יום שישי, דצמבר 26, 2008

עשרה נסים...

...נעשו לאבותינו במצרים און נאָך צען על ים סוף און ווידער צען אין דער בית המקדש. פאַרוואָס דער באַשעפער איז באַליבט אין דער פיגור צען ווייס איך נישט. נסתרה דרכּי מה´. איך האָב אַלץ געמיינט אַז אין הימל איז אַ חשיבות דער נומער זיבן, וביום השביעי שבת שבתון, בחודש השביעי ירח האיתנים, ספירת העומר, שמיטה, יובל און נאָך. אָבער אַז חז"ל זאָגן צען נסים האָבן דאָך חז"ל געוווּסט וואָס זיי רעדן און מיר האָבן נישט וואָס צו פרעגן.

אין אמתן איז דער נומער צען טאַקע נישט אַזאַ גרויסע גדולה און ווען דער אייבישטער וויל קען ער טון נסים פיל מער ווי צען. היד ה´ תקצר?! האָט משה רבינו געפרעגט און אַסאַך מער ווי צען פייגל זענען אים אַרויסגעפלויגן פון דער נאָז. אפשר אין מצרים ווען די ייִדן זענען געווען איינגעזונקן אין מ"ט שערי טומאה, און ביים ים ווען עס איז געווען אַ קטרוג הללו עבודה זרה והללו עובדי עבודה זרה, און אין בית המקדש ווען עס איז געווען שנאת חנם, און לא ברכו בתורה תפלה וסוף, און העמידו דבריהם על דין תורה האָבן זיי נאָר באַקומן צען נסים. אָבער בזמנינו וואָס מען זאָגט ברכו בתורה מיט אַזעלכע שאָקעלדיקע כּוונות אַז די אותיות פון דער ספר תורה ווערן אָנגשפּיגן אָבער דער תורה ווערט נישט פּסול, און מיר זענען מעמיד דברינו נישט נאָר על דברי תורה נאָר אויך אויף די ווערטער פון גדולי התורה און אויף יעדער ספק־ספיקא פון אַ ספק־ספיקא און אויף אָטיסטישע קינדער וואָס זאָגן מער נביאות ווי יחזקאל בן בוזי, און מיר האָבן נישט שנאת חנם ווייל וועם מען האָט פיינט קומט זיך עס מנה אחת אפים און פון די טויזענעטע שנאות איז נישט דאָ אפילו איינס וואָס איז אומפאַרדינט, אין אַזאַ דור קומט זיך אונז זיכער פיל מער ווי בלויז צען נסים. און ווי עס האָט זיך אויסגעשטעלט אין מומבאַי האָט מען געזען אָפענע נסים עשרת מונים וואָס קען נאָר זיין בזכות דעם וואָס מיר לעבן אין אַזאַ דור דעה.

ראשית כּל דאָס וואָס מיר וויסן אַזוי גוט יעדער טראָפּן בלוט וואָס האָט זיך דאָרט פאַרגאָסן איז איינס פון די נסים וואָס דער אייבישטער האָט מיט אונז געטון. מיר דאַרפן זיך ברוך השם נישט פאַרלאָזן אויף סי.ען.ען ווייל מיר האָבן אייגענס. היימישע צייטונגן על טהרת הקודש אָן חשש פון לשון הרע אָבער מיט גלאָסי געפאַרבטע פאָטאָגראַפן פונעם גרעסט ביזן קלענסטן גדול הדור. אָנע קאָמענטאַרן, ווייל לב מי לא יחרד צו שילדערן די דערהויבענע מינוטן אין דער אָנוועזנהייט פון קדושי עליון. און אַז מען קאָמענטירט קענען דאָך די ברודערס חסידים, די שוואָגערס שווענץ און די סתם מתנגדים מקיים זיין ויצת אש בציון איבער רופן אַ ברוקלינער געבוירענער מיטן פאַלשן טיטל פון אַ בעסעראַבישן דערפל. איז עס פיקוח נפש און מען זאָגט גאָרנישט. האָבן די אָ מאַגאַזינען וואָס מען דאַרף גונז זיין מיט שמות אונז צוגעשטעלט, הודו לשם, פּאָרנאָגראַפיע למהדרין מן המהדרין. בלוט צושפּריצט אויף ווענט, בלוט אויסגעשמירט אויפן פּאָדלאָגע, בלוט אויף ליילעכער, בלוט אויף שמאַטעס. אעיקר בלוט. וואָס רויטער און גלאַנציקער אַלץ געזונטער צום הרהור תשובה. מיר וואַרטן בלויז אויפן נייעסטן מחזור המפורש מיט בילדער אויף דמם נשפך עליך כמים און אַן ענגלישע ביך פון אַ קירוב אָרגאַניזאַציע מיטן טיטל, ´קידוש השם אַז יווו נעווער סין איט ביפאָר.´

און דאָס אַליין איז אויך אַ נס בתוך נס. ווייל פון וווּ קען מען באַקומן אַזעלכע געשאָנקענע בילדער מיט אַזאַ געלונגענעם פאָקוס? האָט גאָט מיט אונז געטון נאָך אַ נס. ער האָט אונז געגעבן אַ בלוט דאָרשטיקע אָרגאַניזאַציע וואָס ווי אַ מענטשן פרעסענדיקע וואַלפיש קענען זיי אויסשמעקן אַ טראָפּן בלוט אין מיליאָנע פּיקסלס. כּי אין מלה בלשוני, מען דאַרף זיי ניטאַמאָל מעלדן און זייערע ריח הקודש דערציילט זיי שוין אַז ערגעץ וווּ קען מען שמעקן בלוט, און ווי נבונים וואָס זענען מבין דבר מתוך דבר פאַרשטיין די חתני דמים אַז בכל מקום שאתה מוצא דם שם אתה מוצא אַ געלעגענהייט מיטן עין רואה פון קאַנאָן און ניקאָן. ביים מכּת דם שטייט אויך אַז נישט נאָר דער אייבישטער קען ברענגן בלוט נאָר ´ויעשו כן חרטמי מצרים´. בלוט איז נישט קיין קונץ נאָכצומאַכן.

מיינט נישט דאָס איז אַ קליינער נס. פאַרשטריימעלטע ייִדן און פאַרטיכלטע ייִדענעס, פאַרפּיאהטע ייִנגלעך און פאַרלאָשיק־עקלטע מיידלעך וואָס מעולם לא טעמו טעם חטא קענען זיך מחיה זיין אויף די פּעקלעך איינגעוויקלט אין טליתים מיט צוויי לעכט צו קאָפּנס און וויסן אַז חלילה קוקן זיי נישט אויף אַ פרוי אינעם פּרצוף. פון ווען זיי האָבן געלעבט האָט מען קיין פרוי חלילה נישט געוווּזן נישט מכשיל צו זיין שוואַכע נשמות אין משיחס צייטן מיט פאָטאָגראַפן פון לאַנגע שייטלן אָבער ווען זיי זענען טויט זענען זיי דאָך רשות הרבים מדאורייתא און הותר דמם. נישט זיי זענען אָבער די אמתע העלדן. פון די אָטענטישע נחשונים האָבן מיר באַקומן בילדער ווי פון די כּהנים בעבודתם. נישט בלויז כּהנים נאָר ווי דער כּהן גדול אויף יום־כּיפור. ער איז אַריין און אַרויס פון לפני ולפנים צו דער עזרה און פּשט בגדי לבן ולבש בגדי זהב און אַזוי אַהין און צוריק זיך צו באַשעפטיקן מיט שפּריצן בלוט פון קרבנות. אַזוי האָבן מיר געהאַט בילדער פון די מוסרי נפש אין ווייס, און בילדער אין געל, און בילדער מיט וועסטלעך, און בילדער מיט בלוט, און בילדער מיט דורך געשאָסענע ספרי תורה און ביי די שטיגן פון אַ פלוגער שמחים בצאתם וששים בבואם אויסגעשורהט ווי מחותנים ביים הויכפונקט פון זייערע שמחה. אַ שהחיינו האָבן זיי אוודאי געמאַכט נאָכן הטוב והמטיב.

די אַלע נסים זענען אָבער אַלע כּקליפּת השום קעגן דעם נס פון דער לוייה. דאָס אַז מען האָט בכלל געהאַלטן אַ לוייה איז אַליין אַ שטיקל נס ווייל בכדי מתיר צו זיין אַן עגונה האָט מען אויפגעהאַלטן אַ לוייה מיט אַפּאָר שעה. ווי יעדער ווייסט אַז מען פאַרהאַלט אַ לוייה אפילו אויף צען מינוט ווערן באַלד מהומות אין די געסער פון ירשלים און מיסט הייבט אָן ברענען ווי קוילן ווייל כּבוד המת איז נישט קיין שפּיל. און אַז די פּאָליציי האָבן געהייסן, נו, איז וואָס? אויך מיר פּוסקים. וואָס איז דאָ מורא צו האָבן? רציחה? ביי אונז איז עס נישט פאַראַן. די וואָס גיין על דרך התורה רצחנען נישט. איי אַ קינד איז אַוועק און עפּעס איז נישט פויגלדיק מיט די עלטערן? הייבט זיך נישט אָן. דער יונגערמאַן לערנט אין כּולל, ער האָט זיך פאַרהערט 600 משניות ביי די צען יאָר אַלט און דריי מסכתות נאָך איידער ער איז אונטערן חופּה געגאַנגן. דאָ אָבער רעדט זיך איבער אַן עגונה און מען דאַרף דער גוף אויף עדות און די גדולי הפּוסקים ציען זיך די בערד אַז אַ וועלט איז נישט הפקר און זיי האָבן אויך מומחים. נישט אויף די ען איי, אָבער מומחים מכל מקום, און מען קען נישט באַגראָבן ביז ווי לאַנג מען שטעלט נישט פעסט מי ומי הנקברים. און דרך אגב שטיין די רבבות און זען די כח ביד חכמים אָפּצושטעלן אַ קבורה אפילו אינעם קרתא דשופריא ויאמינו בה´ ובמשה עבדו.

און אַז עס איז שוין געוואָרן ויהי בנסוע הארון איז געקומן ווידער אַ נס. דער נותן לשכוי בינה האָט אַריינגעלייגט אין די קעפּ פון די מתעסקים אַז מען זאָל אָנקלעבן אַ צעטל אויפן סטענדער פון די מספידים אַז וכל העם ישמעו ויראו וווּ מען זאָל באַצאָלן פאַרן אומגליק. אמת מה נהדר צו זען ווי תיכף לסמיכה שחיטה און תיכף לתלמידי חכמים ברכה, באַלד נאָך מען האָט געשחטן די בעלי סמיכה האָבן די גדולי התורה געברענגט אַ ברכה. ווי אַלקעמיסטן האָבן זיי אַ חוש צו מאַכן פון טרערן גאָלד און פון דער יאָמער פון געוויין אַ קלאַנג פון מטבעות. וואַרט נאָר אויס אויף די בילדער ווי זיי זענען מנדב אין דער שניט פונעם פּושקע און מאַכן כּפּרות אויף טשעק ביכלעך אויף ערב יום־כּיפּור. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול כּסף וקול זהב קול מצהלות גזברים בלשכותיהם וגבאים בחדרי משכיותם ברוך אתה ה´.

קומט מען אַהיים פון דער לוייה און מען מיינט אַז די נסים האָבן זיך שוין אָפּגעשטעלט. מען קלערט זיך לא עביד הקב"ה ניסא למגנא און אפילו ביים באַשעפער מיז זיין אַ שיעור וויפיל נסים ער וועט מאַכן אין איין שאָס. אָבער אַזוי ווי מיר טון מיר פיל מאָל אונטערשאַצן די ראשי הדור און מען מיינט אַז מען האָט שוין געזען זייערע גאַנצע גדלות אַזוי אויך קען דער אייבישטער אונז ערשטוינען. מען האָט שוין געוויינט, מען האָט שוין געגעבן, מען איז שוין זאַט מיט תהילים, הייבט זיך אָן מיטן נס פון אמונה פּשוטה.

פאַרשטייט זיך אַז זוכן סבות צו פורעניות איז אַ זאַך וואָס מען באַשעפטיקט זיך נאָר ווען אַ פירמע פון מחללי שבת כאַפּט אַ קלאַפּ, אָדער ווען עמעצער וואָס טשעפּעט מיט חרדישע אינטערעסן באַפאַלט אַן אומגליק דעמאָלט זעט מען בגלוי דעם ואכבדה בפרעה און דער אָפענער יד ה´ וואָס נאָר אַ טפּש וואָס פאַרמאַכט זיך ווילנדיקעהייט די אויגן קען לייקענען אַז אית דין ואית דיין. אָבער ווען עס באַפאַלט אַן אומגליק פאַר ערליכע ייִדן קען עס זיין ווייל יחידים רעדן ביי יהא שמיה רבא און ווייל יחידות ווילן נישט אויסזען ווי זייערע עלטער באַבעס. אָבער אויסער דעם זענען מיר פולקום, בשלימות, ללא סיג ופגם. ממש אַ פּלא וואָס משיח איז נאָך נישט געקומן, אָדער בעסער געזאָגט ממש אַ פּלא וואָס דאָס האָט פּאַסירט דווקא ביי די וואָס האַלטן אַז משיח איז שוין דאָ.

און אוודאי פאַרדעם האָבן אנחנו מאמינים בני מאמינים זוכה געווען צו זינגערס וואָס מיט זייערע צוועלף מיט אַ האַלבן קבין שעפערישקייט האָבן זיי ברוך השם אונז נישט אַנטוישט מיט זייערע פאַרפּאַסונגן לרגל דער געוואַלדיקער קידוש השם. עס איז נישט אַ גוזמא צו זאָגן אַז זיי שטייגן איבער דעם נעים זמירות ישראל פיל פאַכיק. דוד המלך האָט נישט אַריינגעלייגט ´אוי וויי´ אין זיינע פאַרפּאַסונגן, דוד המלך האָט נישט אַרויפגעלייגט אויף יו־טיוב ווי ער מאַכט מיט די הענט, דוד המלך האָט אַ קאַפּיטל כּאשר בא אל בת שבע און בזמנינו וואָלט מען אַזוינע פּאַסקודסטווע נישט טאָלאָרירט, און דוד המלך האָט אוודאי נישט געוווּסט וויאַזוי צו כאָרעאָגראַפירן אַ שדים טאַנץ צום פּויקן קלאַפּ פון אַ קינדס געוויין . ועל כּולם, דוד המלך האָט געמעגט פרעגן ´למה ה´ תעמוד ברחוק תעלים לעתות בצרה?´, ´למה ה´ תזנח לנצח?´ מה שאין כּן אונזער דור האָט חלילה נישט אַזוינע קושיות און מיר גלייבן באמונה שלמה אַז אַלעס וואָס באַפאַלט אונז איז מאַקסימום ווייל מיר האָבן נישט גענוג אחדות און מיר ווערן מיר נכשל אין דעמאָקראַטישע וואַלן. אויסער דעם איז והאמין בה ויחשבה לו צדקה. פרעג נישט קיין קושיות און לייג אַריין דער האַנט אין קעשענע און דאַווען חדש ימינו כּקדם, מיר זאָלן האָבן דער אחדות פון דער סאָוויעטישן פאַראיין ווען מען האָט אויך נישט גהאַלטן וואַלן און מען האָט געטון ווי די עיני העדה האָבן פאַפוילן.

