יום שלישי, מרץ 31, 2015

האיש מקדש ו’

האָבן מיר געהאַלטן ביי אַ שידוך אָדער נישט שידוך? עס איז שוין אַזוי לאַנג אַז איך קען שוין נישט מיטהאַלטן. אָבער דערציילן מהנעשה ונשמע ביי אונז איז מען פאַרדעם נישט פטור און צו דעם איז די מעשה אַזוי. דער איש מיינער עלטערט זיך אין פריידן און פון מקדש איז קיין זכר. ער וויל נישט, איך דאַרף נישט און מיין פרוי לאָזט זיך נאָך דערווייל. ובזה וואָלט איך געקענט מברכן על המוגמר נאָר ווי איר פאַרשטייט אַליין אַז ווען איך האָב בלויז דאָס צו זאָגן וואָלט איך דאָך נישט געשריבן ובכן וועלן מיר אַריבער צום אמתן תכלית השרייבן.

איז אַזוי. פון צייט צו צייט פרעגט מען מיר ווי אַלט מיין זון איז און ווען איך ענטפער אַז ער איז שוין מבן עשרים ומעלה שאָקלט מען צו אַזוי אַז דער קשיא שרייט פון זייערע געזיגלטע ליפּן. אַמאָל פרעגט מען מיר יאָ? נו בתמיה, און איך ענטפער, נו בניחותא. מאַכט זיך אָבער אַמאָל אַז מען וויל מיר עפּעס אָנטראָגן און איינס פאַר דער לעצטער מאָל איז געווען מוצאי שמחת תורה. דער עולם גוט ווינטערט זיך אין גרויסן, מיר רופט מען צו אין אַ זייט כמנהג השדכנים און איך ענטפער אַז איך בין נישט אינטערסירט. יענער מאַכט מיט די הענט, נו, אַז דו ביסט נישט אינטערסירט פאַרשטיי איך. כלומר ווען איך זאָל זאָגן אַז עפּעס טויג נישט מיטן שידוך קען ער זיך מיט מיר טענהן, און אָפּווענדן, און זיס מאַכן, און ווי אַ ריאַל עסטייט מעקלער קען מען מיר עפּעס אונטערריקן פון פּענסילוועניע און מען מזל וברכהט זיך נאָך איידער מען ווייסט צי מען האָט אַ מאָרגעז. אָבער אַז איך 'הער נאָך נישט' איז טאַקע נעבעך אויף מיר נאָר מיט אַ טויבער קען מען זיך נישט דינגן.

צו מיין מזל איז מיין זון לעבן מיר געשטאַנען און מסכים געווען על ידי. מיין פרוי האָט מען אויך עפּעס אָנגעטראָגן און איר האָט מען שוין מוסיף געווען אַז דער שדכנטעס מאַן דערציילט וואָס פאַר אַ פיינע רושם מיינע בחורים מאַכן אין שיל און מכוח זייערע כלומפּרשטע וווילע שמונה עשרהס וויל מען זיי צאַמפּאָרן מיט אַ מיידל. אָבער אַז נישט איז נישט.

דער בחור דערווייל מאַכט אַ חיים טובים. לערנען לערנט ער אין אַ ישיבה ווי אַ בחור, וווינען ווינט ער אין אַ דירה ווי אַ יונגערמאַן, וואָטסאַפּן וואָטסאַפּט ער ווי אין כּולל, פריי איז ער ווי אַ פויגל און די פאַרהייראַטע רופן אים אויף שבת צו אַ סעודה. וואָס פאַר אַ בעסערער גן עדן קען דען זיין. איי זיינע עלטערן נעבעך, דער פאָטער רעדט אים צו אַז שוין גענוג אין ישיבה און שוין צייט זיך איבערקלייבן אין קאַלעדז און דער מוטער בעט אויפן טאָג ווען ער וועט זיך אויפוועקן אַז שוין צייט פאַר אַן עזר כנגדו? איז די מעשה אַז ער איז שוין אין די יאָרן וואָס ער טוט ווי ער פאַרשטייט און מען קען זיך טענהן און קריגן אָבער אויף הייסן איז דער צייט שוין פאַריבער. פאַרשטייט איר שוין אַליין פאַרוואָס עס איז גאָר גוט זיי יונג חתונה צו מאַכן.

דאָס איז אַלעס ביי מיר, אָבער ווי איר פאַרשטייט אַליין, זענען מיר דאָך נישט אַליין אויפן וועלט. אַרום אונז טוט זיך מיט ברודערס, שוואָגערס, שוועסטערס, שוועגערענס, פלעמעניקס, פּלעמעניצנס. מען פליט און מען קומט, פון ישיבות און פון סעמינאַרן, און טאָג און נאַכט האָרעוועט מען דער אויף האיש מקדש און די אויף האשה נקנית.

