יום ראשון, נובמבר 29, 2015

האיש מקדש ז’ (ב)

האָב איך דאָך געזאָגט אַז מיר גיין בלויז אַביסל אַראָפּ אויף דער זייט און איצט איז טאַקע צייט צוריק אַרויפגיין אויפן שאָסיי פון דרכיה דרכי נועם און וווּ עס האַלט ביי אונז. מען האָט אונז געקלינגן נישקשהדיק. איין מאָל ביי די אַכצן, נאָך אַמאָל מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער און ביים דריטן מאָל איז עס געווען ווייל דער שדכן האָט נישט א גוטן דרוק געטאָן. מען איז צו מיר צוגעקומען אַפּאָר מאָל אין בית המדרש, מיין פרוי האָט מען אויך געפרעגט, אָבער די שדכנים זענען ווי מעקלער און אַז מע זאָגט אַז מען איז נישט אינטערסירט ווייזן זיי נישט זייערע סחורה. די שוועגערן האָט געזאָגט אַז מען דאַרף זיך נישט וואַרפן און מען זאָל יאָ פרעגן ווער אָבער וואָס זאָל איך טון אַז עס האָט מיך נישט אינטערסירט. ווען איך גיי איינקויפן אַן אתרוג איז עס ביי מיר דער זעלבער. אַנדערע דאַרפן זען דער שענסטער און דער בעסטער און וויסן ווער האָט געקופט וואָס מה שאין כן איך זוך מיך אַ מענטשלעכער גידול, איך קוק עס שנעל איבער, באַצאָל און פטור אַן עסק.

איך ווייס שוין אַז מיינע מקטרגים וועלן זאָגן אַז איך שפּעט נאָר ווייל עס געלונגט מיר נישט. איז לאָמיך טאַקע מקדים זיין רפואה למכה און זאָגן הויך און קלאָר אַז זיי זענען כשר גערעכט. איך ווייס שוין פון לאַנג אַז מיט אונזערע מקטרגים קען מען נישט געווינען. טוט מען אַ שידוך ביי דער זיבעצן אַ האַלב איז ער סתם אַ היפּאָקריט. דאָ לאַכט ער פון אונז אָבער ווען עס קומט צו זיינע אייגענע חברה האָט ער שוין גאַנץ גוט געכאַפּט. ווייטער אַז איר ווילט אַביסל וואַרטן איז עס, וואָס מיינסטו? ער חלשט ווי אונז אַלע אָבער ווער וויל אים דען האָבן? ביי די דרייסיקער יאָרן מיינט מען אַז דער וועלט איז הפקר און מען קען אַרומלויפן אין אַ באָמבער דזאַקעט. קומען אָבער די פערציקער יאָרן איז בן ארבעים לבינה און מען ווערט שנעל געווויער אַז על כל אלה יביאך אלקים במשפט. אָדער טוסט דו דיך אָן ווי אַ לייט און אַז נישט וועלן דיר די קינדער בלייבן אויפן פּאָליצע.

און אַז די קינדער ווערן מבן עשרים שנה ומעלה און עס ברענט אַלץ נישט ווערט עס, אַ גרויסער חכם איז ער געווען. ער וואָלט שוין געקענט מאַכן אַן אָפּשערן פאַר די אייניקלעך און דאָ זוכט ער נאָך נעבעך זיין גליק. און וואָס מיינסטו, פון זיין זייט אויס וואָלט ער שוין לאַנג חתונה געמאַכט נאָר אַז מען לאָזט די קינדער עלטער ווערן ווערן זיי שוין אליין אויך מבינים.

און אַז דאָס קינד ווערט נאָך עלטער איז עס, דו האָסט אַ מושג ווי ער האָט חרטה נאָר פשוט די גאווה לאָזט אים נישט מודה זיין. דו ווייסט ווי ער בעט זיך ביי שדכנים? ער מאַכט זיך אַזוי קול כאילו עס איז אַלעס מהיכי תיתידיק, אַז מען וועט אים ברענגן אַ שיינע זאַך וועט ער אַ טובה טון און צובייגן אַן אויער. אָבער למעשה אינערווייניק עסט ער זיך אויף. שבת איז ביי זיי לא עלינו תשעה באב מיט די אַלע חברה ארום דער טיש.

און ווען דאָס גייט אויך נישט איז שניידט מען אויס די עלטערן אינגאַנצן. אַ משוגענער אויפגעקלערטער אויפן חשבון פון זיינע קינדער נעבעך. גיי רעד מיטן בחור אַליין וועט ער דיר שוין זאָגן סאַראַ צרות מען טיילט אים אויס. זיי מיינען זיי זענען עפּעס גראַפן און פירשטן. פּישערס ווי אונז אַלע נאָר אין נאָז האָבן זיי עפּעס באַקומען פלוי.

ווי שלמה המלך האָט געזאָגט ואל תתחכם יותר, זיי נישט אַן אויבער חכם. דריי דיך נישט אויס ביי לא תבושי און קוק נישט אויפן ארון קודש ביי בואי בשלום, שטיי נישט ביי תחנון און זיץ נישט ביי נקדישך, ביי די הקפות טאַנץ, ביי די הושענות שמייס און ביי שידוכים ברעך. בני ישראל לא יעשו עוולה און ווען אַלע זאָלן זיין פאַרקרומט ווי דו כמה יאָסעלעך איכא בשוקא.

ואחרי ככלות הכל זיץ איך מיר דאָ איינער אַליין מיט אַ קלאַוויאַטור און אַ בחור צו די הענט און דאָס טאָר מען אויך נישט. ווי איך האָב אָנגעהויבן, איך גלייב נישט אַז איך וועל מער שרייבן אויך דעם נושא, נישט ווייל איך וויל עפּעס באַהאַלטן נאָר פשוט איך ווייס נישט צי עס וועט זיין פון וואָס צו שרייבן.

כלומר אַזוי. כל זמן מען איז צו מיר צוגעגאַנגן ווי אויפן חסידישן שטייגער האָט עס מיר געגעבן סחורה פאַרן פּענע. טעלעפאָנען, ציען ביים אַרבעל אין שיל, א קלאַפּ אויפן רוקן ביי אַ שמחה וכדומה. אָבער איצט אַז לויט ווי עס זעט אויס וועט ער אַרויסגיין מיט אַ מיידל נוסח דייטינג, און לויט ווי עס זעט אויס וועט עס אויך נישט זיין אין דער לאָבי פון א פינף שטערן האָטעל, און איך גלייב אויך נישט אַז נאָך צוויי און אַ האָלב מאָל וועט ער שוין מוזן געבן אַ תשובה ביז אינדערפרי און אַז נישט ווער ווייסט, און אַז ער וועט אַרויס גיין מיט מער ווי איינס איז נאָך בעסער וכל המרבה הרי זה משובח, איז וואָס האָב איך דען צו דערציילן? דער וועלט איז גרויס און אויף די עקסטאַזן און אַנטוישונגן פון ליבשאַפט זענען דאָ בעסערע שרייבער ווי איך איז וואָס דאַרפט איר פון מיר הערן אַ שיעור אויף כי יבעל בחור בתולה. איך האָב מיך געטראָפן מיט מיינס כמנהג אבותינו הקדושים און איך פאַרגין מיינע קינדער מיטן גאַנצן האַרץ אַז זיי זאָל זיך פאַרפּלאָנטערן אין דער פרשה פון נפשי חולת אהבתך. אדרבה זאָלן זיי מיך מוצא זיי און דער מסכת וואָס מיין זוגתי אין איך זענען עס איבערגעשפּרינגן ווי די יוצרות פאַר קדושה.

אויף דערווייל רופט מיין פרוי שדכניתטעס ווייל מיר קומט דעם גאַנצן ענין אָן שווער. און אויך דאָ ווער איך געווויער עפּעס פריש. עס זעט מיר אויס אַז ביי חסידים זענען די שדכנים על פי רוב מענער כאָטש עס זענען דאָ אַ פּאָר פרויען אויך, מה שאין כן ביי מער 'מאָדערנע' שידוכים זענען זיי על פּי רוב פרויען. ביי די חסידים איז עס בת פלוני לבן פלוני און ביי זיי איז עס מער פלוני לפלונית. דאָס מיינט אָבער נישט אַז זיי זענען מוסטער אין פאָרגעשריטנקייט. מיין זון דערציילט אַז די שדכנטע מיט וועם מיר האָבן געהאַנדלט האָט געפרעגט זיינס אַ חבר צי ער קוקט די ווי דיס...

אף על פי כן זעט מיר אויס אַז זיי דרייען נישט אויס די הענט ווי ביי חסידישע שדכנים. ווילסט נישט איז נישט און גיי דיר ווייטער מה שאין כן ביי די חסידים קען מען אייך אַראָפּלאָזן אַ מי שבירך, ווער מיינסטו דו ביסט, פאַרשעמסט אַ בחור צי אַ מיידל מיט זאָגן ניין, היתכן מען מאַכט משוגע די עלטערן און זיידעס, גיין אויף אַ באַשוי און נישט אויספירן אַ שידוך איז לכשעצמו אַ דורכפאַל און אַז דו וועלסט דיך וועט מען דיר גאָרנישט אָנטראָגן.

ממילא האַלט מען דאָרט וווּ מען האַלט. אַז עפּעס וועט אונטערקומען בקרוב און עס וועט ווערן הרי טוב און אַז נישט וועט מען אַביסל וואַרטן. בעתה אחישנה, זכו בעתה לא זכו אחשנה.

נאָר אַז דער בחור קען שוין באַשטיין און מיין פרוי איז עטוואָס באַזאָרגט בין איך דאָך נישט אַ שטיין. איז כל זמן זי מאַכט די טעלעפאָנען איז עס צו פאַרדייען. דער זיידע פרעגט שוין, אפשר איז צייט, די באַבע זאָגט ער זאָל גיין שבת צו אַ קידוש אַז דער שטאָט זאָל אים זען, די שוועסטער פרעגט צי ער וועט גיין אַ שטריימל, די שדכנטע זאָגט אַז דער בעקיטשע און אויך דאָס בערדל, ווי קורץ עס זאָל נישט זיין, קענען זיין אַ פּראָבלעם, דער ברודער פרעגט, נו, און דער אַנדערע שוואָגער איז נישט צופרידן. זיין ערשטער זון איז געווען אַכצן און ער זאָגט עס איז געווען אַ טעות וואַרטן אַזוי לאַנג און ער האָט טענות אַז איך לויף נישט אַרום ווי אַ פאַרסמטע מויז.

ושכינה מה אומרת? האָב איך דאָך שוין געזאָגט: איך זיץ מיר דאָ אינגאַנצן אַליין מיט אַ קלאַוויאַטור און אַ בחור צו די הענט און דאָס איז אויך אַן עבירה.

יום ראשון, נובמבר 01, 2015

משנאינו נשאו ראש

דברים חוצבים להבות אש שנשמעו בהיכל הכולל פה בהשיכון יע"א בעש"ק עם חשיכה פ' וירא תשע"ה לפ"ק לפני חתנים מצויינים ואברכי הכולל עיון ע"י מקנא קנאת ה' צב-אות הרה"ג שליט"א חבר ביד"ץ ובנוכחות בנו בכורו של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

אונז האָבן גערופן די דרענגענדע אסיפת הסברה איבער די בייזע קלאַנגן וואָס גיין אַרום אויף דער גאַס איבער אונזערע עדה הקדושה כאילו אונז זענען נותן יד לפושעים חלילה און אונז זענען מרחם על האכזרים. מען בעט דער עולם בכל לשון של בקשה אַז אונזערע שמועס דאָ איז פנימי, אינערליך, ווייל מיט אונזערע שונאים איז נישט כדאי זיך צו טענהן און חלילה מיט זיי אַריינצוגיין אין אַ וויכוח. און כל שכן וכל שכן קל וחומר בן בנו של קל וחומר אַז אויף דער אבי אבות הטומאה דער אינטערנעט וואָס איז טמא ומטמא און אפילו אין גלות מצרים איז דאָס נישט געווען זאָל מען נישט גיין זען וואָס מען רעדט וועגן אונז און אוודאי זיך נישט טענהן. ווי עס שטייט פון צדיקים ואני כחרש לא אשמע וכאלם לא יפתח פיו, פתח בלשון ואני ומסיים בלשון נסתר, נאָר אַז מען מאַכט זיך טויב ווערט יענער שטום.

מען גייט שוין באַלד דאַווענען ממילא וועט מען נישט אויפהאַלטן דעם עולם נאָר עס זענען דאָ מענטשן בפרט בעלי בתים און אפילו בני תורה וואָס דרייען זיך אַרום מיט ספיקות און קשיות און מען דאַרף זיי ווייזן את המעשה אשר יעשון. אונז רעדן דאָ בשליחותו פון דעם רבין זאָל מאריך ימים ושנים זיין און ער האָט אונז געזאָגט אַז דאָס איז אפילו דוחה שבת. בפרט וואָס שבת איז שווערער אַז מען זאָל דאָס אָפּכאַפּן און אַרויפלייגן אויף יו עפּעס דאָרט אויפן אבי אבות. דער לעצטער מאָל וואָס מען האָט געדאַרפט טון פאַר כבוד שמים האָט דער בעל דבר אָנגעדרייט אַז מען זאָל וואַרטן ביז מוצאי שבת און אונז ווייסן אַלע נעבעך ווי מעשה שטן הצליח ר"ל. ממילא מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה.

ראשית כל זאָגן אונז אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו ומה יפה אֵשָתנו! נאָך די שווערע טעג איז עס נישט קיין שום ספק דער גרויסער סייעתא דשמיא פונעם רבין זאָל זיין געזונט און נאָך מער אַז אונז האָבן דעם רבין פאַר אַ מנהיג. כולנו בני איש אחד אנחנו און אָן אבינו רוענו ווער ווייסט וווּ דער דור שפל וואָלט היינט געשטאַנען. דאָס טאָרן אונז קיינמאָל נישט פאַרגעסן אפילו אין די שווערסטע זמנים אַז אונז זענען שטאָלץ פון די פּאַדעשוועס פון אונזערע שטיוול ביז דער שפּיץ פון אונזערע פיאות.

נישט נאָר אונז דערשטיקן זיך מיט אונזערע טלית קטן פאַר סקווירא וועגן און אונז גיין אין פייער אַריין פאַר דער כבוד פונעם רבין זאָל זיין געזונט נאָר אונז שלעפּן אַריין אַנדערע אויך. מע זעט עס ממש אין דער וואָכעדיקער סדרה ווי עס שטייט אין די ספרים הקדושים אַז אברהם אבינו'ס מסירת נפש ביי דער עקידה מקריב צו זיין יצחק איז געווען אַ סאַך גרעסער ווי ווען ער האָט זיך געלאָזט אַליין אַריינוואַרפן אין פייער.

בחורים און יונגעלייט! עטץ זאָלטץ וויסן אַז אויף ענק ווענדט זיך אַלעס. מע קען ענק נישט זאָגן דער צער און יסורים וואָס דער רבי גייט נעבעך דורך די טעג בצרתן של ישראל. ביקש יעקב לישב בשלווה און אונזערע יוסף וואָס ביי אים איז אויך געווען וינס ויצא החוצה האָט מען נעבעך אייגעשפּאַרט אין קייטן און פּונקט ווי יוסף הצדיק וגם פה לא עשיתי מאומה. לאָמיר נישט רעדן פון קדושת יוסף הצדיק בפרט אַז עס זענען דאָ חתנים אָבער דער רבי האָט אַליין מעיד געווען ווי אָפּגעהיטן ער איז. אפילו ווען דער לויער האָט זיך מחבק געווען מיט אַ אשה ברבים ר"ל אין דער קאָרט האָט מען געזען ווי שאול בחיר ה' האַלט זיך אין שמירת עיניים.

און יעצט אַז דעם רבינס תפילות האָבן געפועלט ממש מיט עכטע נסים אַרוסצוציען שאול פון שאול תחתית פאַרגינען די עוכרי ישראל דאָס אויך נישט. ווער עס האָט אויגן אין קאָפּ קען זען אַז דער דזאָדז האָט אַליין געזאָגט אַז ער האָט אים נישט געוואָלט אַרויסלאָזן אין במשך דעם טאָג האָט ער זיך געטוישט זיין מיינונג. וויאַזוי טוישט מען זיך אַזוי דער מיינונג?

עטץ ווייסטץ אַז אין יענער מינוט איז געווען אַ מנין ביים ציון פון דער רבי ז"ל און ממש דעמאָלסט האָט מען געזאָגט משכיל לדוד בהיותו במערה. בכל צרתם לו צר און דער רבי אַליין איז געווען ווי איינגעשפּאַרט. און ווי ענדיקט זיך נאָר דאָרט הוציאה ממסגר נפשי להודות את שמך בי יכתירו צדיקים. מען דאַרף זיין בלינד מיט שנאה דאָס נישט צו זען. און נאָכדעם האָט מען טענות אַז מען האָט געטאַנצן וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק. יאָ עס האָבן זיך געהויבן די הערנער פון דעם צדיק וואָס בכור שורו הדר לו און וראו כל עמי הארץ אַז ער קען אויך קאָפּן. בדרך צחות קען מען אפילו זאָגן אוביו אלביש בושת ועליו יצי"ת נזרו.

מורי ורבותי עס איז נישט קיין צייט צו לאַכן ווייל דעם רבין זאָל זיין געזונט גייט עס בדמו ובנפשו. וואָס מען שמועסט דאָ קען מען נישט אַרויסלאָזן אויפן גאַס כדי מען זאָל אונז נישט חושד זיין אַז צווישן די אריות שבחבורה וואָס אונז האָבן דאָ צאַמגערופן איז מען חלילה מהרהר אחרי רבו. נאָר אין מזרזין אלא למזורזין אין יעצט ווען די נסיונות זענען גרויס איז איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. איז לאָמיך ענק זאָגן הויך: איך האָב אויך געטאַנצן, ביים רבין האָט מען נישט געזאָגט תחנון יענעם טאָג און איך שעם מיך נישט און עס איז נישט דאָ וואָס זיך צו שעמען. דידן נצח!

