יום ראשון, ספטמבר 13, 2015

אומאַן אומאַן ראש השנה

מיט אַ היפּשע פּאָר יאָר צוריק בין איך געווען אין אומאַן אויף ראש השנה. איך ווייס אַז מענטשן רעדן דערפון מיט עקסטאַז נאָר פאַר מיר האָט עס נישט געאַרבעט. איך בין אַוועקגעקומען מיט ווייניקער נישט מער אהבת ישראל, אַנטוישט ווייל את שאהבה נפשי בקשתיו ולא מצאתיו.

איך האָב געהערט צו אַ חסידות, און אין אַ געוויסן זינען געהער איך נאָך אַלץ דאָרט, נאָר צום רבין בין איך שוין נישט געפאָרן. מיט אַ יאָר, צוויי פאַר אומאַן בין איך ווידער געפאָרן אויף ראש השנה צו מיין רבי און איך בין אהיים געקומען אומעטיק מיט אַ באַשלוס אַז דאָרט האָב איך שוין נישט קיין פּלאַץ. איך געדענק אַז איך האָב געזאָגט פאַר אַ חבר אַז עס נישט מער ווי אַ נומער שפּיל. אַזויפיל בחורים אין די ישיבות פּראָדוצירן אַזויפיל חתנים דעם יאָר און יונגעלייט דער קומענדיקער יאָר. פון זיי ווערן פינף צי אַכט מאָל אַזויפיל קינדער אין די תלמוד תורה אין מיידל שולעס און פון זיי ווערן ווידער חתן בחורים און כלה מיידלעך און ווידער פרישע קינדער געדאָפּלט צי זיבן מאָל אַזוי פיל. דעמאָגראַפיע מעג זיין קעניג אָבער איך בין גורס לא מרובכם חשק ה' בכם.

איך האָב מיטגעלעבט וואָס דאָס מיינט ווען דער רבי טאַנצט טאַנצן אַלע חסידים. וואַרעמקייט איז ווען דער רבי גיט אַ קרעכץ, לעבעדיקייט איז ווען דער רבי באַוועגט זיך און התעוררות איז ווען דער רביס קול ברעכט זיך און עס דאַכט זיך אַז ער וויינט. און ווען דאָס איז נישט דאָ וואַלגערט מען זיך און מען פרעגט, ווען קומט דער רבי אַריין.

אין אומאַן האָב איך געמיינט איז עפּעס אַנדערש און עס איז טאַקע אַנדערש נאָר אויך נישט פאַר מיר. אפשר וועל איך צוריק פאָרן אפשר נישט, אָבער ווי נאָר ברענט עס נישט.

די ימים נוראים צינדן אייביק ביי מיר אָן אַ פחד פון די קומענדיקע טעג, נישט אַזוי ווייט אימת הדין ווי אימת הסקוטשנע פון לאַנגע שעות אין שיל, שווייגענדיקע שמונה עשרהס און אַן אַנגעצויגנקייט אין דער בריאה. די טונקעלע, קילע פרימאָרגנס מאַכן אַ רושם אַז עס איז טאַקע היום יעמיד במשפט כל יצורי עולמים און בייזע מענשטן מיט פאַרגלייזטע אויגן כאַפּן אָן די הענט און וווּנטשן אָן אויפהער.

דער חשבון הנפש רעכנט זיך אַליין. די נישט אויסגעפירטע החלטות פונעם פאַרגאַנגענעם יאָר קעגן די הבטחות צום נייער יאָר און אויך הערשט אַ פאָרכט אַז מען פירט נישט אויס און מען וועט נישט אויספירן די פליכטן פון די טעג. איך וויל זאָגן סליחות נאָר זאָגן ביי נאַכט און נישט פאַרטאָגס מאַכט זיך שפּירן ווי אַ שווינדל און אויפשטיין קומט אָן שווער. אַז איך קום יום הקדוש אָן צו אדון עולם איז דער שחרית מיר צו לאַנג אָבער אַז איך פאַרפעל המלך האָב איך שוין וואָס צו קלאַפּן על חטא. האָט זיך מיר געקלערט איך וועל מיר פאָרן קיין אומאַן און אפשר דאָרט וועל איך געהאָלפן ווערן.