אַמאָל מאַכט זיך אַז מען קומט ביי ר' קטלא זיך שואל עצה זיין און דאָס איז שוין נישט פשוט. מיינט נישט. ר' קטלא האָט ליב געבן אַן עצה און ווען דער שוואָגער הייסט אויפרופן אויף אַ מצווה טאַנץ זאָגט מען אויף אים "און איצט לאָמיר אויפרופן דעם פעטער חיים שיע \ וואָס נהנין ממנו עצה ותושיה \ קומט געט אים כבוד מלכים \ פונעם מה נשתנה דער גרויסער חכם \ שרייט הויך אַלע \ בואו ונצא לקראת כלה." די מעלה דערפון איז אַז טאָמער וווּנדערט איר זיך אמאָל וואָס מען וועט זאָגן אויף אייערע הספד איז הערט אויס וואָס מען זאָגט אויף אייך ביים מצווה טאַנץ. אַז דער בדחן בלייבט נישט שטיל קענט איר זיך באַרוהיקן אַז כולו חייב זענט איר על כל פנים נישט.

איז אַז מען קומט צו ר' קטלאן פאַר אַן עצה הערט ער אויס. כּלל גדול קא משמע לן, אַז מען קומט אייך פרעגן אן עצה איז דער ערשטער זאַך האַלט אייך איין און געבט נישט קיין עצה. לאָזט יענעם אויסרעדן און איירע מומחותשאַפט און ערפאַרונג האַלט אייך אין בויך. פשוט לאָזט ענדיקן. אָבער נאָך איידער מען האָט יענעם געלאָזט אָנהייבן זאָלט איר וויסן אַז ר' קטלא איז נישט ווי די וואָס הייסן קומען אַ צווייטן מאָל. נישט חלילה ווייל זיי ווילן נישט העלפן אַ ייד, און אוודאי נישט ווייל זיי ווילן מען זאָל זיי נאָכלויפן. עס איז פשוט אַז מען געט זיך אָפּ תיכף ומיד קען דער שואל מיינען, אַז דער משיב איז גאָרנישט אַזוי פאַרנומען ווי מען מיינט און אַז ער וואָלט געווען פאַרנומען דריי און צוואָנציק מיט אַ האַלב שעה אַ מעת לעת איז שטאַרק נישט מסתבר אַז פּונקט האָט מען אים געכאַפּט אין זיין פרייע האַלבע שעה. ממילא הא גופא אַז ער האָט צייט אַן עצה געבן איז אַ סיבה צו צווייפלען צי זיינע עצות זענען טאַקע אַזוי געראָטן.

ביי ר' קטלא איז אָבער אַן אַנדערע פּראָבלעם, ער ווייסט נישט וויאַזוי צו זאָגן ניין. אַז מען קומט פרעגן, וווּ ער שטייט נאָר שטעלט ער זיך און וויל הערן. ציניקער וועלן זאָגן אַז ער וויל פשוט הערן אַ נייע לשון הרע אָדער ער גלייכט דעם געשמאַקן טעם פון יענעמס אַ קלעם. ווייטער די מאמינים בני מאמינים וואָס גלייבן אין אַן עסקן וועלן זאָגן אַז זיין מסירת נפש איז אין לשער און עס איז נישט דאָ אַ שעה אין טאָג וואָס ער איז נישט גרייט אַוועקצוגעבן פאַר אַ ייד. און דער אַרמיי פון פּסיכאָלאָגן קאָויטשעס וואָס ווערן היינטצוטאָג נולד חדשים לבקרים וועלן זאָגן אַז דאָס איז פשוט אַ מיטל פון פּראָקראַסטינאַציע. אַ נייע, פרישע זאַך איז שטענדיק אינטערסאַנטער ווי דאָס וואָס מען האָט צו דער האַנט. זאָגט אויף דעם ר' קטלא: און וואָס איז דען? אַז משה רבינו און בלעם הרשע האָבן געמעגט פּראַקראַסטינירן מעג ר’ קטלא אויך זיך דאָס פאַרגינען.

מאַכט זיך אַז עס רופט מיר דער שוואָגער און ער זאָגט, קטלא טייערער מען טראָגט מיר אָן אַ שידוך פון ארץ ישראל און איך יישוב זיך צי איך זאָל אין דעם אַריינקוקן. ער פרעגט ניטאַמאָל אַן עצה אָבער די בעלי עצות פארשטיין שוין אַליין ווען עס פאַרלאַנגט זיך אַ פאַרשטענדליך וואָרט פון א קליגער ייד. ער האָט מיר נישט געגעבן קיינע פרטים איבער דער סחורה ווייל וואָס איז דען דאָ איבער דעם צו רעדן? אַ סחורה ווי אלע סחורות: נקבים נקבים חלולים חלולים גלוי וידוע לפניך און דער רעשט פאַרשטייט איר אַליין. די משפּחה זאָגט ער איז נישט אַ שלעכטער, די זאַך אַליין איז אַן אַכטער פון צוועלף קינדער, די פריערעדיקע מחותנים זענען נישקשהדיק און ער קלערט עס קען אַ זאַך.

