אַ גמרא מסכת ביצה?´ נישט בלויז דער געשעפט איז שטיל געוואָרן נאָר די בריאה האָט אויסגעלאָזט אַן אָטעם. איך זאָל זאָגן אַז זי האָט זיך באַנוצט מיטן לשון שמלאכי השרת משתמשים בו וועט איר מיינען איך בין מגזים. און איך זאָג אייך אַז מי שלא שמע אשה זו לא שמע קול אשה מימיו. קיינמאָל האָב איך נישט אַזוי מסכּים געווען צום פּסוק טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף ווי ווען איך האָב געהערט פון די אָ בת ישראל, ´מסעכטע בײַצע´.

דאָס איז אָבער נישט געווען מיין ערשטער רעאַקציע. מיין רעפלעקס האָט אָנגעצינדן אין מיר אַ רותחא דאורייתא. ´ביצה?´ אַזוי זאָגט מען? אין חכמה לאשה אלא בפלך און לערן דיך שוין אויס זאָגן ´ביעא´ ווי אַ ייד נישט ´ביצה´ ווי אַ יידענע און אַ ליטוואַק בבת אחת. דער קנאות האָט אָבער פאַרזיכט צו באַגראָבן עפּעס טיפער. דער טיפער איז געווען השמיעיני את קולך כּי קולך ערב ומראך נאוה. איר זאָגט דאָך אַזוי גוט, האָב איך איר געוואָלט צוגיין זאָגן, איז אפשר זייט אַזוי גוט און טוט מיר צוליב און פרעגט איבער נאָכאַמאָל. איר מעגט זאָגן ´ביצה´ ווייל חז"ל לערנען אונז ´כּל שהיא כּביצה ביצה טובה הימנה´. זאָגט ביצה וויפיל איר ווילט ווייל מה נמלצו לחכּי אמרתיך מדבש לפי.

פאַרשטייט איר שוין אַצינד וואָס דאָס הייסט תורה תבלין? וואָס פאַר אַ זאַלץ און פעפער דער באַנדיט האָט אַריינגעוואָרפן אינעם עבירה? איז מעגלעך צו שפּירן אַ טעם אין אַן עברה ווען מען איז אַרומגענומן מיט יחוד כהלכתה און צניעות ספרים מיט אילוסטראַציעס? אין די ד´ אמות פונעם ראשית חכמה וואָס שפּייט פייער ווי אַ דראַקאָן, פון די סי די פּאָליצעס וואָס ווערן שיער נישט פאַרברענט פון דער פּעך און שוועבל פון זייער אינהאַלט און פון סליחותן און ימים נוראים מחזורים וואָס בייגן איין דער טיש וווּ זיי ליגן אויסגעלייגט? און דייקא דאָרט ריקט זיך אָן דער יצר הרע און וואַרפט אַריין אַ קול באשה ערוה ווי דער מן מיט אַלע טעמים. די ספרים זאָגן אַז ´אשת חיל´ איז אַ משל אויפן תורה און איך האָב זוכה געווען צום משל מיטן נמשל בבת אחת. איך גאַף נאָך, גם עדותיך שעשועי, איך וויל מיך נאָר טשאַטשקן מיט דיין תורה ווייל כי טוב סחרה מכל סחורה.

יום שבת, ספטמבר 05, 2009

השקיפה ממעון קדשך

ביים לייענען היינט אינדערפרי איז מיר דורך אַ ציטער צו הערן דעם הויכן השקיפה. ביי מנחה האָט מען שוין געזרקא´ט אויף לא יאבה ה´ סלוח לו און גפרית ומלח, אויסגעלאָזט האָט מען מיטן צוגעברימטן הנסתרות און נעקסטער וואָך גייט מען שוין צו סליחות. ואני אנה אני בא?

גאַנץ ווייניק געשריבן במשך דער יאָר, געטריבן על המחיה ועל הכּלכּלה און געלט גיסט זיך אַלץ נישט בשפע, איז וואָס יאָ? אַביסל שעפשערישע נחת פון מיר אַליין וואָלט נישט געווען אַ שלעכטער זאַך, שרייב איך דאָך אָבער נישט. איז גייט מען צום יום הדין און מען מאַכט זיך אַ חשבון הנפש וואָס מען האָט אויפגעטון במשך´ן יאָר און דער שאַפער שטייט לער, די זכותים זענען נול, און די צאָל שרייבערייען זענען בדוחק אַ מנין.

וועט מען יאָ שרייבן? איז לאָמיר שוין זען עפעס אַ יידיש וואָרט. באַווייז שוין צי דיין זרוע הנטויה קען נאָך אַהערשטעלן אָדער צי דער יאָג פון שטיפן פאַפירן האָט אויסגעטריקנט און צוגעגנבעט אַלע קראַפטן. און אַז עס איז טרוקן איז לאָמיר מאַכן סתימת הגולל און זאָגן אַ לאַנגן קדיש נאָכן הדרן עלך און זיך מער נישט לייגן יעדער נאַכט און צושטערן יעדן לכו נרננה מיט ´שוין נאָך אַ טאָג, נאָך אַ וואָך, און גאָרנישט אָפגעשריבן´.

איז נישט מען שרייבט און נישט מען האָט זיך געזעגנט. איז וואָס יאָ? זאָגז´עט איר: וואָס רבונו של עולם יאָ?

שני דרכים לפניך

יאָ שרייבן אָדער נישט שרייבן.

וואָס צו שרייבן, איז אַ צווייג פון נישט שרייבן און עס פאַרענטפערט זיך אַז מען גייט אויפן צווייטן שטראָז.