אונז זאָגן בפה מלא דער שטעטל איז אונזער און דער וואָס וויל זיך נישט צושטעלן קען זיך אָפּטראָגן פון דאָ. און אַז ער גייט נישט מיט גוטנס ווען מען אים שוין ווייזן דער וועג. און דער וואָס וויל מיט אונז נישט דאַווענען זאָל בלייבן אין דער היים און בעסער נישט דאַווענען. וווּ איז דאָס געהערט געוואָרן אַז מען דאַווענט זיך וווּ מען וויל? אין די צייטן פון דער בית המקדש אַז מען האָט נישט געקענט קומען אין בית המקדש האָט מען חלילה געמעגט מקריב זיין אויף אַ במה? פּליצלינג ווילן זיי גיין מבקר חולים זיין אין דער מושב זקנים נאָר קראַנק מאַכן דעם רבין זאָל מאריך ימים ושנים זיין דאָס שטערט זיי גאָרנישט. זקני עם הארצים כל זמן שמזקינים...

אפילו דער וויזוי הייסט ער נאָר, איך ווייס נישט צי מען מעג אפילו אַרוסזאָגן זיין נאָמען, דער שמעלצער צושמאָלצן זאָל ער ווערן האָט אונז איינער געזאָגט וואָס איז נכשל געוואָרן אים צו הערן אַז ער זינגט אַז דער רבי ז"ל האָט געזאָגט צו ר' יוסף שלמה אַז אים שטערט אויף אַנדערע וואָס זענען אין שטעטל. אפילו ער מיט זיין פאַרגוישטער קאָפּ פאַרשטייט אויך אַז דער רבי האָט צו זאָגן ווער מעג דאָ וווינען און ווער נישט. דאָ אין אַמעריקע שרייען זיי אַלע איז דאָ רעליזעס פרייהייט, נו, דאָס איז אונזערע רעליזען. אונז האָבן שוין אַמאָל אַוועקגעלייגט די טויטע פון די יענע חברה כידוע און אונז דערשרעקן זיך נישט דאָס נאָכאַמאָל צו טון. דעם וואָס געפעלט נישט קען זיך אָפּפּיצן קיין מאָנסי אָדער עפעס אַן אַנדערע עיר הנדחת. און אַז מאָנסי וועט זיך צושפרייטן צו נאָנט אַהער וועט מען זיי אויך אָפּפטרען.

זאָל קיינער נישט חלומען אַז מען קען שוין יעצט טון וואָס מען וויל. מלכים ושרים משכימין לפתחו פון דעם רבין זאָל לעבן. די כוחות פון דער סטרא אחרא האַלטן זיך אין איין פאַרלייגן אָבער דער רבי קומט זיי ביי. וויפל טעות עכו"ם מען מאַכט נאָר אַלץ דאָ, פאַרשטייט זיך מיט אַ היתר, און מען האָט קיינעם נישט געכאַפּט. און ווען מען האָט איינמאָל יאָ געכאַפּט האָט דער רבי זיך אַריינגעלייגט באמת הבנין און זיך מייחד געווען מיט דער גויטע קלינטאָן און זיי אַרויסגענומען מעבדות לחרות. און קוקץ ווי זי איז היינט מצליח בכוחו של אותו זקן. ר' חיים בערגער ז”ל איז טאַקע אַוועק על קידוש השם לא עלינו און דאָס  איז געווען ווי דער רבי האָט געזאָגט להורות תשובה לרבים. ווער געדענקט נישט ווי דער רבי האָט געוויינט ביים לוויה אשריך שנתפסת על דברי תורה. איז וואָס מיינט דער ראָטנקרענק אַז ער איז חשובער ווי ר' חיים ז"ל?

אַנשטאָט ער זאָל זיך מאַכן אַ חשבון הנפש ווי דער פסוק זאָגט כי אש יצאה מחשבון וואַרפט ער זאַלץ אויפן רבינס וווּנדן. איך זאָג ענק ער מיינט ער איז שוין אָפּגעקומען אָבער כי אש קדחה באפי ותוקד עד שאול תחתית. דער רבי זאָל לעבן איז מוותר אויף אַלעס און דאָך האַלט ער אין איין זאָגן אַז פון דער גיהנום פייער וועט ער נישט אַזוי לייכט פטור ווערן. אין בעל הנס מכיר בנסו און ער ווייסט גארנישט אז ס’יז געווען וואס האָבן געהאַלטן מען זאָל אים שיסן און דער רבי ברוב רחמיו וחסדיו האָט געזאָגט אַז דער טאַטע האט מער געהאַלטן פון פאַרברענען.

נאר פאַרדעם איז ער ניצול געווארן און אנשטאטס ער זאל ווייזן הכרת הטוב וויל ער מען זאָל צו אים אַפּאָלאָזייזן. זאָגץ מיר משה רבינו האָט אַפּאָלאָזייזד צום מצרי? פנחס האָט אַפּאָלאָזייזד צו זמרי? ער ווייסט נישט אַז רביס אַפּאָלאָזייזן נישט ווייל עס וועט זיי געדויערן לענגער ווי ווי ווינטשן לשנה טובה. און אים איז איינגפאַלן אַמאָל אַפּאָלאָזייזן צום רבין פאַר די צרות וואָס ער האָט דעם רבין אויסגעטיילט? מען האָט אים געצאָלט מיליאָנען ווייל דער רבי איז מוחל על עלבונו איז וואָס וויל ער יעצט?

ר' משה טויבנפעלד האָבן זיי אויסגערודפט און געהאַט טענות אפילו ווען די גויים האָבן אויך מסכים געווען אַז ער איז אומשולדיק. יעצט שאול האָט מען געשטראָפט און ער האָט געשמאַכט דריי און אַ האַלב יאָר און דאָס איז זיי אויך נישט גוט. ווען מען וואָלט אים דעמאָלסט משתיק געווען וואָלט מען היינט געהאַט מנוחה איז מען ליידער אין גלות און דרך רשעים צלחה.

בכלל דער טפשות פון אוזערע שונאים איז נישט צו גלייבן. די טענה אַז מען האָט געוואָלט הרגנען אַ גאַנצע משפחה איז אַזוי קינדעריש און פשוט אַזוי פאַרבלענדט זענען זיי מיט שנאה אַז מען זאָגט עס נאָך ווי תהילים ביי אונז שבת אינדערפרי. און אַז ער האָט געמאַכט אַ טעות נו זיי זענען דען בשלימות?

דער רבי ז"ל האָט געבויט דער שטעטל און אונז וועלן זיך פאַר קיינעם נישט פאַרענטפערן. וווּ נאָך אין דער וועלט איז נישט דאָ צו טרעפן נישט אַ קצות און נישט אַ ליקוטי פון די יענע חברה. אין דער טומאת אַמעריקע איז דאָ איין אינזל פון קדושה וטהרה און דאָס ווילן זיי אויך אונטערברענגן. אונז דאַרפן נאָר אַכטינג געבן ווייל מען שמועסט אַרום אַז די מיידלעך רעדן פון דער הייסער בחור און דאָס קען חלילה צוברענגן אַ רוחניותדיקע חורבן ר"ל. כאָטש דאָס איז פון די זאַכן וואָס השתיקה יפה להם דאַרף דאָך יעדער זען ביי זיך אינדערהיים און זיך אומקוקן און באַלד מעורר זיין און אויך לאָזן וויסן די עסקנים.

לאָמיר מסיים זיין מיט אַ וואָרט אַז ביי די אשכנזים, די מתנגדים, זאָגט מען יעצט במה מדליקין און ביי חסידים זאָגט מען אין הודו יושבי חושך וצלמות אסירי עני וברזל. אַזוי גייט עס מאז ומתמיד און דאָך זאָגט מען נאָכדעם יודו לה' חסדו ווען זיי ווערן באַפרייט. די מה יפיתניקעס זיי וואָלטן געוואָלט אַז חלילה מען זאָל נישט דאַנקן און לויבן פאַר די חסדי ה’ אָבער טרונקן דער בלוט פון דער צדיק הדור דאָס איז מותר.

איך וועל ענדיקן מיט יפרח בימיו צדיק ורוב שלום עד בלי ירח, ביים צדיק איז ורוב שלום אָבער ביי זיי איז אין שלום אמר ה’ לרשעים. און דעמאָלסט בלי ירח אויף אַ נאַכט אָן אַ לבנה קען מען ברענגן אַ סוף צו די דערנער אין אונזער הייליקע וויינגאָרטן דער כרם ה' צבקות און מקיים זיין בשלימות ובערת הרע מקרבך און עס זאָל מקויים ווערן לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי אמן. גוט שבת.

יום שני, אוקטובר 26, 2015

האיש מקדש ז’ (חלק א’)

לכאורה וועט דאָס זיין דער לעצטער פּאָסט אויפן שווערער סוגיא פון האיש מקדש. ווינטשט מיר נישט מזל טוב ווייל מען וועט נאָך אַרויסלאָזן אַ קול אַז איך האָב אַ שידוך געטון און דערנאָך ווען עס וועט זיך אויסשטעלן אַז לא לחיים ולא בתולה וועט מען מרנן זיין אַז מען האָט אָפּגעלאָזט דעם שידוך און פון דעם קען נאָך ווערן צרות צרורות. איז טוט אַ טובה און לאָט געמאַך. ווינשט מיר נישט מערשטעם בקרוב, שטופּט מיר נישט מיט אַ, "נו, ר' קטלא, איך מיין עס איז שוין צייט," און קומט מיר נישט ווי דער שוואָגער זאָל זיין געזונט מיט כּמו־פּסיכאָלאָגיע אַז למעשה חלש איך שוין אויף אַ לחיים און אַ מחותן, אַ רינגל מיט אַ טענצל נאָר פשוט איך האָב מורא. מורא פאַרן נעקסטן שריט אין לעבן, אַריבערגיין פונעם ברעג פון פאָטערשאַפט צום צווייטן זייט פון שווער־ און זיידעשאַפט און וווּ אין דערמיט רוישן די ווילדע כוואַליעס פון שידוכים, מחותנים, שנירן, קייטערערס און בדחנים.

איז לאָמיך מסביר זיין. ווען איך האָב אָנגעהויבן מיט די שטיקלעך פון 'האיש מקדש' בין איך געווען אין אַן אַנדערער צושטאַנד ווי היינט. מיין זון איז געווען יינגער און איך בין געווען גרינער אינעם גאַנצן נושא, די שדכנים האָבן געמיינט אַז מען האַנדלט מיט נאָך עפּעס אַ פלוני אַריין צו רוקן מיט א בת פּלוני ואני אמרתי בשלוי בל אמוט לעולם. נישט מיין זון און נישט זיינע עלטערן זענען געווען אינטערסירט אין דעם שידוך סיסטעם פון בליץ־דייטינג ביים טיש וווּ מען עסט אויף שבת מיט דער טיר אָפן אַ שפּאַרע צו פאַרמיידן חלילה אַ שאלה פון ייחוד נאָר אף על פי כן אַז דער וועלט זאָגט חתן בחור איז עס עושה רושם.דעמאָלסט האָבן מיר נישט געוואָלט אָבער אויך נישט געוויסט ווי דער סיסטעם גייט צו.

אַ שדכן האָט דעמאָלסט גערופן און אין זיין טאָן האָט מען געהערט אַ צינישקייט און לייכטשעצונג וואָס האָט געזאָגט אַז אויבער־חכמים ווי איך איז אַ באַזונדערער פאַך וויאַזוי צו באַהאַנדלען. מבין הדברים האָב איך געהערט אַזוי: דו ביסט פּונקט אַזאַ גאַטשעלאַבע ווי אונז אַלע צי עס געפעלט דיר צי נישט. כלל ישראל דאַרף פלייש ביי די אַכצן ולא תאמר בלבבך אַז דער עקסטערע האַלבער יאָר אין ישיבה וועט אויסמאַכן אין זיין תלמוד־חכמשאַפט און זיין ידענשאַפט. איך האָב פארשטאַנען פון זיינע רייד דאָס וואָס איך האָב געהערט פון אַנדערע, אַז אַזוי גייט עס ביים ערשטן. טאַקע ווי דער שוואָגער זאָגט אַז 'סיז שווער אַז דער קליינער וואָס קוים נעכטן האָט מען אים אַריינגעזינגן ביים בר־מצווה פּשעטל און מיט אַ טאָג פריער איז ער געווען געקייטלט מיט פּדיון־הבן בּלינג גייט שוין באַקומען זיין חתן זייגער. אָבער, פירן זיי נישט אַלעמאָל אויס, כך היא דרכה של תורה, אַזוי טוט דער וועלט און וועסט אַזוי אויך טון איז ממילא דאָוינט ווייסט יור טיים אַנד דזאָסט געט אָן וויד איט.

איז לאָמיר זיך שטעלן אויף דעם שטראָז פון תורה און כדי נישט אויפצוהאַלטן דער פאַרקער וועלן מיר אַראָפּגיין אויף אַ מינוט אין אַ זייט געסל און באַטראַכטן דער הערלעכער פּאַנאָראַמא אין וואָס מען שטויסט זיך אַלץ אָן אויף דער תורהדיקע רייזע. רעדנדיק מיט פריינד און נאָך מער איבערהערנדיק וואָס חברטעס דערציילן מיין פרוי זעט עס מיר אויס גאָר אַ מאָדנער שאָסיי. אַ וועלט פון רוצה ואינו רוצה. מען מאַכט חתנים פון די זונען אין טעכטער פון זיבעצן יאָר ולמעלה און קיינער וויל עס נישט. כּלומר אַזוי. זיבעצן איז קיינמאָל נישט זיבעצן נאָר באַלד אַכצן, אין צוויי טעג, צוויי וואָכן, כּמעט אַכצן, שיער נישט, סמוך ונראה אָבער אַבי זאָגט נישט אַרויס דאָס וואָרט זיבעצן, און כל־שכן נישט אויפן בחור. זיבעצן איז פאַר די פאַנאַטישע, פאַרפרומטע, רבישע אייניקלעך, כאַניאָקעס, נעבעכס וכל צרוע וכל זב וואָס חלשן אָפּצופּטרן די קינדער. מה שאין כן די כּמעט־ניקעס זענען מער מעסיק, געלאַסן, בראָד מיינדעד, האָבן געזען דער סאָוינד אָוו מיוזיק ווען זיי זענען געווען קינדער (כאָטש זייערע אייגענע קינדער האָבן דאָס אויך נישט געטאָרט). בקיצור זייערע קינד איז נישט ממש אַזוי אַלט ווי אויפן פּאַספּאָרט און איז סתם אַזוי אויסערגעווענלעך מאַטשיור.

איי איז דאָך אָבער שווער אַז סוף־סוף קען מען דאָך נישט איגנאָרירן דעם פאַקט אַז ווי אומוועלנדיק די עלטערן זענען האָבן זיי דאָך למעשה יאָ אויסגעפירט דעם שידוך. איז אויף דעם דאָ דעם אור־אַלטן תירוץ אַז ממש מען זעט בחוש אַז אַ שידוך איז מן־השמים. נאָך חודשים וואָס די שדכנים לויפן נאָך די עלטערן האָט מען קוים יענער וואָך דערציילט דעם בחור צום ערשטן מאָל אַז מען רעדט אים שידוכים, צו פרי צו דערציילן טויג נישט ווייל צו וואָס זאָל מען אים סתם צומישן, און דער בחור האָט געזאָגט בתום לבו אַז ער וויל נישט ווייל ער דאַרף נאָך צוענדיקן אַ פּאָר מסכתות.

און די עלטערן אַליין האָבן אויך נישט געוואָלט ווייל וואָס איילן זיי זיך דען. אמת, זיי האָבן אַ רייע קינדער בחורים וגם בתולות זקנים עם נערים הינטער אים און אים געפונען אַ בעט אפילו בלויז אויף בין הזמנים איז אויך אַ פּראָבלעם, אָבער דאָך. עפּעס אַזוי אויפן נוסח פון אַ בעל־תפילה ווען מען שיקט אים צו צום ערשטן מאָל און ער איז מסרב אַז עס זאָל נישט אויסזען אַז ער וויל צופיל, און ווייל אַזוי פּאַסט זיך, און ווייל דאָס ערוואַרט דער גבאי, און ווייל ער איז הייזעריק, און ווייל ער וויל נישט דער עולם זאָל פון אים מיד ווערן. געט אים אָבער נאָר אַ קליינער שטיפּ און פון דעם הייזעריקן ווערט נולד אַ הילכיקן לכו נרננה, און אַזוי אויך די עלטערן. מען שטיפט זיי אַביסל אונטער און באַלד ווערט עוד ישמע בערי יהודה. די מזל טובס פליסן אַריין, דער טעלעפאָן הערט נישט אויף קלינגן, יעדער זאָגט האָוי נייס און מען איז אַ מחותן צום טיש. ווייל אַז דער שדכן געט אַ שמייכל צולאָזט זיך דאָך אַ יידיש האַרץ און ווען ער הערט אויף שמייכלען ווערט ביטער ווי גאַל. סוף סוף מיינט מען דאָך נאָר דער גוטס פון די קינדער איז וועגן זייטיקע נגיעות פון די עלטערן אַז מען זאָל נישט זאָגן אַז זיי האָסט מער געוואָלט נאָך ווי דעם בחור איז פאַרדעם זאָל מען זאָגן ניין?

