יום חמישי, דצמבר 22, 2005

מן המצר

יום שבתון אין לשכוח, די לעצטע תקופה וואָס ס'האָט מיר אָנגעכאַפּט אַ שטומעניש וועל איך נישט אַזוי שנעל פאַרגעסן, זכרו כריח הניחוח, זיך דערמאַנען פון די אָ זמנים איז כריח ניחוח, אָבער אויף דער שבת קודש שטייט אויך, וינפש, ווי אבדה נפש. הייסט עס אַזאַ אור וחושך משתמשים בערבוביא. ואני תפלתי אַז דער נפש וואָס פלעגט מיר טרײַבן צום שרײַבן איז נישט פאַרשווינדן. יונה מצאה בו מנוח, די יונהלע זאָל ווײַטער זינגן, ושם ינוחו יגיעי כוח, און איך זאָל ווײַטער דאָ געפינען אַ פלאַץ אָפּצורוען מיינע אויסגעמאַטערטע כוחות.

ואני בעניי האָט זיך מיר פיל מאָל געגלוסט צו דאַווענען און האָב איך אַנדעקט אַז מען קען דאַווענען אַפילו מען איז נישט איבערצייגט אַז עס איז דאָ צו וועם. איך האָב מיך פאָרגעשטעלט אַז אַלע תפילות זענען געצילט צו אַ צימער וואָס איז שטענדיק פאַרשלאָסן און קיינער ווייסט נישט וואָס טוט זיך הינטער דער טיר. די וואָס גלייבן דאַווענען צו אַ גאָט וואָס זיי זענען זיכער געפינט זיך אינעווייניק. די וואָס צווייפלן, אָבער דאָך דאַרפן אַ תפלה טון דאַווענען אויך און צום זעלבן טיר. נישט ווײַל אפשר איז דער צימער נישט לער כאָטש אַ פאַרשלאָסענער טיר איז פאָרט נישט אַ וואַנט. דער עיקר סיבה איז ווײַל אפילו עס געפונט זיך דאָרט קיינער נישט ווערן זיי מחוזק פון די פיל תפלות וואָס אַנדרע צילן אַהין. דאָס תהילימל קען אינספירירן אפילו ס'האָט נישט קיין אַדרעס.

דאָס קלער איך קען זײַן וואָס חז"ל זאָגן אַז דער בית המקדש הייסט תלפיות - תל שכל פיות פונים אליו. אפילו אַז ס'איז נישט מער ווי אַ תל אָבער פון דעסטוועגן ליגט דער קדושה אין דעם אַז אַלע מעלער קערן זיך אַהין און לאו דווקא ווײַל ס'איז מכוון כנגד בית המקדש של מעלה אָדער ווײַל דער שכינה געפונט זיך דאָרט.

איך האָב אויך אַנדעקט אַ סבה פאַר גאָט אין אַ ליד פון דזאָרדז הערבערט דער טריץ (דער שלעפער?). אָבער טראָץ די אַלע פשטים האָב איך זיי געניצט בלויז פאַר אַ פאַרזיכערונגס פלאַן טאָמער זאַכן וועלן זיך ערגערן און איך וועל מיך מיזן ווענדן צום מן המצר. למעשה האָב איך אויפגעהויבן מײַנע אויגן עטליכע מאָל אָבער קיין תפלה האָט זיך נישט געזאָגט.

*********************************

שוין גענוג געקרעכצט. ס'קומט באַלד חנוכה און איך דערמאַן מיך פון אַ פאַסירונג אין שיל אויף דעם צווייטן טאָג ראש־השנה בײַ מנחה. מה ענין שמטה...? אַנו, איז אַזוי. מיר געדענקן דאָך אַלע ווען חנוכּה זענען מיר געזעצן און זיך געטשאַטשקעט מיט די פשעטלעך פון דער בית יוספס קשיא בשעת ווען די פאָנטשקעס האָבן געדראָדעלט אין דער נאָז. מען האָט שוין פאַרענטפערט בטוב טעם, מען האַלט שוין נאָך סוגיא דכבתה און אַלע אויגן זענען צום טיר האָט דער בעל דרשן אָנגעהויבן מיט אַ וווּנדערבאַרער פשט איבער דער מנהג צו עסן מילכיקס און מיט דעם פאַרענטעפערט דעם בעל ועל הנסים איבער דער פּשיטא פון רשעים ביד צדיקים כּאילו צדיקים זענען מאז ומתמיד נאַטירליכע זיגערס און צום אויסצופיר האָט ער פאַרענטפערט פאַרוואָס ר' כהנא בשם ר' נתן בר מניומי בשם ר' תנחום האָט צאַצגעשטעלט דער אינהאַלט פון יוסף הצדיקס גריב מיט דער הייעך פון אַ חנוכּה מנורה און דער שייכות צו דער הייך פון אַ סוכה מיט פרסומי ניסא און שוין שוין די לאַטקעס קומן צו גיין.

אַז איר האָט אויסגעהערט די אַלע דרשות וועט איר באַלד פאַרשטיין דער שייכות פון חנוכּה צו ראש`השנה אָן א"ת ב"ש און ס'וועט קלאַפּן ווי בײַ ר' תנחומן. אַז איר זענט אַ זקן ורגיל בײַ דרשות וועט איר דאָך וויסן אַז ס'איז נישט דאָ אַ זמן בײַ ייִדישע קינדער ווען ס'איז נישט אַ געלעגענהייט תשובה צו טון. קוים וואָס מען כאַפּט אַמאָל אַן עבירה און מען האָט דערפון צו זינגן און צו זאָגן אַ גאַנץ לעבן. פּורים מיינען ייִדן מעג מען זיך לאָזן אַביסל ווויל גיין זאָגן די דרשנים יום כּיפּורים. דאָס הייסט אַז יום הקדוש איז גאָר ווי פּורים. אָבער נישט אַז יום כּיפור זאָל מען שאַשקן, דאָס איז קרום געלרענט פשט. פשט איז פאַרקערט: פורים איז ווי יום כּיפור. קומט פסח איז דאָך איתערותא דלעילא און וווּ אַ ייִד זאָל נישט האַלטן קען ער זיך תמיד צוריק כאַפן. ספירה איז דאָך חג"ת נהי"ם און לטהרנו מכל סיג ופגם. שבועות איז אָפגערעדט און דעמאָלסט וויינט מען זיך אויס בײַ והאר עינינו. קומן די דרײַ וואָכן האָט אַ צדיק געטײַטשט כּל רודף י-ה (רודפיה) השיגוה בין המצרים, און תשעה באב אַליין ווערט דאָך משיח געבוירן איז שוין ווײַטער אָפּגערעדט. אלול דאַרף איך ניטאַמאָל זאָגן ווען טונאַ אין די סענדוויטשיס זאָגן לדוד ה' אורי. האַלט מען חנוכה און מען זינגט תמניא אפי איז דאָך כל שכן אַז המאור שבה יחזירנו למוטב און בלויז אָנקוקן די ליכט איז אַ סגולה אויף תשובה צו די האַרבסטע עבירות. איך מיין טאַקע די גאָר גראָבע, אַזוי האָט מען מיר געזאָגט שוין בײַ דער דרײַצן. און אַז מען טוט תשובה און מען וואַרעמט זיך אָן בײַם בני יששכר האָט איר דאָך אַ פאַרטיקע שייכות צו ראש השנה.

איז וואָס איז דער מעשה. דאַרף איך דאָך הײַנט עפעס פאַרדינען אויך איז וועלן מיר איבערלאָזן דער מעשה אויף אַ צווייטן מאָל.

יום שלישי, דצמבר 13, 2005

שיריים

בײַ מײַן סעודת שבת
נאָך מען ענדיקט ה' יברך את עמו בשלום
און די בענקלעך זאָגן גוט שבת
צום מעין עולם הבא
פון די שאָלעכץ פון די גן עדן ניסלעך
ברעכט אויס אַ קריגערײַ
ווער זאָל אויפקערן פון אונטער דער טיש
די ברעקלעך פון מײן אמונה
וואָס ליגן מיטן חן
פון שניי נאָך א גאָס
צוקריטשעט און געשחטן
מיט דער שפּיזיקע המוציא מעסער
וואָס דאָס חלה דעקל קיצלט נישט
מיט די פראַנזן וואָס באַהאַלטן נישט
אַז דער ווײַן האָט פאַרלוירן איר בושה
נאָך די ליכט ברענען אויס
און דער זילבער איז צו פאַכמאַרעט
אָפּצושפּיגלן דער פאַרפלעקטער טישטיך
דעמאָלסט זאַמלט מען די שיירי סעודה
פון אַ סעודת שלמה המלך
כּל זמן מען האָט גענאַשט
די האַרטע ביינער פון תורה שבכתב
אויסגענאָגט פון זיי דער מאַרעך
פאַרווייעכט מיט אַ דרשה
אויף לא תבערו אש
צו מאַכן פרישע אפּיקורסים
פון קאַלטע פרעסערס
וואָס דאָס איז שוין בײַ זיי אויך פאַרלאָשן
בלויז ליגט אַש און פאָרעך
מיט שווענץ האָר
פון אַ שטרײַמל צופליקט
דורך אַ ווינט וואָס האָט אַמאָל
געטריבן דער פײַער
און אויף אַ טשוואָק הענגט דער חפץ חיים
און ווינקט צו ראָטשילד פונעם ווײַן פלעשעל
וואָס פילט אָן דער מוח
זי זאָל נישט ליגן
אונטער די האָר פון דער בעזעם
אויפגעהויבן צו ווערן
אָן צו געבן אַ קיש

יום חמישי, ספטמבר 29, 2005

ביני לבין קוני

אָן אָנצוהייבן קלאַפּן אשמנו ברבים און אויסרעכענען מײַנע חטאים עוונות ופשעים בפני קהל ועדה קען איך זאָגן אַז זאַכן האָבן זיך היפּש געביטן בײַ מיר זײַט איך האָב אָנגעהויבן מײַן שרײַבערײַ. ווען איך האָב אָבגעהויבן פלעג איך מיך באַקלאָגן איבער אַ פאַרגעסענער מנחה. הײַנט צוטאָג קען מען דאָס פאַררעכענען פאַר אַ מצווה. וווּ ווײַט עס האַלט איז אינגאַנצן נישט מעלה ומוריד ווײַל איך בין נישט אויסן מיר מאַכן אַ חשבון הנפש אָט דאָ, כאָטש אַזויפיל וועל איך זאָגן אַז טראָץ אַלעס לייג איך נאָך יעדן טאָג תפילין. נישט ווײַל איך דאַרף פון איינעם שכר וואָס איך ערוואַרט אַפילו נישט און אויך נישט ווײַל איך האָב מורא פון עפּעס אַן עונש. קוים וואָס איך גלייב אין דעם און סײַווי זענען די עונשים אַזוי ווײַט און אַזוי אומזיכער אַז זייער סטראַשע האָט נישט קיין כּוח מיר מאַכן אָדער אָפּהאַלטן פון עפּעס טון. איך האַלט אײַן דאָס וואָס איך האַלט אײַן ווײַל איך טו עס שוין אַזוי לאַנג און דאָרט פון וווּ איך שטאַם און דאָרט וווּ איך וווין לייגט מען אויף דעם אַ גרויס חשיבות. ממילא סײַ ס'איז דאָ אַן אינערליכע טרײַבונג ווײַטער אָנצוגיין און סײַ איך האָב נישט גענוג אַ סיבה עס אויפצוגעבן.

מנוחה האָב איך אָבער נישט. ס'וואָלט געווען אַ סברא אַז וויבאַלד איך קען מיט הגיון און דענקערײַ פאַרענטפערן אַ חלק פון מײַן התנהגות זאָל איך מיך אָפּשאָקלן פון פאַרגאַנגענע געוווינהייטן און טון דאָס וואָס איך וויל טון און ווען איך וויל עס טון אויף מײַנע אייגענע טערמינען. איז עס אָבער נישט אַזוי פּשוט. אונזערע ערציאונג פון ייִנגווײַז אָן איז אַזוי פאַרבינדן און פאַרפלאָכטן מיט ייִדישקייט, משהתחיל לדבר אביו מלמדו תורה, פון ווען א קינד הייבט אָן צו רעדן מיז אים דער פאָטער אויסלערנען תורה, און אַזוי אויך דער משנה אין אבות לייגט פאָר אַ קאַריקיולם, אַ לערן פּראָגראַם, פון די פינעף ביז דו אַכצן וואָס נעמט נישט אין באַטראַכט עפּעס אַנדערש ווי תורה און בײַ די אַכצן ווען מעט לאָזט שוין יאָ דאָס קינד אַרויס איז עס בלויז צו גיין אונטער דער חופּה. מיט אַזאַ אויסשולעכץ איז פאַרשטענדלעך אַז ייִדישקייט ווערט דער ראַם אין וואָס מען לעבט אַזוי אַז ווען מען גיט בלויז אַ חלק דערפון אויף שפּירט זיך עס ווי מען שוועבט אָן אַ באַזיס און ווי ס'האָט זיך אויפגעמאַכט אַ תהום וווּ דער שאול איז אויך נישט גענוג טיף.

און דאָס איז וואָס גיט מיך נישט קיין מנוחה. דער דרך העולם איז אַז פּונקט ווי אין אדם משים עצמו רשע אַזוי אויך אין אדם משים עצמו שוטה. ווייניק וועלן מודה זײַן אַז זיי טון זאַכן כאָטש זיי האַלטן ס´האָט קיין טעם און קיין גראַם נישט. דערפאַר אָדער מאַכט מען זיך טעמים און מען זאָגט עס אַזויפיל מאָל נאָך אַז ס´באַקומט אַן אייגענעם זינען, אָדער הייבט מען זיך אויף די ברעמן און מען קנייטשט צאַם דער שטערן, אַז ס´איז העכערע זאַכן און מען קען נישט אַלעס פאַרשטיין. כּלומר, שכל ווערט מיט אַמאָל נישט צו פאַרשטיין און חכמה איז צו זאָגן אַז מען קען נישט פאַרשטיין. איך וויל אָבער יאָ פאַרשטיין. פאַרוואָס טו איך אַזוי, פאַרוואָס מוטשע איך מיך איבער זאַכן וואָס מיינען בײַ מיר כּמעט גאָרנישט און מער ווי אַלעס פאַרוואָס פּלאָג איך מיך אַזוי אויפצוציען מײַנע קינדער אַז איך האַלט אַליין דערפון אַזוי ווייניק.

שילד איז אַ גרויסע חלק פון דער סיבה. אָבער איז עס טאַקע דאָס אַז דער באַשעפער זעצט זיך אַרויף אויף די פּלייצעס ווען מען ווייסט נישט אים אויסצושליסן און דערנאָך בלײַבט מען מיט אים שטעקן? איז עס פשוט צו באַזעטיקן די אָ געפילן. אויסער שילד האָט רעליגיע דאָך אַ ראָלע צו שפּילן אינעם לעבן. פון איין זײַט ווען מען שפּירט זיך שלעכט און בײַ זיך דערנידערט און מען ווערט מיד מיטן לעבן ווערט מען מיד מיטן באַשעפער אויך. דאַווענען, שבתים, ימים־טובים געהערן צו די נודנע חלקים פון לעבן וואָס זענען דאָרט נישט ווײַל מען האָט זיי פאַרבעטן נאָר מען זיצט זיי דורך אַזוי ווי מען זיצט אין טראַפיק. מען טוט עס ווײַל מען איז דאָרט און קיין אויסוועג איז נישט דאָ. אָבער מצד אחר, ווען מען שפּירט זיך דערהויבן און ס´איז דאָ אַ ברייט האַרץ איז מען מקבל שבת בשמחה, און מען פרייט זיך מיטן יום־טוב ווײַל ווען דער האַרץ איז ברייט און אָפן זעט דער וועלט אויס ליכטיקער, אַ שפּינס געוועבעכץ ווערט מיטאַמאָל אַ מעשה ידי אומן און ייִדישקייט בליט אין גלאַנצעדיקע פאַרבן.

ס´איז אָבער דאָ דערצו אַ צווייטער זײַט אויך. ווען די מרה גיסט אַרײַן אַפּאָר טראָפּן און דאָס לעבן ווערט אומדערטרעגלעך איז דער בית־מדרש אַן ערי מקלט. לאו דווקא דאָס סידורל און תהילימל ווײַל אַסאַך מאָל איז דער מצב אזוי אַז אַפילו זיי קענען נישט אינספּירירן. דער פּשוטער פאַקט אַז עס איז דאָרט און עס איז שטענדיק דאָרט געווען און מען ווייסט און פאַרשטייט דער סדר דערפון הא גופא איז איר שטאַרקייט. פונקט ווי ווען זאַכן גיין שווערלעך און מען ציט זיך קוים ביי די אברים, ווען עסן פאַרלירט דעם טעם און מוזיק איר מעלאָדי, ווען דער היים ווערט אַ תפיסה און מען איז געפאַנגן דורכן אייגענעם מוח, ווען דער בעט מוטשעט אויס מער ווי זי גיבט רו, די שטילקייט פון דער נאַכט לעכערט די אוירן און די קולות אין קאָפּ פאַרנעפּלן דער פינצטער אין די זמנים איז אַ גוטע עצה גיין כאַפּן אַ שווים. ווי שווער עס איז, ווערט מען פאַרלוירן אין דער וואַסער און מען שטעלט זיך אַן איינפאַכער ציל פון אָנקומן צום אַנדרן עק. ווען מען קומט אַהין אָן רירט מען אָן דער וואַנט, מען גיט זיך אַ דריי אויס און מיט די פיס גיט מען זיך ווידער אַ שטופּ און דער ציל ווערט אָנצוקומן צום צווייטן זײַט. אַזוי אויך קומט מען אָן אין שיל און מען האָט איין ציל אָנצוקומן צו עלינו אָדער אַפילו בלויז צום אַנדרן זײַט פונעם הויכן שמונה עשרה. די רצועות פון די תפילין פילן זיך ווי קייטן אָבער אויך גיבן זיי אַן אחיזה אין עפּעס גרעסער פון זיך. און דאָס אַז מען קען דעם סדר און מען ווייסט וווּ ס´הייסט אָנגעקומן און וווּ מען קרוכט אַרויס דאָס איז גענוג זיך צו שטיפּן ווען אַלע אַנדרע מיטלן זענען ווי פאַרגליווערט. דער פעלז פון רעליגיע ווערט ווי אַן אַרכימעדישער פּונקט וואָס שטייענדיק אויף דעם קען מען אָנהייבן זיך צו באַוועגן.

דאָס ווייסן די בעלי דרשנים און די קירוב אַקטיוויסטן אויך און דאָס ניצן זיי צו ציען צו דת און ייִדישקייט. מײַן פראַגע איז נאָר: לאָמיר שוין זאָגן אַז דאָס אַלעס איז אמת און דער אומטוישבאַרקייט פון רעליגיע האָט דערין היילנדיקע קראַפטן, וואָס קער זיך דאָס אָן צו גאָט, צו שכר ועונש און צו אַלע וואַליזן וואָס ייִדישקייט שלעפּט מיט זיך אַרום? און פאַרוואָס ווען אַ מענטש זאָל אַזוינס ערפינדן און עס אַרויפצווינגן אויף אַנדרע וואָלט ער געהייסן אַ ברוטאַלע דיקטאַטור אָבער ווען אַ גאָט מאַכט עס איז ער דערבאַרמדיק מיט שלש־עשרה מדות של רחמים?

איך האָב צו דעם נישט קיין תשובות און איבער די פילע ימים טובים וואָס מיר שטיין יעצט בײַ זייערע שוועל וועל איך קיין ענטפער נישט געפונען. בײַם ערשטן טאָג סליחות האָב איך מיך אַרויפגעכאַפּט אויפן וואָגן און איך פאָר מיט ביז מוצאי שמחת־תורה. נישט ווײַל איך וויל עפּעס דערפון און נישט ווײַל איך האָב מורא אַז ווען נישט שטיי איך עפּעס צו דערלייגן. איך קען נישט זאָגן אַז איך בין אַ ווילנדיקער פאַסאַנדזיר אָבער מײַן גורל איז מיטצופאָרן. איך וועל מיך נישט פאַרענטפערן אַז אַזוי איז דער ריכטיקער וועג אָבער אַלץ שפּרינג איך נישט אַראָפּ. וזה חלקי מכּל עמלי צוצוקוקן ווי מײַנע רײַזע שותפים שלעפּן געפּעק פון ד´ מינים און גאַנצע סוכּות און זען בלויז וואָס טוט זיך אינעם וואָגן און איך פאָר ´לײַטווייט´ און וויל נאָר אַרויסקוקן פון דער פענצטער. איך וויל זען וואָס שלעפּט דער וואָגן און ווער טרײַבט די פערד און זיי ווילן בלויז אויפמאַכן זייערע געפּעק אַזוי זיכער זענען זיי אַז דער וואָגן וועט פאָרן יהיה מה שיהיה. וועל איך בלײַבן ביזן ענדע רײַזע? וועל איך קענען מיט זיי אָפּשטייגן? אויף דערוואַל בין איך צופרידן אַז מען שטעלט מיך נישט אַראָפּ.

תחל שנה וברכותיה!

יום שני, אוגוסט 29, 2005

ראה זה דבר חדש

בשמחה רבה ווילן מיר מקבל פּנים זײַן צו אונזער שטיבל אַן איש מורם מעם, אַ ייִד אַ זעלטענער פשטן וואָס מאַכט פון זיך גאָרנישט, אַז ער זאָגט ונפשי כעפר לכּל תהיה זעט איר ממש וווּ ס´וואַקסט אויף אים גראָז און עם כל זה האָט ער מסכים געווען זיך מיט אונז צו טיילן זײַן טאָג טעגליכן לעבן וממנו נקח לעבוד את ה´.

רבותי! מאַכט אויף אַ וואַרע פאַר ר´ שמואל זנוויל מאָשקאָוויטש!

מיר שטעלן זיך חלילה נישט אין דער זײַט און אַז מען ווידער אסרן שייטלן וועלן מיר טרומייטערן קול ה´ ברמה. נאָר וואָס דען? המפורסמות אינן צריכות ראיה און לעצטענס דאַרף איך אײַך נישט זאָגן אַז דער טינט האָט זיך אַביסל אויסגעטרוקנט. איך האָב פאַרזיכט אַרויפאָטעמען אויפן שפּיץ און קאַטשקן אויף די שיך אָבער כּלא היה. דעריבער האָב איך געזאָגט אין מײַן האַרץ אַז איך וועל מיך אָנגאַרטלן מײַנע לענדן און פאַרזיכן עפּעס אַנדערש ונזכּה ונחיה ונראה.

יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידינו ויהי נועם וכו´

יום רביעי, אוגוסט 10, 2005

שמח תשמח

אין די טעג ווען ייִדישע קינדער קלאָגן ווײַל זיי קענען נישט אַרויסגיין אויף אַ חתונה, אַ קאָנצערט, ווען אַ שטיקל פלייש איז אַ יקר המציאות פון וואָס חלומט זיך אַ ייִד? פון ארץ־ישראל? צו דעם לייגט מען אַרויף אַן אָראַנדזער שטרײַף אויפן קאַר נישט שטעק שיך אויף די פיס. פון משיח? ווער האָט צו אים צײַט? ער זאָל קומן געזונטערהייט, עני טײַם, אָבער וואָס עס איז נאָר דאָ צו טון דערצו האָט מען שוין געטון. פון תשובה טון ביז אומקומן על־קידוש־השם האָט מען שוין אַלעס פּראָבירט ועדיין בן־דוד לא בא. ממילא אחכּה לו בכל יום שיבא פאַרוואָס נישט אָבער נישט ווי מען וואַרט פאַר אַ באַן אָדער אַ באָס וואָס אַלעס בלײַבט שטיין ווילאַנג ס´קומט נישט אָן נאָר מער ווי אין זימער ווען מען לײַדט פון דער מכּת מדינה (קאָנטרי בלע"ז) און מען באַנקאָרטירט זיך כמעט אַז ס´זאָל מקויים ווערן דער תוכחה פון ואפו עשר נשים בתנור אחד און מען קוקט אויס צוריק אויפן ישיבת כּרך. מען וואַרט טאַקע ס´זאָל שוין אָנקומן לייבאָר דיי אָבער דאָס קאָנטרי לעבן איז אויך נישט אזוי שלעכט. אַזוי איז בײַ משיח ווען ער איז נישט דאָ וואַרט מען טאַקע אָבער דאָס לעבן גייט ווײַטער אָן און לאָמיר זיך נישט נאַרן דער גלות קען זײַן גאַנץ באַטאַמט. ווײַטער ווען משיח וועט קומן? נו, וואַרט אויס וואָס מען וועט דעמאָלסט וועלן. איז אין די טעג פון טרויער חלומן זיך גאַנץ ווייניג פון דער גאולה שלימה. אַ שווים מהיכי תיתי, אַ זויבער העמד איז אָפּגערעדט און פאַר אַ טוש וואָלט מען דאָך געצאָלט כּל הון דעלמא זיך אַביסל אָפּצושווענקן, פאַר זיך ממילא אָבער פאַרן שכן גלימא דעל כּתפי וואָלט מען אים אַוועקגעגעבן אַבי ער זאָל זיך געבן אַ זייף אָפּ. און אַז אַ ייִד בעוונותינו הרבים זייפט זיך יאָ, און טוט זיך יאָ איבער חלומט ער זיך פון גיין אויף אַ חתונה, דער פאַרווײַלונגס פּלאַץ פון כּלל ישראל. ווי נאָך קען אַ ייִדיש קינד וואָס יראת השם נוגע ללבו גיין און ער זאָל קענען שמועסן בהיתר, עפּעס טועם זײַן און ס´זאָל אים נישט קאָסטן אַפּאָר דאָלער? קען עס בלויז זײַן אַ חתונה.

זכור ה´ מה היה לנו און איך דערמאַן מיך אַז אויך איך בין געווען אויף אַ פאַרהײַראַטונג מאָלצײַט. און געווען איז עס נישט דאָ הי נאָר טאַקע אין ארץ־ישראל. און אַז עס איז געווען ארץ־ישראל האָט עס דאָך נישט געקענט עפּעס אַנדערש זײַן ווײַל וואָס האָב איך צו זיכן אין ארץ ישראל װען ס'איז נישט װאַקאַציע, װען איך בין נישט געקומן צו אַ רבי און ס'איז נישט דאָ אַ שמחה? אין דער זאַל זענען געװען נישט אײנס נאָר דרײַ חתונות. קײן עין הרע דער עולם טוט שידוכים, ברוך השם מען קומט זיך צאַם אױף שמחות און נישט חלילה אױף איר פֿאַרשטײט דאָך אַלײן. אױף דעם דרײט זיך דאָך אונזער לעבן. אױך שידוכים, און חתונות און בריתן און קידושים, און בר מצוות און װידער שידוכים. װען דער אײבישטער האָט אַרױף געלײגט הר סיני אױף די ייִדן װי אַ פֿעסל האָט ער פֿון דעם אינגאַנצן נישט גערעדט. ער איז געלאָפֿן צו די ישמעאלים דערציילן װעגן רציחה, צו אַנדרע פֿעלקער זיך רייצן װעגן גניבה און פֿון שידוכים האָט ער נישט דערמאַנט אַ װאָרט. שפּעטער קומט ער צו די בני ישראל און זײ זאָגן נעשה ונשמע אָן צו הערן אַז מען דאַרף זיך פֿאַרדאַרבן זיבן נעכט אױף שבע ברכות יעדעס מאָל אַ שװעסטער מאַכט חתונה אײנס פֿון אירע פֿופֿצן תכשיטימלעך. דאָס מײנט אָבער דער גמרא אַז הדר קבלוה בימי אחשורוש. נאָך די פּערסישע ייִדן האָבן געניסט בײַ אחשורושן פֿון דער משתה שבעת ימים איז אגלאי מלתא למפֿרע אַז זײ קענען אױסהאַלטן שבע ברכותן. דאָס אַז בײַ אחשורוש האָט מען נישט געגעסן זיבן טעג נאָכאַנאַנד שניצל און ביף, טשיקן און ביף, טשיקן און שניצל און געבראָטענע קאַרטאָפֿל און מײערן צימעס אַראָפּ געװאַשן מיט ישן נושנדיקע מים בששון איז שױן אַ קשיא. פּשוט פּשט טױשט זיך אָבער נישט.

בײַ מיר איז נישט אַנדערש. מײַן שװעסטער האָט קױם אַ שידוך געטון מיטן ערשטן קינד און מען שמחהט זיך אין גרױסן. מײַן שװאָגער װינטשט שױן מערטשעם בײַ די אױף שמחות ווי אַ זקן ורגיל און נחת פֿליסט קלעביק װי די ליקערן אױפֿן טיש. צו דער חתונה האָט מען געװאַרט באַלד אַ יאָר װײַל נותנין לבתולה שנים עשר חודש, און אַז די בתולה איז אַלט זיבעצן בײַם שידוך איז כּל־שכּן אַז מען דאַרף װאַרטן זי זאָל זײַן ראוי לביאה. ועל כּולם האָט מען געדאַרפֿט װאַרטן די מחותנתטע זאָל געבױרן בשעה טובה ומצלחת װײַל ס'האָט נישט קײן טעם אונטערצופֿירן װען כּריסה בין שיניה ויש אומרים זי טאָר אפֿילו נישט משום עין הרע ממילא װאָס דאַרף מען זיך אַרײַן לאָזן אין ספיקות? װאַרט מען אַביסל לענגער און מען מאַכט דער חתונה אַביסל שפּעטער. װײַל װאָס איז דען דאָ זיך צו אײַלן? דער שמא יחטפֿנו איז שױן נישט דאָ נאָכן שידוך, דער חתן קען מסיים זײַן נאָך אַ פּאָר מסכתות פֿאַר רחיים בצוארו, דער כּלה קען צוענדיקן איר דיפּלאָמאַ אױף צו װערן אַ לערערן פֿאַר זי פֿאַרברענגט איר פֿרי מאָרגנס ברעכענדיק און װען די חתן־כּלה גײן אַרײַן אין דער ייחוד שטיב קען זיך די מחותנתטע װאָס װעט שױן דעמאָלסט למעשה זײַן אַ שװיגער זיך אָפּקערן אין אַ זײַט צימער און געבן צו זײגן והכּל על מקומו יבא בשלום.

דאָס וואַרטן איז אָבער שױן פֿאַריבער און מען האַלט בײַם קבלת פּנים. אין דער זאַל זענען דאָ יענער נאַכט נאָך חתונות, אױף גאַנץ כּלל ישראל געװוּנטשן, און װיבאַלד איך װײס נישט װוּ איך בין גײ איך אַרײַן בײַם נישט גוטן חתן און איך געב יעדן מזל טוב און מען קוקט מיך אָן און איך קוק זײ אָן און ס'פֿאַלט מיר אײַן אַז איך דערקען דאָ קײנעם נישט מיז זײַן אַז איך טאַנץ אױף אַ צװײטענס חתונה. אױף כּלל ישראל אַזעלכע טעותים. גײ איך מיר אַרױף אַ שטאָק, צװײ און דאָרט זיצט מײַן משפּחה מיט דער חתן בײַ דעם קבלת פּנים און די בחורים זינגן גראַמן 'חתן זאָלסט נישט זײַן מיט דײַן נשמה אַן אכזר/װײַל ס'איז בלױז אַ מתנה על מנת להחזיר' אָדער עפּעס אַזױ. מען מזל טובט זיך אין גרױסן און װיבאַלד מען איז ארץ ישראל טרעפֿט מען ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט, און ס'הײבט זיך אָן אַ װאָס הערט זיך און װאָס מאַכט מען. אױסער די ברוך השמס לייגט עמעצער צו 'קינדער מיט חובות' און אַ צװײטער דערטאַפּט באַלד צי מען קען אים העלפֿן מיט זײַן צװעק און אין דער זײַט שטײן שױן אַנדרע אירע גרײט צו זען צי דאָס איז אַ כּלי מחזיק ברכה און באַלד הױפֿענען זיך אױף די צװעקן װאָס װאַקסן דאָרט בשפֿע טאַקע פֿאַרדעם װײַל תמיד עיני ה' אלקיך בה.

מען װאַרט און מען װאַרט און איך פֿרעג אױף װאָס מען װאַרט, ענטפֿערט אײנער 'אױפֿן מזלדיקע שעה.' ענדלעך פֿירט מען דעם חתן צום חופּה און די אױגן װערן מיר נאַסליך. איז עס אַ ליבשאַפֿט צו ריטיואַל? איז עס אַ פּחד און אַ טרױער װײַל די אָ ליבליכע מינוטן מיזן קומן צו אַ סוף, כּלומר אַזאַ פּחד פֿון מיתה אַז די װאַרעמע מינוטן װעלן באַלד אױסשטאַרבן? אָדער איז עס אַ פּחד אַז נאָכן 'שטאַרבן' נאָך דער מזלדיקע שעה איז פֿאַריבער װעל איך בלײַבן הענגעדיק כּאילו מען האָט פֿון אונטער מיר אַװעקגעשלעפּט דער שטעל פֿון טראַדיציע, און איך װײן ווײַל איך וועל זײַן װי אַ קינד װאָס װײנט נאָך ער קריכט אַרױס פֿון דער װאַרעמער טראַכט? אָדער איז עס װײַל איך װיל זײ זאָלן בלײַבן פֿאַר מיר װי אַ דאַטום פּונקט אַז איך זאָל קענען מעסטן פֿון אײן זײַט װי װײַט איך בין פֿאַרקראָכן אָבער אױך איך זאָל קענען זען אַז ס'איז דאָ װוּ צוריקצוגײן. אפֿשר איז עס גאָר װײַל כּל זמן עס איז דאָרט קען איך מיך אײַנרעדן אַז איך בין ראַדיקאַל אָבער אַז מען נעמט דאָס אַװעק בין איך גאַנץ אַ קלײנע חידוש?

דאָס איז כּולי עלמא מודה אַז װען מען גײט צום חופּה באַװײַזט זיך דער סיסטעם, אונדזער הלוך ילך אין איר פֿולקומן פּראַכט, אין דער אמתער שלימות. דער חתן גײט צו דער חופּה און אינטערװעגענס נײגט ער זיך אַראָפּ פֿון װעג און גײט אַרײַן צום כּלה װוּ זי זיצט אױף איר שטיל אַרומגענומן מיט װײַבער. דער חתן קומט צו גײן געפֿירט פֿון בײדע זײַטן דורך זײַן און איר פֿאָטער װאָס מיט אײן האַנט פֿירן זײ דעם חתן און מיט דער אַנדרע האַנט האַלטן זײ אַ ברענעדיקע לעכט. אַזױ װי ער באַװײַזט זיך װערט בײַ די פֿרױען אַ װאַרע און דער חתן נענטערט זיך צו זײַן באַשערטע. די אױגן הײבן אָן בײַ אַלע צו פֿליסן, די נעזער צו רינען און פון אַלע אַרבלעך שפּראָצן אַרױס טאַש־טיכלעך. די כּלה זיצט מיט אױגן אַראָפּגעלאָזטע, איר קאָפּ אַראָפּגעבױגן, אַ לעבעדיקע מעטאַפֿאָר פֿאַר דער אונטערטעניקײט פֿון איר מין. דער חתן נענטערט זיך, די צװײ פירענדיקע טאַטעס און די מאַמעס װאָס שטײן צו דער כּלהס זײַטן בײַטן זיך בליקן אָבער יעצט װינקט מען זיך נישט, יעצט שמײכעלט מען נישט, יעצט איז מען ערענסט און צום מערסטענס קען מען נאָר װײנען. דער חתן קומט נאָך נענטער, ער זעט זײַן כּלה װאָס ער דערקענט איר פֿון האָבן געזעסן מיט איר אױף צװײ קורצע באַשױען מיט אַ יאָר צוריק און פֿון האָבן געקוקט אױף איר בילד װאָס ער האָט געהאַלטן אונטער זײנע אינטערװעש אין דער ישיבה און פון פֿיל מאָל עס אָפּלײנען בעיון װען קײנער איז נישט דערבײַ געװען האָט ער איר דערקענט. אָבער איר פּנים, אױף װאָס ער האָט געמיזט קוקן אין פֿאַל אַז מען װעט אים אױסנאַרן מעשה לבן, איר לעבעדיקע פּנים דאָס האָט אים װידער אױפֿגעװעקט צו איר אָנװעזענהײט און מיט אַ צידערדיקע האַנט האָט ער אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף איר דאָס באַדעק טיכל און זיך באַלד אױסגעדרײט בואי בשלום. אָט דעם װעג אױף װאָס דער חתן שפּאַצירט זעט יעצט אױס גראָד, די לעכער אױף דער דרך ישראל סבא זענען אַצינד אַלע אָנגעפֿילט און דער שאָסײַ איז װי פֿריש אױסגעפּעכט. אױפֿן װעג װי ס'זעט אױס אין די אָ טײַערע מאָמענטן זענען נישט דאָ קײנע פּרשת דרכים און אוודאי נישט קײנע ליסטים מזויינים. אפֿשר איז עס גאָר נישט אַ װעג נאָר טאַקע אַ ציל. דאָ איז מען אָנגעקומן, לכּך נוצרת. װאָס עס איז נאָר איז עס יעצט װי די סטאַדעס שאָף אין שיר השירים װאָס אַלע פּאָרן זיך און קײן פֿאַרװאָרפֿענען איז בײַ זײ נישט דאָ. און אין די מאָמענטן פֿאַרשטײ איך װײניגער װאָס טױג דאָ נישט און אין דער צײַט װיל איך אַרײַן אָבער איך בין אױסגעשלאָסן.

דער חתן שטײט און װאַרט בײַם אָנהײב פֿון אַ לאַנגער קאָרידאָר װי אַ פֿליגער בײַם אָנהײב פֿון דער לױפֿװעג אַז דער חופּה זאָל זיך אױסלײדיקן פֿון דער פֿריערדיקע חתן כּלה, דער עולם זינגט ווײַל פון ניגונים איז קיינמאָל נישט קיין מאַנגל און ענדלעך ויהי בנסוע הארון און דער חתן טוט זיך אָן די פֿליגל און פֿליעט.

עולם, עד כּאן אומרים ווײַל אין די נײַן טעג האַלט מען נישט קיין חופּות ממילא קען איך מיט אײַך ווײַטער נישט גיין, צײַט איז אויך קורץ והמלאכה מרובה. זײַט מיר מוחל אַז ס´שרײַבט זיך עפּעס נישט די טעג און זײַט מתפּלל אַז אי"ה ווען דער וועלט וועט צוריקגיין לאיתנה הראשון נאָך די ימי הנופש זאָל מקויים ווערן תתחדש כּנשר נעוריכי און נהרא מכּיפּיה מתברך.

יום שני, יולי 11, 2005

אַ בת־קול

מען דערציילט פון ר´ ישראל סאַלאַנטער אַז ער האָט אַמאָל געזען אַ שנײַדער אַרבעטן ביז שפּעט בײַנאַכט און ער האָט דערפון זיך אויסגעלערנט אַז ווי לאַנג דאָס לעכטעלע ברענט קען מען נאָך פאַררעכטן. אויך בײַ מיר האָט זיך געמאַכט אַ מעשה דעם שבת אויפן וועג אַהיים נאָך אַ קידוש וואָס מען קען זיך דערפון אויסדרינגן אַ געוואַלדיקער מוסר השכּל.

אַ מאַמע איז געגאַנגן מיט איר קינד און דאָס קינד איז געלאָפן פאָראויס. קומט צו פאָרן אַנטקעגן אַ קינד אויף אַ ביציקל און פאָרענדיק האָט ער געהאַלטן אַ רימען וואָס אויפן צווייטן עק איז געווען צוגעבינדן אַ הינטל. אַ קליין געוואַקסן הינטל אָבער זה הקטן גדול יהיה, און מיר האָט עס אויסגעזען ווי אַ ´פּיט־בול´. סוף סוף בין איך דאָך אַ ייִדיש קינד און אַ הינט איז דאָס וואָס מען זאָגט דערויף ולכל בני ישראל איז ממילא נעמט נישט אָן מײַן מבינות אויף הינט ווי אײַער רבס איבער אַן אתרוג. און אַז אויף כּשרע היישרעקן זענען מיר נישט מבינים איז דאָך קל־וחומר איבער הינט. פונדעסטוועגן גיב איך דאָ נישט עדות אויף קידוש החודש און מיר האָט עס אַזוי אויסגעזען.

אַז דער ייִנגל האָט געזען דאָס הינטעלע ווי עס לויפט כּדי צו קענען מיטהאַלטן מיטן באַלאַבאָס אויף רעדער האָט ער זיך באַלד אויגעדרייט בואי בשלום צום מאַמן און אָנגעהויבן שרײַען ´מאַמי, אַ דאָגי.´ אַ ייִדיש קינד כּדת משה וישראל ווי בתיה בת פּרעה האָט שוין געזאָגט אַזוי ווי זי האָט נאָר געזען אַ וויינעדיק קינד, ´מילדי העברים הוא זה´ ער איז אַ כּשר ייִדיש קינד. ס´איז בטבע אַז אַ ייִד איז זיך מחיה צו וויינען. קען ער האָבן וואָס ער וויל און ס´גליסט זיך אים בלויז צו לאָזן טרערן. אַז נישט אויף זיך איז אויף שכינתא בגלותא, אַבי אַ קרעכץ.

זאָגט די מאַמע פאַרן קינד, ´אַז מען לויפט אַליין קומט אַ דאָגי.´ יע יע יע, זאָגט די מאַמע פאַרן קינד, מורי ורבותי, אַז מען לויפט אַליין, אײַ יײַ יײַ, אַז מען לייפט אַליין קומט אַ דאָגי. איך האָב מיך באַלד דערמאַנט אַז מיט אַ טאָג פריער איז געווען ראש־חודש תמוז און תמוז איז ראשי תיבות ז´מני ת´שובה מ´משמשין ו´באין. עולם, די הייליגע טעג זענען שוין אויפן שוועל איז געדענקט פאַר אײַערע נשמהס וועגן, אַז מען לויפט אַליין קומן דאָגיס.

איך בין מיר געגאַגן ווײַטער אויף מײַן וועג מיטן זיכערקייט אַז אויף יענעם טאָג האָב איך זוכה געווען צו הערן דער בת־קול מהר חורב.

יום שלישי, יוני 28, 2005

בנים גדלתי ורוממתי...

יענער וואָך שבת זאָגט מײַן זין בײַם טיש אַז אהרן הכּהן האָט אויפגעהויבן מיט איין מאָל צוויי און צוואָנציק טויזנט לויים. לעצטענס האָב איך אַביסל געענדערט מײַן שיטה און איך דערצייל די חברה מײַנע מיינונגן. איך זע נישט פאַרוואָס איך זאָל מיך דאַרפן באַהאַלטן פון מײַן אייגענע ביין און פלייש. איך זיך נישט זיך צו טיילן מיט זיי אַלע מײַנע מיינונגן אָבער איך מעג זיי אויפקלערן אַביסל אַז נישט אַלעס וואָס זעט אויס בײַם רבין אַזוי גלאַטיק גליטשט זיך טאַקע אויף אײַז. וויבאַלד איך קום דערצו שפּעט און זיי זענען שוין אַביסל עלטער קויפן זיי נישט אַלעס אָפּ פון מיר און זיי זענען שוין עטוואָס באַהאַוונט אינעם דע מה שתשוב. זאָג איך אים אַז איך זע נישט ווי איין מענטש קען אופהייבן אַזויפיל מענשטן. ענטפערט מיר צוריק דעם עזות פּנים און אַז דער וועלט איז באַשאַפן געווואָרן פון אַ גרויסע קראַך פאַרשטייסט דו יאָ? דער האַרץ איז מיר געשוואָלן געוואָרן פון נחת און ס´האָט שוין נישט געפעלט וואָס צו רעדן במשך דער סעודה.

זענען דאָ אַזעלכע וואָס טענן אַז מען צומישט די קינדער אַז מען שיקט זיי אין חדרים וווּ זיי הערן איין זאַך און מען געט זיי דערנאָך צו הערן עפּעס אַנדערש אין דער היים. ראשית כּל לא פּעדאַגאָג ולא בן מחנך מומחה אנכי. כאָטש איך קוק אַרײַן דאָ דאָרט אין ערציאונג (פּערענטינג בלע"ז) ביכער וואָס מײַן פרוי זאָגט איך קויף פאַר אַ גוט־שפּירונג געפיל ווען איך ווער מיט זיי צופּלאַצט, פונדעסטוועגן איז רוב פון מײַן באַנעמונג מיט זיי לפי ראות עיני, כּלומר, איך האָב מיט זיי אַ שפּראַך און איך זע וואָס מען קען יאָ מיט זיי רעדן און וואָס נישט. דער מיטאָס פון צומישן די קינדער דורך זיי אויסלערנען צו טראַכטן אַביסל פאַר זיך בין איך תולה אין די פילע פּחדים וואָס מען רעדט אונז אײַן און וואָס מיר רעדן זיך אַליין אײַן. איך האָב נאָך נישט געהערט פון רעדן פון צומישן די קינדער ווען מען נעמט זיי אַרויס פון דער ווייכע אַטמאָספערע פון די פּלייגרופס קוים בײַ דער דרײַ און מען שטעלט זיי אַרײַן פון איין טאָג צום נעקסטן אין דער האַרטער, מענערישער, שטרענגער חדר. קיינער ווינדערט זיך נישט אויף דער עפעקט אויף קינדער פון זיצן שעות לאַנג אויסגעשורהט פאַר אַ מלמד, פאַרלײַדן שרײַען און זעצן פון די מלמדים, די לאַנגע שעות און פילע טעג אין חדר, דאָס פעלן פון אַרטיסטישע באַגײַסטערונג, דער אומאַנטוויקלונג פון נאַטירליכע טאַלענטן, פון אינטעלעקטואַלע נייגונגן און פון פיזישע קראַפטן. דאָס אַלען צומיעט נישט קינדער. פאַרקערט, ס´מאַכט זיי שטאָלץ אַנטקעגן צו גיין משיח צדקינו. געבט אָבער בלויז אַ קיש פאַרן פרוי פאַר די צאן קדשים, און אַפילו אָן אַ קיש פירט פאַר זיי נאָר די פינגער דורך איר שייטל האָר ותוצאותיו מי ישורנה, ווער קען נעמן אחריות אויף דער פלעק דאָס וועט איבערלאָזן אויף די זויבערע נשמות.

האָב איך לעצטענס באַשלאָסן אַז מה דאָך די וואָס איך דינג מעגן זיי פאַרקויפן נאַרישקייטן אשר לא צויתי ולא עלתה על לבי, וואָס איך האָב קיינמאָל בײַ זיי נישט געבעטן און וואָס זיי לערנען אויס די קינדער פשוט ווײַל זיי האָבן זיי גאָרנישט בעסער צו זאָגן, מעג איך אַלץ טאַטע כּל־שכּן פאַרזיכן זיי צו מאַכן טראַכטן. איך זאָג זיי נישט וואָס איך גלייב און וואָס נישט. איך שטעל זיי בלויז פראַגעס. טאַטי, דו גלייבסט אין בריאת העולם אין זעקס טעג? לאו דווקא זעקס טעג, ס´איז דאָ ראשונים וואָס האַלטן אַז די טעג אין בראשית זענען נישט מעת לעתן ווי אונז פאַרשטיין דאָס. און אין בריאת העולם גלייבסט דו יאָ? איך ווייס נישט. אַ, אין עוואָלוציע גלייבסט דו. עוואָלוציע איז נישט אַ גלויבונג. אָבער ביסט דו איבערצייגט פון די ראיות אָדער נישט. איך קען נישט אַלע ראיות אָבער איך פאַרלאָז מיך אַז אַזויפיל וויסנשאַפטלע רעדן נישט אין דער וועלט אַרײַן. און זיי גלייבסט דו יאָ און די תורה נישט? זיי ברענגן ראיות און די תורה דערציילט אַ מעשה. אויסער דעם, אַז דו פליסט מיט אַן עראָפּלאַן אָדער דו לאָזט דיך אָפּערירן גלייבסט אויך דו זיי. וואָס פאַר אַ ראיות ברענגן זיי? פון וווּ קומן די דינאָזאַווערן? שוין דאָס גלייבסט דו אויך? איך דאַרף נישט גלייבן, מען קען זען די ביינער. און אין קריעת ים־סוף גלייבסט דו יאָ? איך ווייס נישט. דער רלב"ג זאָגט אַז ס´איז נישט ממש אַזוי. איז מיט וואָס ביזט דו אַ ייִד? וואָס הייסט מיט וואָס, אַז איך זיץ יעצט מיט ענק בײַם שבת טיש, און מיר גיין מיר אין שיל וכּדומה. און אַזוי גייט עס אַהין און צוריק ביז איינער ווערד מיד. אַמאָל ברענגן זיי ראיות אַז קריסטן צי אַז רוב וועלט האַלט אויך אַזוי. זאָג איך אַז ס´איז נישט רוב וועלט און אפילו אַז יאָ, אַמאָל האָט רוב וועלט געהאַלטן אַז כאָלערע האָט גאָרנישט צוטון מיט וואַסער און מענטשן זענען געשטאָרבן ווי פליגן. און מען טענהט זיך אַביסל לענגער.

פּאַסירט אַז מײַן טאָכטער זאָגט פאַר מײַן פרוי אַז זי האָט נישט ליב שבת און הלוואי וואָלט געקענט זײַן פרײַטיק און באַלד דערנאָך זונטיק. אַז מײַן פרוי האָט עס מיר איבערגעזאָגט האָב איך באַלד געטראַכט צי ווען איך פאַרברענג נישט דער סעודה מיט פילאָזאָפיע און אַנשטאָט דעם דערצייל איך אַ מעשה פון דער חפץ־חיים, דער בריסקער רב צי סתם אַ דבר תורה, אַ טײַער וואָרט צי אַ כאַפּ צו פאַרענטפערן אַ מדרש פּליאה צי אפשר וואָלט מײַן טאָכטער דעמאָלסט געשפּירט דעם אמתן טעם פון אַ שבת. איר ווייסט דעם טעם וואָס איז אַזוי לײַכט צו באַשאַפן אין די בלעטער פו אַ צײַטונג אָדער אין אַ שבתון פאַר בעלי־תשובה ווען דער גראַד פון דעם שבת ווייסט מען שוין נאָך פאַר מען האָט אײַנגעווייקט די בונדלעך. ואני הקטן, איך זינג באָם באָם באָם באָם פאַר חמדת הימים און בײַ יום זה מכובד זינג איך ימים ימים, עולמים עולמים, און דער ריכטיקער טעם שבת קומט אַלץ נישט. האָט עמעצער אַן עצה?

רעדענדיק פון מײַן טאָכטער, איך האָב לעצטענס אָנגעהויבן לייענען פאַר איר ´דער מכשף פון אָז´ און מיר האַלטן שוין בײַ דעם שרעקפויגל. לייענעדיק האָב איך געטראַכט צי די פייגלעך זענען טאַקע אַזוינע נאַראָנים ווײַל זיי דעשרעקן זיך פון דעם שטרויענעם מענטש וואָס בלאָזט אין דער ווינט און מאַכט זיי זיך דאַכטן אַז ס´איז אַן אמתער מענטש? פאַרוואָס איז דער פּחד פון מענטשן פון אַ גאָט וועם זיי האָבן קיינמאָל נישט געזען מער שכלדיק ווי דער פּחד פון פייגלעך פון דעם שטרויענעם מענטש? וועט איר ענטפערן אין הנדון דומה לראיה: דער שטרויענער מענטש זען מיר אַז עס איז גאָרנישט מה שאין כּן גאָט איז יושב בסתר און מען קען נישט וויסן. וועל איך ענטפערן אַז איפּכא מסתברא: די פייגל האָבן כאָטש פאַרוואָס ס´זאָל זיך זיי דאַכטן, זיי זען עפּעס נאָר זיי לערנען פאַלטש אָפּ פּשט, אָבער בײַ אונז מהיכי תיתי? פאַר מען באַשולדיקט מיך מיט כּפירה לאָמיך זאָגן אַז דאָס איז אַלעס הוה־אמינאס און איך זיך פּשוט צו פאַרשטיין דער באַזיס פון אונזערע גלויבונגן.

ומענין לענין, דער קינדער מעשה וואָס איז דער מערסטער מסוגל צו יראת שמים איז לעניות דעתי די מעשה פון ´טשיקן ליטל´. דערין זעט מען אַ קליין קורטשוקל וואָס האָט מורא פון דער הימל פשוטו כּמשמעו. סע האָט אוודאי געהערט פון מקובלים אַז דער וועלט קומט צו אַ סוף און זי לויפט דערציילן פאַר ווער עס וויל הערן אַז כּלו כּל הקיצים און מען דאַרף לויפן אין שיל אַרײַן אויסזאָגן גאַנץ תהילים און מאַכן שמירת הלשון קרײַזן אַז מען זאָל ניצול ווערן פון די חבלי משיח ויש אומרים אַז משיח זאָל זיך נישט מיישב זײַן. האָט זי דערציילט פאַרן הינדל בשעת ווען ביידע האָבן זיי געוואַרט אַרוף צולייגן זייערע קינדער אויפן סקול־באָס. דאָס הינדל האָט זיך אַרויפגעצויגן דער זיפּער פון דער פּאָנזעלע און זיך אַראָפּגעצויגן דער טורבאַן איבער די אויגן און געזאָגט פאַרן קורטשוק, ´ליו איט טו מי´ דאָס רופט אויס פאַר אַן אָווענט פון התעוררות. וואַרטענדיק צו באַצאָלן בײַם גראָסערי האָט דאָס הינדל איבערדערציילט פאַרן קאַטשקע וואָס וויבאַלד די קאַטשקע האָט שוין געהאַלטן בײַם אַכטן חודש האָט זי געהאַלטן איין האַנט אונטער איר ריקן און דער אַנדרע האַנט אין איר טאַליע און אויסגעשריגן ´וואַט, ענד יו העוונט טאָוילד עניוואָן? מײַ האָזבענד נאָויז ע ווערי גוד מקיבל. הי העז היז סעל.´ די קאַטשקע האָט עס ווײַטערדערציילט פאַרן גאַנז בײַם פאָרצימער בײַם דאָקטאָר און דער גאַנז האָט געזאָגט, ´אײַ דאָוינט בעליוו איט. וויר גאָוינג טו יוראָפּ נעקסט וויק, יעס, פור מײַ סיסטערס אײַניקלז חתונה. ווען איז זיס העפּענינג?´ און בײַם שײַטל־מאַכער איז די אינדיק געווויר געוואָרן און זי האָט געזאָגט פאַרן שייטל־מאַכער אַז ס´איז ווײַל די מיידלעך הערן זיך אויף צו שערן. ´יו יורסעלף טאָוילד מי´ און דער שייטל־מאַכער ענטפערט ´קיפּ יור העד סטעדי.´

אַז אַ קורטשיקל, אַ הינדל, אַ קאַטשקע, אַ גאַנז מיט אַן אינדיק גיין אויפטון פאַר ייִדישקייט וועם איז דען בעסער צו טרעפן ווי דעם רבין ר´ פיקס? ´אַוודאי, נשים צדקניות, קימט צו מיר אַראַן, די רביצן איז יעצט פּינקט נישט אין דער היים, אָבער זעצט אַך, לאָזט דער טיר אַביסל אָפן, איר קענט בײַ מיר איבערלאָזן דער הכנסת כּלה, גאָר חשוב איז עס באַם אײַבישטערן, בזכות נשים צדקניות, יאָ, וואָס איז דען אַ שאלה, אוודאי, אוודאי´ און זיך וואַרעם געזעגענט פון די ייִדענעס. אויפן וועג אַרויס קומט צו גיין די רביצן און הערענדיק וואָס איז פאָרגעגאַנגן, דרייט זי זיך אויס צום קורטשוקל, ´דײַן סינטעטישע שייטל קראַצט דיר דאַכט זיך דיר אַז עפּעס פאַלט דיר אַרויף אויפן קאָפּ. פונעם קאָפּ ביסט דו געפאַלן. גיי טו דיר אָן אַ שפּיצל.´ און זיי האָבן אַלע געלעבט אַ חיים שיש בהם תורה ויראת שמים. זכותן תגן עלינו.

יום ראשון, יוני 12, 2005

מײַן ערב יום המיוחס

מיטוואָך נאַכט בין איך געגאַנגן אין טעאַטער אַרײַן. ראש חודש סיון, ערב יום המיוחס, צוויי טעג פאַר שלשת ימי הגבלה, ניטאַמאָל אַ וואָך פאַר שבועות און וווּ פאַרברענגט ר´ קטלא? בײַ אַ גמרא? אַ שטיקל תוספות? אַ שטיקל קדושת לוי? אַ נעכטיקן טאָג. און ווי מיינט איר קומט עס אַז אַ יונגערמאַן וואָס אַלץ בחור האָט ער נישט אויסגערעדט אויף שבועות פונעם זמן ביז נאָך קדושת כּתר זאָל אַזוי גליטשן? ווי האָט זיך עס אָנגעהויבן? אין כּולל? בײַם דף־היומי שיעור? וווּ, וואָס ווען. נישט ערגעץ אַנדערש ווי בײַם אינטערנעט, בײַם טמאנעם אינטערנעט, טמא ומטמא. יש דרך ישר לפני איש, זאָגן די ספרים הקדושים, אַז אַ מענטש גייט אַמאָל אויף אַ וועג און ס´דאַכט זיך אים אַז ער גייט גוט, ער איז נאָך קיינמאָל נישט אַרויף אויף דעם וועג און פאַר אים זעט ער אַ גראָדן וועג און ער איז איבערצייגט אַז דער וועג וועט אים פירן דאָרט וווּ ער דאַרף אָנקומן. דערנאָך גיט זיך דער וועג אַ דריי און ווען ער דרייט זיך דעמאָלסט אויס קען ער נאָך אפשר אויף צוריק. ער איז אָבער שטאַרק בײַ זיך און וואָס האָט ער זיך אויסצודרייען? דערנאָך גאָפּלט זיך דער וועג און ס´טיילט זיך אויף אַפּאָר וועגן, אַ פּרשת דרכים. ער גייט דאָרט וווּ אים דאַכט זיך איז גלײַך און פון דאָרט קען ער שוין נישט צוריק. און אַלעס ווײַל ער האָט נישט געהאַט דעם שכל צו פרעגן עמעצן וואָס איז שוין געווען אויף יענעם וועג, עמעצן וואָס האָט שוין גערעדט מיט אַ צווייטן וואָס איז שוין דאָרט געפאָרן. ס´האָט מיר דערציילט אַ יונגערמאַן וואָס טוט אין די ענינים אַז ער האָט געטראָפן אַזאַ יונג וואָס איז נעבעך פאַרפאָרן און ער האָט אים דערציילט אַז כאָטש ער קען שוין נישט צוריק וואָלט ער אַליין מסכּים געווען צו פאָרן וווּ אַהין מען זאָל אים בעטן אָנצווואָרענען עלטערן און אַפילו די קינדער אַליין איבער די סכּנות וואַס דויערן אויפן אינטערנעץ. מורי ורבותי: יש דרך ישר לפני איש ואחריתה דרכי מות. ס´זעט אוים גלײַך אָבער פרעגט די אירע וואָס זענען שוין דאָרט געפאָרן. פאָלגט מיך נישט, איך בין נישט פון דער מאָדערנע וועלט, פרעגט אָבער די וואָס זענען שוין דאָרט געווען. אַלע וועלן זיי אײַך זאָגן אַז ואחריתה דרכי מות, דער תורה הקדושה איז כי ממנו תוצאות חיים און חלילה פאַרקערט איז פאַרקערט. אײַ װעט איר פרעגן און װאָס איז מיט די אירע וואָס רעדן חידושי תורה אָדער זיי טוען אויף אויפן וועב מקרב צו זײַן ייִדן לאביהם שבשמים. פון זיי איז דאָ צוויי סאָרט. איינס זענען די וואָס די ספרים שרײַבן אויף זיי עז פּנים לגיהנום, כּלומר אַז דער וואָס איז אַזוי שטאַרק ווי דער בחינה הוי עז כּנמר מעג אַרײַן גיין אַפילו אין גיהינום אַרײַן. זיי זענען די וואָס קענען אַרײַנגיין מיט אַ מסירת נפש אין דער שמוץ אַרײַן און זיי ווערן נישט געשעדיקט. און כאָטש דער רבי פון לובלין האָט געזאָגט אַז אַ בעזעם וואָס קערט ווערט שמוציק איז זכות הרבים מסייעתם און אין חטא בא על ידם. לעומת זיי זענען פאַראַן די וואָס מיינען אַז מיטן אינטערנעץ קענען זיי יוצא זײַן מצוות לימוד התורה. מורי ורבותי: אויף זיי זאָגט דער פּסוק ולרשע אמר אלקים מה לך לספּר חוקי! ווי אַ צדיק האָט אַמאָל געזאָגט דער וואָס שטערט אונז פון לערנען דער זעללביקער טרײַבט זיי צום לערנען.

שוין, רבונו של עולם, איך האַלט דאָך בײַם טיאַטער און נישט בײַ אַ שובבי"ם שלש־סעודות. איך האָב פּאַרקירט מײַן קאַר און געגעבן אַ דרוק אויפן קנעפּל פונעם מצודתו פּרוסה, איר ווייסט דעם טשאַטשקע וואָס שליסט אַלע טירן פון דער ווײַטענס אַזוי אַז ווען די לאָמפּן בליטשקן, דער ליאַרם גיט אַ פײַף און די שלעסער אַ טראַך שפּירט מען דעם אמתן כּוחי ועוצם ידי וואָס מען קען אַלץ אויפטון מיטן גראָבן פינגער, און איך הייב מיר אָן שפּאַצירן צום טיאַטער. ס´מעג זיִן אַז דער טיאַטער איז נישט אַ פּלאַץ פאַר אַ ייִד אַפּאָר טעג פאַר שבועות, דאָס מיינט אָבער נאָך נישט אַז דער וואָס גייט אַהין איז אויס ייִד. און אַז אַ ייִד שפּאַצירט זיך אַרום אַזוי אין דער אָווענט זינגט זיך ער זיך אוודאי אונטער אַ ניגון. ווען איך זאָל זײַן אַ פאַרברענטע באָבאָווער וואָלט איך אפשר געזינגן בריטניס ´לייטעסט´ ניגון, ´נישט אַ רב נאָך נישט אַ רבי´. בין איך דאָך אָבער אויסגעברענט, האָב איך מיך צוגעזינגן אקדמות מילין מיטן אור־אַלטן נוסח און מיט דער דייטש־ייִדיש טײַטש וואָס דער רבי פלעגט לערנען אין חדר.´אקדמות, איידער איך הייב אָן, מילין, צו רעדן, ושריות, און איך באַגער, שותא, צו שפּרעכן...´ וויבאַלד ס´איז אויפן אלף בית געדענקט זיך עס לײַכט און מיטאַמאָל שווימט מען אין טונטיקע ימים, פּאַרמעטע הימלן שוועבן פון אויבן און אויפן ברעג שפּאַצירן שרײַבערישע אײַנוווינער אין פעדערישע וועלדער.

מיר האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ ובאתא קלילא דלית בה מששותא, מיא אַ לײַכטער אות וואָס מען קען נישט אָנטאַפּן, וואָס דער רבי האָט געזאָגט מיינט דער אות ה´ וואָס מען קען אַרויסצוזאָגן אָן זיך אָנצושטרענגן, און דערמיט געגעבן אַן אָטעם אַרויס מיט אַ הויכע ´האַ´ און מען איז נתפּעל געוואָרן אַז דאָס וואָס מען לערנט קען מען ממש זען במציאות. פונקט ווי ווען מען האָט געלערנט על כּן שם העיר באר שבע עד היום הזה און דער רבי האָט געזאָגט אַז דאָס מיינט ביז הײַנט ממש ווײַל די תורה איז געשריבן מיט רוח הקודש און הײַנט איז נאָך אַלץ דאָ אַ שטאָט וואָס הייסט באר שבע און אַ ייִנגל האָט זיך אָנגערופן מײַן טאַטע איז שוין דאָרט געווען און פופצן אַנדרע האָבן מיטגעשאָקעלט מײַנס אויך. די זעלבע קינדער האָבן אָנגעהויבן בײַ אַקדמות אַ גע´האַ´קעכץ ווען יעדער האָט געוויזן פאַרן חבר ווי ווייניק ער שטרענגט זיך אָן לקיים מה שנאמר ובאתא קלילא. אײַ אַז ס´שטייט אין דער משנה בעשרה מאמרות נברא העולם און אַז דער באַשעפער האָט דווקא יאָ געוואָלט שוויצן צו קענען שמײַסן די רשעים און גלעטן די צדיקים, וועט איר באַקומן אַזאַ תירוץ ווי איר וואָלט באַקומן אין מײַן כּיתה אַז איר וואָלט פאַרזיכט די אַנדרע אותיות צי איז נישט דאָ אַ לײַכטערע אות. אַ בפירושע אַקדמות און דו ווילסט דיך דינגן.

מײַן חסידישע קאָפּ וואָס דאַרף אַלעס פאַרטיִײַטשן האָט געקלערט אַז אפשר איז טײַטש ובאתא קלילא מיט אַ פארשאָלטענעם אות, אַן אות וואָס האָט אָנגעהויבן דעם ראָד וואָס הערט זיך נישט אויפצודרייען, אַן אות וואָס האָט צוגעברענגט צו ויאמר אלקים יהי אור און ס´איז פינצטער ביז הײַנט. און פאַרדעם איז עס דלית בה מששותא, ס´איז אַזוי ווייניק ווערד אַז ס´טאַפּט זיך ניטאַמאָל אָן. ובאתא קלילא, אפשר אַז דאָס לעבן איז אַזוי ווויל וואָלט ער יאָ געמעגט אַרײַנשטעלן אַ פינגער אין קאַלט וואַסער פאַר ער האָט אונז דאָ אײַנגעזאַלצן. אפשר אַ קרעכץ פון אַ ´חַ´, אַ וויי פון אַ ´ו´ וואָלט געווען אַביסל מער פּאַסענדיק צו ווײַזן אַז ער ווייסט כאָטש וואָס מיר מאַכן דאָ מיט. עפּעס טון דערצו, איז טאַקע צופיל, איך מיין, עולם כּמנהגו נוהג און אדם לעמל יולד און מען קען דער וועלט נישט טוישן, אָבער לאַך מיר כאָטש נישט אין פּנים מיט אַ האַ. אדרבה, אַז ס´איז דיר עפּעס ווערד לאָמער שוין זען אַ דבר שיש בו ממש נישט אַ לית בה מששותא.

איך האָב געקלערט יאָ בלאָגן, נישט בלאָגן דעריבער. ס´איז אייביג שווער צו וויסן ווי גוט אַ זאַך איז ווען ס´איז נאָך אַ קערל אין מוח. די געדאַנקן זענען מיר אַרויס פון קאָפּ בײַם פּיעסע (איבער דעם אַ צווייט מאָל) און דערנאָך האָב איך געקלערט אַז איך ווייס נישט וויפיל עס איז ווערד...

קטלא, קטלא, טו אונז אַ טובה -יאָ, איך הער, איר מיזט מיר אָבער נישט אָנכאַפּן בײַם געלענק, דער אָרעם אויך נישט, און זײַט מוחל אָטעמט מיר נישט אַרײַן אײַערע נאַכטמאָל- אָבער קטלא, וואָס מאַכט איר זיך אַזוי באַטעמט, איר ווייסט נישט אַז מען לייענט אײַך און דער עולם האָט הנאה? איז מאַכט נישט דעם שטיק. הנני העני לאָזט איבער פאַר אַ צווייטן. איר ווילט מען זאָל זיך בײַ אײַך בעטן, מען זאָל אײַך זאָגן אין פרצוף פאַרוואָס מען וויל אײַך הערן? איז לאָזט אָפּ און טוט אַ טובה און שרײַבט און קומט נישט מיט די עניווישע שטיקעס. ס´האָט נישט קיין טעם און ס´פּאַסט אינגאַנצן נישט פאַר אײַך.

יאָ, יאָ, יאָ, איך פאַרשטיי, הערט מיר נאָר אויס איין מינוט - גלײַכט אײַך נאָר אויס דער קרוגן, ניין, נישט דאָרט, אויפן צווייטן זײַט-- על כּל פּנים, פאַרשטייט איר, איך בין דאָך פון די בני אברהם, יצחק ויעקב און בײַ זיי איז עפּעס דער נאַטור אַז וויפיל זיי טון נאָר דאַכט זיך זיי אַז עפּעס טויג נישט. אברהם אבינו האָט געקענט פירן אַ רעטונג אָפּעראַציע צו ראַטעווען לוטן וואָס קוים ענטעבי איז עס איבערגעשטיגן און דערנאָך געקרעכצט ואנכי עפר ואפר. ווער רעדט פון יעקב וואָס האָט געהאַט מיט אַלעמן צוטון, ווי ס´איז טאַקע דער שטייגער בײַ די אירע וואָס יאָגן נאָך פּכים קטנים, וואָס קוים ער זאָגט ועתה הייתי לשני מחנות הייבט ער אָן מיטן קטונתי. וואָס פאַר אַ סאָרט מחלה איז דאָס וואָס מיר פאַרמאָגן וואָס קוים וואָס מען פאַרמאָגט עפּעס, מען טוט עפּעס אויף אויפן וועלט הייבט זיך אָן באַלד דאַכטן אַז יענעם דאַכט זיך אַז מיר האָבן עס בײַ אים גענומן און בײַ אונז דאַכט זיך אַז מען האָט עס פון זיך אַליין צוגענומן. פונעם אייגענעם עולם־הבא, פונעם מאָרגנדיקן עולם־הזה, פונעם סטרא־אחרא אָבער אַבי נישט זיך אַליין דאַנקן אַז ס´איז אונזערס און ערליך פאַרדינט?

ומי לנו גדול ממשה? פאַראַיאָר פרשת דברים פרעגט מיר מײַן צדיקל פאַרוואָס ווינטשט משה רבינו אין איין פּסוק יוסף ה´ עליכם כּכם אלף פּעמים, זאָל אײַך גאָט פאַרמערן טויזענט פאַכיק, און אַ פּסוק שפעטער קרעכצט ער איכה אשא לבדי. אַז ער קען נישט וואָס בעט ער מער? נאָר אַזוי איז דער מנהג יהודאי. מען קען נישט, מען איז נישט פּאַסיק, שלח נא ביד תשלח, ביני לביני באַגראָבט מען אַפּאָר קורחס, און תוך כּדי דיבור פון איכה אשא לבדי ברייטערט מען זיך אויס נאָך אַפּאָר גלילות. אַנו, מיר שטאַמן אויך פון די שבטי י־ה און שרײַבענדיקעהייט ערלויבן מיר זיך אַפּאָר ספיקות.

איך האָב למעשה פון דעם אינגאַנצן פאַרגעסן ביז שלום בערגער האָט אין זײַן לעצטן בלאָג איבערגעשריבן אַ ליד פון שמואל האַלקין וואָס דערין געפונען זיך די דאָזיקע שורות:

און פֿאַרנעמען נעמט דאָס וואָרט
ווייניק צײַט און ווייניק אָרט.

לייענעדיק דאָס האָב איך עס געזען ווי אַ צייכן פון הימל אַז איך דאַרף יאָ אָפּשרײַבן מײַנע געדאָנקן איבערן אתא קלילא.

האָטס מיר אַלע אַ גוטן יום־טוב.

יום רביעי, מאי 18, 2005

כּי אש יצאה פון אָן אַ חשבון

ווידער אַ יום־טוב און ווידער אַ פײַער. ווידער אַ פײַער און ווידער אַרוינעלעך דער גרייס פון אַ פּושקע פון אַ קינדער ספר־תורה אָנגעפילט מיט אַ קינד וואָס וועט אויף אַ שמחת־תורה מער נישט טאַנצן.

וואָלט געווען אַ הוה־אמינא אַז די קעמפערס פון עירוב רײַסערס, שייטל ברענערס, און מציצה־בפה זויגערס זאָלן זיך אָנטון אין זאַקן און לויפן אין די גאַסן פון שטאָט און שרײַען חמירא סכנתא מאיסורא. איז עס פאַרדעם בלויז אַ הוה־אמינא װײַל הערן וועט איר ענדערש כּל־חמירא איבער אַ פײַער אויף יעדער ווינקל וווּ ייִדן זענען מקיים אין ביעור חמץ אלא בשריפה, און לייענען וועט איר קול־קוראס צו תשובה און צניעות מיט שיינע מליצהלעך פון הבערה ללהב יוצאת.

ובכל זאת שמך לא שכחנו, דאָס איז אַלץ נאָך נישט געניג. עמעצער מיז דאָך שולדיג זײַן. שולדיג קענען נישט זײַן די וואָס דרשנען פון די לייטעסט חומראס ווײַל זיי זענען דאָך מקיים אַ בפירושער מחבר אַז שואלים ודורשים בהלכות הפסח קודם הפסח שלשים יום. אויפן שבת הגדול דרשה מיזן זיי אויספּילפּולן דעם הקשה הר"י מקורביל אמאי איצטריך ג´ ערלים און אויסניצן די פּאָר איבעריקע מינוטן אויף באַוואָרענען איבער דער ´מגיפה´ פון דער אינטערנעט. איז פון וווּ נעמט מען צײַט צו רעדן וועגן אַכטונג געבן איבער פײַערס? גליען דער קאָך ווען מען דעקט עס סײַווי איבער, אוודאי. מגעילו ברותחין, מיט אַ שטיין, מיט אַ כּלי ראשון, מיט אַן אינו בן יומו, מיט אַ טשייניק אשר הוא לא פּסחדיק ולא חמצדיק, און פון אויבן אַראָפּ, און דער הייס־וואַסער זאָל רינען בשעת מעשה, און די ברילן זאָלן פאַרפּאַרעט ווערן, און דער ציגל זאָל צוברעקלט ווערן, און דער וואַסער זאָל שפּריצן, און די פרוי זאָל שרײַען ´וואָס פאַרפלייצט דו מײַן קאָך´, און דער מאַן זאָל שרײַען ´דאָרט איז דער וואַסער נאָכנישט אָנגעקומן´, און דער וואַסער זאָל טריפן פון אַלע שאַפעס און ושאבתם מים בששון. אָבער אַכטונג געבן אויפן גאַז פײַער? ווײַבערישע זאַכן וואָס אַז אַ רב זאָל דערפון צופיל רעדן וועט מען אים אַ נאָמן געבן דער אש זרה. וויפיל שכל דאַרף מען דען דערצו? ונשמרתם מאד לנפשותיכם, אויך מיר אַ חידוש.

ממילא שולדיג זענען די פײַער לעשער אַז זיי זענען נישט גענוג שנעל געקומן. קוים אַ שעה נאָך אחרי־מות און כלל־ישראל ווערן מבינים אויף רעספאָנס טײַמס כאילו זיי לערנען שוין דעם סוגיא זײַט זיי קענען זאָגן ראשית חכמה. אַלץ אַ תנא דמסייעא ברענגט מען דער הייליקסטער קי און אונזערע קודשי־קדשימדיקע שטאַל, די הצלה. וואָס הייסט, ס´איז דאָך מעשים בכל יום אַז זיי קומן אָן כהרף עין. אין מאַן שוואָגער האָט זיך געלערנט לעשן שרײַפות נאָך באַ ´רעד אַדער´ אַלײַן און ער האָט שוין געפּאַסקנט פאַר פינעף אין צוואָנציק יאָר אַז ישיאַת האַשעם כּהיירעף אַיִן, מען דאַרף נאָר זאָגן כּי ה´ אלקיך אש אכלה און די פײַער לעשער דאַרפן שוין דאָ צו זײַן. בדוק ומנוסה.

ייִדישע חכמה איז דאָך אָבער נישט איינפאַכיק, דער פסוק זאָגט שוין כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. הייסט עס אַז אויב עס זענען דאָ זיבעציק פעלקער זענען דאָ קעגן דעם זיבעציק סאָרט חכמות און צו אַלע האָבן מיר זוכה געווען. און אַז דאָס איז בײַ פשוטע ייִדן איז דאָך אַ קל וחומר בײַ חסידים וואָס זיי זענען דער ממלכת כהנים אין מיטן דעם גוי קדוש, און טאָקע דערפאַר איז דאָ פון זיי וואָס זאָגן בײַ אתה חונן, חכמה בינה ודעת דעה בינה והשכל. אַנדערש פּאַסט זיי נישט. איז פון די חכמים וואָס האָבן נישט געלערנט די סודות פון רעספאָנס טײַם צוזאַמן מיטן סוד קידוש החודש און קבועת המועדות זיי האָבן באַקומן דער סוד פון זײַן נאָך קליגער ווי די פריעריגע. גלגולים פון שלמה המלך וואָס ויחכם שלמה אפילו מן השוטים.

די חכמים מכל אדם, זיי ווייסן אַז שולדיג איז נישט דער פײַער לעשער. שולדיג איז גאָר דער חכם וואָס איז געגאַנגן איבערדערציילן פאַר די צײַטונגן און פאַר די קאָרעספּאָנדענטן וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט קײַן וויליאַמסבורג מיטמצומאַכן אַ ליל שימורים, איז ער זיי געגאַנגן דערציילן וואָס מען שמועסט אין די מקוואות און בײַם אַהיימגיין פון שיל. די חכמים וואָס זענען קריטיש אויפן חכם האַלטן אַז צו ערשיינען אויף דער מעדיאַ מיז מען האָבן זיך אויסגעבילדערט אָדער מיז מען זײַן אַ ליצענצטירטער עסקן בשליחות גדולי ישראל און זאָגן גענוי וואָס מען האַלט נישט און וואָס יעדער ווייסט מען איז משנה משום דרכּי שלום. אַז די קאָרעספּאָנדענטן ווילן דווקא הערן דער דעה פונעם מענטש אויפן גאַס, דעם חוטב עיציך אונעם שואב מימך פאַלט קיינעם נישט אײַן ווײַל וועם איז דען אינטערסאַנט צו הערן דער מיינונג פון עמעצן וואָס לא קרא ולא שנה ולא שימש תלמידי חכמים און ער האָט נישט אַפּאָר טאָלער? איז מען זיך מסגף צוצוקוקן אויפן עקראַן און אויסהערן אויף די לופט־וואַלן ווי אונזערע נײַ־געקרוינטע ראש־המדברים פאַרטרעט דעם עמך בליק און דערציילט די סודות פון חדר וואָס איז נישט מנופה בי"ג נפות. די קריטיקער דרייען זיך אויפן בענקל אָן ס´זאָל זיי אײַנפאַלן אַז אתה יצרת עולמך מקדם, דו חכם האָסט דאָס אַליין באַשאַפן אין די מוסדות וואָס דו פאַרדייטיקסט מיט דײַן בלוט. דער נשמה וואָס סך־הכּל פאַרטרעט דעם אמתן המון־עם אתה בראתה, אתה יצרתה, אתה נפחתה בי ואתה משמרה בקרבי. אונז האָבן עס אויפגעהאָדעוועט, עס אויפגעצויגן, אונז האַלטן אויס די חדרים, אונז זענען אַליין אַהין געגאַנגן און מיר שיקן אַהין אונזערע קינדער וויסנדיק אַז זבת חלב ודבש היא, דער יראת שמים וועט זיי ליגן אויף די פנימער אָבער וזה פריה אַזאַ פנים האָבן אירע פירות.

אַזעלכע גזירה שווות איז אפשר צו שווער פאַר די אירע צו פאַרשטיין ווײַל כלים שעשה בהן עבודה אל יעשה בהן מלאכה, סברות וואָס זענען געמאַכט פאַרן בית־מדרש טאָר מען נישט ניצן אויף צו טראַכטן. אָבער מיר, וואָס מיר ערלויבן זיך יאָ אַמאָל זיך אַ קראַץ אין קאָפּ צו טון אָן זיך צו וואַשן די הענט דאַרפן דאָך פאַרשטיין ווי קומט עס אַז מענטשן וואָס זענען ברי דעת זאָל אַזוי ווייניק אינטערסירן זייערע לעבן. די זעלבע וואָס וועלן אַרום פאָרן אַ האַלבע וועלט מיט האָפענונג צאַמצושטעלן געלט פאַר אַן אָפּעראַציע ווען אַלע מבינים האָבן פון לאַנג אויפגעגעבן צו האָפן, ווי קומט עס צו זיי ווען מען זאָגט זיי אַז מציצה בפה קען הרגנען אַ קינד לאַכן זיי זיך אויס? אַז אַ פײַער איז אַ סכּנה איז עס מבזה את המועדות?

זאָגט מיר מײַן סברא אַזוי. מיר זאָגן דאָך אַ יעדער נאַכט כּי הם חיינו, און בײַ אונז עס נישט אַן אויסגעדראָשענע פראַזע. אַז דער וועלט פאַרלירט זיך דעם קאָפּ ווײַל מען האָט געפינען מיט אַ מיליאָנסטל חלק בענזין אין אַ פלעשל סאָדע וואַסער, איז דער עקוויוולאַנט בײַ אונז ווערעמלעך אין וואַסער וואָס באַווײַזן זיך קוים אונטער אַ מיקראָסקאָפּ. וואָס דער וועלט פירט אײַן אויף עראָפּלאַנען נאָך אַ נײַן־עלעף זוכן מיר אײַנצופירן ווען מען שפּילט אין די לופטן אַ מאָווי וווּ אַ מאַן רחמנא לצלן קושט אַ פרוי. און אַז מיר דאַרפן מעלה זײַן די ניצוצות פון נײַן־עלעף ניצט מען עס פאַר אַ פּאַשקעוויל קעגן דער נגע הָאַרטיסטן. די סאָרט זאַכן וואָס טרײַבן דער אַלגעמיינער באַפעלקערונג צו מאַכן אַ ויצעקו זענען בדרך כּלל פאַרבינדן מיט געזונט, ווי קאַנצער דורך זיך באַניצן מיט צעל טעלעפאָנען, קאַנצער דורך זיך וואַשן מיט העד אַנד שוילדערס. דער זה לעומת זה בײַ אונז איז עבודה זרה אין שײַטלן. אַ ספק־ספיקא און ס´איז יום־טוב אין די גאַסן.

אַז ס´האַנדלט זיך מיט אַ געזונט איבערשרעק וועגן קינדער ווערט אפילו אין הימל אַ יריד מה שאין כּן בײַ אונז ווערט דער יריד ווען מען וויל זיי ראַטעווען פון אַ פאַרפּעסטעטן מוהל. בלויז דעמאָלסט קומן אַרויס די ראשי־המדברים מיט למהדרינדיקע הכשירים מיט ´אויפצוווײַזונגן´ אַז מען דאַרף נישט נתפּעל ווערן פון ציפערן. ווען מען זאָל אַנאַליזירן אַנדרע מעדיצינישע ריזיקירונגן לויט זײערע מעטאָדן וואָלט מען נאָך געבויט מיט אַזבעסטאָס און די ראיות צו פאַרבינדן ציגאַרעטן מיט לינגן קאַנצער וואָלטן געווען אָפּגעווענדט מכּל וכּל. ממילא אַז בייבי מילך מיט חלב ישראל איז נישט געווען פויגעלדיק האָט מען עס פאַרשוויגן ביז ווי לאַנג ס´האָט נישט געהרגט אַ קינד ווײַל ס´האָט דאָך אַ הכשר. און אַז אַ מוהל אינפעקט קינדער איז מאי כּולי רעש? מתו אחיו מחמת מילה טוט מען אויך גאָרנישט ביז ווי לאַנג ס´שטאַרבן נישט צוויי. און זאָגט דען נישט דער מדרש אויף כּי עליך הורגנו כּל היום אַז ס´גייט אַרויף אויף מילה, איז וואָס איז דאָ נתפּעל צו ווערן? אַז מען וועט אָנהייבן בודק זײַן די מוהלים וועלן זיי מאָרגן קומן מיט עפּעס פריש ממילא זאָלן מיר ווײַטער פאַרשווײַגן די מעשות וואָס יעדער ווייסט פון אַ מוהל וואָס האָט פאַרשניטן און צוגענייט אין־מיטן־נאַכט ווען ער האָט געזאָגט פאַרן מאַמן אַז ער וויל בלויז טוישן דאָס ווינדל, אָבער שאַ רעדט נישט. און ממילא קענען מיר אויך לערנען אַז אש איז דרכּו להזיק, און זיך דינגן צי אשו משום חציו אָדער משום שליחו אָבער אַז פאַרלעשן אַ פײַער איז נישט אוכל־נפש וועט עס ברענען דרײַ טעג יום־טוב כּאשר צוה ה´ את משה.

און הא גופא גיט וווּנדערבאַר צו פאַרשטיין דעם ר"י מקורבולס קשיא. אַז מען האָט דרײַ ברענערס און מען וויל בלויז פאַרלעשן צוויי דאַרף מען דאָך דערצו בלויז צוויי ערילים און נישט דרײַ, איז ממילא ג´ ערילים למה לי? אײַ וועסט דו זאָגן מת ביום־טוב יתעסקו בו עממין ממילא דאַרף מען דערצו אַ דריטע, דאָס איז דאָך נאָר אויפן ערשטן טאָג, אָבער אויפן צווייטן טאָג לגבי מת כחול שווייה רבנן. מען דאַרף זײַן טויט מען זאָל מעגן עפּעס טון, אָבער כּל זמן די קינדערלעך האָבן געלעבט האָט מען נישט געטאָרט, ממילא ג´ ערילים למה לי?

יום ראשון, אפריל 17, 2005

שבת הגדול

איך בין געגאַנגן מיט מײַן זין אַ שפּאַציר אין אַ גאָרטן און מיר האָבן געזען אַ בוים אין פולן בלי. איך האָב געזאָגט פאַר מײַן זין אַז עס זעט אויס ווי ס´וואַקסט שניי אויפן בוים. איך האָב מיך דערמאַנט אַז אַמאָל אַלץ בחור בין איך אין דעם סוכּותדיקע בין הזמנים אַרויס געגאַנגן אין אַ פּארק מיא אַ פעדער און אַ העפט און פאַרזיכט שרײַבן פּאָעזיע איבער די געפאַלענע בלעטער, די נאָך איבערגעבליבענע רויטלעכע בלעטער און די האַלב נאַקעטע צווײַגן. בימים ההם האָב איך געמיינט אַז אַ פּאָעמיע מיז זײַן איבער נאַטור מעשה ברכי נפשי. אזוי האָב איך געזען אין די פריע העברעיִשע געזאַנגן, ביאַליק בתוכם, וואָס איך האָב געלייענט בגניבה אין אַ ביבליאָטעק און אַזוי האָב איך געהערט זינגן די לויבן פון יידן וואָס זענען געווען אין שווייץ. איך האָב געמיינט אַז איך מיז פליען אין דעם עולם הדמיון, כּלומר גראָזן מיזן שושקן סודות, בלעטער מיזן דערציילן און שטערן מיזן טשעפטשן, און אַז דאָס אַלעס מיז זײַן נקוד מלמעלה מיט מה רבו מעשיך השמס און סופערלאַטיוון לרחצה. נאָך זיצן און קוקן און טראַכטן און אָנפראָבירן אַלע מאָזן פון פליגל האָב איך געזען אַז קיין איינס פּאָרט מיר נישט. דאָס אַליין אַז מען געניסט פון נאַטור מיינט נאָך נישט אַז מען איז אַ בעלן עס צו באַגראַמן. און אַז מען ווערט אויפגעצויגן אין אַן אורבאַנער לאַנדשאַפט ווי מען פאַרבינדט זיך נישט מיטן נאַטור פון די הושענות ביז די שבועותדיקע בלומען, אויסגעשלאָסן דעם באַזוך צום זאָאָ אויף חול־המועד פּסח, איז נאַטירליך אַז מען אָאָאָאָאָט און אַאַאַאַאַאַאַאַאַט אויף יעדער פלאַטערל און מען זאָגט שמע־ישראל ווען סע חלומט זיך פון אַ בין. אויף גוטער פּאָעזיע איז עס אָבער נישט גינציק.

מען דערציילט נאָך פון דער צאַנזער רב אַז ער האָט געזאָגט אַז ווען ער איז געווען ייִנג האָט ער געמיינט אַז ער וועט פאַררעכטן דער וועלט, אַז ער איז עלטער געוואָרן וואָלט ער זיך באַגעניגט מיט פאַררעכטן זײַן משפּחה און צום סוף האָט ער געזאָגט הלוואי וואָלט ער זיך פאַרראָכטן. איך האָב אויך פאַרזיכט שרײַבן וועגן דער גאָרער וועלט, און אַז עס איז נישט געגאַנגן מיטן חצר בין איך אַרײַן אין דער עזרה. דאָרט האָב איך פראָבירט צו שילדערן דער געלער שויתי, די צאַנקערדיקע ליכט, דער אויסגעריבענער בימה צודעק, מיטן אָנגעטראָפּטן סידור. אויך דאָרט האָב איך מיך אָנגעקלאַפט אין דער זעלבער קליפה פון אָנגעשטעלטקייט און פאַטשקערײַ. האָב איך פאַרזיכט עולם, שנה, נפש. עולם אין דער נאַטור, שנה אין די פילע זמנים פון טאָג און יאָר ווען אַ שיל איז לובש צורה ופושט צורה און איך בין געבליבן בײַ נפש. אַמאָל מײַנס און אַמאָל אַ צווייטענס. אין איין נפש זענען דאָ די פאַרבן און די קלימאַטן פון נאַטור, די סעזאָנען און די אכזרות פון צײַט ועל כּולם אַלע מעלות וואָס יעדער נפש ברענגט צום געשעפט. דער נפש איז דאָך כּלומפערשט אַ בר־דעת איז פאַרדעם קען מען פון אים די מערסטע שרײַבן, נאָך מער קרענקן און לאַכן יותר מכּולם.

*

מײַן זין האָט מיר געזאָגט אַז ער האָט מיר עפעס צו פרעגן. איך האָב געמיינט אַז איך ווייס שוין וואָס קומט. ער איז שוין אין די יאָרן ווען ער הייבט זיך אָן צו אַנטוויקלן און איך ערוואַרט אַז ער זאָל מיר אַ פרעג טון מאַיִן באתי און איך וועל מיר פאַרלירן דעם צינג. ראשית כּל, וויאַזוי זאָגט מען פאַר אַן אייגן קינד וועגן סעקס ברחל בתך הקטנה? אומגעלימפערט ווי דער דיין האָט עס מיר געזאָגט אויפן יום החופה פון אַ צעטל וואָס ער האָט אויפגעקנייטשט כּאילו ס´איז אַ הוספה צום רזיאל המלאך און די אבות הקדושים האָבן געלערנט וועגן וואַזעלין פון דעם זעלביקן צעטל? איך פאַרלאָז מיך אָבער אַז איך וועל מיך איבער דעם אַן עצה געבן און נישט דאָס איז מײַן פּחד. ס´איז לײַכט זיך אײַנצורעדן אַז איך האָב מורא אַז ער וועט פאַרשטיין דעם מעכאַניזם וועט ער עס וועלן אויספראָבירן. וועלכע קינד וויל נישט אַליין אָנצינדן אַ שוועבל נאָך ער זעט דער וווּנדער פון פײַער? דאָז איז ווײַטער אויבערפלעכליך און אַ פועל יוצא פון דער שאַנטאַזש פון די חרדים וואָס ציטערן אַן אימת מוות פון סעקס. פאַרקערט, די וואָס פאַרשטיין נישט זייערע גוף און זייערע רייצונגן זענען אַסאַך מער עלול צו זײַן סעקסואַלע יוצא־דופנס ווי די וואָס וויסן ווואָס טוט זיך.

מײַן פּחד איז אַ צוויי פאַכיקע. איינס אַז איך וועל שפּירן עטוואָס אַ הנאה פון רעדן די ענינים מיט מיין זין און דאָס וועט בײַ מיר פאַררעכענט ווערן פאַר אַ זינד. אַ סאָרט ´אַביוז´, נישט לעגאַליש נאָר מאָראַליש. איבער דעם איז אויך דאָ אַן עצה אַז איך קען אַרויס נעמן אַפאָר ניכער פון דער ביבליאָטעק וואָס נאָך זיי לייענען איז ברחל בתך הקטנה ווייניג געזאָגט. דער מעלה איז אַז דער כּחול בשפופרת וועט ער דאָרט זען און די שאלות קען איך אים דערנאָך ענטפערן וויפיל ער וויל. מײַן אמתער פּחד איז אַז מיט וויסן וועט ער האָבן איבער מיר אַ שליטה. ער וועט צו גוט פאַרשטיין מײַן חציו ולמטה איש, דעם כּוח וואָס מיר זענען אַלע דערצו קנעכט. איך האָב מורא אַז ער וועט ליגן אין בעט און הערן די קוויטשערײַען פון די שפרינגערם אין די מאַטראַצן און ער וועט זיך צושאַרפן זײַנע אוירן. אַז ער וועט מיר זען אויפשפּאַרן מײַן צימער שבת פאַר מנחה וועט ער בעסער פאַרשטיין דער שינה בשבת תענוג. איך טראַכט אויך נישט בלויז וועגן מיר. וויבאַלד אַז אַ קינד איז אַזוי אָפהענגיק אין אַ טאַטע און אַ מאַמע אַז ער וועט וויסן פון מײַנע און מײַן פריוס טרײַבונגן און גרינגקייטן קען ער שפירן אַז דער בוים וואָס שיצט אים און אויף וואָס ער לענט זיך איז גאָר אַ וואַקעלדיקס.

די פון אינדערויסן פון מײַן קהילה וועלן טראַכטן אַז איך טרײַב איבער דער גאַנצער מעשה. איך קים אָבער פון אַזאַ קולטור וואָס מײַן טאַטע האָב איך נאָר געקענט פרעגן אונטער אַן אָנשטעל פון אַ גמרא קשיא, ´וואָס מיינט טיפה סרוחה?´ און די תשובה דערויף איז געווען ´וועסט עלטער ווערן וועסטו פאַרשטיין´. ווײַטער אין ישיבה האָב איך קיינעם נישט געפרעגט נאָר מען האָט מיר חוקר ודורש געווען ווי אַן אינטעראָגאַציע פון די ען־קע־ווע־דע. ´וואָס ווייסט דו? פון וועמן ווייסט דו דאָס? מיין נישט אַז מיר ווייסן נישט, מיר ווייסן אַלעס, מיר ווילן עס אָבער הערן פון דיר. און לאָמיר הערן וועם האָסט דו שוין ווײַטער דערציילט?´ נאָך אַזאַ ערציאונג מיין איך אַז יעצט אַז איך האַלט בײַ מײַן עלטסטער זין איז פאַרשטענדליך אַז תורה היא וללמוד אני צריך.

למעשה האָט ער געהאַט געלייענט עפעס וועגן ´האַסקאַלאַ´ און ער האָט געוואָלט וואָס דאָס מיינט. איך האָב אָפּגעאָטעמט און אָנגעהויבן אַ דרשה מלא בקיאות און חריפות, פון סאָקראַטיז ביז גאַלילייאָ און שפּינאָזאַ ולמעלה בקודש. איך ווייס נישט וווּ איך האָב אים פאַרלוירן אָבער עס מיז זײַן אַז אָדער האָט ער גאָר אַ שטאַרקן יצר־טוב אָדער איז דאָ נאָך א בעל־דבר וואָס לאָזט אויך נישט לערנען כּפירה. קען עס גאָר זײַן דער זעלבער בחור וואָס לאָזט נישט אביי ורבא? ווער ווייסט?

*

ווי מײַן זין ווערט עלטער ווערט בײַ מיר נולד אַ שאלה: וויפיל יידישקייט דאַרף איך אײַנהאַלטן צוליב אים. למשל, דעם שבת אינדערפרי בין איך ספעציעל געגאַנגן אין א שיל וווּ מען זאָגט נישט א שבת־הגדול דרשה ווײַל איך האָב מיך פאַרלאָזט אַז איך וועל גיין נאָכמיטאָג. נאָכמיטאָג האָב איך נישט געהאַט, יידיש גערעדט, כּוח און נערוון צו גיין און איך ביך טאַקע נישט געגאַנגן. באַשעפער טײַערער, אתה יודע רזי עולם ותעלומות סתרי כּל חי, דו ווייסט ווי עס עקבערט מיך אַז מײַן זין האָט נישט געזן אַז זײַן טאַטע גייט צום דרשה. מײַן מורא איז נישט אַז ער וועט נישט גיין ווען ער וועט זײַן עלטער נאָר אַז אין זײַנע ביינער וועט נישט ברענען דעם באַדײַט פון שבת הגדול ווי עס ברענט אין מײַנע. מיז איך דאַווענען אַ לענגערע שמונה־עשרה צוליב אים? וועט בײַ אים ליגן אַ קלענערע ערע פאַרן שבס־קודש ווײַל ווען עס ווערט הייס טו איך מיר אויס דער בעקיטשע בײַם סעודה? נאַרישע שאלות, איך ווייס,דאָס פאַרענטפערט זיי נאָך נישט און זיי טון אויך רעגירן אין אַ געוויסן מאָס מײַן אויפפירונג. און איך בין דערין נישט אליין. דער טאַטע וואָס צוקאָכט זיך איבער זײַנע קינדער ווײַל זיי זענען געווען אינדערויסן בײַ זכור אויף שבת זכור, אָדער וואָס נו´קעט ווײַל זײַן הויזגעזינד רעדן אויס צווישן די כּזיתים בײַם סדר איז עס נישט דער מצווה וואָס ברענט אין אים. עס איז דער פאַרשוועכונג פון דאָס וואָס איז פאַר אים אַ רעליגעזער לאַנדצייכן, מען האָט צובראָכן דער מצה פון זײַן קולטורער עירוב וואָס נעמט אַרום, באַגרעניצט און זינדערט אָפּ זײַן לעבן. און איך דאַרף מיך בייזערן, אָדער עס אײַנשלינגן צוויי מאָל: איין מאָל ווען זיי פאַרשוועכן עס און נאָך אַמאָך ווען איך פאַרשוועך עס. האָב איך צוויי מאָל מרור אָן חרוסת.

איז דאָס טאַקע דרכּה של תורה?

יום חמישי, אפריל 14, 2005

שבת החודש/ראש חודש

ס´איז כמעט נישט דאָ אַ וואָך וואָס מײַנע קינדער קומן נישט אַהיים מיט די נאַרישקייטן וואָס מען לערנט זיי אױס אין די חדרים און שולן. שבת בײַם טיש האָט מײַן טאָכטער געזאָגט אַז זי האָט געלערנט אין שולע אַז מען טאָר נישט זײַן שטאָלץ, ´פּראָױד´. פּראָויד האָט צוויי באַדייטן, לשבח און לגנאי: איינס איז אַ לעגיטימישע שטאָלצקייט וואָס יעדער איז באַרעכטיקט פאַר זײַנע דערגרייכונגן. דאָס איז לשבח און דער באַשעפער אַליין זאָגט מעשה ידי להתפּאר. דער לגנאידיקער פּשט איז ווען מען באַרימט זיך און מען זינגט די אייגענע שבחים און איבערהויפּט ווען מען שטאָלצירט זיך צו גרייסן איבער אַנדרע. איך וואָלט דן געווען מיין טאָכטערס לערערן לכּף זכות ווען איך וואָלט נישט אַליין געווען אַ קרבן פון אַ סיסטעם וואָס איז מאבד ביָדַיִם יעדער ביסל זעלבסט־שאַץ וואָס מען פאַרמאָגט.

די מיטלן זענען פיל פאַכיק. פון לערנען שער הענוה אין אורחות צדיקים בײַ דער עלעף ביז הערן מעשיות פון צדיקים וואָס האָבן תשובה געטון היינט אויפן נעכטן און מאָרגן אויפן היינט איז דער ´מעסאַדז´ שטענדיק דער זעלבער: אונז קענען גאָרנישט. דאָס חזרט זיך איבער בײַ די בעלי תפילות וואָס מאַכן דעם שטיק ווען מען שיקט זיי צו, די ברוך השמס אין יעדן זאַץ ווײַל אַליין קען מען גאָרנישט, בײַ קינדער וואָס פאַרלירן זיך דער צינג ווען מען פרעגט זיי וויאַזוי זיי הייסן, און יונגעלײַט וואָס קענען נישט אויספילן אַן אימיגראַציע צעטל אָן צו האָבן אַ זאַק מיט שאלות כּאילו אין דעם צעטל ליגט אַן אתרוג, אַ בדיקה שמאַטע, אַ דופן עקומה און אַ פרישע פּאָר שטרימפּ אין די נײַן טעג אין איינעם. ´וואָס שרײַבט מען דאָ?´ און ער צייגט אויפן ז און נ אונטער מין.

ס´שטעלט זיך נישט נאָר אַרויס בײַ ואין אנחנו יכולים נאָר בײַ פעהיקע אויך. די וואָס זענען נאַטירלעך קאָנפידענט און זעלבסט זיכער האָט מען נישט געהאָדעוועט און אײַנגעצאַמט אַז עס זאָל אַרויסקומן שעפעריש. דעריבער קומט עס אַרויס ווי חוצפּה און אויבערחכמישקייט וואָס מען טײַטשט אײַן מיט ויגבה לבו בדרכּי ה´. פון דער אַנדרע זײַט שאַרפע קעפּ וואָס מען רופט ´אַ ר´ עקיבא אייגער´ זײַט זייערע גוטע קשיא אין כּיצד מברכין ערוואַרטן פון זיך חריפות וואָס זיי קענען זיך נישט צושטעלן און ווערן בײַ זיך געפאַלן. און ווען מען זעט זיכערקייט אָדער אָטאָריטעט בײַ אַנדרע ווענדט זיך וווּ דער חמר שטייט אײַן. איז עס לטובתינו איז עס ´אַ פּיסק, אַ קאָפּ, אַ פעדער, אַ מושלם.´ ווײַטער אַז יענער ווערט פאַר אונז נישט נתפּעל טראָץ דעם אַז מיר גט´ן זיך קוים און מיר רצחנען זיך נישט און מיר האָבן אַ זילבער שאַנק און א ספרים שאַפער אַנשטאָט אַ פּלאַזמאַ טעלעוויזיע, איז עס ´´אַ הינט, אַ רשע, אַ דבר אחר, אַ נאַצי.´

און איך מיז מיר זיצן בײַ מײַן שבת טיש און אויסהערן אַז מען טאָר נישט זײַן פּראָויד און זיך בײַסן די ליפּן. און אַז צרעת קומט וועגן לשון הרע און ווען משיח וויט קומן וועט מען ווידער קרעציק ווערן און פאַרדעם אוודאי אחכה לו בכל יום שיבא. און איידער איך פאַרגעס לדעת אָנקל מוישי מיינט נישט רעדן לשון הרע אינגאַנצן נישט רעדן.

איך קום אײַך וויאַזוי ראש־חודש איז געווען נאָר דער נײַער אויסלייג געדויערט אַ יאָר מיט א מיטוואָך ממילא חבי כּמעט רגע.

אַ גוטן שבת!

יום שני, אפריל 11, 2005

עת הזמיר הגיע

די הכנות אױף יום־טוב פאַרדאַרבן מיר דעם מאָגען, ס´זענען דאָ צײַטן ווען איך בין מוחל דעם אילו לא הוציא הקב"ה הרי אנו ובנינו אַבי פטור צו ווערן דעם סוגיא פון תשביתו. גיי איך מיר אַרױס אױפן גאַס און דער ריח פון פריש געבאַקענע מצות שווימט מיר אַרױף אין נאָז און איך ווייס שוין וואָס אַ גוי שפירט ווען ער זעט די עצי אשרה ערב חגא. פריליג איז אין דער לופט, מאַמעס מיט לענדן ברייט ווי זייערע מענערס גאַרטלעך שפאַצירן שטאָלצערהייט אַז ס´איז נאָך דאָ אַ דאַרע בחור מיט אַ קליין בערדעל וואָס וועט זיך מיט זיי באַווײַזן ברבים, דער בחור קױם אַהיים אױף בין הזמנים שלעפט זיך נעבעך נאָך ווײַל זײַן טאַטע איז נישט געווען אין דער היים אױפצוקלערן דער מאַמן אַז עס פּאסט נישט, אױף אַלע ביימער שפּראָצן אױף טאָוולן צו מאַכן דער ברכה - אַ ברכה אויף וואָס? פרעגט נישט ווײַל מתחייב בנפשו - און די פייגלעך זינגן אַ מחיה אין דעם יהי רצון נאָכן נשיא.

פֿרײַטיק אינדערפֿרי און איך גײ אײַנקױפֿן לכּבוד שבת, קום איך אַרײַן אינעם גראָסערי און אינדערױסן שטעלט זיך אָפּ אַ קאַר פֿון אַ קאַר סערװיס, אַ יונגערמאַן טאַנצט אַרױס און ער לױפֿט צו די פּאָליצעס פֿון די נאַשערײַען, כאַפּט אַ פּאָר ציקערלעך, זאָגט פֿאַר דער געשעפֿטס מאַן איך דאַרף אַפּאָר נאַשערײַען פֿאַר דער שבת פּאַרטי 'צי װײס איך װאָס' ציט אויס דאָס פּעקל אויסצוציילן װיפֿיל נאַשערײַען ס'זענען דאָ אין דאָס פּעקל קעגן װיפֿיל קינדער עס זענען דאָ אין דער כּתה און לױפֿט װײַטער. מיר האָט ער אױסגעזען אַז ער איז געווען אינטערװעגענס אין שיל אַרײַן אין דער צײַט װאָס זײַן זין גײט אין חדר און ער דאַרף אָפּפּטרן זײַן ייִנגל. קען אָבער זײַן אַז איך בין אַ חושד בכּשרים און ער איז געגאַנען אין כּולל. װער װײסט?

אין געשעפט שטייט אויך אַ ייִנגערמאַן און מוסרט דעם אײַנגעשטעלטע אַז דער געשעפט ווערט מאָדערן. דער קאַסירער האָט אים אָנגעקוקט וואָס ער וויל פון אים האָבן, האָט דער מוסרניק געמישט די פינגער אין אַ פּושקע פון נאַשערײַען און פּראָטעסטירט אַז אַלע חזירײַען האָבן ´מאָדנע הכשירים´ און ער זיכט עפּעס מיט אַן התאחדות אָדער ביד"ץ הכשר.

*

איך לערן מיך לעצטענס אויס צו קלאַוויאַטירן אויפן העברעיִשן קלאַוויאַטור נאָך יאָרן לאַנג וואָס איך קלאַפּ פאָנעטיש לויטן קווערטי אויסלייג. איך ווייס נישט ווער איז דאָס געווען דער עוכר ישראל וואָס האָט אויסגעלייגט די שליסלעך דווקא צו פּײַניגן זײַן ליבע פאָלק. זאָל מיר עמעצער דערציילן דער סברא פון שטעלן אַ ´ד´ צו לינקס פון אַ ´D´ און אַ ´ג´ נישט נאָר צוויי אַוועק פון אַ ´G´ נאָר להכעיס אויפן שליסל ווי דער ד´ וואָלט געדאַרפט זײַן. וועלכע סאַדיסטישע קאָפּ האָט עס געדאַרפט זײַן אויסצוטראַכטן אַז מ´ און ´נ´ זאָלן זײַן אָפּגעריקט מיט איין קנעפּל פון ´עם´ און ´ען´? נאָר אַ זעלבסט־פײַנטנדיקן ייִד וואָס האַלט אוודאי אַז מען דאַרף אָפּגעבן אַלע שטחים, האָט געוועלט פאַר די דעמאָקראַטן, ווערט נתפּעל פון ווידיאָס פון צער בעלי חיים אויף קיען און פון בלבולים קעגן מהלן קינדער און וויל זיך נישט מצרף זײַן צו מנין אױף אַ פליגער, בלױז אַזאַ משומד קען שטעלן אַ ´ל´ איינס לינקס פון אַן ´על´. רבונו דעלמא כּולא! וואָס שטערט דיך אַז פאַר אַ ייִד איז אַביסל לײַכטער? ס´איז דאָך זה נהנה וזה לא חסר. ממש מדת סדום! דאָס הייסט רשעות לשם רשעות. און דו מיינסט מען האָט אים נישט געבעטן? הערסט ברחמים האָט מען אים געבעטן. רייכמאַן אַליין האָט אים אָנגערופן און אים צוגעזאָגט עד חצי המלכות אָבער ער וויל זיך נישט בייגן. עפּעס אַ תירוץ האָט ער פאַרוואָס אַזוי איז בעסער. תירוצים פאַר די גענז. ראית גנב ותירוץ עמו. ´ז´ האָט ער געקענט שטעלן אויפן ´זי´ נאָר ´ס´ האָט ער געדאַרפט ריקן רעכטס אַנשטאָט אַרױף צום ´עס´. פּשוט וויי צו טון אַ ייִד. אַז אַ ייִד זיכט אַ ´ט´ זאָל עס זײַן איינס פאַרן ´טי´. וואָס מיינסט דו? ער איז אַן אַויפגעקלערטע? ער חנפט זיך. ער מיינט אַז אַזוי וועלן די גויים אים ווייניגער פײַנט האָבן. איך האָב געקענט זײַן טאַטע. אוודאי, פון אַ היימישע משפּחה קומט ער, מהרסיך ומחרביך ממך יצאו. ער האָט זיך ליב אַהערצושטעלן כּאילו זײַן עלטער־באַבע בזיווג ראשון איז שוין געגאַנגן אין אַן אַײַװי ליג אוניווערסיטעט. אַ נעכטיקן טאָג! ער קומט פון דער זעלבער שטאַל ווי אונז אַלע. דער מאַמע זײַנער זאָגט מען איז געווען אַ פאַרדאָרבענער. זי האָט געהאַט עפּעס אַ נעלאָגישיר זיידע און זי האָט אים געשיקט אויף אַ נישט היימישן פּלאַץ און שוין, זעסט דאָך. גראַדע איז ער סך הכּל געגאַנגן אין ווײַ־יו, אין הכי נמי ס´איז נישט פאַר אונזערע סאָרט ייִדן אָבער פון דאָ זעסט דו דאָך כּשהם יורדים יורדים עד לעפר.

מיר פאַרעקשנען זיך אָבער און ווי עס שטייט אין רמב"ם אַז מען וויל אַנטלויפן צו אַ גוטע מדה מיז מען לויפן ביזן אַנדרן עקסטרעם. אַנדרע מוטשען זיך אויף פּסח און איך אויף דעם. כּל התחלות קשות און נאָך דרײַסיק מאָל זאָגן ותן טך־ומטר באַקומט מען אַ חזקה אַז מען גייט נישט צוריק אַזוי דאָ אויך. אַלעס געדויערט מיר אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך און איך בין כּסדר חוזר לראש ונזכה ונחיה ונראה אַז ס´זאָל מקויים ווערן הרגל נעשה טבע. אויף דערווײַל אם כּיוון לבו יצא, אַז מען האָט שטאַרק אינזין וואָס מען טוט גיט מען זיך אַן עצה.

*

מיר זענען מקדם בברכה די רבבות שלא כרעו לבּיל נישט הנאה צו האָבן פון מקורות זרים און נישט נאָכגעשלעפּט צו ווערן פון פסולע השקפות (אויטלוק בלע"ז) און זענען זיך צו אונז מצרף צו ווערן אש לשועלים. כּדי זיי נישט צו אַנטוישן אַז זיי זאָלן נישט מיינען אַז ווײַל מען זינגט נישט מיט זענען די פּאַרענטשעס אויך ליידיג טון מיר אַנטפּלעקן מספריהם לגולגלותם פון די צמאים לדבר ה´. ווי רש"י זאָגט מתוך חבתן מנאן דאָס וואָס מען האָט ליב ציילט מען און דערפאַר האָט מען זיך באַנוצט מיט אַ מחצית השקל. וויבאַלד מיר זענען נישט אַ זײַטל וואָס איז מבן עשרים שנה ומעלה לויפט שוין אונזערע ציילער מבן חודש זײַט מיר זענען אַ טאָג אַלט. דער ציילער איז פאַרלוירן געגאַנגן ווען מיר האָבן איבערגעלאָזט פּחים קטנים בײַם אַריבערגיין דעם מעבר יבק פון ארץ־ישראל קיין חוץ־לארץ ועכשיו החזרנו עטרה ליושנה. זאָלן מיר זוכה זײַן אַז יוסף עליכם ככם אלף פעמים.

יום רביעי, אפריל 06, 2005

שמועה טובה תדשן עצם

מיט גרױס פרייד געבן מיר איבער פאַרן עולם אַז נאָך אַסאַך השתדלות פון די עסקנים שליט"א אונטער דער עינא פּקיחא פון אַ צוות פון תלמידי חכמים מופלגים וואָס האָבן געהאַט אַן אומבאַגרעניצטן צוטריט צו די גדולי הוראה שליט"א און צו פּראָפעסאָרן און אקדמאים (וואָס צוויי פון זיי זענען געוואָרן שומרי תורה ומצוות אין דער תהליך) איז אונז געלונגן צו אַלעדיגן אַז אױך פײַערפאָקס ניצערס וועלן קענען געניסן פון עניות דעתי. כדי אונזערע שונאים זאָלן נישט האָבן תערומות מחמת למה תתראו קען מען מער נישט קומן צו אַן עמק השווה (דזאָסטיפײַד בלע"ז) ווײַל די עסקנים וואָס האָבן אַ היתר צו לייענען חילונישע צײַטונגן און פאַרשטיין וואָס טוט זיך אױפן גאַס האָבן מייעץ געווען אַז דאָס לױנט נישט פאַר מען באַשליסט די תקציבים. ס´האָט אונז אָבער געזאָגט אַ מבין אין עיצוב וואָס איז פופצן יאָר געווען דער יד ימין פון ביל גייטס און הײַנט איז ער אַ באָסטאָנער חסיד אַז מען זעט נישט אַ חילוק און ס´איז אַפילו שענער אַזוי.

יום ראשון, אפריל 03, 2005

דער קעניג איז טויט...

...לאַנג זאָל לעבן דער קעניג! דער פראַגע איז בלויז ווער איז דער קעניג?

דער אמת איז אַז איך בין שולדיק פאַרן עולם אַביסל פּורים בדחנות אבל מה אעשה אַז אַ נאַכט פאר תענית אסתר נדדה שנת המלך ווײַל מען האָט מיך אויפגעוועקט אין 2.36 אַז איך זאָל אונטערשרײַבן אַ פּסק הלכה אַז מען טאָר נישט פאַרלעשן דעם רבינס נר תמיד, און מען דאַרף ווײַטער זאָגן יהא שמיה רבא מיט אַ דעציבאַל העכער און די פרויען זאָלן װײַטער צינדן שבת ליכט מיט פינעף מינוט פריער און אַלעס להחלמתו של נפתלי צבי בן זײַן מאַמע לאפוקי זײַן שטיף־מאַמע.

די וואָס האָבן אים קאָנטראָלירט האָבן באַשלאָסן אַז ס'איז דאָ אַ שיעור ווי לאַנג זיי קענען זיך מצער זײַן און וואַרטן אויפן רביסטווע. אַפּעלירן זייערע באַשליסונג האָט מען נישט געטאָרט ווײַל אויף אַוועקצולייגן אַ רבי איז נישט דאָ קיין היתר צו גיין אין ערכאות, דאָס טאָר מען נאָר ווען ס´רעדט זיך פון באַקרוינען אַ פרישע רבי. האָבן זיי זיך געלערנט פון רביס דינסט און געמאַכט אַ רעש פון אַ הכתרה וואָס דאָס האָט אָפּגעשטעלט אויף אַ רגע די משמורות תהילים און אין די רגע נצחו מצוקים את האראלים וכל העם עונים מזל טוב מזל טוב. נאָר מיר פּשוטי עם שיידן זיך אָפּ פון מזל טובס אויף א גאַנץ יאָר ווען דער קאָפּ פון אַ פאַמיליע שטאַרבט. בײַ דערהויבענע יידן מעג דער גוף נאָך זײַן ווואַרעם און שוין שרײַט מען מזל טוב ווײַל שמא יחטפנו אחר.

נאָך זען ווי מען איז נישט מקיים מײַן פּסק בין איך אַריבער צום באַקרוינונג פון דער אינטערלאָױפּער און געהערט ווי מען בעט דעם עולם באַלד נאָכן כתר יתנו לך אַז מען זאָל נישט רעדן בײַם דאַווענען. ממקומו הוא יפן האָב איך געקלערט און תיכף ומיד בין איך געוואָרן אַ בני-ציון. ווײַל אַז זיי האָבן מקיים געווען דחק ונכנס אויף אַ למהדרינדיקן אופן איז דאָ אַ תירוץ פון הקנאה התאווה והכבוד אָבער וואָס קען מען ענטפערן אויף אַזאַ קאָפּשטיק? אפשר וואָלט דאָס אױך געווען אַ שעת הכושר מעורר צו זײַן אויף עסן שטייענדיק אין פּיצאַ סטאָרס? איך האָב באַלד געזען אַז הײַ יאָר זענען די זקן ורגילדיקע שפּילערס אַליין געוואָרן דער שפּיל און ס´האָט זיך מיר געגליסט אַרײַנשרײַען אַן עצה טובה 'איטס דע עקאָנאָמי, סטיופּיד'.

אַנשטאָטס דעם, כדרכינו בקודש, איז אונז אײַנגעפאַלן אַ דבר תורה מסביר זײַן דער סמוכין פון צוויי רשי'ס. רש"י זאָגט אויף ואלה המשפּטים אשר תשים, כשלחן הערוך, און בײַ לפניהם זאָגט ער ולא לפני עובדי כוכבים ללמדך אַז דאָרט וווּ מען פירט אַ טיש איז סופו לבא לידי ערכאות. און דאָס איז פאַרדעם ווײַל דין תורה איז גאָר גוט פאַר מענער וואָס דאַרפן אַ היתר מאה רבנים און פאַר מוהלים וואָס האָבן פאַרסמט קינדער אָבער פאַר ערענסטע זאַכן וווּ מען קען באמת דערלייגן ווער זאָל דען זײַן פאַרנאַרט און מקבל קנין זײַן ווען יעדער דיין קומט מיט זײַן זיידעס באַגאַז און מיט אַ שווער וואָס ער קען אַליין באַשטיין צו ירשנען? איז מיטאַמאָל זענען די גוישע ריכטער נישט נאָר נישט מנסך דער ווײַן נאָר זיי שטעלן גאָר דער ווײַן אויפן שלחן אשר לפני ה' און די וואָס אַלגעמיין פאַרשטיין ניטאַמאָל אַ ברטנורא באַשליסן צו וועמענס ליכטיקייט נסע ונלך.

אײַנגעהילט אין טרױער ווי ס´זענען מעיד אױף מיר אַלע חרדישע זורנאַלן, בין איך מיר געגאַנגן זען אַ ונהפּוךדיקן פּורים אויפן 15צנסטן אַוועניו וווּ דער יום־טוב איז איבערגעדרייט געוואָרן צו אַ טרויער און די שמחה צו יגון ואנחה. ס´איז דאָרט טאקע געווען ונהפּוך צו זען אין אַ טרויער־הויז וווּ די ווערם זענען נאָך נישט צוגעגאַנגן צום קערפּער און די פּיאות פון דער נפטר האָבן נאָך געטראָפּט מיט טהרה וואַסער זאָל בײַ די כלומפּערשטע אבילים טאַנצן אויפן טיש אַ פּורים רב אין כתונת פּסים. מען מיז מלמד זכות זײַן אַז לשמחה זו עושה איז נישט עפּעס אַנדערש ווײַל מיתת צדיקים מכפּרת און די געשלעגערײַען זענען קלאַפּערײַען פון על חטא. ווען בּריטני זאָל האָבן געווען אַ חסיד וואָלט זי אוודאי געזינגן ´שמײַס מיך חסיד נאָך איין מאָל´.

דער אמתער פּורים האָט זיך אָבער אָפּגעשפּילט בײַ די צוויי שוואָגערס זאָלן ביידע דערלעבן משיחן וואָס טראָץ זייערע גרױס עניוות האָבן זיי ביידע געמאַכט אַ יד אחת אַבי מקיים צו זײַן דעם רצון פונעם שווער. אַ! בכם יתברך ישראל! פון הײַנט און ווײַטער ווען אַ ייִד זיכט אַן איידעם וועט ער זאָגן פאַרן שדכן ´איך וויל דווקא אַ ר´ מאָטאַלע אָדער אַ ר´ שיאַלע´. און לאָמיר מיט זיי מיטגעבן אַ קרעכץ ווען זיי קוקן צו צו דער בונטעוועכץ וואָס איז אינגאַנצן קעגן רצון קדשם און נאָך וואָס זיי האָבן זיך אַזוי געבעטן אַז מען זאָל זיך דערווײַטערן פון מחלוקת.

צו פאַרשטיין דער גרויסקייט פון זייערע מסירת נפש לאָמיר איבערגעבן וואָס מיר האָבן באַקומן פון קראַנטע מקורות וואָס האָבן געהערט אַ בגתן ותרש שמועס, להבדיל אלף שעווהנע הבדלה לעכט, וואָס ר´ מאָטאַלע און ר´ שיאַלע האָבן געפירט ווען נר ישראל טרם יכבה. און אַזוי ווי בגתן ותרש האָבן זיי אויך גערעדט אויף ענגליש אַז דער עולם זאָל נישט פאַרשטיין און הא גופא ברענגט אַרויס זייערע מסירת נפש אַז זיי האָבן מסכים געווען זיך צו פאַרפלעקן דער נשמה און זיך ברעכן די ציין איבער אַ לשון עם זר אַבי ס´זאָל חלילה נישט זײַן מחלוקת בײַ ייִדן.

על כל פּנים, דער שמועס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אַ וואַרעמע יהי רצון נאָך תהילים פאַרן רבין ווען ר´ מאָטאַלע האָט געזאָגט פאַר ר´ שיאַלען, ´שוואָגער לעבן, דער מצב מיטן שווער איז נישט גוט, פּאַרקינזאָן האָט געמיזט זײַן אַ שרעקלעכע שונא־ישראל ווײַל מען גיט זיך מיט אים נישט קיין עצה. בעוונותינו הרבים זעט נישט אויס אַז דער שווער זאָל זיין געזונט וועט אונז אַקײַגן פירן משיחן און ס´ליגט אויף אונז אַן אחריות אַז דער עדת ה´ זאָל חלילה נישט זײַן כצאן אשר אין להם רועה.´

ר´ שיאַלע: דער שוואָגער לעבן זאָגט דאָך אַזוי גוט. משה רבינו האָט אויך אינזינען געהאַט נאָך בחיים חייתו אַז כלל ישראל זאָל האָבן אַ מנהיג נאָך זײַן פּטירה. און שוואָגער לעבן ווער איז דען דערצו מער פעהיג ווי דער שוואָגער, קריינא דאגרתא... און מען האַלט דאָך טאַקע חודש אדר ווען מען לייענט מרדכי היהודי גדול ליהודים.

ר´ מאָטאַלע: יודע אני מך ערכּי און בפרט קעגן דער שוואָגער, און ווער בין איך דען זיך צו ריפן באָבאָווער רב וואָס מלאכים ציטערן פאַרן נאָמן. און נאָך מער בײַם שוואָגער זאָל זײַן געזינט אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן. בײַ אונז איז דאָך אָבער זימן לבינים ומצא שחורים און ווי קענען מיר זיך שטעלן צו אַ טיש אָדער נעמען קוויטלעך ווען אײַ יײַ יײַ אל תראני שאני שחרחורת.

ר´ שיאַלע: חַ, אַז דער עלטער שווער זכותו יגן עלינו האָט געקענט פליען איבער די וואָלקענעס פאַר אַ קידוש לבנה קען דער שוואָגער אוודאי באַווײַזן אַ הרי אני כבן שבעים פון ר´ אלעזר בן עזריה. אוודאי דער זכות פון די זיידעס און די צרות פון די אייניקלעך מיט אַביסל סייעתא דשמיא וועט ברענגן אַ כשלג ילבינו לתפארת בית באָבוב. אָבער וואָס האָבן מיר צו רעדן, מיר זענען דאָך יעצט אין די ימי הפּורים, מגילה נקראת בי"א, איז לאָמיר וואַרפן גורל על שם הפּור.

בהאי שעתא טיהר ר´ מאָטאַלע עצמו ועלה למרום ושאל מאת האיש לבוש הסטראָקעס וגעפּעפּערטע הױזן ונם לו קבלו עליכם צדיקים וידידים כי שמעתי מאחורי הבוטקע וואָס מען האָט אױפגעשטעלט אינעם בית המדרש כי ביד אחת אתם נלכדים.

ווען ר´ מאָטאַלע איז אַראָפּגעקומן האָט ער געזאָגט אַז שמע מינה תרתי. איינס איז אַז דער מלאך האָט געזאָגט צדיקים וידידים איז אַ ראיה אַז מיר ביידע דאַרפן טראָגן דער הנהגה און דאָס אַז ער האָט ערשט געזאָגט צדיקים און דערנאָך ידידים הייסט עס אַז מיר דאַרפן זײַן צדיק און דער שוואָגער, רב. ער האָט דאָך אָבער אָנגעריפן דער שוואָגער ידיד און ידיד ה´ ישכון לבטח עליו.

ר´ שיאַלע: נו מזל טוב! מזל טוב! נו, ס´איס דאָך באַלד פּורים מעג מען זאָגן בדרך צחות וואָס ס´איז מיר אײַנגעפאַלן ווען דער שוואָגער איז געווען בשמי מרומים. מיט אַ רבי ווי דער שוואָגער וועלן אוודאי בני ציון יגילו במלכם. די אָבער וואָס ווילן יהללו ´שמו´, זיי ווילן דווקא דעם נאָמן בן־ציון, במחול, אין מחילה אַרײַן בלשון נקייה. ס´איז גוט, האַ, וואָס?

ע"כ האָט מען געהערט מאחורי הפרגוד.

כשעמדנו על מפתן בית הדפוס שמועה שמענו ותרגז בטננו אַז דער ´רבי´ קלערט אָפצוּטרעטן. דאָס מאָל זענען מיר טאַקע פאַרלוירן פאַר ווערטער ווײַל אויף מיתת צדיקים האָבן חסידים אָן אַ שיעור ווערטער: נסתלק ווערן, נפטר ווערן, נשבה ארון הקודש, כבה נר ישראל, עלה לשמי מרום און נאָך צענדליקע מעטאַפאָרן. אָבער אַבדיקירן? קוים וואָס דאָס וואָרט זאָגט זיך אַרויס. און אַזוי פאַרלוירן פאַר ווערטער זענען אונזערע צײַטונגן אַז ס´האָט זיי אַלע אָנגעכאַפּט אַ שטומעניש. אוודאי אַ רמז צום וידום אהרון.

השמטה: אמר המלביה"ד, אמרנו להוסיף בשולי היריעה שכאשר מסרו השלוחי דרחמנא השמועה ששמעו ובאו אנח מר"ש ואמר ´תפשת מרובה לא תפשת ועל זה לא נאמר טובים השנים מן האחד.´ ויהי אך יצא יצאו השד"רים ורוכשי הרכב הגיעו שכבר נעשה מעשה חיוורו פניו הקדושות ואמר ´הממליך מלכים ולא המלוכה, אם ממליכים שני מלכים אזי לא להם תהיה המלוכה.´ ויהי למופת.

יום שבת, מרץ 19, 2005

אַ לעבעדיקער שבת זכור

נישט דאָ װערטער צו באַשרײַבן דער לעבעדיקײט פֿון מײַן שבת זכור. למעשה איז עס אַביסל איבערגעטריבן און איך באַנוץ מיך מיטן חסידישן/חרדישן שאַװלאָן פֿון נישט האָבן װערטער. הערן נישט אױף צו פּלױדערן, די חסידים, אין דער טוש, אין דער מקווה, איבער אַ קאַװע, פֿאַרן דאַװענען, בײַם דאַװענען, נאָכן דאַװענען, בײַם ברית סעודה, בײַ מנחה, בײַ מעריב, פּלױדערן און רעדן און שמועסן און רעדן זיך דורך און פֿרעגן אָן בײַ אַ קליגער ייִד און רופֿן אָן אַ חשובער ייִדן אין ארץ ישראל און פֿונדעסטװעגן האָבן זײערע צײַטונג װאָס יעדער װאָך װערן זײ דיקער און דיקער אַזױ אַז באַלד מאַכן זײ שױן דער זינטיקער טײַמס אױסזען װי אַן עלים לתרופה קעגן אַ טעלעפֿאָן ביך, די אָ צײַטונג האָבן אַלץ אַ מאַנגל פֿון װערטער. אפֿשר פֿאַרדעם איז תורה שבכתב פֿינעף קלײנע בענדער און תורה שבעל פּה צװאָנציק גרױסע כּרכים װײַל כאָטש בעל פּה הערן די װערטער נישט אױף צו פֿליסן קען מען זײ בכתב אַפֿילו פֿאַר געלט נישט קריגן.

אַ ראש ישיבה שטאַרבט און ס'איז נישט דאָ קײן װערטער צו באַשרײַבן זײַן גדלות, זײַן עניוות, זײַן חכמה. אױף דער לווייה איז װידער אַ שאָרטעז מיט װערטער צו באַשרײַבן דער טרױער פֿון די באַגלײטערס װען עפּעס אַ סוג ג' בנש"ק זאָגט אַ הספּד. דער ארון קומט אָן אױפֿן פֿעלד איז נישט פֿאַראַן קײן װערטער צו שילדערן דער װידער קול װען דער ערשטער שטײן בײַם סתימת הגולל קלאַפּט זיך אָן אינעם ארון. להבדיל בין חייִם לחייִם איז עס נישט אַנדערש מיט געבורטסן. װער קען דען באַשאַרײַבן די שמערצן װען אַ פֿרױ גײט צום קינד, און װיפֿיל בדחנים האָבן שױן פֿאַרזיכט זײערע װערטער אױף די מאַמעס תפֿלות װען זי בענטשט לעכט ולא עלתה בידם? בײַ טישן פֿון צדיקי הדור איז עס דער זעלבער, ונתנה תוקף אין סאַטמער, הקפֿות אין באָבאָװ, שבועות אין בעלז זענען אײניק אין דעם אַז זײ לאָזן זיך נישט באַשרײַבן. דער רבי הײבט אױף די ברעמן און די װערטער לױפֿן אױס, דער רבי הײבט אױף אַ פּולקע צו עוזר דלים און ס'איז װי ס'האָט צען יאָר נישט גערעגענט אױף די װערטער בײמער, דער רבי געבט אַ קרעכץ און אַ האַרבסטדיקן װינד בלאָזט פֿון זײ אַראָפּ אַלע װערטער. דער אײן מערקװערדיקער זאַך איז אַז װאָס מער די װערטער לױפֿן אױס װערן די צײַטונג אַלץ פֿילער און פֿילער. אַזױ װי אין די מזל טובס באַקומן אַלץ די אין גומרין עליו את ההללניקס די מערסטע טיטלן.

יונגעלײַט איר זיכט פּרנסות? הײבט אָן מאַכן װערטער. דער ייִד און דער בלאַט װעלן בײַ אײַך באַשטעלן אױפֿן טאָן, דער המודיע און יאַטעד אױפֿן קילאָ. און װינאָר די באַשטעלונגן װעלן אָנקומן װעט יעדער בױם און גאַס לאָמפּ אין באָראָ פּאַרק ובכל מקומות מושבותיהם פּובליצירן אַ פֿרישע װערטער מאַשיניסט. די פּרײַזן װעלן פֿאַלן, ייִדן װעלן האָבן פּרנסה, ערלעכער ייִדן װעלן קענען רוהיג אומקערן זײערע נשמה צו זײערע באַשאַפֿער אָן זיך צו זאָרגן אַז די װערטער װעלן אױסלױפֿן פֿאַר מען האָט באַשריבן זײערע שפֿל־ברכדיקײט און רביס װעלן קענען שטעלן חופּה פֿאַר די אײניקלעך און באַשטעלן פֿון פֿאָראױס על פּי רוח קדשם דער שילדערונג פֿון דער חתונה.

איך פֿאַרפֿאָר אינגאַנצן װײַל סך הכּל האָב איך געװאָלט איבערגעבן דער לעבעדיקײט פֿון מײַן שבת. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? איך האָב מיך פֿאַרלײענט אין די צײַטונגן נאָכן באָד און איך בין אָנגעקומן צו לכה דודי. חרפּות און בושות. איך האָב מיך פֿאַרקלאָצט פֿאַרן לוח מודעות אַז איך זאָל נישט אױסזען געיאָגט, דערנאָך האָב איך מיך אַרײַן געשמוגעלט אין דער קאַװע שטיב, אָפּגעחיפּערט אַ שמונה עשרה און באַװוּנדערט דער נײַער שבת טשײַניק זיכענדיק אױפֿן װאַנט װעמענס נשמה באַקומט אַ העכערונג צוליב דער הײס װאַסער. דערנאָך האָב איך מיך אַרײַנגעכאַפּט אין בית מדרש אַרײַן מיט אַן אױסגעגלײַכטן ריקן און אָן זיך אײַנצובײגן האָב איך מיט די אױגן געװאָרפֿן צו געפֿונען אַ לײדיגע זיץ. דער קוראַז צו גײן נעמן אַ סידור פֿונעם פּאָליצע בריש גלי האָב איך נישט געהאַט. סײַװי װאָלט איך דאָרט געפֿינען די צוריסענע, צושמיסענע לימות החול און נוסח אשכּנז סידורים אָדער חומשים מיט דאַװענען פֿון הינטן אין די אותיות פֿון די יוצרות נאָך ובכן תעלה לך קדושה. נישט פֿאַרדעם אָבער האָב איך נישט געמאַכט דעם אומװעג צום שאַפֿער.

דאָס ביסל לכה דודי װאָס איך האָב געהערט איז נאָך נישט געװען שבת זכורדיק. דאָס ריכטיקער לעבעדיקײט האָט זיך אָנגעהױבן בײַ לא תבושי. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, װיאַזױ שילדערט מען אַזאַ אױפֿלעבונג, אַזאַ פֿענאָמינאַלע אונטערהאַלטונג? שטעלט אײַך פֿאָר װי דער עולם איז שיער נישט אַרױס פֿון די כּלים: מען האָט געזינגן לא תבושי אין פֿיר אַנדרע ניגונים. נײן, נישט װײניקער װי פֿיר. איך מײן נישט פֿיר ניגונים אױף לא תבושי אַלײן און נאָך פֿיר אױף והיו למשיסה. ס'איז דאָך נישט פּורים אַלײן, סך הכּל שבת זכור. אָבער אַ באַזונדערע ניגון אױף לא תבושי, נאָך אײנס אױף והיו למשיסה, אױף ימין ושמאל האָט מען געזינגן חייב אינש לבסומי, װאָד יו בעליװ איט?, און אױף בואי בשלום האָב איך שױן נישט מיטגעהאַלטן אַזױ בגילופֿין בין איך געװען. און דאָס איז אױך נאָר געװען װײַל דער רעגלמעסיקער פּורים רב איז נישט געװען הײַ יאָר. װען ער װאָלט געװען װאָלט ער געטאַנצן בואי בשלום אַרום דער בימה. נאָױ זעט איז סאָמסינג. האָבן דאָס דורכגעלעבט מײן איך אַז מן הסתם פֿאַרדעם קען פּורים נישט געפֿאַלן אױף שבת װײַל װען יאָ װאָלט מען נאָך געקענט זינגן כּגוונא און קאָם אַן אַלעס האָט דאָך אַ שיעור.

אַ שאָד איך האָב נישט צײַט אײַך צו דערצײלן אַביסל װעגן דעם בעל תפֿילה. תורה קען ער שװאַך, נ"ך לכאורה אינגאַנצן נישט, גמרא אױך שװאַכע מעשות און שלחן ערוך גלײב איך נישט װײַל װער פּסקנט דען הײַנטיקע צײַטן פֿון שולחן ערוך?. ברענגט אַ משנה ברורה און עס װערט שױן אַביסל װאַרעמער. ביאור הלכהס קען ער אַ מחיה און איר קענט אים ניטאַמאָל כאַפּן בײַ אַ שער הציון. װי ער צײכענט זיך אינגאַנצן אױס איז אַז ער קען בעל פּה אָן קײן גוזמא יעדער רב אלישוב. און מער װי אַ לא תבושי אױף שבת זכור לעבט אים אױף אַ מחלוקת צװישן ר' חייִם קאַניעבסקי און דער משנה ברורה. זײַן דאַװענען איז אױסגעצױגן און װען אַ צװײטער דאַװענט לױפֿט ער צו יעדער פֿינעף מינוט מיט אַ נײַע הערה אױסגעהאַלטן לױט דער לײטעסט פּסק. אָן קײן גוזמא װען פּוסקים װאָלטן געהאַט אַקציעס װאָלט אונזער בעל תפֿלה געװען דער אינדעקס. און דווקא בײַ אים האָט מען געזען דער לעבעדיקײט שױן שבת זכור. ממש װי דוד המלך װען מען האָט געברענגט דער ארון קײן ירושלים. איך װער שױן אַלײן קורץ פֿון װערטער און בלית ברירה לאָז איך איבער דער רעשט אױף פּורים.

יום רביעי, מרץ 16, 2005

אם אין דעת הבדלה מנין?

אין אַ פֿריערדיקע שטיקל האָט רבי ר' מאירל מיר געמוסרט פֿאַר טרעפֿן פֿעלערס אין אַלע אונזערע אַקטיװיטעטן. כאָטש איך האָב בלױז געזאָגט אַז איך בין סקעפּטיש איז ער נישט אינגאַנצן אומגערעכט.

דער זאַך איז אָבער אַזױ. אין דער אַלגעמײנער װעלט בדרך כּלל אַז מען זעט אָדער מען הערט עפּעס אינטערסאַנט איז מען נישט דערין אַלײן און אַנדרע אױך האָבן עס געזען אָדער געהערט. מען שאַפֿט דערױף אַ מײנונג און דערנאָך קען מען אָפּמעסטן דער אײגענער מײנונג קעגן װאָס אַנדרע האַלטן. לאו דווקא אַז מען ענדערט דער מײנונג אָבער פֿונדעסטװעגן קען מען הערן װאָס אַנדרע זאָגן און באַשליסן צי ס'טוט אונז איבערצײגן אָדער מיר האַלטן זיך בײַ אונזערע. בײַ אונז הײמישע ייִדן האָבן מיר נישט דעם לוקסוס. דער װעלט אינטערסירט גאַנץ װײניג װאָס מיר טון און בײַ אונזערע הײמישע 'קריטיק' איז װאָס מיר טון אַלץ װאַרעם, און משוגע צו װערן, און מוראדיק, און געװאַלדיק ועוד סופּערלוטיװן אשר אין לשער ואין להעריך.

אױסער דעם װאָס רובא דרובא איז עס נאַרישקײטן קען מען אפֿילו נישט זען דער מקור פֿון דעם שרײַבערס נאַרישקײטן. ער זאָגט נישט פֿאַרװאָס ס'איז אַזױ, װאָס איז אים געפֿעלן און פֿאַרװאָס, װאָס עס האָט עװאָקירט אין זײַן מחשבה, פֿון װו דער קינסטלער קומט כּלומר פֿון װעלכע ברינעמס ער האָט געשעפּט און װוּ אַהין ער גײט מיט זײַן קונסט. דאָס אַלעס איז עיקר חסר מן הספֿר. ס'איז כּאילו דער קריטיק האָט געלײענט די ראשי פּרקים פֿון רעצענזיעס װאָס מען טרעפֿט אױף שער בלעטער פֿון ביכער און ער מײנט אַז דערין שטעקט מסכת קריטיק.

צוריק־קומענדיק צו אײַערע פּונקט, איר זענט גערעכט אַז נישט אַלעס בײַ אונז איז גרײַזיג און איך מײן אַז מײַנע פֿילע שטיקלעך זענען טעסטאַמענטן צו פֿילע פּאָזיטיװע זאַכן בײַ אונז. ס'איז אָבער דאָ אַ חילוק צװישן זאַכן װאָס זענען נאַטירליך הײמיש און 'אונזערע' און אַלגעמײנער קולטור װאָס מיר שמוגלן אַרײַן צו אונז און מען רעדט אײַן דעם עולם גולם אַז נישט נאָר איז עס אונזערס מימים ימימה נאָר בחדא מחתא לאָזט מען הערן פֿון צװישן די שורות אַז מיר זענען נאָך בעסער פֿונעם מקור אַלײן.

לדוגמא׃ בדחנות און גראַמערײַ איז אַ הײמישע פֿאַך און אַ זאַך װאָס פֿאַרנעמט בײַ אונז אַן אױבן אָן פּלאַץ בײַ קבלת פּנימס און מצווה טאַנצן װען ס'איז אַן עירוב פֿון סענטימענטאַליטעט און יומאָר און אױף פּורים װען ס'איז בלױז יומאָר. דער סאָרט פֿאַרװײַלונג האָט אַ רײַכע ייִדישע טראַדיציע כאָטש איך שטעל מיך פֿאָר אַז ס'האָט אַ שטיקל מקור אין 'דזאָקערס' און 'דזעסטערס' װאָס אַמאָליקע מלכים און פּריצים פֿלעגן אױסצוהאַלטן אין זײערע הײפֿ. הײַנטיקע צײַטן זענען זײ װי װײַט איך װײס נאָר פֿאַרהאַנען בײַ הײמישע חסידישע ייִדן, און אפֿילו ליטװישע האָבן נישט קײן מצווה טענץ מן הסתם װײַל זײ אײַלן זיך אַהײם.

װען אײנער װיל זאָגן דעות אױף אַ בדחן מיז ער אים פֿאַרגלײַכן מיט אַן אַנדרע בדחן. די װאָס געדענקן פֿאַרגלײַכן יענקל מילר מיט חייִם מענדל מערמאָלשטײן. די װאָס געדענקן נישט פֿאַרגלײַכן פּנחס װעבר מיט יענקל מילר, יהונתן שװאַרץ קעגן שלום קעסלער, שטױבער (איך קען מיך נישט דערמאַנען זײַן ערשטן נאָמן) קעגן שטערן פֿון לאָנדאָן (אַ שװאַכער פֿאַרגלײַך!) אואַז"װ.

דער אונטערשטער שורה איז אַז מען מיז אַרײַנקריכן אינעם תוך פֿון בדחנות עס צוצונעמן אױף קרישקעלעך און דערנאָך פֿאַרגלײַכן די באַזינדערע עלעמענטן. װי דברי תורה װאָס זענען עניים במקום זה ועשירים במקום אחר אַזױ בדחנים אױך. אײנער טױג בעסער אױף די מעשהלעך, אַ צװײטער אױף בדחנות און אַ דריטע אױף בײדע נישט.

װען עס האַנדעלט זיך אָבער מיט זשאַנערן װי פּאָפּולאַרע מוזיק, שרײַבערײַ און אַנדרע שעפֿערישע פֿעלדער װאָס ס'איז דאָ צו זײ אַ זה לעומת זה איז דער לײַכטער און פֿױלער װעג נישט צו אַנאַליזירן װאָס מיר הערן און זען אַרױסצובאַקומן מה טובם, נאָר זײ צו פֿאַרגלײַכן מיט דער װעלטלעכע װאַריאַנט אָדער װאָס דאַכט זיך אונז איז אַ װעלטלעכע װאַריאַנט און באַלד צו דעקלאַרירן אַז מיר זענען גאָר די זיגער. אָפֿט נעמט זיך עס װײַל מיר קענען און פֿאַרשטײן נישט צו די אַנדרע זשאַנערן. אַנשטאָט אָבער צו זײַן אָרענטלעך און זאָגן אַז ס'איז נאַטירליך אַז מען באַזינדערט זיך אָפּ פֿון דער װעלט קען מען דערפֿון נישט צופֿיל פֿאַרשטײן זאָגן מיר נײן, ס'פֿעלט אונז גאָרנישט והראיה הנה זה, קוינו לו ויושיענו. אַן ענדלעכע אַספּעקט איז אַז מחמת דער קורצקײט פֿון אונזערע מושגים װערן מיר 'צושפּרינגן' פֿון יעדער פֿאַלענדיקע בלעטל און אין אַן אײנציקן שװאַלב זען מיר נישט בלױז אַ פֿרילינג נאָר די קאָלירן און געזאַנג פֿון אַ פֿולן זימער טאָג. דאָס איז אָבער מעורר אַ קשיא׃ אַז ס'איז אַזױ גוט װוּ איז דער װעלט, פֿאַרװאָס קומן זײ נישט צו װערן אַרױסגענומן פֿון די כּלים. צו פֿאַרענטפֿערן דער קשיא נאָך קריעת ים־סוף און מלחמת עמלק האָב מען געברענגט יתרו זאָל זאָגן עתה ידעתי, הײַנט ברענגט מען אָן די מבינים װאָס זאָגן אַז בײַ אונז ליגט נאָך מער װי בײַ זײ. מיר לערנען אָפּ װעלט מוזיק װי בלױז אַביסל רעש פֿון אַ װילדן פּױק און מיר פּױקן נאָך העכער. קלאַסישע מוזיק לערנען מיר אָפּ באַשטײט פֿון הונדערט שפּילער ממילא ברענגן מיר אָן הונדערט און אײנס צו שפּילן דער באָבאָװער קל אדון און מיר האָבן שױן אײַנגעפּאַקט אפֿילו בײטהאָװן אױך. אינו דומה שונה פּרקו מיט מאה שפּילערס צו הונדערט מיט אײנס.

דער קרענק איז נישט נאָר אין מוזיק אָדער קונסט נאָר ס'פֿאַרנעמט אַלע אונזערע אַקטיװיטעטן. אַ מלמד מומחה איז נישט בלױז אַ לערער מיט פֿיל געניטשאַפֿט נאָר ער פֿאַרשטײט צו פּסיכאָלאָגיע און יעדער עבודה זרה װאָס ס'דאַכט זיך אונז בלאָזט דורך די גאַסן. װער האָט עס אים אױסגעלערנט? איז שױן אבק אפּיקורסות. װיסקי מיט אַ הכשר איז װי שיװאַס ריגעל. און װען האָט איר דאָס לעצטער מאָל פֿאַרזיכט סקאָטש און װיפֿיל גענױ האָט איר געטרינקן? פֿרעג נישט,'ער פֿאַרשטײט'. יענער עסקן איז נישט בלױז אַ פּגע װאָס קען פֿיקסן אַן אַפּױנטמענט מיט דער בעסטער דאָקטאָר, װײַל ייִדן פֿאַלן אַרײַן אָדער צו די בעסטע דאָקטױרים אָדער צו רוצחים, נאָר יענער פֿאַרשטײט אױך צו מעדיצין. פֿון װוּ? און פֿון װוּ װײסן דען די ריכטיקע דאָקטױרים? און אַזױ גײט עס פֿון דאָס טריװיאַלע צו דברים העומדים ברומו של עולם. מיט אײן אױג זען מיר אונזערע גדלות און מיט דער אַנדרע דער שפֿלות פֿון דער װעלט און אינדערמיט שטעקן מיר אַרײַן דער נאָז.

לענינו, װען מען זאָל זאָגן אױף העלפֿגאָטן אַז ער איז אַ נישקשהדיקע חזן װאָלט איך געקענט דערמיט לעבן. מיז מען אָבער פֿון אים באַלד מאַכן ראָזענבלאַט, קוסאָװיצקי און דאָמינגאָ ואוכלן ביחד. נו, אױף דעם ערלױב איך מיך דאָס רעכט צו אַביסל סקעפּטישקײט.

יום שני, מרץ 14, 2005

מאימתי...

זיצענדיק בײַם סיום און אױסהערנדיק די דרשות איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז איך שפּיר מיך אױסגעשלאָסן פֿון אחינו כּל בית ישראל. זיצן טױזענטער ייִדן װאָס פֿרײען זיך צו האָבן געענדיקט ש"ס און איך 'גײטקרעש' זײערע שמחה װי אַ סאָרט זר הקרב. לאָמיך קלאָר מאַכן: אין מײַנע אױגן איז דער אָרגעניזאַציע פֿון דער סיום געװען װי דער פֿײַערונג פֿון אַ סאָװיעטישן מײַ טאָג. אַן אױבן־אָן אָנגעשטאָפּט מיט פֿירער און אַרום זײ זענען די דאַנקבאַרע קאָמראַדן װאָס לעכצן צו זײַן נאָך אַ סעקונדע אינטער אײן דאַך מיט זײערע מנהיגים אױסגעגאַנגן פֿאַר מתיקות צו הערן זײערע קול. אַז איר װילט זען אַן עמך ייִד טון אַ מצווה מיזט איר װאַרטן אַז דער פּרעזידענט זאָל זײ אײַנלאַדענען אױף אַ חנוכּה לעכט צינדן. דעמאָלסט שטעלט מען צו גראָזװאָרצל ייִדעלעך פֿון די סאָרט װאָס אױף זײ האָט דער בעל שם טוב געגרינדערט זײַן באַװעגונג. אױף די אַלגעמײנע פֿאָטאָ סעציעס לױנט עס פֿאַר אונזערע עסקנים צוצושטעלן אַ שמײכעלדיקע פֿאַרטוליעטע ייִדישקײט.

דאָס איז אָבער אַזאַ תאמר לבית יעקב, אַן אמירה רכּה פֿאַר אַ קריסטליכע אָדיענץ װאָס קענען נישט פֿאַרטראָגן דברים הקשים כּגידים. װען ס'איז פֿאַר אַ רײן הײמישן עולם ברענגט מען אַרױס די ריטן און בײַטשן און מען שטעלט אַרױס דער גאַנצער פּאָליטביוראָ מיט פּנימער כּאילו ס'איז כּלו כּל הקיצים. קײן אײן בעל דרשן װאָס איך האָב געהערט האָט נישט פֿאַרטרױטן די עמך ייִדן, די צענדליקע טױזענטער בעלי בתים װאָס האָרעװען אױף אַן ערליך שטיקל ברױט און נאָך אַ שװערן טאָג גײן זײ אין בית מדרש אַרײַן צו זײערע שיעור, װאָס נאָך זיך לײגן שפּעט בײַ נאַכט שטײן זײ אױף פֿאַרטאָגס אױף גאָרנישט עפּעס אַנדערש װי אַ בלאַט גמרא אָדער די װאָס געבן אױף זײערע לאָנטש שעה אַרײַנצוכאַפּן נאָך אַ דף. אַנשטאָט איז געװען אין דער בראָשור אַ פֿיר בלעטערדיקע באַריכט פֿון דער עסקנות װאָס איז אַרײַן אין אָרגאַניזירן דעם סיום. מאַדיסאָן סקװער גאָרטן קען מען אָנפֿילן יעדער מאָנטיק און דאָנערשטיק אָבער אַזױ װי מען לײגט אַרײַן אַפּאָר הײמישע ייִדן דאַרף מען האָבן דער מסירת נפֿש פֿון נחשון, דער חכמה פֿון בצלאל, דער אָרגאַניזאַציע פֿון יתרו ועל כּולם דער סייעתא דשמיא פֿון אגודת ישראל און מיט דעם אַלעס איז עס אַ נס אַז ס'איז נישט דורכגעפֿאַלן דער לעצטער מינוט. צום באַריכט איז געװען אַ בילד פֿון דער פּרעזידיום װי זי טרעפֿט זיך צו פּלאַנירן. פֿון צװישן די בענקלעך האָט עס אױסגעזען נישט אַזױ װײַט אַ קאָמיטע נאָר אַן איבערגעבונג פֿון אַ דיקטאַט. הװיצע פּרעזידענט ידבר וה'קאָמיטע', װאָס איז ניטאַמאָל יצא מכלל נפֿל, יעננו בראש.

דערנאָך זענען די באַריכטן אין די צײַטונגן פֿאַרנומן מיטן 'דײאיס', דאָס באַליבסטעסטע ענגלישע װאָרט פֿאַר המודיע און יאַטעד שרײַבערס, װאָס דאַרף אָנגעפֿילט װערן מיט יעדער פֿון די אָפֿיצירן װאָס פֿילן אָן דרײַ גאַנצע בלעטער פֿונעם בראָשור. אינטערסאַנט אַז עדיוקײשן אין הײמישע צײַטונגן מיז זײַן 'חינוך' אין קורסיװע אותיות, יונגעלײַט װערן 'אברכים', ראַבײַס װערן 'גראַנד ראַבײַס' און 'מאַראַנאַן...' אָבער פֿאַר אַן אױבן אָן איז זײ נאָר גוט אַ ראַפֿינירטן ענגלישן װאָרט װי דײאיס. אַ פּלאַטפֿאָרם איז צו באַנעריש און אַ סטײ'ז צו טיאַטעריש. פֿאַר די ענגלישע פּעדאַנטן װאָס זײערע קראַפֿט אינעם שפּראַך שײַנט אַרױס װאָך װאָכענטלעך פֿון זײערע אָפּ־עדס איז דײאיס דער אײנציקסטער װאָרט װאָס זאָל פּאַסן דערױף אױסצולײגן די באַלײַכטער פֿונעם דור. ולפֿיכך אױף יעדער כּנסיה לשם שמים װאַקסט דער דײאיס לױט דער געװיקס פֿון זײערע דעות, מדה כּנגד מדה׃ אַז מען ציט צאַם דעם פּנים װי זױער־טײג װאַקסט מען װי זױער־טײג. שאור שבעיסה מיט אַ הכשר.


דאָס אַראָפּ פֿון האַרצן מיז איך זאָגן אַז זיצענדיק דאָרט האָט זיך מיר פֿאַרשמעקט צו װערן אַ מיטגליד אַז דאָס נעקסטע מאָל דער באַן קומט צו פֿאָרן װעל איך אױך קענען בלאָזן מײַן פֿײַפֿער. טראָץ די קולות וברקים און גפֿרית ומלח פֿון מאַנכע רעדנערס זענען געװען אַזעלכע װי דער בעל מסיים אין זײַן באַחנטע ליטװישע ייִדיש װאָס האָבן מיט אײן טרער מער גערעדט װי די אַלע סליק רעדנערס און זײערע פּרעזענטאַציעס. די דברים של טעם פֿון דער נאָװימינסקער האָבן געװיזן אַז דברי חכמים בנחת נשמעים האָט נאָך אַ באַדײַט.

איך בין מיר געזעסן און געטראַכט אַז טאָמער איך װעל אָנקומן אין בית מדרש דער נעקסטער טאָג מיט אַ גמרא אין די הענט און זיך זעצן לערנען װעל איך אױסזען װי אַ ישיבה־קטנה בחורל אָנהײב זמן. שױן אין ישיבה קטנה האָב איך פֿײַנט געהאַט די אָנהײב זמנים װען אַלע בחורים זענען געװען סופּער־װױל, מיט פֿרישע גמרות, נײַע פּלעצער און חברותות און מען האָט נישט אַרױסגעקוקט פֿון דער סידור אפֿילו בײַ דער הױכער שמונה עשרה. איך האָב עס דעמאָלסט פֿײַנט געהאַט װײַל איך האָב מיך געשפּירט װי אַ נאַר פֿאַר מײַן אײגענער צינישקײט װאָס האָט מיר געזאָגט אַז דאָס האַלט זיך פֿון אסתר־תענית אױף פּורים. איך האָב אױך מורא געהאַט אַז װען איך גײ צוריק צום אַלטן װעט עס װײַזן אױף אַ קינדערישקײט װאָס לאָזט זיך נתעורר װערן פֿון יעדער שטות. איך האָב געהאַט אַ חבר װאָס האָט מיר געזאָגט אַז דער מהר"ם װאָס איז געדריקט אינטער דער מהרש"א איז געװען פֿון די טיפּן, װײַל אין די מסכתות װאָס מיר האָבן דעמאָלסט געלערנט איז אײביק געװען גרױסע לאַנגע שטיקלעך אָנהײבן מסכתא און דערנאָך איז ער מיד געװאָרן און די שטיקלעך פֿאַלן אָפּ. ממילא, נישט אָנהײב זמן און נישט שבת סליחות אָדער שלש־עשרה מדות פֿלעג איך מאַכן די שטיקעס דוקא װײַל דעמאָלסט װאָלט עס געװען מיטלױפֿענדיק מיטן שטראָם. אַנדרע װעלן אפֿשר זאָגן װי אַ רבי האָט געטײַטשט והתקדשתם והייתם קדושים, אַז מען מאַכט זיך הײליג װערט מען הײליג. און אַז איך װאָלט מיך דעמאָלסט אַביסל מער געמאַכט װאָלט אפֿשר מער לײַט פֿון מיר געװאָרן. דאָס איז אָבער פּראָסטער ספּעקולאַציעס און װי די ספֿרים הקדושים זאָגן אין לי עסק בנסתרות.

בין איך געגאַנגן אַ רקידה נאָכן סיום װען ייִדן האָבן זיך אַביסל געשעמט אַרײַנצושפּרינגן אין ראָד, און דער נעקסטער טאָג נאָך שחרית האָב איך מיר אַרױסגענומן אַ גמרא און אָנגעהױבן מאימתי. ביז צװײ טעג איז צו מיר צוגעקומן אַ ייִד צי איך זיך אפֿשר אַ שותף. איך האָב מיך העפֿטלעך אױסגעדרײט. איך בין פֿאַרהאַנקעט אױף דף ד' און דער באַן פֿאָרט. איך רעד מיך אײַן אַז ס'איז אַגדתות און ס'איז לײַכט זיך מיטצוכאַפּן און איך װעל מיך טאַקע נאָך מיטכאַפּן. בײַם סיום האָב איך אפֿילו געטראַכט אַז דער בלאָג זאָל װערן אַ טאָגביך פֿון מײַן געראַנגל צו אַלעדיקן אַ בלאַט. דער בלאָג דאַרף דאָך אָבער אָנגײן... על כּל פּנים נעקסטער מאָל מען בעט מיך אַ שותפֿות װעל איך עס כאַפּן בשתי ידים.

דערװײַל גײ איך אַצינד כאַפּן אַ גמרא. ס'איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק אױף מי איכּא ספֿיקא קמי שמיא אָבער דאָס אױף נעקסטער מאָל.

איך נפלת מן השמים הילל בן שחר?

לאָמיך מקבל פּנים זײַן צװײ פֿרישע בלאָגס׃ דער ערשטער איז אַ לײַטיש געשריבענער ייִדישער בלאָג, אַ קלאָרער בילד, װאָס איך האָב באַטיטלט דעם שטיקל מכּח זײַן לעצטן בלאָג.

און דער צװײטער איז אַן ענגלישער בלאָג װאָס שרײַבט לײַכטשעציק און מיט אַ מאָס סאַטיריע װאָס מאַכט אים אַ פֿאַרגעניגן צו לײענען. ער רופֿט זיך אַ ייִנגעלע און דער בלאָג בן שמונה עשרה לקאָפּװײ. צי דאָס איז אַ קטן אין אַ צי גרױסן קאַפּעליטש אָדער אַ גדול אין אױסגעװאַקסענע הױזן, טוט אַלײן באַשליסן.

יום חמישי, מרץ 10, 2005

איך בין נאָך דאָ...

לרבים השואלים, אַ נעכטיקן טאָג קײנער פֿרעגט שױן נישט, איך טו מיר אָבער מײַנס און איך שרײַב. איך בין דאָ און איך געב נישט אױף אַזױ שנעל. שבע יפּול צדיק וקם, און דער װאָס האָט געלערנט ישמח ישראל אַלץ בחור װעט װיסן אַז אפֿילו נאָך די גרעבסטע עבירות קען מען זיך צוריק כאַפּן לבל ידח ממנו נדח. און אַז מדת פּורעניות איז אַזױ איז קל וחומר בת בתו של בנין אב משני כּתובים אַז נאָך זײַן פֿאַרטון אַפּאָר װאָכן קען מען צוריק קומן.

איך האָב אָנגעהױבן אַ נײַע אַרבעט. מזל טוב! גאָר אַ פֿײַנער בעל הבית אָבער משוגע װי דער רוח. האָט ער ליב צו רעדן װי פֿינעף יענטעס וגם לרבות אַ צװײ דרײַ שפּרינצעס אױך. איך װײס שױן װיפֿיל ער פֿאַרמאָגט, װיפֿיל ער װעגט, אַז ער האָט ליב אָפּעראַ, גאָר ליב אָפּעראַ, און ער פֿאַרשטײט צו װײַנען. גליטשן קען ער אַ רעטך אָבער צװײ מאָל אַ יאָר מיז ער פֿאָרן צו די ראָקיס און אײנמאָל קײן שװײץ. װען ער לעבט נישט װאָלט איך געזאָגט אַז ער איז אַ קאַריקאַטור געשאַפֿן דורך אַ שותפֿות פֿון װאָדי אַלען און דזעקי מײסן.

אױסער דעם בין איך נתעורר געװאָרן בײַם דף היומי סיום צו לערנען דאָס בלעטל. איך האַלט שױן דף ד' װען דער װעלט האַלט שױן דף י'. איך געב נישט אױף און דער באַשעפֿער האָט אונז געגעבן אַ שבת קודש זיך מיט צוכאַפּן. איך װײס שױן אין װעלכע אשמורה אַ פֿרױ רעדט מיט איר מאַן און פֿאַרװאָס הײמישע ייִדן קענען נישט זײַן אין ערגעץ אױפֿן צײַט װײַל זײַט משה רבינו האָט געזאָגט כּחצות קענען מיר נישט לײענען אַ זײגער. דער סיום איז געװען נישקשה, נאָר אַ שאָד אַז די קנאַקערס האָבן זיך געשעמט מיט אַביסל ייִדיש און עס איבערגעלאָזט פֿאַר די װײַסע בערד. קײן אײנס פֿון די ייִדישע דרשות האָבן זיך געדאַרפֿט שעמן פֿון דער פֿאַרטיפּושעכץ פֿון דער עבודה זרה רבס דרשה אױף ענגליש. ס'האָט געענדעלט צו די דרשות װאָס מען רעדט פֿאַר מײדלעך פֿון נײַן מיט אַ האַלבן. איך בין נישט געבליבן אױפֿן שמע ישראל װײַל איך האָב נישט ליב אָרקיסטריעטע קידוש השמס, און פֿון העלפֿגאָטס קול בין איך אַ שװאַכער חסיד װײַל סײַ ער קװיטשעט און סײַ זײַן קול איז רױ, פּראָסט און נישט געשלײַפֿט. אױסער דעם אַז חסידים לױפֿן אַרום אַז דאָס איז דער בעסטער אױף דער װעלט בין איך פֿאַרדעם אַלײן סקעפּטיש.

ממילא לערנענדיק דף היומי און זיך אײַנרישן אין מײַן נײַע שטעלע און אױך שרײַבענדיק שעפֿערישע זאַכן איז דער זמן קורץ אָבער מיר בלײַבן דאָ און מען װעט אי"ה מתריע זײַן ברבים אױף עניני הזמן.

האָט מיר אַ גוטן שבת שקלים ושקל אשא בבית נכון ונשׂא

יום ראשון, פברואר 13, 2005

מי יודע פּשר דבר?

אַ לײענער האָט מיר געשריבן אַז בײַ אים אױפֿן עקראַן זענען די פּינטלעך אױף דער זײַט פֿון די אותיות און נישט איבער אָדער אונטער די אותיות װי זײ דאַרפֿן צו זײַן.

װי װײַט איך װײס נוצט מײַן פּראָגראַם יוניקאָד utf-8 און אױף מײַן עקראַן װי אױך אױפֿן עקראַן בײַם אַרבעט און װען איך באַזוך אין אינטערנעט קאַפֿײען זענען די פּינטלעך אױפֿן ריכטיקן אָרט, נאָך דעם װאָס איך װעל אױס יוניקאָד פֿון דער ליסטע אין ענקאָדינג.

קען עמעצער העלפֿן?

הוועד להפֿצת המעיינות החוצה

יום שבת, פברואר 05, 2005

כּי תקנה עבד עברי...

איך בין אַ שטאָלצער טאַטע און איך דאַרף אײַך דערפֿון דערצײלן. מײַן טאָכטער איז קױם מחוייב (מחוייבֿת, פֿאַר פּעדאַנטן) בחינוך, נאָרװאָס אײַנגעשריבן אין אַ שולע און זי װײסט שױן פֿון קנעכט, און פֿון לעכערן אױערן. איך זאָג אײַך, קײן עין הרע מען קען איר אײַנשרײַבן פֿאַר אַ קאָנפֿעדעראַטישע זעלנערן. זי האָט געװיסט נאָך מער אױך. איך האָב געװאָלט אַרום רעדן װי די תורה געבט זיך אָפּ מיט אָרעמעלײַט אין אם כּסף תלוה את עמי, און אין במה ישכּב, האָב איך געפֿרעגט עפּעס אַ שאלה װעגן אָרעמע מענטשן. מײַן טאָכטער רופֿט זיך באַלד אָפּ אַז זי װײסט. אַז אַן אָרעמאַן גנבט װערט ער אַ קנעכט און דערנאָך אַלע הלכות. פֿרעג איך און אַז ער איז אַן אָרענטלעכע אָרעמאַן און ער גנבט נישט. דאָס האָט מען איר נישט געזאָגט. זי האָט אױך געװיסט אַז אַ ייִדישע קנעכט מיז מען פֿײַן באַהאַנדלן אָבער נישט װיאַזױ מען באַהאַנדלט אַ נישט ייִדישע קנעכט.

איך קען נישט האָבן טענות צו אירע לערערנס װײַל די תורה איז נצחי, פֿאַראײביקט. אַז מען װעט לערנען מאָראַליסטישע הלכות אַז מען דאַרף מענטשלעך באַהאַנדלן אַלעמן און אַז ס'שטײט ואהבתם את הגר װעט מען דאָך דערפֿון נישט װיסן אַז דער תורה איז אױסטערליש װײַל דאָס זענען באַגריפֿן װאָס די אומות העולם װײסן אױך דערפֿון. ממילא לערנט מען מיט זײ מאָדנע הלכות פֿון קנעכט און װען מען זאָגט זײ פֿון כּיבוד אב ואם זאָגט מען זײ אַז מען דאַרף אױפֿשטײן װען דער טאַטע קומט אַרײַן און דאָס אַלעס װײַל וזאת התורה אשר שם משה.

דעם אמת געזאָגט געב איך זײ צופֿיל קרעדיט װײַל דער װאָס קען נישט צװײפֿלן קען אױך נישט גלײבן. ס'איז נישט מער אַז מיט קלײנע קינדער זאָגט מען ערשט װאָס ס'קומט פֿאַר שני. אַז פֿאַר שני שטײט ויתרוצצו הבנים און אַ הײסע זופּ האָבן די קינדער פֿאַרדינט. אַז פֿאַר שני שטײט מען װערט קרעציק װעגן לשון הרע האָבן די מלמדים פֿאַרדינט. און אַז פֿאַר שני שטײט אמור אל הכּוהנים בני אהרן לנפֿש לא יטמא בעמיו האָבן בײדע דערלײגט. אײן, בלױז אײן אױסנאַם איז דאָ. פּרשת תזריע. װאָס מען טוט מיט אַן אַכט־טאָגעדיקע בײבי זאָגט מען אָבער מער נישט. און פֿון דעם פֿאַרשטײט מען אַז דער באַשעפֿער באַשאַפֿט גאָרנישט אומזיסט. פֿאַר שלמה המלך האָט ער געװיזן פֿאַרװאָס ער האָט באַשאַפֿן אַ מאָרישקע און פֿאַר אונז פֿאַרװאָס ער האָט באַשאַפֿן אַ מוח.

און דאָס זעלבע איז אױף הלכות כּיבוד אב ואם. די מלמדים/לערערנס טראַכט נישט אַז קײנער שטעלט זיך נישט אױף פֿאַר אַן עלטער און זײ פּאַפּעגײַען װאָס דער קיצור זאָגט. װײַטער די קינדער פֿרעגן נישט אַז זײ טון נישט אַזױ װײַל זײ האָבן מורא װיאַזױ דער קלאַס װעט רעאַגירן. דערציִילט מיר אַ חבר אַז אײן שײנעם טאָג קומט ער אַהײם און זײַן זין האַלט זיך אין אײן אױפֿשטעלן װען ער קומט אַרײַן און אַרױס. נעבעך, דאָס קינד מײנט עס ערנסט און דער טאַטע זעט דערין אַ משוגעת װאָס רעגט אים אױף. די מחנכים אונזערע דערשרעקן זיך אָבער נישט דערפֿון, זײ לערנען װײַטער אױס די הלכות פֿון באָרן די אױרן װײַל זאת התורה לא תהא מוחלפֿת. זאָל דאָס זײַן אַ גירא בעינא דשטנא און עוכרי ישראל װי איך און מײַן גלײַכן זאָלן צופּיקעװעט װערן ונאמר אמן.
****************************
ערב שבת בין איך מיר געגאַנגן אָפּשערן איז געזעסן אין דער רײַע נאָך הײמישע ייִדן, יראי ה' כאָטש עטװאָס קילער װי דער אידיאַל װײַל װען נישט װאָלטן זײ זיך געשערט אינעם פֿאָרשטיב פֿון מקווה און אָנגעזאָגט דעם שערער אָפּצוהיטן זײערע צלם־אלקים. בײַם באַרבירער האָט געשפּילט דער ראַדיאָ און אַרײַן קומט צו גײן דעם בן־ארבעים־לבינהניק מיט װעם מיר האָבן זיך שױן באַקענטיקט. ער זיצט און װאַרט און קלערט אַװדאי אַז װיבאַלד ער האָט נישט בײַ זיך נישט אַ תהילים און נישט אַ דף־היומי גמרא װיאַזױ מען קען אױפֿטון פֿאַר ייִדישקײט און נישט פֿאַרברענגן די מינוטן. מיטאַמאָל בעט ער דעם באַרבירער ער זאָל אַראָפּדרײַען דעם ראַדיאָ װײַל ס'שטערט אים. דער בעל־הבית פֿונעם געשעפֿט איז נישט געװען דאָרט. ער װאָלט זיך אַן עצה־געגעבן און מיט אַ שטעך־װערטל יענעם געשטעלט אױפֿן פּלאַץ. ער האָט ליב זיך צו װערטלן מיט די ייִדישע קליענטן איבער שפּאָרן אַ צענט און אַ דאָלער און די ייִדישע קליענטן שטעכן אים צוריק אַז ער מאַכט אַ פֿאַרמעגן אױף ערב שבועות און יעדער איז צופֿרידן. אין געשעפֿט איז אָבער געװען אַן נײַע אײַנגעשטעלטע װאָס װײסט נאָך נישט װיאַזױ צו באַהאַנדלן אחינו בני ישראל. ער װערט נתפּעל פֿאַר זײערע באַלעבאַטעװעכץ װען זײ מײנען אַז פֿון אונזערע מוצאי ספֿירה און ערב נײַן טעג װערט ער אַ כּשרער עבד כּנעני װאָס אױף אים צו באַפֿרײַען איז מען עובר אַן עשה אױסער אַז מען דאַרף אים פֿאַר אַ צענטער.

שמײכעלט נעבעך דער אײַנגעשטעלטע 'װאָס איז, ס'שטערט דיך?' נעבעך ער האָט געװוּסט אַז ער מעג זײַן אױף זײַן שטעלע אָבער קײן שוץ װעט ער דאָ נישט האָבן װײַל די אַנדרע זענען אַלע געװען בני ברית, אני הקטן בתוכם און ער איז געװען אײן װאָלף אַרומגענומן מיט זיבעציק שעפֿעלעך. האָט ער עס געמיזט אַראָפּדרײען.

דער ליד װאָס האָט דעמאָלסט געשפּילט איז געװען פּינק פֿלױדס מיר דאַרפֿן נישט קײן ערציאונג/מיר דאַרפֿן נישט קײן געדאַנק קאָנטראָל/קײן פֿאַרביסענע סאַרקאַזם אין די כּתות/מלמדים לאָט די קינדער געמאַך...
************************************
שבת אינדערפֿרי בין איך געװען אױף אַן אױפֿריף. דער זיבן־שיכט (7-layer בלע"ז) איז געװען פֿון אַ טאָרט טײג און נישט פֿון אַ האַרטער בלעטער טײג. מײַן שװיגער זאָגט אַז מען קען עס אַזױ אױך מאַכן אָבער איך טענה אַז מלכות שבמלכות איז עס נישט. אַז די פֿיש־באַלן זענען אַלע געװען שיטער פֿון אינערװײניק האָט אַפֿילו מײַן דן־לכּף־זכותדיקע שװיגער נישט געקענט פֿאַרענטפֿערן.

בײַם סעודה האָט מען גערעדט װעגן עפּעס אַ סוחר אַ שװערער ייִנג. האָט מײַן שװיגער געזאָגט אַז זי פֿאַרשטײט נישט פֿאַרװאָס מענטשן װערן אַזעלכע שקרנים בײַ געלט און בײַ שידוכים.