ווי אליהו הנביא פאַר אחאבן האָבן מיר זיך תיכף ומיד אָנגעגאַרטלט די לענדן און זיך גענומען עוצו עצהן. שמעני אדוני, זאָג איך פאַרן שוואָגער, איך ווייס אַז לא איש בעל שידוכים אנכי, איך האָב שוין איינס מיט א האַלבן בחורים אין די יאָרן, נאָך איינער וואָס איז שוין באַלד אין דער רייע און איך וועל נישט זאָגן אַז איך בין אין די ענינים באַהאַווענט. אָבער אף על פי כן קוקן מיר זיך אום און מיר זען ווי דער וועלט פירט זיך און אַלץ אַן עצה טובה זאָג איך אַז אויף אַן ארץ ישראלדיקן שידוך האָט ער צייט. צום ערשט זוך דיר פון דער היים אָדער די שכינותדיקע שטעט, און אַז עס גייט נישט גיי אין אַ ווייטערער שטאָט אָדער קיין קאַנאַנדע. אַז דאָרט גייט אויך נישט איז דאָ ענגלאַנד און אַנטווערפן אָבער קיין ארץ ישראל האָסטו צייט צו גיין ווען אַלע ברירות זענען אויסגעלאָפן און כלו כל הקיצים.

דבר זה כתוב בתורה שנוי בנביאים ומשולש במזומנים. אברהם אבינו האָט געדאַרפט אַ שידוך און ער איז שוין געווען אין ארץ ישראל האָט ער געהייסן ברענגן א חוץ־לארצדיקן ווייב פאַר זיין עקידה צדיקל. יעקב אבינו האָט נישט געוואַרט אויף זיין פאָטער און איז אַליין געגאַנגן נעמען נישט איינס נאָר פיר חוץ־לארצדיקע מיידלעך. יוסף הצדיק האָט גענומען אַ מצרישע, משה רבינו אַ מדיניתטע, די בני ישראל האָבן זיך פאַרשמעקט אין בנות מואב און פון ארץ־ישראלדיקע שידוכים האָט קיינער נישט געוואָלט הערן.

איז לאָמיר דאָס מסביר זיין בטוב טעם ודעת. דער עולם מיינט אַז חסידישע ייִדן זענען אַלע די זעלבע. אַלע גיין אין שיל דריי מאָל אַ טאָג, אַלע גיין אין כולל נאָך דער חתונה, די פרויען גיין אַלע שייטלעך, מענער צוויי סאָרט בעקיטשעס, מיידלעך לויזע בלוזעס און פּאָויני טיילס, ייִנגלעך געקעסטלטע העמדלעך און גומי אויף די הויזן, איז וואָס איז דען דער חילוק צי רחוב ר' עקיבא, מייפּל אַוועניו אָדער פיפצן ביי דריי און פערציק? היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה, אַלעס זינגט דער זעלבער קה רבון און יום זה מכובד און מלאכי השרת מה לי הכא מה לי התם. איי דאָרט קויפט מען מילך אין אַ ליטר זעקל און דאָ קויפט מער אָראַנזן זאַפט אין אַ האַלבער גאַלאָן קאַרטאָן, נו וועגן אַזוינע דיפערענצן וועט מען צושטערן אַ שידוך? אפילו תשעה באב מעג מען ברעכן טעלער איז וועט מען זיך נעריש מאַכן איבער אַ געדיכטער אַקצענט?

דער אמת איז אָבער אַז מיר זענען פאָרט נישט דער זעלבער. מיר רעדן אַן אַנדערע שפּראַך תריסר משמע, וואָס איז ביי זיי יהרג ואל יעבור איז ביי אונז בדיעבד און וואָס ביי זיי בדיעבד איז ביי אונז אַ מצוות עשה דאורייתא. מיר ביי זיי זען אויס חוקות הגויימדיק אפילו אין בגדי שבת און אין אונזערע אויגן פעלט ביי זיי אַ בן־נחישן חן. אמת אונזערע שבת סעודות מיט די דיפּס האָבן זיך שוין היינט גאָרנישט צו שעמען פון זייערס אָבער, זאָג איף פאַרן שוואָגער לעבן, כולם אהובים כולם ברורים נאָר דו מיט דיין אשכנעזישער אָפּשטאַם מצד אחד און אָבערלענדער ייחוס מצד שני, געבוירן און אויפגעהאָדעוועט אין דער געשמאַק פון טומאת ארץ העמים מעגסט דו נאָך אַסאַך פּוקן און מוזלען עד יעבור עמך ה' עד יעבור עם זו קנית.

מיר האָבן מיט דעם אויסגעלאָזט ווייל דער לעצטער כלל פון עצה געבן איז אָפּצוזאָגן קורץ און נישט אַריינגיין אין וויכּוחים, נישט שפעטער פרעגן וואָס איז געוואָרן און אוודאי נישט, נו ער האָט מיך נישט געפאָלגט, ווען עס געלונגט נישט. האָסט מיר געפרעגט האָב איך דיר געזאָגט מיינס. איצט טו דיר וויאַזוי דו פאַרשטייסט און זאָל זיין בשעה טוב ומוצלחת.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה