פאַר אַ פּאָר וואָכן איז מיר אָנגעקומען אַזאַ שאלה אין דער פּאָסט פון ר’ שלום בערגער:
אפשר קען קטלא קניא מיר זאָגן על רגל אחת פאַרוואָס ער שרייבט אויף יידיש.
וזאת תשובתי:
אַזוי פרעגט שלום בערגער. פאַרוואָס שרייב איך אויף יידיש.
איך ווייס נישט די תשובה.
ווייל יידיש איז מיין שפּראַך. ווייל אין יידיש קען אויך מיין נשמה רעדן. ווייל אין יידיש רעדט מען פון האַרצן.
קומען צוויי חסידים, זעצן זיך אַנידער און קנאַקן ניסלעך און רעדן אַ שטייגער אויף יידיש. מען רעדט, מען שרייט, מען ווערט היציק, מען רעדט איינעם איבערן צווייטן, מען לאַכט, מען וויינט, ניסלעך פליען מיטן שפּייעכץ, מען ווישט אָפ דעם צווייטן דאָס ברעקל, מען גלייכט יענעם אויס דער קרוגן, מען קראַצט עפּעס אַרויס פון באָרד און אַלעס אין יידיש.
אין ענגליש גייט אָבער נישט אַזוי. ניין. זיץ מיט אַ גלייכן רוקן, האַלט ווי אַ מענטש דער גאָפּל און מעסער, קיי נישט מיט אַן אָפענעם מויל, שלינג ערשט אַראָפּ און דערנאָך זאָג וואָס דו האָסט צו זאָגן, לאָז ערשט אַ צווייטן אויסרעדן, דער אַקסענט מיז זיין ווי אַ מענטש, דער גראַמאַטיק אויסגעהאַלטן לכל הדעות, יעדעס וואָרט מיז האָבן אַ זינען און אַ מיינונג. ווער האָט דען צייט צו דאָס אַלעס ווען די נשמה שרייט?
פאַרוואָס שרייב איך אויף יידיש? ווייל יידיש רעדט צו מיר. איך פּראָביר פאַרמאַכן איר פּיסק אָבער זי פייפט זיך אָן. זי פּלוידערט אָן אויפהער און מאָנט פון מיר ווערטער, שרייבן, מחשבה, צייט. עס שרייט און שלאָגט, שרייב, שרייב און שרייב. איך האָב מיך דאָס נישט אויסגעוועלט. ווען איך וויל כּבוד וואָלט איך געשריבן די טעמעס אויף ענגליש אָדער כאָטש פאַרזיכט. איך שרייב אין דער שפּראַך וואָס איך הער און אין דער שפּראַך וווּ מיין פייער בלייבט א כּלי ראשון.
פאַרוואָס שרייב איך אויף יידיש? וויאַזוי דען זאָל איך שרייבן? פראַנצויזן שרייבן אויף פראַנצויזיש און ענגלענדער אויף ענגליש איז הלמאי זאָל אַ ייד נישט שרייבן אויף יידיש. יידיש איז אונזערע תורה שבעל־פּה איז זאָל זיין פאַרבאָטן דערפון אַ תורה שבכתב?
אויסער דעם ווי קען איך אָנקומען צו יידן וואָס דאָרשטן אויף אַ יידיש וואָרט און קענען שוואַך ענגליש. און אפילו אַז זיי קענען יאָ, איבערזעצן אונזער לעבענס שטייגער אויף ענגליש איז ווי דער פּאָעזיע וואָס ווערט פאַרלוירן אין איבערטייטש. מען קען עס שילדערן אין אַנדערע שפּראַכן אָבער דער טעם פון דער נשמה יתירה דאָס געבט זיך בלויז איבער אויף יידיש. גאָרנישט זעטיקט דער מאָגן ווי א היימישער מאכל און גאָרנישט זעטיקט די נשמה ווי אַ היימישע שפּראַך. וואָס עס זאָגט זיך אין יידיש זאָגט זיך נישט אויף אַן אַנדערע שפּראַך.
אויף לה”ק איז עס אָדער עלעגאַנט ווי אונזערע תורה הקדושה, ר' יהודה הלוי, ביאַליק און נאָך און נאָך אָדער איז עס וווּלגאַר פון אַ באַגליקטן פאָלק וואָס מיינען ווייל זיי האָבן אַ לאַנד מעגן זיי יעדן האָבן אין בוידעם. מיר זענען אין גלות אפשר דאָפּעלט אַזוי לאַנג ווי אין ישראל. אין גלות האָבן מיר נישט אַ לאַנד און עס איז נישט על תלה בנויה אָבער ספרים האָבן מיר פאַר די לומדים און אַ שפּראַך האָבן מיר פאַר
יעדן. די שפּראַך איז יידיש.
איך שרייב אויף יידיש פאַר דער זעלבער סבה וואָס איך שרייב בכלל. ווייל איך קען נישט אַנדערש. שתיקה בתרי, שטיל זיין קאָסט טייערער. ווען איך רעד אויף ענגליש איבער יידישע ענינים און איך ווער צוהיצט שיסן פון מיר יידישע אויסשפּרעכן און ווען איך ווען רעד דענקעריש אויף יידיש קומען צו גיין די ענגלישע מער מדוייקדיקע טערמינען. אין ענגליש טראַכט מען אָבער אין יידיש פילן מיר. ווי קען עס זיין אַנדערש אַז מיר לעבן אין יידיש. אין ענגליש בין איך ווי אַ דרויסנדיקער אָבער אין יידיש רעד איך פונעם תוך תוך סיי פון מיר און סיי פונעם בתוך עמי אנכי יושב.
און נאָך איין סוד. אויף יידיש קען איך מיך בעסער באַהאַלטן. אין ענגליש איז דער מאַרק גרויס און די סחורה ווערט אָפּגעמאָסטן אַנטקעגן מער גלאַנצעדיקע און זאַפטיקע. אין יידיש איז אָבער אַ חידוש. איינער קומט שרייען און באַלד באַקרוינט מען אים און מען באַקראַנצט אים.
זאָל דאָס זיין מיין מתן שכרה בצדה ווייל סייווי קען איך נישט צופיל אַנדערש.