וואָס זאָל איך אייך זאָגן? איז עס אַנדערש, דיפרענט? אָוי יעס. דאָרט איז נישט אַזוי ווייט אור וחושך משתמשים בערבוביא ווי שגעון און שכל, עקסטאַז און געלאַסנקייט כאַפּן זיך אָן די הענט און הערן נישט אויף טאַנצן. אַז אויף צו הייסן אַ קאַרלעבאַכניק מוז מען בלויז ליב האָבן זיינע ניגונים קענט איר מיר מצרף זיין. אָבער טאָמער מוז מען צו דעם איבערחזרן הונדערט מאָל ביוטיפול, פּרעשעס, מײַ האָוילי בראָדערס אַנד סיסטערס, און נאָכאַמאָל מאָויסט פּרעשעס איז עס נישט מיין טעם. טאָמער אָבער האָט איר דאָס ליב און איר גלייכט זיך לייגן די הענט אויף אַ צווייטנס פּלייצע און זיך הייבן פון דער ערד איז כאַפּט אייך די געפּעק און לויפט אַהין.

ערב ראש השנה סליחות בין איך פאַרשלאָפן, אויפן טיר פון מיין בעל אכסניא, אַן אוקריינישער פּאָר פאָלק מיט אַ צענערלינג זון, האָט געהאָנגן אַ ברעסלעווער צעטל אַז די פרוי טאָר זיך נישט טרעפן אין דער היים האָב איך איר באַלד פאַררופן, איך בין געגאַנגן אין מקווה און אַרויסגעלאָפן נאָך איידער איך האָב מיך געטובלט און אין דער דירה האָט מען מיר אויפגעקאָכט וואַסער איך זאָל מיך קענען באָדן, און ועל כולם בין איך ביי תיקון הכללי אויף ערב ראש השנה נישט געווען. איך האָב קיינמאָל נישט פאַרשטאַנען ר' נחמנס אָבסעסיע מיט אָנאַניזם און פון די מעשות וואָס איך האָב געהערט דערציילן פון דער וועד הצניעות האָט מיר אויסגעזען אַז איך בין אין דעם נישט אַ יחיד.

דער דאָמינאַנטער עולם זענען ישראלים און, אָן זיך צו פאַרזונדיקן, בין איך פון זיי נישט דער גרעסטער חסיד. איך האָב געזען פּראָפעסיאָנעלע מענטשן אויסגעלייגט אויף מאַטראַצן אפשר זעקס צי אַכט צו אַ שטוב, טאַטעס מיט קליינע קינדער וואַלגערן זיך ווי ציגיינער, אין מיטן גאַס שטייט איינער מיט אַ שפּריץ פאַרב און מאַכט אַ געלע פּאַס און שפּריצט נוסח גראַפיטי אַז ביז אַהער קומט אָן דער עירוב כאילו דער שאָסיי געהער זיינס. דער תירוץ איז אַז מען טוט פאַר דער אומאַנישער באַפעלקערונג גאָר אַ טובה ווייל זיי זענען אָרעם און ’צוריקגעבליבן‘ און מיר קומען מיט קרייצע און זיי האָבן אונז סייווי פיינט. און אַז איר מיינט אַז נאָר פאַר די לאָקאַלע האָט מען נישט דרך ארץ האָט איר אַ גראָבן טעות ווייל אפילו דער פשוטער סידור איז נישט פטור. ברוך ה' לעולם זאָגט מען נישט פאַר שמונה עשרה ביי מעריב ווי אין חוץ לארץ ווייל ווייס איך ווער האָט געפסקנט אַז אין אומאַן איז קדושת ארץ ישראל.

זיי זענען אפשר גערעכט און פאַר דעם וואָס קדושת ארץ ישראל באַשטייט פון גאולה אויף ערב יום־טוב האָט מען עס דאָרט טאַקע ערליך איבערגעפירט. נאָך פאָרן אַ פּאָר טעג אויף די אוקריינישע באַנען און שאָסייען און מען שפּירט זיך בארץ ציה ועיף בלי מים קומט מען אָן קיין אומאַן און די גאַסן האָבן דער אווירא דארץ ישראל פון ככר השבת ערב פסח און סוכות צוזאַמען. מוזיק און בעטלערס, ספרים טישלעך, סי די פאַרקויפערס, יאַרמולקעס, טליתים קטנים און אַלעס וואָס נויטיקט צו זיין גאָטס אַ מענטש קענט איר דאָרט איינהאַנדלען בכסף מלא. די מיקראָפאָן רופערס הערן נישט אויף צו שרייען און וווּ איר דרייט זיך טאַנצט מען ווייל ווי איך האָב געזאָגט אַז עס גלוסט זיך אייך טאַנצן – און איר זענט אַ מאַן און מער ווייניקער חרדיש געשטומט - איז נישט פאַראַן אַ בעסערע פּלאַץ.