איז אויף דעם דאָ אַ פּסוק מה' יצא הדבר און דער וואָס לייקנט איז סתם ווילנדיק בלינד. מען לעבט עס מיט טאָג טעגליך, איין מינוט זעט מען יענעם ביי מנחה מעריב כאחד האדם, שמייכלט, זוכט אַ צינדער פאַר די עמוד ליכט, בינדט זיך דאָס גאַרטל, מאַכט אַ ברכו נאָך עלינו און צען מינט שפּעטער מזל טוב ער האָט אַ שידוך געטון. נישט אַנדערש ווי דעם מיט וועם מען איז נעכטן געגאַנגן אין מקווה און דערנאָך מיט אים זיך באַגעגנט אין גראָסערי ווי ער האָט זיך איינגעטענהט איבער זיין חשבון און היינט הערט מען אַז ער איז אַנידערגעפאַלן ללא רוח חיים. נאָר וואָס דען מיטן באַשעפער קען מען זיך נישט קריגן, על כרחך אתה חי, על כרחך את מת, על כרחך קלינגט דער טעלעפאָן און על כרחך ברעכט מען טעלער. פאַרפאַלן, כך היא דרכה של תורה.

אויף ממשיך צו זיין…

יום ראשון, אוקטובר 25, 2015

ביקשו מלאכי השרת לומר שירה

שפּינאָזאַ האָט געזאָגט אַז גאָט איז אַלעס און אַלעס איז גאָט און דער בעל שם טוב האָט געזאָגט בכל דרכיך דעהו, גאָט איז אין אַלע מעשים. עס קען זיין אַז עס איז אַ גראַמאַטישער מחלוקת: לפי שפּינאָזאַ איז גאָט אין די זאַכווערטער און לויט דער בעל שם אין די ווערבן. אפשר זאָג איך נישט גוט נאָך נאָר סייווי בין איך דאָס נישט אויסן.

יענער וואָך איז געווען ראש חודש, זמן כפרה לכל תולדותם, און ביי שחרית, אָנגהויבן ביי די הללויהס און אַריינגעצויגן אין דער הויכער שמונה עשרה, האָט איך מיך געקלערט אַז, פּוּנקט ווי גאָט, געפונט זיך אויך פּאָעזיע אין אַלעס. יעדער איז ביכולת עס צו זען, למעשה זען עס וויינעקר, נאָך ווייניקער דערזען און בלויז יחידי סגולה קענען עס פאַנגן אויף צו פאָרעמען און פאַראייבקן. אָמאָל זוכט מען מיט ליכט כאָטש פאַר אַ צווייטן איז אַלעס ליכטיק, אַמאָל מעג עס ליגן ביי די הענט, פאַרבלענדט אפילו די אויגן אָבער קוים וואָס מען וויל דערטאַפּן שפּרינגט עס אַוועק ווי קוועקזילבער. איינער איז בלינד אפילו אַז ער קלאַפּט זיך אָן אין דברים העומדים ברומו של עולם און ביי אַ צווייטער איז דאָ געזאַנג אויך אין הבל הבלים.

אויף אויסצופּריוון מיין טעאָריע האָב איך מיך אומגעקוקט דאָרט ביים דאַווענען. איך האָב מיך געטראַכט לאָמיך זען וווּ די שירה וזמרה געפונט זיך דאָ אויפן אָרט. איך האָב געוואָלט זען צי אין מיינע ד' אמות ממש אָדער כאָטש אינעם שטיבל קען מען אויך מקיים זיין וכולם פותחים את פיהם בקדושה ובטהרה.

קוק איך מיך אום און אויפן וואַנט הענגט אַ לוח ווואָס יעדער בלאַט טראָגט אַ וואָך און איטליך שורה אַ טאָג. יעדער וואָך מישט מען איבער, דעם פאַרגאַנעם וואָך ריקט מען פון הינטן און מען הייבט ווידער אָן ביים אָנהייב פונעם נייעם בלאַט. דער פּאָעזיע פון צייט וואָס דרייט זיך מיט די בלעטער, די נומערן ציען זיך פון איין וואָך צום צווייטן אָבער דאָס נייע בלעטל איז פריש, דאָס קען אַיעדער זען אָבער דאָך פעלט אַ נותן טעם צו מאַכן דערפון אַ ליד און אויסצאַפּן דער מוזיק פון דער וואָכענליכן דריי.

איך קוק מיך ווייטער און איך זע נאָך פּאָעזיע אויפן קרומען באַרעמטען חרם הקדמונים נישט אַרויסצונעמען ספרים פונעם בית המדרש געשריבן אויף בייזער פּאַפּיר און הענגט אונטער אַ טשוואָק באַדעקט מיט אַ פאַרקנייטשטן היטל. דער ארון קודש איז מער נישט געקליידערט מיט דער ווייסער פּרוכת נאָר צוריק צו בורגאַנדי רויט מיט גרינע און געלע פּלאַסטיק אויפן קרוין פון גאָלדענע פעדעמער, העכער דעם עמוד גיסן זיך ברכות פון משיב הרוח ומוריד הגשם יעלה ויבא ותן ברכה און ברכי נפשי און אין יעדער אות דערטאַפּט זיך עפּעס, די פּאָעזיע שווימט פאַר די אויגן נאָר עס בלייבט אותיות פּורחות באויר.

עס הערט זיך אַ קרעכץ פון די זאַוויסן ביי אתה חונן ווי אַ שנאָרער קומט אַריין און כאַפּט זיך אָן די קעשענעס די מטבעות זאָלן נישט שטערן די מתפללים. אַ קוויטש ביי שמע קולנו וואָלט געווען צו סענטימענטאַליש, אָדער ליצנות. אַ געשריי ביי סלח לנו צו פרום, אָדער פאַלטש. און אַז מען האָט נישט געהאַלטן ביי אתה חונן איז האָט זיך פאַרדעם פּאָעזיע איר אייגענעם אמת.

די אויסגעטרוקענטע הושענות דרימלען העכער דער ארון קודש, דאָס קיישעטל ארום דער איין־פיסיקער לולב לענט זיך אָן אויפן לא תנאף פון די לוחות, עפּעס הערט זיך אין דעם חזנס געכאַפּטן וואָכעדיקן הללו ניגון, מען שפּירט עס אין דעם אבלס נוסח וואָס רוהט היינט לכבוד ראש חודש, מען איז עס טועם אין דעם בעל היאָרצייטס פייכטער לעקעך.

פעלזן באַשיצן קראָליקלעך אין ברכי נפשי און איך זוך מיך ווייטער אין די כבשים בני שנה תמימים. טאַקע יגעתי ולא מצאתי נאָר תכתב זאת לדור אחרון אַז איך האָב געזוכט, עפעס האָב איך געזען, נאָך ווייניקער האָב איך דערטאַפּט כאָטש געוואָלט און געפּריווט האָב איך.

יום חמישי, אוקטובר 01, 2015

עת לקרוא ועת לדבר

יו״ט באשטעל איך מיך געווענדלעך א צייטונג. אמאל צאל איך צו און מען ברענגט עס מיר אהיים, אמאל צאל איך פאר יום טוב אדער איך גיי צו דארט וואו איך בין באקאנט און איך נעם אויף בארג. ווי משה רבינו איידער ער האט געהרגעט דעם מצרי, ויפן כה וכה וירא כי אין איש, גנבע איך מיך אריין אין געשעפט, איך קנייטש איין דער צייטונג אין ביזעם און איך גיי ארויס געשפאנט מיט אראפגעלאזטע אויגן. אז די פרוי וואס קומט אויפוואשן און ריין מאכן קומט אריין אויף יום טוב בעט איך איר זי זאל מיר ברענגן און לעצטענס גייט פאר מיר איינער פון מיינע זונען וואס אים נייגערט אויך וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט.

אויסער דעם אז מען איז איינגעשפארט איבער יום טוב און מען וויל מיטהאלטן מוז מען אויך האבן עפעס פריש צו לייענען. פאר און נאכן דאווענען, ווען מען לענט זיך אן נאך די סעודות, ווען מען ווארט אויפן שווער אויף דער סעודה ווייל ביי זיי שטעלט מען זיך האלב צען און זיי זאגן אלע יוצרות, און זיי האבן סתם ליב צו שלעפן. און מען דארף אויך עפעס מסיח דעת צו זיין פון בבוקר יאמר מי יתן ערב, ווען קומט שוין מוצאי און דאס רעדל פון דאווענען, עסן, שלאפן און גרעפצן וועט נעמען אן עק.

איז אבער אויך דא נאך א חשבון. אז מען קומט אין שיל פרעגט דער עולם צי עס איז דא נייעס און אויפן צווייטן טאג יו"ט נאך מען האט שוין אלעס דורך געקייט פרעגט מען דאס גאר אפט איז וויל מען נישט אנטוישן. איך בין נישט פון די וואס זענען מקהיל קהילות ברבים, אזוינע נייעס טרעגערס וואס קענען נאכזאגן מלה במלה טראמפס לעצטע פיקחות און דערנאך זיך דינגן איבער זיין פיסק אויף שרויפן. אבער אעפ”כ אז יידן פרעגן איבער א קאווע אין סוכה ווען אינעווייניק זינגט מען ממקומך וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט איז גוט צו האבן אן ענטפער.

עס איז דא ביי אונז א ייד וואס זיין וועקערזייגער וועקט אים מיט די נייעס סיי אין מיטן וואך און סיי שבת און יו"ט האט ער אבער א טבע אז ער האט מורא צו דערציילן. אז מען פרעגט אים ברבים ווייסט ער נישט און ער לויפט אוועק. נישט איעדער איז פעהיג רעדן צו אן עולם וואס ווי לענגער מען רעדט וואקסן ארום די מענטשן און דער געדרענג ווערט שטערקער. און אז דער עולם ווערט צו גרויס קומען די גבאים און שרייען, נו שלמה מילך מאכטס נישט קיין קופקעס.

ווייטער אז מען פרעגט אים ביחידות הייבט ער אן בראשית ברא. איך פרעג וואס זאגט דער ראדיו און ער זאגט מיר וואס ער האלט איבער אלעס פון סיריע, דער מיטל מזרח, אבאמא, רוסלאנד, אוקראינע און די שבעה כוכבי לכת.

א שטיקל איפכא מסתברא בין איך אויך אין איך האב ליב אליין צו לייענען ווי איידער אנדערע זאלן מיר זאגן. איז ליין איך מיר אפ מיינס און אז איך קום אין שיל און הער מעשיות מיט בערד קען איך אריינהאקן לא כך היה מעשה און נאט אייך די פאקטן. און אצינד אויף אוכל נפש קענט איר צוקאכן צימעס וויפל איר גלייכט.

דארף מען אבער וויסן וואס צו דערציילן. אן עקסידענט צי א רציחה ווייסן אנדערע בעסער, אויף געבורטן און פטירות מוז מען גייו אין מקווה, ארץ ישראלדיקע נייעס שוין ענדערש אבער אויף דעם זענען אויך דא צו גרויסע מבינים. און אז מען דערציילט מוז מען אויך אויסהערן די רחמנא לצלנס און ימח שממס איז מיר לייכטער מיט דעם נישט אנצוהייבן.

איז אבער דא פאליטיק און אינטערנאציאנאלע נייעס און די רעפובליקאנער און דעמאקראטן און דער פויפסט און פוטין און פארשטייט זיך אליין וואו האלט וואל סטריט און אויל און גאלד וכו'

וואס טוט מען אבער אז דער נייעס איז אז מען האט געפונען וואסער אויף מארז? איך בין אין די זאכן א גאנץ קנאפער ידען כאטש איך ווייס אז מארז איז ווייט און רויט און וואסער איז א יסוד פון לעבן. אבער פארזיך זיך שטעלן אין שיל ווען מען פארקויפט רביעי פאר צענדליקע 'טויזנט' און זאג איבער וואסער אויף מארז. דער וועט זאגן, נו איז וואס, א צווייטער, אז מען קען זיך אויף זיי נישט פארלאזן, א דריטער אז דאס איז אפשר די מים העליונים פון די ששת ימי בראשית, א פערטער אז זיי האבן נישט מיט זיך וואס צו טון און אויף דעם וועט זיך איינער וויצלען אז ער קען בעסער טון מיט דער געלט וואס דאס קאסט און דערנאך פרעגט איינער, וואס איז מארז און איצט גיי הייב אן.

ווייטער דורשי רשומות וועלן זאגן אז עס איז מרומז אין שמחת בית השואבה און ניסוך המים וועט שוין איינער צולייגן אז נאסא ווערט נאס. די דורשי רשומות וועלן אבער ערענסט ווערן אז עס איז נישט קיין חכמות און ווער ווייסט חס ושלום וואס דער ליקוי לבנה פון דער ערשטער נאכט סוכות באדייט. און אין גמרא שטייט שוין, טאקע אין מסכת סוכה, אז ישראל מונים ללבנה און פון דארט קען מען ברענגן היסטאריע וואס האט אלץ פאסירט נאך אזוינע געשענישן. און צו דעם קומט דער געלערנטער יאט אז מאדים איז א סימן פון בלוט און אפשר טאר מען ניטאמאל גלייבן איבער וואסער.

איז דעריבער לייכטער צו זאגן אז פוטין און אבאמא האבן זיך געטראפן. דער זאגט אבאמא איז א בהמה און פוטין איז א חברהמאן. א ציוניסט רעדט אריין אז ארץ ישראל וואלט עס שוין לאנג ערלעדיקט, און נאך איינער אז טראמפ וועט שוין גוט צופיקסן פוטינען און ווען איינער ווארפט אריין הילערי שיסט מען פאר געלעכטער.

דערווייל שרייט איינער השם השם און די רייכערער לייגן אראפ די נאך ברענענדיקע ציגארעטלעך וואס די קינדער כאפן שפעטער דערפון שיריים. און דער עולם לייגט זיך ארויף דער טלית אויפן קאפ און גייט אריין איבערדערציילן דער פרישער נייעס בין גברא לגברא.

יום ראשון, ספטמבר 13, 2015

אומאַן אומאַן ראש השנה

מיט אַ היפּשע פּאָר יאָר צוריק בין איך געווען אין אומאַן אויף ראש השנה. איך ווייס אַז מענטשן רעדן דערפון מיט עקסטאַז נאָר פאַר מיר האָט עס נישט געאַרבעט. איך בין אַוועקגעקומען מיט ווייניקער נישט מער אהבת ישראל, אַנטוישט ווייל את שאהבה נפשי בקשתיו ולא מצאתיו.

איך האָב געהערט צו אַ חסידות, און אין אַ געוויסן זינען געהער איך נאָך אַלץ דאָרט, נאָר צום רבין בין איך שוין נישט געפאָרן. מיט אַ יאָר, צוויי פאַר אומאַן בין איך ווידער געפאָרן אויף ראש השנה צו מיין רבי און איך בין אהיים געקומען אומעטיק מיט אַ באַשלוס אַז דאָרט האָב איך שוין נישט קיין פּלאַץ. איך געדענק אַז איך האָב געזאָגט פאַר אַ חבר אַז עס נישט מער ווי אַ נומער שפּיל. אַזויפיל בחורים אין די ישיבות פּראָדוצירן אַזויפיל חתנים דעם יאָר און יונגעלייט דער קומענדיקער יאָר. פון זיי ווערן פינף צי אַכט מאָל אַזויפיל קינדער אין די תלמוד תורה אין מיידל שולעס און פון זיי ווערן ווידער חתן בחורים און כלה מיידלעך און ווידער פרישע קינדער געדאָפּלט צי זיבן מאָל אַזוי פיל. דעמאָגראַפיע מעג זיין קעניג אָבער איך בין גורס לא מרובכם חשק ה' בכם.

איך האָב מיטגעלעבט וואָס דאָס מיינט ווען דער רבי טאַנצט טאַנצן אַלע חסידים. וואַרעמקייט איז ווען דער רבי גיט אַ קרעכץ, לעבעדיקייט איז ווען דער רבי באַוועגט זיך און התעוררות איז ווען דער רביס קול ברעכט זיך און עס דאַכט זיך אַז ער וויינט. און ווען דאָס איז נישט דאָ וואַלגערט מען זיך און מען פרעגט, ווען קומט דער רבי אַריין.

אין אומאַן האָב איך געמיינט איז עפּעס אַנדערש און עס איז טאַקע אַנדערש נאָר אויך נישט פאַר מיר. אפשר וועל איך צוריק פאָרן אפשר נישט, אָבער ווי נאָר ברענט עס נישט.

די ימים נוראים צינדן אייביק ביי מיר אָן אַ פחד פון די קומענדיקע טעג, נישט אַזוי ווייט אימת הדין ווי אימת הסקוטשנע פון לאַנגע שעות אין שיל, שווייגענדיקע שמונה עשרהס און אַן אַנגעצויגנקייט אין דער בריאה. די טונקעלע, קילע פרימאָרגנס מאַכן אַ רושם אַז עס איז טאַקע היום יעמיד במשפט כל יצורי עולמים און בייזע מענשטן מיט פאַרגלייזטע אויגן כאַפּן אָן די הענט און וווּנטשן אָן אויפהער.

דער חשבון הנפש רעכנט זיך אַליין. די נישט אויסגעפירטע החלטות פונעם פאַרגאַנגענעם יאָר קעגן די הבטחות צום נייער יאָר און אויך הערשט אַ פאָרכט אַז מען פירט נישט אויס און מען וועט נישט אויספירן די פליכטן פון די טעג. איך וויל זאָגן סליחות נאָר זאָגן ביי נאַכט און נישט פאַרטאָגס מאַכט זיך שפּירן ווי אַ שווינדל און אויפשטיין קומט אָן שווער. אַז איך קום יום הקדוש אָן צו אדון עולם איז דער שחרית מיר צו לאַנג אָבער אַז איך פאַרפעל המלך האָב איך שוין וואָס צו קלאַפּן על חטא. האָט זיך מיר געקלערט איך וועל מיר פאָרן קיין אומאַן און אפשר דאָרט וועל איך געהאָלפן ווערן.

