יום רביעי, נובמבר 23, 2011

וישן מפני חדש תוציאו

הגם עס איז נישט מיין מנהג אַרויסצוברענגן אַלטע סחורה און עס רופן פריש. איך לייג נישט בילקעס אין דער פריזער און איך באַק נישט איבער ברויט. על כל פנים נישט ביודעין. האָב איך אָבער געהאַט אַ מגיד שיעור וואָס פלעגט צו זאָגן אַז טאָמער לערנט מען אַ סוגיא צי סתם אַ בלעטל גמרא און עס קומט אונטער אַ פסוק פון דער פרשה פון דער וואָך איז סימן הוא אַז מען האָט געלערנט תורה לשמה.

ביי אונז האָט ממש אַזוי פּאַסירט. מפני מעשה שהיה האָבן מיר געזוכט אין דער קעלער אויף די אָנגעשטויבטע פּאָליצעס און מיר האָבן זיך אָנגעשטויסן אויף אַ דבר תורה אויפן וואָכעדיקע סדרה. פּיור תורה לשמה. נו, אַז עס איז תורה לשמה וועל איך עס פון אייך נישט באַהאַלטן אַלץ אל תמנע טוב מבעליו און סתם זיך צו טיילן מיט גוטע פריינד.

ממילא נאַט אייך מיין שטיקל צום צווייטן מאָל און איר וועט האָבן נאָכצוזאָגן ביים שבת טיש די וואָך און נעקסטע וואָך טאַקע פעמיים באהבה.

בן תשע עשרה לאהבה

ולרבים השואלים, מיר זענען שוין צוריק ברוך השם על אדמת נכר, זיך שוין אויסגערוהט פון דער חולשא דארחא, שוין געבענטשט גומל, אויסגעהערט פון אַ מנין יידן עצות אויף דזעט לעג, דער שותף ביים אַרבעט האָט מיר שוין דערציילט פון זיין פלעמעניקס חתונה און איך שטיי אויף שפּילקעס אַז נישט גענוג איך מיז טאַנצן אויף מיין אייגענס מיז איך אויסהערן יענעמס אויך, און מען קען זיך שוין באַלד ווידער נעמען על התורה ועל העבודה.

זוכענדיק האָבן מיר אויך באַמערקט דרך אגבדיק אַז מיר האַלטן שוין אינעם צענטן יאָר פון שרייבן. הייסט עס אַז אין עלעף חודשים אַרום דאַרף מיר מאַכן אַ דינער און אַ בראָשור און אַ גאַסט רעדנער וכו’ וכו’ לכבוד דער יובל העשור. ממילא זוכן מיר אַ וועד המכינה, מיר באַשטעלן שוין אַ זאַל און די גראַפיקיסטן מאַכן שוין קרוינען און קראַנצן פון תכלת וארגמן.

עולם לעבן, פרטים יבואו נאָר דער עיקר פאַרגעסט נישט אַריינלייגן די ממתקים אין די שבתדיקע הויזן.

יום ראשון, ספטמבר 25, 2011

אני (לא) לדודי ודודי לי

זייט אָנהייב חודש אלול קאָכט זיך ביי מיר אין האַרצן. איך פּראָביר אַוועק צו קוקן, זיך אויסצודרייען, זיך נישט צו טון מאַכן אָבער עס פּועלט נישט. במשך אלול בין איך געווען אין שיל אין די וואָכן בלויז אויף ראש חודש און אפשר נאָך איין טאָג אין דער מיט. הערן שופר קומט מיר אָן שווער, דער ברומען פון לדוד ה' אורי אַן אָפּקומעניש, דער לכו נרננה פאַר תהילים אַ לאַסט. דער שופר רעדט צו מיר אָבער איך וויל עס נישט הערן. עס הייסט מיר נישט תשובה טון נאָר עס דערמאַנט מיר אַז פאַר אַ יאָר האָט עס אויך געבלאָזן און איבער אַ יאָר וועט עס ווייטער בלאָזן און אויסער האַקן אין טשייניק טוט עס קיין סאַך נישט אויף. עס טרומפּייטערט אַז מען זאָל זיך אומקערן אָבער אויך אַז מען וועט זיך נישט אומקערן. עס רופט אויס ווי קאַפּריזיק איז דער מענשטליכער האַרץ. עס וויל איין זאַך און טוט דוקא וואָס עס וויל נישט.

איך קען מיך אויך נישט באַהאַלטן ווייל אַז איך בין נישט ביים אלול איז דער אלול אָבער ביי מיר. איך קוק אָן מיין פרוי און איך בין איר מקנא. ביי איר איז ראש השנה אַ יום טוב ווי אַלע נאָר פּשוט מיט אירע מנהגים. מען איז אַביסל לענגער אין שיל, מען הערט שופר און מען זאָגט אַסאַך פונעם מחזור. באָט נאָטינק טו געט עקסייטיד אַבאָויט. פאַר מיר ווייטער איז עס אַן עקסיסטענציעלן מצב. כל באי עולם עוברין לפניך כבני מרון און איך ווייס אפילו נישט וואָס די בני מרון זענען.

איך האָב שבת געלייענט אַז רבי ר' זושא פלעגט יעדער נאַכט מאַכן אַ חשבון הנפש און זאָגן 'זושא, היינט האָט נישט געטויגט אָבער מאָרגן וועט מען זיך נעמען און עס וועט זיין גאַנץ אַנדערש.' באַלד דערנאָך האָט ער מיט זיך געטענהט, 'אָבער נעכטן האָסט דו דאָך אויך אַזוי געזאָגט.' און צו דעם האָט ער זיך פאַרענטפערט, 'אמת, נעכטן האָב איך אַזוי געזאָגט אָבער מאָרגן וועט טאַקע אַזוי זיין.'

וואָס זאָל איך אייך זאָגן. ביי מיר איז יעדער נאַכט און יעדער פרייטיק צו נאַכט ווי ביי רבי ר' זושא. איך זאָג מיך צו אָז מאָרגן און דער קומענדיקער וואָך וועלן שוין זיין בעסער. איך וועל גיין אינדערפרי אין שיל, מער פאַרברענגן מיט די קינדער, ווייניקער צייט בטלן ביים אַרבעט און דער עיקר זיך נעמען צום שרייבן כּדת וכּדין. אָבער וויבאַלד איך בין שוין געווען ביי אַ שרינק און אַ קאָויטש ווייס איך אויך פאַרוואָס אַזעלכע הבטחות צי פון רבי ר' זושא צי פון מיר זענען בלויז אַ סגולה צו ווערן אַנטוישט. ווייל מיט אַזעלכע ברייטע, אַלגעמיינע און נישט ספּעציפישע אונטערנעמונגן קען מען גאָרנישט אויפטון.

קומט אָבער חודש אלול און איך קלאָג נישט נאָר אויפן פאַרגאַנגנהייט נאָר אויך אויפן צוקונפט. אויפן קומענדיקן יאָר ווען איך וועל שטיין אין אָט דעם מצב און זיך קלאַפּן אשמנו אויף די זעלבע עבירות. ועל אלה אני בוכיה אַז חוץ פון שווערע געפילן העלפט דער אלול גאָרנישט. אַ חשבון הנפש? וואָס העלפט אַ חשבון אַז דער סך הכל איז אַז נישט נאָר מען איז באַנקראָט נאָר מען גיין זיך ווייטער באָרגן? בעסער נישט וויסן דער דעפיציט, נישט זען דאָס טיפעניש פונעם גריב אַז מען הערט סייווי נישט אויף צו פאַלן. עורו ישינים מתרדמתכם? אפשר איז ענדערש צו שלאָפן ווי צו זיין וואַך און נישט וויסן אויף וואָס מען איז אויפגעשטאַנען.