איך זאָג נישט, איך האָב אויך הנאה געהאַט. ערב יום־טוב אַזוי נאָכן זמן בין איך נאָך געווען אין מיין דירה צי אונטערוועגנס אין שיל און איך הער אַ דונער וואָס איך האָב אין מיין לעבן נישט געהערט און האָט מיר אויפגעטרייסלט די ביינער. סך הכל איז עס געווען אַ יהא שמיה רבא פון עטליכע טויזנטע מענטשן געשריגן בכל כוחם. אויפן ערשטן טאָג יום טוב האָב איך געטראָפן נאָך עפּעס אַ פאַרלוירענער נשמה פון דרום אַפריקע, געוווינט אין ישראל און ער פאָרט פון דאָרט אַוועק וווינען אַנטוישט אַז ער האָט נישט זוכה געווען אַז דאָס לאַנד זאָל אים וועלן. איך בין געגאַנגן צום מוהרא"שס מנין און באַלד זיך אויסגעדרייט פון זען נאָך אַ רבי וואָס מען שטופּט זיך אַרום אים.

שפּעטער האָב איך געטראָפן וואָס מען רופט היינט אָטידי און מיט זיי האָט מען געקענט פאַרברענגן אויף יידיש. מיר האָבן געשפּעט פון די נאַקעטע לייבער וואָס האָבן זיך געטובלט אין דער טייך סמוך ונראה צום גרויסן שיל. ביי תשליך האָט עס אויסגעזען ווי כלל ישראל איז אַריין אין אַ טענצל. דער זון איז אונטערגעגאַנן איבער דעם אומאַנסקאַ טייך און דאָ הולעווען אַ חברה געשטריקטע יאַרמולקעס מיט קאַרלעבאַך און אַ פּאָר פיס אַוועק כאַפּן זיך אָן די הענט אַ גרופּע ווייסע זאָקן וואָס זענען גענוג אַנטוישט מיט זייערע סיסטעם אין דער היים אַהערצוקומען אָבער נאָך נישט גענוג צו קענען טאַנצן מיט יעדן. מוזן זיי האָבן זייער אייגענע קאָן, איווכײַן צדיקעם ייִראיִ ויִשמעכי ווישאָרעם....

באַלד נאָך יום טוב האָבן מיר די אָדיטיס למחצה לשליש ולרביע געשלעפּט צו ר' נתנס קבר (ר' נתן איז געווען מעין פּאָויל צו ר' נחמנס יעזוס) און פון דאָרט איבערנאַכט קיין מעזביז וווּ מען האָט געכאַפּט אַ סליחות און דערנאָך קיין באַרדיטשוב צו זינגן רבש"ע לאָמיר מאַכן אַ בייט אויף ר' לוי יצחקס ציון. ווידער האָט מיר געשטערט זייער אמונה. זיי זענען געווען עולי רגל און איך בין געווען אַ טוריסט. זיי האָבן זיך אָנגעוואַרעמט אין דער בעל שמס מקווה און מיר האָט געגרוילט ווי מען האָט פאַרשוועכט אַ שיינע צאַרטיקע שטעטל ווי מעזביז מיט אַ ברוטאַליסטישע בני ברקע געביידע.

אַהיים בין איך גקעומען מיט אַ פּאָר שיינע ניגונים וואָס איך האָב מיך דאָרט אויסגעלערנט. כל הנשמה תהלל יה, וידע כל פעול כי אתה פעלתו, אומאַן אומאַן ראש השנה און אויך דער ליד:

טייערע ברודער
לעכטיקע ברודער
ווען וועלן מיר זיך ווייטער זען?
ווען וועלן מיר זיך ווייטער זען?
אַז גאָט וועט געבן
געזונט און לעבן
דעמאָלט וועלן מיר זיך ווייטער זען
אַז גאָט וועט געבן
געזונט און לעבן
דעמאָלט וועלן מיר זיך ווייטער זען

דאָס איז אַלעס געווען מיט אַ היפּשע פּאָר יאָר צוריק. דעמאָלט האָט מען געזאָגט עס זענען דאָ אפשר אַכצן טויזנט און היינט קען שוין זיין אַכציק טויזנט אָבער צוריק בין איך נישט געווען. יעדער יאָר אַרום די טעג ווען עס טוט זיך אַ געפאָרעכץ טראַכט איך אפשר דער יאָר, איך האָב אויך צוגעזאָגט די קינדער אַז איך וועל נאָך מיט זיי אַמאָל פאָרן. דערווייל איז אָבער נאָך אַ יאָר און איך בין דאָ נישט דאָרט.

תגובה 1:

  1. אנונימי10/13/2015 1:16 AM

    א געשמאק צו ליינען. און נאך מער פון דעם, דאס אפטייטש און אנמערקונג פון יעדער פיפס. טיעף און גוט. ייש"כ.
    (טייערע ברודער, איז א באקאנטע חב"דסקער ניגון)

    השבמחק