יום שלישי, דצמבר 10, 2002

קינדלן און אַרבעט

א.'ס חבֿרטע װאַרט אַ קינד און זי רעדט זיך אָפּ אַז זי דאַרף קאָכן נאַכטמאָל'ס יעצט פֿאַרן קינד ביז פּסח, און זײ אַװעקלײגן אינעם אײַז־קאַסטן.

זי האַלט שױן בײַ נומער זיבן, קנײנעהאָרע אױף גאַנץ כּלל ישראל געװוּנטשן, און זי קען באַשטײן אַז נומער אַכט זאָל אַביסל װאַרטן. װאָס טוט אױף דעם אַן אשה כּשרה? דער פּיל צי אַנדרע מיטלען איז דאָך נאָר פֿאַר 'מאָדערנע' װײַל ס'איז דאָ אױף דעם גרױסע שאלות, װײַטער דער 'נאַטירליכער' װעג פֿון זיך פֿאַרמײַדן פֿון סעקס אין מיטן חודש האָט טאַקע אַ היתר פֿונעם פּױפּסט אָבער װאָס פֿאַרשטײט דען דער פּױפּסט צו ייִדישקײט. חוץ פֿון דעם איז עס אַ גרױסער מצווה זיך צו פֿאַרקניפּן דווקא אינעם ליל טבֿילה װאָס דעמאָלסט איז אַ שעת הכּושר צו באַשאַפֿן הױכע נשמות און דעמאָלסט פּערצופֿאַל איז אױך װען די מצווה איז מערסטע מסוגל צו מאַכן דער פֿרױ טראָגעדיק. און פֿון דעם קענט איר זען דער חכמה פֿון חז"ל אַז זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט אַז מען זאָל נישט קענען געפֿונען עפּעס אַ ייִדישע דרײ זיך אַן עצה געבן װי די קאַטאָליקן. חז"ל זענען דאך סוף כּל סוף געװען ייִדישע קעפּ.

א.'ס חבֿרטע האָט אָבער יאָ אַן עצה. בשעת װען זי געבט צו זײגן איז זי פֿאַרזיכערט. איך האָב שױן געהערט אין שיל פֿון מענער אַז מען איז אַזױ אױך נישט פֿאַרזיכערט 'מאַן װאַב איז מיבײרעס געװאָרן בשאַס'ן זײַגן' אָבער מיט איר געלונגט עס יאָ. נאָר װאָס דען, זי האָט זײער אַן אײדלער סיסטעם און טאָמער פֿאַרפֿעלט זי צו געבן זײגן איז זי אַלעדיגט. און אַז די קינדער צי דער מאַן זענען הונגעריק און דאַרפֿן עסן קען זי װערן אַן אונס, און כאָטש אונס רחמנא פּטריה קינדלן זיך האָט אָבער אַנדרע דינים. דערפֿאַר האָט זי נאַכטמאָל אינעם פֿריזער ביז פּסח און אַזױ אױף אַפּאָר חודשים איז זי פֿאַרזיכערט מנוחה.
---------------------------------------------------------------------
אַ פֿירמע האָט געקלערט מיר געבן אַרבעט, שטעלט זיך אָבער אױס אַז זײ דאַרפֿן מיר אױך אױף שבת נאָך מיטאָג. שבת אַרבעט אפֿילו אַ ייִדישע קי אױך נישט איז כּל שכּן איך. אַ גרױסע בעל בטחון פֿאַרזיכערט מיר אַז נאָך אַזאַ מעשה װאַרט זיכער עפּעס אָפּ שױן באַלד. איך בין אָבער נישט אַזױ זיכער.

