יום שישי, דצמבר 26, 2003

צום רבין זאָל זײַן געזונט

איך שטײ מיטן שמש אין דער האַנט
און איך דערמאַן מיך פֿון דײַנע חנוכּה ליכט
האָסט מיך נישט געזען אױפֿן עלעפֿטן שטאָק
װען דו האָסט צו מיר נישט אַרױפֿגעקוקט
איך זוך דער אור הגנוז
אין דער פֿינסטערנישט פֿון דײַנע ליכט
´כאָב דיר געגעבן אַ פּדיון
האָסט דו מיר באַגזלט מײַן אמונה
דער טעם פֿון דײַן שריים
פֿרעסט מיר דאָס געזונט
איך זיץ שבעה נאָך דײַנע נחמות
דײַנע רפֿואות מאַכן מיר קראַנק
האָסט מיר געפֿיטערט שלש־סעודות תורות
אַז מײַן גאָמבע זאָל נישט אױסזען
װי דײַן רביצנס קאָפּ
דאָרט װעט װאַקסן האָר
װען איך װעל געפֿונען דעם באַשעפֿער
װאָס איך זוך
זײַט איך האָב דיר פֿאַרלױרן
דעם בני יששכרס לשם יחוד
װעט מיך מיט דיר נישט פֿאַראײניקן
און טאַקע פֿאַרדעם
הנרות הללו קודש הם

יום חמישי, דצמבר 25, 2003

אַ גוטן חודש און אַ פֿרײליכן חנוכּה!

ראשי חודשים לעמך נתת זמן כּפּרה לכל תולדותם, ראש חודש איז אַ זמן כּפֿרה איבערצובעטן דעם עולם אַז איך האָב מיך שױן אַזױ לאַנג נישט באַװוּזן. זאָלט איר װיסן אַז דאָס איז לא מלבי נאָר די השגחה פּרטית האָט אַזױ צוגעפֿירט אַז ס'זאָל חלילה נישט װערן אױוון אַ קיטרוג. פֿאַרװאָס אַ קיטרוג? װײַל דער מצב מיט מיר איז עפּעס נישט פֿױגעלדיק. מנחה מעריבס שטײן אױף הינער פֿיס, און אפֿילו בײַם שחרית האָט זיך דער בעל דבר אײנס צװײ מאָל אַרײַנגעכאַפּט. יאָ יאָ איך װײס װאָס איר קלערט, היום אומר לו עשה כּך ולמחר אומר לו עשה כּך ביז װער װײסט רחמנא לצלן. אָבער דער וראו כּל עמי הארץ כּי שם השם נקרא עליך ויראו ממך, װאָס רש"י זאָגט אױף דעם אלו תפֿילין שבראש, בײַ דעם האַלט איך מיך פֿעסט. אַלע װינטן פֿון דער װעלט קענען עס בײַ מיר נישט אַראָפּבלאָזן. און אין די הײַנטיקע צײַטן װען פֿיל פֿון די אומות העולם טשעפּען זיך װידער מיטן אױסדערװעלטן פֿאָלק װאָלט איבעראָלזן די תפֿילין געװען אַ מאבד עצמו לדעת. ממילא װען דער אײבישטער מאַכט אינדערפֿרי אַ קאָפּצאָל פֿון שװאַרצע קעסטלעך איז מײַן קעסטעל אױך אַרײַנגערעכענט און ברוך ששם חלקי עמהם.

הײַנט אינדערפֿרי האָב איך נישט געהאַט קײַן תירוץ און איך בין אין שיל אַרײַן. ס'איז חנוכּה, ס'איז ראש חודש און ס'איז חגא איז װעלכע תירוץ קען מען נוצן אױף צו בלײַבן אין בעט און נישט גײן אין שיל אָדער אױף זיך צו אײַלן און צאַמלײגן דעם טלית בײַ מכלכּל חיים און זאָגן כּתר בײַם טיר? אַזאַ כּתר איז אָבער שױן געװאָרן אַ מנהג ישראל און יאָ חגא נישט חגא טוט מען עס אַלץ.

איך בין אַרײַן געקומן אין שיל האָב איך באַלד פֿאַרשטאַנען אַז מיר ייִדן װעלן ראַטעװען דער מערבדיקע ציװיליזאַציע. פֿאַרװאָס? װײַל אױף חגא װען די סוחרים גײן נישט אין אַרבעט װאָלט געװען אַ סברא אַז די שטאַרק פֿרומע, נישט חסידישע, כּלומר פֿלעטבושע סאָרט זאָלן זיך אָנטון װי מענטשן װאָס גײן נישט אין אַרבעט. איז ער אָבער אַ פֿלעטבושער און ער גײט נישט אין דער רוח פֿונעם גאַס נאָר אין דער דערעך, און דער דערעך איז צו גײן אַ קראַװאַט צי מען אַרבעט יאָ צי מען אַרבעט נישט. זאָלן די גרױסע פֿירמעס אײַנפֿירן 'דרעסינג דאַױן' טעג, זאָלן די פֿירערס פֿון די ד'זי7 מדינות זיך טרעפֿן אין זײערע ד'זינס, אָבער ר' חיים סטיװן פֿון פֿלעטבוש און ר' ריצ'ערד משה פֿון ברױערס װעלן װײַטער קומן אין שיל אַרײַן און צום דף היומי שיעור אין זײערע נעק־טײַ. דאָס איז זײערע דערעך פֿון די אבות הקדושים און אין אַ שעת שמד איז מען זיך מוסר נפֿש אַפֿילו אױף אַ שיך בענדל קל וחומר אױף אַ קראַװאַט.

װיבאַלד ס'איז נישט דאָ װאָס זיך צו אײַלן האָט מען צוגעשיקט אַ בעל תפֿילה װאָס נאָך יעדער דרײערעל האָט ער זיך אַהין און אַהער געדרײט זען צי דער עולם האָט הנאה. דער חאָלעמאָק איז נישט געװען זיכער בײַ קדיש נאָך הלל צי מען זאָגט מיט תתקבל צי אָן תתקבל. לעבן מיר איז געשטאַנען גאָר אַ װױלע עלטערע בחור און ער האָט זיך באַלד אָנגענומן פֿאַרן תתקבל, און דער רעשט פֿונעם קדיש האָט ער צו זיך געשמײכעלט און געשאָקלט מיטן קאָפּ כּלומר 'האָב איך נישט געװוּסט?'

בײַם אַרױס נעמן די ספֿרי תורה איז געװאָרן אַ געראַטשקע צי צװײ ספֿרי תורה צי מען זאָל מישן. אַ פֿרומע האָט געשריגן 'נאָך אײַנס, נאָך אײַנס', אָבער דער גבאי, אַ פּראַקטישע קאַרפּאַטישע ייִדל מיט אַ קאָזע בערדל װאָס אײן מנהג ישראל איז בײַ אים מער װערד װי אַלע ד' חלקי שו"ע, האָט זיך נישט געלאָזט און ער האָט געזאָגט 'גולל, גולל' און בײַ גולל איז עס געבליבן. דער פֿרומע האָט זיך צוגעשמײכעלט צו זײַנע אַרומיקע, כּאילו 'שױן, װאָס װילסט דו פֿון אים.'

יעצט איבער די חגאות װעט מערטשעם זײַן מער צײַט איז האָפֿענטליך װעט מען קענען אַביסל אַרײַן לײגן כּוחות און דער וכתבתם. דערװײַל זיך איך בײַ אײַך אַן עצה אױף צו מאַכן דעם דרײדל שפּיל אַביסל אינטערסאַנטער. איך האָב געשפּילט מיט מײַנע קינדער אָבער נאָך אַפּאָר מאָל װערט דער שפּיל נמאס. דער דרײדל גײט אַרום דער טיש פֿונעם ייִנגסטן צום עלטסטן און ס'נעמט נישט קײן עק. כּסדר געװינט עמעצער אַביסל צוריק. אפֿשר האָט אײנער אַ װערסיע פֿונעם שפּיל װאָס לײגט אַרײַן אַ שפּאַנונג און אַן עלעמענט פֿון עפּעס אײַנשטעלן.

דרך אגב האָבן מיר געפֿרעגט אַ שאלה און ס'איז באַשלאָסן בײַ די גדולי ההוראה שליט"א אַז אפֿילו די װאָס האַלטן ניטל מעגן לערנען אַ בלאַט קטלא קניא שאינן אלא תחנונים לפֿני המקום.

אַז מען רעדט שױן פֿון חגא פּלאָג איך מיך יעדער יאָר צו פֿאַרשטײן װאָס דער חגא איז. איז עס װי פּורים צי איז עס װי יום כּיפּור צי איז עס סוכּות אָדער גאָר שבועות? לאָמיך מסביר זײַן. די בײמער װאָס מען שטעלט אױף אין די געסער און אין די הײַזער איז ממש װי די בלעטער אױף שבועות, אַסאַך שטעלן עס אָבער בײַם פֿענסטער און דאָס איז אַביסל װי חנוכּה אַז מען מאַכט אַ פּירסומי ניסא. מאידך גיסא זענען די שײנע בליטשענדיקע לאָמפּן די איבערגעבליבענע באַצירונגן פֿון סוכּות, הײסט עס אַז ס'איז גאָר סוכּות און די בײמער זענען װי סכך למען ידעו דורותיכם. װײַטער דער מאַסע פֿון חצות און די הײליקע קאַראָלן זענען װי כּל־נדרי בײַ נאַכט, קומט אָבער בײַ טאָג און דער עולם שאַשקעט און טון זיך אָן רױטע היטלן און ס'װערט אַן אַטמאָספֿערע פֿון פּורים. װער רעדט נאָך פֿון דער גרױסע אינדיק װאָס שפּירט זיך װי שמחת תורה װען מען ברעגן די געפֿולטע קרױט צום טיש. אפֿשר זענען די אַלע רמזים אױף צו צומישן דעם שטן, װער װײסט? דאָס װײס איך אָבער יאָ אַז ראש השנה איז הערשט נעקסטע װאָך און ס'הײסט אַז אין דער קריסטישע חודש אלול ליגן אַלע ימים טובים. בשעת װען מיר זענען חוקר ודורש די עדים צי ס'איז יאָ דאָ אַ לבנה מאַכן זײ מיט די ימים טובים װי הלל מיטן קרבן פּסח און זײ זענען עס יוצא בבת אחת. נו, איז װאָס טױג אַ גמרא קאָפּ?

האָטס מיר אַ פֿרײליכן חנוכּה, װיפֿיל ס'איז נאָך געבליבן פֿונעם חנוכה און װי פֿרײליך ס'קען זײַן װען די מנורות זענען אָנגעטראָפּט מיט װאַקס און די אײַל גלעזלעך זענען פֿעט מיט למהדרינדיקע שמן זית. דאָס איז טאַקע אַ ייִדישע קרענק אַז קעז קוכן עסט מען אײן טאָג אָבער לאַטקעס אַכט טעג.

יום ראשון, דצמבר 14, 2003

שבת וישלח

מײַן זין האָט געפֿרעגט בײַם טיש פֿאַרװאָס דער אײבישטער האָט באַשאַפֿן דער װעלט. זײַן עלטערע ברודער האָט געמאַכט אַז ס'איז אַ נאַרישע שאלה.

יום חמישי, דצמבר 04, 2003

בן תשע עשרה לאהבה?

לא ככל הגויים בית ישראל. בײַ די גױים און בײַ די נישט הײמישע ייִדן װאָס ציען נישט אױף זײערע קינדער אױפֿן דרך ישראל סבא איז דער מנהג אַז מען האָט חתונה מיט דער פֿרױ װאָס מען האָט ליב. בײַ אונדז איז אָבער דער מנהגֿ אַז מען האָט חתונה מיט אַ פֿרױ װוּנדערנדיק צי מען װעט איר ליב האָבן. און דאָס איז אױך נאָר בײַ די קטני אמנה. די אמתע מאמינים װוּנדערן זיך ניטאַמאָל װײַל גאָט װעט שױן העלפֿן און װאָס איז באַשערט איז באַשערט. באַשערט צו װאָס? איז שױן חקירה. אַז אַ מאַן און אַ פֿרױ האָבן חתונה און געטן זיך נישט איז אַ סימן אַז זײ זענען באַשערט אײנעם פֿאַרן צװײטן. והראיה אַז זײ געטן זיך נישט. אײַ ס'איז עפּעס נישט פֿױגעלדיק? װער האָט דען געזאָגט אַז זײ זענען באַשערט געװען צו זײַן צופֿרידן. עמיצער מיז דאָך אױך זײַן אומצופֿרידן. נאָר הוא הדבר אשר דיברתי אַז װאָס איז באַשערט איז באַשערט און דער רעשט איז חקירה װאָס אַן ערליכער ייִד האָט דערפֿון נישט צו טראַכטן. חוץ מזה, אפֿילו אױפֿן דרך השכל האָבן מיר אױך דער בעסטער סיסטעם אין דער װעלט פֿאַר פּאָרן זכרים מיט נקיבות. מען זעט בחוש אַז נישט נאָר גט מען זיך בײַ אונדז גאָר װײניק נאָר אױך כּמעט אַלע פּאָר פֿאָלקן װאָס האָבן חתונה על טהרת הקודש זענען תולדותיהם כּיוצא בהם און אױך זײ צװעלעװן זיך נישט. דאָס נעמט זיך בלױז פֿון דעם אַז בײַ אונדז איז הקב"ה יושב ומזווג זיווגים. און אַז ס׳געלונגט און מצא קומט דער ליבשאַפֿט שפּעטער. װײַטער אַז ס׳גלונגט נישט, נו, איז נישט. אין פּסוק שטײט ואהבת את ה׳ אלקיך נישט ואהבת את אשתך.

ואל יקשה בעיניך, ס'זאָל קײנעם נישט שװער זײַן אַז יעקב אבינו דער בחיר שבאבות האָט געװאָלט חתונה האָבן מיט רחלן װײַל ער האָט איר ליב געהאַט. דער תירוץ איז פּשוט. ס'איז דאָ אַ באַװוּסטע מחלוקת צי די אבות האָבן געהאַט אַ דין פֿון אַ בן־נח אָדער פֿון אַ ישראל. מען האָט שױן אױף דער מחלוקת פֿאַרגאָסן אָן אַ שיעור טינט און אױסגעריסן אָן אַ שיעור בײמער און מען װײסט נאָך אַלץ נישט װאָס זײ זענען געװען. בנוגע שידוכים פּסקנען מיר אָבער לחומרא און מיר זאָגן אַז יעקב איז געװען אַ בן־נח און דערפֿאַר האָט ער זיך געקענט ערלױבן ליב האָבן אַ פֿרױ נאָך אײדער ער האָט מיט איר חתונה געהאַט. און אפֿילו לױט די מקילים אַז ער איז געװען אַ ישראל האָט עס אַזױ פּאַסירט טאַקע פֿאַרדעם װײַל ער איז אַלט געװען זעכציק יאָר. דאָס איז אַ מוסר השכּל פֿאַר אַלע װאָס מײנען אַז מיט לאָזן די בחורים זײַן בחורים אַביסל לענגער װעלן זײ עפּעס אױפֿטון. װאָס עלטער מען לאָזט די קינדער אױפֿװאַקסן װאַקסן מיט מיט זײ זײערע השגות. ס'האָט זיך שױן אױסגעװיזן אין משפּחות מכובדות בישראל אַז מען האָט געלאָזט די קינדער עלטער װערן און דער מײדל האָט אָנגעהױבן צו זאָגן װאָס פֿאַר אַ בחור זי װיל, אַז זי װיל גײן אַ האָר באַנד אין נישט אַ היט, און דער בחור איז געװאָרן לא עלינו אַ מבין אױף מײדלעך.

היה לא תהיה, דאָס איז נישט דער ייִדישער דרך. אברהם האָט אליעזרן געשיקט געפֿונען אַ מײדל פֿאַר יצחקן און יצחק האָט גענומן װאָס מען האָט אים געברענגט. דאָס איז דער ייִדישער װעג און נאָר אױף דעם װעג האָט מען סייעתא דשמיא. לאָמיר באַטראַכטן יצחקן אַביסל טיפֿער און פֿאַרגלײַכן זײַן מצבֿ מיט יעקבס. יצחק איז געװען אַ בלינדער בחור פֿון װען די מלאכים האָבן אַרײַן געװײנט אין זײַנע אױגן. ער איז אױך געקומן פֿון אַ דיספֿאָנקשענל הײם. עלטערן אין די הונדערטער יאָרן, זײַן טאַעס צװײטע פֿרױ און זײַן האַלבע ברודער האָט מען פֿאַרטריבן פֿון דער הײם ועל כּולם, טאָמער דאָס אַלעס איז נישט גענוג, אַ טאַטע װאָס האָט אים געװאָלט אַװעקלײגן פּשוטו כּמשמעו. הײַנטיקע צײַטן װאָלט מען אים אָנגעשדכנט מיט אַ ספֿרדישע מײדל אָדער אַ רוסישע עולה. אין יענע צײַטן װען זײ זענען אַלע געװען טונקעלע און אברהם איז אַלײן געװען אַן עולה האָט מען אים אָנגעשדכנט מיט אַ מײדל פֿון דרײַ יאָר אַלט. דאָס איז די סייעתא דשמיא אַז אַ אפֿילו אַ בלינדער בחור קען טרעפֿן אַז ער װײסט װיאַזױ צו זוכן װי אַ ייִד.

(מען קען נישט לײקענען אַז רבקה האָט אים נאָר גענומן װײַל זי איז געװען אַ בעלת תשובה און זי האָט געװוּסט אַז בעסער װעט זי נישט געפֿונען. ועוד אַלץ אַ בעלת תשובה װאָלט זי גענומן װעם ס׳לאָזט זיך אַבי ס׳זאָל זײַן פֿון אַ שײנע הײמישע פֿאַמיליע און זי האָט אַוודאי דערצײלט פֿאַר איר חברטעס ׳װאַט ע נײַס בױ הי איז׳ און װיאַזױ איר ראש האַסעמינאַר האָט איר שטאַרק צוגערעדט צו טון דעם שידוך און ׳ברוך השם ס׳איז ממש באַשערט.׳ נו, ממילא אַז רבקה האָט גענומן אַ בלינדער פֿאַרשטײט זיך אָבער אַז יצחק זאָל חתונה האָבן מיט רבקה איז טאַקע געװען אַ שײנע זאַך און ממש װי די גמרא זאָגט נחות דרגא ונסיב אתתא, גײ אַראָפּ אַ שטיג און האָב חתונה מיט אַ פֿרױ. ובזה אפֿשר לתרץ רש"י על ויעתר לו לה׳, לו ולא לה שאינו דומה תפֿלת צדיק בן צדיק לתפֿילת צדיק בן רשע. והקושיא ידוע דאדרבה והלא במקום שבעלי תשובה עומדים וכו׳ ונראה לי הקטן לפֿרש בעזר החונן לאדם דעת שאינו דומה תפֿילת צדיק בן צדיק המתחתן עם צדיק בת רשע לצדיק בת רשע המתחתנת עם צדיק בן צדיק על אף שהוא פּיסח או עיור ודפּח"ח.)

יעקב װײַטער איז אַלט געװאָרן זעכציק, ער האָט געלערנט אין ישיבת שם ועבר פֿערצן יאָר, געאַרבעט אין דער קאָך, גערײכערט ציגאַרעטלעך, געטריבן אַ קאַר און לא עלינו זיך געלערנט פֿון די עלטערע בחורים װיאַזױ מען קלױבט זיך אַ מײדל. זײַן עונש איז געװען אַז ער איז אַלײן אַלט געװאָרן און די תוצאה דערפֿון אַז ער האָט אַלײן באַשלאָסן װעם ער האָט ליב און מיט װעם ער װיל חתונה האָבן. און װען האָט ער באַשלאָסן? נאָך אַרױס גײן אַרבעטן. קען מען דען אַזױנס צולאָזן? פֿֿאַרדעם האָט מען מתקן געװען בײַ ייִדן אַז אין די ישיבות זאָל מען קאָנטראָלירן אַז די ייִנגערע בחורים זאָלן נישט האָבן צופֿיל שייכות מיט עלטערע בחורים און למען השם נישט לאָזן בחורים אַלט װערן אַז זײ זאָלן װיסן װאָס זײ װילן.

נאָך אַ מוסר השכּל װאָס מען לערנט זיך פֿון דעם עפּיזאָד פֿון יעקב אבינו איז חתונה צו מאַכן די קינדער פֿאַר זײ זענען געצװוּנגן אַװעק צו גײן פֿון דער הײם. אמת, יעקב אָבינו איז אַװעק פֿון דער הײם װײַל זײַן ברידער האָט אים געװאָלט הרגענען און בײַ אונדז אַז קינדער גײן אַװעק איז װײַל עס װערט ענג. די עלטערע דאַרפֿן אַװעק גײן צו מאַכן פּלאַץ פֿאַר די ייִנגערע װאָס קומן אָן קײן עין הרע יערלעך. װער רעדט נאָך אױף די פּלעצער װאָס ס'איז געװאָרן אַ מנהג אַז מ'האָט אַ קינד נאָכדעם װאָס מען האָט געהאַט אַן אײניקל לקיים מה שנאמר בניך כּשתילי זתים סביב לשלחניך, אַז דײַנע קינדער צװײַגן זיך אױס און זײ האָבן אַלײן שױן ברוך השם זיסע קינדערלעך, איז נאָכדעם הנה כּי כן יבורך גבר באַקומט מען אַ ברכה אינעם כּוח גברא צו װײַזן פֿאַר דער װעלט אַז ועליהו לא יבול, דאָס װאָס מען באַהאַלט אונטער אַ בלעטל איז ברוך השם נישט אײַנגעשרימפּן. מיר דאַרפֿן זיך אָבער לערנען אַז קינדער טאָרן נישט אַװעק פֿון דער הײם סײַדן אַז זײ גײן אַרײַן אין אַן אײגענער בית נאמן בישראל.

היוצא לנו מזה אַז װאָס יעקב אָבינו האָט געטון איז מעשה אָבות סימן לבנים. אױף דעם קען זיך קײנער נישט דינגן. נאָר װאָס דער סימן איז דאָס װענדט זיך אין די בנים. בײַ די גאָר דערהױבענען ייִדן איז דער מנהג צו טון ממש װי יעקב און זײַן ברידער און זיך װילן אײנס דעם צװײטן הרגענן. בײַ אונדז פּשוטע קרוצי מחומר איז דער מוסר השכּל אַז קינדער גײן אַװעק פֿון דער הײם באַליבן זײ זיך מיט מײדלעך. דאָס איז דער כּלל. אײַ װעט איר מיר פֿרעגן אַ סתירה פֿון אַלע גאָר װױלע יונגעלײַט װאָס לאָזן איבער זײער שטיב בײַ די אַכצן און שטעלן אױף שײנע ייִדישע שטיבער? בא הכּתוב השלישי, דער שדכן, און ער איז מכריע אַז מען קען אַרױס גײן פֿון דער הײם מיט אַ שידוך און זיך שפּעטער באַליבן. אוז אַז מען באַליבט זיך שפּעטער נישט איז יהי רצון מלפֿניך שיבנה בית המקדש אָבער אַבי נאָך אַ פּאָר פֿאָלק זענען נישט אַרױס לתרבות רעה. און דאָס מײנט דער פּסוק אַז זכה איז מען יוצא בסימנים דאָס הײסט מיט דער סימן לבנים אַז מען קען זיך יאָ פֿאַרליבן װי יעקב, און לא זכה איז מען יוצא בשן ועין.

ייִדן, טוטס אַ טובה און רוקט אײַך צו אַביסל און לאָמיר רעדן װאָס ס'איז בעסער אַז דער המון עם הערט נישט. לאָמיר טאַקע רעדן אין מאַמע לשון אַז די אינשי דלא מעלי זאָלן נישט צולײגן אַן אױר. אַזױ, אַביסל נענטער, יאָ, יעצט קען מען רעדן צו דער זאַך. לאָמיר זיך נישט נאַרן, פֿאַרװאָס למען השם זאָלן זײ נישט אַזױ יונג חתונה האָבן? װאָס װעט זײ זײַן בעסער אין אַ יאָר אָדער צװײ אַרום. דער באָרד װעט אים זײַן אַביסל לענגער? ער װעט האָבן געלערנט מיט אַ מסכת מער? ס'איז הײַנט דאָ ברוך השם כּוללים װוּ מען קען זיך משלים זײַן אױפֿן בעסטן אופֿן. נו, איז װאָס איז דאָ צו װאַרטן? אױף זײַן פּלאַץ אין דער הײם אמַפּערן זיך אַ האַלבע טוץ קינדער, אױף זײַן בעט אין ישיבה װאַרטן שױן צענדליקע בחורים, איז װאָס איז דאָ צו װאַרטן? פֿון װאַרטן קען נאָר אַרױסקומן צרות. די פֿײנע בחורים און מײדלעך װערן צוכאַפּט, די קינדער הײבן אָן באַקומן השגות װאָס איז זײ גוט און װאָס געפֿעלט זײ נישט. איז װעם טױג דאָס אַלעס? קשה זיוּוגו של אדם כּקריעת ים סוף און דאָרט איז מען טאַקע אַרײַנגעשפּרונגן. דאָס פֿאַרשטײט זיך בלײַבט בײַ אונדז צװישן פֿיר אױגן אָבער רבותי מען קען גײן ברעכן טעלער און זאָל עס זײַן אין אַ מזלדיקע שעה.

יום שני, מאי 12, 2003

וספרתם לכם

איך שטײ אין שיל יעדער נאַכט און איך פאַרשטײ נישט װיאַזױ מען צײלט ספירה מיט כוונה. היום אײן און צװאָנציק טעג. אַכּלל איז אײן און צװאָנציק אָבער װאָס איז דאָ זיך צו שאָקלן איבער דער אײן און צװאָנציק, סוף סוף איז עס דאָך בלױז אַ נומער און װיאַזױ טוט עס אינספּירירן. לאָמיר שױן זאָגן אַז מען האָט אינזינען הוד שבנצח, און אױף פּראַכט װאָס איז אין אײביגקײט איז יאָ דאָ װאָס זיך צו װאַרפן דער קאָפּ מיט קולות װי אַן עגלה ערופה?

האָב איך מיר געטראַכט װיאַזױ עס װאָלט אױסגעזען אַז ס׳װאָלט געװען אַ מצות עשה צו מאַכן אַן אַראָפּצײל (קאָנטדאָן בלע"ז). איך קען נישט טראַכטן אױף װאָס מען װאָלט אַראָפּגעצײלט אָבער אַזאַ מציאה װי עומר קען מען לײַכט געפונען. לאָז אפילו זײן אױף גאָרנישט און ס׳װעט זײַן אַ חוקה װי פּרה אדומה, און לאָז שױן אױך זײן װי רש"י זאָגט אַז די גויים און דער שטן װעלן אונז דערקוטשען דעריבער. אײגענטלעך װען איז דער לעצטער מאָל אַ גױ האָט אײך געפרעגט װעגן פּרה אדומה? אָבער רש"י איז ברוח הקודש נאמרה איז מוז מען גלײבן.

אַכּלל האַלטן מיר בײם היפּאָטעטישן זעקס הונדערט און פערצענטער מצווה פון אַראָפּצײל. מתחילין בעשר ופּוחתין והולכין עד אפס. הגה זאָגט דער רמ"א ואין אומרים אפס אלא טײקאָף.

די ליטװאַקעס װאָלטן באַלד געקלערט צי מען איז יוצא צען באַזונדערע מצוות אָדער ס׳יז אײן גרױסע מצוה. און צי נשים זענען מחוייב װײל זײ זענען דאָך סוף כּל סוף בלױז נשים. אַ פאַרברענטער ליטװאַק װאָלט געמאַכט פונעם נומער נײן אַ זײכר זעכער פון פּרשת זכור און ער װאָלט געזאָגט ‘נײן נײַן’. באַלד װאָלט ער געקלערט צי נײן איז נישט אַ ביטול און אפֿשר קען עס אױסזען װי ער זאָגט ׳נישט נײַן.׳ װאָלט ער געמאַכט אַ הפֿסק אַזױ װי נאָך כי כל אלהי העמים אלילים|וה׳ שמים עשה. דערנאָך בײַ זיבן אינעם אַראָפּצײל װאָלט ער געמאַכט אַזױװי אַן וזכרתם בײַ קרי"ש. זזזזזזזזזזזזזזזזזיבןןן בןןן בןןן.

די חבדסקע װאָלטן געדונגן טײַמס סקװער צו מאַכן אַן אַראָפּצײל אױפֿן ׳טעפּער׳ און זײ װאָלטן אױך אַלעדיקט אַ רעזולוציע אין קאָנגרעס אַז פּוטין און בוש זאָלן צוזאַמן אַראָפּצײלן װײל ברוב עם הדרת מלך המשיח. אַרטסקראָל װאָלט אַרױסגעגעבן אַ סידורל װאָס חוץ די איבערגעטײטשטע נומערן װאָלטן זײ אױסגעלײגט דער בלאַט װוּ אײנץ ביז צען לױפֿן קאַפּױר אָבער מיט פֿײַלן אינעם פֿאַרקערטן ריכטונג. עפּעס אַזױ׃
1 2 3 4 5 6 7 8 9 10
> > > > > > > > > (patent pending)

און אחרון אחרון חביב מײנע חסידים װאָלטן געפירט אַ טיש און געגעבן לעקעך און בראָנפן און געזאָגט תורות עד לב השמים. אַראָפּצײל דאָס איז ענדלעך צו די גױישע מנהגים און דאָס קומט אונז לערנען אַז ספירת העומר װאָס איז מרומז אױף כלל ישראל װערט אַלץ העכער װײַל אַ ייִד װי ער שטײט נאָר װיל ער נאָר שטײגן. אָבער אומות העולם כידוע גײן נאָר אַראָפּ כידוע ואתה תרד מטה מטה און פֿאַרדעם צײלט מען װאָס װײניגער אַזױ װי בית שמאי בײַ חנוכה זאָגן פּוחתין והולכין כנגד פּרי החג, און דאָס איז אױך מרומז אין נאַסאַ װאָס איז אותיות נס װאָס כידוע מאַכן זײ אױך אַן אַראָפּצײל כאָטש זיי רעדן זיך איין אַז זיי פליען העכער.

און דאָס האָט דער רמ"א געמײנט אַז מען זאָגט נישט נול נאָר טײקאָף װײל אפס איז פון די קליפּות אַזױ װי די מרגלים האָבן געזאָגט אפס כי עז העם. טײקאָף איז אָבער נאָך אַראָפּצײלן און איז אַ ירידה לצורך עלייה און מיט צײלן מיט די ריכטיגע כוונות קען מען נתעלה װערן איבער אַלע עולמות. און מיט דעם קען מען פאַרשטײן דער לשון פֿון טײקאָף און נישט טײקאָפּ, אַז די מלאכים זאָלן נישט פאַרשטײן און זאָלן מײנען אַז מען גײט אָף און נישט מעלה מעלה. דער אײבישטער זאָל העלפֿן אַז מיט אַראָפּצײלן מיט אַלע כוונות זאָל מען ברענגן משיח צדקנו במהרה בימינו.

דערנאָך װאָלט זיך אָנגעהױבן אַ לשם יחוד מיט אַ ברוך אתה... פּיאות װאָלטן געפֿלױגן, קאַפּעליטשן, -װאָס רעד איך? מען געװאָלט געגאַנגן אין בגדי שבת-שטרײמלעך װאָלטן געטאַנצן, גאַרטלעך שװענץ געשמיסן, אשר קדשנו... און ענדלעך צום מצווה אַלײן.

צען, אױ װײַ װײַ נאַן, באַשעפֿער טײַערע אַכט אַכט, געװאַלדיג געשריגן און געריפן זיבן, זעקס מדת היסוד קדושת יוסף הצדיק, זעקס, פֿינעף, פֿיר רבונא דעלמא כּולא מען האַלט שױן בײַ דרײַ און מען איז נאָך אַלץ נישט בײַם ריכטיגן כוונה, גלוי וידוע לפֿניך אַז מיר קענען נישט צו גאָרנישט צוקומן אָן דיר, צװײַ, מען האַלט שױן בײַם יחוד העליון און די כוונות זענען נאָך אַלץ מבולבל אײנס אױ

טײקאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָָפֿפֿפֿפֿפֿף.

מען זאָל האָבן געפּועלט אַלץ גוטס!

יום רביעי, אפריל 09, 2003

שחרית

װען איך בין ברידזעט דזאָנס װאָלט מײַן טאָגבוך נישט פֿיל געװען מיט װיפֿל ציגאַרעטלעך איך האָב גערײכערט נאָר מיט װיפֿל שחריתן איך האָב געדאַװענט אין דער הײם. דער מצב זײַט איך האָב דער לעצטער מאָל געשריבן װעגן שחרית איז עולה ויורד. אַפּאָר װאָכן גײ איך אין שול טאָג טעגלעך און דערנאָך װערט שװאַך און עבירה גוררת עבירה. אײן שחרית אין דער הײם אָן אױפֿשטײן צו ברוך שאמר, אָן אָנכאַפּן די ציצית פֿון מהר והבא עלינו ביז נאמנים ונחמדים לעד, אָן תחנון און אָן רבינו תם'ס תפֿילין, אײן אַזאַ שחרית ציט נאָך און נאָך. איך דאַרף מיך אָנכאַפּן און אַרױסציען פֿונעם רעדעל װאָס קען מיך ציען אינגאַנצן אין שאול אַרײַן.

מענטשן מײנען אַז מיט נישט דאַװענען שפּאָרט מען זיך אײַן די אַלע עגמת נפֿשן. אַ נעכטיגן טאָג. אַז איר דאַװענט אין גאַנצן נישט זיצט אײַך גאָט אױף די פּלײצע אַ גאַנצע טאָג און בײַ נאַכט קיטשעט ער אײַך אױך 'מדוע באתי ואין איש, קראתי ואין עונה'. אַז איר דאַװענט אין דער הײם איז עס געװענדלעך שפּעט און ער זיצט אײַך אױף די פּלײצע ביז פֿאַר חצות. אַז איר גײט אָבער אַכטע, נײַנע דאַװענען אין שול פּטרט איר אָפּ דעם באַשעפֿער 'פֿירסט סינג אין זע מאָרנינג' און דער רעשט פֿונעם טאָג האָט איר מנוחה.

אַ שאָד אַז איך שטרענג מיך נישט אָן אױף מנחה מעריב, און אפֿילו אױף אַ שיעור, װײַל פֿון גײן אין שול האָב איך קײנמאָל נישט קײַן חרטה. די טיפּן װאָס איר זעט אױף אַ פּראָסטע שחרית איז די גרעסטע ראיה װאָס פֿאַר אַן אױסגעװעלטן פֿאָלק מיר זענען. נעמט די איצטיקע קעלטן, קומט אַרײַן אין אַ װאַרעמע שטיבל, װיקלט אײַך אײַן אינעם טלית און חלומט אַביסל אױפֿן עולם.

דער שאָקלער׃ זײַנס איז נישט װי דער אַלגמײננער שאָקל װאָס איז װי אַ בױם אין אַ קיל תמוז װינטל. אַביסל צו רעכטס אַביסל צו לינקס, אַביסל אין פֿאָרנט אַביסל זײַטװעגס. כאַפּט מען אַ התלהבות  װאַרפֿט מען דער קאָפּ אַביסל צי מען געט דער טיש אַ זעץ. דאָס איז אַלעס נאָרמאַל און מנהג אבותינו בידינו.

אין מײַן מנין איז אָבער דאָ אַ קראָנישע שאָקלער. אים קען מען נאָר פֿאַרגלײַכן צו אַ שױבן־װישער. איך רעד נישט װען דער װישער איז אינעם צומאָליקע מאָד, איך רעד װי אַ װישער װאָס װישט װען אינדערױסן כליאַפּעט און דער קאַר שנעלמעטער איז בײַ די גבורות שמונים. אָט צו אַזאַ ריטעם שאָקלט זיך דער שאָקלער. ער האָט קױם אַרױפֿגעדרײט די תפֿילין אױף די פֿינגער בײַ וארשתיך און ער הײבט אָן. צי ער זיצט צי ער שטײט, צי ער נעמט די ציצית בײַ ברוך שאמר צי ער בײגט זיך אײַן בײַ ברכו, צי ער װאַרט אױפֿן בעל תפֿילה זאָל אָנהײבן די הױכע שמונה עשרה צי ער קלאַפּט זיך אָשמנו דער שאָקלן מיז אָנגײן. אַזױ װי װען מען ליגט אין בעט און דער קראַן טראָפּט אינעם װאַנע כן הדבר הזה. דער שאָקל איז דער זעלבער שנעל און דער זעלבער דיגרי מרישא ועד גמירא. פֿאַר דעם אַלײן איז אפֿשר נאָך נישט כדאי צו גײן אין שול.

דער שנאָרכצער׃ אַז סגײט אַ קעלט אין דערױסן קענט איר נישט באַשולדיגן אַ מענטש אַז ער געט אַ צי מיטן נאָז. ער קען זיך נישט העלפֿן אַז ס'רינט. זאָל ער נעמן אַ פֿאַטשײלע? דאָס איז הײַנט נישט אַזױ מאָדיש, און דווקא די װאָס טראָגן יאָ טאַשטיכלעך, די זעלביקע װאָס בונדן עס אַרומען האַלץ אױף שבת, די האָב דווקא ליב אַסאַך צו בלאָזן און צו מאַכן דערבײַ אַ קול רעש גדול. װײַטער נעמן אַ פּאַפּירענע טישו, דאָס איז נאָר פֿאַראַן שבת און אױך נאָר אײן קאַרגע פּושקע פֿאַר אַ גאַנצער שטיבל. ביז מיטװאָך איז אַפֿילו קײַן זכר פֿונעם לײדיגע פּושקע נישט דאָ. האָט ער אײן ברירה, גײן נעמן אַ שטיקל אשר יצר פּאַפּיר פֿון בית הכבוד. שטײט ער דאָך אָבער באַקרױנט מיטן טלית און תפֿילין און קען אַהין נישט אַרײַן גײן. ממילא געט מען אַ צי דאָ און דאָרט און תפֿילה עושה מחצה און אַזױ װערט מען עס פּטור.

דער מדרש זאָגט כל מקום שנאמר חרון אף עושה רושם, און מײַן שנאָרכצער ברענט דער נאָז אַזױ אַז אױ מאַכט ער אַ רושם. דער בעסטע דאָס צו אָבזערװירן איז בײַ דער שטילער שמונה עשרה װען ער האָט אַן אױדיִיענץ פֿונעם גאַנצן קהילה קדושה. בײַ מכלכל חייִם געט ער אַ צי און טאַפּט דער מױל מיטן צונג זען צי ער האָט עס געכאַפּט. אַז ס'גײט נישט געט ער װידער אַ שנאָרכעץ, אַביסל שטערקער, בײַ אתה קדוש. בײַ סלח לנו שפּירט ער אַז דער בחור האָט זיך אַװעק געזעצט פֿון הינטן דאָרט װי דער נאָז און דער האַלץ טרעפֿן זיך. 'אַזױ ער איז אַן עקשן' געט ער אַ ניוך בײַ תקע בשופֿר אַז מען מײנט אַז מען האַלט שױן בײַ די שופֿר של משיח. עפּעס רירט זיך און בײַ על הצדיקים געט ער װידער אַ פּרוּװ און ברוך השם דער בחור גיט זיך אַ שאָקל און מען קען אים שױן אָנהײבן צו קײַען. ביז שים שלום איז עס צעקײַט, ער גיט אַ שלונג אײדער ער זאָגט זײַן פּסוק פֿונעם של"ה און ער טרעט אױס עושה שלום. װי ר' חנינא בן דוסא װאָס ער האָט געװוּסט תיכף נאָכן תפֿילה צי מען האָט עס מקבל געװען צי נישט, װײסט אונזער שנאָרכצער פֿונעם שלײַם צי ס'איז פֿאַר אים געװען אַן עת רצון.

דער אמן זאָגער׃ ער האָט אַ מנהג אַז ער לױפֿט פֿון מנין צו מנין אַרײַן כאַפּן װאָס מער אמנים. ער זעצט זיך אָבער נישט פֿון הינטן אויף נאָכצוזאָגן אמן, דאָס קען איך אױך, ער שטײט דווקא בײַם טיר װי מען גײט אַרײַן און אַרױס. ער איז אָנגעפֿער פֿינף און פֿופֿציק, אַ ליטװאַק מיט אַ לאַנגע רעקל אָבער נישט אַ פֿראַק, נישט צו הױך, אַ קלײן געפֿעפֿערט בערדל, אַכציק פּערצענט װײַסע פֿעפֿער און דער רעשט שװאַרצע, אָן אַ גאַרטל, מיט דער טלית קטן אונטערן העמד אָבער צװײ ציצית װאַקסן אַרױס פֿון אַיעדער זײַט פֿון זײַנע הױזן און אַזױ ענטפֿערט ער אמן. ער שטײט מיט אײן האַנט װי אַן L און די דלאָניע פֿון זײַן האַנט האַלט ער װי אַ חסיד װען ער האַלט דער בעכער קידוש צו מאַכן. אינעם דלאָניע האַלט ער נישט אַ בעכער נאָר דער עלענבױגן פֿונעם צװײטן האַנט. אינעם דלאָניע פֿונעם צװײטן האַנט רוט זײַן גאָמבע און מיט די פֿינגערס האַלט ער זײַן באַק און אַזױ ענטפֿערט ער אמן ביז מען ענדיקט די הױכע שמונה עשׂרה און דערנאָך גײט ער צום נעקסטן מנין.

איך קען נישט בלײַבן אין שול צו לאַנג, מען האַלט שױן אשרי ובא לציון און איך לײג מיר צאַם מײַן טלית און תפֿילין און האָטס מיר אַ גוטן טאָג. אַז איר װילט זײַן אַ שײנער ייִד איז װוּנטשט 'אַ גוטן תמיד.'

אײדער איך פֿאַרגעס, נעכטן האָט דער בחור לעבן מיר געהאַט אין זײַן תפֿילין באַרטל, לעבן אַ געװוּנטשענער מטבע, צװײ װעלטשענער ניס (wallnuts) אױף שמירה. פֿרעגט מיר פֿאַרװאָס. מן הסתם איז עס געװוּנטשן פֿון אַ רבי װאָס האָט זיך געזוכט אַ נײַע נישע. דאָלערס טײלט דער חבדסקער, אם תמצי לומר אַז ער לעבט, עפּלעך טײלט דער גערער, װאַסער דער אבוחצירא, איז דער נײַע תנא קמא װעט טײלן װעלטשענער ניס. נישט קײַן שלעכטער אידײ.

זײַט מיר מוחל, איך דאַרף לױפֿן.

יום שני, אפריל 07, 2003

יושב על הגדר

איך האָב געװאָלט באַטיטלן דעם בלאָג מיטן קעפּל 'שפּאָרטס אַ מחשבה' נאָכן ענגלישן אידיאָם 'spare a thought'. עס קלאַפּט אָבער עפּעס נישט אױף ייִדיש, און חוץ פֿון דעם האָב איך נישט געװאָלט אַ גאַליציאַנער זאָל זיך אָנרוקן און פֿרעגן 'װאָס אי דאָ צי שפּאָרן? טראַכטן קאָסט דען געלט?'

