יום חמישי, פברואר 06, 2003

גילויִ דעת ומסירת מודעה; שחרית

ראשית כּל האָב איך אַ װיכטיגע מעלדונג צו מאַכן. ס'האָט מיר געשריבן אַ לײענער אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז װען איך האָב געשריבן אַז איך גײ נישט אין שול משבת לשבת האָב איך געמײנט עד ועד בכלל. װיל ער װיסן װאָס איך טו אױף שבת קודש אַז איך גײ נישט אין שול. כּדי איר זאָלט חלילה נישט זײַן חושד בכּשרים, מוז איך מוסר מודעה זײַן אַז איך האָב געמײנט עד ולא עד בכלל און אוודאי שבת קודש גײ איך אין שול. מײַן קאָרעספּאָנדענט איז אָבער אױך גערעכט װײַל װאָס איז דען דאָ צו טון חוץ פֿון דעם. טאַקע פֿאַרדעם ענטפֿערט דער מלאך רע אמן בעל כּרחו. יעצט פֿאַרשטײ איך אױך בעסער װיאַזױ די תלמודיסטן האָבן אפֿילו געקענט קלערן אַז ולא עד בכלל. זײערע דרײקאָפּישע חקירות קומן אױך אַמאָל צו נוץ.

און נישט בלױז שבת גײ איך אין שול. זײט דעם צװײטן טאָג ראש חודש גײ איך שױן יעדען אין־דער־פֿרי דאַװענען שחרית. ס'האָט זיך אָנגעהױבן ראש חודש, מצוה גוררת מצוה און הײַנט האָב איך שױן אַ חזקה פֿונעם דריטן מאָל אין אַ רײַ גײן דאַװענען. אױף ראש חודש האָב איך געדאַװענט מיט די גאָר שײנע ייִדען אין זײגער האַלב עלעף. אין דעם מנין האָט געדאַװענט דער קאַזינאָ שפּילער װאָס איר דאַרפֿט אים נאָר גריסן אַ גוט מאָרגן בעט ער אײַך צו איר קענט אים אפֿשר באָרגן ביז סוף װאָך אַ פֿופֿציקער, אָדער לכל הפּחות אַ צװאָנציקער. און אַמאָל קען ער אײַך בעטן אַפֿילו אָן אַ גוט מאָרגן. אױך בײַ דעם מנין האָט געדאַװענט דער פּסיכאָלאָג. ער טוט אינעם ענין פֿון בֿחורים װאָס גײן אַראָפּ פֿונעם דרך. ער 'פֿאַרשטײט' צו בחורים. ער האָט אױך אַ חוש צו פּסיכאָלאָגיע. פֿון װוּ װײס איך דאָס? װײַל דער בעל דבר אַלײן האָט מיר דערצײלט. איך האָב אים פֿאָרגעשלאָגן אַז ער זאָל זיך גײן לערנען אַ קורס אָדער לכל הפּחות לײענען ביכער אינעם נושא, האָט ער מיר געזאָגט אַז ער דאַרף נישט. ער האָט אַזאַ חוש דערין אַז ער מאַכט אױף אַזאַ ביך און קוקט אַ פּאָר בלעטער דאָ און דאָרט און ער װײסט שױן באַלד מאי קא משמע לן דעם ביך.

בײַם איבערטון די תפֿילין פֿון רש"י צו רבינו תם פֿאַר מוסף האָב איך אינטערגעהערט אַ שמועס פֿון צװײ יונגעלײַט. אײנער האָט געװאָלט טענהן אַז משנכנס אדר מרבין בשמחה איז פּשט אַז פֿון אדר און װײַטער דאַרף מען זיך אַלץ מער פֿרײען ביז מען קומט אָן אין אבֿ און דעמאָלסט פֿרײט מען זיך װײניגער און װײניגער ביז מען קומט װידער אָן אין אדר. לױט דעם פּשט הײסט עס אַז שבט איז דער טרױעריקסטער חודש און תמוז דער פֿרײליכסטע. דער צװײטער יונגערמאַן האָט אים באַלד אָפּגעװענדט מיט צװײ קשיות: אײנץ זאָגט ער אַז דער מערהײט פֿון שמחה באַשטײט פֿון געװיסע זאַכן׃ צום בײַשפּיל האָבן אַ געריכט מיט אַ גױ אָדער אָנהײבן צו בױען אַ געבײדע. און לױט דעם פּשט איז עס לאו דווקא אדר נאָר אַנדרע חודשים אױך. װײטער האָט ער אים געטענהט אַז אױב דער שמחה װערט אַלץ גרעסער און גרעסער הײסט עס אַז אייר איז נאָך פֿרײליכער װי אדר, און אייר װי יעדער װײסט טרױערט מען נאָך די תלמידים פֿון ר' עקיבא. דער מפלפּל איז געבליבן מיט דער צונג אין דערױסן און דער אַנדרע האָט אָנגהױבן צו דרײען רבינו תם'ס רציעות אױפֿן אָרעם.

װיבאַלד ראש חודש דאַװענט אַן אבל נישט פֿאַרן עמוד איז צוגעגאַנגן אַ רעבישע אײניקעל אָבער אַזאַ מיט אַ שװאַכער פּראָװינענץ. דאָס הײסט אַז כאָטש טעכניש שטאַמט ער פֿון קדושים וטהורים האָט זײַן פֿאָטער זיך נישט נוהג געװען ברבנות אָבער דער זין װיל עס יעצט װידער מחדש זײַן. דערפֿאַר דאַװענט ער מיט אַ רבישן נוסח, און ער זאָגט אָן זײַנע קינדער װען זײ קריגן זיך מיט אַנדרע ייִנגלעך אין שול 'די דאַרפֿסט פֿין עם נישט מױרע האָבן. דאַן זײַדע איז געװען אַסאַך גרעסער פֿין זאַנס.' אַז דער אַנדרע ייִנגעל האָט שכל ענטפֿערט ער אים 'מאַנץ איז גרעסער װי דאַנץ.' פֿון הינטן האָט אָבער געדאַװענט אַ ריכטיקער רעבישע אײניקעל מיט אַלע מפֿרשים. דער בעל תפֿילה פֿירט געשעפֿטן, ער האָט שױן אָנגעזעצט, מען האָט אים שױן אַפילו אַמאָל אַרעסטירט. דער אַנדרע בנן של קדושים איז אַזױ אָטענטיש אַז נישט נאָר ער האָט קײנמאַל נישט געאַרבעט אין גלײַכע געשעפֿטן נאָר אפֿילו קרימע געשעפֿטן האָט ער אױך נישט געמאַכט. ס'קען גאָר זײַן אַז ער װײסט נישט װיאַזױ עס זעט אױס אַ צורת מטבע. עד כּדי כך. ער גײט אַ געבלומטע בעקיטשע אין דער װאָכן, דער בעל תפֿילה האָט אַ פּשוטע רעקל מיט גלײכע קעשענעס; ער האָט אַ זילבענער גאַרטל אױפֿן טלית אַרום זײַנע לענדן, דער בעל תפֿילה האָט ניטאַמאָל אַ זילבענער עטרה; ער גײט שװאַרצע זאָקן, דער אַנדרער לאַנגע הױזן. איך װײס נישט צי יענער איז אַן אײניקל פֿון ר' מאָטעלע אָדער ר' מעכעלע, ר' לײביש צי גאָר ר' מױשעלע אָבער אַז ער איז אַ טאַטעןס אַ קינד איז לית מאן דפּליג. דער געװאָרענער דאַרף זיך אין אים אָנקלעבן װײַל נאָר אַזאַ אײנער קען אים געבן אַ הכשר אַז אױך ער געהער אין דעם קרײַז. דערפֿאַר נאָך דער אמתדיקע אײניקעל טרעט אױס שמונה עשרה לױפֿט דער בעל תפֿילה, װאָס איז שױן אין זײַנער הױכער פֿערציקערס, צום אַנדרן זײַט בית מדרש און מאַכט אַ לענקס און אַ ברײטס אַז ער װאַרט אױפֿן צדיק אין די נידעריקע צװאָנציקער.

בײַם אַרױס גײן פֿון בית מדרש הענגן אױף הענגערס אַלע מאַנטלען אױסגעשורהט װי אין אַ שנײַדערײַ. נײַנציק פּערצענט זענען אַלע די זעלבע מאַנטלען, און די איבעריקע צען פּערצענט זענען דער זעלבער לענג און דער זעלבער שניט. נאָר װאָס דען? דער װאָס װיל אַרױס װײַזן זײַן אינדעװידיואַליסטישקײט װעט קױפֿן אַ װאָלענע געפֿיל מאַנטער שטאָטס אַ שײַנעדיקע פּאָליעסטער. ס'איז אױכעט שװאַרץ און לאַנג און שװער אָבער דער קלײנע ענדערונג איז זײַן אַקט פֿון קעגנשטעל. איך פֿאַרשטײ בעסער דער גמרא אין אלו מציאות אַז תלמידי חכמים גלײבט מען בטבֿיעת עין. עם־הארצים גײען בלױע און בײדזע און רױטע מאַנטלען אָדער דזאַקעטן, און ס'קען זײַן פֿון לעדער אָדער װאָל אָדער 'פֿליס', ממילא איז זײערע אױג נישט אַזױ אײדל צו דערקענען קלײנע חילוקים. אַ תלמוד חכם אַז ער גײט אַרײַן אין מקווה און קומט נישט אַרױס מיט אַ צװײטנס קלײדער, אָדער אַז ער קומט אַהײם אין זײַן אײגענער מאַנטעל איז עס נאָר װײַל ער האָט אַ חוש אין די אױגן.

אַ גוט חודש אײַך אַלע און זאָגט פֿאַר מיר אַ קאַפּיטל תהילים אַז איך זאָל אײַנהאַלטן מײַן נײַע מנהג פֿון גײן אַיעדער אין־דער־פֿרי אין שול ארײַן. אמן!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה