יום שבת, פברואר 05, 2005

כּי תקנה עבד עברי...

איך בין אַ שטאָלצער טאַטע און איך דאַרף אײַך דערפֿון דערצײלן. מײַן טאָכטער איז קױם מחוייב (מחוייבֿת, פֿאַר פּעדאַנטן) בחינוך, נאָרװאָס אײַנגעשריבן אין אַ שולע און זי װײסט שױן פֿון קנעכט, און פֿון לעכערן אױערן. איך זאָג אײַך, קײן עין הרע מען קען איר אײַנשרײַבן פֿאַר אַ קאָנפֿעדעראַטישע זעלנערן. זי האָט געװיסט נאָך מער אױך. איך האָב געװאָלט אַרום רעדן װי די תורה געבט זיך אָפּ מיט אָרעמעלײַט אין אם כּסף תלוה את עמי, און אין במה ישכּב, האָב איך געפֿרעגט עפּעס אַ שאלה װעגן אָרעמע מענטשן. מײַן טאָכטער רופֿט זיך באַלד אָפּ אַז זי װײסט. אַז אַן אָרעמאַן גנבט װערט ער אַ קנעכט און דערנאָך אַלע הלכות. פֿרעג איך און אַז ער איז אַן אָרענטלעכע אָרעמאַן און ער גנבט נישט. דאָס האָט מען איר נישט געזאָגט. זי האָט אױך געװיסט אַז אַ ייִדישע קנעכט מיז מען פֿײַן באַהאַנדלן אָבער נישט װיאַזױ מען באַהאַנדלט אַ נישט ייִדישע קנעכט.

איך קען נישט האָבן טענות צו אירע לערערנס װײַל די תורה איז נצחי, פֿאַראײביקט. אַז מען װעט לערנען מאָראַליסטישע הלכות אַז מען דאַרף מענטשלעך באַהאַנדלן אַלעמן און אַז ס'שטײט ואהבתם את הגר װעט מען דאָך דערפֿון נישט װיסן אַז דער תורה איז אױסטערליש װײַל דאָס זענען באַגריפֿן װאָס די אומות העולם װײסן אױך דערפֿון. ממילא לערנט מען מיט זײ מאָדנע הלכות פֿון קנעכט און װען מען זאָגט זײ פֿון כּיבוד אב ואם זאָגט מען זײ אַז מען דאַרף אױפֿשטײן װען דער טאַטע קומט אַרײַן און דאָס אַלעס װײַל וזאת התורה אשר שם משה.

דעם אמת געזאָגט געב איך זײ צופֿיל קרעדיט װײַל דער װאָס קען נישט צװײפֿלן קען אױך נישט גלײבן. ס'איז נישט מער אַז מיט קלײנע קינדער זאָגט מען ערשט װאָס ס'קומט פֿאַר שני. אַז פֿאַר שני שטײט ויתרוצצו הבנים און אַ הײסע זופּ האָבן די קינדער פֿאַרדינט. אַז פֿאַר שני שטײט מען װערט קרעציק װעגן לשון הרע האָבן די מלמדים פֿאַרדינט. און אַז פֿאַר שני שטײט אמור אל הכּוהנים בני אהרן לנפֿש לא יטמא בעמיו האָבן בײדע דערלײגט. אײן, בלױז אײן אױסנאַם איז דאָ. פּרשת תזריע. װאָס מען טוט מיט אַן אַכט־טאָגעדיקע בײבי זאָגט מען אָבער מער נישט. און פֿון דעם פֿאַרשטײט מען אַז דער באַשעפֿער באַשאַפֿט גאָרנישט אומזיסט. פֿאַר שלמה המלך האָט ער געװיזן פֿאַרװאָס ער האָט באַשאַפֿן אַ מאָרישקע און פֿאַר אונז פֿאַרװאָס ער האָט באַשאַפֿן אַ מוח.