וואָס זאָל איך אייך זאָגן? איז עס אַנדערש, דיפרענט? אָוי יעס. דאָרט איז נישט אַזוי ווייט אור וחושך משתמשים בערבוביא ווי שגעון און שכל, עקסטאַז און געלאַסנקייט כאַפּן זיך אָן די הענט און הערן נישט אויף טאַנצן. אַז אויף צו הייסן אַ קאַרלעבאַכניק מוז מען בלויז ליב האָבן זיינע ניגונים קענט איר מיר מצרף זיין. אָבער טאָמער מוז מען צו דעם איבערחזרן הונדערט מאָל ביוטיפול, פּרעשעס, מײַ האָוילי בראָדערס אַנד סיסטערס, און נאָכאַמאָל מאָויסט פּרעשעס איז עס נישט מיין טעם. טאָמער אָבער האָט איר דאָס ליב און איר גלייכט זיך לייגן די הענט אויף אַ צווייטנס פּלייצע און זיך הייבן פון דער ערד איז כאַפּט אייך די געפּעק און לויפט אַהין.

ערב ראש השנה סליחות בין איך פאַרשלאָפן, אויפן טיר פון מיין בעל אכסניא, אַן אוקריינישער פּאָר פאָלק מיט אַ צענערלינג זון, האָט געהאָנגן אַ ברעסלעווער צעטל אַז די פרוי טאָר זיך נישט טרעפן אין דער היים האָב איך איר באַלד פאַררופן, איך בין געגאַנגן אין מקווה און אַרויסגעלאָפן נאָך איידער איך האָב מיך געטובלט און אין דער דירה האָט מען מיר אויפגעקאָכט וואַסער איך זאָל מיך קענען באָדן, און ועל כולם בין איך ביי תיקון הכללי אויף ערב ראש השנה נישט געווען. איך האָב קיינמאָל נישט פאַרשטאַנען ר' נחמנס אָבסעסיע מיט אָנאַניזם און פון די מעשות וואָס איך האָב געהערט דערציילן פון דער וועד הצניעות האָט מיר אויסגעזען אַז איך בין אין דעם נישט אַ יחיד.

דער דאָמינאַנטער עולם זענען ישראלים און, אָן זיך צו פאַרזונדיקן, בין איך פון זיי נישט דער גרעסטער חסיד. איך האָב געזען פּראָפעסיאָנעלע מענטשן אויסגעלייגט אויף מאַטראַצן אפשר זעקס צי אַכט צו אַ שטוב, טאַטעס מיט קליינע קינדער וואַלגערן זיך ווי ציגיינער, אין מיטן גאַס שטייט איינער מיט אַ שפּריץ פאַרב און מאַכט אַ געלע פּאַס און שפּריצט נוסח גראַפיטי אַז ביז אַהער קומט אָן דער עירוב כאילו דער שאָסיי געהער זיינס. דער תירוץ איז אַז מען טוט פאַר דער אומאַנישער באַפעלקערונג גאָר אַ טובה ווייל זיי זענען אָרעם און ’צוריקגעבליבן‘ און מיר קומען מיט קרייצע און זיי האָבן אונז סייווי פיינט. און אַז איר מיינט אַז נאָר פאַר די לאָקאַלע האָט מען נישט דרך ארץ האָט איר אַ גראָבן טעות ווייל אפילו דער פשוטער סידור איז נישט פטור. ברוך ה' לעולם זאָגט מען נישט פאַר שמונה עשרה ביי מעריב ווי אין חוץ לארץ ווייל ווייס איך ווער האָט געפסקנט אַז אין אומאַן איז קדושת ארץ ישראל.

זיי זענען אפשר גערעכט און פאַר דעם וואָס קדושת ארץ ישראל באַשטייט פון גאולה אויף ערב יום־טוב האָט מען עס דאָרט טאַקע ערליך איבערגעפירט. נאָך פאָרן אַ פּאָר טעג אויף די אוקריינישע באַנען און שאָסייען און מען שפּירט זיך בארץ ציה ועיף בלי מים קומט מען אָן קיין אומאַן און די גאַסן האָבן דער אווירא דארץ ישראל פון ככר השבת ערב פסח און סוכות צוזאַמען. מוזיק און בעטלערס, ספרים טישלעך, סי די פאַרקויפערס, יאַרמולקעס, טליתים קטנים און אַלעס וואָס נויטיקט צו זיין גאָטס אַ מענטש קענט איר דאָרט איינהאַנדלען בכסף מלא. די מיקראָפאָן רופערס הערן נישט אויף צו שרייען און וווּ איר דרייט זיך טאַנצט מען ווייל ווי איך האָב געזאָגט אַז עס גלוסט זיך אייך טאַנצן – און איר זענט אַ מאַן און מער ווייניקער חרדיש געשטומט - איז נישט פאַראַן אַ בעסערע פּלאַץ.

איך זאָג נישט, איך האָב אויך הנאה געהאַט. ערב יום־טוב אַזוי נאָכן זמן בין איך נאָך געווען אין מיין דירה צי אונטערוועגנס אין שיל און איך הער אַ דונער וואָס איך האָב אין מיין לעבן נישט געהערט און האָט מיר אויפגעטרייסלט די ביינער. סך הכל איז עס געווען אַ יהא שמיה רבא פון עטליכע טויזנטע מענטשן געשריגן בכל כוחם. אויפן ערשטן טאָג יום טוב האָב איך געטראָפן נאָך עפּעס אַ פאַרלוירענער נשמה פון דרום אַפריקע, געוווינט אין ישראל און ער פאָרט פון דאָרט אַוועק וווינען אַנטוישט אַז ער האָט נישט זוכה געווען אַז דאָס לאַנד זאָל אים וועלן. איך בין געגאַנגן צום מוהרא"שס מנין און באַלד זיך אויסגעדרייט פון זען נאָך אַ רבי וואָס מען שטופּט זיך אַרום אים.

שפּעטער האָב איך געטראָפן וואָס מען רופט היינט אָטידי און מיט זיי האָט מען געקענט פאַרברענגן אויף יידיש. מיר האָבן געשפּעט פון די נאַקעטע לייבער וואָס האָבן זיך געטובלט אין דער טייך סמוך ונראה צום גרויסן שיל. ביי תשליך האָט עס אויסגעזען ווי כלל ישראל איז אַריין אין אַ טענצל. דער זון איז אונטערגעגאַנן איבער דעם אומאַנסקאַ טייך און דאָ הולעווען אַ חברה געשטריקטע יאַרמולקעס מיט קאַרלעבאַך און אַ פּאָר פיס אַוועק כאַפּן זיך אָן די הענט אַ גרופּע ווייסע זאָקן וואָס זענען גענוג אַנטוישט מיט זייערע סיסטעם אין דער היים אַהערצוקומען אָבער נאָך נישט גענוג צו קענען טאַנצן מיט יעדן. מוזן זיי האָבן זייער אייגענע קאָן, איווכײַן צדיקעם ייִראיִ ויִשמעכי ווישאָרעם....

באַלד נאָך יום טוב האָבן מיר די אָדיטיס למחצה לשליש ולרביע געשלעפּט צו ר' נתנס קבר (ר' נתן איז געווען מעין פּאָויל צו ר' נחמנס יעזוס) און פון דאָרט איבערנאַכט קיין מעזביז וווּ מען האָט געכאַפּט אַ סליחות און דערנאָך קיין באַרדיטשוב צו זינגן רבש"ע לאָמיר מאַכן אַ בייט אויף ר' לוי יצחקס ציון. ווידער האָט מיר געשטערט זייער אמונה. זיי זענען געווען עולי רגל און איך בין געווען אַ טוריסט. זיי האָבן זיך אָנגעוואַרעמט אין דער בעל שמס מקווה און מיר האָט געגרוילט ווי מען האָט פאַרשוועכט אַ שיינע צאַרטיקע שטעטל ווי מעזביז מיט אַ ברוטאַליסטישע בני ברקע געביידע.

אַהיים בין איך גקעומען מיט אַ פּאָר שיינע ניגונים וואָס איך האָב מיך דאָרט אויסגעלערנט. כל הנשמה תהלל יה, וידע כל פעול כי אתה פעלתו, אומאַן אומאַן ראש השנה און אויך דער ליד:

טייערע ברודער
לעכטיקע ברודער
ווען וועלן מיר זיך ווייטער זען?
ווען וועלן מיר זיך ווייטער זען?
אַז גאָט וועט געבן
געזונט און לעבן
דעמאָלט וועלן מיר זיך ווייטער זען
אַז גאָט וועט געבן
געזונט און לעבן
דעמאָלט וועלן מיר זיך ווייטער זען

דאָס איז אַלעס געווען מיט אַ היפּשע פּאָר יאָר צוריק. דעמאָלט האָט מען געזאָגט עס זענען דאָ אפשר אַכצן טויזנט און היינט קען שוין זיין אַכציק טויזנט אָבער צוריק בין איך נישט געווען. יעדער יאָר אַרום די טעג ווען עס טוט זיך אַ געפאָרעכץ טראַכט איך אפשר דער יאָר, איך האָב אויך צוגעזאָגט די קינדער אַז איך וועל נאָך מיט זיי אַמאָל פאָרן. דערווייל איז אָבער נאָך אַ יאָר און איך בין דאָ נישט דאָרט.

יום שלישי, מרץ 31, 2015

האיש מקדש ו’

האָבן מיר געהאַלטן ביי אַ שידוך אָדער נישט שידוך? עס איז שוין אַזוי לאַנג אַז איך קען שוין נישט מיטהאַלטן. אָבער דערציילן מהנעשה ונשמע ביי אונז איז מען פאַרדעם נישט פטור און צו דעם איז די מעשה אַזוי. דער איש מיינער עלטערט זיך אין פריידן און פון מקדש איז קיין זכר. ער וויל נישט, איך דאַרף נישט און מיין פרוי לאָזט זיך נאָך דערווייל. ובזה וואָלט איך געקענט מברכן על המוגמר נאָר ווי איר פאַרשטייט אַליין אַז ווען איך האָב בלויז דאָס צו זאָגן וואָלט איך דאָך נישט געשריבן ובכן וועלן מיר אַריבער צום אמתן תכלית השרייבן.

איז אַזוי. פון צייט צו צייט פרעגט מען מיר ווי אַלט מיין זון איז און ווען איך ענטפער אַז ער איז שוין מבן עשרים ומעלה שאָקלט מען צו אַזוי אַז דער קשיא שרייט פון זייערע געזיגלטע ליפּן. אַמאָל פרעגט מען מיר יאָ? נו בתמיה, און איך ענטפער, נו בניחותא. מאַכט זיך אָבער אַמאָל אַז מען וויל מיר עפּעס אָנטראָגן און איינס פאַר דער לעצטער מאָל איז געווען מוצאי שמחת תורה. דער עולם גוט ווינטערט זיך אין גרויסן, מיר רופט מען צו אין אַ זייט כמנהג השדכנים און איך ענטפער אַז איך בין נישט אינטערסירט. יענער מאַכט מיט די הענט, נו, אַז דו ביסט נישט אינטערסירט פאַרשטיי איך. כלומר ווען איך זאָל זאָגן אַז עפּעס טויג נישט מיטן שידוך קען ער זיך מיט מיר טענהן, און אָפּווענדן, און זיס מאַכן, און ווי אַ ריאַל עסטייט מעקלער קען מען מיר עפּעס אונטערריקן פון פּענסילוועניע און מען מזל וברכהט זיך נאָך איידער מען ווייסט צי מען האָט אַ מאָרגעז. אָבער אַז איך 'הער נאָך נישט' איז טאַקע נעבעך אויף מיר נאָר מיט אַ טויבער קען מען זיך נישט דינגן.

צו מיין מזל איז מיין זון לעבן מיר געשטאַנען און מסכים געווען על ידי. מיין פרוי האָט מען אויך עפּעס אָנגעטראָגן און איר האָט מען שוין מוסיף געווען אַז דער שדכנטעס מאַן דערציילט וואָס פאַר אַ פיינע רושם מיינע בחורים מאַכן אין שיל און מכוח זייערע כלומפּרשטע וווילע שמונה עשרהס וויל מען זיי צאַמפּאָרן מיט אַ מיידל. אָבער אַז נישט איז נישט.

דער בחור דערווייל מאַכט אַ חיים טובים. לערנען לערנט ער אין אַ ישיבה ווי אַ בחור, וווינען ווינט ער אין אַ דירה ווי אַ יונגערמאַן, וואָטסאַפּן וואָטסאַפּט ער ווי אין כּולל, פריי איז ער ווי אַ פויגל און די פאַרהייראַטע רופן אים אויף שבת צו אַ סעודה. וואָס פאַר אַ בעסערער גן עדן קען דען זיין. איי זיינע עלטערן נעבעך, דער פאָטער רעדט אים צו אַז שוין גענוג אין ישיבה און שוין צייט זיך איבערקלייבן אין קאַלעדז און דער מוטער בעט אויפן טאָג ווען ער וועט זיך אויפוועקן אַז שוין צייט פאַר אַן עזר כנגדו? איז די מעשה אַז ער איז שוין אין די יאָרן וואָס ער טוט ווי ער פאַרשטייט און מען קען זיך טענהן און קריגן אָבער אויף הייסן איז דער צייט שוין פאַריבער. פאַרשטייט איר שוין אַליין פאַרוואָס עס איז גאָר גוט זיי יונג חתונה צו מאַכן.

דאָס איז אַלעס ביי מיר, אָבער ווי איר פאַרשטייט אַליין, זענען מיר דאָך נישט אַליין אויפן וועלט. אַרום אונז טוט זיך מיט ברודערס, שוואָגערס, שוועסטערס, שוועגערענס, פלעמעניקס, פּלעמעניצנס. מען פליט און מען קומט, פון ישיבות און פון סעמינאַרן, און טאָג און נאַכט האָרעוועט מען דער אויף האיש מקדש און די אויף האשה נקנית.

אַמאָל מאַכט זיך אַז מען קומט ביי ר' קטלא זיך שואל עצה זיין און דאָס איז שוין נישט פשוט. מיינט נישט. ר' קטלא האָט ליב געבן אַן עצה און ווען דער שוואָגער הייסט אויפרופן אויף אַ מצווה טאַנץ זאָגט מען אויף אים "און איצט לאָמיר אויפרופן דעם פעטער חיים שיע \ וואָס נהנין ממנו עצה ותושיה \ קומט געט אים כבוד מלכים \ פונעם מה נשתנה דער גרויסער חכם \ שרייט הויך אַלע \ בואו ונצא לקראת כלה." די מעלה דערפון איז אַז טאָמער וווּנדערט איר זיך אמאָל וואָס מען וועט זאָגן אויף אייערע הספד איז הערט אויס וואָס מען זאָגט אויף אייך ביים מצווה טאַנץ. אַז דער בדחן בלייבט נישט שטיל קענט איר זיך באַרוהיקן אַז כולו חייב זענט איר על כל פנים נישט.

איז אַז מען קומט צו ר' קטלאן פאַר אַן עצה הערט ער אויס. כּלל גדול קא משמע לן, אַז מען קומט אייך פרעגן אן עצה איז דער ערשטער זאַך האַלט אייך איין און געבט נישט קיין עצה. לאָזט יענעם אויסרעדן און איירע מומחותשאַפט און ערפאַרונג האַלט אייך אין בויך. פשוט לאָזט ענדיקן. אָבער נאָך איידער מען האָט יענעם געלאָזט אָנהייבן זאָלט איר וויסן אַז ר' קטלא איז נישט ווי די וואָס הייסן קומען אַ צווייטן מאָל. נישט חלילה ווייל זיי ווילן נישט העלפן אַ ייד, און אוודאי נישט ווייל זיי ווילן מען זאָל זיי נאָכלויפן. עס איז פשוט אַז מען געט זיך אָפּ תיכף ומיד קען דער שואל מיינען, אַז דער משיב איז גאָרנישט אַזוי פאַרנומען ווי מען מיינט און אַז ער וואָלט געווען פאַרנומען דריי און צוואָנציק מיט אַ האַלב שעה אַ מעת לעת איז שטאַרק נישט מסתבר אַז פּונקט האָט מען אים געכאַפּט אין זיין פרייע האַלבע שעה. ממילא הא גופא אַז ער האָט צייט אַן עצה געבן איז אַ סיבה צו צווייפלען צי זיינע עצות זענען טאַקע אַזוי געראָטן.

ביי ר' קטלא איז אָבער אַן אַנדערע פּראָבלעם, ער ווייסט נישט וויאַזוי צו זאָגן ניין. אַז מען קומט פרעגן, וווּ ער שטייט נאָר שטעלט ער זיך און וויל הערן. ציניקער וועלן זאָגן אַז ער וויל פשוט הערן אַ נייע לשון הרע אָדער ער גלייכט דעם געשמאַקן טעם פון יענעמס אַ קלעם. ווייטער די מאמינים בני מאמינים וואָס גלייבן אין אַן עסקן וועלן זאָגן אַז זיין מסירת נפש איז אין לשער און עס איז נישט דאָ אַ שעה אין טאָג וואָס ער איז נישט גרייט אַוועקצוגעבן פאַר אַ ייד. און דער אַרמיי פון פּסיכאָלאָגן קאָויטשעס וואָס ווערן היינטצוטאָג נולד חדשים לבקרים וועלן זאָגן אַז דאָס איז פשוט אַ מיטל פון פּראָקראַסטינאַציע. אַ נייע, פרישע זאַך איז שטענדיק אינטערסאַנטער ווי דאָס וואָס מען האָט צו דער האַנט. זאָגט אויף דעם ר' קטלא: און וואָס איז דען? אַז משה רבינו און בלעם הרשע האָבן געמעגט פּראַקראַסטינירן מעג ר’ קטלא אויך זיך דאָס פאַרגינען.

מאַכט זיך אַז עס רופט מיר דער שוואָגער און ער זאָגט, קטלא טייערער מען טראָגט מיר אָן אַ שידוך פון ארץ ישראל און איך יישוב זיך צי איך זאָל אין דעם אַריינקוקן. ער פרעגט ניטאַמאָל אַן עצה אָבער די בעלי עצות פארשטיין שוין אַליין ווען עס פאַרלאַנגט זיך אַ פאַרשטענדליך וואָרט פון א קליגער ייד. ער האָט מיר נישט געגעבן קיינע פרטים איבער דער סחורה ווייל וואָס איז דען דאָ איבער דעם צו רעדן? אַ סחורה ווי אלע סחורות: נקבים נקבים חלולים חלולים גלוי וידוע לפניך און דער רעשט פאַרשטייט איר אַליין. די משפּחה זאָגט ער איז נישט אַ שלעכטער, די זאַך אַליין איז אַן אַכטער פון צוועלף קינדער, די פריערעדיקע מחותנים זענען נישקשהדיק און ער קלערט עס קען אַ זאַך.