לאָמיר מסיים זיין אַז אין די אָ שווערע צייטן איז אונזערע אמונה פּשוטה אוודאי דער גרעסטער לימוד זכות. מיר זענען זיך מוסר נפש ע"י שליח, מיר זענען מקריב קרבנות מיט אַ במקום, מיר קומן אום על קידוש השם דורך פאַרטרעטערס, מיר נאַשן פון דעם גרויל פונעם שלאַכטהויז אין פאַרברייטערטע אויסגאַבעס, מיר זויפן זיך אָן פון דער אָרגיע פון בלוט און מאָרד אויף פּלאַזמאַ עקראַנען און אף על פי כן זענען מיר זיך נישט מתרעם כלפי מעלה. אשרי עין ראתה כּל אלה!

יום חמישי, יולי 17, 2008

דאגה בלב איש ב´

הייבט מען אָן צו רעדן.

´וואָס קען איך פאַר דיר טון?´און איך הייב אָן.

איך רעד, און רעד, און פּלאַפּל, און דרשן און פּלוידער און עס נעמט נישט אַן עק. הערט איר, אַ קלא דלא פּסיק. אַ מים שאין להם סוף. ס´פליסן פון מיר טייכן, ס´גיסן זיך גאָסנס רעגן, שטראָמן, פאַרפלייצונגן. גאָרנישט קען מיר מפסיק זיין, בין גברא לגברא מאן דכר שמיה. עס איז ווי איך זאָג אויס אַלע חמש מגלות, תּיקון ליל שבועות, שחרית פון יום קדוש, סליחות פון ערב ראש השנה, גאַנץ משנה תורה און פּרשת נשא שנים מקרא ואחד תרגום און מען האַלט נאָך קוים ביי יגדל. לחם לא אכלתי ומים לא שתיתי ווייל איך האָב גאָרנישט געדאַרפט. מיין מויל האָט זיך פאַרפייכטעט פונעם אַפּעטיט פון רעדן און ווערן אויסגעהערט. זי פאַרזיכט אַריינרעדן אָבער ´האַלאָ, זייט מוחל איך באַצאָל פאַרן כּבוד און אַצינד רעד איך.´

זי הערט, שאָקלט מיטן קאָפּ, שטעלט אָן אַן ערנסטן פּנים כּאילו עס גיין איר אָן מיינע דאגות אין איר לינקע פאה, זי ציט צאַם איר שטערן ווען זאַכן ווערן ביי מיר אָנגעצויגן און שאָקלט מיטן קאָפּ צו ווייזן מיטגעפיל. ביז אָנגעפער צען מינוט פאַרן זמן ווען זי הייבט זיך אָן שפּילן מיטן זייגער אויפן אָרעם. פינף מינוט שפּעטער און זי געט אַ קוק וווּ די הענט אויפן זייגער האַלטן שוין. וווּ איך האַלט איז גאַנץ ווייניק אַ חילוק. איך האַלט אין מיטן זיך גאָרגלן, שפּייען בלוט און מיטאַמאָל ´איטס טיים, מען וועט ממשיך זיין נעקסטע וואָך´.

רבונו של עולם איך קען קוים וואַרטן אַ מינוט, אַ שעה איז מיר אַ גיהנום און ווער רעדט נאָך פון אַ מעת לעת און דאָ מיז איך וואַרטן אַ וואָך. רבונא דעלמא כולא אַ גאַנצע וואָך! באַשעפער, איך קען נישט וואַרטן, איך קען בשום אופן נישט מפסיק זיין. איך האָב אַזויפיל צו זאָגן און מיינע נויטן קענען פּשוט נישט וואַרטן. זי הייבט זיך ניטאַמאָל אויף. ´הייסט עס פינף און פערציק מינוט איז דיר נישט גענוג. אָקיי מיר וועלן מיר אַרומרעדן דעם ענין נעקסטע וואָך´. אַצינד פאַרשטייט איר פאַרוואָס איוב האָט אַזוי געליטן. ער האָט געהאַט דריי שרינקס נישט איינס.

אַזוי בין איך מיר געגאַנגן וואָך נאָך וואָך און ווען עס איז געוואָרן כּלו כּל הקיצין איז מען געגאַנגן צוויי מאָל אַ וואָך. דער זעלבער נוסח יעדער מאָל פון אויפמאַכן דער טיר, זיך אַוועקזעצן, דרשנען און פּלוישן, קוקן אויפן זייגער פינף מינוט פאַרן סוף און ´איטס טיים´. ווי צייט איז אַריבער האָב איך איר אַביסל געלאָזט אַריינרעדן. זי האָט געזאָגט אַ סברא און איך האָב אָדער אָפּגעווענדט מכּל וכּל אַז עס איז פּלפּולי סרק (סייקאָבאַבל בלע"ז) אָדער דער סברא איז מיר געפאָלן און איך האָב געברענגט ראיות בנערנו ובזקננו. פון דעם אלף־בית רבי, ביזן רבין זאָל מאריך ימים זיין, פון מיינע עלטערן ביז מיין יינגערער ברידער. זי איז מסביר אַז איך האָב מיט אים ´אישוס´ווייל ער האָט מיר באַגנבט מיין חשיבות מיט זיין געבוירן ווערן און איך דריי מיטן נאָז, ´מהיכי תיתי, ווי קען איך עס געדענקן?´

איך קלער וועגן דעם מלאך וואָס דאַרף געבן יעדער קינד אַ שנעל אין נאָז ווייל אַז נישט וועלן יידישע קינדער געבוירן ווערן מר ברב אשיס און מען וועט קענען שליסן אַלע ישיבות. פון איר קומט אויס אַז דער מלאך פליקט נאָכן געבוירן אויך און מען פאַרגעסט אויך וואָס עס טוט זיך נאָך מען קומט אַרויס לאוויר העולם און אַנשטאָט אַ סימן אויף דער וואָנזע בלייבט אַ סימן אויפן נשמה און אין די געפילן. אפשר ווענדט זיך דער מחלוקת צווישן די מלאכים אין דער מחלוקת צווישן פרויד און יונג. ווען איך האָב אַרומגערופן פאַרשידענע שרינקס צי זיי קענען מיר אָננעמן האָב איך אַנדעקט אַז עס זענען דאָ פרוידישע שרינקס און יונגישע שרינקס. שרינקס וואָס אַרבעטן אויף שבירת המדות (קאָגניטיוו ביהייוויער טעראַפּי בלע"ז) און סייקאָטעראַפּיסטן און מען האָט מיר געפרעגט וואָס און וועלכער איך זוך. אַסאַך האָב איך געווּסט. שטעלט אייך פאָר אַז איר גייט זוכן אַ רבין און מען פרעגט אייך צי איר ווילט אַרבעטן אויף עניוות אָדער אויף שמחה? 'אייך געפעלט דביקות אָדער פּרישות?' ביי אונז חסידים אַז איר ווייסט וואָס איר ווילט איז שוין אַ סימן אַז איר זענט צו גרויס ביי זיך. איך ווייס נישט האָב איך געזאָגט, ´איך דאַרף הילף.´ אנא ה´ הושיעה נא. פאַרשטייט איר צי נישט?

אַז מיר איז אירס אַ סברא געפאָלן האָט זי זיך געריבן די הענט און זיך געלעקט דער וואָנזע וווּ זי האָט אַ שאָטן פון אַ שאָטן. באַלד האָט זי פאַרזיכט אויף דער סברא אויפצובויען תילי תילין של אישוס. לא חרבה ירושלים און אין בן דוד בא אַלעס מחמת איר פרישן אַנדעקטן זכּרון וואָס זי האָט ביי מיר אויפגעגראָבן. דעם פאַרמאַכטן טיר ווען דיין מאַמע איז געווען קראַנק. דו האָסט דיך געשפירט אויסגעשלאָסן און עד היום הזה האָסט דו אַ פחד צו קלאַפן אויף אַ פיגוראטיוון טיר וואָס מען פאַרמאַכט דיר אין פנים. און איך קלער ´יאָ, ביסט ווערד דיינע מאה וחמשים, איר דאַרפט נישט אַזוי שווער אַרבעטן מיר אויפצוווייזן ווי טויגלעך איר זענט.´

דער שאָטן שבשאָטן פון אַ וואָנזע וואָלט מען אַלגעמיין נישט באַמערקט אָבער אַז איך האָב איר אַריינגעקוקט אין פּרצוף וואָך נאָך וואָך אַ ´שעה´ אָן אויפהער קען איך איר פּנים בעסער ווי עס קען עס איר מאַן. נישט אַז איך ווייס צי זי איז בכלל פאַרהייראַט. זי מעג וויסן מיינע קישקעס אָבער איך וועגן איר ניטאַמאָל וואָס פאַר אַן איי זי האָט געהאַט פאַר פרישטיק. איין מאָל האָבן מיר געשמועסט און איך האָב דערמאַנט באָראַט. איך געדענק נישט אויף וואָס אָבער מן הסתם מיט אַ משל אָדער אַ צוגלייך צו עפּעס וואָס האָט פּאַסירט אין דער פילם. פרעג איך צי זי האָט עס געזען, כּאילו צי זי פאַרשטייט וואָס איך מיין. אַ שטימעניש האָט איר אָנגעכאַפּט און דערנאָך אַ בעל־כּרחך´דיקע, בדיעבדיקע ´יאָ.´

אָבער עס העלפט. נאָך אַ צייט געוווינט מען זיך צו צו די אַלע משוגעתן און מאָדנעקייטן און מען וועט פאַרטיפט אין זיך אַליין. זי בלייבט אָבער נאָך אויך דאָרט. דאָס הייסט אַזוי. עס גייט דורך אַ שטיק צייט או מען שמועסט אויס אַזאַ פּראָבלעם און אַזאַ קוועטשעניש און זי געט אַ פרעג, ´און זאָג נאָר, די פּראָבלעמן האָסט דו אויך מיט מיר?´ וידום אהרן. וואָס וויל זי אַז איך זאָל איר זאָגן? אַז זי איז קאַלט ווי אַ שטיין נאָכן אר"י הקדושס מקווה? אַז צווישן איר און מיין פאַטעל איז די מחיצה שטערקער און גרעסער ווי צווישן דרום און צפון קאָרעאַ און אין מלכות נוגעת בחברתה אפילו כמלוא נימא? הייב איך באַלד אָן צו חקרנען. פאַרוואָס פרעגט זי מיר די שאלות? איך ווייס שוין. און מנהג אבותינו בידינו פרעג איך באַלד צוריק.

דאָס וואָס איר פרעגט מיר די מאָדנע שאלות איז אפשר ווייל איר זוכט ביי מיר דער גזע, דעם תוך־תוך פון מיין מחלה? ווי פאָרשערס ווען זיי ווילן היילן אַ קרענק זוכן זיי אָפּ אין אַ לאַבאָראַטאָריע דעם אבי־אבות פונעם חולאת אין אַ באַקטיריום וואָס מען דאַרף פאַרגערסערן טויזענטער מאָל צו קענען זען במה דברים אמורים און ווען זיי געבן זיך מיט דאָס פּיצל אַן עצה קענען זיי שוין היילן מענטשן וואָס זענען אָנגעשטעקט מיטן ריכטיקן בחור פונעם קרענק. פרעג איך איר צי זוכט זי ביי מיר אין איר לאַבאָראָטאַריע אויפן פאַטעל דעם שורש פון מיינע קרענקן און אַזוי אַרום וועט זי אויסהיילן אַלע תולדות כּיוצא בהן. האָט זי אויף דעם אויך אַ תשובה: איך טו אינטעלעקטואַליזירן מיינע געפילן. איך געב אויף. איך הייב הענט.

דער זאַך מיט שרינקס איז נאָר אַז טאָמער איך זאָל איר זאָגן אַז איך געב אויף וועלן מיר פאַרברענגן איבער דעם נאָך פינף סעסיעס אויפצוקניפּן די ציצית פון מיינע געפילן. וואָס שפירסט דו, און וואָס ווילסט דו פטור ווערן מיטן אויפגעבן, און אפשר מיינסט דו נישט מיר נאָר דו האָסט מורא וואָס מען וועט דאָ אויפדעקן, און פון וואָס גענוי האָסט דו מורא, און וועלכן טעם האָט דער פחד. ממילא זאָג איך גאָרנישט. דערווייל זאָגט זי אַז איך זאָל נישט לערנען אַזוי פיל פּשטים און פּשוט אַרויסלאָזן מיינע געפילן. נו גיי דינג דיך.

יום שני, יוני 23, 2008

דאגה בלב איש א´

לאָמיך אייך נישט ציען ביי די עצמות און לאַנג האַלטן אין סוספּענס. איך זאָג שוין וואָס האָט מיט מיר פּאַסירט: איך האָב אָנגעהויבן גיין צו אַ שרינק. פּראָסט אַזוי. ´וואָס איז?´ איך בעט אײך, זײט צופרידן איך האָב אײך אַזויפיל דערציילט און ווען דער צײט וועט זיין ריכטיג וועלן מיר ווייטער רעדן. אויף דערוייל וועל איך זאָגן אַז ווי משוגע איך בין איז זי טויזענט מאָל ערגער. יאָ, עס איז אַ זי און איך האָב מיך דווקא אויסגעוועלט אַ פרוי ווייל אַז איך גיי שוין פאַר איינעם אויסגיסן את אשר עם לבבי זאָל עס שוין זיין אויף די ווייכע פלייצעס פון אַ פרוי ווי איידער אויף די שטעכעדיקע באַקן פון אַ מאַן. פון די מלמדים מיט זייערע צינישקייט, די מנהלים מיט זייערע שלעק, די משגיחים מיט זייערע פעך און שוועבל ווייס איך שוין צו גוט וואָס צו ערוואַרטן ביי אַ מאַנספּערשוין איז לאָמיך פאַרזוכן צי ביי די נשים צדקניות איז עפּעס בעסער. אַנו, האָב איך שוין געהאַט ווייכע פּלייצעס.

איך האָב אויפגעזוכט דעם נומער און איך בין אַרויף די שטיגן צו איר ברוינע־הויז און געשטאַנען ביים אַדרעס מיט ציטערדיקע פיס. דער ווידערקול פונעם קלינג אויפן גלאָק און פון פיסטריט אויף נישט באַטעפּעכטע האָלץ האָט מיר געמאַכט זיך דאַכטן אַז דער גאַנצער גאַס הערט די קולות. איך האָב מיך באַגראָבן דאָס פנים אַז מען זאָל מיר נישט דערקענען כּאילו איך קלאַפּ ביי אַ זונה אויפן טיר. אַז איך האָב איר צום ערשטן מאָל געזען און באַנומן האָב איך געמיינט אַז איך האָב צוטון מיט אַ מכשפה. שטיין שטייט זי נישט העכער ווי פינף פיס, מאַקסימום פינף פיס צוויי און זי מאַכט פאַר מיר אויף אַ גרויסע הויכע טיר און קוקט אויף מיר כּאילו אין אַ קנאַפּע שעה, קנאַפּ לטובתה, גייט זי מיר נישט אויסזעקלן פון אַ שיבוש אונטער אַ מאה וחמישים. וואָס האָסט דו דאָ פאַרלוירן? האָבן אירע אויגן געשריגן און איר קויל שוואַרץ האָר וואָס יעדער האָר איז געווען ווי באַזונדער אויפגעהויפנט אויף נאָך א באַזונדערער האָר האָט אַ קליין טרייסל געטון.

´איר זענט ל.?´ האָב איך געפרעגט.

´יאָ, איך בין דאָס.´

´איך בין קטלא קניא און איך האָב מיט אײך אַן אַפּוינטמענט.´

אָן אַ ´קום אַריין´ אָדער אַ ´ברוך הבא, מאַך דיך היימיש´ געט זי זיך אַ דריי אויס און הייבט אָן גיין צו איר ביוראָ. איך האָבן קיין אַנדער ברירה נישט געהאַט נאָר איר נאָך צו גיין אין צימער אַריין וווּ זי ווײזט מיר צו צו אַ פאַטעל. ביוראָ איז מישטיינס געזאָגט ווייל עס איז נישט מער ווי אַ סאַלאָן מיט צוויי פאַטעלן און אַ בעט, אַ פּאָר פסיכיאַטערישע ביכער, בלומען העכער אַ קאַמין, לאָדנס איבער די פענסטער או אַ טעפּעך אויף איינס פון די ווענט אונער וואָס איז געשטאַנען דער בעט. אַ בעט מרמז זיין וווּ מען קומט אָן ווען דער פאַטעל ווערט צו האַרט, בפרט ווען לעבן די קישנס איז געלעגן אַ פּושקע טישוס. איך זיך אַ דיוואַן ווי עס פאַסט זיך פאַר אַ רופא לחולי נפש מתלמידיו של פרויד בעל החלומות און איך האָב מיישב געווען בדוחק אַז פאַר די מקילים איז אַ בעט אויך כּשר. אַ פלעשל וואַסער און אַ הויפן איבעגדרייטע פּלאַסטיק גלעזלעך זענען געשטאַנען הינטער מיין פאַטעל.

איך בין געווען שפּעט און איך האָב מיך אַנטשולדיקט אָן זיך צו פאַרענטפערן. וואָס איז דען דאָ זיך צו פאַרענטפערן? סייווי וועל איך איר באַצאָלן פאַר דער גאַנצער ´שעה´ און דער פאַרלוסט איז כּולו שלי. אַ שעה הייסט עס אין שרינק צייט. אין הלכה זענען פאַראַן שעות זמניות וואָס ברייטערן זיך אויס און ווערן צאַמגעצויגן לויטן סעזאָן. ביי שרינקס איז אַ שעה פינף־און־פערציק מינוט און אַז עס געפעלט דיר נישט בלייב משוגע. אָבער אַז דער נער שטויסט דיר, באַצאָל.

אין אמתן געזאָגט האָט זיך מיר געגלוסט זיך צו פאַרענטפערן מיט אַן אויסגעטראַכטן תירוץ אַז איך האָב געהאַט שוועריקייטן איר צו טרעפן אָדער אַז טראַפיק האָט מיר אויפגעהאַלטן. למעשה בין איך געווען שפּעט ווייל ס´איז מיר שווער צו זיין אין ערגעץ אין צייט. ס´איז אַ חסידישע קרענק וואָס יאָרן פון אַרבעטן אויף זיך האָט מיר נאָך אַלץ נישט אויסגעהיילט. ממילא האָב איך מיך איינגערעדט אַז אַ רייזע פון צוואָנציק מינוט קען איך אַלעדיגן אין צען מינוט ווייל איך קען אַ זייטיקע וועג, איך וועל כאַפּן גרינע לעמפּ אויפן וועג, און איך וועל מיך געבן אַ שאָקל און מיט אַ תפלה וועל איך האָבן קפיצת הדרך. בין איך געווען שפּעט. ווי אין שיל, צום פליגער, צום באַן, צום אַרבעט, צום שיעור און האָפנטלעך צום קבר.

דער טעם פון מיין שווייגן איז אָבער געווען ווייל איך האָב מיך איינגערעדט אַז זי איז יודע כל הנסתרות. איך האָב מיך געשוווירן אַז זי קען חכמת הפרצוף און איז סוקר בסקירה אחת אלעס וואָס איך האָב געטראַכט, וואָס איך טראַכט און וואָס איך גיי טראַכטן אין מיין גאַנץ לעבן. וואָס הייסט, זי איז דאָך אַ פּסיכאָלאָג, כּלומר זי איז אַ יודע מחשבות. זי קען הערן אויפן קלינג פון מיין קול, אויף מיין שלונג צווישן די ווערטער, אין דער טרוקנקייט פון מיין מויל, זי קען זען לויטן טאַנץ פון מיין גאָרגל אַז איך בין אַ שקרן. אַז איך האָב פאַר איר מורא ממילא דאַרף איך מיך פאַרענטפערן. אַז איך בין אַ ביליגע ליגנער און איך וועל מיר פאַרקויפן דער נשמה כדי זי זאָל מיר משלים זיין די מינוטן אָדער רעכענען ווייניקער וועגן מיין כּלומפּרשטן אונס. ממילא קעגן אַזעלכע אויגן וואָס מיין נשמה איז פאַר זיי ווי פאַר אַ שפּיגל וואָס איז דען ווערד אַ ליגנט?

זעץ איך מיך אויפן פאַטעל און מען הייבט אָן רעדן. איך זאָג אַז איך וויל אַ רפואה, און זי זאָגט, ´געדולד´. איך פרעג ´ווען?´ און זי זאָגט ´אַ יאָר, צוויי´. איך וויל קושן דער מזוזה און זי ווייסט פון אַ מזוזה ווי איך פון אַ פסל מיכה. למעשה, אַ ייד איז זי יאָ. און צוגאָב אַז זי זאָל זיין אַ פרוי האָב איך געהאַט נאָך איין פאַרלאַנג אַז זי זאָל אויך זיין אַ ייד. נישט אַ ייד מיטן גלות אויף די פּלייצע און אַ נאָז ווי אַ תחום שבת. כּל־שכּן נישט אַ ייד וואָס ´פאַרשטייט´ צו פּסיכילאָגיע ווייל ער האָט אַ ברכה פון פופצן גדולי ישראל און ער האָט שוין געשריבן דריי ביכער פאַר פעלדהיים און צען אַרטיקלן אין המודיע. איך האָב געזוכט אַ ייד וואָס איז נישט מער ווי אַ ייד. דער אַבסאַלוט מינימום לא פחות ולא יותר.

האָב איך איר געפרעגט אויפן טעלעפאָן, ´זאָגט נאָר איר זענט אַ ייִד?´.

שאַ. שטיל. צ ו ו י י ס ע ק ו נ ד ע ס.

´יאָ´.

אָט אַזאַ ייִד האָב איך געדאַרפט. זאָל זי גיין צו איר שרינק איבער איר ייִדישקייט און איך צו איר איבער מיינס. ווי אין פסוק שטייט ורפא ירפא, דער דאָקטאָר דאַרף אויך אַ דאָקטאָר.

(בא יבא ברנה...)

יום ראשון, יוני 01, 2008

שעשני כרצונו

מפאת הנשים והבתולות שאינם מבינים בלשון הקודש ע"כ לזכות את הרבים העתקנוה ללשון תרגום זאַרגאָן בכדי שיהא שווה לכל נפש.

שמייס דיין פרוי וויפיל ס´לאָזט זיך
אַז איר שייטל קריכט מחיל אל חיל
פאָלג מיר שעפעלע, ווערט נישט איר יידענע
אַז זי זאָל זינגן ביי אייך אשת חיל

צדיקל, צי וועסט דו דען שיקן
דיין ווייב זאָל קויפן אַן עליה?
און זי זאָל ביי דיר טראָגן די ביצים
און דו וועסט מאַכן א בדיקה ביים שקיעה?

פאַר די נשים האָט מען געמאַכט אַ קאַר סערוויס
איר פּראַכט איז אַ ווינדל צו טוישן
די פיס זאָל זי באַשיינען מיט סימס
איר ברוסט מיט אַ כּמעט־ווייסן חושן

שפּאַר איר איין מיט אַ שלאָס און אַ ריגל
לאָז איר נישט אַרויס צו די מאָלז
זי זאָל אסור נישט חתמנען דיין טשעקינג קאָנטע
און זיי בודק איר אײַטעמײַזד קאָלס

(מיט התנצלותן צו שמואל הנגיד)

יום שני, מאי 26, 2008

שלא עשני אשה

הַךְ אִשְׁתְּךָ מַכַּת בְּלִי סָרָה, אִם
תִּמְשׂל בְּךָ כָּאִיש וְתָרִים רֹאשָׁהּ
אַל נָא, בְּנִי, אַל נָא תְהִי אַתְּ אֵשֶׁת
אִשְׁתָּךָ, וְתִהְיֶה אִשְׁתָּךְ אִישׁ אִשָׁהּ!

לְךָ נֶפֶש, הַתוֹצִיא אִשְׁתְּךָ אֶל
מְרִיבַת צַר וְאַתְּ סָר מִמְרִיבָה?
וְאִשְׁתָּךָ, לָהּ שְתֵּי בֵיצִים בְּשַעַר
וְאַתָּה בַשְׁעָרִים כַּנְקֵבָה?

לְאִשָה נַעֲשׂוּ קִירוֹת וְטִירוֹת
וְתִפְאַרְתָּהּ פְּרשֹׁ מִטָה וּמַטְוֶה
וּפָנֶיהָ כְּעֶרְוָה עַל דְרָכִים
וְלָהֶם נֶאֱרַג צָעִיף וּמַסְוֶה

קְנֵה חֶדֶר לְנָשֶׁיךָ, וּמַסְגֵר
וְאַל תָּבִיא לְךָ אִשָּׁה בְּסוֹדָךְ
וְאַל תַּצְדִיק אֲשֶר תּׁאמַר לָךְ, כִּי
אֱמוּנָה לֹא תְדַבֵּר לָךְ בְּעוֹדָךְ

שמואל הנגיד (993-1056) מספרו 'בן משלי'
שמואל הנגיד, שירים, רעדאַקטירט דורך טובה רוזן, פון דער סעריע 'שירת תור הזהב' , אוניברסיטת תל אביב, 2008


יום ראשון, מאי 25, 2008

ל"ג בעומר שאלות

נאָך זיך אויסוועלן אַביסל מוזיק צו הערן און וואַרטן ביים שערער באַלד אַ שעה מיר קורצער מאַכן די וואָנצעס האָב איך גענומן מיין קליינעם אין חדר. מיר האָבן מיר געשפרייזט שטאָלצערהייט מיט אונזער פייל און בויגן און איך האָב מיר געקלערט פאַרוואָס אויף ייִדיש לייגט מען דער פייל פאַרן בויגן מה שאין כּן אויף ענגליש שטעלט מען ערשט דער בויגן (בוי אַנד אַרוי) און דערנאָך די פייל?

ועוד אויף ל"ג בעומר, וואָס איז דאָס אַ ראָטל און פון וווּ קומט דער וואָרט? ביי מצות באַקן איז אַ ראָטל דריי קילאָ, אָבער ל"ג בעומר פאַרקויפט מען אַכצן ראָטל משקה און איך ווייס נישט וויפיל צו געבן אויף אויפצווועקן די סגולות.

אַז איך שרייב שוין, מיין טאַטע האָט שבת אינדערפרי אַרום גערעדט וועגן כּהלל ולא כשמאי וואָס מען זאָגט אין אתקינו סעודתא. מענין לענין האָט מען דערמאַנט דער גמרא אין שבת וועגן די שאלות וואָס מען האָט הללן געפרעגט ערב שבת פאַרן זמן. מיין שאלה איז צי הלל איז נישט געווען דער ערשטער דאַרוויניסט? די גמרא זאָגט אין שבת (ל"א.א) אַז מען האָט זיך געוועט ווער עס קען דערצערענען הללן. כדי אים אויפצורעגן האָט מען אים געפרעגט ערב שבת ביים באָדן פאַרוואָס זענען די אויגן פון תאַדמוראַנער ווייך אָדער שיף, און פאַרוואָס האָבן אַפריקאַנער ברייטע פיס. אויף דער ערשטער שאלה האָט הלל געענטפערט ווייל זיי וווינען אויף זאַמטיקע פלעצער האָבן זיי אויגן אָפצוהאַלטן דער זאַמד. אויפן צווייטן שאלה האָט ער געענטפערט ווייל זיי וווינען צווישן בלאָטעס ממילא האָבן זיי ברייטע פיס אַז זיי זאָלן נישט דערטראָנקן ווערן אָדער ווייל זיי גיין באָרפוס ווערן זייערע פיס נישט שמעלער פון גיין שיך.

הייסט עס לפי דעם אַז מיר טוישן זיך לויט אונזער סביבה און מיר פאַסן זיך צו אונזער באַדערפענישן. ווען מען זאָל האָבן געפרעגט הלל, ווי דאַרווין האָט געפרעגט, פאַרוואָס האָבן גיראַפעס לאַנגע העלדזער? וואָלט ער אפשר געענטפערט, ווי דאַרווין האָט טאַקע געענטפערט, ווייל די צווייגן אַרום זיי זענען הויך. דער מוסר השכל פון זיין געדולדיקייט בלייבט דער זעלבער אָבער אפשר האָט ער עפעס אַנדערש אויך געמיינט.

יום ראשון, מאי 18, 2008

בשפה ברורה ובנעימה ב´

אין אמתן אודה ולא אבוש אַז מיר פלעגט אויך אַמאָל פאַרדריסן אַז די ייִדישיסטן קריטיקירן אונזער היימישע ייִדיש. מיין פאַרדראָס פלעגט זיך אויסווייזן אין ליצנות ווייל ייִדישיסטן האָבן מיר אויסגעזען, און אין געוויסע אַספּעקטן זען מיר נאָך אַלץ אויס, עטוואָס קוויינט, פון די סאָרט וואָס מען מאַכט אויף זיי משנה הבריות. איז עס אַ ניו אייד´ז משוגעת? איז עס אַ סאָרט אַנטי ציוניזם וואָס וויל ווייזן איר אהבת ישראל דורך ייִדיש? איז עס אַ דמיון אַז ביי די חסידים שטעקט דעם תוך תוך פון מיהו ומהו יהודי? עס איז שווער פאַר מיר צו וויסן אָבער ווען איך טרעף גאַנץ ייִנגע אַמעריקאַנע אָדער אייראָפּעיִשע פרייע יידן שמועסנדיק אין ייִדיש ווערן מיר נולד די שאלות. פאַרוואָס קומן זיי ווי יתרו צו אונזער שפּראַכיקע מדבר, וואָס האָבן זיי ביי אונז פאַרלוירן? מצד שני קומן זיי דאָך נישט. זיי קומן צו גיין מיט אַ רעפינירטן בליק און שבת ווילן זיי מאַכן פאַר זיך. ווען זיי קוקן שוין יאָ אַריין איז עס נישט צו בלייבן, ניטאַמאָל צו נעכטיקן. נאָר זיי קומן ווי דיי טריפּערס, בר בי רב דחד יומאס וואָס כאַפּן אַ בליק דאָ און דאָרט, אַלעס איז וואַו און מוראדיק און פאָרן זיך ווייטער צו נעכטיקן וווּ מען קען אָטעמען און טאַנצן.

אָבער אויך איז מיין רעאַקציע געווען מיט רתחא דאורייתא. וואָס הייסט, זיי וועלן אונז זאָגן וואָס און וויאַזוי מיר זאָלן רעדן? מאַכן פון ייִדיש אַ שיינער האָבּי, אַ פערדל פאַר זייערע איבעריקע צייט און האָבן דער חוצפּה אונז איינצוטיילן וויאַזוי מיר זאָלן רעדן. לאָמיר זען מיר זאָלן זיי איינטיילן וויאַזוי זיי זאָלן רעדן ענגליש און דער לענג פון זייערע חאָנטעס אַרבל. וועלן מיר זען וואָס זיי וועלן האָבן דעריבער צו זאָגן.

אַז איך האָב מיך צופיל געדרייט און פאַרברענגט מיט אָט די ייִדישיסטן און מיט ייִדיש ליטעראַטור בין איך מיד געוואָרן פון די טענות. וויפיל מאָל קען מען דען איבערזאָגן דער זעלבער טענה? צוויי מאָל, פינף מאָל און נאָך אַ צייט זעט מען אַז זיי גיין נישט אַוועק און וועלן ווייטער זאָגן זייערס און לאָז שוין אַזוי זיין. אַז איך האָב נאָך טיפער אַריינגעביסן אינעם עץ הדעת און שוין איינגשלינגן דאָס וואָרעמל אויך האָב איך זיי גאָר אָנגעהויבן צו פאַרשטיין. און אָט דאָ, כּאן הבן שואל.

ווער עס ווייסט, ווייסט אַז מען קען זיין בקי אין אַלע ז´ חכמות און בלייבן געטריי לה´ ולתורתו כּל זמן מען ווייסט און פאַרשטייט אַז אַלעס איז אַ טפל צום תורה און משה אמת ותורתו אמת. אָבער ברגע וואָס די פילאָזאָפישע שאלות הייבן אָן שווער צו ווערן און צו אַרן, ווען מען קלערט צי אַלטערנאַטיווע היסטאָרישע נאַראַטיוון יש דברים בגום, אָדער די וויסנשאַפטלעכר פאָרשונגן זען אויס צו קלאַפּן אָדער לכל הפחות אַז מען קען זיי נישט דוחה זיין בקש ותבן, מען ווערט געווויר פון אַ מושג ווי סיבה ומסובב בנוסף צו מסבב כּל הסבות דעמאָלטס איז ביטער. דעמאָלטס איז צייט פאַרטריבן צו ווערן פון גן עדן ווייל והייתם כּאלקים יודעי טוב ורע. און איינס פון די וויכטיקסטע חלקים פון יודעי טוב ורע איז רעדן און אַ שפּראַך וואָס איז דער מותר האדם מן הבהמה. אַז איך אָנגעהויבן צו טראַכטן האָב איך געקלערט אַז אפשר האָבן זיי יאָ רעכט. אפשר שטעכט עס זיי די אוירן צו הערן אַ בדיעבדיקע ייִדיש וואָס איז נישט אויסגעהאַלטן לויט חוקי הגראַמאַטיק. איי מיר רעדן און באַנוצן זיך מיט ייִדיש מער ווי זיי? נו איז וואָס? מיר שנאָרכצן אויך מער איז דעריבער האָבן מיר אַ מאָנאָפּאָל אויף אַ גוט שטיקל שליים?

אָבער אַנשטאָט צו פאַרענטפערן וואָס איז אויך מיר אַמאָל שווער געווען לאָמיר פרעגן עפּעס אַנדערש. פאַרוואָס אַרט עס אונז טאַקע? איז עס נישט אפשר, בלויז אפשר, ווייל מיר דערקענען אין זייערע טענות עטוואָס אמת און עס ציפּט? לאָמיר לייגן ייִדיש אין דער זייט פאַר אַ מאָמענט און אָנקוקן די צוויי אַנדערע שפּראַכן וואָס מיר מאמינים בני מאמינים ניצן: לשון קודש און ענגליש (ואתכם הסליחה די ייִדיש רעדנדיקע שטריימל קעפּ פון בונאָס אייריס, סאַן פּאולו, אַנטווערפּן ושאר מקומות אויסער אַנגלאָו סאַקסישע מדינות און ישראל.) לאָמיר זען וויאַזוי אחינו בני ישראל המקיימים טועמיה בערבי שבתות וימים טובים, לאָמיר זען זייערע בקיאות אין דער גראַמאַטיק פון ענגליש און לשון קודש. אָט אַזוי וועלן מיר זען צי ייִדיש איז אַ שפּראַך וואָס דער אייבישטער האָט געלייגט צוזאַמן מיט אברהם אבינו העכער די מזלות צי האָבן מיר שוועריקייטן מיט סדר און דיסיפּלין און מיר געפונען עס שווער זיך צוצושטעלן צו כּללים בכלל און כּללים פון אַ שפּראַך בפרט? פּונקט ווי מיר קענען זיך נישט אויסלערנען צו פּאַרקירן וווּ עס איז מותר, בויען וווּ מען האָט רשות, לייגן אונזער מיסט ווי מען האָט דערצו געמאַכט אַ בית קיבול, און פליען מיט אַזויפיל פונט ווי עס איז ערלויבט, קענען מיר זיך אויך נישט צוגעוויינען צו שרייבן און רעדן לויט הלכות און מסורת פון גראַמאַר מיט אַ געהעריקער סיסטעם פון שפראַך מסורת(יוסעד´ז בלע"ז).

איז עס דען נישט אמת אַז דער זעלבער רבי וואָס פעלט ווערטער ווען ער רעדט ייִדיש לאָזט אויך אויס אַלע דקדוק רש"יס? (ווי אויך רש"יס וואָס רעדן וועגן תשמיש המטה. פון ביידע האָט ער מורא: פונעם ערשטן מען זאָל נישט זען ווי ווייניג ער קען און פונעם צווייטן אַז ער זאָל נישט זען וויפל די קינדער קענען.) ווען מען שרייבט שוין יאָ פון דקדוק איז עס ´ואלו המבינים בחכמת הדקדוק´ כּאילו וואָס עלעף יעריקע קינדער פון נישט חרדישע שולן קענען איז אַ חכמה ווי אַסטראָלאָגיע און אַנדערע קליינע אותיות. און אויף אונזער פעהיקייט אין ענגליש, נו, מיר האָבן באַשאַפן אַ גאַנצער נייער שפּראַך פון ייִנגליש צו אַקאָמאָדירן פראַזן ווי ´ווי שוד בי מקבל אָן אָס´ און ´איט קאָמס מי אַ מזל טוב´.

און דער פועל יוצא דערפון איז ווי ר´ חיים בריסקער האָט געזאָגט, ´אַ חסרון אין הסברה איז אַ חסרון אין הבנה´. אַז מען קען נישט נוצן שפּראַך קען מען נישט גוט פאָרמולירן וואָס מען קלערט. ווערט אַ מאַנגל מיט ווערטער און די הענט נעמן באַלד איבער. סיי מען איז משלים מיט די הענט וואָס דער מויל קען נישט זאָגן און סיי מען דערלאַנגט מיט די הענט לויט דער געמיינהייט פונעם מויל. דאָס איז נישט צו זאָגן אַז חסידים זענען געמיין. חלילה. אָבער פאַר אַ טאַטע צי אַ רבי צו זאָגן ´טו אַזוי אַז נישט כאַפּסט דו אַ פראַסק´ איז פיל לייכטער ווי זאָגן פאַרוואָס עס איז נייטיק צו טון וואָס מען האָט געבעטן. און אַז אַ רבי פון חסידים נעמט זיך שעלטן ווערט ער באַלד אַ קדוש וטהור אָבער אַז ער רעדט געלאַסן און מעסיק איז ער אַ מאָדערנער ייִנג. איי דברי חכמים בנחת נשמעים? אַ גוטע קשיא אָבער דאָס טוישט נישט דער מציאות.

איז לאָמיר זיין שטאָלץ און זאָגן הויך וואָס אונזער צוגאַנג צו שפּראַך איז, וועלכע עס זאָל נאָר זיין. מיר האָבן נישט קיין צייט זיך מטריח צו זיין גענוי וואָס אַ וואָרט מיינט. ממילא ווייסט מען שוין גאַנץ גוט וואָס מען מיינט און גייט נישט מיטן נאָז אין דער הייך. אַז אויף אַ וואָרט מיינונג קען מען זיך אַמאָל דינגן ווייל עס מאַכט אויס צו וויסן פירוש המלות פון אתה חונן, אינטערסירט אונז נאָך ווייניקער הלכות דקדוק. הלכות שבת איז אונז מער ווי גענוג. און אויסער והמן נׁפֵל אָדער נָפַל מאַכט עס סייווי נישט אויס מה שאין כּן הלכות שבת זענען הלכות התלויים בשערה. ועל כּולם די וואָס געבן זיך אָפּ מיט דקדוק איז דער מערסטער חושש צו זיין אויף זיי אַז זיי וועלן נאָך וואָקן איבער דער ברידז חלילה. ממילא אפילו הלכות שבת איז דוחה פיקוח נפש כּל שכּן אַביסל גראַמאַר וואָס ווי געזאָגט ווייסט מען דאָך סייווי וואָס מען מיינט איז ווי קען מען חלילה מפקיר זיין ייִדישע נשמות און זיי לאָזן פאַרבלאָנדזשעט ווערן אין אַ ווערטער ביך?

על כּן לאָמיר זיך האַלטן ביי אונזערס, לאָמיר ווייזן ייִדן וואָס ווילן צו אונז קומן דעם טעם פון אַ שבת און דער גמילות חסדים וואָס וואַרפט זיך אונטער די בענק ביי אונז. לאָמיר זיי ווייזן המודיע און משפּחה אַז אויך מיר קענען שרייבן צייטונגן מיט אָפ־עד קאָלומיסטן. לאָמיר זיי ווייזן אַרטסקראָל גמרות וואָס חלילה נאַשן נישט פון יאַסטרוי ווייל זיי געבן אים נישט קיין קרעדיט און ווי קען מען חושד זיין אַזאַ הייליגער מוסד זאָל נישט מקיים זיין האומר דבר בשם אומרו... און ווי הונדערטע בעלי תשובה האָבן שוין אויפגעוויזן אַז אַזויווי זיי שפּירן נאָר דער טעם פון תורה און מצוות שטערט זיי שוין נישט אַזעלכע טפלדיקע זאַכן ווי ´ביי יו אָף שמחות´ און אַ צושפּאָלטענער אינפיניטיוו.

און ר´ שלום, איר זייט אונז ווייטער מהנה און פאַרדעם וווינט איר טאַקע לעבן דער ברידז אָבער אויפן צווייטן זייט.

יום שלישי, מאי 13, 2008

בשפה ברורה ובנעימה א´

לאחרונה האָט שלום בערגער אויף זיין בלאָג זיך באַנומן מיט דאָס ענין פון ווערטער ביכער פון ייִדיש און דער פאַקט אַז ווען אַ שפּראַך נוצער זוכט אַ וואָרט אָדער ווייסט נישט דער באַדייט פון אַ וואָרט גייט ער אָדער זי צו אַ ווערטער ביך. מאי קא משמע לן? אַ פּשיטא וואָלט יעדער אוודאי געזאָגט. האָט ער זיך אָבער נישט גערעכענט מיטן עם קשה עורף און מיט די כּתות דערין וואָס לעבן למעלה מן הזמן, אינדערויסן פון די געזעצן פון עקאָנאָמיסטן, ענווייראָמענטעליסטן, קרימאַנאָלאָגיסטן און אַלע אַנדער אָלאָגיסטן למינהם. זיי וואָלטן אפשר געלעבט אינדערויסן פון געזעצן פון געזעצשטעלער און ריכטער אויך נאָר דאָרט איז דאָ אַ משנה הוי מתפלל בשלומה של מלכות און אויך, אגב, קען מען איינזעצן. אָבער געזעצן פון עקאָנאָמיקס מה לי ולו? און וואָס פאַרשטיין זיי דען צו ייִדישע פּרנסות פון שדכנות, מצות, סכך, מלומדות, פוד סטעמפּס און סעקשן אייט? איז כּן הדבר הזה מיט די כּללים פון גראַמאַטיק און דקותדיקע חילוקים צווישן איין וואָרט מיטן צווייטן.

ער האָט זיך נישט גערעכנט אַז עס זענען דאָ שיכטן פונעם פאָלק (דאָס וואָרט ´פאָלק´ אַליין איז ריחו נודף) וואָס ווען זיי ווייסן נישט וואָס אַ וואָרט מיינט קוקן זיי אין רש"י, און אַז רש"י אַליין האָט געדאַרפט זיך באַנוצן מיט אַ פראַנצויזיש וואָרט איז דאָך רש"י הקדוש פאַרדעם געווען רש"י. ער האָט מעלה געווען די נצוצות פון אַ שפּראַך וואָס כּידוע האָבן צדיקים געזאָגט אַז מען שפּירט דערין תאווה און גילוי עריות. און דאָס איז געווען נאָך איידער מאַדאַם באָוואַרי און ברידזעט באָרדוי האָבן געאָטעמט אין דער שפּראַך וואָס פון דעם אַליין קען מען זען דער ווייטער בליק פון צדיקים. על כּל פּנים נאָך נישט פאַרשטיין רש"י ווייסט מען שוין צוויי ווערטער נישט אָבער מצוות לימוד התורה האָט מען אַלץ יוצא געווען. מען קען קוקן אין המתרגם און אפשר וועט דער דייטש זיין גענוג דומה צו יידיש אַז מען זאָל קענען וויסן פּירוש המלות. לימוד התורה איז עס נאָך אַלץ און אַז לפום צערא אגרא האָט מען זיך שוין נאָך מער געמוטשעט איז דאָ נאָך מער שכר אַוועקגעלייגט פאַרן יום שכּולו טוב.

האָט ר´ שלום לעצטענס געשריבן וועגן מעדיצינישע ענינים און וויאַזוי מען גרייט זיך קעגן אַן אָנפאַל פון שַחֶפֶת קַדַחַת ודַלֶקֶת לא עלינו ולא עליכם, טפו! זאָל דער פון אויבן אונז שומר ומציל זיין. אַכּלל וועם זאָל עס שטערן? פאַר אונזער ייִדן האָבן מיר דאָך דעם רמב"ן ´ומה חלק לרופאים בבית עושי רצון ה´´ און דאָס וואָס גדולי ישראל גיין צו טאָפּ דאָקטוירים דאָס איז אחיזת עיניים וי"א זיי גיין נאָר צו דאָקטוירים וואָס ברענגן מיט זיך מיט מלאך רפאל. עס איז צו באַמערקן אַז מלאך רפאל קלעבט זיך אָן אין אייווי ליג גראַדואַנטן און נישט אין ר´ חיים קאַניעווסקיס באַבעס סגולות, אָבער מיר קענען דאָך נישט פאַרשטיין מלאכים און הנסתרות לה´ אלקינו.

בכלל זאָרגן מיר זיך נישט צופיל אויף שלומס פחדים ווייל מיר האָבן דאָך הצלה און שומרים און ביקור חולים און רב פירער עד כּדי כּך אַז מיר דאַרפן אפילו נישט געזונט פאַרזיכערונג און מיר זענען געשוווירענע רעפּובליקאַנער און זאָל הילערי ווייניקער דרשנען וועגן העלט קער און צוריק גיין צום צאנה וראנה. על כּל פנים זאָרגט ער זיך אָבער יאָ און ער שרייבט דעריבער. ער איז אַ דאָקטאָר און ער וויל זיך מיט אונז טיילן זיין וויסנשאַפט. דעם וואָס עס געפעלט זאָל לייענען און דער וואָס וויל נישט זאָל קרענקן געזונטערהייט.

זענען דאָך דאָ אירע וואָס די צוויי אויבערשטע ברירות זענען זיי צו ווייניק. זיי ווילן גם לי גם לך לא יהיה. איך וויל שרייבן בלויז וועגן די הייסע נייעס פון דער קבלת פּנים פונעם פאַרגאַנגענעם וואָך און דער פרויען אָקזילירי פונעם קומנדיקן וואָך ממילא שרייב דו אויך אַזוי. נעמן זיי זיך צו זיינע ביינער ווי בלויז אַ חסיד קען. אַז עשרה קבין זידלעריי ירדה לעולם האָבן די חסידים גענומן עלעף אַלעדיקט דורך אַ פעדעראַלע פּראָגראַם פאַר פיקטיווע ישיבות. אָבער אַלץ ווען מען זאָל בלויז אָפּשפּעטן שלום בערגערס ייִדישיזם החרשתי, וואָלט איך מיר געהאַלטן דער נאָז. וועם עס געפעלט קען ד´זוינען אין (עולם! מיר זענען דעספּרעט צו הערן פונעם עזרת נשים אין אַ ייִדישן בלאָג) און ווער עס האַלט אַז די ייִדישיסטן זענען מאָדנע בריות תבא עליו ברכה. זאָל יעדער האַלטן ווי אים געפעלט.

איז אָבער געקומן אַ חכם פון דער מה טובו און פּתח בדרך ארץ און גע´רעב´ט ´מיטן גרעסטן מאָז דרך ארץ´ וסיים באשר יצר און אויסגעשיט וואָס המנס ווייב וואָלט זיך אפילו איינגעהאַלטן. אין אַזאַ פאַל איז מיר שווער צו שטיין אין דער זייט.

המשך יבוא בלי נדר ובעזר השם יתברך ויתעלה...

יום שני, אפריל 28, 2008

אלקי הרוחות לכל בשר חוק לעמו מסר

אָט אַזוי הייבט זיך אָן איינס פון די יוצרות פון שבת הגדול וואָס גראַמט אויס אַלע הלכות פון פאַר פּסח ביז נאָכן סדר. צו מיין מזל האָב איך עס היי יאָר נישט געזאָגט. פאַראַיאָר איז אַן אַנדער מעשה, היי יאָר האָב איך אָבער זיכער נישט געזאָגט. דער שבת פאַר שבת הגדול ווען די גדולי העיר האָבן מעורר געווען אויפן אינטערנעט, סעליולערס, לאַנגע שייטלן און שמאָלע טי־שירטס, יענער שבת בין איך אָנגקומן צו קריאת התורה. ווייטער דער אמתער שבת הגדול ווען די בני ישראל האָבן צוגעבינדן אַ שעפּסל צום בעט, אויף יענעם שבת בין איך אָנגקומן צו קריאת שמע וואָלט איך אפשר נאָך יאָ געקענט אַריינכאַפּן, האָט זיך אָבער געמאַכט אַז אין דעם שול האָט מען עס געזאָגט מיט אַ וואָך פריער. שרעקליכער שלימזל וואָס איך בין. עס האָט מיר אַמאָל אַ ייִד געזאָגט אַז די אַלע ייִדן וואָס קומן אָן יעדן שבת צו אתה הראת קומן נישט נישט אין דער צייט ווייל זיי דאַרפן נאָך אַביסל שלאָפן נאָר ווייל זיי קענען צי ווילן נישט זיין ביי צייטנס. והראיה, האָט ער געזאָגט, וועסט זען אַז ער"פּ שחל בשבת ווי היי יאָר קומן זיי אויך צו אתה הראת כאָטש מען שטעלט זיך אַרום זעקס צי זיבן אַזייגער. שוין ממילא יוצרות האָב איך טאַקע נישט געזאָגט אָבער איך וואָלט שוין געמעגט זאָגן וואָס איך האָב יאָ אָפּגעליטן בהאי צפרא דשבתא.

איך האָב נאָר איבערגעטרויטן דעם שוועל און איך האָב געזען אַז מיין גאַנצער בלאָק און אַלע גלילות זענען געקומן דאַווענען אין מיין שטיבל. איך דאַווען דווקא דאָרט ווייל דאָרט קען איך זיין אַ טמיר ונעלם, מיז מיר כּלל ישראל נאָכלויפן. אַז איך האָב נישט געהאַט אַ בענקל וואָלט איך שוין מוותר געווען אָבער אפילו צו שטיין האָב איך נישט געהאַט פּלאַץ. און דער חוטא ומחטיא וואָס האָט מיר באַגנבעט דער פּלאַץ מיט אַפּאָר יאָר צוריק און האָט שוין היינט דערויף אפילו אַ חזקה איז געשטאַנען אויף זיין, כּלומר מיין, פּלאַץ און מיט אַ שרירות לב זיך אומגעקוקט אויף ארחי פרחי ווי איך וואָס האָבן געדאַרפט שטיין ווי אַ ליימענעם גולם אין מיטן שיל. צוטרויטן בין איך געוואָרן ביי עושה שלום פון דעם אין פאָרנט וואָס להכעיס איז ער פון די ייִדן וואָס שטיין אויסגעטרויטן ביז מחיה המתים און לאָזן קיינעם נישט דורך גיין פאָרויס, די פינגער פון מיינע פיס זענען צובראָכן געוואָרן ביי אַ צווייטנס קדוש קדוש קדוש, און דער רוקן האָט מען מיר צוקלאַפּט ביים ברכו פון דעם פון הינטן. אָבער דאָס וואָלט איך אויך מוחל געווען ווען נישט דער גבאי זאָל זיין געזונט. צו זאָגן אַז ער איז געווען נערוועז איז נישט לשון סגי נהור נאָר לשון שקר בעלמא. ווייל נערוועז האָט נישט גענוג נערווען פאַר אונזער גבאי זאָל זיין געזונט אויף ערב פּסח שחל בשבת ביים פאַרטאָגסיקן שחרית.

די נערוון פונעם גבאי האָב איך שוין געהערט אינעם אור חדש פונעם בעל תפלה. עס איז נישט געגאַנגן ווי יעדער וואָך ונזכּה כילאָני יאַחאַאַאַאַאַאַד במהײַײַײַײַײַײַרה לאווֹוֹוֹוֹוֹוֹרוֹ ברוּוּוּוּוּוּוּך אַתה השם יוצײַײַײַײַײַײַײַײַר המאוֹוֹוֹוֹוֹוֹוֹוֹוֹוֹרוֹת. און דער עולם זאָגט אמן אַהַבה רבה אהבתנו.... די וואָך איז דער שחרית געווען כּמעט וואָכעדיק. אַ ונזכה כולנו יחד אָבער פּליז נישט צוזאַמן מיט די חברה. דער בעל תפלה האָט אָפגעחיפּערט אַ שחרית און דער עולם האָט זיך געשאָקלט נערוועזערהייט. די קני האָבן זיך געקלאַפּט, דער פלייש פון דער שויס האָט זיך געוואָרפן ווי גאַלע אויף אַ קידוש, מען האָט זיך געהאַלטן אין איין פאַררעכטן די טליתים אויפן פּלייצע, אויסגלייכן די סידורים, שנאָרכצן מיט די נעזער, סוף סוף איז עס דאָך זיבן אַזייגער, בודק זיין אַז קיינער האָט נישט באַגנבט דעם חומש, געקלאַפּט דעם קליינעם ער זאָל שוין דאַווענען אַ ייִדיש וואָרט און מיט אַ בייזן פּנים וואָס מען האָט זיך נאָך נישט באַרוהיקט פון נעכטן נאַכט ווען דער קליינער שקץ האָט זיך נישט גוט אָפּגעשאָקלט דער חמץ נאָכן המוציא אין אַ מייז לעכל. דו זעסט נישט וואָס דו טוסט? דו ווייסט נישט אַז דאָרט איז שוין פּסחדיק?

ווי מיין טאָכטער זאָל זיין געזונט וואָס האָט געוועקיומט קלינט איר שולע טאַש נאָך בדיקת חמץ לעבן דער טיש ווי ווייניקער ווי אַ מעת־לעת שפּעטער גייט מען עס שוין אָנרעכטן ווייל דער טור, אוי דער געבענטשטער טור וואָס איז מיר געלעגן אָפן בין־הזמנים נאָך בין־הזמנים, הייבט ער אָן סימן תע"ב יהא שלחנו ערוך מבעוד יום. האָט איר געדאַרפט הערן די קולות. אויף גאַנץ כּלל ישראל געווּנטשן. אַ גאַנצער וואָך ביסטו שוין אין דער היים און פּונקט יעצט האָסט דו דיך דערמאַנט. אויף קוקן די.וי.דיס האָסט דו שוין גאַנץ גוט געהאַט צייט. וויפיל מאָל האָב איך דיר געבטן מאַכן דיין טאַש און יעצט דערמאַנסט דו דיך. און דו ביסט משוגע אינגאַנצן? ביסט אויפן קאָפּ געפאַלן? האָסט נישט געטראָפן אַ בעסערע פּלאַץ נאָר דאָרט אין דער דיינינג רום וווּ דער טיש האָט שוין זילבער פּאַפּיר און פּלאַסטיק און ווידער פּאַפּיר און דאָרט נעמסט דו דער וואַקיום קלינער וואָס די גויטע דאַרף נאָך מאַכן מאָרגן און עס איז דאָ דערין גענוג חמץ צו פיטערן גאַנץ זימבאַבוויי און עס זאָל נאָך איבערבלייבן אויף מקיים צו זיין תשביתו, פּונקט דאָרט? און נעבעך זי פאַרענטפערט זיך אַז דאָרט איז דאָ אַן עלעקטרישן קאָנטאַקט און זי האָט נישט געמיינט און זי האָט נישט געווּסט און זי ענדיקט שוין און עס איז נישט דאָ חמץ און און און. אָבער ווער וויל איר דען אויסהערן אַז מען קען מקיים זיין אַ ויצעקו אל ה´ כדת משה און זיין ייִדענע אויף בדיקת חמץ ביי נאַכט?

בין איך אָבער אין שיל און דער בעל תּפלה האָט קוים געזאָגט עוד ינובון בשבה פונעם שיר של יום און דער נערוועזער גבאי שיקט שוין צו איינעם אויף פּתיחת הארון. דער אַנדער נערוון קראַנקער ביי אונז אין שיל האָט געברענגט צו שלעפּן אַן עקספּרעס בעל קורא און ער האָט געמיינט אַז וויבאַלד דער רעגלמעסיקער בעל קורא איז נישט ממש אַ היימישער, ער לייענט לשון קודש אין אַן ענגלישער אַקסענט, ער גייט אַ קורצער רעקל און ער האָט געטון ספרדישער שידוכים מיט זיינע קינדער ממילא וועט מען אים געבן אַ שפּיל אויס דאָס לייענען ווייל חסידים זענען דאָך פיל מער חיטרע ווי אַזוינע גראָדע מעכעלעך. איז עס נישט געגאַנגן און דער יעדער־וואָכעדיקער יאַט האָט זיך נישט געלאָזט, אָבער ער האָט געוואָלט ווייזן אַז ער יכולט אויך און איך זאָג אייך אַז דער וואָס האָט געהאַט פּתיחה האָט עובר געווען אויף לפני עור לא תתן מכשול ווייל אויף צו לייענען אויף זיבעציק מייל אַ שעה מיז מען טאַקע זיין אַ חסיד, און כאָטש ער איז זייער אַ פיינער ייִד קיין חסיד איז ער נישט און ער איז איבער געפאַלן זיין אייגן צינג.

וואָס זאָל איך אייך זאָגן. מען האָט זיך געיאָגט און מען האָט געטריבן און מען איז געלאָפן און נאָך ה´ אחד ושמו אחד, אנעים זמירות האָט מען אויסגעלאָזטמחמת א קיצור השל"ה בלעס הים, איז געווען ביים טיר אַ סטעמפּיד ווען האַלב כּלל ישראל האָט זיך פּראָבירט דורך שטיפּן אַ טיר וואָס איז קוים חייב במזוזה. איך בין אהיים געקומן מיט אַ ברען מאַכן לחם משנה אויף די ברעקל־לאָזע חלות וואָס אין אַ צווייטן גלגול וואָלט מען עס גערופן טייג (איך זאָג ´עס´ ווייל איך האָב בטעות אויף געגעסן האַלב פון מיין לחם משנה פרייטיק צו נאַכטס און איך בין געבליבן מיט איין פאַראלמנטע חלה) און די חברה האָבן אַלע געכראָפּעט אין גרויסן. ווילן נישט וויסן פון אַ לחם משנה, פון אַ קידוש במקום סעודה, פון אַ כּזית חלה, פון א סעודת שבת און שלאָפן רחמנא לצלן כּאילו עס איז גאָרנישט ערב פּסח שחל בשבת. איך שריי, שומו שמים, דאָס נעקסטע מאָל דאָס פּאַסירט וועט איר שוין אלע האָבן אייניקלעך כּניינעהאָרע איז קומט, קוקט, עמדו ושמעו וויאַזוי אַ ייִד רעכט אָפּ אַן ער"פּ שחל בשבת אָבער ביי זיי איז ויקץ ויחלום שנית. איך האָב זיי פאַרגינט אַ שלאָף עס האָט מיר אָבער וויי געטון אַז מיין ליבשאַפט צו מנהגי ישראל בין איך נישט פעהיג זיי מוריש צו זיין. אַז ביי מיר איז דער ערב פסח שבת אַן עווענט און ביי זיי איז עס אַ צופאַל. נו, אַז זיי שלאָפן בין איך אויך נישט קיין מפּיל קינד און איך האָב באַשלאָסן אַז מיר וועלן מיר מאַכן אַ גניבה. שבת זאָגט אַפילו אַן עם־הארץ נישט ליגנט אָבער אויף די גניבה והוא רחום יכפּר עון.

מעשה שהיה כּך היה. עס האָט זיך מיר פאַרשמעקט מאַכן קידוש אויף אַ גלעזעלע וויסקי כמנהג ראָפּשיץ מאַכן קידושא רבא אויף אַ שהכּל. דער וויסקי האָט דאָך אָבער שוין געהערט פאַרן גוי לויטן שטר מכירה וואָס די בעסטע ייִדישע יוריסטישע קעפּ האָבן ערפונדן (אָבער וואָס דער גוי זאָל לא עלינו נישט דינגן אַ לויער אים צו ראָטן) און גזל עכּו"ם איז אסור אָדער ווי דער צאַנזער רב האָט געזאָגט עס איז מותר אָבער אַז מען כאַפּט איז ביטער. נו, אָבער נאָך מער ביטער איז קידוש צו מאַכן אויף זאַפט פון קאָנקאָרד טרויבן וואָס איז כּשר לקידוש ולד´ כּוסות אָבער אין מויל נישט אַריין צו נעמן, בפרט ווען מען קען בלויז צובייסן פסחדיקן ´מזונות´. אַכּלל, ווען דער עולם איז געשלאָפן און די פייגלעך האָבן נאָך געזאָגט שירה בין איך אַרויף אויף אַ בענקל צום העכסטן שאַפע ווי עס איז געלעגן דעם גויס יי"ש, צושטאַטלעך אויפגעקלעבט דער קלעב וואָס איז מבדיל בין חמץ למצה חלילה נישט צו רייסן אויף שבת, זיך געייִשובט צי איך זאָל נעמן דעם טיטשערס מחמת והיו עיניך רואות את מוריך און באַשלאָסן צו ענדערשן דעם שיבת ריגל לזכר עליה לרגל בשוב ה´ את שיבת ציון. איך האָב אַראָפּ געשמאָגלט דאָס פלעשל, אָנגעפילט אַ שטאָמפּל און געמאַכט אַן על כּן ברך כדת וכּדין, און נאָך אַ שטאָמפּל פאַר קידוש במקום סעודה און דערמיט יוצא געווען נישט נאָר שלש־סעודות נאָר סעודת ר´ חידקא אויך.