שבת חנוכּה

אַַ פֿרישטיק אױף אַ קאַלטע שבת חנוכּה:

מען האָט אָנגעהױבן דאַװענען אין שיל שחרית מיט באַלד אַ שעה צוריק און איך בין אין דער הײם געבענדיק מײַנע חברה פֿרישטיק. געמאַכט מזונות אױפֿן קרעם קוכן לכּבוד שבת חנוכּח רופֿט זיך אָן דער קלײנער צדיק'ל מײַנער, ל. 'װער האָב באַשאַפֿן דער אײַבישטער?' דער עלטערער צ., װאָס איז שױן מער אַ מבֿין אױף טיאָלאָגישע ענינים, רופֿט זיך באַלד אָן מיט אַ קאַנאָישער שטימע אַז מען טאָר אַזאַ קשיא נישט פֿרעגן. דאָ קען איך שױן נישט בלײַבן װי אַ צוקיקער און איך זאָג אַז ס'איז נישט דאָ קײַן שום קשיא װאָס מען טאָר נישט פֿרעגן. װײַל מה נפֿשך: האָט די קשיא אַ תירוץ מעג מען דאָך װיסן סײַ די קשיא און סײַ דער תירוץ. און אַז ס'האָט נישט קײַן תירוץ דאַרף מען זוכן אַ תירוץ. אָבער אַז קײנער װעט נישט פֿרעגן װעט קײַן תירוּץ קײנמאָל נישט װערן.

איך נער האָב אָבער דאָ צוגעלײגט אַז טראַכטן מעג מען װאָס נאָר מען װיל. רופֿט זיך אָן צ. צי מען קען נישט זינדיקן אינעם מוח? איך װײס נישט צי ער װײסט װאָס ער פֿרעגט אָבער איך געדענק אַז אױפֿן פּסוק אַז איובֿ האָט נישט געזינדיקט מיט די ליפּן, זאָגט דער מדרש אַז במחשבה האָט ער זיך יאָ פֿאַרזינדיקט. אײדער איך האָב אַ געלעגנהײט זיך פֿאַרענטפֿערן װיל שױן ל. װיסן װאָס װעט זײַן נאָך דער אײבישטער. איך׃ מען זאָגט אין אדון עולם 'בלי ראשית בלי תכלית' הײסט עס אַז ער האָט נישט אַן אָנהײב אין אױך נישט קײַן ענדע. ל.: און אַז ער װעט זיך הרגענען? צ.: (אין אַ בײזע שטימע װאָס ער האָט אװדאי פֿיל מאָל געהערט בײַם רבין און איך האָף נישט בײַ מיר)האָסט דאָך שױן געהערט אַז ס'קען נישט זײַן אַז דער אײבישטער זאָל זיך ענדיקן.

איך האָב צ.'ן געפֿרעגט צי דער אײבישטער קען נישט אַלעס טון און אַז ער קען זיך נישט האַרגענען הײסט עס אַז ער קען נישט אַלעס טון. ל. האָט זיך געפֿרײט אַז זײַנע קשיות זענען הערשט יאָ עפּעס װערט און מען האָט ממשיך געװען מיטן קרעם קוכן.
------------------------------------------------------------------
אין בין אָנגעקומן שפּעט –זײער שפּעט- אַזױ בײַ סוף הלל, כאָב מיך אַרײַן געכאַפּט דורכן אונטערשטן טיר און זיך גענומן דאַװענען. מיט אַביסל קפֿיצת הדרך האָב איך שױן מיטגעהאַלטן בײַם אָנהײב לײנען.

יוסף זאָגט פֿאַר פּרעה'ן 'ס'איז אױסער מיר גאָט זאָל ענטפֿערן...' ער דערמאַנט מיך פֿון אַ בעל תפלה װאָס פּײגערט נאָכן ברעטל אָבער װען מען שיקט אים צו, 'כבין הײַזעריק', 'ממש כ'אָ נישט קײַן כּוח' און באַלד, בלית ברירא, לױפֿט ער, גאָרגעלט זיך אױס אַז קױם װאָס מען װערט אים פּטור און אַז ער פֿאַרטיקט שױן יאָ, זאָגן די לצים 'שכּוח פֿאַרן ענדיקן'.

אױפֿן חשבון פֿון דער סאָרט עניוות האָט אַ צדיק געטײַטשט אױפֿן פּסוק װאָס מען לײנט אַיעדען טאָג חנוכּה 'כּף אחת עשׂרה זהבֿ' אײן בײג פֿון אַ ייִד (עשׂרה=י) איז װערד גאָלד. אפֿשר קען מיר עמיצער זאָגן װאָס איז אַזױ שײן אַז אַ ייִד בײקט זיך? און אױף צו מאַכן פֿון כּלל ישראל בײגערס לערנט מען מיט בחורימלעך פֿון דרײצן יאָר אַלט שער הענווה אין ארחות צדיקים און אין חסידישע ספֿרים װאָס האַלטן אין אײן דערמאַנען אַז מען איז גאָרנישט װערט. כאָטש זײ לײגן צו אַז מען זאָל פֿאַרדעם נישט זײַן בעצבֿות װײַל קרוב ה' לנשברי לב און נאָך פּסוקים און גמרות 'כּידוע'.

אפֿשר װען מען זאָל באַטאָנען פֿון קינדװײַז אָן אַז מען איז יאָ עפּעס װערט װאָלטן ערװאַקסענע מענער נישט געדאַרפֿט לױפֿן צו זײערע פֿרױען אָדער חברים אױף צו שרײַעבן זײערע בריװ, און װען מען פֿרעגט עמעצן אין שול 'נאָ, װאָס האַלטסט די' װאָלט דער תשובֿה על פּי רובֿ נישט געװען 'איך װײַס', צי 'װאָס װײַס איך', און בריװ אין פֿרומע צײַטונגן װאָלטן נישט בדרך כּלל געװען אַנאָנים מיט ראשי תיבות פֿאַר אַ נאָמן. מען װאָלט זיך אַלײן געטרױערט האָבן אַ מײנונג װען מען זאָל האַלטן מען איז עפּעס.
****************************
בײַם לײנען שמועסן יונגערלײַט װעגן נײַע רעסטאָראַנטן,"ביסט געװען בײַם 'דרײַװ טרו'? ס'יז משיגע צי װערן. כבין דאָרט געװען דרײַ אַזײַגער מאָצעשאַבעס". איך מאַך אַ חשבון אַז די ייִנגעלײַט פֿעלט גאָרנישט, זײ קענען פֿרעסן, זױפֿן און זינדיקן אױך אַז זײ װילן און דער שטרײַמעל װעט זײ נישט קיצלן דעם קאָפּ. כּל זמן דער מוח הײבט נישט אָן צו קיצלן פֿעלט אינעם חסידיש לעבן גאָרנישט. אָבער אױף דעם זאָגט דאָס ייִדישע װערטל 'דער װאָרם ליגט אין כרײן און מײנט אַז ס'איז קײַן זיסערס נישט דאָ'.

און אפֿשר איז טאַקע דער װאָרעם גערעכט?
*****************************************
דער קלײנער באַנעמט זיך נישט עפּעס אַזױ אין שול. פֿרעג איך אים פֿאַרװאָס קומט מען אין שול? 'אױף צי שמועסן'. װאָס עפּעס?, כ'אָב געמײנט ער װעט אָנצײגן אױף אַלע שמועסערס אין שול, 'דאַװענען קען מען אין דער הײם אױך' אָבער צו שמועסן מוז מען האָבן נאָך מענטשן.

יום חמישי, דצמבר 05, 2002

אַ פֿרײליכן חנוכּה!

אױף דעם אַז חנוכּה איז מרומז לױט די חסידישע ספֿרים צו דער אור הגנוז קען איך בלױז זאָגן אַז ס'מיז זײַן אַז ס'איז גוט באַהאַלטן, װײַל איך האָב עס נאָך נישט דערשפּירט. שחרית בין איך שױן װאָכן נישט געװען אין שול. הײַנט אױף אַלע צרות בין איך געגאַנגן האָב איך מיך דערמאַנט אַז מען זאָגט גאַנץ הלל. אַלץ איז דאָס אַזױ בײַ כּלל ישראל. אונז קענען מיר גאָרנישט טון למחצה לשליש ולרביע.

אַ נס חנוכּה. נאַדיר אַכט טעג אַזױ אַז װען מען האַלט שױן בײַם זעקסטן טאָג איז דער מנורה אָנגעטראָפּט מיט אײל, די קינדער'ס מנורה מיט װאַקס און ס'איז אַלץ נישט פֿאַרטיג׃ נאָך צװײ טעג צו גײן. דער טיר הערט נישט אױף צוּ זעצן, ישיבה בחורימלעך גײן נאָך געלט, און אַז מען מאַכט זײ נישט אױף דאָס ערשטע מאָל קלאַפּן זײ מיט די הענט, און אַז זײ זען דורכן גלאָז אַז ס'דרײט זיך אײנער אינערװײניג קלאַפּן זײ װי בײַ המן אױף צו להכעיס. אװדאי װעט אַ ראש ישיבה זײ נישט זאָגן צו זײן אַ מענטש בײַם טיר, ער האָט פֿיל װיכטיגער זײ צו זאָגן. לדוגמא אַז די יוונים האָבן געװאָלט פּוגם זײַן אינעם קדושת היסוד און ממילא דאַרף מען זיך שטאַרקן אין די טעג.

