אין שיל תשעה באב אינדערפרי כאַפּט זיך דער זין אַריין דאָ דאָרט מיט אַ דינע שטראַל דורך אַ שפּאַרע אין די לאָדענס און אַ שאָטן שאַפט זיך אַרום דער ארון קודש וואו מען האָט אָפּגערוקט דעם סאַמעטען פּרוכת אויפצודעקן דאָס נאַקעטע פנים פונעם סייף. נישט אין מיין שיל אַ סייף פון גלאַנצעדיקע שטאָל ווי ביי אַ דיאַמאַנט סוחר אָדער אַ זילבער קראָם. דאָ דעקט זיך אויף אַ סייף וואָס דער מעטאַל זשאַווערט אונטער דער שיילענדיקער פאַרב, ווי אַ סייף ביי אַן אַדוואָקאַט אין ביוראָוי. אויך אין דעם סייף ליגן לעגאַלע דאָקומענטן: די טייטל דידס פון אונזער הייליק לאַנד, די סטאַטוטן פון אונזער געזעץ־שטעלער, די צוואות פון אונזערע אור־עלטערן, טראָסט דאָקומענטן וואָס די הימל און ערד זענען צו דעם די עדות און מיר די געניסערס, און שטרות פון קאָנטראַקטן וואו מיר זענען די צדדים און די שאָדענס און באַלוינונג פאַר ברעכן אָדער איינהאַלטן דעם קאָנטראַקט זענען קלאָר און דייטליך אויסגעלייגט: קלעפ און בלוט אָדער מילך און האָניק.
לייענט ווייטער אין דער אַלגעמיינער זשורנאַל
yi.wikipedia.ORG
השבמחק"איבעראַיאָר וועט פון תשעה באב נישט
השבמחקבלייבן קיין שריד ופליט"
אפילו ווען "הימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה" וועט די קאלענדער קעסטעלע נאך אלס בלייבן גרוי
פארלאז זיך נאר אויף די אידן, מיר וועלן שוין מאכן, אויך דאן, עפעס א זכר לחורבן.