איך זאָג אייך האָב איך געהאַט אַן אפיקומן. מים גנובים ימתקו איז ביטער געזאָגט. געגנבט לויט אלע דיעות מיט אַלע הידורים. און פאַר די וואָס ווילן מיר האַקן אין טשייניק מיט אייער בלו לעבל פאַר $150 דאָלער אַ פלעשל, זייט מוחל און זייט אייך מחיה מיט סוואַראָווסקי קריסטאַל וואָס איר האַלט אוודאי אַז עס פּאַקט איין פאַבערזיי איי און יעדער אַנדער קונסט בבת אחת אויסער, פאַרשטייט זיך, הצורפים לייכטערס. איר האַלט אויך אוודאי אַז ריצאַרד קליידערמאַן איז דער העכסטער ניוואָ פון מוזיק און רידערס דייזעסט פון שרייבן און שאַטוי נעף איז ממש חמר מרת דמבראשית. האַלט אייך דערמיט און איך וועל בלייבן מיט מיין אָרעמן קידוש און מיין כּל חמירא וחמיעא דאיכּא (דליכּא?) ברשותי וואָס איך האָב געזאָגט נאָך מיין זיסן שלאָף פאַר עבדים היינו.

חסל סידור פּסח און פאַרגעסט נישט ציילן ספירה פאַר ברוך שאמר ביי שחרית און נאָך אנא בכח ביי מנחה.

יום שני, אפריל 14, 2008

דרשת שבת הגדול: בענין בועל ארוסתו בבית חמיו


ראשית כּל, לפי דער צעטל־קטן פון רבי ר´ מילך איז אַ שאלה צי מען מעג קוקן אויפן בילד דאָ צו לינקס. רבי ר´ מילך שרייבט אַז מען זאָל נישט קוקן אויף בהמות ווען זיי באַהעפטן זיך איינס מיטן צוייטן. אויף מענטשן זאָגט ער נישט איז לכאורה מעג מען אָבער פאַרשטייט זיך אַז מיר רעדן נישט למעשה און יעדער זאָל פרעגן זיין רב. נחזור אָבער לענינו דאָ זעט מען טאַקע נאָר איין בהמה און ממילא איז שווער וואָס איז דער שייכות צו רבי ר´ מילך? אַ וועלטס קשיא. דער תירוץ איז אָבער אַ פשוטע. די גמרא זאָגט אַז דער וואָס עסט מצה בערב פסח איז כּאילו בועל ארוסתו בבית חמיו, קומט דאָך אויס אַז איר קוקט, אויב איר קוקט חלילה, אויף אַ בהמה בשעת מעשה ממש. מען קען דאָס אָבער מיישב זיין בכמה אופנים. ראשית כּל, אַז עס איז נישט ערב פסח און צו דעם האָבן מיר צוויי שטאַרקע ראיות. איינס, אַז ערב פסח איז היי יאָר נאָך נישט געווען ואם תימצי לומר אַז עס איז יאָ געווען איז עס דאָך שבת און שבת טאָר מען נישט פאָטאָגראַפירן.

נאָר למעשה קען דאָך זיין אַז עס איז פון פאַראַיאָר און עס איז געווען פאָטאָגראַפירט אין חול המועד. און ווי מיין פעטער זאָגט יעדער יאָר אָן אויסנאַם אַז חייב אדם לראות את עצמו איז אַ רמז פאַרוואָס מיר גיין אין אַ זו אויף חול המועד פּסח. איי חול המועד סוכּות גייט מען אויך? די אחרונים רעדן דערפון, יעצט איז דאָך אָבער שבת הגדול איז וואָס האָבן מיר צו רעדן פון סוכּות? אי"ה שבת שובה וועלן מיר אַרום רעדן אינעם נושא. דערווייל אָבער האָבן מיר לכאורה אַ היתר צו קוקן אויפן לעמור אפילו בשעת ער עסט מצה פאַר פּסח.

נאָך איז מיר איינגעפאַלן אַז עס קען זיין אַז ער פסקטנט ווי דער דברי חיים אַז מאַשין מצות זענען חמץ גמור און לפי דעם מעג מען זיי עסן אפילו ערב פּסח אויך. ביז סוף זמן אכילה, פאַרשטייט זיך, ווייל נאָכדעם האָבן זיי אַ דין חמץ לכל דבר. הוא הדין טאָמער האָט מען געמאַכט דער מצה פון אַריזאָנע ווייץ און לויט די גדולי הפּוסקים וואָס אסרן ווייל זיי זענען מקפּיד צו פאָרן קיין מיאַמי קען זיין אַז מען מעג עסן אַריזאָנע מצה ביז ערב־פּסח. און אין אמתן גערעדט כאַפּן מיר אָן ערב־פּסח ווייל דאָס איז לשון בני אדם, למעשה אָבער איז דער זעלבע פאַר די מחמירים נישט צו עסן מצה פון ר"ח ניסן אָדער די מהדרין מן המהדרין וואָס עסן נישט פון שלשים יום קודם החג. און מיט אַ פּעלץ ווי אַ לעמור איז העמידהו על חזקתו אַז ער עסט נישט פון חנוכּה אַז ער זאָל קענען עסן אַ כּזית מצה לתּיאבון.

עס איז מיר אָבער זייער שווער געוואָרן אַז אויב מיר האַלטן אַז דער לעמור עסט חמץ איז וואָס קומט ער מיר לאָזן הערן מיטן בילד? וואָס וויל אונז דער בילד דאָ דערציילן? וועסט דו וועלן זאָגן אַז דער בילד האָט ערשיינט אין כּל העולם כּלו ווייל זיי האָבּן געמיינט אַז עס איז אין אַ פּעלץ און לעבן אַ בוים אין חודש ניסן מיז מען מאַכן אַ בילד ווייל אוודאי מאַכט עס אַ ברכת האילנות אַבי צו קענען אַרויסלויפן פון דער היים פאַר פּסח? איז דאָך נאָך אַלץ שווער ווייל מען זעט נישט אַ בלום אויפן בוים און מען זעט אויך נישט אַ טאָוול הענגן מזכּה צו זיין ייִדן צו מאַכן אַ ברכה. בדוחק קען מען זאָגן אַז דער בילד אַליין דאָס איז דער חידוש ווייל יעדער וואָך טראָגן אָן אַ שיעור צייטונגן נאָך און נאָך בילדער וואָס זענען גאָרנישט מחדש. איך מיין מען קען נישט זאָגן אַז דער חידוש איז אַז גדולי ישראל פאַרברענגן זייערע טעג און נעכט אויף בר מצוות, תנאימס און חתונות פון אַ צווייטן גדולס אייניקל ווייל ווער האָט דען געמיינט אַז זיי טון עפּעס אַנדערש? מעיקרא מאי קסבר והשתא מאי קסבר? אַ טיש פירט מען פרייטיק צו נאַכטס איז דאַרף מען דאָך עפּעס טון אויף די אַנדערע נעכט. דאָס איז אָבער אַ דוחק ווייל מצה מאי קא משמע לן? ממילא ווען עס איז פּסח שני קענען די אַלע טמאים לנפש אדם זיך אָנטון שבתדיק און פרעסן מצה אַבי זוכה צו זיין צו אַ בילד אין כּל העולם כּלו אָבער פאַר פּסח איז עס אַ גרויסער דוחק.

נאָר איך האָב געטראַכט זייער אַ טיפן תּירוץ. ר´ חיים שלמה, איר וועט הנאה האָבן, שטאַרק הנאה האָבן עד כּדי כּך אַז דער קאָפּ וואָס איר שאָקלט שוין זייט אָנהייב דרשה וועט אייך אינגאַנצן צושאָקלט ווערן, און אייער שמייכל וועט נישט וויסן קיין סוף. מיר וועלן ערשט מקדים זיין מיט אַ קשיא וואָס ווערט שוין געברענגט פון פריערדיקע. אויב האוכל מצה בערב פסח איז כּאילו בועל ארוסתו מיז דאָך זיין אַ מיר רעדן דאָ פון אויסערגעווענדלעכע מצות אם כּן דאַרפן מיר דאָך נישט חושש זיין אַז ער וועט נישט עסן מצה לתאבון. ווייל אויב עס איז טאַקע אַזוי גוט וועט ער דאָך האָבן אַפּעטיט אַריינצובייסן אַ צווייט מאָל, פּונקט ווי ביים ארוסה ממש. ממש מרפסין איגרא. נו, ר´ חיים שלמה, וואָס זאָגט איר? איר גייט נישט ברילן אויף שבת קענט איר נישט זען דער שיינקייט פונעם קשיא און אוודאי נישט פון דער ארוסה אָבער איך זאָג אייך עס איז אַ באָמבע קשיא. אַ קשיא איבער אַן אַרוסה וואָס לאָזט די גדולי הפּוסקים נישט שלאָפן. אַ קושיא עצומה. עס האָט עמעצער געזאָגט אויף דער קשיא אַז דאָס איז אַ נערה המאורסה אַשר צעקה בעיר.

מחמת דער קשיא מיז מען זאָגן אַז די ארוסה איז גאָרנישט די ארוסה וואָס מען מיינט. די ארוסה איז אַ פאַרשקלאַפטע היימישע פרוי אַ וואָך פאַר פּסח און זי זעט אויס און האָט אַ טעם פון אַ שמירה מצה, און אַ מאַשין מצה איז צו באַטעמט און האַקל צו פאַרגלייכן. איי פאַרוואָס רופט מען איר ארוסה אָדער לשון סגי נהור אָדער מען מיז זיך דערמאַנען וויאַזוי זי האָט אויסגעזען בשעת זי איז געווען אַ ארוסה אָן אַ טורבאַן אויפן קאָפּ און אַ סאַמעטע פּאָנזעלע אויף איר לייב און דער גאָמבע אין דער דלאָניע, די גראָבע פינגער אויפן גאָרגל, צוויי פינגערס אויפן באַק און צוויי פינגערס איבער די ליפּן ווען די שכנטע פרעגט איר ´ווער אָר יו אָפּ טו וויז יאָר קוקינג?´

לפי דעם איז גוט מאי קא משמע לן דער בילד, דאָס איז להשמיענו דער חטא פון די עירוב רב וואָס העכערן דער געהאַלט פון די גויטעס ערב יום־טוב און שוינען נישט ייִדיש געלט. ווי עס איז ידוע איז דער סוד פון דער קיום פון מעקסיקאָ, קאָלאָמביע און פוילן בזכות וואָס זיי שיקן זייערע נשים אויסצובעטן ייִדישע בעטן און שלייפן ייִדישע פּאָדליגעס און אלמלא פּסח וואָלט פון זיי נישט געבליבן קיין פּליט ושריד. ממילא אַז זיי לא נבראו אלא לשמשני דין הוא שקיפחתי את פרנסתם און פינף דאָלער אַ שעה איז אויך איבער געצאָלט. איי די ייִדן וואָס חנפנען זיך צו די גויטעס און זאָגן מען דאַרף צאָלן מער זאָלן זיי וויסן אַז טאָמער אַ היטלער קומט ווידער אויפן בענקל וועט עס זיי גאָרנישט העלפן און די זעלבער פוילישע וועלן זיי פירן אין קאַלעך אויוון אַריין ווי זייערע זיידעס האָבן געטון. און לאָמיר שוין הערן וויפיל זיי אַליין באַצאָלן.

ממילא קומן מיר אַצינד צום פּשט. דער לעמור עסט אַ מצה שמורה, נישט חמץ פון אַריזאָנע, נישט חדש פון מאָנטאַנאַ נאָר כּשר וישר פון אָרעגאָן, וסימנך לארו"ג בשלחן לחם חמודות, פון אָרעגאָן זענען די כּשרסטע מצות, און דער לעמור האָט מען פאַרשיקט פון דער היים ווייל פון צען טעג פאַר פּסח גיין ייִדן אין גלות זכר ליציאת מצרים און מען עסט נישט אויף פּלאַסטיקע בענקלעך און טישטיכער ווי אַ גאַנץ יאָר נאָר מען זיצט אויפן גאַס און אויף די שטיגן און מען עסט האַלבע כּזיתים און פערטל רביעיתן. און לפי דעם מעג מען שוין קוקן אויפן לעמור און מען דאַרף זיך לערנען כּיבוד אם און עסן מצה בצנעא משום מראית העין און אַזוי כּל הבורח מן הכּבוד איז זוכה צו אַ בילד אין עולם הטיפשים וואָס איז כּידוע נקי מחשש לשון הרע און האָט נישט קיין איין וואָרט וואָס מען קען דעריבער חלילה צוקומן צו עפעס אַ מחשבה אָדער חלילה צו טראַכטן.

ואם תאמר אַז עס איז דאָך ידוע מאמר החכם אַז אַ בילד איז ווערד טויזנט ווערטער און לפי זה זענען די בילדער דער גרעסטער לשון הרע וואָס איז שייך? זאָלט איר וויסן אַז דאָס איז אַ גויִשע מושג וואָס איז געגנבט פון כי אלף שנים בעיניך און עס איז ממש אפיקורסות און כפירה. אמת מיר פסקנען אַז שומע כּעונה אָבער אַז רואה כּשומע איז נישט דאָ קיין מקום להחמיר און בפרט אַז אינו דומה שמיעה לראייה איז די גרעסטע ראיה אַז דווקא ביי שומע איז דאָ לשון הרע אָבער נישט ביי זען. און נאָך מער אויב אַ בילד איז ווי טויזנט ווערטער וואָלט מען דאָך געדאַרפט יוצא זיין מקרא מגלה פון קוקן אויף אַ בילד און מיר טרעפן נישט אַזאַ זאַך אין די פוסקים און חלילה מיר זאָלן אַזוינס מחדש זיין.

בדרך צחות קען מען מוסיף זיין אַז אסור לאדם שיאכל איידער ער גיט עסן פאַר זיינע בהמות. ממילא בהמות מעגן עסן אפילו ערב פסח אויך. און לפי דעם אתי שפיר פאַרוואָס ער עסט דווקא מצות ווייל ער האָט אַ מצווה צו עסן וועגן טועמיה און דער עשה פון טועמיה איז דוחה דער לא תעשה פון נישט בועל זיין אַן ארוסה ביים שווער ווייל דער שוויגער וועט אפשר הערן.

און יעצט ווילן מיר מעורר זיין וועגן דער אינטערנעט...

יום שני, אפריל 07, 2008

הוציאם אלינו ונדעה אותם...

חלילה צו פאַרגלייכן אַן עיר ואם בישראל ווי לייקוואָד צו סדום. כאָטש ישעיה הנביא האָט יאָ אָנגערופן מנהיגים פון עם ישראל אָפיצירן פון סדום קען מען עס אַלץ נישט זאָגן אויף לייקוואָד. אין ישעיה הנביאס צייטן זענען נישט געווען תלמיד תורהס וווּ מען האָט נישט אָנגענומן קינדער וואָס די עלטערן האָבן אינטערנעט און אין ישעיהס צייטן האָט מען נישט געהאַט אַ וועד צו פאַרזיכערן אַז קיינער זאָל נישט זינדיקן. און טאַקע פאַרדעם האָט ישעיה געזאָגט אַזעלכע שרעקלעכע זאַכן. ווען ער וואָלט נאָר געהאַט אַ וועד וואָלט ישעיה אויסגעזען ווי דער המודיע און קאַפּיטל נאָך קאַפּיטל וואָלט געשטאַנען וואָס פאַר אַ געוואַלדיקער פאָלק מיר זענען און אויף אַלעס זענען די גויים און פרייע שולדיק. ירמיה וואָלט אויך געהאַט גם זו לטובה און אַבי נישט ערגער אויף יעדער בלעטל. איז חלילה סדום קען לייקוואָד לכאורה נישט זיין כאָטש צי עס איז עמורה דאַרף מען מעיין זיין.

דאָס פאָלגענדער שטיקל פון וואָס איז נייעס וועגן אַ מאָדערנער גבעוני האָט מיר אָבער געמאַכט זיך מתבונן זיין. איך מיין ביי אונז איז מען אויך מקרב ייִדן אָבער קער נעמן פון אַ גאַסט פנים ואחור דאָס איז שוין טאַקע אַ חידוש.

"They took care of him panim v'achor," says his former Partners in Torah study partner, who was taken in by Mr. Floyd's convincing act for over six years, he told VIN News. The partner asked to remain anonymous.

נישט קיין וווּנדער ער וויל בלייבן בעילום שם!

יום שלישי, אפריל 01, 2008

עד דלא ידע

פּורים אינדערפרי בין איך געגאַנגן אָפּטראָגן משלוח מנות פאַר מיין זינס טיטשער. איך האָב געטענהט אַז מען זאָל ביי אים אויך אַריינלייגן אַפּאָר דאָלער אינעם קאָנווערט. לפּנים וואָלט איך מסביר געווען אַז וואָס זיי לערנען אויס איז אויך אַ מצווה, למעשה איז עס ווייל איך וואָלט פאַר די מלמדים אויך נישט געגעבן, נאָר היות פון די מלמדים איז שווער זיך אַרויסצודרייען וויל איך געבן פאַר די לימודי חול לערערס אויך אַלץ אַ גירא בעינא דשיטנא. מיין פרוי האָט אָבער געזאָגט אַז אַ טיטשער וועט זיך באַליידיקן אַז איך האַלט אים פאַר אַ שנאָרער. איך האָב צוריקגעטענהט ´און די מלמדים מעג מען יאָ באַליידיקן?´. זי האָט מיר אָנגעקוקט כּאילו, מאַך דיך נישט אַזאַ תם. דו ווייסט גאַנץ גוט דער חילוק און מיר וועסט דו נישט אויסנאַרן.

מיר האָבן געקלינגן אויפן טיר און עס מאַכט מיר אויף אַ טיר אַ ייִד אָנגעפער אַ בן שישים, אַ קליין געוואַקסענער מיט אַ געשטיצטן באָרד, אין אַ ווייסן העמד אָן אַ טלית קטן דערויף און מיט אַ שוואַרצן יאַרמולקע אָבער אַ שטאָפענעם. בקיצור אַ יעקישער ייד. איך מיין, מיר רעדן דאָך פון טיטשערס און אויסער אַ גר צדק אָדער אַ בעל תשובה איז אַ יקר המציאות אַ חסידישן טיטשער. מיין פּלעמעניק האָט טאַקע אַ חסידישער טיטשער וואָס הורתו ולידתו בקדושה לערנט ער מיט די קינדער ענגליש אין ייִדיש. אַז מען קען לערנען לשון קודש אויף ייִדיש איז פאַרוואָס נישט ענגליש. רופן רופט מען אים טיטשער פעלבערבלום מחמת ער איז אַ רבי פאַרמיטאָג ממילא איז געווען אַ געוואַלדיקע שאלה וויאַזוי מען זאָל אים רופן. זאָל מען אים רופן רבי פעלבערבלום הייסט עס אַז אַ רבי לערנט מיט קינדער ענגליש און אַזוינס בל יראה ובל ימצא. ווייטער זאָל מען אים רופן מיסטער פעלבערבלום הייסט עס אַז מען רופט אַ מלמד דרדקי מיסטער, יאמרו רבם דקרו רבם דחפו?! אלא מאי אים סתם רופן טיטשער דאָס איז גוט פאַר גויים אָדער גויישע ייִדן, אָבער אַ געגאַרטעלטער חסיד מיט שיך און זאָקן קען מען דאָך נישט רופן טיטשער, המכנה שם רע לחבירו אין לו חלק לעולם הבא. האָט מען געפונען אַ פּשרה טיטשער פעלבערבלום וואָס טראָגט דערין סיי זיין ייִדישן נאָמן און סיי זיין לימודי חולישן פאַך און אַזוי איז די תורה חלילה נישט צו שאַנד און דעם מלמד פון פאַרמיטאָגס כבוד במקומה עומדת.

האָט אונז דער טיטשער שיין באַגרוסט און אונז אַריינגערופן אין זיין שבתדיקן עס צימער. איר ווייסט וואָס איך מיין. דער צימער וווּ עס ליגט דער זילבער און די בילדער פון די קינדער ווען זיי זענען געווען קינדער און דערנאָך ביי זייערע חתונות און פון זייערע קינדער קיין עין הרע און אויך פון דער חפץ חיים און ר´ משה כאָטש איך געדענק נישט צי דער טיטשער האָט געהאַט מאָלערייען פון גדולים. ביים טיש איז געזעצן נאָך אַ יעקישער ייִד און אויך אַ טיטשער און אויפן טיש זענען געלעגן צוויי גמרות בבא קמא אויפגעמישט צו החובל. לאָמיך שוין צולייגן אַז דאָס איז נישט געווען ישיבת מרדכי הצדיק כאָטש עס איז שווער צו גלייבן אַז עס איז מעגלעך צו לערנען פּורים נישט אין ישיבת מרדכי הצדיק, ווייל אַז נישט וואָס דאַרף מען אַזויפיל געלט פאַר ישיבת מרדכי הצדיק וואָס צאָלט נישט קיין געהאַלט און איז אויף בלויז איין טאָג?

נאָר אין אמתן וואָלט מען עס געדאַרפט רופן ישיבת המן הרשע ווייל ווען נישט המן וואָלט מען דאָך נישט פאַרברענגט פּורים אינדערפרי אין בית מדרש מיט די קינדער נאָר די טאַטעס וואָלטן געווען אין כּולל און די קינדער אין חדר. ביידע וואָלטן געלערנט אָבער נישט צוזאַמן. איז געקומן המן הרשע וואָס גדולה הסרת טבעת יותר ממ"ח נביאים און גדולים און רשעי ישיבות און ער האָט זיי צאַמגעברענגט. אמת, פּורים איז אַ טאָג וואָס צו דעם גרייטן זיך די קינדער פון מוצאי חנוכּה אָבער פאַרדעם זענען זיי פּטור פון לימוד התורה? וואָס עפּעס? פאַרקערט עס איז אַ גרויסער ענין צו ווייזן די קינדער אַז פּורים איז אויך נישט הפקר. אַ גאַנץ יאָר לערנען זיי נישט גענוג און עס איז דאָ אַן ערענסטער ריזיקירונג אַז די קינדער קענען פאַרגעסן זייערע תורה אַז זיי וועלן נישט לערנען אין זייערע פאַרשטעלונג. און ווער רעדט נאָך פונעם חשש אַז דער וועלט קען אונטערגיין אַז ערגעץ ווי זיצט נישט חלילה אַ ייד אין האָרעוועט אין תורה. איי, גיי זאָג דאָס פאַר אַ נשיא פון אַ שבט אין דער אַמאַזאָן רעגן וואַלד אַז ער לעבט נאָר בזכות אביי ורבא און ער וועט ניטאַמאָל מפסיק זיין פון זיי פּויקעריי צוליב דעם? נו, וואָס ווייסט ער? ער ווייסט דאָך אפילו נישט פון די ז´ מצוות בני נח איז וועט ער אונז זאָגן מבינות אויף אם לא בריתי יומם ולילה חוקות שמים וארץ לא שמתי? און גיב נאָר אַ קוק אויף זיין בני בית, זיי דאַכט זיך אַז זיי האַלטן נאָך פאַרן עץ הדעת איז וואָס האָבן זיי אונז צו פאַרקויפן.

אָבער נאָך מער גערעדט טרעפט מען נישט אין דער מגילה אַז מרדכי זאָל האָבן געהאַט קינדער. פאַרקערט, ער האָט אַדאָפּדיט נאָך בוני עולם האָט אים געזאָגט אַז כּלו כּל הקיצים און אפילו אַ דרילינג קען מען אים נישט אַלעדיקן ביי אַ מומחה אין ארץ ישראל. (איר ווייסט אוודאי פון אָרגענעזאַציע, בוני עולם, וואָס בעל־כּרחך מיזן זיין פּראָ-קלאָנינג ווייל זייערע האַנדלס מאַרק, לאָגאָ בלע"ז, צייכנט אָפּ ווי אַ טוץ מיט קינדער קומן אַרויס פון איין עלטער!) ווייטער המן הרשע האָט געהאַט צען זין כמנהג יהודאי נישט ווייל ער האָט זיך אין זיי פאַרחשקט נאָר פשוט ער האָט נישט געפונען אַ היתר אויף נישט. ווי פיל תנוקות של בית רבן וואָס פאַלן אַרויס פונעם רחם ווייל זיין קליין בחורל שרייט קום ועשה און דער רב געבט איר אַ היתר ´אויף דריי חודשים´ און דערנאָך השלך על ה´ יהבך. האָט המן טאַקע געהאַט צען קינדערלעך און ווער ווייסט אפשר האָט ער אַפילו געלערנט מיט זיי פורים אינדערפרי בשער בת רבים און זיך געלאָזט פאַטאָגריפירן צו מאַכן אַ קידוש השם אַז אין וולאַדיוואָסטאָק זאָל מען זאָגן אַז ייִדן לערנען אפילו פּורים אויך מה שאין כּן גויים מאַכן נישט אויף אַ גמרא ווי דער יאָר איז גרויס.

שטיי איך אָבער און איך שטוין אַז צוויי יעקישע ייִדן לערנען החובל פּורים אינדערפרי אָן קיין טאַראַראַם מיט אונערשריפטן פון זרש ואוהביו. אפשר האָבן זיי מעיין געווען אינעם מרדכי אַז מען מאַכט שאָדן פּורים איז מען פּטור און מיין אינשורענס השם ינקום דמם ווילן נישט וויסן. קוק איך גוט צו און עס ווערט מיר באַלד קלאָר. זיי לערנען אין גמרות איבערגעטייטשט אין ענגליש און נישט פון אַרטסקראָל ושותפיהם. שווער צו גלייבן אַז אַזוינס עקזיסטירט ווייל ווער קען נאָך דער ענגלישער שפּראַך ווי זיי? און ווער ווייסט ווי זיי וויאַזוי צו פאַרדרייען ארנבת? איז אַז מען לערנט אין ספרים חיצוניים קען מען נישט קומן אין בית מדרש זיצט מען אין דער היים און מען לערנט אַזוי. האָט זיך טאַקע פאַרצויגן אַ שמועס צום ענין פון לערנען לימודי חול און עס האָט דערציילט איינס פון די טיטשערס אַז משה מאָנטיפיורי איז געוועזן ביים חידושי הרי"ם וועגן אַ גזרה אין יענער צייטן אַז קינדער זאָלן דאַרפן לערנען רוסיש רחמנא לצלן. האָט משה מאָנטיפיורי געזאָגט אַז ער האָט אַ ראיה פון מרדכי אַז ייִדן דאַרפן קענען גוייִשע שפּראַכן ווייל ווען נישט וואָלט מרדכי נישט פאַרשטאַנען וואָס בגתן ותרש רעדן און עס וואָלט פון אים נישט אַרויסגעקומן אַ ישועה. האָט דער חידושי הרי"ם געענטפערט אַז פון דאָרט איז אַ ראיה אַז פּונקט פאַרקערט, ווייל ווען ייִדן וואָלטן אַלגעמיין געקענט פרעמדע שפּראַכן וואָלטן בגתן ותרש נישט גערעדט פאַר מרדכי. דער אַנדער יעקע האָט געשפּעט ווי נאָר אַ יעקע קען אויף פּורים אינדערפרי.

עס געפעלט אייך? אַז נישט וועל איך אייך זאָגן וואָס איז געווען ביים רב. בקיצור ווייל עס איז געווען ערב שבת. דער רב האָט געזאָגט אַז דער חטא פון די ייִדן פון שושן איז נישט געווען ווייל זיי האָבן געגעסן טריפות אָדער געטרונקן גוייִשע וויין. אדרבה, אַלעס האָט געהאַט אַ הכשר. נאָר וואָס דען? זייערע חטא איז געווען ווייל זיי האָבן פאַרוויילט מיט די גויים. עד כּאן דברי הרב ומכּאן ואיליך דברי התּלמיד. ומכּאן תשובה גמורה צו די וואָס כאַפּן זיך אַמאָל אַריין צו סטאַרבאָקס. איבער דער מילך קען מען זיך דינגן, חלב עכּו"ם אַרויף חלב הקאָמפּעניס אַראָפּ, אָבער וואָס וועט זיין מיט די אַנדער קליענטן, זיי זענען דאָך נישט משלנו? איך בין געווען צופרידן אַז ער האָט מיך אָפּגעלאָזט דער האַנט, דער רביצן האָט מן הסתּם דערווישט דער קאָנווערט און איך בין ווייטער געלאָפן מקיים זיין עד דלא ידע.

יום שבת, מרץ 08, 2008

וחי בהם

מיין טאָכטער האָט געפרעגט וויאַזוי האָבן די בחורים געקענט געהרגעט ווערן ביים לערנען? זי האָט געלערנט אַז ווען דער מלאך המוות האָט געוואָלט ברענגן מיתה צו דוד המלך האָט ער געשאָקלט די צווייגן פון אַ בוים כּדי אים מסיח דעת צו זיין פון לימוד התורה און בלויז אַזוי האָט ער אויף אים געקענט האָבן א שליטה.

איין זין האָט געענטפערט אַז זיי האָבן געפּאָזט (מפסיק געווען). דער בר־מצווה בחור האָט געזאָגט אַז זיי האָבן געדאַוונט און נישט געלערנט.

איך האָב געשוויגן.

יום ראשון, פברואר 03, 2008

מושל בכיפה

מעשה שהיה כּך היה. איך בין מיר געגאַנגן אויפן גאַס און איך לויף. פאַרוואָס לויף איך? ווייל אַ ייד לויפט. וואָס האָט אַ גוי דען צו לויפן? איך ווייס שוין וואָס די אויפגעקלערטע פון אייך טראַכטן. דער קטלא קניא איז אַרויסגעקראָכן פון אונטער זיין קאָלדרע ווי אַ וועווערקע אָנהייב ווינטער אַריינכאַפּן נאָך אַ ניסל איידער ער לייגט זיך אינגאַנצן שלאָפן און באַלד קומט ער זיך אָן מיט די שטותים וואָס דער רבי האָט אים דערציילט אין חדר. וואַקס שוין אויף איין מאָל פאַר אלע מאָל און זאָג עפּעס זאַפטיק. חזר נישט איבער די נאַרישקייטן וואָס מען באַהאַלט זיך פון בושות ווען דער בדחן זאָגט זיי איבער צוזאַמן מיט זיינע אַנטי־שוויגער וויצן דרייע פאַרטאָגס. אין פאַל אַז דו האָסט נישט באַמערקט האַלטן מיר שוין אַ טרעפּל ווייטער. מיר הערן מיר שוין נישט ליפּא, יאַני דאָס איז טעם גן עדן, און איך זאָג דיר איך קויף יעדער וואָך טיים מאַגאַזין, ס´איז משוגע צו ווערן פון די בילדער. איך האַלט עס אונטער דעם מאַטראַץ ווייל איך וויל נישט די קינדער זאָלן דערציילן אין חדר. איך האָב אַמאָל געהאַט צו טון מיטן מנהל ווייל איך האָב זיי געוויזן אַ בילד אין נעשנעל דזיאָגראַפיק, ער האָט מיר געסטראַשעט ער וועט זיי משלח זיין. ער זאָגט אַז ער האָט עפּעס באַמערקט אַז די קינדער זענען פאַרטראַכט און פאַרגולמט.