ווי אליהו הנביא פאַר אחאבן האָבן מיר זיך תיכף ומיד אָנגעגאַרטלט די לענדן און זיך גענומען עוצו עצהן. שמעני אדוני, זאָג איך פאַרן שוואָגער, איך ווייס אַז לא איש בעל שידוכים אנכי, איך האָב שוין איינס מיט א האַלבן בחורים אין די יאָרן, נאָך איינער וואָס איז שוין באַלד אין דער רייע און איך וועל נישט זאָגן אַז איך בין אין די ענינים באַהאַווענט. אָבער אף על פי כן קוקן מיר זיך אום און מיר זען ווי דער וועלט פירט זיך און אַלץ אַן עצה טובה זאָג איך אַז אויף אַן ארץ ישראלדיקן שידוך האָט ער צייט. צום ערשט זוך דיר פון דער היים אָדער די שכינותדיקע שטעט, און אַז עס גייט נישט גיי אין אַ ווייטערער שטאָט אָדער קיין קאַנאַנדע. אַז דאָרט גייט אויך נישט איז דאָ ענגלאַנד און אַנטווערפן אָבער קיין ארץ ישראל האָסטו צייט צו גיין ווען אַלע ברירות זענען אויסגעלאָפן און כלו כל הקיצים.

דבר זה כתוב בתורה שנוי בנביאים ומשולש במזומנים. אברהם אבינו האָט געדאַרפט אַ שידוך און ער איז שוין געווען אין ארץ ישראל האָט ער געהייסן ברענגן א חוץ־לארצדיקן ווייב פאַר זיין עקידה צדיקל. יעקב אבינו האָט נישט געוואַרט אויף זיין פאָטער און איז אַליין געגאַנגן נעמען נישט איינס נאָר פיר חוץ־לארצדיקע מיידלעך. יוסף הצדיק האָט גענומען אַ מצרישע, משה רבינו אַ מדיניתטע, די בני ישראל האָבן זיך פאַרשמעקט אין בנות מואב און פון ארץ־ישראלדיקע שידוכים האָט קיינער נישט געוואָלט הערן.

איז לאָמיר דאָס מסביר זיין בטוב טעם ודעת. דער עולם מיינט אַז חסידישע ייִדן זענען אַלע די זעלבע. אַלע גיין אין שיל דריי מאָל אַ טאָג, אַלע גיין אין כולל נאָך דער חתונה, די פרויען גיין אַלע שייטלעך, מענער צוויי סאָרט בעקיטשעס, מיידלעך לויזע בלוזעס און פּאָויני טיילס, ייִנגלעך געקעסטלטע העמדלעך און גומי אויף די הויזן, איז וואָס איז דען דער חילוק צי רחוב ר' עקיבא, מייפּל אַוועניו אָדער פיפצן ביי דריי און פערציק? היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה, אַלעס זינגט דער זעלבער קה רבון און יום זה מכובד און מלאכי השרת מה לי הכא מה לי התם. איי דאָרט קויפט מען מילך אין אַ ליטר זעקל און דאָ קויפט מער אָראַנזן זאַפט אין אַ האַלבער גאַלאָן קאַרטאָן, נו וועגן אַזוינע דיפערענצן וועט מען צושטערן אַ שידוך? אפילו תשעה באב מעג מען ברעכן טעלער איז וועט מען זיך נעריש מאַכן איבער אַ געדיכטער אַקצענט?

דער אמת איז אָבער אַז מיר זענען פאָרט נישט דער זעלבער. מיר רעדן אַן אַנדערע שפּראַך תריסר משמע, וואָס איז ביי זיי יהרג ואל יעבור איז ביי אונז בדיעבד און וואָס ביי זיי בדיעבד איז ביי אונז אַ מצוות עשה דאורייתא. מיר ביי זיי זען אויס חוקות הגויימדיק אפילו אין בגדי שבת און אין אונזערע אויגן פעלט ביי זיי אַ בן־נחישן חן. אמת אונזערע שבת סעודות מיט די דיפּס האָבן זיך שוין היינט גאָרנישט צו שעמען פון זייערס אָבער, זאָג איף פאַרן שוואָגער לעבן, כולם אהובים כולם ברורים נאָר דו מיט דיין אשכנעזישער אָפּשטאַם מצד אחד און אָבערלענדער ייחוס מצד שני, געבוירן און אויפגעהאָדעוועט אין דער געשמאַק פון טומאת ארץ העמים מעגסט דו נאָך אַסאַך פּוקן און מוזלען עד יעבור עמך ה' עד יעבור עם זו קנית.

מיר האָבן מיט דעם אויסגעלאָזט ווייל דער לעצטער כלל פון עצה געבן איז אָפּצוזאָגן קורץ און נישט אַריינגיין אין וויכּוחים, נישט שפעטער פרעגן וואָס איז געוואָרן און אוודאי נישט, נו ער האָט מיך נישט געפאָלגט, ווען עס געלונגט נישט. האָסט מיר געפרעגט האָב איך דיר געזאָגט מיינס. איצט טו דיר וויאַזוי דו פאַרשטייסט און זאָל זיין בשעה טוב ומוצלחת.

יום ראשון, מרץ 01, 2015

למה רגשו ייִדן?

אַז איר דרייט זיך אויפן ייִדישן וועב האָט איר אוודאי געהערט פונעם פאַרקער. אין קאַווע שטיבל האָט מען אויסגעגאָסן אַ טעפּל קאַווע אין דעם עולמס פרצוף און דער עולם האָט צוריקגעשפּיגן. קיין קריסטן זענען זיי דאָך נישט. שלום בערגער האָט געזאָגט אַז זייערע פּאָעזיע איז קיין פּאָעזיע נישט, מיט אשר יצר דיכטעריי קען מען זיך, זייט מיר מוחל, אונטערווישן און אַז 'ויבא גם הקוגל להתיצב' איז מאַכט אַ ברכה אָבער רופט אייך נישט צוליב דעם קיין ספרא רבאס.

איך וועל נישט אַריינשטעקן מיין קאָפּ צווישן אַזוינע ריזן. מה אנו מה חיינו? מיר זענען נישט ראוי צו זיין אַ גרויס־האַנטיקער בוכשטאַבּ אין אַ ליד פון אי אי קאָמינגס און כל־שכן נישט אַ גראַם אין אַ מאָדערנער ליד און ממילא ווער בין איך צו זאָגן מבינות אויף די אָ תחכמוניס. אַלחריזי אַליין וואָלט נישט געקענט ערפונדן חרוזים ווי "אויך די פוס געבן אַ קראַץ/ווען איך ליג אויפן מאַטראַץ". ווייטער די קריטיקער, דאָס איז דאָך אַ פלוגתא פון הלל ושמאי און פון די מלחמות פון שמואל הנגיד. אויף אַזוי פיל אַז מיר זען אַזוינע ריזן הייבן אויף די פּענעס שטיין מיר אין אַ זייט און קוועלן אַז עס גיסט זיך טינט נישט בלוט און אַז די געדערעם ווערן צופּלאַצט איז עס סך־הכּל פון אַפּאָר לכאורהדיקע אומגעלימפּערטע שורות.

נאָר וואָס דען? דער עולם וויינט ביטערע טרערן: הבה לי קאָנסטרוקטיווע קריטיק בעטן זיי. זיי קענען פאַרנעמען שאַרפע ווערטער און קרומען מיטן נאָז בתנאי אַז עס איז אַ סתירה לשם בנין. סתם איינצווואַרפן איז אפשר גוט אין 'ראָדני' אין דער 'קאַלטע און הייסע בור' ערב שבת נאָכן שקיעה, אָבער די האַקלע שותי קאַווע דאַרף מען באַהאַנדלן צאַרטיק ווי אַ מלמד ווען ער זאָגט עדות אויף די קינדער פּורים נאָכן טשעק.

צו אַ נישט משלנו קען זיך הערן דער מושג פון קאָנסטרוקטיוויע קריטיק ווי טרוקענע רעגן אָדער וואַרעמע שניי און פאַרדעם זענען זיי טאַקע נישט משלנו. מיר ווייסן אַז קריטיק צייגט מער אויפן קריטיקער ווי אויפן קריטיקירטער, אַזאַ בא ללמד ונמצא למד. אוסער דעם איז עס איינגעוויקלט מיט חששות פון הלבנת פני חברו, שפיכות דמים, לשון הרע און רכילות און וואָס איז אין דעם דען דער נוצן. איר ווילט מתקן זיין, געזונטערהייט, איז זאָגט וויאַזוי. און וויפל האָט איר שוין אַריינגעלייגט אייערע אייגענע פינגער אין קאַלט וואַסער אַז איר זאָלט קענען רעדן? אָבער סתם קריטיקירן לשם קריטיק, דאָס איז אַן עקלהאַפטיגער מדה און נישט וואָס אייניקלעך פון אברהם אבינו, רחמנים, ביישנים און גומלי חסדים באנוצן זיך דערמיט.

ממילא וועלן מיר טאַקע זיין קאָנסטרוקטיוו און אָנהייבן מיט געבן דער צבור דיכטערס אַ ציפּ אין בעקל. איר האָט משים געווען לילות כימים און מחדש געווען לידער און שירים און פּזמונים און חרוזים און פיוטים און יוצרות און קיין סילוק קומט זיך פאַר אייך דערפאַר נישט. ווי חלוקת הפרסים ביים סוף זמן קומט יעדן באַזונדער אַ קב הישר פון דעם לעצטן דרוק: דעם פאַר שמירת הזמנים, דעם פאַר התמדה, דעם פאַר פרעגן גוטע קשיות און דעם פאַר נישט שטערן. כל העדה כולם קדושים און דער לעצטער זאַך וואָס די מלומדי מכות פון מלמדים און מגידי שיעורים דאַרפן איז נאָך סאַרקאַזם און שטעך־ווערטלעך. אַ גרויסע גדולה שלום בערגער קען שרייבן, די קשיא וואָלט געווען ווען ער זאָל נישט קענען. אָבער אונז אַז מיר קענען באַוועגן אַ פּענע איז עס שוין פון די עשרה נסים שנעשו לאבותנו. מיר האָבן זיך איטליך אַליין אויסגעלערנט און לפום צערא אגרא.

דאָס איז פאַר די יחידים. פאַרן ציבור ווייטער, צו זאָגן אַז מיר פאַרשטיין נישט צו פּאָעזיע ווייל מיר לייענען נישט איז פשוט מוציא לעז צו זיין אויף אַ קהלה קדושה בישראל. וואָס הייסט? מיר שטיין אויף באַלד דריי וואָכן אַ יאָר אין די פאַרטאָגס שעות פּשוט צו זאָגן שטיקלעך פּאָעזיע נאָכאַנאַנד. מען שטייט אויף די פיס אַריינצוכאַפּן אַ גראַם נאָך גראַם, מען מאָלט אויס פּסוקים, מען קייט דורך מדרשים, מען שלינגט ווערטער שפּילן און האַרט פאַר תקיעת שופר אויף מוצאי יום הקדוש דערגרייכט מען צום דער תכלית השלימות פון גאַנץ מסכת פּאָעזיע מיט "יהי רצון מלפניך שומע קול בכיות\שתשים דמעותינו בנאדך להיות."

איי וועט איר מיר פרעגן אַז תשעה באב זאָגט מען אויך אָן אַ שיעור גראַמען און דעמאָלט זיצט מען אויף דער ערד און עס דערקענט זיך נישט אַז מיר ווערן אימפּאָנירט פון די חרוזים כאָטש יעדער פינפטער שורה איז עיני עיני יורדה מים. גאָר אַ גוטע קשיא. נאָר וואָס דען, תשעה באב ליינט מען אויך איכה און ירמיהו הנביא האָט נישט געקענט דער סוד פון קאָנסטרוקטיווע קריטיק. שטענדיק איז ער געווען פּעסימיסטיש און נעגאַטיוו און נישט אויפגעהערט צו קלאָגן און קוים האָט ער אַריינגעשטעקט איין השיבנו ה' אליך ונשובה איז חזרט מען עס איבער צוויי מאָל. ממילא איז צו פאַרשטיין אַז עס נישט דער סאָרט קריטיק וואָס מיר קענען אַזוי לייכט פאַרדייען.

איז לאָמיר צוריק גיין צו וווּ מיר האָבן געהאַלטן. אל גנת אגוז ירדתי און אַנשטאָט צו נישטערען פאַר אַ שושנה בין החוחים וועלן מיר אָנהייבן מיט אַ קיימא לן אַז כולם אהובים כולם ברורים און כולם מיט אַ טעם און אַ גראַם. די גראַמען מוזן אַלע האָבן הענט און פיס ווען יעדער איטליך איז פאַרפּאַסט מיט אַ משקל פון שתי ידות און אַ פּענטאַמעטער פון צען פיס? בלויז דאַרף מען אָנקומען מיט אַ חסידישן טעם אין מויל און דער טאַלענט און עילוישאַפט וואָס ליגט דאָ פאַרשטעקט וועט זיך באַלד צושפּרייטן ווי קטורת.

אָנצוקומען אָבער צום חסידישן טעם מוז מען פאַרשטיין מאין באת. דער חסיד איז געגאַנגן אין חדר וווּ דער נענסטער ער איז אָנגעקומען צו פּאָעזיע איז געווען אין פרשת תצוה ווען דער רבי האָט געלערנט, ועשית לאהרן ולבניו כָּכָה/ככל אשר צויתי אותָכָה. אַמאָל ווען ער האָט געזאָגט תהלים פאַרן דאַווענען האָט ער אפשר אויך באַמערקט, הסולח לכל עונכי/הרופא לכל תחלואיכי/הגואל משחת חייכי און באַלד איז אים איינגעפאַלן אַז דוד המלך האָט אויך נישט געקענט דעם חסידישן טעם. ווייל ווען יאָ וואָס געט ער זיך אַ האַק אָפּ מיט המעטרכי חסד ורחמים? נער איינער, כדי צו גראַמען האָסטו גדאַרפט שרייבן חסד ורחמים המעטרכי.

דו נישט דען ווייסט
אַז אויב אַ בדחן דו הייסט
ביי גראַמען די ווערטער מען מוז פאַרדרייען
ווייל ביי ותשבחות שירות מוקדם ומאוחר אין?
ווען צו פּאָעזיע דיין גאַרטל ווילסטו זיין מְשַנֵס
צום ערשט די ווערטער מוזטו טון מְאַנֵס
צו שניצלער מכאלס סי דיס דו נישט געהערט האָסט?
איז ר' דוד המלך וויפל וואָלט 'חסד ורחמים המעטרכי' שוין געקאָסט?
כדי דיין תהילים האָבן זאָל אַ ייִדישן טעם
איז תחלתו באונס וסופו בגראַם

דער קריטיק וואָס קומט איצט מחוץ למחנה און האָט נישט זוכה געווען צו אונזער שמאָגאַרסבאָרד פון טעמים מוז לכל הפחות נעמען אין באַטראַכט אונזער האַנדיקאַפּס וואָס אפילו הערן בדחנים ביי פיפצן שוועסטערקינדערס חתונה ביז פיר פאַרטאָגס קען נישט אויסהיילן. ממילא סיי דער וואָס שרייבט פּערלווערטער ווי 'אויפן טרעין\געזען' און סיי דער פאַרפּאַסער פון 'צום סוף בין איך אַזוי פּיסט־אָף' און אוודאי די וואָס שרייבן יוצרות ווי 'כ"ד שעות העונה\והוא בן אשה זונה' דאַרף מען נאָך זיי אלע גלייך זאָגן, ובכן לך תעלה קדושה.

ווי די קריטיקער פונעם קריטיק האָבן שוין מבאר געווען באריכות, צו קריטיקירן חסידישער פּאָעזיע קען מען נאָר אַז מען איז אַליין אַ חסיד. און דאָס שטעלט זיך נישט אָפּ ביי פּאָעזיע. פאַרגלייך נישט אונזער מייסטער קיבאָרד חתונה מוזיק שפּילערס צו אַן אָרקעסטער ווייל חסידישער מוזיק האָט זיך איר סיסטעם פון שפּילן. אונזערע בעלי דרשנים זענען נאָך אַזוי טאַלאַנטירט ווי אָבאַמאַ און רייגן צוזאַמען נאָר אונזערע טעם איז גפרית ומלח. טשולנט און שניצל זענען אויך נאָך אַזוי גוט ווי דער בעסטער קוזין פון פראַנקרייך אָדער טיילאַנד, מים חיים פּאַקט איין קאָויקע קאָוילע, דער דזיקעווער לכה דודי איז שענער ווי א באַך קאַנטאַטאַ, אונזערע מרדכי און אסתר פאַרשטעלערייען האָבן זיך גאָרנישט צו שעמען פאַר די מאַרדי גאַרס און ריאָוי קאַרניוואַלן און דער באָבאָווער יוסף הצדיק שפּיל איז אַזוי גוט ווי שייקספּיר און לכל הפּחות ווי אַרטור מילער. און אַז איר האַלט אַנדערש, איז עס ווייל איר פאַרשטייט נישט צום חסידישן טעם פון לידער וואָס נעמט דער אצבע אלקים און שטעקט עס אַריין אין דער אויער און אין דער נאָז. 'אַסאַך גרינגער \ ווען מ'נוצט אַ פינגער.'