יעצט אָבער אַז איר װײסט װאָס איך האָב געװאָלט זאָגן מעגט איר האָבן אַביסל מיטלײַד מיטן בעל הבלאָג 'יושב על הגדר'. ער שרײַבט אַז ער איז אַ כלי קודש מיט אַ תורהדיקע פּאָסטן, אָבער ער איז אַ כופֿר און אַ פּורק עול. ער האָט געשריבן אַז ער האָט אַלעס אױפֿגעגעבן און ער האָט אפֿילו געגעסן יום כיפּור. ער פֿלעגט צו דערצײלן די פּאָבס װוּ ער איז געגאַנגן אין תל אביב, און װי ער האָט זיך געטראָפֿן מיט נקבות און צי ער האָט זיך יאָ געקושט צי נישט וכדומה. לפּנים איז ער אָבער געבליבן אַ חרדי למהדרין און ער פֿלעגט שרײַבן פֿון דער סתירה פֿון לעבן אַ דאָפּעלטן לעבן, װי אין בני ברק האָט ער געהײסן אַ חשובע יונגערמאַן, װיאַזױ זײַן פֿרױ האָט ריאַגיערט צו זײַנע מעשים טובים וכדומה. איך פֿלעג אים לײנען פֿון צײַט צו צײַט כאָטש איך האָב געזען װײניק פּאַראַלעלן מיט מײַן לעבן.

אײן שײנער טאָג זענען אַלע זײנע בלאָגס נעלם געװאָרן און, װי איר װעט זען בײַ אים, שרײַבט ער אַז מען האָט אים דערװישט און ער איז אױף צרות. איך פֿלעג מיך טאַקע װוּנדערן פֿאַרװאָס ער האָט אַזױ אָפֿן געשריבן. װאָס איז פֿון אים געװאָרן װײס איך נישט. אפֿשר האָבן די בני ברקער מולאַס אױף אים אױסגערופֿן אַ פֿאַטװאַ. אָדער אפֿשר האָבן זײ עס פֿאַרשװיגן כדרכם בקודש װײַל למה יאמרו... טראַכט אָבער אַ רגע פֿון זײַן מצב אין װאָס ער געפֿונט זיך און האָט אים אין זינען בײַ שמע קולנו.

איך האָב דעצײלט די מעשה פֿאַר מײַן פֿרױ און איך האָב איר געזאָגט אַז אױב מען װעט מיר דערװישן קען איך פֿאַרלירן מײַן פּרנסה און אונזערע קינדער װעלן זיך טרעפֿן אױפֿן גאַס אָן אַ שולע. זי איז דערשראָקן געװאָרן און האָט מיך געבעטן אַז איך זאָל נישט שרײַבן. איך האָב איר געזאָגט אַז ס'איז אײן זאַך װאָס איך קען נישט. איך רעג מיך גענוג און ס'מאַכט מיר כסדר אומעטיק אַז איך קען מיך נישט טײלן מיטן בלאָג מיט אַלעס װאָס איך װאָלט מיך געװאָלט טײלן, װײַל איך האָב מורא פֿון די מרגלים. ס'דערמאַנט מיך אַז װי פֿרײַ איך זאָל מיך נישט שפּירן פֿון אײן זינען בין איך אָבער אַלץ אינטערטעניקט און איך קען מיך נישט פֿרײַ אױסדרוקן.

אַ שאָד אַז אונזערע גאָט פֿאַרזאָרגערס האָבן נאָך נישט געהערט פֿונעם פֿילאָזאָף דזײ. ס. מילס און זײַן באַװוּסטע ממא נפֿשך. איז װאָס מען זאָגט אמת איז דאָך אוודאי גוט. װײַטער איז עס שקר איז לאָז עס װערן געזאָגט און מען װעט עס אָפּװענדן און דערמיט װעט דער אמת נאָך שטערקער װערן.

אײַ װעט איר פֿרעגן װאָס איז מיט לצנות? דאָס איז דאָך נישט אמת און נישט שקר. הוא מותיב לה והוא מפֿרק לה. די גאָט פֿאַרזאָרגערס נוצן אױך לצנות װי עס לױנט זײ איז װי קענען זײ עס אָפּהאַלטן פֿון אַ צװײטן? זאָגט דען נישט די גמרא כל ליצנותא אסורא לבר מליצנותא דע"ז?

יום שבת, אפריל 05, 2003

אפיריון נמטייה

להאי צנתר דדהבא, עושה לילות כימים לטובת הכלל און נאָך װיפֿיל זאַבלאָנען איר קענט צאַמשלעפּן, ר'... װאָס ער האָט מחזיר געװען עטרה ליושנה און ער האָט מיר פֿאַרשאַפֿט דעם פֿאַרלױרענעם בלאָג. כאָטש ער האָט מיר נישט געבעטן פֿאַרהױלן זײַן נאָמן שטעל איך אים אױפֿן חזקה אַז װיבאַלד ער איז אַ נעץ גליטשער איז ער אױסגעאַרבעט אין די מידה פֿון עניוות  און ער װיל נישט מען זאָל פֿון אים װיסן.

גענוג שױן מיט לצנות. דער געשיכטע פֿון געפֿונען דעם בלאָג דאַרף אַרײַן גײן אין די אַנאַלן פֿון די לעגענדעס פֿון אונזער הײליג פֿאָלק. נאָר אַ מיטגלידער פֿון דער עם חכם ונבון װאָלט געװען אַ בעלן צו געפֿונען דעם בלאָג פֿאַרשטעקט אין די הרי חושך פֿון דער קעש. ומי כעמך ישראל אַז װען ער טרעפֿט עס שױן זאָל ער עס באַלד אָפּגעבן פֿאַרן בעל הבית. דאָס פּאַסירט נאָר בײַ אײניקלעך פֿון אַברהם יצחק און יעקב, רחמנים און גומלי חסדים. און װי קענען זיך מיר פֿאָרשטעלן די סייעתא דשמיא װאָס עס האָט זיך באַװוּזן אין געפֿונען דעם בלאָג. טראַכט נאָר אַ רגע. קױם אַ מעת לעת נאָכן פֿאַרלירן, און ניטאַמאָל אַ שעה פֿון מײַן האָבן געזאָגט 'אמר ר' בנימין בן יפֿת...' און מען האָט דעם קאָטער געפֿונען. איר זעט װאָס דאָ טוט זיך? ס'איז דאָך ממש אין לשער דער השגחה פּרטית װאָס פֿירט אַלעס בעינא פּקיחא און אפֿילו פֿון אַ בלאָג פֿאַרהױלט ער נישט זײַן אױג.

אָקײ, דאָס מאָל טאַקע ערנסט, אַ שײנעם דאַנק ר'... פֿאַר מיר אַרײַן שיקן דאָס פֿאַרלױרענעם בלאָגל. מיר האָט איר זיכער מהנה געװען און איך האָף די לײנערס אױך.

ברוך שעשני חסיד!

ברוך הבא ייִדן! איך האָב שױן נישט געשריבן אַ שטיק צײַט און די בריװלעך קומן אַרײַן בעטן אױף סחורה. װי אַ בעל תפֿילה װאָס זיצט אױף זײַן פּלאַץ און מען שטײט איבער אים 'נו, משה רעטעך, װאָס לאָט איר אַך בעטן? גײַט שױן צי, הײַבט שױן אָן. װאָס האָט איר מױרע, לכה דודי? מע װעט אַך שױן העלפֿן' אַזױ מיז איך זאָגן אַז כאָטש איך זיץ נישט און װאַרט מען זאָל זיך בײַ מיר בעטן איז עס אָבער גאַנץ באַטעמט אַ בליץ פּאָסטל אױפֿן נוסח פֿון צמאה לך נפֿשי.

גלײבט מיר אָבער אַז נישט פֿאַרדעם בין איך שטיל. מײַן פֿיס האָט מיר אַביסל װײ געטון. נישט קײן געפֿערלעכע יסורים אָבער איך האָב שױן געזען דער מלאך המוות בײַם טיר. און אַז מען זעט דער מלאך המוות טראַכט מען באַלד װאָס װעלן די מספּידים זאָגן אױפֿן לוייה און װאָס װעלן די טרײסטערס זאָגן בײַם שבעה. אַז ער איז געװען אַ קטלא קניא? איז שױן טוב לו שלא נברא.

ס'שפּילט מיר פֿאַר די אױגן װי צװײ יונגעלײַט סודעװען זיך מיטן באַטעמטן פּײַן פֿון דערצײלן פֿאַרװײטיקטע נײַעס, 'האָסט געהערט?' --  'װאָס? טאַקע?' -- 'נו, װאָס האָסט די געמײַנט? אַ גרױסע חכם איז ער, ער מײַנט ס'איז חכמות, ער שפּילט זיך מיט פֿײַער' --  'אין די מײַנסט ער האָט אַלײַן נישט מורא? איך קען די אַלע אױבער חכמים, עפּעס דאַרף נאָר מיט זײ געשען אין באַלד קימן זײַ צי לױפֿן מיט אַ קװיטל אין שיקן אַ מנין צום רבין זי"ע'.

פֿאַרװאָס די מענטשן האַלטן אַז װאָס עס קומט אַרױס אין אַן עת צרה איז דער רײנער אמת איז נישט צו פֿאַרשטײן. לױט זײרע בליק הײסט עס אַז אַ מענטש װאָס דערטרונקט זיך און כאַפּט אָן אַ שטרױ איז עס פֿאַרדעם װײַל טיף אין האַרצן װײסט ער אַז אַ שטרױ אין װאַסער איז װי אליהו הנביאס מאַנטל. אײַ פֿאַרװאָס בױט מען שיפֿן פֿון האָלץ און נישט פֿון שטרױ איז פּשוט װײַל דער יצר הרע האָט אַן אינטערעסע אין דעם. און װאָס מײנט איר, האָלץ שװימט יאָ? די גרעסטער חכמים האָבן אױך אַזױ געמײנט װען זײ האָבן געבױט דער טײַטעניק און מן השמים האָט מען זײ געװיזן. נאָר װאָס דען, מי שאמר לעץ ס'זאָל שװימן יאמר לקש ס'זאָל שװימן און דער אמת װײסט אַ טרונקענדיקע מענטש אױך. און מיט אַזעלכע דיאַלאָגן און אָפֿענע ראיות האַלט מען אין אײן מחזיר זײַן ייִדישע קינדער לאביהם שבשמים.

נאָך אַזעלכע מחשבות װערט מיר דער מצב אומעטיק און איך הײב אָן צו קלערן צי טאַקע פֿאַר דעם בין איך אַראָפּגעקומן אױף דער װעלט. הנה יד ה' הויה ברגלך און מען גײט אין דיר נקמה נעמן. אין אַ מאָמענט פֿון שגעון האָב איך אױף אַלעס חרטה און איך װיל מיך גײן אײַנשרײַבן אין אַ כולל און אָפּמעקן קטלא קניא פֿונעם מפּה װי משה רבינו אין פּרשת תצוה. דער מאָמענט גײט אָבער אַריבער און איך בין מיך מחזק מיטן פּרינציפּ פֿונעם בעל התניא אַז בײַ אַ צדיק איז מוח שליט על הלב.
איך בין געװען בײַ אַ דאָקטאָר אױך אָבער אױף דעם אַ צװײטען מאָל.



פֿון צײַט צו צײַט קױף איך דער ענגלישע המודיע. ס'איז נישט אַזױ פֿאַרביסן װי איר ישראלישע געשװיסטער אָבער לעומת זה איז עס געשריבן אױפֿן 'טשיקן סופּ פֿאַרן נשמה' נוסח װאָס איז הײַנט דער תורה שבכתב פֿון חרדישע/ישיבישע ענגלישע אױסגאַבעס. און אַז איר קענט דער טשיקן סופּ בעל פּה קענט איר אײַך רופֿן קראָן צו פּאַם און איבערנאַכט װערן אַ מגיד מישרים. הקול קול פּסח והמעשות מעשהלעך טשיקן סופּ.

איז נאַט אײַך אַ מעשה פֿון דעם זאַנער פֿונעם ענגלישן המודיע װאָס נאָך עס לײנען האָב איך געדאַנקט ששם חלקי בין החסידים. דער איבערטײַטשונג און די הגהות זענען מײַנע.

'קומטס אַלע אַרײַן אינעם װױן צימער' רופֿט אױס מר. שװאַרץ מיט אַ ברען. די קינדער זענען אַלע געקומן צו לױפֿן פֿון די ד' כּנפֿות פֿונעם הױז.

'װאָס איז, טאַטע?'

(אינעם גײסט פֿון װײַזן װי יעצטיק זײ זענען שרײַבט דער המודיע 'dad', װאָס כאָטש בײַ רוב מנין ורוב בנין פֿון המודיע לײנערס רופֿט מען נישט אַזױ אַ טאַטע, טוט עס באַדײַטן אין זײערע אױגן װי זײרע אידיאַלן װערן אײַנגעהאַלטן אפֿילו בײַ הױך געשעצטע פֿילאָזאָפֿן װי מען רופֿט דער פֿאָטער 'דעד'.)

'לאָמיר מאַכן אַ קאָן, מיר גײן טאַנצן אַ רקידה!' האָט ער אױסגערופֿן. און ער האָט אױסגעבראָכן אין אַ לעבעדיקע סימן טוב ומזל טוב.

נישט קײַנע בעלנים זיך אָפּצוזאָגן פֿון אַ ביסל לעבדיגקײט, האָבן די קינדער זיך מצרף געװען צו אַ לעבעדיקע טאַנץ.

'פֿאַרװאָס טון מיר דאָס?' רופֿט זיך אָן עלעף יעריקע פֿײַװל.

'הײַנט בײַ נאַכט מאַכן די פֿרידמאַנס חתונה. כאָטש מען האָט אונז נישט געלײַדענט קען אונז קײנער נישט אָפּהאַלטן פֿון אַנטײל נעמן און זיך טײלן מיט זײ אין זײער שמחה. איז לאָמיר טאַנצן.' וכך הוווה, מען האָט געטאַנצן.'

איך האָב עס אָפּגעלײנט און איך האָב רחמנות געהאַט אױפֿן קינד װאָס װאָלט נישט געקומן צום פֿאָטערס היציקע רוף, איך האָב געװאָלט זאָגן מר. שװאַרץ אַז ס'איז נישט נײטיק זיך עד כדי כך זיך באַלײדיקן אױף נישט װערן גערופֿן צו אַ חתונה, און איך האָב געדאַנקט בשם ומלכות אַז איך בין אַ חסיד...

יום שישי, אפריל 04, 2003

אותיות פורחות באוויר

דער בעל הזײַטל האָט אין די לעצטער פּאָר טעג געביטן דער סערװער (באַדינער?) און מײַן לעצטער שטיקל באַקעפּעלט 'ברוך שעשני חסיד' איז נעבעך אומגעקומן אונטערװעגנס. מיר װיסן פֿון די מעשה פֿון יעקב, יוסף און די ברידער אַז השטן איז מקטרג בשעת הסכנה און אַז אַרױסגײן אין אַ װעג איז אַ שעת הסכנה. װען נאָר ער זאָל האָבן געזאָגט ויעקב הלך לדרכו װאָלט אַלעס בעסער געװען.

װי מען זאָגט אָבער כּל נדרי בײַ נאַכט אין דער שטיקל זוהר נאָך אור זרוע לצדיק אַז ס'איז דאָ װאָס קומן אָפּ מיט געלט און ס'איז דאָ װאָס קומן אָפּ מיטן לײַב. האָפֿענטליך װעל איך אָפּקומן מיט אַ בלאָג.

פֿון דעסטװעגן אַז אײנער האָט עס פּערצופֿאַל קאָפּירט אָדער אַז ס'שעקט אײַך דער שטיקל אין אײַרע קעש טוט אַ מצווה און שיקט עס מיר אָפּ װעל איך עס װידער אַרױפֿשטעלן. און זאָל אױף אײַרע קאָפּ חל זײַן די ברכה ברוך אשר יקום דברי התורה הזאת.

יום שני, מרץ 31, 2003

רופא כל בשר

איך בין געװען בײַם דאָקטאָר און זי האָט מיר געגעבען אַנטי־ברענעװדיקע טאַבלעטן. איך האָב איר געזאָגט אַז איך װאָלט נישט געװען אַ ייִד װען איך זאָל נישט פֿרעגן צי עס קען נישט זײַן אַז עס איז, אױ אל תפֿתח פּה לשטן, כאָב עס מורא אפֿילו אַרױס צו זאָגן װײַל װער װײסט װער פֿון דער פּמליא של מעלה לײנט מײַנע בלאָגס. איר מיזט מיר אָבער מודה זײַן אַז ס'איז נישט דאָ אַסאַך פֿעלקער װאָס האָבן אַזױ ליב צו שטאַרבן װי ייִדן.

אײדער איר באַשולדיקט מיר אַז שױן װײַטער בין איך מוציא לעז אױף כלל ישראל איז ראשית כּל קען עס זײַן אַז מיר זענען פּשוט מער צוגעװױנט צו שטאַרבן װי אַנדרע ממילא איבער די יאָרן האָבן מיר זיך צו דעם פֿאַרחשקט. אָבער ס'מוז אין דעם ליגן עפּעס טיפֿערס.

לאָמיר נעמן דרײַ גרױסע מאָמענטן אינעם גאָרער ייִדישע לעבן. געבױרן װערן, חתונה האָבן און שטאַרבן. אָן די דרײַ זאַכן קענט איר לײגן אַ שלאָס אױף ייִדישקײט

יום שני, מרץ 17, 2003

לכבוד פּורים׃ שירת הדג - דער פֿישס ליד

די פֿאָלגענדע שירה האָט מען געהערט פֿון אַ פֿיש אין װיליאַמסבורג 'רבותי דאָ רעדט אַ פֿיש, אַפּיקורסים און ליצים מאַכט נישט קײַן ליצנות. ס'שטײט אַז צדיקים װערן מגולגל אין פֿיש און די גבאים װערן מגולגל אין פֿישערס.'

די שירה איז ברוה"ק נאמרה און ס'איז כביכול שכינה מדברת מתוך גרונה. ס'זאָל חלילה קײנער נישט מײנען אַז דאָס איז עפּעס אַנדערש װי אַ מחלוקת לשם שמים און מיר קרוצי מחומר דאַרפֿן גלײבן אַז אלו ואלו דברי אלקים חייִם.

ס'איז געקומען אַ פֿישל קײַן סקװער
ער'ט געפֿרעגט ´װי, װאָס, װען, װער?´
מ'האָט אים געגעבן אַ זעץ
'דו װײסט װאָס דו רעדסט?'
דאָ טאָר מען נישט געבן אַ קלער

דער פֿיש האָט געגעבן אַ טאַנץ
דער בעלאַבאָס איז אַרײַן אין אַמבולאַנס
דער פֿיש האָט געשװיגן
גאַנץ סקװער האָט געשריגן
'ס'גײט פֿונעם גאַרטל אַ שװאַנץ'

דער פֿישל'ס געװעזן אַ קאַלטס
ס'האָט געזאָגט ס'דאַרף אַסאַך זאַלץ
'ציט מיך אַרױס פֿונעם בלאָטע
איך טו װי מײַן טאָטע
מײַן טלית קטן קומט אָן ביז מײַן האַלץ'

דער פֿיש האָט געװײנט אױף אַ תיקון
'איך בעט מ'זאָל מײן נשמה דערקװיקן
מ'האָט מיך נישט געלײגט אין אַ לעדל
מ'האָט געמײנט כ'בין אַ מײדל
װײַל מײן טאַטע'ס געװען צו פרום צו קוקן'

דער פֿיש האָט געזאָגט בקול רם
'רבותי איך האָב אַ פּראָגראַם
נעמט געלט פעדעראַלע
טײלט אױס פאַר אַלע
אָבער מיך לאָט צורו אינעם ים'

דער פיש האָט געװײנט אױף זײן מיתה
'הרגעט מיך נישט מיט אַ שיסער
טוט מײן נשמה אױסבײלן
איך װעל פאַר הילערי װעלן
אַזױ װעל איך אַרױס פֿונעם תפֿיסה'

די פֿישעטע האָט גערעדט אינעם שטעטל
זי האָט געבעטן זי װיל האָבן אַ ברעטל
'אין אַ נוסח פון קלאָגן
װעל איך ויקָרב קץ זאָגן
און אַ היט װעל איך גײן אױפן שײטל''

אין סקװער װױנט אַ פרױ זי הײסט בײלא
זי זאָגט זי האָט אַ פיש לעילא לעילא
אױפן רבין רעדט עס
פונעם רביצן שפּעט עס
זי האָט עס געקױפט בײַ אַ מענטש אַ נבילה (Nivelo)

דאָס פישל טײלט אױכעט שריים
און לױפֿט אין אַ מקווה פֿון מים חיים
ס'שװימט גאָר גיך
מיט שטיװל אָן שיך
'דער סוף איז שױן דאָ'. לחיים!

יום שישי, מרץ 14, 2003

פּורים תורות

כאָטש שכר מצווה בהאי עלמא ליכא, גײן דאַװענען אין שיל שחרית צאָלט דיװידענדן פֿאַר מעטיריאַל פֿאַר מײַן בלאָג. אַז איך גײ שבת אין שיל קומט מיר נאָר אױס צו זען דער שיל אין אירע שבתדיקע קלײדונג אָן קאַװעס און שמות אױף אַלע טישן. די תורה זורנאַלן װאָס װידמן זיך אַזױ שנעל און פֿיל װי אַ בני ברקער פֿאַמיליע זענען אַלע אױפֿן װאָכעדיקע סדרה צי אױפֿן װאָכעדיקע דף, און חוץ אַז איך װיל עס געבן אַ נעם װען מײַן שכן זאָגט שמע, זענען זײ אַ יקר המציאות. יעדער דאַרף זײ לײנען מיטצוהאַלטן די מזל טובס פֿון די נדבנים און אױך זען עפּעס אַ מעשהלע צי אַ תורהלע װאָס די באַזאָרגערס האַלטן איז פּאַסיק פֿאַר אנשים פּשוטים כמונו. אין מיטן װאָך אָבער װאַלגערן זײ זיך אױף אַלע טישן מיט הגהות און קאַטשקערײַען פֿון כולל יונגעלײַט װאָס זוכן אַ שעפֿערישן אױסגאַנג, און קײנער קוקט אײַך נישט איבער די איקסל װען איר ענדיקט שױן.