גרויסע מחנכים זאָגן אַז מען דערקענט אויף קינדער אַז זיי האָבן טעלעוויזיעס אינדערהיים ווייל זיי זיצן אין כיתה פאַרגלאָצט און פאַרחלומט און לעבן נישט מיט מיט וואָס עס טוט זיך אין כּיתה. איך רעד יעצט פון ערענסטע מחנכים וואָס קענען פסיכאָלאָגיע ווי דער אמורא שמואל האָט געקענט די סטעטשקעס פון הימל. זיי פאַרשטיין אַ קינד ווי נאָר. זיי דאַרפן נאָר רעדן מיט אים צוויי ווערטער און געבן אַ פרעג דעם טאַטן צי ער שפּילט זיך אַמאָל מיט זיי און באַלד זעט מען אַז ער האָט אַ בליק אינעם תוך תוכן פונעם ייִנגל. (איך נוץ לשון זכר ווייל מבינים איבער מיידלעך זענען עטוואָס שווערער צו באַקומן. קען זיין ווייל ייִנגלעך זענען לייכטערע פּאַציענטן, אפשר ווייל פרויען טויגן נישט אַזוי צו חינוך און די מענער פאַרשטיין נישט אַזוי גוט צו דער נפש פון אַ מיידל, אָדער גאָר ווייל די מאַמעס לאָזן זיך נישט אַזוי לייכט איינרעדן איבער דער חינוך פון זייערע טעכטער ווי די טאַטעס איבער זייערע ייִנגלעך.)

האַלטן מיר ביים מחנך, ער פאַרשטייט וואָס ליגט אונטער דער היי. וויפיל ער זאָל נישט בעטן איז עס גערעכנט בחנם. אמת, ביי פרייע דאָקטוירים קען מען מסביר זיין אַז עס האַנדלט זיך מיט אַ משפּחה פון פופצן קינדער און צי ער קען נישט רעכענען אַ ספּעציעלן פּרייז. און ווער ווייסט נישט פון דעם דאָקטאָר, אַ גוי גמור אָבער זייער אַן איידלער, ממש פון די חסידי אומות העולם, וואָס ווען דער עסקן האָט אַלעדיקט אַז משפּחת ס. קען אים גיין זען האָט ער מוותר געווען אויף זיין פדיון. אָבער מען קען דאָך נישט אַזוי פירן אַ געשעפט. ביי אונדזער היימישע עסקנים איז צוויי זאַכן. איינס, זיי באַהאַנדלן בלויז היימישע קליענטן און אַז זיי וועלן נישט רעכענען ביי גרויסע משפּחות, -אין ישראל רופט מען עס ברוכות ילדים ווייל זיי זענען אַזוי גרויס אַז ס´יז ווי אַ ברכה אָן אַ נאָך־ברכה- איז אַז ער וועט ביי זיי נישט רעכענען מהיכן ירק זה חי? דער גוייִשער אָדער האַלב־ייִדישער דאָקטאָר האָט פיל אַנדער פאַציענטן קען ער זיך ערלויבן צו געבן אַן אומזיסטע קאָנסולטאַציע פאַר אַן אחינו בני ישראל הנתונים בצרה, אָבער אונדזער מומחים וואָס האָבן עידוד פון אַכציק פּראָצענט פון די גדולי ישראל האָבן דאָך נאָר היימישע קליענטן און אַז זיי וועלן נישט נעמן ביי אונדזערע איז ביי וועם יאָ? און אַז די גדולים לאָזן נישט גיין בלויז צו די וואָס פאַרשטיין אַ קינד מיט אַ ראשית חכמהדיקן פאַרשטאַנד איז מיז מען זיי באַצאָלן שווערע געלטער אַז זיי זאָלן זיך מיט אונדז טיילן זייערע טיפע איינזענישן פון אָבזערווירן חינוך על טהרת הקודש. איי, אַז זיי זענען אַזוי גוט פאַרוואָס טאַקע קומן צו זיי נישט מחוץ־למחנהדיקע קינדער? אויף דעם איז שוין דאָ אַ פּסוק אין תהילים, לא עשה כן לכל גוי ומשפּטים בל ידעום. אונדזער משפּטים טויגן נאָר פאַר ייִדישע קעפּ.

בין איך אָבער אין מיטן לויפן, נו, יאָ, איך האָב דערציילט אַז איך בין געלאָפן. אמת אַ גוי לויפט אויך, אַ בפירושע משנה צי ברייתא אנו רצים והם רצים... דאַרף איך דען אויספירן? זיי ד´זאָגן און מיר לויפן כאַפּן אַ מנחה. זיי לויפן אויף אַ טרעדמיל און מיר לויפן כאַפּן אַ סעוון־לייער ווייל דער קלייט שליסט שוין - עס איז באַלד דער זמן. על כּל פּנים, איך לויף כּדת משה און איך זע אַ הפסק אינעם געפאַר און קיין סאַך צייט צו גיין ביזן ווינקל און וואַרטן ביז דער האַנט וועט מיר צייגן אַז איך קען אַריבער גיין האָב איך נישט, ממילא כאַפּ איך דער שעה טובה און איך לויף אַריבער. אַז איך קען רעדן ביי יהא שמיה רבא, זאָגן קרבנות ביי חזרת הש"ץ, און אַריינשטעקן אַ פאַרגעסענער ותן טל ומטר ביי שמע קולנו קען איך מיך נישט אַן עצה געבן מיט אַ הענטל וואָס טוישט זיך פון רויט אויף גרין? איך בין עפּעס אַ נער, איך קען נישט זען ווען מען קען אַריבער גיין? לויף איך, און אַז איך לויף לייג איך מיט אַ רעפלעקס דער האַנט אויפן יאַרמולקע. נאָר ווי די יודעי דבר ווייסן אַז מען לייגט אַרויף אַ האַנט אויפן קאָפּ און מען טראָגט אַ טאַש אויף איין פּלייצע איז דאָ אַ טבע אַז דער טאַש גליטשט זיך אַראָפּ אויפן אָרעם. האָב איך אויף אַן אויגן־בליק אַראָפּ גענומן דער האַנט פונעם קאָפּ צו פאַררעכטן דעם טאַש און מעשה יוסף מוקיר שבת איז געקומן אַ ווינט, כּלומר נישט סתּם אַן אָטעם נאָר אַ בלאָז ווי אַ שטאָרעם פון קאַטרינאַס רביצן, און, נישט מיר געדאַכט, נישט היינט געדאַכט, מיר אַראָפּגעבלאָזן דאָס יאַרמולקע פון קאָפּ.

שטעלט אייך אויף איין רגע, לייענער היקר, און זייט אייך מתבונן אויף המראה הגדול הזה. אַ גרויזאַמער ניו יאָרקער שאָסיי פון זעקס צי אַכט שפּאַלירן, יעדער איינץ ברייט ווי אַ רשות הרבים דאורייתא, אַ געפאַר פון פּרעה רכבו ופּרשיו, געלע טאַקסיס צען אין אַ רייע, טראָקן מיט נעזער וואָס לייגן צו נער כּלל ישראל, און אין דער מיט פון דעם געטומל שטיי איך איינער אַליין, א בשר ודגים קעגן טאָנן פון מעטאַל, מימיני אַ פייף פון איינעם וואָס נישט נאָר ער איז בעל הבית פונעם שטראָז נאָר ער האָט עס געבויעט במו ידיו ווי עסקנים בויען ביי אונדז מוסדות, צי עס איז דאָ צו פיל צי צו ווייניק לייגן זיי אַלץ אַריין דער האַנט אין קעשענע און מישן אַריין אייגענע געלטער ווייל ווי די משנה זאָגט שלי שלי שלך שלך מדת סדום, ומשמאלי אין אַ האָמער מיט פאַרחוֹשכטע פענצטערס אַ פאַרקוטשמעטער יונגערמאַן איילענדיק אין קלייט ווייל עס איז מאָנטיק, בה"ב און עס איז נאָך געווען אַ ברית אויך, כאַפּט ער אַריין אַ קאַווע וואָס ווען ער כאַפּט נישט אַ שלינג ביים פאָרן וואַרעמט ער זיך די הענט אויפן כּויסע, און אין מיטן דעם רעש און געפּילדער שטיי איך ווי אַ ליימענער גולם, שכולה וגלמודה גולה וסורה, איינער אַליין מיט אַ טאַש וואָס גליטשט זיך, אויטאָס וואָס פייפן, אַ ווינט וואָס בלאָזט, און אַ יאַרמולקע וואָס ליגט אינעם שאול תחתיה אין שאָטן פון דער עיר על תלה בנויה. הן אני נשארתי לבדי, אַ לוזער אויף די אַוועניו אָוו די אַמעריקאַס.

צו זאָגן אַז איך האָב מיך געשפּירט אין גלות איז ווי אַריינשרייען אינעם צעל אונטער דער חופּה, ´איך בין ביי אַ חתונה´. נאָר וווּ דען ביסטו, דו נער? עס האָט מיך דערמאַנט פון דעם ייִד וואָס מען האָט אָפּגעמשפּט דורכצוגיין צוויי רייעס ווי אַן אבל נאָכן לוייה. נאָר די רייעס זענען נישט געווען פון ייִדן שרייענדיק ´המקום ינחם...´ זוכנדיק אויפן פּרצוף פון די אבלים דער טרויער פון אבילות און די שמחה פונעם ירושה, נאָר צוויי רייעס פון צאַרישע שלעגערס וואָס האָבן געשמיסן פון ביידע זייטן. די מעשה איז אַז דאָס יאַרמולקע איז פונעם ייִד אַראָפּגעפאַלן און ער האָט זיך אָפּגעשטעלט עס אויפצוהייבן און צוריק אָנטון אויפן קאָפּ כאָטש ער האָט בשעת מעשה געכאַפּט פיל מער שמיצן. די נשמה איז מיר געלעגן צווישן די ליפּן, איינער אַליין אין מיטן שאָסיי, אַ שלימזל ווי אַ שטייענדיקער ביי כּורעים, אָבער גערירט אָנעם יאַרמולקע האָב איך מיך נישט. און צווישן האַלטן אַן אויג אויפן געפאַר און אויפן יאַרמולקע האָב איך נאָך מער זיכער געמאַכט ווער עס קוקט צו און צי עס זעט מיר נישט חלילה אַ ייִד. צו מיין מזל, פונעם ווינקל פונעם אויג זע איך נישט עפּעס אַנדערש ווי אַ יידענע.

בלויז דאָס האָט מיר אויסגעפעלט. אַ ייִדענע מיט אַ וועגעלע שטייט און קוקט זיך צו אויף מיין שאַנדע לקיים מה שנאמר אשר יגורתי בא לי. מיינע קאָשמאַרן זענען געוואָרן איינץ מיט די פּתרונות און פון אַ היכי תמצי איז געוואָרן אַ מעשה שהיה. צוקוקענדיק פונעם זיכערהייט פונעם טרעטאַר ווי מרים האָט צוגעקוקט ביי די קאַמישן צו זען וואָס וועט פונעם יידישן קינד ווערן גיט זי זיך אַ צי ביים שייטעל צופרידענערהייט אַז דאָס פליט נישט מיט אַזאַ לייכטשעציקייט. זי ווייסט אַז קיין סאַך קען זי נישט העלפן, זי שפּירט זיך אַליין גענוג שליממזל מיטן אייגענעם, מיז גאָט איר אונטערשיקן אַ פרעמדן וואָס זי שעמט זיך צו זען זיין קלעם, זאָרגט זיך מען זאָל אים נישט איבערפאָרן און שטייט און קוקט צו אויף דאָס נאַקעטקייט פון אַ חסידישן הוילן קאָפּ פריש געשוירן ערב שבת חנוכּה.

הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל. אינעם געדעכטן געפאַר קומט צו גיין אליהו הנביא. נישט אויף אַן אייזל נאָר אין אַ קליינעם שמאַטעדיקן פאָרד, און נישט מיט אַ באָרד און אַ גאַרטל ווי אַרויס פונעם הגדה נאָר פאַרשטעלט ווי אַ פרוי מיט גרויערלעכע האָר און אַ שמייכל ווי די באַהעלפערס אין מוזיאומס און אויף אַנדערע מקומות וואָס מען גייט חול המועד. איר ווייסט די סאָרט וואָס זענען אַזוי איידל און אַזוי ווייך וואָס איר קענט זיך שווערן אַז פּוטער וואָלט זיך ביי זיי אין מויל נישט אויפגעלאָזט. וויפיל שאלות מען זאָל זיי נישט פרעגן ענטפערן זיי געדולדיק און צערטליך. די קינדער שפרינגן און טאַנצן און זיי זענען מלא קאָמפּלימענטן. און אַז זי איז אַזוי פיין הייבט מען שוין אָן צי מען קען נישט אַהין גיין און מען קען נישט יענץ זען און דאָ אַ קוק טון און זיך וואַשן נטילת־ידים נישט אין אַ בית כּסא, און אַ צימער אויף מנחה און נאָך אַ קליינע בחנמדיקע בראָשור און אַן עמבלעם פאַר דאָס קינד אינדערהיים און נאָך משאלות לבנו ווי נאָר אַ ייד קען זיך וווּנטשן. און מען שטייט און וווּנדערט זיך צי אויך זי איז אינעם כּלל פון עשו שונא ליעקב אָדער זי איז אַ יוצא מן הכּלל און פון די חסידי אומות העולם. אַקיצור האָט איר דאָ די תשובה. אָט אַזאַ פרוי האָט זיך געגעבן אַ שטעל אָפּ, נישט געקוקט אויף די פייפערס פון הינטן, נישט אויף די אַנטיסעמיטן אין די זייטן וואָס האָבן נישט געקענט אויף עפּעס אַנדערש לאַכן ווי אויף מיין קלעם, און מיט איר שמייכל פול מיט געער און שעצונג ווייזט זי מיר מיטן האַנט אַז איך קען מיר גיין אויפהייבן דאָס יאַרמולקע.

אָנקומענדיק בשלום אויפן סיידוואָק נאָך שמייכלן צום חסידותטע פון די אומות העולם און צושאָקלן מיטן קאָפּ ווי ייִדן אין צוויי קאַרס באַגריסן זיך און פאָכן מיטן האַנט כּאילו איך בין אַ קאַנדידאַט פאַר סיטי האָל מיז איך באַהאַנדלן דער אשה כּשרה וואָס שטייט און שומרט מיר פונדערווייטענס. זי איז דאָך אָבער אַן אייגענץ וועט זי פאַרשטיין אָן אַ שמייכל און אָן אַ געפאָכעץ. זי איז דערצו אַן אשת־איש קען איך דאָך נישט געבן אַ ווינק אַז ליהודים היתה אורה. מיר גיין זיך בלויז דורך און איך קוק אויפן תינוק שצריך לאמו וואָס שפּילט זיך אינעם וועגעלע. דאָס קינד און איך בייטן זיך אַ שמייכל. עס שפּיגלט אָפּ סיי זיין מאַמעס הנאה און סיי מיין אָפּלייכטערונג אַז איך האָב מיט וועם זיך צו טיילן מיינע געוועזענע בזיונות און מיין יעצטיקן קורת רוח אַז איך קען ממשיך זיין אויפן וועג מיטן אימתא דשמיא העכער מיין קאָפּ.