און דאָס זעלבע איז אױף הלכות כּיבוד אב ואם. די מלמדים/לערערנס טראַכט נישט אַז קײנער שטעלט זיך נישט אױף פֿאַר אַן עלטער און זײ פּאַפּעגײַען װאָס דער קיצור זאָגט. װײַטער די קינדער פֿרעגן נישט אַז זײ טון נישט אַזױ װײַל זײ האָבן מורא װיאַזױ דער קלאַס װעט רעאַגירן. דערציִילט מיר אַ חבר אַז אײן שײנעם טאָג קומט ער אַהײם און זײַן זין האַלט זיך אין אײן אױפֿשטעלן װען ער קומט אַרײַן און אַרױס. נעבעך, דאָס קינד מײנט עס ערנסט און דער טאַטע זעט דערין אַ משוגעת װאָס רעגט אים אױף. די מחנכים אונזערע דערשרעקן זיך אָבער נישט דערפֿון, זײ לערנען װײַטער אױס די הלכות פֿון באָרן די אױרן װײַל זאת התורה לא תהא מוחלפֿת. זאָל דאָס זײַן אַ גירא בעינא דשטנא און עוכרי ישראל װי איך און מײַן גלײַכן זאָלן צופּיקעװעט װערן ונאמר אמן.
****************************
ערב שבת בין איך מיר געגאַנגן אָפּשערן איז געזעסן אין דער רײַע נאָך הײמישע ייִדן, יראי ה' כאָטש עטװאָס קילער װי דער אידיאַל װײַל װען נישט װאָלטן זײ זיך געשערט אינעם פֿאָרשטיב פֿון מקווה און אָנגעזאָגט דעם שערער אָפּצוהיטן זײערע צלם־אלקים. בײַם באַרבירער האָט געשפּילט דער ראַדיאָ און אַרײַן קומט צו גײן דעם בן־ארבעים־לבינהניק מיט װעם מיר האָבן זיך שױן באַקענטיקט. ער זיצט און װאַרט און קלערט אַװדאי אַז װיבאַלד ער האָט נישט בײַ זיך נישט אַ תהילים און נישט אַ דף־היומי גמרא װיאַזױ מען קען אױפֿטון פֿאַר ייִדישקײט און נישט פֿאַרברענגן די מינוטן. מיטאַמאָל בעט ער דעם באַרבירער ער זאָל אַראָפּדרײַען דעם ראַדיאָ װײַל ס'שטערט אים. דער בעל־הבית פֿונעם געשעפֿט איז נישט געװען דאָרט. ער װאָלט זיך אַן עצה־געגעבן און מיט אַ שטעך־װערטל יענעם געשטעלט אױפֿן פּלאַץ. ער האָט ליב זיך צו װערטלן מיט די ייִדישע קליענטן איבער שפּאָרן אַ צענט און אַ דאָלער און די ייִדישע קליענטן שטעכן אים צוריק אַז ער מאַכט אַ פֿאַרמעגן אױף ערב שבועות און יעדער איז צופֿרידן. אין געשעפֿט איז אָבער געװען אַן נײַע אײַנגעשטעלטע װאָס װײסט נאָך נישט װיאַזױ צו באַהאַנדלן אחינו בני ישראל. ער װערט נתפּעל פֿאַר זײערע באַלעבאַטעװעכץ װען זײ מײנען אַז פֿון אונזערע מוצאי ספֿירה און ערב נײַן טעג װערט ער אַ כּשרער עבד כּנעני װאָס אױף אים צו באַפֿרײַען איז מען עובר אַן עשה אױסער אַז מען דאַרף אים פֿאַר אַ צענטער.

שמײכעלט נעבעך דער אײַנגעשטעלטע 'װאָס איז, ס'שטערט דיך?' נעבעך ער האָט געװוּסט אַז ער מעג זײַן אױף זײַן שטעלע אָבער קײן שוץ װעט ער דאָ נישט האָבן װײַל די אַנדרע זענען אַלע געװען בני ברית, אני הקטן בתוכם און ער איז געװען אײן װאָלף אַרומגענומן מיט זיבעציק שעפֿעלעך. האָט ער עס געמיזט אַראָפּדרײען.

דער ליד װאָס האָט דעמאָלסט געשפּילט איז געװען פּינק פֿלױדס מיר דאַרפֿן נישט קײן ערציאונג/מיר דאַרפֿן נישט קײן געדאַנק קאָנטראָל/קײן פֿאַרביסענע סאַרקאַזם אין די כּתות/מלמדים לאָט די קינדער געמאַך...
************************************
שבת אינדערפֿרי בין איך געװען אױף אַן אױפֿריף. דער זיבן־שיכט (7-layer בלע"ז) איז געװען פֿון אַ טאָרט טײג און נישט פֿון אַ האַרטער בלעטער טײג. מײַן שװיגער זאָגט אַז מען קען עס אַזױ אױך מאַכן אָבער איך טענה אַז מלכות שבמלכות איז עס נישט. אַז די פֿיש־באַלן זענען אַלע געװען שיטער פֿון אינערװײניק האָט אַפֿילו מײַן דן־לכּף־זכותדיקע שװיגער נישט געקענט פֿאַרענטפֿערן.

בײַם סעודה האָט מען גערעדט װעגן עפּעס אַ סוחר אַ שװערער ייִנג. האָט מײַן שװיגער געזאָגט אַז זי פֿאַרשטײט נישט פֿאַרװאָס מענטשן װערן אַזעלכע שקרנים בײַ געלט און בײַ שידוכים.

9 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

יאך האב נאך ניט גיזען איין "זיבן שיכט לעקאך" פון בלעטר טייג. צו אפשר מיינט איר דעם נאפאליאנ'ס לעקאך? דער פערויכערטר יוד ~ סמאק"י דזש"ו בלע"ז

קטלא קניא אמר/ה...

איך בין נישט זיכער װאָס דאָס איז נאַפּאָליאָנס לעקאַך אָבער כּך מקובלני מבית אבא אַז אין אַ זיבן שיכט מיז מען קענען אַרײַנבײַסן. אַז נישט האָט עס אַ טעם װי געבראָקטע שמורה מצה.

שלום בערגער Zackary Berger אמר/ה...

Nisht "dark sarcasm" (tunkeler sarkazm)?

קטלא קניא אמר/ה...

איר האַלט נישט אַז יש ליישב בדוחק? איז דען נישט דאָס װאָס רופֿט זיך טונקעלע/פֿינסטערע סאַרקאַזם פֿאַרביסן, און מײנט דען דאָס נישט דער פּסוק? אַ גוטן חודש אין יעדענס פֿאַל.

אנונימי אמר/ה...

strike 3 call

Isaac אמר/ה...

Galitzyaner - takeh bataampt geshriben. A gitten shabbes.

Isaac אמר/ה...

Rabayni, if you live in metro New York City, take yourself and your family to Central Park sometime these two weeks to see "The Gates." (link below) In "Yeshivish," we'd call this total "bitul z'man," but it's a lot of fun to walk through and it's great to see thousands of people just enjoying themselves.

http://christojeanneclaude.net/tg.html

אנונימי אמר/ה...

טייערע קטלא, ס'ארטיקל איז לא ארוך ולא קצר אלא בינוני

איך זעה אז אייך שטערט דאס וואס די וואס די יונגע קינדער ווערען אנטפלעקט
(EXPOSED)
ווי צו אזוינע אום איידעלע סאביעקטן קנעכט אין באהרין אוערן, און נאך מעהר צו איין אמה עבריה, א קינד םון אונטער 12 וואס דער פאטער האט אויף איהר געמאכט א סעיל.

איך וואלט מיט אייך מסכים געוועהן מיט גאנצן הארץ ווען די קינדער בלייבן קליין לעולם וועד. אבער זייט וויסען הער קטלא, אז די זיסע יידישע קינדערלעך האבען א נישט סיפאטישע נאטור, אז זיי ווערן אלע ששפעטער בחורים און דערנאך יונגעלייט, און ס גייט אזוי מטה מטה ביז זיי ווערן מקוה זיצערס מיט קניפען אן די גראע בערד ל"ע

איהר זייט אפשר נאך צו יונג אבער איך האב דאס בייגעוואינט. ביי מיינע אייגענע צאצאים

באשר בכן איז שוין פארענטפערט די קשיא צו וואס מען דארף מיט זיי לערנען די דאזיקע פסוקים


איי וועט איר מיך פרעגן צו וואס דאררפן דאס די גרויסע

הלוואי וואלט מיין בעה"ב געוואסט ווי אזוי מען דארף באהאנדלען איין עבד עברי, און אוודאי געוויס א פועל. וואס וואלט דאמאלטס געווען?

...וואלט איך געבליבן א פועל עד היום הזה....

אנונימי אמר/ה...

hey


Just saying hello while I read through the posts


hopefully this is just what im looking for looks like i have a lot to read.