אָט אַזאַ בלאַט האָב איך אָנגעטראָפֿן די װאָך אױפֿן דף היומי. געשריבן איז עס אין דער מאָדערנע חרדישע סטיל װי מען געט אײַך קרעדיט פֿאַר דער שכל פֿון תינוקות של בית רבן און טאָמער מען זאָגט אײַך נישט אױף יעדען קשיא אַז ס'איז געװאַלדיג און אױף יעדען תירוץ אַז ס'איז הפֿלא ופֿלא האָבן זײ אַ חשש אַז אפֿשר װעט איר נוצן אײַערע אײגענע פֿאַקולטן ר"ל. די מעשות װאָס זײ שטעלן אַרײַן זענען אַלגעמײן פֿון די סאָרט װי אלמנות קומן צו אַ רב מיט אַ ביטערע געװײן אַז זײ זענען נאַקעט און באָרװעס (אױפֿן רב געװוּנטשן) און דער רב מיט זײַן פֿקחות פֿאַרענטפֿערט אַלע קשיות.

אין דעם בלאַט װאָס איך האָב אָנגערטראָפֿן איז געװען אַ פּשעטעל אױפֿן דף פֿון יענער װאָך. בצדק תשפּוט עמיתך. איר קענט אין דעם זען אַ פֿעלער? חלילה, אַ יוניװערסאַלע פּרינציפּ װאָס מאַכט אײַך שטאָלץ צו געהערן צום פֿאָלק פֿון דער אַלטער טעסטאַמענט. והוי דן את כל האדם לכף זכות. אַ פּראַכטיקע מאמר חז"ל װאָס קומט מיר אין מוח יעדעס מאָל איך הער דער ענגלישע אױסדרוק benefit of doubt.

געט זײ אָבער איבער פֿאַר אַ האַלאַכיסטישע מפֿלפּל און קוקט צו װי ער מאַכט אַ תל דערפֿון. דער בלאַט האָט אַ שאלה צו אַ קטן דאַרף מען אױך דן זײַן לכף זכות. װאָס איז דער הוי אמינא װוּנדערט איר אײַך, פֿאַרװאָס נישט? איר מיזט אָבער פֿאַרשטײן די מפֿלפּלים. זײ קומן פֿון אַ טראַדיציע װוּ האומר על קן ציפּור יגיעו רחמיך משתקין אותו. און כאָטש ס'איז דאָ אָן אַ שיעור מאמרי חז"ל װאָס נעמען אַ מער יומאַניסטישע צוגאַנג איז הײַנט אָבער מלך דער האַרטע נישט בײגװידיקע פּשט. אין אַזאַ װעלט שטײן מחיית עמלק, עיר הנדחת און דן זײַן לכף זכות אױף אײן פֿלאַך, און אַלעס איז אַ באַפֿעל פֿונעם באַשעפֿער. אָט דאָס איז דער הוי אמינא.

ס'איז אַ שאלה למעשה אױך. אַז איר זענט אַ מנהל צי אַ מלמד צי אַפֿילו אַ טאַטע און איר כאַפּט אײַער קינד מיט עפּעס מיזט איר װיסן װיאַזױ אים צו באַהאַנדלן. אַז איר גײט אַרײַן אין זײַן צימער אין דער פֿרי און ס'ליגט נישט נעגל װאַסער לעבן זײַן בעט איז אַ שאלה צי איר מעגט אים זאָגן 'שײגעץ אײנער, װאָס האָסט דו דיך נישט צוגעגרײט נעגל װאַסער' צי איר מעגט קלערן אַז ער האָט עס שױן אַוודאי אױסגעגאָסן.

דער דף היומי בלאַט האָט אָבער אַ פּשעטל. אַז איר װילט עס גאָר גוט פֿאַרשטײן איז פֿאָלגט מיר און זאָגט עס מיט אַ גמרא ניגון: אין דער ספֿר שבילי חיים דרונגט ער זיך אױס אַז װיבאַלד דער חפֿץ חיים האָט זיך געמוטשעט צו טרעפֿן װען מען טאָר נישט רעדן לשון הרע אױף אַ קטן, און ער האָט נאָר געקענט געפֿונען אַ היכי תימצי פֿון אַ קינד אַ יתום פֿון טאַטע מאַמע װאָס װױנט אין דער פֿרעמד און אַז מען װעט רעדן אױף אים לשון הרע קען מען אים אפֿשר אַרױסשטעלן פֿון זײַן הײם, איז פֿון דעם געדרונגן אַז רעדן אױף אַ קינד לשון הרע איז נישט קײַן איסור װײַל אַ קינד האָט נאָך נישט אַ כאַראַקטער װאָס מען קען אױף דעם רעדן לשון הרע און װאָס איז הײַנט אַזױ קען מאָרגן זײַן אַנדערש, ממילא איז דער זעלבע זאַך אױך מיט דן זײַן לכף זכות אַז ס'איז נישט דאָ אַזאַ מצווה פֿאַר אַ קטן.

הײסט עס אַז נאָך דעם שמע מינה איז אפֿילו לױטן חפֿץ חיים נישט דאָ קײַן איסור צו רעדן אױף אַ קטן. דער מחבר פֿונעם בלעטל האָט לױט דעם געטון לפֿנים משורת הדין װען ער האָט צוגעלײגט אין אײַגערינגלעכצער אַז מען דאַרף אַלץ נישט זאָגן אױף אַ קינד זאַכן פֿון שאַנד. זײער שײן פֿון אים.

דאָס איז דער ערשטער פּורים תורה, דער צװײטער איז מײַן אײגענס.

***************************************

מאָרגן װעלן מיר זאָגן אין די יוצרות 'ואם כל המועדים יהיו בטילים ימי הפּורים לא נבטלים'. שטעלט אײַך פֿאָר פֿאַר אַ מינוט אַ ייִדישקײט אָן בדיקת חמץ און אָן ערב פּסחדיקע מצות, אָן שבועותדיקע קעזקוכן און אקדמות, אָן שופֿר און תשליך, אָן כל נדרי און על חטא, אָן אַ דופֿן עקומה און אַ יאַנעװע אתרוג, אָן הושענות און חתן כל הנערים, אָן דער בית יוסףס קשיא און מנורות פֿעט מיט שמן זית, אָן אתרוג אײַנגעמאַכץ און אָן מגילה -אופּס, נײן אָן אַלעס חוץ די מגילה װײַל פּורים הײסט עס װאָלט געבליבן. נו, קענט איר אײַך פֿאָרשטעלן אַ ייִדישקײט אָן די אַלע זאַכן און אײן מאָל אַ יאָר װאָלט מען געקומן פֿײַרן מיט די גרעגערס און שלח מנותן װײַל מען האָט אונז געװאָלט אומברענגן. װאָס װאָלט אונז געטױגט בלײַבן אַ פֿאָלק אָן די קרעפּלעך און קנײדלעך, האָניג קוכן און זינגן בבקעך ים סוף? אײנס פֿון המנס גרױסע טענות איז דאָך געװען שה"י פּה"י, איז הגע בעצמך אַז אױב כל המועדים יהיו בטילים האָט המן שױן נישט קײן טענה, דאַרף מען אױב אַזױ נישט אַ נס פּורים.

אלא מאי אם כל המועדים... איז דער לשון הקודש עקװיװילאַנט פֿון װען דער באַבע װאָלט געהאַט רעדער װאָלט זי געפֿלױגן.

האָטס מיר אַלע אַ גוטן אָץ קוצץ און אַ פֿרײליכן פּורים!

יום חמישי, מרץ 13, 2003

וקורח שפּיקח היה...

'...און דו קטלא קניא וואָס דו ביסט דאָך נישט אַ נאַר, װי קומט צו דיר אַזאַ מעשה שטות פֿון זען בלױז דער נעגעטיװער זײַט פֿון אונז חסידים?'

בערך אַזױ האָט מיר געשריבן אַ לײענער, אַ בעל דרך ארץ, װאָס װיל פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס איך פֿאַרב אַזאַ שװאַרצער אומעטיקער בילד פֿון אונזער לעבן.

זײַנע טענות זענען פֿיל. אײנס אַז אונז זענען מיר נישט די ערגסטע און דאָס לעבן שטײגער פֿון די גוייִם איז אױך נישט אַ שטענדיקע גן־עדן, והשנית אַז ס'איז דאָ בײַ אונז אױך שײנע זאַכן װאָס מען קען דערפֿון שרײַבן און איך טו זײ איגנאָרירן און קאָנציטריר זיך נאָר אױף די נעגעטיװע זאַכן. כּיהודה ועוד לקרא האָט ער מיר געבעטן אַז איך זאָל מיך אינטערסירן אין דער אַרבעט פֿון ר' אביגדור מילר. ועל כּולם האָט ער מיר געטענהט אַז איך צוברעך און טו פֿאַרייִאושן יונגעלײַט װאָס לײענען מײַנע בלאָגס. מאידך גיסא װוּנטשט מיר דער שרײַבער 'חזק ואמץ' אין ער דאַנקט מיר אױפֿן אַרבעט 'אױפֿצועפֿענען אונזערע פֿאַרשטאָפּטע מוחות מיט התבוננות'.

שמעו נא רבותי װאָס איך האָב דאָ צו זאָגן. ראשית כּל איז דער מה טובו פֿון מײַן בלאָג אַז בתוך עמי אנכי יושב. איך בין נישט אַ זורנאַליסט װאָס איז היום כּאן און למחר נײַן װערסט הינטער לעמבערג. איך רעפּאָרט נישט װי אַסאַך װאָס מאַכן בײַ אונז בליץ באַזוכונגן, טרעפֿן זיך מיט אַפּאָר װיכטיקע עסקנים און ויסעו. אַזעלכע שרײַבן אָדער כאילו אונז זענען אַזױ עקזאָטיש װי אַ פּאַװע װאָס האָט זיך געשפּרײט די פֿעדערן, אָדער קומט זײ צו ברעכן און געבן אונז איבער װי אַ מישונג פֿון ציגײַנער, משוגעים און חיות רעות.

ואני, און איך קטלא קניא, איך בין אַ חסיד, איך אָטעם חסידות און שנײַדט מיר אױף װעט פֿליסן פֿון מיר רײן חסידיש בלוט. דאָס מײנט אָבער נישט אַז איך האָב ליב יעדעס װינקל און יעדער שפּאַרע פֿון אונזער לעבן. בפֿירוש נישט. און װײַל איך האָב ליב דער הײמישקײט און װאַרעמקײט מײנט עס אױך נישט אַז איך מיז מיך אױסדרוקן פּונקט אַזױ װי אַסאַך װאָלטן געװאָלט הערן. זאָגט דען נישט דער חכם מכּל אדם 'חושך שבטו שונא בנו'? און זאָגט דען נישט דער פּסוק 'כי את יאהב ה' יוכיח'?

פֿרעגט איר אָבער פֿאַרװאָס זאָג איך נישט מער װעגן די פּאָזיטיװע זאַכן און װעגן דעם טעם פֿון אַ טשולנט צי אַ קרעכץ פֿון אַ ניגון. װעל איך דערצײלן מײַן הגדה פֿון אַרמי אובד אבי און האָפֿענטלעך װעט איר דערנאָך פֿאַרשטײן. איך בין אַרױס פֿון ישיבה און חתונה געהאַט כדרך כל הארץ. איך האָב מיך אַרום געדרײט אַהין און אַהער און מקיים געװען לעולם ישליש אדם מעותיו׃ אַ ביסל אין כולל, אַ ביסל אין אַקציען און אַ ביסל אין ריל עסטײט, כּמאמר החכם אַביסל פֿון אַלעס, אַסאַך פֿון גאָרנישט. דאָס אַלעס איז פֿאַר מיר נישט געװען קײַן תכלית און איך האָב געשפּירט אַז איך בלאָנדזע. איך האָב אָבער פֿון װײניק געװוּסט.

איך האָב אָנגעהױבן לײנען װעלטלעכע צײַטונגן, הערן דער ראַדיאָ און זיך אינטערסירן אין װעלטליכקײט. ס'איז מיר אונטערגעקומן צו לײנען דײל קאַרניגיס 'װיאַזױ צו געװינען חבירים און באַאײַנפֿלוסן מענטשן' און איך האָב געמײנט אַז דערמיט האָב איך שױן קונה געװען חכמה, בינה און דעת. פֿאַר צװײ סיבות. אײנס, װײַל אױפֿן דעקל פֿונעם ביך איז געשטאַנען אַז איבער אַ מיליאָן מענטשן האָבן עס געקױפֿט. איך האָב געקלערט אַז דער גױישער עולם קױפֿט עס מוז דאָרט ליגן דער גױישער אמת. װײניק האָב איך דעמאָלסט געװוּסט אַז דער דיקאָטאָמי פֿון ייִד און גױ איז אַ ייִדישע ערפֿינדונג, און אַז ס'עקזיסטירט נישט אַ ייִדישער אמת, קל וחומר אױף אַלע פֿאַרשידענע פֿעלקער װאָס מיר האָבן פֿאַראײניקט אונטערן נאָמן גױים. איך האָב אױך געמײנט אַז אין דעם קען איך אָפּלערנען כּל הגױישע תורה כּולה על רגל אחת. דער פּאָפּולערע פּלאַטשיקע סטיל פֿון זעלבסט־הילף ביכער מאַכן אַ שטאַרקער אײַנדרוק אױף פּראָדוקטן פֿון אַ סיסטעם װי מען הײסט נאָר און מען איז װײניק מסביר, און נאָך װײניגער בסבר פּנים יפֿות. פּוק חזי װי מדריכים פּאַפּעגײַען פון 'מענער זענען פֿון מאַרס, פֿרױען פֿון װענוס' און פֿאַרקױפֿן זיך װי געבילדעטע מבינים אױף שלום בית.

איך בין דאָס שנעל אױסגעװאַקסן און איך האָב אָנגעהױבן לײנען ליטעראַטור בעיקר אױף ענגליש. איך האָב מיך אױך באַקענטיקט מיט װעלטלעכער קולטור װי קלאַסישער מוזיק און טעאַטער. נאָר נאָך איך האָב געפֿונען שלום עליכם האָב איך אָבער געשפּירט אַז אײנער רעדט צו מיר. אַז עמיצער האָט שױן געטרױטן מײַן שטראָז און ער האָט איבערגעלאָזט פֿיסטריט. איך האָב מיך באַליבט אין די ייִדישע קלאַסיקע און איך האָב געלײנעט מענדעלע, פּרץ און באַשעװיס זינגער. בײַ זײ האָב איך מיך אױסגעלערנט אַז ס'עקזיסטירט בײַ אונז אױך אַ װערדפֿולע קולטור װאָס מען קען אַנאַליזירן און שײן באַשרײַבן. אַז אױך מיר האָבן אַ שפּראַך אױף דעם, און נאָר אונזערע שפּראַך איז פֿעהיג אָנצוקומן צו אונזערע מהות. דאָס האָב איך נישט אַנדעקט אין מײַן קרײַז װי איך האָב געזען אַז אַזױװי אירע װערן 'אױפֿגעקלערט' צו לױפֿן כאַפּן בעלי תשובות אָדער האַקן אין טשײניק מיט כּמו־װיסנשאַפֿטן און כּמו־פּסיכאָלאָגיעס, קאָפּן זײ אין ייִדיש װי אַ מועד און באַנוצן זיך מיט הױכע ענגלישע און העברעישע טערמינען. זײ מײנען אַז דערמיט זענען זײ מסביר גדלות הבורא אָבער אין אמתן זעט מען דערפֿון בלױז זײערע שפֿלות עצמם.

אַרום די צײַטן האָט זיך אָנגעהױבן צו אַנטװיקלן דער נעץ. איך האָב מיך געדרײט אױפֿן עולם הנעץ און דאָרט אױך האָב איך לאַנג געבלאָנדזעט זוכענדיק אַ הײמיש פּלאַץ. דער נעץ האָט מיר געגעבן אַ געלעגנהײט צו טרעפֿן און שמועסן מיט מענטשן װאָס אין מײַן באַגרעניצטן לעבן פֿון דער עולם העשייה איז עס נישט מעגלעך געװען. װי דער באַשעפֿער פֿאַר קבלת התורה, האָב איך געשפּירט אַז אױך איך האָב אַ תורה אין מיר און איך האָב באַזוכט בײַ פֿאַרשידענע קרײַזן זען װער װיל עס מקבל זײַן.

איך האָב מיך געדרײט בײַ מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע זײטלעך און איך האָב באַװוּנדערט זײערע תורה עם דרך ארץ, זײערע פֿעסטקײט אין אמונה און שמירת המצוות צוזאַמן מיט זײערע װיסנשאַפֿט און װעלטלעכקײט. איך האָב באַגעגענט ערנסטע תלמידי חכמים װאָס זײערער אַלגעמײנער בילדונג באַשײנט און באַלײַכט זײערע תורה קענטעניש. איך האָב בעסער פֿאַרשטאַנען די גמרא אַז דער װאָס זאָגט אַז ער האָט בלױז תורה האָט תורה אױך נישט.

נאָך זיך דרײען אַביסל האָב איך געזען אַז ס'איז טאַקע פֿײַן או װױל אָבער זײערע ייִדישקײט איז נישט דער װאַרעמע חסידישקײט װאָס איך בין צוגעװױנט. זײערע דאגות זענען צו מען טאָר אַרײַנשטעקן אַן עלעקטראָנישן קאַרט אין אַ האָטעל טיר נישט װוּ מען קען קױפֿן אַ שאָצער הושענא. איך זאָג נישט מיר זענען בעסער אָבער דאָרט איז נישט מײַן הײם. אױך האָב איך אַנדעקט אַז זײערע װעלטלעכקײט האָט אױך אַן עק. יומאָר האָב איך דאָרט נישט געפֿונען און איך האָב געזען אַז פֿאַר אַ רב אָדער אַ פּוסק איז רעזערװירט אַַ יראת הכבוד װי פֿאַר גאָט אַלײן. בײַ חסידים זעט מען טאַקע אַזאַ כבוד פֿאַרן אײגענעם רבין אָבער זײ לאַכן כאָטש פֿון אַלע אַנדרע רביס. דאָרט לאַכט מען פֿון קײנעם נישט. האָב איך פֿון זײ געהולכט:

ר' מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע ייִד: אַז איר האַלט אַזױ שטאַרק פֿון די רביס און רבנים קומט קלײַבט אײַך איבער און באָדט אײַך בעפֿר רגליהם מיט אַלע אײַערע גלידער און דערנאָך װעלן מיר רעדן. אָבער אַז איר װױנט אײַך אין אײַערע באַקװעמע אַפּאַרטמענטן, איר געניסט פֿון טעלעװיזיעס און די לעצטע פֿילמס, פֿיר קינדער הײסט שױן בײַ אײַך אַ גרױסע פֿאַמיליע, אײַערע קינדער שיקט איר אין די בעסטע שולן און יוניװערסיטעטן, איר מיט אײַערע פֿרױ און קינדער טון זיך אָן װיאַזױ עס געפֿעלט אײַך און װיאַזױ ס'איז אײַך באַקװעם, אײַערע קהילות פֿירן זיך על פּי רוב דעמאָקראַטיש מיט װאַלן, אײַערע סינאַגאָגן געבן אָפּ יעדעס יאָר אַ דין וחשבון אױף די הכנסות און אױסגאַבעס, און איר זענט אַ שײנער ייִד צו האַלטן פֿון רבנים װאָס װױנען טױזענטע פֿיזישע מײַלן פֿון אײַך און אידיאַלאָגישע ליכט יאָרן אַװעק. איר טוט זיך אָננעמן מיט אײַערע פּערפֿעקטן ענגליש אױף רבנים און גדולים װאָס אַסאַך פֿון זײ פֿירן ישיבֿות װוּ פֿיל פֿון די תלמידים קענען זיך קױם אױסדרוקן אין אַ בריװל, זה בלא. פֿונדעסטװעגן טו איך זײ שאַצן אַז כאָטש איך זע אױס פֿיל מער ייִד פֿון זײ, טון זײ מיר אַלע פֿאַרשטעקן מיט זײערע געטרײַהײט לה' ולתורתו מיט אַ תמימותקײט און אַ פֿאַרשטענדליכקײט װאָס מען זעט צו װײניק אין אונזערע קרײַזן.

האָב איך מיך איבערגעקליבן מיט מײַן תורה צו די ייִדישיסטן. דאָרט האָב איך געפֿונען דער װאַרעמקײט פֿונעם ייִדישן שפּראַך און דער אָפֿענקײט צו דיסקאָטירן און שפּעטן אַלצדינג, און איך האָב דאָרט אױפֿגעשטעלט אַ הײם אױף אַ װײַלע. װיבאַלד רוב פֿון די ייִדישיסטן לעבן נישט אין ייִדיש רעדענדיקע קהילות און זײערע לעבענסשטײַגער איז װײַט פֿון די סממנים װאָס אָן זײ איז ייִדיש װי אַ גוף בלא נשמה, האָב איך געשפּירט אַז מײַן שפּראַך מיט זײ איז אַ באַגרעניצטע. איך בין נישט צופֿיל אינטערסירט אין דער אַקאַדעמישע זײַט פֿון ייִדיש און איך בין נאָך װײניקער אינטערסירט אין די בונדיסטישע פּאָליטיק װאָס האָט זיך אָנגעטשעפּעט אין ייִדיש. איך בין אײנמאָל געגאַנגן אױף אַ בונדיסטישע אסיפֿה און מער בין איך נישט צוריק. דער ענן הכּבוד האָט זיך פֿון דאָרט אױך געהױבן און ס'איז געקומן אַ צײַט זיך צו ציען. איך האָב אָבער דאָרט געמאַכט פֿילע פֿרײַנדשאַפֿטן מיט טײַערע ייִדן װאָס האָב מיך גוט פֿאַרשטאַנען און זײ האָבן מיך פֿיל געהאָלפֿן מיט עצות און חיזוק.

איך האָב נאָך באַזוכט אין ארץ ישראלדיקע חרדישע זײַטלעך אָבער דאָרט האָב איך אױך נישט געטראָפֿן מײַן פּלאַץ. די פּאָליטישע פּראָבלעמן פֿון ישראל גײן מיר נישט צופֿיל אָן, און דער אָבסעסיע מיט חילונים און װיפֿיל 'זײ' האָבן 'אונז' פֿײַנט איז בײַ מיר אַן עקל. אַנדרע זײַטלעך װאָס באַנעמן זיך מיט פֿרומע איז פֿאַר חוזרים בשאלה (אָפּגעפֿאָרענע איז פּאָליטיש נישט־קאָרעקט) אָדער אין גאַנצן אַנטי פֿרום. דאָס אַרומזיכן האָט מיר געמאַכט זיך שפּירן װי אַ יוצא דופֿן. איז טאַקע נישט דאָ נאָך אַ ייִד װאָס האַלט בײַ װײניק אָבער ער איז אינערװײניק און האָט ליב צו לאַכן און שפּעטן? איך װיל רעדן װעגן דער פֿאָלק און זײערע טאָג טעגליך לעבן. איך װיל אָבער שרײַבן פֿון אינערװײניג, איך װיל שרײַבן פֿון דער שטאַנדפּונקט װוּ ייִדישקײט איז אַן עקזיסטענסואַלע מצב, נישט װוּ מען איז אַ מענטש, אַ ייִד, נאָר װוּ אַז מען איז נישט אַ ייִד איז מען גאָרנישט.

נאָך זוכן אַזױ פֿיל אין דער פֿרעמד האָב איך אײַנגעזען װי ר' אײַזיק ר' יעקעלס אַז דער גאָלד ליגט נישט אין װין אונטערן בריק נאָר בײַ אים אין קראָקע אונטערן אױװען. איך האָב געזאָגט אלכה ואשובה אל אישי הראשון און איך בלײַב בײַ מײַנע חסידים. װי יתרו װאָס ער האָט געזאָגט עתה ידעתי נאָך ער האָט טועם געװען אַלע עבודה זרהס, האָב איך אױך אַנערקענט אַז דאָ איז מײַן הײם. װי װײַט איך זאָל נישט לױפֿן, װעט מײַן חסידות מיט מיר מיטקומן, און ממילא איז כּדאי מיט איר שלום צו מאַכן. איך האַלט נאָך אין מיטן טועם זײַן עבודה זרהס, איך גײ מיר מײַן װעג און טו װאָס איך האָב צו טון אָבער בתוך עמי אנכי יושב און פֿון זײ װעל איך געניסן און שרײַבן.

בין איך מיר געגאַנגן אין דער װעג פֿון דער רבישע אײניקל װאָס װען ער געפֿונט נישט אַ שטיבל װוּ מען דאַװענט פּונקט װי זײַן זײדעס נוסח הײבט ער זיך אױף און ער מאַכט אַן אײגענער מנין. אַזױ האָב איך געטון און איך האָב עס אַ נאָמן געגעבן קטלא קניא. דאָ בין איך בעל הבית און דאָ קען איך שרײַבן װיאַזױ דאָ לעבן אַרום מיר זעט אױס פֿון מײַן פֿענסטערל. דאָ איז אױך אַ פֿענצערל װי דער לאָדן איז נישט פֿאַרמאַכט און דער גאָרער װעלט קען אַרײַנקוקן. צי איך זע מיט רױטע ברילן צי מיט שװאַרצע ברילן אָדער צי איך בין אין גאַנצן בלינד איז נישט פֿאַר מיר צו באַשליסן. איך װײס נאָר אַז דאָס זע איך און דאָס געב איך איבער.

װי אַן אלשיך װאָס הײבט זיך אָן מיט פֿופֿצן קשיות, גיט אַ לאַנגע הקדמה און דערנאָך פֿאַרענטפֿערט ער אַלע שװעריקײטן, װעל איך אײַך אַצינד ענטפֿערן אױף אײַערע פּרטיתדיקע טענות.

איר פֿרעגט פֿאַרװאָס געב איך נישט אַ פֿולן בילד פֿון די גוטע װױלע זאַכן אױך. איר מוזט פֿאַרשטײן אַז איך װיל נישט אין מײַן שטיבל עובר זײַן אױף בעל תוסיף. אַז איר װילט לײענען װעגן דער טיפֿער טרױער װאָס װיקעלט אײַן יהדות החרדית יעדעס מאָל אַן אַלטע פֿאַרץ פּעקעלט זיך, װעגן דער פֿרײד װאָס באַנעמט יעדער נשמה װען אַ בת של קדושים האָט אַ ליל טבילה, װעגען די גמילות חסדים פֿון אַ פֿרישער גמ"ח װאָס באָרגט װינדלעך ערב שבת בין השמשות, אַז איר װילט דאָס אַלעס הערן קענט איר גײן קױפֿן אַ דזויִש אָבזערװער, דער איד, המודיע, דער בלאַט ועוד כהנה וכהנה. איך בין אין דעם נישט אינטערסירט װײַל נישט דאָס איז דער סאַמע פֿון אונזער לעבן. נישט דאָס לאָזט מענטשן נישט שלאָפֿן בײַ נאַכט און נישט דאָס אַנימיערט ר' ישראל און כּל ישראל. טאַקע װאָס איר האָט אַװעקגעמאַכט אין אײַער בריװ, אַ פֿרױ װאָס מפּילט, װײַל לױט אײַך האָט זי סײַװי אַ האַלבע טוץ קינדער אין דער הײם, דאָס און ענלעכע זאַכן זענען פֿון װאָס אונזער לעבן באַשטײט אָבער קײנער װיל עס נישט געבן אַ קול. אַמאָל איז עס גוט אַמאָל איז עס שלעכט. ס'איז אָבער אַלעמאָל װאָס איך האָב געזען און דער מערקונג װאָס עס האָט געמאַכט אױף מיר.

אַז איר זאָגט אַז יונגעלײַט לײנען מיר און װערן מיואש איז עס בלױז װײַל אױך זײ דערקענען דאָס בילד. אם כן קענט איר נישט באַשולדיקן דעם פּאָסטטרעגער. גײט רעט מיט דער בעל הבירה פֿאַרװאָס ער/זײ האַלטן דאָס אױף און זוכן נישט צו ענדערן דער מצב פֿון זיײערע נאָכפֿאָלגער. איך האָב נישט קײַן שום אַזענדע חוץ פֿון װעלן שרײַבן און זיך טײלן מיט מײַנע אָבזערװאַציעס. װי אַ רב האָט געזאָגט פֿאַר אַ ייִד װאָס איז אים געקומן זאָגן אַז ער װיל דרוקן אַ ספֿר, 'אַ ס'דרוקט דיר, דרוק'. איך האַלט אָבער נישט אַז טועם זײַן פֿונעם ביטער־זיסן עץ הדעת ברענגט צו ייִאוש. װאָס בײַ אײנעם איז שבירת הלוחות איז בײַ אַ צװײטן יישר כּוח ששברת. דער איש מלחמה איז אױך אַ זקן מלא רחמים. איך בין טאַקע נישט אױסן אײנעם אױפֿצוקלערן, אָבער אַז ס'לערנט זיך עמיצער דאָ װיאַזױ צו נוצן דער פֿיגוריטיװע גאָפּל און מעסער צו דער גאָרער װעלט איז הכל ריווח.

ועל מה ששאלת אַז בײַ די גויים איז אױך נישט אײַ יײַ יײַ, טוט מיר אַ טובה. יעקב האָט נישט אַ מאָנאָפּאָל אױף עולם הבא און עשו נישט אױף עולם הזה. װען איך װעל רעדן צו אַ גױישע ציבור װעגן דאָס גױישן לעבן װאָלט עס געװען אַ טענה. איך רעד צו אַ ציבור ייִדן, אָדער הױפֿטזעכטלעך ייִדן, װעגן אַ חסידישע עקזיסטענץ. נו זאָל איך שרײַבן אַז פֿיל פֿון זײערע שולן האָבן נאַרקאָטיקס און געװאַלדערײַען? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? און מיר זאָגן דאָך אתה בחרתנו װײַל מיר דאַרפֿן זײַן אור לגויים איז װאָס פֿאַר אַ תירוץ איז עס אַז בײַ זײ איז אױך דאָ פּראָבלעמן.

אַז איר לײנט װעט איר װיסן אַז דער װעלטלעכע װעלט פֿאַרזוכט צו באַהאַנדלן זײערע פּראָבלעמן מיט אַן אָפֿענקײט װאָס מיר קענען זיך נאָר װוּנטשן. 'פּײטון פּלײס' דערצײלט װעגן אַ פֿאָטערס פֿאַרגװאַלדיגונג פֿון זײַן טאָכטער, דער קאַטױלישע קירכע קלאַפּט זיך יעצט על חטא אױף סעקסואַלישע זינד פֿון גלחים צו קינדער, 'טו קיל ע מאָקינגבירד' שילדערט דער טיפֿער ראַסיסטישקײט פֿונעם דרום אַמעריקאַנעם געזעלשאַפֿט, 'אַנזעלעס אַשן' גיט איבער אַ יוגנט אין אַ צוריקגעבליבענע, פֿאַראָרעמטע און קאַטױלישע אירלאַנד. זענען מיר מוכן צו דיסקאָטירן אונזערע פּראָבלעמן אפֿילו בצינעא צי װילן אונז לעבן װי אַ בת היענה מיט דער קאָפּ אין דער זאַמד און אַלעס איבערדעקן מיט צאי לך בעקבי הצאן? דאָס איז דער פֿראַגע, נישט צי בײַ אַ צװײטן איז נישט בעסער.

אחרון אחרון חביב, װעל איך דיר ענטפֿערן װעגן ר' אביגדור מילר. ס'איז מיר לעצטענס אױסגעקומן צו הערן זײַנס אַ קאַסעט. האָט ער אַזױ אײַנגעטײַטשט דער פּסוק 'ותרא שרה את בן הגר המצרית אשר ילדה לאברהם מצחק'. רש"י זאָגט אַז מצחק מײנט עבודה זרה צי גילויִ עריות, װאָס װײסט אָבער רש"י קעגן ר' אביגדורן. ר' אביגדור זאָגט אַז מצחק מײנט פּשוט לאַכן. אין זײַנע יעקישע קאַדענצן איז ער מסביר אַז אין דער הײם פֿון אַ גדול בישׂראל איז נישט דאָ קײַן פּלאַץ פֿאַר געלעכטער, און אַז ישמעאל האָט זיך געטרױעט צו לאַכן האָט מען אים געדאַרפֿט פֿאַרשיקן מיטן מאַמן.

איר װעט מיר מוחל זײַן, אָבער קטלא קניא אַפֿילו װען ער זאָל װעלן קען ער דאָס נישט באַװײַזן: אָן לאַכן האָט זײַן קיום כּמעט נישט קײַן װערט.

יום שני, מרץ 10, 2003

יסורים של אהבה

ס'האָט אַסאַך פּאַסירט זײַט איך האָב דאָ דאָס לעצטער מאָל געשריבן. איך האָב נישט דער צײַט אַלעס צו שרײַבן, איך האָב אָבער מורא אַז איך װעל גאָרנישט שרײַבן װעל איך עס װידער אָפּשטיפּן און די טעג און װאָכן װעלן דורך פֿליען, ואני אנה הבלאָג שלי בא?

אינעם קעפּל מײן איך נישט יענער אהבה. איך מײן טאַקע אמתע יסורים װי ייִדישע קינדער טײַטשן עס אָפּ שױן צװײ טױזענט יאָר.

א. דערצײלט אַז זי האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ חברטע, ל., און אַז ל. האָט פֿאַר נישט לאַנג פֿאַרלױרן אַן עיבור. א. האָט איר געפֿרעגט װאָס זי מאַכט און װאָס האָט פּאַסירט. ל. האָט זיך באַלד אױסגעדרײט אַז זי איז שױן פֿאַריבער איר אומגליק און זי קומט שױן צו זיך. נאָך שמועסן אַפּאָר מינוט, איז ל. מודה אַז זי עס נאָך גאָרנישט אַריבער און ס'טוט איר נאָך אַלץ װײ. זי לײגט צו אַז מיט איר מוטער קען זי נישט רעדן װײַל זי פּראָבירט איר אַלץ צו באַרוהיגן אַז זי האָט ברוך השם אַנדערע געזונטע קינדער און זי זאָל זיך פֿרײען מיט זײ.

א. זאָגט אַז עס האָט איר דערמאַנט פֿון אַ שמועס װאָס זי האָט געהאַט מין ט. װי ט. האָט זיך אָפּגערעדט אַז זי איז נישט געװען געזונט און אַלץ זענען געקומן נשים צדקניות און איר געטרײסט אַז אַלעס איז באַשערט און אַז איר קראַנקײט איז אַ נסיון. ט. האָט געזאָגט אַז זי האָט זײ געװאָלט אַרױסשלײדערן פֿון איר שטוב. אַ חוצפּה האָבן זײ איר אײַנצוטײלן װען זי װאַלגערט זיך פֿאַר יסורים צי עס איז אַ נסיון צי נישט. דאָס, האָט זי געהאַלטן, איז פֿאַר איר צו באַשליסן.

איך האָב מיך אױך דערמאַנט װען בײַ ד. איז געבױרן אַ קינד אָן פֿינגער האָב איך אים געפֿרעגט װען איך האָב אים אָפּגעגעבן מזל טוב װאָס האָט גענױ פּאַסירט. האָט ער מיר נישט געענטפֿערט און פֿאַרקערט ער האָט מיר געזאָגט ברוך השם דאָס קינד איז געזונט און נאָך אױף דעם נוסח. איך פֿאַרזיך צו פֿאַרשטײן צי דאָס איז פּשוט אַ מיטעל זיך צו קענען אַן עצה געבן מיט אַן עת צרה און צו פֿאַרשטעלן דער פּײַן, אָדער צי דאָס איז אױך אַ מיטל פֿון פֿאַרשטעלן און שיצן דעם באַשעפֿער? כלומר, די פּערשױנען האָבן מורא פֿון קלערן װי האָט דער באַשעפֿער אַזױנס געקענט צולאָזן, װײַל זײ פֿאָרכטן די תירוצים װאָס קענען זײ פֿירן אָפּצופֿרעגן זײערע גאַנצע לעבענס שטײגער. דערפֿאַר שיצן זײ דעם באַשעפֿער אױפֿן ציל פֿון זיך צו שיצן.

דעם קאָמפּלימענט פֿון אתה בחרתנו קומט אים אָבער, װײַל דער באַשעפֿער, מוזט איר מודה זײַן, האָט נישט געקענט בעסער װעלן. װי װאָלט ער געהאַט נאָך אַ פֿאָלק װאָס נאָך מען האָט זײ חרוב געמאַכט דער בית המקדש, און דווקא צװײ פֿון זײ, און מען האָט זײ פֿאַרשיקט אין גלות אַרײַן אױף צװײ טױזענט יאָר, ועוד ידו נטויה, זאָגן זײ מזמור לאסף? און פֿאַרװאָס אַ געזאַנג? װײַל דער באַשעפֿער איז װױל אַז ער האָט אױסגעשיט זײַן גרימצאָרן אױף האָלץ און שטײנער. װי קען ער פֿאַרלירן? ער זאָל אומברענגן דער גאַנצער װעלט חוץ אײן ייִדל װעט דער ייִד זאָגן הלל שלם אַז ס'האָט געקענט זײַן ערגער אַז אױך ער װאָלט אומגעקומן. אָט אַזאַ סאָרט תפֿילה האָט פּרימו לוי בײַגעזען אינעם לאַגער און ער האָט ער געשריבן אַז װען ער איז גאָט שפּײַט ער אױפֿן תפֿילה.

מײן שװעסטער דערצײלט אַז זי איז געװען אױף אַ בר מצווה און ס'האָט דערצײלט אַ פֿרױ די מעשה װעגן דער רעדענדיקע פֿיש. מײַן שװעסטער האָט נישט געהערט פֿונעם מעשה און זי האָט געזאָגט בײַם טיש אַז ס'איז נאַרישקײטן. דערנאָך קומט צו איר צו אַ פֿרױ װאָס איז אױך דאָרט געזעסן און זאָגט איר, אַז זי האַלט אױך אַזױ נאָר זי האָט נישט געהאַט דער קוראַז עס צו זאָגן ברבים.

װען מײַן ייִנגעל האָט מיר דערצײלט װעגן דער פֿיש, אַנשטאָט מיט אים אַרײַן גײן אין װיכוחים צי עס האָט יאָ פּאַסירט צי נישט, האָב איך אים געזאָגט דער עלעגאַנטער טענה װאָס איך האָב מיך אױסגעלערנט בײַם פֿאַרברענטן אַפּיקורס דוד הום: אַ פֿיש קען נישט רעדן.

יום ראשון, פברואר 23, 2003

מאי שבת

מאי שבת? מאי שבת איז נישט מײַן קשיא. דער זוהר פֿרעגט עס און ענטפֿערט אַז ס'איז אַ נאָמען פֿונעם באַשעפֿער. פֿאַרװאָס דער באַשעפֿער קען זיך נישט געפֿונען אַ בעסערען נאָמן פֿאַרשטײ איך נישט. אָבער אַז ער איז זיך מחייה אַז ער זעט זײַנע טעכטער גײן שײטלן און דיקע ברױנע שטרימפּ און זײַנע זינען פֿערטל שיך מיט אַ דיקע גאַרטל פּאַסט עס ער זאָל זיך אַ נאָמן געבן שבת.

מײַן טאָכטער זאָגט פֿאַר מײַן פֿרױ אַז זי האָט נישט ליב שבת װײַל זי קען נישט שפּילן מיט מוקצה שפּילערײַען. באַלד שפּיר איך מיר שולדיג. אַז אפֿשר װען מײַן שבת סעודה װאָלט געװען אידיאַל װי ס'דאַכט זיך מיר ס'איז בײַם שכן װאָלט זי געשפּירט אַ טעם אינעם שבת. איך פֿאַרזיך רעדן מיט מײַנע קינדער װעגן שבת בײַם סעודה. פֿרעג איך מײַן זעקס יעריג ייִנגל װעלכע חשובע מצווה שטײט אין דער װאָכעדיגע סדרה. איך העלף אים אַרױס װען איך זאָג אים אַז ס׳יז פֿון די גרעסטע מצוות װאָס די ייִדן האָבן. ענטפֿערט ער מיר אַז מען דאַרף גײן אַ קאַפּל. 'נײן', 'ציצית', 'אױך נישט', אָ ער װײסט שױן, װאָס? 'צניעות'. גײ זײַ אַ מבין אױף אונזערע פֿאַרשאָלטענעם חינוך סיסטעם װאָס לערנט אױס פֿאַר זעקס יעריג ייִנגלעך אַז צניעות איז פֿון די װיכטיגסטע זאַכן אין ייִדישקײט.

דאָס איז נישט אַלעס. יענער װאָך איז געװען בײַ זײַן תלמוד תורה דער טאָג װען עלטערן קומן טרעפֿן די מלמדים. איך זאָג עלטערן, אָבער למעשה איז עס געװען כמעט נאָר טאַטעס. מאַמעס האָבן נישט װאָס צו רעדן מיט אַ מלמד װײַל װאָס פֿאַרשטײן זײ דען צום פֿאַך פֿון מלומדות? װאָס זאָגט אַ מאַמע װען מען זאָגט איר, אַזױ װי מען האָט מיר יענער װאָך געזאָגט, אַז מען געט פֿאַר די קינדער, זעקס, זיבן יעריגע, אַ סאַך ידיעות, למשל עגלה ערופֿה? פֿאַרדעם איז דער פֿליכט פֿון חינוך אױף די טאַטעס און מענער און די חדרים דינגן נישט מײדלעך און פֿרױען צו לערנען מיט די ייִנגלעך א"ב אד"ג, װײַל די קינדער װאָלט אױפֿגעװאַקסן נישט װוּסנדיק פֿון עגלה ערופֿה. קען מען אַזױנס צולאָזן?

װאַרטענדיק אַרײַן צו גײן צום מלמד איז מיר מסביר אַ טאַטע אַז הײַנטיגע מלמדים קענען גאָרנישט. די אַמאָליגע מלמדים זײ זענען געװען װאָס דער פּסוק מײנט. ער האָט מיר נישט געקענט זאָגן װאָס ער מײנט. אָבער װען איך האָב אים געזאָגט אַז הללו והללו זענען בײדע װערד אױף כּפּרות און װי קען מען לערנען מיט קינדער געהעריג אַז עס עקזיסטירט אַפֿילו נישטט אַ לערן פּראָגראַם האָט ער נישט געהאַט קײַן ענטפֿער.

אַז עס עקזיסטירט אַ יענער װעלט און אַז מען שמײַסט טאַקע דאָרט בין איך עתיד ליתן את הדין אַז איך שוק מײַנע קינדער אין אינסטיטיוציעס װי איך װאָלט נישט געדונגן אַסאַך פֿון די מלמדים אפֿילו נישט אױף בײביסיטערס. אַז ס'איז דאָ אײן פּלאַץ װי איך באַנוטיג מיר אין יומאָר אָבער דער יומאָר אַנטלױפט פֿון מיר איז אין דער ערציאונגס סיסטעם פֿון די חרדים לדבר ה'. און אַז הײַנט שפּיר איך מיר אַזױ װאָס װעל איך זײ ענטפֿערן װען זײ װאַקסן אױף און פֿרעגן מיר פֿאַרװאָס האָסט דו אונז אַהין געשיקט? ס'איז דאָ אַסאַך צו זאָגן אױף דעם און איך לאָז איבער אױף אַ צװײטער מאָל. לאָ'מיך נאָר צולײגן אַז װען איך גײ אַרױס פֿונעם מלמד װינטשט ער װי אַ מאַנטראַ 'נחת, דער עיקר זאָלסט זען אַסאַך נחת בײַ דעם קינד...' איך װיל אים דערלאַנגן אַ שנעל אין נאָז.

********************************

שבת אין־דער־פֿרי אַזױ װי איך מאַך אױף דער טיר אינעם שטרײַמעל מיטן טלית אױפֿן פּלײצע צו גײן אין שול קומט מיר אַקעגן דער פּאָסט טרעגער, אַ ראַסטאַ מיט אַ קאָלירטן, געשטריקטן היט איבער זײַן האָר. איך שטרעק אױס די הענט און װיל בײַ אים נעמן דעם פּעקל, פֿרעגט ער מיר צי איך קען עס נעמן. איך צי צוריק מײַן האַנט און שמײכעל צו אים און ער האָט עס פֿאַר מיר אַראָפּגעלײגט אױפֿן ערד. אַז דער באַשעפֿער װיל דערלאַנגן אַ ציפּ װײסט ער װיאַזױ. אַ בן נוח װײסט שױן בעסער הלכות שבת װי איך און אפילו ער װײסט אַז פֿון נישט טאָרן װערט באַלד נישט קענען.

מײַן עיקר מחשבה בײַם צוריקציען דער האַנט איז אָבער געװען אַז איך װעל נעמן דער פּעקל װעט ער גײן בײַ אַן אַנדערע ייִדישע הױז, װאָס דאָרט קען מען טאַקע נישט, און ער װעט זײ נישט צוליב טון װײַל ער האָט געזען בײַ מיר אַז נישט נאָר מען קען מען טאָר אױך. כל ישראל ערבים איז דער תירוץ פֿאַרװאָס ייִדען זענען פֿאַרדאגהט בלױז מיט אַ צװײטן און נישט מיט זיך און ס'האָט מיר אױך אַרײַן געכאַפּט אין זאַק.

****************************

אײדער איך פֿאַרגעס׃ אַ חברס אַ שװעסטער קינד האָט געהאַט אַ זיבעטן קינד, אָבער אַ מײדעל. זײ האָבן שױן פֿיר מײדלעך און זײ האָבן געװאָלט אַביסל באַלאַנץ אינעם סיסטעם האָט זיך זײ געגלוסט אַ ייִנגעל. האָט דער זײדע געזאָגט מערטשעם איבער אַ יאָר װעט איר האָבן דער מײדעלע. דער זײדע פֿירט אַ געשעפֿט און פֿאַרדינט און האָט בלױז פֿיר קינדער קען ער לאַכן. דער שניר אָבער לאָזט נישט איר מאַן גײן אַרבעטן בײַם פֿאָטער װײַל ס'פּאַסט איר נישט נישט האָבן אַ מאַן אַ בן תורה. און דערװײַל מערט מען זיך װי די תורה האָט געבאָטן.

קנײַנע האָרע אַבי אָף שמחות...

יום חמישי, פברואר 20, 2003

קול חתן וקול כלה

מען האָט מיך געלאַדענט אױף אַ חתונה. אַ שמחה גדולה! פֿון די שבעה מדורי גיהנום איז זיכער אײנס פֿון זײ אַ חתונה זאַל, װוּ ס'איז קױם דאָ פּלאַטץ צו זיצן און מען בעט אײַך כּסדר 'ריק דיך אָף אַ ביסל, לאָז נאָך אַ ייִד זיצן', װוּ דער עסן איז בחפּזון אַזױװי בײַ יציאת מצרים און האָט אָנגעפֿער דעם זעלבן טעם, װוּ מען זונדערט אײַך אָפּ פֿונעם פּלוניתטע שױן אױפֿן גאַס פֿאַר איר טרעט נאָך ערגעץ אַרײַן, װוּ איר מוזט זיצן לעבן בערד װאָס קומן אָן ביזן יױך, מוזיק קראַכט אײַך אין אױר, מען דרשנט אָן אַ סוף און דווקא פֿאַרן הױפּט פּאָרציע אַזױ אַז איר זאָלט נישט קענען אַנטלױפֿן פֿאַרן דרשה, און יעדער צװײ מינוט קלאַפּט מען אײַך אין די פּלײצע פֿאַר נאָך אַ חשובע צװעק, און דאָס אַלעס רופֿט זיך אַ נהנה מסעודת חתן. אַזױ גרױס איז די הנאה אַז ס'האָט אַמאָל אַ ייִד בײַ מײַן טיש בײַ אַ חתונה געזאָגט אַז זײַן פֿרױ פֿרײט זיך איבערן מחיצה װײַל זי װאָלט זיך געשעמט לעבן אים צו זיצן.

דער לעצטער מאָדישער מה בכּך (פֿעשן עקסעסאָרי בלע"ז) בײַ אונזערע כּולם אהובים'ניקעס איז נישט אַ הערמיז קראַװאַט װײַל בײַ אונז גײט מען נישט קראַװאַטן, אױך נישט אַן אַרמאַני רעקל און אפֿילו נישט אַ ראָלעקס זײגערעל. בײַ אונז איז געװאָרן אַ מנהג אַז מען גײט אױף אַ סעודת מצווה און מען װיל זיך מה יפֿיתן ברענגט מען מיט אַ דף היומי גמרא. צװישן די פּאָרציעס װאָס געדױרן אַ יאָר מיט אַ מיטװאָך אָנצוקומן האַלט מען די גמרא אונטער דער טיש און מען איז חלילה נישט מפֿסיק קײַן רגע פֿון לימוד התורה. פֿאַרשטײט זיך אַז מען האַלט מיט אַלע שמועסן בײַם טיש, אַ מענטש איז דאָך בלױז אַ מענטש, נאָר װען דער סאַרװער קומט אָן מיט דער שניצל און געבראָטענע קאַרטאָפֿל פֿאַרטיפֿט מען זיך שטאַרק אין דער גמרא אַזױ אַז ער דאַרף פֿיל מאָל הױך זאָגן 'עקסיוז מי' אַז יעדער זעט אַז דאָ זיצט אַ הוגה בתורת ה'.

טאָמער מײנט איר אַז װען די בני ישראל האָבן אין דער מדבר געקענט שפּירן אַלע טעמים אין דער מן האָבן זײ געטראַכט פֿון פֿױ גראַז אָדער קאַװיאַר האָט איר אַ טעות. אַז אַ ייִד קומט אַהײם פֿון אַ חתונה פֿון אַ מיליאָנער װי מען האָט געגעבן אַ סעודת שלמה בשעתו װײַל ס'פּאַסט אים נישט האָבן אַ טיפּישע ייִדישע מעניו, רעדט זיך אָפּ דער ייִד צום אשת חיל זײַנער אַז ס'איז נישט געװען װאָס צו עסן. פֿאַרװאָס? װײַל כּל סעודה שאין עמה טשיקן סופּ און װעדזטעבל סופּ, און שניצל און קאַרטאָפֿל אינה סעודה. און ייִדן האַלטן זיך אין אײן באַקלאָגן װען זײ גײן אױף חתונות אַז זײ װײסן נישט װאָס צו טון מיט אַזױ פֿיל גאָפּלעם און מעסערס און מען דאַרף אַ שלחן ערוך װאָס מען נוצט װען. און װער רעדט נאָך לעפֿלעך און גלעזלעך, לאַנגע מיט שמאָלע מיט ברײטע און קורצע אַז ער איז פֿאַרלױרן נאָך אײדער ער נעמט עפּעס אַרײַן אין מױל.

אַ בעל דרשן רעדט און ער בעט דער עולם זאָל זײַן שטיל. װען עס פּועלט נישט בעט ער אָף ענגליש אַז די פֿרױען זאָלן זײַן שטיל. קומט אַרײַן אין אַ שטיבל איז שטענדיק דער רעש פֿון דער װײַבער שול, װײַל מענער כּידוע רעדן נישט אױס פֿון אדון עולם ביז אדון עולם. יעצט בײַ דער חתונה אױך זע איך נישט קײַן מאַן רעדן. זײ זיצן אַלע און טרונקן מיט דאָרשט דער נײע 'װאָרט' צו פֿאַרבינדן דער חתונה מיט דער װאָכעדיקער סדרה. די שולד איז פֿאַרשטײט זיך װי אַלע מאָל אױפֿן צװײטן זײַט מחיצה.

אַ חבר דערצײלט מיר אַ לשון הרע װעגן אַ ס. בחור מיט אַ װ. מײדל װאָס האָבן זיך באַליבט און האָבן געװאָלט חתונה האָבן. זײ פֿלעגן זיך אַסאַך טרעפֿן אין אינטערנעט שמועס צימערן. דער מײדעלס משפּחה האָבן געטון אַלע מיטלען צו דערװײַטערן דער פּאָר אָבער ס'האָט נישט געהאָלפֿן. װען ס'האָט נישט געפּועלט מיט גוטנס האָבן זײ אָנגעהױבן צו שטעכן ראָדן און נאָך אַסאַך פֿון די חכמות װאָס די חסידים זענען אױף דעם בעלנים. דער בחור איז אָבער אױך נישט קײַן מפּיל קינד און ער האָט צוריק געטון און ליהודים היתה אורה. מיט אַ מאָל װערט אַ שטילעניש און ער קען זיך מיט איר נישט פֿאַרבונדן. צװײ װאָכן שפּעטער הערט ער אַ בשורה אַז זי איז אַ כּלה געװאָרן. אײגענטלעך דער חתן איז אַ שלימזל פֿון די סאָרטן װאָס מען נעמט װען מען דאַרף גאָר אַ שנעלער שידוך. ברוך השם אַבי זי האָט אַ שידוך געטון און זי װעט מערטשעם אױפֿשטעלן אַ בית נאמן בישראל און אױספֿילן דער תכלית פֿאַרװאָס זי איז אַראָפּגעקומן אױף דער װעלט.

יום ראשון, פברואר 16, 2003

אבות ובנים

אַסאַך איבערלעבונגן פֿון טאַטעס און קינדער דעם שבת. פֿרײַטיג צו נאַכטס האָט אַ ייִנגל זיך נישט באַנומן אין שול. דער ייִנגלאיז אָנגעפֿער אַלט געװען פֿינעף יאָר און האָט זיך אַביסל געקריגט מיט זײַן עלטערער ברידער. דער טאַטע האַלט אין מיטן דער שטילער שמונה עשרה פֿון מנחה און זאָגט אַ פּאָר מאָל 'נו' אָבער עס פּועלט נישט. מיט אַ מאָל לאָזט ער אַראָפּ דעם קלײנעם אַ פֿראַסק כּמו שכּתובֿ אַז ס'האָט אױסגעקלינגן אינעם שטיבל. מיר האָט דאָס האַרץ געגעבן אַ שפּרונג. כ'אָב שױן לאַנג נישט געזען אַזאַ פֿליק. ס'איז מיר שװער געװען צו זען צי אַנדערע האָט עס אױך געאַרט. דער טאַטע האָט עס אָבער יאָ געשטערט. ער האָט זיך געריבן די הענט, ס'האָט אים אוודאי געקיצלט, אָבער ס'איז אים אױך געװען אומאײַנגנעמן. דער ייִנגל איז װי פֿאַרפֿרױרן געװאָרן. זײַן עלטערער ברידער האָט געשמײכלט, סוף כּל סוף האָט ער דאָך געװינען, און דער קרבן האָט זיך ערשט אַראָפּגעהאָנגן דעם קאָפּ, דערנאָך װען זײַן כּבוד האָט אים געלאָזט האָט ער זיך צושטײַטלעך אַראָפּגעלאָזט פֿון זײַן בענקעל ביז ער איז געזעסן אונטערן טיש. געװײנט האָט ער אָבער נישט. ער האָט מן הסתם נישט פֿאַרגינט דעם פֿאָטער. אַזױ איז ער געזעסן ביז אין מיטן קבלת שבת װען דער טאַטע האָט אים פֿרײַנטלעך אױפֿגעהױבן און אױפֿגעזעצט אױפֿן בענקל.

נאָכן דאַװענען גײט אַ טאַטע מיט זײַנע צװײ ייִנגלעך אַהײם און ער דערצײלט זײ אַז דער אײבישטער האָט געהײסן ר׳ שמעון בן יוחאי צוריק אַרײַנגײן אינעם הײל נאָך ער האָט פֿאַרברענט צװײ מענטשן, װײַל װען נישט װאָלט ער חרוב געמאַכט דער װעלט. שבת אינדערפֿרי אױפֿן װעג אַהײם רעדט אַ טאַטע מיט זײַן זין װאָס ר׳ טרפֿון האַלט אין דעם ענין פֿון הדסים. איך קען דעם טאַטן װײַל ער איז אַמאָל געװען מײַן מלמד און ער איז געװען אַ שרעקלעכער שלעגער. ער איז הײַנט נאָך אַלץ אַ מלמד כאָטש איך האָב געהערט אַז ער שלאָגט שױן נישט. גײ גלײב.

אױפֿן װעג דאַװענען מנחה גײט נאָך אַ פֿאָטער מיט זײַן זין און דער זין פֿרעגט, 'װיטש קאַר דיד ד'זיזוס דרײַװ?' און דער טאַטע ענטפֿערט 'ד'זיזוס דידנט דרײַװ, מען.'

יום רביעי, פברואר 12, 2003

שװימן און קנופּן ציצית

פֿון די אײנציקסטע פֿאַרװײַלונגן װאָס די חסידים פֿאַרגינען זיך און זײערע קינדער צו טאָן אינגאַנצן אָן שולד געפֿילן, איז שװימן. נישט װײַל מען קען זיך חלילה דערטרענקן׃ פֿאָרזיכטיקײט איז בדרך כּלל נישט קײַן חסידישע פֿאַך. אײנס װײַל 'עס פּאַסירט דאָך קײנמאָל נישט' און צװײטנס װײַל 'און אַז עס װעט פּאַסירן מײנסט דו װעט עס מאַכן אַ חילוק? אַז ס'איז באַשערט איז באַשערט.' דערפֿאַר זענען פֿײַער אַרױסגענג זאַכן װאָס מען האָט נאָר אין זינען װען ס'קומען אינספּעקטאָרס, און אױך נאָר די שׂונאי ישראל פֿון זײ, רײנקײט איז אַזאַ פּריאָריטעט אַז געלבזאָכט (העפּעטײַטעס בלע"ז) איז אַן אָפֿטער גאַסט און פֿיל מאָל אַן אײַנװױנער אין אונזערע קהילות, און כּינים זענען דאָ בײַ אונז מער װי בײַ מכּת מצרים.

שװימן איז אָבער אַ יחסן װײַל די גמרא זאָגט חייבֿ אדם ללמד את בנו לשוט. דערפֿאַר זען אַסאַך אײַן אַז אַ קינד דאַרף זיך לערנען שװימן און אַן ערװאַקסענע מעג אױך כאַפּן אַ שװים אָן דערמיט הײסן אַ יוצא דופֿן. נאָך אַ מזל אַז די תורה זאָגט ואכלת ושבעת װײַל װען נישט װאָלט מען אױסגעגאַנגן פֿאַר הונגער. און ס'טוט מיר װײ צו טראַכטן װאָס װאָלט פּאַסירט װען די תורה זאָל נישט זאָגן ודבק באשתו.

אַז די קינדער זאָלן גײן שװימן אין שול שעהן איז אָפּגערעדט אַז ס'איז נישט דאָ װאָס צו רעדן. ס'איז קױם דאָ צײַט צו דאַװענען און לערנען חומש, משניות, גמרא, קיצור, ארחות צדיקים און אַ האַלבע שעה ענגליש אױך. דערפֿאַר נעמן זיך עלטערן צאַם און מאַכן גרופּעס. װיבאַלד אַז שװימן רירט אָן אין קדושה ענינים און דער לערער איז אַ גױ האָבן די באַשליסערס באַשלאָסן אַז ס'מוז זײַן אַן עלטער עומד על גביו. מצידי איז דער לערער באַגלײבט אָבער װאָס זאָל איך טאָן אַז די אַנדרע פֿאַרלאַנגן. און אַזױ האָט דער מסבב כּל הסבות צוגעברענגט אַז יענער מיטװאָך איז געװען מײַן װאָך צו גײן מיט די קינדער.

איך האָב מיך מיטגענומן אַ בוך צו לײנען, 'אַנז׳עלעס אַשן'. איך האָב אױך גענומן אַ זעקעל װוּ איך זאָל עס קענען אײַנפּאַקן אַז נישט יעדער װאָס קומט אַרײַן זאָל קענען געבן אַ קוק, 'װאָס לײַנט יענער אַפּיקױרעס?' אַזױ װי איך קום אַרײַן קומט אַרױס אַ פֿאָטער פֿונעם פֿריערדיקן חבורה און דרײט די ציצית אױף אַ טלית קטן װאָס ער האַלט אין מיטן קנופּן.

*******************************

איך מוז מודה זײַן אַז ס'האָט מיר אַ שטאָך געטאָן. נישט װײַל איך האָב געװאָלט קנופּן ציצית׃ לא מיניה ולא מקצתיה. אָבער מצד שני טו איך עס אױך נישט אין גאַנצן אױסשליסן. אַז איך דערװײַטער מיך במחשבה, בדיבור און אַביסל במעשה פֿון חרדישקײט איז עס נישט װײַל איך האַלט אַז זײ לעבן אין אַ טעות. אַ טעות קען נאָר זײַן אַז ס'איז דאָ אַן אמת און היות ס'איז נישט דאָ קײַן אמת קען קײנער נישט לעבן אין אַ טעות.

די טראַדיציע װי רײַך עס זאָל נישט זײַן קען עס אָבער נאָר עקזיסטירן מיט אַ פּרימיטיװקײט און אַן אינטערטעניגונג פֿון מוח. אַז איך בין דערמיט אױפֿגעצױגן געװאָרן האָב איך דערמיט אַ שייכות און איך װײס אַז ס'ליגט דערין אַ טעם, כאָטש נאָר װי כרײן פֿאַר אַ װאָרם. דער טעם און דער בענקעניש צו מײנע אומשולדיקע יאָרן װען דעם רבינס טיש איז געװען דער צענטער פּונקט פֿונעם װעלט און תורה איז בײַ מיר געװען די בעסטע סחורה װעלן מיר קײנמאָל נישט איבערלאָזן. און כאָטש אפֿילו דעמאָלסט האָב איך געצװײפֿלט, האָב איך אָבער געשטרעבט צום פּינטעלע אמת װאָס איך האָב געמײנט עס איז צו דערגרײכן.

זײַן ציצית קנופּן האָט אױך אין מײַנע אױגן עפּיטאָמיזירט דער התגברות פֿון יחידיש לעבן איבערן ציבוריש לעבן װאָס קאַראַקטעזירט ייִדישקײט. װי מער דער ציבוריש לעבן שטאַרקט זיך און אונזער צײַטן און אַ ייִד אָן אַ צדיק, אַ רבי, אַ גדול הײסט שױן כּמעט נישט אַ ייִד, אַזױ װערט דער ציבוריש לעבן מער פֿעהיג אױסצונוצן און אױסצומעלקן די צאן קדשים. און אַזױ האַלט עס טאַקע הײַנט אַז דער ציבוריש לעבן איז דעקאַטענט און דער רעליגעזער פֿירערשאַפֿט גײסטעריש און מאָראַליש באַנקראָט. דער בור ברשות הרבים װאָס דער פֿירערשאַפֿט גראָבט אױף איז דער גורם אַז דער רשות היחיד װערט אױך אַ גריב. דערפֿאַר איז דער בענקעניש צו ציצית קנופּן אַ בענקעניש צו אַ סימבאָל פֿון אַ רײַכע אָטנאָמישע ייִדישקײט װאָס איז אומאָפּהענגיק אין אַ פֿירערשאַפֿט און װענדט זיך אױפֿן יחיד. נישט נאָר דער יחיד געטרױט זיך אַלײן נאָר ייִדישקײט געטרױערט אים אױך און זעט אין אים, און נישט אינעם עסקן און אינעם צדיק, דער שומר פֿונעם עתיד.

ס'ליגט אָבער אין דעם נאָך מער. דער חלק המעשׂה פֿון ייִדישקײט װאָז ליגט אין דרײען די תפֿילין, שאָקלן דעם לולב, האָרכן דער שופֿר, זיצן אין סוכה און אַזױ װײַטער ליגט אױך אין דרײען די ציצית. פֿוּון אױבן אױף קען דאָס אױסזען װי אַנטי אינלעקטטואַליש און רײן מצוות אַנשים מלומדה. בפֿרט צו אַזױנע װי איך װאָס דער קאָנטראַסט צװישן דער חלק המחשבה און דיבור צי מעשה לאָזט אונז לכאורה מיט אַ דאָפּלטן תיובתא. הלמאי אַז איך גלײב אַזױ װײניג שטעל איך מיך אַװעק יעדען טאָג און טשעפּשע מיט די ליפּן, און היט שבת און לײג תפילין, און עס כּשר?

װי געװענדלעך האָבן דערצו חז"ל אַ תשובֿה. זײ דערצײלן אונז אַז גאָט שטערט עס גאָרנישט. אדרבה, ער זאָגט הלוואי אותי עזבֿו ותורתי שמרו. הלוואי, זאָגט דער באַשעפֿער, װאָלטן זײ מיר איבערגעלאָזט אָבער מײַן תורה פֿאַרהאַלטן. נו, באַשעפֿער, איך האָב פֿאַר דיר גוטע נײַעס׃ איך האָב דיר מער װײניגער געשאָנקן דײַן װוּנטש. דיר האָב איך כּמעט אינגאַנצן איבערגעלאָזט און דײַן תורה טו איך כּמעט אינגאַנצן אײַנהאַלטן. און װאָס איך טו נישט אײַנהאַלטן איז אין דער זעלבער פּראָפּאָרציע װי איך האָב דיר נישט איבערגעלאָזט.

אין די אני מאמינס גיט מען אײַך אַ אַבסאַלוטן פּרעראָגאַטיװ׃ גלײבט װיאַזױ איר װילט, אַז איר װילט דווקא לאָזט דעם באַשעפֿער איבער אינגאַנצן. אָבער זײַנע געזעצן האַלט אײַן. זײַט ממשיך דער טראַדיציע און טראָגט װײַטער דעם פֿינק און, יאָ, קנופּט װײַטער די ציצית.

יום ראשון, פברואר 09, 2003

אבֿות מלאכות ארבעים חסר אחת

שבת אין־דער־פֿרי װען מײַן בני בית איז נאָך געשלאָפֿן קומט אַרײַן צו מיר מײַן טאָכטער און װײַזט מיר אַז אירע 'בעדז' איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אירע פּידזאַמאַ און איך זאָל עס איר צוריק אַרױפֿלײגן. מיר איז באַלד אײַנגעפֿאַלן צי מען מעג דאָס טון אױף שבת. איך האָב איר פּראָבירט זאָגן באַלד אָבער זי האָט זיך נישט געלאָזט. אַז זי װאָלט פֿאַרפֿירט װאָלט זי יעדן אױפֿגעװעקט.

האָב איך האָב געהאַט אַ פּאָר ברירות.

די חסידישע ברירה׃ איך װאָלט איר געקענט זאָגן 'לאָז אָפּ! דער אײַבישטער לאָזט נישט' (װי איך האָב אַמאָל געהערט אין שול), און אַז זי װאָלט צו פֿיל פֿאַרפֿירט װאָלט איך איר געזאָגט 'אַז די הערסט נישט אויף צו װײַנען כאַפּסט די אַ פּאַטש' (פֿיל מאָל געהערט) אָדער איר געבן אַ קענדי און האָפֿענטליך װאָלט דאָס איר אָפּגעשטילט.

די ליטװישע/ישיבֿישע ברירה: איך װאָלט באַלד געלאָפֿן צום שאַנק כאַפּן אַ שמירת שבת כּהלכתה נאָכצוקוקן צי מען מעג אַרײַן שטעקן אַ 'בעדז' אין אַ קלײד אױף שבת. דאָרט װאָלט איך אפֿשר געזען אַז מען מעג און ס'װאָלט זיך בײַ דעם געענדיקט. ס'קען אָבער זײַן אַז איך װאָלט געזען אַז ס'איז אָסור אָדער ס'איז גאָר אַ מחלוקת צװישן ר' שלמה זלמן און רבֿ אלישובֿ. זײענדיק אַ ליטװאַק װאָלט איך סײַװי מחמיר געװען און ממילא צי אַ מחלוקת צי גלאַט אסור איז נישט מער װי אַקאַדעמיש. װאָלט איך מסביר געװען פֿאַר מײַן טאָכטער אַז אין תורה שטײט נײַן און דרײַסיק מאָל עבודה און מלאכה, און אַז ס'איז נסמכה לא תבערו אש צו מלאכת המשכּן, איך װאָלט איר אפֿשר אפֿילו אַרײַן געװאָרפֿן אַז הבֿערה לחלק יוצאת, און אַז אין דער משכּן האָט מען צוריסן די יריעות־עזים און דער תּחש פֿעל, און אַז אַרײַן לײגן אַ 'בעדז' אין אַ פּידזאַמאַ הײסט רײַסן און האָפֿענטליך װאָלט זי פֿאַרשטאַנען אַז ס'רעדט זיך פֿון אַן איסור סקילה און װיבאַלד ס'איז אַ לא תעשה זענען נשים אױך מחוייבֿ און זי װאָלט מסכּים געװען צו גײן אַ פּיזאַמאַ אָן אַ 'בעדז'.

די 'אַרטסקראָל'/ר' אביגדור מילר ברירה׃לױט דער שיטה װאָלט איך מיך אַראָפּ געזעצט אױף דער ערד צו זײַן דער זעלבער הײך װי מײַן קלײן מײדעלע. מיט אַ שמײכל פֿון אױר צו אױר כּאילו איך בין פֿאַרשטײנערט נאָך צװײ דרײַ 'דזױנטס' װאָלט איך אָנגעהױבן 'שעפֿעלע, נשאָמעלע, יו מאָסט אָנדערסטענד זע קײַנדנעס אָװ האַשעם.' און איך װאָלט איר מסביר געװען װאָס פֿאַר אַ 'כעסעד' עס איז אַז אונזערע אױסעדערװעלטע פֿאָלק איז געבענטשט מיט אַ שבת קודש װאָס קײַן שום פֿאָלק אין דער װעלט פֿאַרמאָגט נישט און װי אַלע פֿעלקער אין דער װעלט פּײגערען נאָך אונזערע שבת. עס קען זײַן אַז זי װאָלט זיך דערמאַנט אַז בײַ איר איז דער בעסטער חלק פֿונעם שבת דער מוצאי שבת װען זי גײט צום באַבען האָב פּיצאַ מיט פֿרענטש פֿרײַז. איך װײס אָבער אַז װען מענטשן זאָגן נאָך ר׳ אביגדורן לאָזן זײ זיך נישט װערן אָפּגעװענדט מיט אַזעלכע נאַרישקײטן װי אײגענע איבערלעבונגן. דערנאָך װאָלט איך איר אַרומגענומן און געהאַלדזט און איר געזאָגט 'זיס איז האָ מאָטש האַשעם לאָװס יו' װײַל זי איז מסכּים זיך אָפּצולאָזן פֿונעם 'בעדז', און איך וואָלט איר צוגעגעבן אַ הײסן קוש אױפֿן שטערן. אַז ס'װאָלט נישט געפּועלט װאָלט איך געדאַרפֿט צוגעגעבן װאָס פֿאַר אַן עבֿירה אירע בעדז קען אָנמאַכן און דער יצר הרע האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר װיני אױפֿן בעדז און אַז אַלע מלאכים װעלן װײנען אױף אירע עבֿירה.

דעם אַנדרען דרך׃איר קענט דאָס רופֿן דער רעפֿאָרמער דרך, צי דער שקאָצישע דרך, צי דער גױישע דרך. בקיצור װיאַזױ עס געפֿעלט אײַך. נעמן דעם בעדז אַרײַן שטעקן אין פּיזאַמאַ און שלום על ישראל. זי װײסט פֿון גאָרנישט, מיר װאָלט יאָ אַביסל געקיצלט אָבער נישט אױף צו לאַנג און כּל־טובֿ.

און װאָס האָב איך געטון למעשה? דאָס לאָז איך איבער פֿאַר אײַך צו באַשליסן.
****************************************
שבת אין דער פֿרי בין איך געגאַנגן אױף אַ קידוש. זאָגט אײנער פֿאַרן בעל שמחה בת תּחילה סימן יפֿה לבנים. רופֿט זיך אָן דער בעל שמחה אַז ס'איז שױן זײַן צװײטער מײדל, זאָגט אַ דריטער, ´ע, די פֿאַרשטײַסט נישט, סימן איז בײַם ערשטן, יפֿה איז בײַם צװײטן און בײַ דער דריטער װעט מערטשעם זײַן בנים'. מיט אַזעלכע פּשטים װער קען אונז באַשלדיקן פֿון אונטרשעצן די נשים צדקניות?

יום שישי, פברואר 07, 2003

נחת פֿון די קינדער

יענער װאָך איז געװען פֿאַר מײַנע ייִנגלעך דעם אָװענט װען עלטערן גײן טרעפֿן די רבֿיס. איך האָב נישט אַ סאַך צו דערצײלן װאָס איך האָב גערעדט מיט זײערע רביס װײַל די רביס אַלײן האָבן נישט אַסאַך צו דערצײלן. נישט חלילה װײַל מײַנע קינדער טױגן נישט. אדרבה איך הער פֿון זײ כּמעט נאָר גוטע גרוסן. אָבער צי מײנע חבֿרה זענען די בעסטע צי די ערגסטע אינעם כּתה װעט מײן מײנונג פֿון די חדרים זיך נישט טױשן. איך קען אײַך זאָגן אַז איך װאָלט אַסאַך פֿון די רעבעס אפֿילו נישט געדונגן אױף בײביסיטערס און איך שעם מיך אַז פֿון דעסטװעגן גײן ח. און ל. צו זײ אין חדר. אַז ס'איז דאָ אײן שטח װי ליצנות און הומור װערט פֿון מיר נעלם איז עס אינעם זעלבן שטח װי איך דאַרף עס אין װיכטיקסטן: דער ערציאונג פֿון קינדער, איבערהױפּט ייִנגלעך.

ס'איז אין מײַן מײנונג נישט קײַן גוזמא צו זאָגן אַז מיר חסידים האָבן צװישן די ערגסטע אױב נישט דאָס ערגסטע ערציאוננג סיסטעם אין דער װעלט. פֿאַר איר שפּרינגט אױף אין כּעס אױף אַזאַ דערקלערונג הערט מיך ערשט אױס. איך רעד נישט פֿון גרױסע חלקים פֿון אַפֿריקע צי אַזיע װוּ קינדער גײן אין גאַנצן נישט אין שולע װײַל אין אַזעלכע פּלעצער עקזיסטירט בכלל נישט קײַן ערציאונגס סיסטעם. איך רעד אױך נישט פֿון אורבאַנער צענטערן אין ערשט װעלטיקע מדינות װוּ פֿילע שולען זענען פֿול מיט נאַרקאָטיקס און געװאַלט מעשים, װײַל דאָרט איז דאָ אַסאַך טרואַנטן און אױך הא גופא אַז ס'איז דאָ די זאַכן װילן סײַ קינדער און סײַ לערערס נישט לערנען. איך װיל אָבער אַז ס'זאָל מיר עמיצער װײַזן נאָך אַ סיסטעם װוּ אַלע קינדער זענען כּמעט אַלע טאָג אָנװעזען אינעם שולע און װוּ די פּראָבלעמן פֿון נאַרקאָטיקס און כּלי זײן עקזיסטירן כּמעט נישט, און פֿון דעסטװעגן לערנען און קענען קינדער אַזױ װײניק, אָדער אַ פלאַץ װוּ לערערס האָבן רובא דרובא נישט קײַן שום בילדונג אױף װיאַזױ און װאָס צו לערנען מיט קינדער, װוּ עס פּשוט עקזיסטירט נישט קײַן שום לערן פּראָגראַם חוץ אַז פֿאַר אַ יאָר האָט מען געלערנט ביז פּסוק ג', הײַ יאָר ביז שני און איבער אַ יאָר אין פֿרײדן ביז שלישי, װוּ קינדער זיצן שעות לאַנג און װערן צוזעצט פֿון שװױלטאָג. ווײַזט מיר נאָך אַזוינס.

יום חמישי, פברואר 06, 2003

גילויִ דעת ומסירת מודעה; שחרית

ראשית כּל האָב איך אַ װיכטיגע מעלדונג צו מאַכן. ס'האָט מיר געשריבן אַ לײענער אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז װען איך האָב געשריבן אַז איך גײ נישט אין שול משבת לשבת האָב איך געמײנט עד ועד בכלל. װיל ער װיסן װאָס איך טו אױף שבת קודש אַז איך גײ נישט אין שול. כּדי איר זאָלט חלילה נישט זײַן חושד בכּשרים, מוז איך מוסר מודעה זײַן אַז איך האָב געמײנט עד ולא עד בכלל און אוודאי שבת קודש גײ איך אין שול. מײַן קאָרעספּאָנדענט איז אָבער אױך גערעכט װײַל װאָס איז דען דאָ צו טון חוץ פֿון דעם. טאַקע פֿאַרדעם ענטפֿערט דער מלאך רע אמן בעל כּרחו. יעצט פֿאַרשטײ איך אױך בעסער װיאַזױ די תלמודיסטן האָבן אפֿילו געקענט קלערן אַז ולא עד בכלל. זײערע דרײקאָפּישע חקירות קומן אױך אַמאָל צו נוץ.

און נישט בלױז שבת גײ איך אין שול. זײט דעם צװײטן טאָג ראש חודש גײ איך שױן יעדען אין־דער־פֿרי דאַװענען שחרית. ס'האָט זיך אָנגעהױבן ראש חודש, מצוה גוררת מצוה און הײַנט האָב איך שױן אַ חזקה פֿונעם דריטן מאָל אין אַ רײַ גײן דאַװענען. אױף ראש חודש האָב איך געדאַװענט מיט די גאָר שײנע ייִדען אין זײגער האַלב עלעף. אין דעם מנין האָט געדאַװענט דער קאַזינאָ שפּילער װאָס איר דאַרפֿט אים נאָר גריסן אַ גוט מאָרגן בעט ער אײַך צו איר קענט אים אפֿשר באָרגן ביז סוף װאָך אַ פֿופֿציקער, אָדער לכל הפּחות אַ צװאָנציקער. און אַמאָל קען ער אײַך בעטן אַפֿילו אָן אַ גוט מאָרגן. אױך בײַ דעם מנין האָט געדאַװענט דער פּסיכאָלאָג. ער טוט אינעם ענין פֿון בֿחורים װאָס גײן אַראָפּ פֿונעם דרך. ער 'פֿאַרשטײט' צו בחורים. ער האָט אױך אַ חוש צו פּסיכאָלאָגיע. פֿון װוּ װײס איך דאָס? װײַל דער בעל דבר אַלײן האָט מיר דערצײלט. איך האָב אים פֿאָרגעשלאָגן אַז ער זאָל זיך גײן לערנען אַ קורס אָדער לכל הפּחות לײענען ביכער אינעם נושא, האָט ער מיר געזאָגט אַז ער דאַרף נישט. ער האָט אַזאַ חוש דערין אַז ער מאַכט אױף אַזאַ ביך און קוקט אַ פּאָר בלעטער דאָ און דאָרט און ער װײסט שױן באַלד מאי קא משמע לן דעם ביך.

בײַם איבערטון די תפֿילין פֿון רש"י צו רבינו תם פֿאַר מוסף האָב איך אינטערגעהערט אַ שמועס פֿון צװײ יונגעלײַט. אײנער האָט געװאָלט טענהן אַז משנכנס אדר מרבין בשמחה איז פּשט אַז פֿון אדר און װײַטער דאַרף מען זיך אַלץ מער פֿרײען ביז מען קומט אָן אין אבֿ און דעמאָלסט פֿרײט מען זיך װײניגער און װײניגער ביז מען קומט װידער אָן אין אדר. לױט דעם פּשט הײסט עס אַז שבט איז דער טרױעריקסטער חודש און תמוז דער פֿרײליכסטע. דער צװײטער יונגערמאַן האָט אים באַלד אָפּגעװענדט מיט צװײ קשיות: אײנץ זאָגט ער אַז דער מערהײט פֿון שמחה באַשטײט פֿון געװיסע זאַכן׃ צום בײַשפּיל האָבן אַ געריכט מיט אַ גױ אָדער אָנהײבן צו בױען אַ געבײדע. און לױט דעם פּשט איז עס לאו דווקא אדר נאָר אַנדרע חודשים אױך. װײטער האָט ער אים געטענהט אַז אױב דער שמחה װערט אַלץ גרעסער און גרעסער הײסט עס אַז אייר איז נאָך פֿרײליכער װי אדר, און אייר װי יעדער װײסט טרױערט מען נאָך די תלמידים פֿון ר' עקיבא. דער מפלפּל איז געבליבן מיט דער צונג אין דערױסן און דער אַנדרע האָט אָנגהױבן צו דרײען רבינו תם'ס רציעות אױפֿן אָרעם.

װיבאַלד ראש חודש דאַװענט אַן אבל נישט פֿאַרן עמוד איז צוגעגאַנגן אַ רעבישע אײניקעל אָבער אַזאַ מיט אַ שװאַכער פּראָװינענץ. דאָס הײסט אַז כאָטש טעכניש שטאַמט ער פֿון קדושים וטהורים האָט זײַן פֿאָטער זיך נישט נוהג געװען ברבנות אָבער דער זין װיל עס יעצט װידער מחדש זײַן. דערפֿאַר דאַװענט ער מיט אַ רבישן נוסח, און ער זאָגט אָן זײַנע קינדער װען זײ קריגן זיך מיט אַנדרע ייִנגלעך אין שול 'די דאַרפֿסט פֿין עם נישט מױרע האָבן. דאַן זײַדע איז געװען אַסאַך גרעסער פֿין זאַנס.' אַז דער אַנדרע ייִנגעל האָט שכל ענטפֿערט ער אים 'מאַנץ איז גרעסער װי דאַנץ.' פֿון הינטן האָט אָבער געדאַװענט אַ ריכטיקער רעבישע אײניקעל מיט אַלע מפֿרשים. דער בעל תפֿילה פֿירט געשעפֿטן, ער האָט שױן אָנגעזעצט, מען האָט אים שױן אַפילו אַמאָל אַרעסטירט. דער אַנדרע בנן של קדושים איז אַזױ אָטענטיש אַז נישט נאָר ער האָט קײנמאַל נישט געאַרבעט אין גלײַכע געשעפֿטן נאָר אפֿילו קרימע געשעפֿטן האָט ער אױך נישט געמאַכט. ס'קען גאָר זײַן אַז ער װײסט נישט װיאַזױ עס זעט אױס אַ צורת מטבע. עד כּדי כך. ער גײט אַ געבלומטע בעקיטשע אין דער װאָכן, דער בעל תפֿילה האָט אַ פּשוטע רעקל מיט גלײכע קעשענעס; ער האָט אַ זילבענער גאַרטל אױפֿן טלית אַרום זײַנע לענדן, דער בעל תפֿילה האָט ניטאַמאָל אַ זילבענער עטרה; ער גײט שװאַרצע זאָקן, דער אַנדרער לאַנגע הױזן. איך װײס נישט צי יענער איז אַן אײניקל פֿון ר' מאָטעלע אָדער ר' מעכעלע, ר' לײביש צי גאָר ר' מױשעלע אָבער אַז ער איז אַ טאַטעןס אַ קינד איז לית מאן דפּליג. דער געװאָרענער דאַרף זיך אין אים אָנקלעבן װײַל נאָר אַזאַ אײנער קען אים געבן אַ הכשר אַז אױך ער געהער אין דעם קרײַז. דערפֿאַר נאָך דער אמתדיקע אײניקעל טרעט אױס שמונה עשרה לױפֿט דער בעל תפֿילה, װאָס איז שױן אין זײַנער הױכער פֿערציקערס, צום אַנדרן זײַט בית מדרש און מאַכט אַ לענקס און אַ ברײטס אַז ער װאַרט אױפֿן צדיק אין די נידעריקע צװאָנציקער.

בײַם אַרױס גײן פֿון בית מדרש הענגן אױף הענגערס אַלע מאַנטלען אױסגעשורהט װי אין אַ שנײַדערײַ. נײַנציק פּערצענט זענען אַלע די זעלבע מאַנטלען, און די איבעריקע צען פּערצענט זענען דער זעלבער לענג און דער זעלבער שניט. נאָר װאָס דען? דער װאָס װיל אַרױס װײַזן זײַן אינדעװידיואַליסטישקײט װעט קױפֿן אַ װאָלענע געפֿיל מאַנטער שטאָטס אַ שײַנעדיקע פּאָליעסטער. ס'איז אױכעט שװאַרץ און לאַנג און שװער אָבער דער קלײנע ענדערונג איז זײַן אַקט פֿון קעגנשטעל. איך פֿאַרשטײ בעסער דער גמרא אין אלו מציאות אַז תלמידי חכמים גלײבט מען בטבֿיעת עין. עם־הארצים גײען בלױע און בײדזע און רױטע מאַנטלען אָדער דזאַקעטן, און ס'קען זײַן פֿון לעדער אָדער װאָל אָדער 'פֿליס', ממילא איז זײערע אױג נישט אַזױ אײדל צו דערקענען קלײנע חילוקים. אַ תלמוד חכם אַז ער גײט אַרײַן אין מקווה און קומט נישט אַרױס מיט אַ צװײטנס קלײדער, אָדער אַז ער קומט אַהײם אין זײַן אײגענער מאַנטעל איז עס נאָר װײַל ער האָט אַ חוש אין די אױגן.

אַ גוט חודש אײַך אַלע און זאָגט פֿאַר מיר אַ קאַפּיטל תהילים אַז איך זאָל אײַנהאַלטן מײַן נײַע מנהג פֿון גײן אַיעדער אין־דער־פֿרי אין שול ארײַן. אמן!

יום ראשון, פברואר 02, 2003

קצבים, פֿישערס און בעקערס

אײַנקױפֿענדיק אױף שבת דערצײל איך פֿאַרן פֿישער אַז מײַן זינס מלמד האָט אים געזאָגט אַז ס'איז פֿאַראַן דומם, צומח, חי און מדבר און העכער פֿון אַלע שטײט דער ייִד. זאָג איך פֿאַרן פֿישער אַז איך האָב אים באַלד געזאָגט אַז ס'איז נאַרישקײטן און מיר זענען מיר נישט גרעסערע מיוחסים פֿון אַנדרע. זאָגט מיר דער פֿישער 'הײסט עס אַז די לײקענסט נישט נאָר אין צדיקים און רבנים נאָר אינעם באַשעפֿער אױך'. פֿרעג איך אים צי װען ער גײט אין מאַרק צי ער האַלט אַז ער שטײט העכער פֿון די סוחרים אױפֿן צװײטן זײַט פֿונעם בודקע. זאָגט ער אַז יאָ ווײַל זײ רעדן אַזױ געמײן און דערפאַר האַלט ער זיך העכער פֿון זײ. פֿרעג איך אים און װאָס איז מיט דער יונגערמאַן װאָס אַרבעט בײַ דיר װאָס גײט שבת מיט די פּיאות אַראָפּגעלאָזט און מיט װײַסע שטרימפּ, און ער האָט אױך נישט קײַן זױבער מױל. און אױב ס'איז בלױז װײַל זײ רעדן מיאוס האָט עס דאָך נישט צי טון צי מען איז אַ ייִד צי אַ גױ. פֿרעג איך אים װידער צי ער האַלט אַז ס'איז דאָ עפּעס אינטרינזיש װאָס מאַכט אַ ייִד שטײן העכער װי אַ גױ. הײבט ער אָן צי קעקעצען. זאָג איך אים 'דו האַלטסט נישט אַנדערש װי מיר און אַ גוטן שבת'.

דער בעקער זאָגט מיר אַז ס'זעט אים נישט אױס אַז משיח װען קומן. ער קען נישט גלײבן אַז אַלע גױים װעלן מיט אַ מאָל נעלם װערן. פֿרעג איך אים פֿון װי ער נעמט אַזאַ זאַך אַז גױים װעלן שטאַרבן װען משיח קומט. װײסט ער נישט אָבער אַלץ האַלט ער אַז װאָס עס איז דאָס װעט בלײַבן און די אױסזיכטן פֿאַר משיח זענען שמאָל. דער קצבֿ איז בײז. די װאָס געבן אַ הכשר אױף זײַן יאַטקע האָבן אים פֿאַרדרײט אַ קאָפּ איבער װאָס ער מעג דאָרט פֿאַרקױפֿן אױסער פֿלײש. דערצײלט ער מיר װעגן אַ מאַכער אין דער כּשרות װאָס הײסט משה בעסער. 'האָב איך געזאָקט פֿאַר דעם מױשע פֿרעסער, הער מיך צי איך בין אַ קױען (כּהן) אין איך בענטש נאָר אין איך שעלט נישט, אָבער װאָס פֿאַר אַ רעכט האָסט די מיר צי זאָגן....' איך נעם מײַן רעשט, איך שמײכל זיך מיט אים און גריס אים כּל טוב.

ט. דערצײלט מיר אַז ער דאַװענט מנחה בײַם פֿיש געשעפֿט. איז דער מנהג אַז מען ציט אַראָפּ דער אײַזערנע שוץ אַז די מתפללים זאָלן נישט אַרױסזען דער גאַס און אױך כדי דער גאַס זאָל נישט אַרײַזען. יענער װאָך האָט מעורר געװען אַ יונגערמאַן אַז מען ציט נישט גענוג אַראָפּ דעם אײַזן און װיבאַלד מזרח איז אין דער ריכטונג פון דער גאַס איז װען מען דאַװענט קען מען זען די פֿיס פֿון די עוברים ושבים, אָדער בעסער געזאָגט די עוברות ושבות. האָט ער מעורר געװען אַז מען דאַרף אַראָפּ ציען דעם אײַזן בין אונטן. מײנט איר אַז אײנער האָט אים געזאָגט 'קוק נישט' צי 'אַז ס'געפֿעלט דיר נישט זיך דיך אַן אַנדרע שול'? אַ נעכטיגן טאָג. דאָס איז דער מזל פֿון כּלל ישראל אַז אַלץ געװינען די פֿרומערע. אינדװידיואַל װעט זיך יעדער אָפּרעדן אָבער קאָלעקטיװ װעלן זײ אַלע נאָכגײן װי לעמינגס איבערן באַרג.

יום רביעי, ינואר 29, 2003

האשה נקנית פּרק ב׳

בנוגע די שידוכים איז אַזױ. ל׳ס טאָכטער װערט אַכצן אין דרײַ חודשים אַרום און ל׳ מיט זײַן פֿרױ האָבן אָפּגעמאַכט אַז מען װעט נישט הערן שידוכים ביז נאָך פּסח. יענער װאָך האָט אָנגערופֿן אַ שדכן מיט גאַנץ אַ שײנעם שידוך. דער פֿאָטער איז אַ ראש ישיבה און דער מוטער קומט פֿון אַ שײנער רבנישע משפּחה. ל'ס פֿרױ האָט חשק אָבער ל׳ זאָגט 'אונז האָבן מיר אָפּגעמאַכט אַז מען װאַרט. טאָמער װילסט דו הערן איז כּל הכּבוד אָבער מען קען נישט כאַפּן דעם ערשטן. איך װיל מיך אומקוקן אױף אַנדרע בחורים.' איז געבליבן אַז מען װעט אָנהײבן הערן שידוכים. איך פֿרעג ל׳ צי זײַן טאָכטער װײסט װאָס טוט זיך, ענטפֿערט ער, ׳זו װײסט אַז מען רעדט, אָבער װאָס? איך זאָל איר משוגע מאַכן אױף יעדן שידוך? אַז ס׳װעט האַלטן ערנסט װעל איך איר זאָגן װעמן מען רעדט.׳

יום ראשון, ינואר 26, 2003

אמן בכל כּחו

אודה ולא אבוש אַז שױן װאָכן לאַנג גײ איך נישט אין שול משבת לשבת. קײַן קרקפֿתא דלא מנח תפֿילין בין איך חלילה נישט, איך פֿאַרגין נישט דער באַשעפֿער ער זאָל מיר קענען אַזױ באַטיטלן. מאידך רבינו תם'ס תפֿילין האָב איך שױן נישט געלײגט אַ לאַנגע צײַט, אָבער רשי'ס תפֿילין לײג איך, איך רוק אַביסל מײַנע ליפּן און שלום על ישראל. מנחה מעריב איז שױן אַ צװײטע פּרשה.

האָט זיך אָבער געמאַכט יענער װאָך דינסטיק אַז איך האָב מיך אַרײַן געכאַפּט אין אַ שטיבל דאַװענען מנחה. געװען איז עס אין אַזאַ שול װי מען דאַװענט מנחה ביז אין רבינו תם'ס זמן אַרײַן, און װאָס פֿרומער מען איז דאַװענט מען װאָס שפּעטער. אַזױ װי דער בעל תפֿילה הײבט אָן דער שטילער שמונה עשרה קומט צו גײן דער אמן בכל כּוחו'ניק.

זײַן נאָמן שטאַמט פּשוט פֿון דעם אַז ער פֿירט זיך צו שרײַען אמן יהא שמיה רבא מיט זײַן גאַנצער כּוח. מיט דער צורײַסט ער גזירות פֿון זיבעציג יאָר. לױט װיפֿיל יהא שמיה רבא'ס עס איז דאָ, און לױט װיפֿיל יאָר ער שרײַט שױן זענען מיר שױן געדעקט טיף אינעם אלף השישי אַרײַן. ער שרײַט אָבער װײַטער.

דער אמן בכל כּוחו'ניק קען מער פֿון דעם אױך. ער איז אַ בקי אין חכמת היד און אױך אין חכמת הפּרצוף. ער איז אַ מבין אױף מקובלים און ער טראָגט אַ ליסטע פֿון אמתע מקובלים. פֿון צײַט צו צײַט שטײט בײַ אים אין דער הײם אײַן אַ מקובל. די װאָס װיסן זאָגן אַז ער אַלײן איז אױך אַ מבין אין די קלײנע אותיות.

אין שול רעט ער אין גאַנצן נישט; ער מאַכט נאָר 'ע עע נו עעע'. אַנשטאַט אים זאָגן רעד װי אַ מענטש, װערן אונזערע הײליקע מאמינים בני מאמינים נתפּעל און פֿרעגן 'אַזױ האָסט דו געמײנט?' און ער שאָקלט מיטן קאָפּ, 'אַך נו ע' און דרײט מיטן צװײטן פֿינגער אַהין און צוריק און װײַסט אױף זיך און אױף דעם און יענעם, 'אַ אָ נו עעע נו' און מאַכט אױף אַ סידור צום אָנהײב װי ס'שטײט דער א´ ב´ און צײגט אױף אותיות. און אַז מען פֿאַרשטײט אַלץ נישט, לױפֿט ער אַרױס, מאַכט אױף דער טיר, שרײַט אַרײַן אינעם שטיבעל אַרײַן װאָס ער װיל דאָ דערצײלן און ענדליך איז יעדער צופֿרידן אַז מען פֿאַרשטײט װאָס פֿאַר אַ סוד ער האָט אונץ געװאָלט אַנטפּלעקן. אײדער איך פֿאַרגעס איז ער אַ גרױסער שדכן אױך, אָבער נאָר פֿאַר שװערער פֿעלער און אױף דעם דאַרפֿט איר אים נאָכלױפֿן. טאָמער זענט איר אַ שװערע פֿאַל זאָגט ערשט תפֿלת הדרך װײל מען דאַרף אַסאַך לױפֿן.

אַכּלל, האַלטן מיר בײַ אַ שפּעטער מנחה און ער קומט אַרײַן בײַ אָנהײַב שטילע שמונה עשרה און ער איז בײז. הױך פֿרעגט ער 'נו' װײַזט מיטן פֿינגער אױפֿן אָרעם װי ס'ליגט דער האַנט זײגער, און װידער 'נו?' און האַלט אױס דער האַנט דאָרט װי די ליניעס פֿון טפּשות לױפֿן, כּידוע ליודעי חן, און װאַרפֿט זײן אױסגעשטרעקטן האַנט האָריזאָנטאַליש, כּלומר 'װען האָט מען זיך געשטעלט דאַװענען?'. עפּעס אַ נאַר ענטפֿערט אים, און דער בכל כּוחו'ניק רעגט זיך 'נו, קרבנות, אַשרי' און האַלט אױף די פֿינעף פֿינגערס, כּלומר 'װי קען קרבנות און אשרי געדױערן פֿינף מינוט?' מאַכט הױך 'צ צ צ' װען דער עולם דאַװענט שטיל, װאַרפֿט אַראָפּ זײַן סידור אױפֿן טיש מיט אַ כּעס, און נעמט זיך דאַװענען אױפֿן קול.

ס'קומט צו קדושה, שרײַעט ער הױך 'קדוש קדוש קדוש' אױף צו להכעיס אַז דער בעל תפֿילה קען נישט װײַטער פֿאָרן ביז װי לאַנג ער האָט נישט געענדיגט. אַז מען האַלט בײַ קדיש נאָך שמונה עשרה האָט דער יהא שמיה רבא געדינערט. און אַזױ האָט ער געלערנט דער עולם װאָס דאָס מײנט נישט װאַרטן אױף אים װײַל ער דאַרף קומן צען מינוט שפּעט.

נאָך מנחה האָבן געװאַרט אױף אים די קליענטן. ערשט האָב ער בודק געװען זײַן סעליולער װער ס'האָט אים אַרײַנגערופֿן, צו דעם דאַרף מען דאָך נישט רעדן, דערנאָך האָט ער גענומן פֿון מענטשן זײרע נעמער און זײרע מאַמע'ס נעמער. דאָס איז מן הסתם פֿאַר די מקובלים אָבער מען גיט עס אים איבער װײַל ער האָט בײַ זײ פּראָטעקציע. דערנאָך זענען געקומן עלטערן פֿון די שװערע פֿעלער אױף זײ אַ שידוך טון. און װען ס'קומט צו שידוכים לױפֿט מען יעדען נאָך, װײַל לױנט זיך עס דען צו זײַן אַ חכם און דער בחור צו די מײדל זאָל דערװײַל זיך עלטערן? און בײַ דער בכל כּוחו'ניק װערן אַסאַך געהאָלפֿן.

און אַצינד קען מען זיך גײן שטעלן מעריב.

יום שבת, ינואר 25, 2003

מי לה' אלי

היות אַז קטלא קניא איז נישט קײַן ישראלישע בירגער און קען נישט װעלן אין די קומענדיקע װאַלן, װיל ער באַאײַנפֿלוסן זײַנע לײענערס צו װעלן פֿאַרן ריכטיגן פּאַרטײַ.

אַ פּאַרטײַ װאָס שטימט מיט אַסאַך חסידישע דענקער איבערן ענין פֿון דער מדינה און ייִדישקײט.

אַ פּאַרטײַ װאָס האַלט אַז פֿרומע טאָרן נישט געניסן פֿונעם מדינה

אַ פּאַרטײַ װאָס האַלט אַז די מדינה און ייִדישקײט קערן זיך נישט אָן אײנעם מיטן צװײטן;

אַ פּאַרטײַ װאָס האַלטן אַז רבנים טאָרן נישט האָבן אַ מײנונג אינעם פֿירונג פֿונעם מדינה.

נײן, איך מײן נישט דער סאַטמאַרער פּאַרטײַ כאָטש זײ האַלטן אַלעס װאָס איז אױבֿן געשריבן װײַל אַזאַ פּאַרטײַ עקזיסטירט נישט. ממילא בלית ברירה מוז עס זײַן דער פּאַרטײַ פֿון ר' טאָמי לפּיד שליט"א, שינוי.

ואם תאמר אַז שינוי איז טײַטש ענדערונג און דער חתם סופֿר האָט געזאָגט אַז חדש אסור מן התורה, האָב איך דערױף אַ פּשוטן תירוץ. מיר זענען חסידים און נישט אױבערלענדער און געלױבט דעם פֿון אױבֿן אױף דעם.

חסידים טון אָבער נישט זאַכן אױף העלפֿטן און פֿערטלעך און אַז זײ לײגן זיך אין עפּעס אַרײַן װערט עס באַלד דבֿרים העומדים ברומו של עולם. האָב איך פֿאַר דעם פּראָדוצירט אַ רעקלאַם לטובת ר' טאָמי שליט"א און טאַקע אױף ייִדיש און מיר בעטן דער עולם לפעול ולהפֿעיל פֿאַר שינוי.


מי לה' אלי!
Image Hosted by ImageShack.us
מי לג' זאָל פֿאַרלעשן דער לאָמפּ!

יום ראשון, ינואר 05, 2003

האשה נקנית

ס׳טוט זיך אַרום מיר אַ װעלט מיט שידוכים. חברים, אַ שװעסטער, שכנים, און אַלעס האָבן טעכטער. אײַנער אַ באַקאַנטער האָט גראַדע אַ זין.

א. רעדט מיט ל.ט. װעגן דער פֿינאָמינען פֿון מאַכן שידוכים מיט די קינדער װען זענען קױם אַרױס פֿון די װינדלעך. ל.ט. איז מסביר דעם ענין אַזױ. אַז בחורים איז זײער װיכטיג אַ חתן מאַכן יונג װײַל הײַנט איז דאָ געװאַלדיקע נסיונות אױפֿן גאַס און אַז מען מאַכט זײ נישט יונג חתונה קענען זײ רחמנא לצלן אָפּפֿאָרן. נאָך אַ סבה איז אַז װיבאַלד אַסאַך װילן אַזױ יונג אַז מען טוט נישט מיט זײ יונג שידוכים 'בלײַבן זײ אױפֿן פּאָליצע'.

ס'ליגט אין דעם אַן אמת אַז דער פּערענױע פֿון נישט קענען חתונה מאַכן די קינדער איז גאָר אַ שטאַרקע. 'אױפֿשטעלן ייִדישע דורות' איז נישט לײדיגע פּלאַטשיקײטן. ס'איז נישט קײַן גוזמא צו זאָגן אַז שידוכים makes the world go round. על כּל פּנים דער חרדישע װעלט. ל' האָט אַ שיעור אַיעדן טאָג שױן אַ האַלבע יאָר, ער גײט שױן נישט זײַן לעדערנע דזאַקעט, ער זיצט אינערװײניג בײַם דאַװענען און אַלץ װײַל זײַן טאָכטער איז אַלט געװאָרן צו געזונט זעכצן יאָר.

אַז די עלטערן דאַרפֿן דאָס פּלאַץ אין דער הײם פֿאַר די פֿרישע נײַ געבױרענע װאָס זענען אָנגעקומן װען די בחורים/מײדלעך זענען געװען אין ישיבה/סעמינאַר, איז אױך אַ סיבה, און אַז אין אַ װעלט װי פֿאַרברענגן אױף שמחות פֿאַרנעמט דאָס פּלאַץ װאָס בײַ אַנדרע פֿאַרנעמט דער קינאָ, דער טעאַטער, דער קאָנצערט זאַל און אַנדרע פֿאַרװײַלונג צוזאַמגעשטעלט, און װי דער אײַנפֿאַכער מאָנאָטאָנישע לעבן דרײט זיך אַרום שבת און יום טובֿ, הכנסת ספֿר תורה'ס, הספּידים און אַ פֿײַער לעשער נישט הײַנט געדאַכט און נישט קײַן סאַך מער, פֿאַרשטײט זיך פֿאַרװאָס עלטערן חאַלעשן צו װערן באָבעס און זײדעס און פֿאַרװאָס בחורים פּײגערן אױפֿן שטרײַמל און מײדלעך אױפֿן גרױסן בױך.
---------------------------------------------

איך גיב מזל טוב פֿאַר אַ ייִד אין שול װאָס ער האָט אַ שידוך געטון, און איך באַמערק צו אים אַז שידוכים צװינגט אַ מענטש צו מאַכן אַ חשבון הנפֿש װי ער געהער און װאָס ער איז. און ער מוז זײַן ריאַליסטיש װײַל אַז נישט װעט מען זיך מיט אים נישט משדך זײַן. זאָגט ער אַז ער קוקט אױף אײן זאַך װען ער טוט אַ שידוך׃ װיאַזױ װעלן מײַנע אײניקלעך אױסקוקן פֿון דעם בחור/מײדל װאָס איך נעם? ער לײגט צו אַז װען זײַן טאַטע איז געװען אין שפּיטאָל פֿאַר ער איז אַװעק האָט ער זיך אױפֿגעטון אַז ער גײט אַװעק פֿון דער װעלט און ער קען זאָגן אַז זײַנע קינדער גײן אַלע אױפֿן גלײַכן װעג.

מענטשן װאָס קוקן זיך אים אױף די פֿרומע פֿרעגן אַסאַך מאָל what makes them tick? דער פּחד פֿון פֿאַרלירן די קינדער צו דער 'גאַס' און דער שטרעבונג זײ צי פֿאָרמירן אין דער אײגענע פֿאָרם איז װאָס טרײַבט אַ גרױסע חלק, אױב נישט דער גאַנצע חתונה. מאַכן אַ פּאָר דאַלער צי װאַקסן אַ תלמוד חכם איז אַלץ פֿײַן און װױל אָבער אַ טפֿל צום דערמאַנטן עיקר. און אױב דער פּרײַז פֿאַר דעם איז זײ צו פֿאַרמײַדן פֿון לערנען אַ פֿאַך, אָדער אפֿילו זיך קענען אױסדרוקן געהעריק, און זײ חתונה מאַכן װען זײ זענען קױם ראוי לביאה האַלטן זײ אַז עס איז גאַנץ אַ ביליגע פּרײַז.

זאָלן זײ אַלע טון שידוכים בשעה טובה ומצלחת און איך װעל מיך משתדל זײן אײַך צו האַלטן אינפֿאָרמירט פֿון צײַט צו צײַט. אָבער געדענקט דאָס בלײַבט בײַ אײַך און ס'גײט נישט װײַטער, װײַל אַז נישט קענט איר חלילה קאַליע מאַכן אַ שידוך. און נאָך די דרײַ עבֿירות איז קאַליע מאַכן אַ שידוך מן הסתּם דער האַרבסטע.

את חטאי אני מזכּיר

שױן אַפּאָר װאָכן װאָס ס׳גלונגט מיר נישט גײן אין שול דאַװענען שחרית. (װאָס טוט זיך בײַ מנחה מעריב קענט איר זיך אױסדרינגן מיט אַ קל וחומר.) נו, מילא מען קען דאַװענען בײַם כּותל אױך. ס׳יז אָבער אַזױ׃ װען איך חלום פֿון תּשובֿה טון אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל -כאָטש אַזעלכע חלומות מאַכן זיך בײַ מיר װײניגער און װײניגער- זע איך פֿאַר מיר דער אידיִיאַלע מענטש די אירע װאָס שטײן אױף איעדען אין דער פֿרי צום ערשטן מנין חוק ולא יעבֿור, שטײן שױן מיט די תּפילין בײַ אדון עולם און פֿאַר ושמו אחד פֿאַלט זײַ ניטאַמאָל אײַן אױפֿצוהײבן זיך פֿון זײערע פּלעצער. די זעלביגע ייִדן מאַכן דעם אײַנדרוק אַז דער יצר הרע האָט פֿון זײ פּשוט פֿאַרגעסן. דאַװענען איז דאַװענען, זײ שמועסן נישט, זײ שטײן אַלץ אױף אײן פּלאַץ, זײ קומן נישט אַרױס בײַ די הױכע שמונה עשׂרה הערן װאָס טוט זיך . װען די אנשי כּנסת הגדולה האָבן אוּנז געגעבן אַ שחרית האָבן זײ זיך פֿאַרלאָזט אױף די צדיקים. זײ זענען די עקשנים מיט װעם גאָט גיט זיך נישט אַן עצה. װיפֿיל ער זאָל נישט רודפֿן זײַן הײליג פֿאָלק ישראל װעלן זײ זײַן צום נעקסטן אין דער פֿרי אין שול כּאילו לא היה.

איך װײַטער קען דאָס נישט. אַז איך קום אָן פֿאַר וּיבֿרך דוד קען נישט אַנדערש זײַן אַז איך האָב געהאַט אַ בײזן חלום. אױף דעם חשבון גײ איך אָבער אַװעק אין מיטן תּחנון. איך האָב נישט קײַן געדולד בודק זײַן מײַנע ציצית אַ יעדן אין דער פֿרי. קרבנות האָב איך שױן נישט געזאָגט װײס איך זײַט װען, עס קען זיך מאַכן אַז בײַ קריאת־שמע פֿאַרגעס איך צו נעמן די ציצית און סוף שמונה עשׂרה פֿאַלט מיר אַלץ אײַן אַז אַפֿשר האָב איך עס צו שנעל אַלעדיקט.

װען איך דאַװען אין דער הײם קענט איר מיר כאַפּן לײענן מײַנע בליצפּאָסטן באַקרױנט מיט טלית און תּפֿילין. רחמנא לצלן װוּ איך האַלט שױן! און יעדען טאָג װאָס איך גײ נישט אין שול שפּיר איך מיך אַלץ װײַטער פֿונעם טאָג װען איך װעל זײַן פֿון די ייִדן װאָס זענען צום שול אַזױ װוּ די געלע װענט און די אָפּגריבענע הילצערנע טישן און בענק.