און אַזוי קומען מיר אָן אַז צו פאַרשטיין דעם טעם גן עדן פון "גרויסע סיינס פּאַרענטשעס הויכע שטאָקן\טויזענטער חסידים קיען און באָקן" מוז מען האָבן געגאַנגן אין חדר ביי די דריי אין אַ טלית, געוואָרן אַריינגעזינגן ביים בר־מצווה דרשה, געכאַפּט שיריים ביי די זעכצן און געזאָגט 'הרי את' ביי די אַכצן אַ האַלב. אַזויווי דעם טעם שבת וואָס אפילו דער רוימישער קיסר האָט עס נישט געקענט דערטאַפּן דאָס זעלבע מוז מען האָבן מיטגעמאַכט אונטערן רביס קאַנטשיק כדי צו פאַרשטיין אַז אין לידער מיט מער טרערן ווי ביי די אָסקאַרס ליגן מער טעמים ווי אין דער מן.

נאָר איין קליינער שוועריקייט האָב איך. אויב אַזוי אַז דאָס איז גאָר אַ חסידישן טעם הייסט עס אַז מען גייט דאָרט וווּ בלויז חסידים פאַרזאַמלען זיך וכל זר לא יקרב, ווי אין אַן אמתן קאַווע שטיבל אָדער אַ מקווה, ביים רבין אין וואַרט צימער, ביי שלש־סעודות נאָך בני היכלא און דאָרט ברענגט מען אַפיר דעם גן השושנים, דאָרט וועלן די חסידים זיך אַזוי פּאַסמאַקעווען אַז זיי וועלן מפסיק זיין פון די הערינג און לויפן אַריינכאַפּן "דרא דייסא ודירה," "שטות שיטא ושיטין" און "הלצה צהלה הצל." זיי זענען דאָך די אמתע חסידים און אַז זיי שפּירן נישט אין דער גן השושנים דער אור הגנוז וואָס איז דאָרט נגנז געוואָרן לצדיקים איז ווער יאָ?

נישט ממש, וועלן זאָגן די פאַרטיידיקע. וואָס זיי מיינען איז אַז דער מתיקות דערפון איז לויט די מושגים פון אונזערע גראַמן און בלויז לפי דעם איז עס מתוק מדבש. דאָס הייסט אַז אָנצוקומען צום אמתן טעם מוז מען געהערן צו א סובּקלאַס פון חסידים וואָס דער שטיבל איז זיי צו הייליג און איי וועלט צו פרום, אָבער מאידך צום פּאָסט מאָדערנע תוהו ובוהו זענען זיי נאָך נישט אָנגעקומען און זענען גענוג פרום אַז פרייע ווערסע איז זיי נאָך פריי. און אין יענעם בין־השמשותדיקע שטיבל וואָס איז נישט אַהין און נישט אַהער דאָרט דעת אלקים תמצא. דאָרט וועט איר שפּירן דעם פאַרגעניגן פון, 'וועש זי לייגט צוזאַם\אָדער זיצן דערויף סתם.'

*

אמר המשורר 'זכור קודם התירוצים' און לאָמיר שוין עפּעס טועם זיין די שושנים. אין אמתן געזאָגט איז דאָ פון זיי וואָס מען הערט אַ האַרץ אפילו אַז עס שרייט נישט אַרויס כאן צריך להוריד דמעות. דער באַלאַד מיטן אָנהייב "זיין נאָמען איז הערש לייב/ער ליבט גאָט מער ווי זיין ווייב" איז דירעקט און מאַכט זיך אויפזעצן באַלד ביים אָנהייב. אפילו דער בעל מחבר פון די אויבנדערמאַנטע 'פּיסט־אָף' פירט אויס מיט שורות וואָס זענען זיכער נישט ראוי לגניזה. נאָך זיין פרוי זאָגט זיך אָפּ פון דער 'מצווה' אויף ניטל נאַכט,

איך הער אַ 'ניין' מיט אַ פּנים אַ שטערנגן
זי וויל נישט נאָך אַ יוזל אויף דער וועלט ברענגן...
אוי חנוכה, אַ יום־טוב א געמיינע
ווייל אפילו מיין אייגן ווייב איז נישט מיינע.

דער 'שיר החסידים' פּאַסט שיין אַריין אין דער השכלה זאַנער און פון דער באַלאַד 'טב למיתב ארמלו' וואָלט מען געקענט מאַכן אַ מענטשלעכער קאַנטרי אַנד וועסטערן ליד. ווייטער, אַסאַך פון די לידער האָבן אַ פּאָטענציאַל אָבער פאַרטרענצלען דער געלעגנהייט. טשעכאָווס מימרא, דערצייל מיר נישט אַז די לבנה האָט געשיינט, ווייז מיר דער בלוטשקעטיקע לעכטיקייט אויף אַ צעבראָכענעם גלאָז, וואָלט מען געמעגט מער איינחזרן. אַז דו ווילסט אונז מיטנעמען אין 'סטארבאקס' מיט אַ חסידישן טעם איז דערצייל פון דער פחד פון די גרויסע פענצטערס מיט אַ טעפּל חלב עכו"ם (און אפשר אויך אַ מאָפין) ווי איידער 'געענדיקט טרונקן, כ'זע\כ'וואַרף אין מיסט\העוו עי נייס דעי\כ'שאָקל פּוסט.'

וועט איר פרעגן, אָבער דער קריטיק זאָגט דאָך פאָרט אַז זיי טויגן נישט, וועל איך פאַרענטפערן ווי אַ חסיד. עס האָט דאָך יעדער געוויס געהערט פון דעם בעל שמסקער פּאַסטיך וואָס מיט אָפּזאָגן דער אלף בית האָט ער מער אויפגעטון ווי די קדושי עליון מיט זייערע כוונות און כן הדבר הזה. עס ליגט דאָ פאַרשטיקט טאַלענט און דאָס אַז עס קען נישט געהעריק אַרויסקומען איז אַ חלק פונעם גלות. נישט נאָר 'און גאָט האָט געשוויגן,' נאָר אונז איז אויך שווער צו רעדן ווייל די קול ווערט דערשטיקט פון כליפּן אַזויפיל טרערן. און פאַרדעם טאַקע הזורעים בדמעה בגראַמען יקצורו.

טאָמער איז דאָס שוין עטוואָס צו נעגאַטיוו וועלן מיר צוריק דרייען. מיר דאַרפן זאָגן בקול רם און שטאָלץ. חסידישע סטאַנדאַרטן זענען די לידער וואָס מען דינגט פייטנים צו שרייבן אויף צו באַהעפטן צו דער כלהס מחזורים און צו דער צוקונפטיקער שווער און שוויגערס משלוח מנות און דער וואָס האָט נישט גענומען אַ שניר זאָל זיך האַלטן דער נאָז. איי עס איז פאַרעיפּושט, נו און אַ פלפול משלב צו זיין יע"ל קג"ם איז דען נישט סיי ייאוש און סיי שלא מדעת? נאָר דאָס איז דער חסידישער דרך. 'זיי מוותר\קל מסתתר' און קל מסתתר זינגט מען אויך דער זעלבער אַ פּאָר הונדערט יאָר.

הא גופא זענען די מעלות פון די יידישע קינדער. ביי אונז איז אשרי יושבי ביתך און מיר רירן זיך נישט. עס דאַכט זיך אַז מיר מאַכן ויסעו און ויחנו אָבער למעשה אין פערציק יאָר האָט מען געמאַכט אינגאַנצן מ"ב מסעות און סך הכל זיך גערירט אפשר הונדערט מייל. רביס זאָגן די זעלבע בחינות און ענינים ווי זייערע זיידעס און עלטער באַבעס, וואַרפן צאַם גימטריאות און ראשי תבות וואָס איז שוין פאַר הונדערט פופציק יאָר אויך געווען אויסגעדראָשן, דער וועלט איז מחדש חדשים, פליט צו דער לבנה, ערפינט היילונגן צו מחלות און וואַקצינירן צו ווירוסן, טעכנאָלאָגיע צובליט זיך אַז ניטאַמאָל חז"ל האָט זיך געקענט דאַכטן וואָס אפילו ביי קינדער איז היינט נישט קיין חידוש, און מיר קוועטשן ווייטער אויף אַ ר' עקיבא אייגער און אַ ר' חיים. פאַרשטייט זיך אַז ווען רבי עקיבא אייגר וואָלט געפרעגט און פאַרענטפערט קושיות ווי רבינו תם וואָלטן מיר געהאַט נישט אַ צווייטן רבינו תם און נישט אַ ר' עקיבא אייגר, און ר' חיים איז אויך נאָר געווען ר' חיים ווייל ער האָט מחדש געווען אָבער מיר האָבן אויך מחדשים. דער וואָס פאַרשטייט צום אמתן טעם שפּירט עס אין אַ נטעי גבריאל.

מיר בויען גראַנדיעזע געביידעס און דערנאָך צושלאָגט מען זיך וועלכע זין צי איידעם זאָל עס ירשנען אָבער אַז איר וועט צווייפלען איבער דער אַרכיטעקטור איז עס אויך ווייל איר פאַרשטייט נישט צום חסידישן טעם פון באַדע־צימער מאַרמור אין יעדער בית המדרש. און אַזוי איז ביי פּאָעזיע אויך. מיר פאַרשטיין צו גראַמען. אַז איר דינגט אייך איז פאַרשטייט איר נישט צו אונזער וועלט. ווייטער אונזער וועלט אַליין פּאַסמאַקעוועט זיך מיט קאָפּ און טאָפּ, פיש און טיש, קידוש און חידוש און אפרים מיט לחיים.

ובזה אגלה לך סוד כמוס וואָס דאָס איז דער סוד פון אונזער קיום און דאָס מיינט דער פסוק, כי לא תשכח מפי זרעו. פון אינדערפרי ביז ביי נאַכט זענען מיר פאַרטון מיט דאורייתאס און דרבננס, מנהגים און ענינים, שולחן ערוך און נושא כלים. יעדן ריר איז ביי אונז מיט אַ סימן און אַ סעיף און אַ סעיף קטן פון וויאַזוי זיך צובינדן די שיך ביז ווען זיך אויסצוטון די הויזן. ווען עס קומט אָבער למעשה ווייסן מיר אַז אַ שקיעה איז נישט אַ שקיעה טאָמער האַלט מען רבינו תמס זמן, לא תגנוב קען מען מיקל זיין בדיעבד, רציחה איז נישט כולי האי אַז דער רבי האָט עגמת נפש און דינא דמלכותא איז גוט פאַר וואַשינגטאָן הייטס. דער עיקר איז נאָר אַז דער היט איז צוגעפּאַסט און מען טיילט אַ שיינע נתינה ביים רעסעפּשן פאַר רבי ר' מיילכס אַן אייניקל. און אַז דער געלט איז סעקשן אייט צי אַנדערע חזירייען איז והוא רחום יכפר עוון און מתן בסתר יכפה אף.

און אַזוי איז אויך ביי די גראַמען. אינערווייניק דאָרט וווּ נאָר מיר קענען זען מעג מען פאַרגוואַלדיקן די שורות, מהפך זיי בקערה און איבערדרייען די יוצרות. און אַז עס טוט וויי דער אויער, נו און ווען מען מאַכט אַ שבע־ברכות זאַל אין דער שכנות איז דען יאָ באַטעמט? דער עיקר איז נאָר אַז אינדערויסן איז מען מקפיד על קוצו של גראַם. וועלכע שטראָז מיר האָבן גענומען אָנצוקומען צום גראַם און וויפל היתירים מיר האָבן דערצו געמאַכט איז נישט קיין חילוק. מיר זענען שולחן ערוך ייִדן און אַז אונזערע מסורה זאָגט גראַם לא נטה ממנו ימין ושמאל.

און דער וועלט מעג זיך טאַקע רירן ווייל וואָס האָבן מיר דען מיט אַ וועלט וואָס איש כל הישר בעיניו יעשה? דער וועלט רופט מאָלעריי אַ קאַטשקעריי וואָס אַ פינף יעריג קינד מאַכט אויפן שבת צעטל און מיר מאַכן הערלעכע בילדער פון אַ וואַסערפאַל מיט א לאָמפּ וואָס זעט אויס אַזוי עכט ווען עס הענגט פאַר נוי סוכה. איז זאָגט איר מיר וועלכער איז קונסטלעך און וועלכער קען אפילו אַ שיכור מאַכן נאָך ד' כוסות? דער וועלט האָט אויך משוגענע ביכער אָן אַ מעשה, אָן אַ בראשית ביים אָנהייב און אַ חזק חזק צום סוף בשעת ווען ביי אונז הייסט דערציילט דערציילט. הייבט זיך אָן מיט אַ מעשה שהיה און איז קאָנסטרוקטיוו מרישא ועד סיפא. די שונאי ישראל האָבן אַ מפלה, די צווייפלערס קומען צו צום אמת און ליהודים היתה אורה. און דער זעלבער ביי מוזיק. זאָל זיך שונבערג משוגע מאַכן מיט אום־טענער און מיילס דייוויס מיט זיינע בלאָזערייען אָבער מיר ווייסן אַז אונזערע אַריינזמענטס זענען ממש דער שיר שהלויים היו אומרים. און דער וואָס מיינט אַז ראַפּ הייסט געזינגן האָט זיך נאָך נישט דערקוויקט ביי כי השביע נפש שוקקה. דער עירוב פרשיות פון פּאָסט־מאַדערניזם איז נישט יידיש און איז אַ סימן ווי דער פסוק זאָגט ביים מבול, כי השחית כל בשר את דרכו. און פאַרדעם דער וואָס פאַרשטייט נישט דעם טעם און אַ ד' בבותדיקע ניגון זאָל נישט קריטיקירן חסידישער פּאָפּ.

און אַזוי אַרום קומען מיר צום אחרון אחרון חביב אָדער אפשר גאָר תחתון תחתון חביב. אייגנטלעך פון צווי תחתונס קען מען דאָך מאַכן איין תחתונים. מיר רעדן פאַרשטייט זיך פונעם אַכפּערונג צום בית הכסא און ווי די משנה וואָלט געקענט זאָגן, שואל מפני הרעי ומשיב מפני (בית) הכבוד.

צו זאָגן אַז דאָס איז אַ קונסט אַרבעט איז אַ בזיון ווייל דער באַרימטער גראַמער וואָרדסוואָרט האָט נישט אויפגעטון פאַר אַן עולם געלע נאַרציסן וואָס אונזער משורר בחסד עליון האָט מחדש געווען אינעם אָרעמען בית הכסא. פאַרשטייט זיך אַליין אַז צו זאָגן אַז דער בית הכבוד איז פאַרן 'חסיד זיין היים' איז אַ גוואַלדיקער קאָמפּלימענט און ווען נאָר שלום וואָלט דאָס אָבזערווירט ווי איידער צו זאָגן אַז זיי פאַרשטיין נישט צו פּאָעזיע וואָלט געווען שים שלום און שלום רב צוזאַמען באהבה ובאחווה וברעות.

דער וואָס כאַפּט נאָר אָן דאָס קונטרסל שפּירט באַלד דער ריח ניחוח און ער נישטערט און בלעטערט און מישט ביז ער קומט צום מקור. באַלד מאַכט ער שעשה לי נס און אַ שהחיינו אַז פון אַ גרף של רעי איז געוואָרן אַ בורא מיני בשמים. ווער רעדט נאָך די חכמה פון די שמות נרדפים ווי, 'און אונטער מיר שיטן זיך ווייטאָגן'. און ווען מען אַנאַלאַזירט דאָס טיפער זעט מען אַז דאָס איז נישט אַנדערש ווי אויפן משקל פון יתד ושני תנועות. ויתד תהיה לך על אזנך והיה כשבתך חוץ, און די שתי תנועות דאָס זענען די 'באַויעל מאָוומענטס' פון דעם יושב על הדף היומי און זינגט אנעים זמירות פון זיין פי הטבעת.

לאָמיר ענדיקן מיט אַן אייגנס. ומנותר קנקנים, פון דער שארית הפליטה פון די טעפּלעך קאַווע, נעשה נס לשושנים, וואָס בלויז די בני בינה קבעו שיר ורננים. ווייטער מיר וואָס בעטן נאָך ביי אתה חונן זאָגן, חשוף זרוע קדשך וקרב קץ הישועה.

יום שני, ינואר 19, 2015

אם בהמה אם איש ד’ – גם הצאן והבקר אל ירעו

האַלטן מיר שוין ענדלעך ביים אסיפה גדולה. זה היום עשה ה'. די פּאָליציי זענען דאָ באלפיהם, די עסקנים מיט זייערע ביפּערס און געלע דזאַקעטן ברבבותיהם, כלל ישראל זיט, מאַנהאַטן האָט זיך פאַר זיי אָפּגעשטעלט און די אומות העולם פון סיאַטל ביז מיסיסיפּי שטוינען כמה גדול כוחה של תורה. מען שאַפט ב"ה אַ מצב, נאָך אַביסל וועט קלינגן אַ שמע ישראל וואָס אַ ייִדיש האַרץ וואָס ווערט דערפון נישט אויפגעלאָזט איז אַ ספק צו עמדו רגליו ביים רבינס שלש־סעודות און באַלד דערנאָך גייט מען באַזוכן די לינקס זיך צו דינגן וויפל מענטשן עס איז געלונגן צאַמצושלעפּן.

רבותי, לא עת האסף המקנה, עס איז שוין צייט צו טעסטן די מייקס און מיט אַ חרדת הקודש און מיט אַ יראת הכבוד וועלן מיר איצט אויפרופן דעם נואם בחסד עליון, פה מפיק מרגליות, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, איש האשכולות, כל רז לא אניס ליה, שרים ורוזנים משכימין לפתחו, רויטע לעמפּ טוישן זיך פאַר אים צו גרין, ערשטער קלאַס איז פאַר אים אַ חילול השם און אָן אַ פּריוואַטע פליגער וועט ער זיך נישט הייבן, רעכט אָפּ גלות זימער נאָך זימער, פזר נתן לאביונים, קיין פּרוטה נעכטיקט ביי אים נישט און אויסער אַ העליקאָפּטער צו ר' שמעונען איז ער נישט נהנה פון עולם הזה כמלא נימא. מורי ורבותי תנו כבוד לתורה, דער וואָן אַנד אָוינלי קטלא קניא!

