יום חמישי, ספטמבר 14, 2006

נבלה נעשתה בישראל

עולם, איר ווייסט דאָך אַליין אַז איך קום נישט לאסור און נישט להתיר נאָר להשכּין שלום בין ישראל לאבינו שבשמים (בין ישראל לישראל קען אפילו אליהו אויך נישט און פאַרדעם קומט ער נישט לאסור ולהתיר). איך האַלט אויך נישט חקירות ודרישות מיט מעטאָדן באַהאַווענטע פון גוואַנטאַנאַמו, איך באַהאַנדל נישט באַשולדיקטע ווי אין אַבו-ג'רייב, און נישט איינגעשטעלטע ווי אין רובאַשקין און נישט בהמות ווידער ווי אין רובאַשקין און, איידער איך פאַרגעס, מיר האַנדלן אויך נישט מיט דער אַפּטיילונג פון דער מאַפיאַ וואָס באַנעמט זיך מיט תרנגולים מפוטמים.

וואָס מאַך איך מיך אָבער נאַריש מיט אַזעלכע משוגעתן ווען דער גאַס ברענט. איז לאָמיך קלאָר מאַכן: מיר זענען נקי מחשש נבילות וטריפות, מיר האָבן זיך קיינמאָל נישט פאַרלאָזט אויף אַ רב און מיר וועלן זיך ווייטער אַזוי פירן. נצח ישראל לא ישקר, און מיר האָבן אַ חזקת כּשרות אָן קיין שום נגיעה וויבאַלד מען באַצאָלט אונז נישט כּשרות געלט. נאָכמער, אונזערע סחורה גייט נישט דורך כּלי שני און שלישי נאָר מיר זענען אַזוי כּשר ווי קהלה געשעפטן וואָס דאָרט קען נישט אָנקומן עפּעס אַנדערש ווי כּשר למהדרין מן המהדרין.

ממילא תאו ואיתכנשו, קומט לייענען אונזערע חוות דעת איבער דער נושא ללא שום חשש פון טמטום המוח, ווי אויך אַ תשובה פאַר די וואָס זענען דורכגעפאַלן און זוכן איינער זיי צו לערנען את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.

כּדי מחזק צו זיין ברכים כּושלות זענען מיר מוסיף אַלץ פּרפּראות לתורה דער ערשטער טייל פון 'דער חסידישער קעניג ליר' פריש רעדאַקטירט לכבוד די ימים טובים הבאים לקראתינו לשלום.

2 תגובות:

  1. זייער שיין! אפשר וועט מען אויבן אפשרייען די ביטערע גזירה אין זכות פון אייער איבערזעצונג פון קאלרידזש.

    השבמחק
  2. אנונימי11/12/2006 12:39 PM

    yi.wikipedia.ORG

    השבמחק