דעם שכן'ס קינדער קלאַפּן אַרײַן מיט זײערע צעטלעך פֿאַר זײערע תלמוד תורה. זײ זאָגן אַז זײ װעלן האָבן אַ מסיבה. מײַן ייִנגעל דערצײלט אױך פֿון זײַן מסיבה. אַ פּאַרטי איז שױן הײַנט צו גױיש. אַ מסיבה איז מער על טהרת הקודש. אַ מזל מײַנע ייִנגלעך האָבן נישט די צעטלעך װײַל איך װאָלט נישט געהאַט חשק זײ צו לאָזן גײן.

מײדלעך, פֿאַרשטײט איר, האָבן נישט צעטלעך און פּושקעס, זײ האָבן 'ספּאַנסערד װאָקס' ייִנגלעך פּאַסט דאָס אָבער נישט. און װען איך זע די בחורים גײן קלאַפּן מיט די הענט װײס איך פֿאַרװאָס איך האָב נאָך נישט געזען אַ מוסד װאָס געבט אָפּ דין וחשבון אױף יעדער גראַצע װאָס קומט אַרײַן. װײַל מען ציט אױף פֿון די ייִנגע יאָרן אַז געלט איז הפֿקר. אַבי פֿאַר מיר אַ תירוץ נישט צו געבן.
************************************
איך רעד מיט ח. זאָגט ער אַז זײן זון איז אַהײם געקומן פֿון ישיבה קטנה אױף שבת חנוכּה. ער איז נישט מער פֿון דרײַצן יאָר אַלט אָבער ער שױן אַװעק פֿון דער הײם. פֿיל צילן אין דעם. אײנס, אַז מען שיקט אַװעק די ייִנגלעך בײַ די דרײַצן איז דאָ פּלאַץ פֿאַר פֿרישע חברה קנײַנעהאָרע כּן ירבו און אַבי אױף שׂמחות. צװײטנס, ס'איז נישט געזונט זײ זאָלן זײַן אין דער הײם װײַל זײ האָבן שװעסטערס און איר װײסט דאָך אַלײן װאָס קען פּאַסירן אַז דרײצן יעריגע בחורים זענען צו פֿיל אין דער הײם מיט שװעסטערס. דריטענס, װי זײ װערן עלטער מוז זיך דער טאַטע מער מיט זײ אַן עצה געבן איז לײכטער אַז זײ זענען נישט אונטער די פֿיס און אַז עפּעס טױג נישט קען ער באַשולדיקן די ישיבה. און אחרון אחרון חביב אַז מען שיקט אַװעק די קינדער אַזױ יונג האָט דער סיסטעם איבער זײ אַן אַבסאָלוטער קאָנטראָל, איבערן גוף און איבערן מוח און דאָס מורי ורבותי איז מער װערד און װיכטיקער װי אַלעס.

קומט דער צדיק'ל אַהײם זאָגט אים די מאַמע מוסר װען זי זעט זײַן בחורישע התנהגות. הײסט זי אים זיך פּיצן די צײן 'װײַל װי קענסט דו רעדן מיט דײַן מגיד שיעור אַז דו פּיצט נישט דײַנע צײן' זאָגט דער בחור 'ערשט זאָל ער זיך פּיצן זײַנע צײן'. און איך דערמאַן מיך פֿון די בחורים װאָס פֿלעגן אַראָפּ קראַצן דער געל פֿון די צײן װען זײ זענען מיד געװאָרן פֿון דרײען די פּיאות.

מאָרגן איז ראש חודש און ס'איז דאָ מוסף אױך מוז איך מיך גײן לײגן. מערטשעם אױפֿװידערזען און אַ פֿרײליכן חנוכּה פֿאַר אַלעמען.