ששששששששששששש, מען בעט דער עולם נישט קלאַטשן, מען זאָל שטיין מיט דרך ארץ און נישט מאַכן אַ חילול השם. מען גייט שוין דאַווענען מנחה.

הנני העני ממעש וכו' וכו'. ווי דער יושב ראש האָט שוין מאריך געווען באריכות און ווי מען האָט שוין פריער געזאָגט זה היום עשה ה'. מיר זענען זיך היינט צאַמגעקומען מאַכן אַ גרויסע תקנה וואָס זייט די אַכצן תקנות אויפן בוידעם ביי חנניה בן חזקיה בן גרון האָט מען נאָך אַזאַ תקנה נישט בייגעוווינט. אפשר אַ גוזמא, נאָר זייט עזרא האָט געהייסן לייענען מאָנטיק און דאָנערשטיק און די ווייבער זאָלן זיך פּערפומירן און די מענער גיין אין מקווה האָט מען זיכער אַזוינס נישט געהערט.

דער טשערמאַן האָט געזאָגט לא עת האסף המקנה און מיר ווילן דווקא יאָ איינזאַמלען די רינדער. לאו דווקא רינדער נאָר בהמות חיות ועופות בכלל און מעג אפילו זיין בשר ודגים אויך. און, מורי ורבותי, טאַקע פאַרדעם זענען מיר איצט דאָ. מיר זענען געקומען מתקן זיין אַז יעדער ייִדישער שטיב וווּ עס געפונען זיך יידישע קינדער זאָל זיין אַ בהמהלע אָדער אַ חיהלע. מעגן זיין אַ קאַץ אָדער אַ הינט, אַ קאַנאַריק צי אַ האַמסטער, אַ פישל אָדער אַ מייזל, אָ קראָליק אָדער אַ געקאָוי. יהיה מה שיהיה אָבער ביי יידישע ייִנגלעך און מיידלעך זאָל זיין כי אין בית אשר אין שם פּעט.

שׁאַאַאַאַאַאַאַ שׁאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַ. דרך ארץ! שטיל זאָל זיין.

עולם, לאָזט מיך נאָר אויסרעדן אַפּאָר קורצע ווערטער און דערנאָך וועט איר אַליין זען הכּנים דברי אם לא. אַז ייִדישע קינדער וועלן האָבן פּעטס וועלן זיי זיך באַלד אויסלערנען אַז מען קען ליבן און ווערן געליבט אָן אַ חשבון. דער רבי מאַכט קולות, דער טאַטע וויל פאַרהערן, די מאַמע פּרעגלט שניצל און אַ בהמהלע איז שאַ שטיל. טשעפּעט נישט, וויל נאָר עסן, אַ גלעט, אַ קיצל, שטינקט אָן אַביסל און גייט זיך ווייטער. מען דאַרף אויף דעם נישט פרעגן אין וועלכער חדר עס גייט, אויסמעסטן די פאות, זיך וווּנדערן צי שבת גייט ער אַ ווייסער העמד און זי מיט ווייסע טייטס, צי זיין קאַפּל איז ריין שוואַרץ אַדער מיט פאָרמען, פון פיר שטיקלעך אָדער זעקס, מיט אַ ראַם אָדער 'רימלעס'. עס אינטערסירט ניטאַמאָל צי עס איז אַ ייד אָדער גאָר אַן אונזערע סאָרט ייִד. עס איז אַ בהמהלע, אַ פייגעלע צי אַ פישל, גאָטס באַשעפענישט, ברויך נאָר עסן און אַביסל וואַרעמקייט און געט נחת מיט אַ שפּרינג, אַ שווים, אַ האַף אָדער אַ לעק.

מיינט נישט רבותי אַז איך מאַך מיך אַ תם און איך ווייס נישט אַז ייִדישע קינדערלעך אַנטלויפן פון הינט אַ מייל און אפילו אַ קעצל איז קיוט בלויז פון דער ווייטנס. מיר פאַרשטיין אויך אַז ייִדישע מאַמעס וועלן זאָגן "פעכי" און "איכי", "סע שטינקט" און "איים נאַט האַווינג איט אַן מיי קאַרפּטעט". זיי וועלן חושש זיין אַז עס קען זיך אַריינכאַפּן אין דער טשיינע קלאָזעט, עס וועט לאָזן מאַרקס אויף דער סיראַמיק פּאָדלעגע, עס וועט מאַכן אויפן פאַטעל און קען חלילה פאַרקניפּן די פראַנזן פון די טעפּעכער. די טאַטעס וועלן שרייען עס איז טמא, די רביס וועלן מאַכן געוואַלדעס אַז עס פולט אָן די קינדערס קעפּ מיט שטותים און די רבנים וועלן שטורעמען אַז עס איז נישט אַ סגולה צו יראת שמים. די חינוך עקספּערטן וועלן אוודאי אויך האָבן אַ מיינונג אויף וויאַזוי מען קען מטהר זיין די שרצים אויף אַ תורהדיקן שטייגער בק"ן דאָלער אַ שעה.

אָבער מורי ורבותי, טייערע יידישע קינדערלעך, די משנה זאָגט הוי מחשב שכר מצוה כנגד הפסדה און איידער מיר שליסן זיך דערפון אויס דאַרפן מיר אויסרעכענען וואָס מיר שטיין דאָ צו פאַרדינען, און אָט דאָ מורי ורבותי קומען מיר צום פּינטעלע, צום חוט השדרה, צום בריח התיכון. אַז ייִדישע קינדער וועלן האָבן פּעטס וועלן זיי פאַרשטיין אַז עס עקזיסטירט אַ מצב אשר הוא לא יום ולא לילה. נישט מילכיק, נישט פליישיק און אפילו נישט פּאַרווע. נישט ייִדיש און נישט גוייש. פּשוט עפעס אַנדערש וואָס דער חדר, דער חומש און משניות געבן זיך מיט דעם נישט אָפּ.

מיר רעדן פון אַ בהמהלע צי אַ חיהלע וואָס מען דרינגט דערפון גאָרנישט אַרויס און ס'יז נישט דאָ דערין וואָס אַריינצולערנען. נישט קיין מוסר השכל, נישט קיין צניעות, נישט קיין תורה לשמה, נישט קיין גמילות חסדים נאָר פּשוט געלעבט. יידישע קינדערלעך וועלן זען א פּיצל וואָס ביי דער אַנדעראַהאַלב דאַרף עס נישט צוגערייטן נעגל וואַסער ביי דער זייט פון בעט, ביי דער צוויי קאָפּעט מען עס נישט אַרויס פון שטוב צו אַ פּלייגרופּ און ביי די דריי גייט עס נישט צום רבין אויפן שויס לעקן האָניק. אמת, דער רבי זאָגט אין חדר אויף אַ גוי און אויף אַ פערד אַז זיי האָבן נישט אַ תכלית און פּשוט זיי עסן און שלאָפן און זאָלן די קינדער טאַקע זען אַז הא גופא איז אַ בהמהלע. און דאָך געט עס נחת אָן אַ שיעור.

מיר האָבן דערמאַנט וועגן ליבן אָן קיינע חשבונות און מיר ווילן חלילה נישט מוציא לעז זיין נאָר אַז מען רעדט שוין איז אפשר כדאי זיך אָפּשטעלן אַ מינוט און אַרום רעדן דעם ענין פון אהבה רבה. עס איז נישט דאָ וואָס צו רעדן אַז מיר ליבן אין גרויסן. יאָר נאָך יאָר, קיין שלעכט אויג, קינדלט מען. דער האַרץ ווערט צופּיצלט אויף וואָס מערערע חלקים און דאָך איז יעדער פראַגמענט נאָך גרעסער ווי דער מקור. ווי די פרעש פון פּרעהס צייטן כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ. וואָס מער מען שמייסט אַ ייִדישע מאַמעס האַרץ ווערט דאָרט געבוירן נאָך פינעף הערצער וואָס יעדער איינס נעמט פריש איין אַ וועלט.

נאָר וואָס דען, טאַקע פאַרדעם ווייל אַזוי פיל ליבשאַפט און האַרציקייט ליגט דאָרט פאַרשטעקט דאַרף מען אַ פרישע בייבי יעדע אַכצן חודשים ווייל ווען נישט קען דער האַרץ צופּלאַצט ווערן פון אַזויפיל האַרציקייט וואָס שטויסט זיך אָן אַרויסצוקומען. וועלכער האַרץ ווערט נישט אויפגעשוואָלן פון אַ שמייכל און אַ קייכל און די אָנגעוויזענע אייגלעך פון אַן עופעלע וואָס איז קוים יצא מכלל נפל?

ווערט אָבער דאָס קינד אַ יאָר אַלט, עס קריכט שוין נישט אויפן בויך נאָר גייט שוין אויף די פיס און מיטאַמאָל קען עס אַנטלויפן, עס קען זאָגן ניין, עס קען צוריק וואַרפן דאָס עסן און באַלד קען עס שוין צוריק ענטפערן אויך. און די מאַמע דאַרף עפּעס פריש צו ליבן.

נישט דער משה חיים, שלמה יענקל, דער הער נאָר, דער צדיק, דעם מיט וועם מען איז מקיים 'די מצווה'. ניין, מען דאַרף אַ פרישס. דער מאַן איז אין שיל אין דער פרי, ביים אַרבעט ביי טאָג, ביים שיעור ביי נאַכט. דערנאָך דאַרף ער צוגיין אויף אַ רעסעפּשן, אַ דינער, וווּנטשן מזל טוב און מנחם אבל זיין און די ייִדישע באַלאַבאָסטע חלשט ווידער עפּעס צו האַלטן אין די אָרעם, צו האַלצן און צוצולייגן צום ברוסט. באַשאַפט דער באַשעפער מיט זיין אומבאַצוימטער גענאָד פרישע בייביס. דאָס וויגל שטייט ברוך השם שוין נישט ליידיק, דאָס עופעלע זייגט, זוכט אַרום מיט די אויגן און דערלאַנגט מיט די פינגער און ביים יידישע מאַמע פליסט ווידער דאָס האַרץ איבער.

מיינט נישט אַז די ברודערס און שוועסטער שפּילן דאָ נישט קיין ראָלע. וויפל ייִדיש הערצער זענען שוין צושמאָלצן געוואָרן הערנדיק די פראַגע, "מאַמי, ווען גיין אונז האָבן נאָך אַ בייבי?" וויפל ייִדיש נחת ליגט דערין ווען די מאַמע דערציילט עס איבער פאַר די חברטעס און פאַר איר מאַמע באַלד נאָך די קינדער גיין אַוועק אין חדר און שולע ווען דער טעלעפאָן ליגט פאַרשטעקט אינעם טורבאַן. און וויפל זיג ליגט אין הערן די קינדערס קיוטע אומוויסן אַז ברוך השם זיי ווייסן נישט מער ווי מיר האָבן געוויסט אין זייערע יאָרן און חסדי השם אין די היינטיקע שווערע צייטן ציען מיר זיי אויף אויפן ריכטיקן וועג.

און דערווייל קענען די ברודער און שוועסטער אַרומשלעפּן דאָס קליינטשיקן, עס גלעטן, אויפהייבן און אַראָפּלייגן, געבן אַ קענדי און דערלאַנגן אַ פלעשל, אַריינלייגן אין בעט און צוריק אַרויסנעמען. און אַמאָל דערלאַנגן אַ ציפּ אויך אַזוי אַז דער קליינער הייבט שוין ווייטער אָן צו וויינען און מען קען עס ווידער אויפהייבן, קושן און האַלצן אַבי צו העלפן דער מאַמע און איר געבן אַביסל מנוחה פון שעפּן נחת פון טראָגן, געבוירן, זייגן און טוישן ווינדלען.

אָבער, מורי ורבותי, אַצינד קומען מיר אל המנוחה ואל הנחלה. אַז ייִדישע קינדער וועלן האָבן אַ פּעט וועט אין גאַנצן נתהפּך ווערן דער מדת הדין צו מדת הרחמים. אין אָנהייב וועט אפשר זיין שווער ווייל אַ חיהלע קען מען אויך שלעפּן און ציען פונקט ווי דער קליינער ברודערל אָדער שוועסטערל. בהמהלעך און חיהלעך לאָזן זיך אָבער נישט און באַלד לערנט מען זיך אויס אַז לא זו הדרך. אַז עס איז אַ הינט וועט עס האַפקן אָדער אפילו דערלאַנגן א ביס, אַז עס איז אַ קאַץ קען עס דערלאַנגן אַ קראַץ און אַז אַ קראָליק געט עס א שטאַרבּ אָפּ און שלום על ישראל. אַזוי אַרום לערנט מען זיך אויס אַז מען קען ליב האָבן אָן אַ ציפּ אין דער באַק, אַ צי ביים וויידל, אַ קאָפּ אָדער אַ שטויס. ייִדישע קינדערלעך וועלן אויך זיך לערנעם וואָס דאָס איז אחריות. די מאַמע וועט נישט אויסרוימען דער שטייג, טוישן דער וואַסער, פיטערן און נעמען אויף אַ שפּאַציר. הרי שלך לפניך, וועט מען זאָגן פאַרן קינד, און קום נישט צו מיר ווי דו קומסט צום לויפן מיט דיין אַראָפּגעפאַלענער קנעפּל און געלעכערטע הויזן.

גלייבט מיר אַז עס ליגט אין דעם אפילו מער אויך. שבת, תשעה באב, יום־כּיפור און ביים בהמהלע איז אַלעס דער זעלבער. צען מינוט פאַרן זמן, דער טאַטע זוכט דער נעגל שניידער, די מאַמע מאַכט קולות אַז קיינער האָט נישט אַרויסגעלייגט דער פּלאַטע, דער טעלעפאָן קלינגט, דער שבת זייגער איז נאָך נישט אָנגעשטעלט, דער וואַסער זיט נאָך נישט, און דער קראָליק קייט קרויט, דאָס קעצל זיפּט מילך און דאָס הינטל האַפקעט איבער אַ ביינדל. זיי אינטערסירט גאָרנישט. ווייסן נישט פון אַ ליכט צינדן און אַ שקיעה און לאַכן זיך פון אַלעס אויס. אין קאָך לייגט מען צו וואַסער צום טשאָלנט און מען באַקט איבער די חלות און דאָס מייזל איז זיך מחיה אויפן לויפער.

מיר קענען דרשנען איבער דעם לאַנגע שעות אָבער רבותי לא המדרש העיקר אלא המעשה. זאָל יעדער אַהיים גיין און זיך צוגרייטן אַ ווינקל אין אַ שטוב, אַ גאַראַז, אַ סוכה, אַ בייסמענט, אין גאָרטן, וווּ עס זאָל נישט זיין אַבי צו פאָלגן דעת תורה. פאַרשטייט זיך עס וועלן זיין שאלות. אַרויסלאָזן און צוריק איינשפּאַרן אויף שבת, ווי ווייט מעג מען אויפמאַכן דער טיר אַז ווען מען פאַרמאַכט עס ווידער זאָל עס נישט הייסן פאַנגן, געבן צו עסן פאַר ברכת התורה, צי זייער עסן דאַרף א הכשר און נאָך שאלות אָן אַ שיעור.

מיר האָבן צו דעם צוגעשטעלט אַ וועד הרבנים לעניני בהמות מיט אַ שטאַב פון תלמידי חכמים וואָס וועלן קענען ענטפערן לכל שואל. דערצו וועט באַלד זיין צו באַקומען אַ ספר 'בהמה כהלכתה' מיט הסכמות פון אַלע גדולי ישראל. אויך דער נטעי גמליאל וועט בקרוב אַרויסברענגן נאָך אַ באַנד אויפן ענין מיט מנהגי ישראל וויאַזוי מען האָט זיך נוהג געווען מיט קיען אין סקווער, מיט אָקסן אין סאַטמאַר און די ענינים נשגבים וואָס די רוזינע צדיקים האָבן געהאַט מיט פערד.

מען האַלט אויך אין מיטן אויפשטעלן אַ מכון 'כלבים ישרים' וואָס פאַר הונדערט דאָלער וועט מען אייך בודק זיין אייערע בהמהלעך און חיהלעך זיכער צו מאַכן אַז זיי טראָגט נישט קיין פליי אָדער אַנדערע מחלות. אויבער־חכמים וועלן זאָגן אַז זיי קענען עס האָבן פאַר ביליגער אָבער ביי 'כלבים' איז די מעלה אַז מען געט אייך נישט דער רעזולטאַט ווייל דאָס קען גורם זיין שרעקלעכע עגמת נפש. אַז מען וועט זאָגן אַז ביי אייך איז דאָ פליי וועט קיינער צו אייך נישט קומען אויף אַ זכר און די שכינים וועלן נישט לאָזן די קינדער קומען שפּילן. טאָמער אָבער וועט זיך ביי אייך חלילה געפונען אַ ספק־ספיקא פון אַ חשש דחשש פון אַ פלוי וועלן זיי אייך באַלד אָפּקוילען דער פּעט, עס באַערדיקן אין אַ בית החיים און דער חשבון וועלן זיי שוין נאָכשיקן.

די שאלות גלייבט מיר זענען נישט בלויז פּראַקטישע נאָר מעטאַפיזישע אויך. אַז אַ בהמהלע געט אַ שטאַרב וועלן די קינדער ווילן וויסן וווּ עס איז געגאַנגן. זיי וועלן זיך דינגן צווישן זיך צי די בהמהלע האָט אַ נשמה אָדער בלויז אַ ייִד קען האָבן אַ נשמה. דער טאַטע וועט זאָגן חלילה און די מאַמע וועט נישט זיין זיכער און וועט נאָר ענטפערן, "אַזוי קיוט, איך וויל דיך אויפעסן". קינדער לאָזן זיך נישט און וועלן ווייטער פרעגן: אויב עס האָט נישט אַ נשמה איז וואָס איז דאָס וואָס האָט געגעבן אַזויפיל נחת? וואָס האָט זיך געבעטן פאַר עסן, וואָס האָט ליב געהאַט ווען מען האָט זויבער געמאַכט, וואָס האָט דערקענט דעם בעל־הביתס קול, וואָס האָט זיך אַראָפּגעלייגט ביי נאַכט און אַרום געשפּרינגן ביי טאָג? אַלעס אַ בלבול? אַ גוף אָן אַ נשמה? איז אויב אַזוי וואָס איז דער חילוק צווישן ווען עס האָט געלעבט און איצט וועס עס ליגט טויט? און פון וווּ איז דער צער און ווייטאָג ווען עס שטאַרבט?

מורי ורבותי, רעדנדיק אַזוי פאַלט מיר איין אַז אייגנטלעך אפשר זענען טאַקע די קשיות צו האַרב און די שאלות צו שטאַרק. וואָס דאַרפן מיר זיך פּלאָגן מיט נייע צרות ווען מיר ליידן שוין נעבעך אַזוי פיל. גיטין אין אַלע ווינקלען, קינדער ווידערשפּעניקן, אינטערנעט אין יעדער היים און בוני עולם און הצלה רוען רחמנא לצלן נישט אויף אַ מינוט. דאָס לעבן קאָסט אונז אַ פאַרמעג, שכר למדות נעמט אַרויס דאָס ביסן פון מויל און שייטלען און שטריימלעך ווערן טייערער ביי דער שעה. און איצט וועלן מיר זיך ראַנגלן מיט עולם הבא שאלות און נשמה פּראָבלעמען? נאָר דאָס פעלט אונז אויס אַז ביים לעבן וועלן די קינדער רעדן און לאַכן מיט זייערע פּעטס אויף אַזאַ נאַרישע גויִשע שטייגער און לאחר מאה ועשרים פון די פּעטס וועלן זיי אַריינקריכן אין שאלות פון תחיית המתים.

עולם, מיר ציען צוריק. שובו לכם לאהליכם און אויס תקנה. איך בעט אייך האַלט אייך רויִק, מאַכט נישט קיין טומעל און כבר היה לעולמים. אברהם אבינו איז אויך געגאַנגן דריי טעג מיט מסירת נפש צום עקידה און דער מלאך האָט אים געזאָגט, אל תשלח ידך אל הנער. האָט נישט קיין פאַראיבל, מען האָט אייך געגעבן אַ מצב, אַ נאָכמיטאָג אָן חדר און כּולל, בעלי מנגנים פון דער ערשטער שורה, אַ זינגער וואָס האָט צוטרייסלט די הערצער, באָסעס, פּאָליציי, אַמבולאַנסן איז וואָס נאָך דאַרף מען דען. אַ תקנה האָבן מיר אויך געמאַכט און אין הימל איז עס עושה רושם אַז כלל ישראל האָט ווידער געזאָגט נעשה קודם לנשמע. עס איז אַן אויסערגעווענלעכער קידוש השם אַז מען האָט געמיינט אַז כלל ישראל דאַרף פאַררעכטן און דערווייל איז עס גאָרנישט צובראָכן. ברוך השם מיר זענען בתכלית השלימות און מיר דאַרפן נישט תקנות, אין בן דוד בא עד שתכלה פרוטה מן הכּיס און מיר זאָלן זוכה זיין צו ובא לציון גואל בקרוב דידן ונאמר אמן.

קדיש דרבנן.

יום חמישי, ינואר 01, 2015

אם בהמה אם איש ג’ – במשוך היובל

מיינט נישט אַז מיר האָבן מיר פאַרגעסן פון אונזערע אסיפה. עס איז פשוט אַז מיר האָבן מפסיק געווען צו געפונען אַ טרופע זינגער, אַ קאָמפּאַניע וואָקאַליסטן, אַ מנין חזנים, אַ מחנה גאָרגלרייען, אַ כאָר, אַ קאַפּעליע און ווינאָר איר ווילט עס אָנרופן, און דערנאָך האָפן מיר צו מאַכן אַ חזר לענין הראשון. זיך נעמן צום אסיפה רבתי מיט רמ"ח באָסעס און שס"ה צעטלעך ווי עס פּאַסט זיך פאַר אַ תקנה גדולה וואָס זייט תקנות טליטולי"ה ומולינ"א האָט מען נאָך אַזוינע תקנות נישט אינסטוטירט. מען קען דאָך אָבער דעם עולם נישט אַנטוישן און היינטצוטאָג אַז מען רופט אַ ציבור דאַרף מען זינגערס איז זייט מוחל אַז דאָס האָט אַביסל געדויערט מסדר צו זיין און בפרט אַז מיר זענען אומבאַהאַווענט אין די ענינים.

דער וואָס האָט נאָר אָמאָל געדינגן זינגער וועט שוין פאַרשטיין במה דברים אמורים. קוים וואָס מען הייבט מיט זיי אָן און באַלד ווערט מען פון זיי טויבּ. לאָמיר נאָר אָנהייבן מיטן נאָמען אַליין. מיר האָבן גערעדט מיט די כאָרמייסטער פון משוררים און מזמרים, מיט די קאָנדוקטאָר פון קול אומר הודו און ובכן ישתבח, צו די אַגענטן פון שירה, זמרה, המנגנים, רננו צדיקים, לכו נרננה, שיר חדש, פרק שירה און שיר ורננים. טרופּעס מטרופּעס שונים מיט נעמער וואָס יתרו וואָלט זיך פון זיי געמעגט לערנען. כולם שווים לטובה, יעדער איינער מיט אַ חברה יונגעלייט אין געפּרעסטע אַנצוגער, געביגלטע העמדער, צוגעפּאַסטע וועסטלעך, גלאַנצעדיקע שיך, קאַפּעליושן אויסגעגלייכט מיט אַ מעסטער און יעדער איטליך פריש געטובלט אין קראָכמל. מיר האָבן גערעדט מיט איין איזריילי טרופע וואָס זאָגן צו אַז די פיאות וועלן זיי גרייזלען נוסח אַמעריקע און יעדער 'ר' וועט קומען איינגעוויקלט אין אַ סלוי וואַזעלין. אַז איינער וועט באַמערקן פון וווּ זיי זענען זאָגן זיי צו אַ מאָני־באַק גאַראַנטי.

עס האָט שוין געהאַלטן ביי דעם אַז מיר האָבן געדינגן מבינים אויף צו דינגן מבינים. ווי עס ווייסט אַיעדער היינט לעבן מיר אין אַ צייט געבענטשט מיט חכמים ונבונים, יודעי דבר און מבינים דבר מתוך דבר. חדרים וווּ מען לערנט נישט קיין אות אחת אָבער עס וואַלגערן זיך ביי זיי היימישע פּאַדאַגאָגן און פּסיכאָלאָגן מיט אַ געוואַלדיקן חוש צו חינוך. שידוכים וואָס נאָר אין הימל האָט מען אַזוינס געקענט צופּאַסן לייזט מען מיט שלום בית מבינים. די משנה זאָגט אויף הבאת שלום בין איש לאשתו אַז דאָס איז פון די זאַכן וואָס אדם אוכל פירותהם בעולם הזה און מיט אונזערע מבינים זען מיר בחוש דער וואָרהייט פון אַ מאמר חז"ל. מאַכט זיך אַמאָל, נישט היינט געדאַכט, אַ פירוד צווישן צדיקים ברענגט מען באַלד חושן משפט מבינים און מען קריגט זיך נאָך צען יאָר. מעדיצין? וואָס ווען ווער אַ דאָקטאָר? ברענגט אַ היימישע מבין און ער וועט אייך לייענען צווישן די שורות פון די עקס־רייען וואָס דאָס לערנט מען נישט אין קיין שום מעדיצינישע שולע.

כמעשהו בחול כך מעשהו בזינגן. פידלערס, שפילערס, טענצער, משמחים, מרקדים און זינגערס וואָס נאָטן לייענען זיי אפשר בדוחק ווייל דער דזוליאַרד שולע איז עפּעס נישט אַזוי היימיש אָבער דאָך האָבן זיי זיך נישט צו שעמען פאַר קיינעם. אויף אונזערע קיבאָרד שפּילער קען מען זיך דונגן אָבער די זינגערס זענען הקול קול יעקב און צו השיר שהלויים היו אומרים האָט מען אויך נישט געהאַט קיינע נאָטן.

האָבן די מבינים געראָטן אַז יעדער גרופּע זאָל מען רופן אויף אַ פאַרהער, איטליך מיט איר ילד פלא, מען וועט זיי מכבד זיין אַראָפּלייגן אַ וזכני און טאָמער איז קיין אויג נישט טרוקן ביי ומאירים את העולם דינגט מען זיי תיכף ומיד בכסף מלא. אַז איר ווילט לצנות מאַכן קענט איר עס רופן אַזאַ סאָרט שוואַנץ פאַקטאָר אָבער ווי קומט דאָ אַריין לצנות? ווען האָט איר דער לעצטער מאָל געזען אַ טרופּע מיט אפילו אַ רמז פון אַ שמייכל? חלילה, די טרופּן האָבן געקרייט, די הויפּט זינגערס האָבן געמאַכט האַווייעס מיט די הענט און מיט די פיס, די קינדער האָבן געקוויטשעט און די אויגן זענען גערינען ווי משה רבינוס שטיין נאָך מען האָט עס דערלאַנגט אַ שמיס.

מיינט איר אוודאי אַז ביי דעם האָט זיך עס געענדיקט. זאָג איך אייך אַז מען דערקענט אַז איר האָט קיין אַנונג נישט איבער דער מלאכת השירה. וואָס זאָג איך מלאכת, עס איז חכמה ואינה מלאכה. גלייבט מיר אַז שלמה המלכס קליגשאַפט קומט צו דעם גאָרנישט צו. ער האָט געקענט דער געזאַנג פון בהמות, דער האַרמאָני פון אייזלן און קאָנטראַפּונקט פון קיען אָבער איבער אַ כאָר פון "אתקינע סידעסע" ביי אַ פּשוטע מלוה מלכה וואָלט ער פאַרשטאַנען ווי אַ בעל קורא צו אַ ירח בן יומו.

איבער אַקוסטיקס דאַרף איך אייך נישט אויפהאַלטן ווייל מיר האָבן שוין לאַנג געלייזט דעם פּראָבלעם. מען ברענגט ספּיקערס אמתים וחצי רחבו ועשרים אמה קומתו, מען דרייט אַרויף דעם דרייער ווי ווייט עס גייט אויף רעכטס און עס באָמבעט, עס קנאַקט, עס דונערט. בקיצור סע ראָקט. אָבער איבער די מייקס איז שוין אַ גאַנץ אַנדערע מעשה. איך רעד שוין נישט איבער דער ראשית חכמה פון אַ היימישע קאַפּעליע אַז פאַר יעדער פינף זינגערס דאַרף מען אַכט מייקס. איך ווייס נישט וויפל מייקס מען דאַרף צו מאַהלערס סימפאָני פון טויזנט אָבער וואָס פאַרשטיין דען די אומות העולם צו זינגן? מיר זענען אשרי העם יודעי תרועה און מיר האָבן זיך גאָרנישט צו לערנען פון שירה יוונית. די מאָדזיצער רביס האָבן געקענט אַראָפּלייגן אַן אָפּעראַ וואָס ווערדי און פּוטשיני האָבן זיך געקענט פאַר דעם פאַרשטעקן איז רעדט אייך נישט איין אַז די אומות העולם קענען אַלעס. חכמה בגויים תאמין, מעג מען גלייבן, אָבער חכמה ביהודים? וואָס הייסט מען זעט עס בחוש ביי אתה חונן דריי מאָל אַ טאָג.

פאַרפאָרן מיר שוין ווייטער אָבער מיר קומען צוריק צו די זינגער. דאָ ווערט שוין אַביסל האַקל און וויבאַלד די אסיפה איז פאַר קינדער מוזן מיר אַכטונג געבן און מיר וועלן בעטן די קינדער זאָלן זיך שפּילן אינדערויסן אַ פּאָר מינוט. נישט אַלעס איז פאַר זיי. אַ משנה, אַ קאַפּיטל תהילים, שנאָרן אויף חנוכה און פורים, אַ פראַסק מהיכי תיתי אָבער די ערענסטערע זאַכן, דאָס קען זיי חלילה קאָנפיוזן און זיי וועלן פרעגן שאלות וואָס מיר ווייסן אַליין נישט די תשובות. ממילא איז שב ואל תעשה עדיף און אַז זיי וועלן עלטער ווערן וועלן זיי שוין אַליין פאַרשטיין.

איז די מעשה אַזוי. דער עולם מיינט אַז קול באשה ערווה, כּלומר אַז אַ ווייבערישע קול איז אביזרייהו דגילוי עריות און עס איז אסור במשהו הן וכיוצא בהן און כמעט ווי בילדער פון פרויען. למעשה איז עס אָבער גאָרנישט אַזוי גלאַטיק. אמת אַ פרויענישע זינגעדיקע קול איז אסור און אַז מען טראָגט אייך אָן אַ שידוך וווּ די צוקונפדיקע מחותנתטע זינגט יום זה מכובד ביים שבת טיש וועט איר שוין אַליין פאַרשטיין אַז עפּעס איז נישט פויגלדיק. אָבער מעין אַ פרויענישע קול דאָס איז שוין גאָר אַ הידור מצווה. איך רעד שוין נישט פון די ילדי הפלא וואָס כמעט יעדער וואָך גיי איך אויף זייערס אַ שלום זכר. קניינעהאָרע, אונזערע צדיקים זענען קדוש מרחם און אונזדער קינדער זענען בעלי מנגנים מרחם. פונעם ערשטן קוויטש ביים אַרויסגיין לאוויר העולם הערט מען שוין דער אויסעגעווענלעכער טאַמבער אין זייער שטימע.

איך רעד פון די ערוואַקסענע לכל דבר. אין די היינטיקע צייטן פון חסידישע זינגערס איז גאָר אַ מעלה צו האָבן אַ קעלעכל ווי אַ נקבה און צו זינגן נישט ווי א מאָן נאָר ווי אַן אשה. ברענגט אַ יונגעמאַנטשיק מיט אַ קול פון אַ בתולה וואָס איש לא ידעה מיט אַ באָרדלויזע אנדוגינוסדיקע פנים און יעדער שטייט און קלאָצט. ולא תתורו קען מען נישט עובר זיין ווייל ער גייט דאָך אַ שטריימל און האָט פּיאות כאחד האדם און צו אַ הרהור קען אַזאַ קול נישט צוברענגן ווייל אַז מען האָט קיינמאָל נישט געהערט אַ קול אשה איז אַ הרהור צו וואָס? פאַרקערט, עס איז גאָר אַ הידור מצווה און דווקא אַזאַ איינער איז גוט אַויף אַ דערהויבענער מענס אָוינלי וויקענד אין מעזביז אָדער וולעדניק.

מאידך גיסא, קיין מורה הוראה בין איך נישט אָבער לולא דמספינא וואָלט איך געזאָגט אַז עלאַ פיטצזעראָלד אָדער איימי וויינהויז ווערן ביי אונז נישט פאַררעכענט ווי אַן ערווה און איר מעגט זיי בדיעבד אפילו צושיקן אויף אַ שוכן עד. טאַנצן אפשר נישט ווייל מיר גלייכן דער קדוש קדוש קדוש טאַנץ פון אונזערע משוררים וואָס כידוע ליגט דער סוד פון אַ היימישע זינגער אין היפּש מער ווי אין זינגן אַליין. אַ גוטער זינגער מוז היינט אויך זיין וואָס רופט זיך קעמ"פּ בלע"ז. שמייכלען, זיך אַרומלייגן די הענט, זיך שאָקלען אַנשטאָט טאַנצן און ווען דער מצב וואַרעמט זיך גאָר שטאַרק אָן מאַכט מען אַ כשם שאני רוקד. קוקט נאָר צו אַ ואפילו בהסתרה און באַלד וווּנדערט מען זיך וואָס די חברה טון בהסתרה שבתוך ההסתרה.

און אַז מער רעדט פון אַזאַ בחנטע נוסח ווי ואפילו בהסתרה איז אַ שעת הכושר צו ערלעדיקן די ניגונים. די מבינים האָבן געזאָגט אַז זיי זאָלן זיין האַרציקע אָבער פּאָפּולאַרע. היות דער באַרימטע פּענגווין טאַנץ וואָס ענדלט שטאַרק אין דער מצווה טאַנץ פון צדיקים איז שוין אַביסל אויסגעוועפּט וועט מען טאַקע נעמען דעם בהסתרה. דאָס איז שווה לכל נפש און גאָר שטאַרק צוגעפּאַסט צו חתונות, אָפּשערן, חומש סעודות, יאָרצייט סעודות און יום־טוב סעודות איז פאַרוואָס נישט אַן אַסיפה אויך?

איז אַצינד געבליבן בלויז דער מוזיק און דאָס קען מען שנעל מסדר זיין. אַ מנין לופט אינסטרומענטן און נאָך אַ מנין סטרונעס, אַ גג על גג יאַמאַהאַ קיבאָרד און אַלעס צו זינגן אַ ניגון אויף אַ פּסוק תהילים פון דריי אָדער פיר פעלער וואָס מען זינגט איין מאָל, נאָכאַמאָל און צום דריטן אָל וואַרפט מען אַריין אַן 'אוי' אינדערמיט.

איז תאו ואתכנשו אַרום דער סטייז, דער עולם מיט די קינדער צוזאַמען, קומט שטעלט אייך אַרום און קוקט אויף די זינגער, אויפן כאָר, אויף די בלאָזערס און די סטרונעס, אויפן דראָמער און אויפן טעקנישן און אויף וואָס עס זאָל נאָר זיין אַבי צו קוקן און לאָמיר אַלע צוזאַמען נתעורר ווערן:

דער אייבישטער זאָגט אונז
ואנכי הסתר אסתיר אזני
ביום ההוא
ביום ההוא
ביום ההוא
אָבער דער רבי זאָגט
ואפילו בהסתרה
עם צלחת במערה
בוודאי גם צם
ומתענה הצדיק עם קערה
גם מאחורי הדברים הקשים העוברים במיעיך
אני אוכל
אני אוכל
אני אוכל