איך מיז אָבער דאָך גיין הערן דער ערשטער אשרי יושבי ביתך. עס רופט צו מיר און איך קען דערפון נישט אַנטלויפן. האָב איך מיר צוגעזאָגט אַז איך וועל זאָגן סליחות מוצאי שבת אין דער שיל אויף מיין בלאָק און דאָס וועט אויך גוט זיין. די סליחה פון ביי נאַכט איז אַזוי גוט ווי פאַרטאָגס, פאַר חצות אַזוי גוט ווי נאָכן נץ. קום איך צו גיין אין שיל צו קבלת שבת און אויפן טיר הענגט אַ פרישע צעטל פון אַלע ימים נוראים זמנים ביז מוצאי שבת בראשית און פון אויבן שטייט 'יום א' סליחות..................5.45'. איך ווער פאַרגליווערט און פרעגט מיר נישט פאַרוואָס. זאָגן ביי נאַכט איז כּשר וישר און פונדעסטוועגן וויל איך די אָטענטישער תפילה, דעם באַשטימטן אַרטיקל, די סליחות מיטן ה' הידוע. איך פאָרכט פון אויפשטיין דעם ערשטן טאָג סליחות צו אַ העלן טאָג מיט אַ שיינעדיקע זין. סליחות מיז זיך אָנהייבן אין די גרויע קאָלירן פונעם פרימאָרגן אויף פאַכמאַרעטע האַלב פאַרשלאָפענע פנימער.

שבת נאָכמיטאָג האָב איך געבעטן מייז זין זאָל מיך אויפוועקן נאָך אַ שעה אַז מוצאי שבת זאָל איך קענען לייכט איינשלאָפן. מוצאי שבת איידער איך האָב מיך געלייגט האָב איך מיר אַראָפּגענומען דאָס סליחותל פונעם הויכן פּאָליצע און זיך געלייגט שלאָפן מיט אַ מחשבה טובה אויפצושטיין און גיין אין שיל מיטן שווייגעדיקן שטראָם פון סליחות גייערס. איך האָב געוואָלט זען דער שטאָלץ אויף די קינדערס פנימער אַז זיי זענען אויפגעשטאַנען פאַרטאָגס און זיך דערמאַנען ווען מיין טאַטע פלעגט מיר אויפוועקן און איך האָב אָנגעכאַפּט מיין עברי טייטש סליחות אויסגעקריצט מיט מיין נאָמען פון פאָרנט.

מורי ורבותי, איך בין אָנגעקומען אין שיל האַלב אַכט. איכה ישבה בדד, אַ שטיבל זונטיק אינדערפרי האַלב אַכט און עס איז נישט דאָ אַ נפש חיה אויסער אַ בחור איבער אַ גמרא און אַ ייד וואָס דאַווענט ביחידות. פון דעם עמוד ביזן לעצטן טיש פון הינטן האָט זיך געשפּירט אַז יידן זענען שוין געווען, שוין געקרעכצט, שוין אויסגעזאָגט תהילים, שוין געזאָגט אל הורית לנו לומר און שוין מקיים געווען במוצאי מנוחה קדמנוך תחלה. איך שטעל מיך אַוועק ביים בלעמער, די צוויי קראַצערס זענען שוין אויך אַוועק, איך מיש אויף דאָס סליחותל און אויפן ערשטן בלעטל שטייט, מתחילין להשכים לומר סליחות מן יום א' בשבוע שחל בו ר"ה. איך פאַרקוק די פּאָר הלכות וועגן זאָגן ברכת התורה ווען מען שטייט אויף איידער עס טאָגט און איך נעם מיך זאָגן. אשרי יושבי ביתך, לך ה' הצדקה, הנשמה לך והגוך שלך, אל מלך יושב על כסא רחמים. היימישע ווערטער, באַקאַנטע ברומערייען, אור אַלטע נסחאות. דער זון שיינט אַריין און לייכט אויף די ווערטער, די ווערטער שיינען אַריין אין מאַכן ליכטיק און לייכטער דאָס האַרץ.

די ימים נוראים האָבן זיך שוין אָנגעהויבן, דער יום הדין קומט אָט אָט, און מאָרגן בלי נדר...

יום שלישי, אוגוסט 09, 2011

הילד איננו

מענטשן בעטן מיר שרייבן אַפּאָר ווערטער וועל איך שרייבן, באַשולדיקט מיר נאָר נישט אַז עס איז נישט וואָס איר ווילט הערן. איר וועט מיר מיזן מוחל זיין אָבער איך ווייס נישט מיט וועלכן מלאך לייבי שפּילט זיך, דער טיפקייט פון די טייכן פון די טרערן און די פאָרעם פון דאָס בעכערל וווּ דער אייבישטער זאַמלט זיי איין. איך בין אויך נישט אַ זינגער אָדער אַ פאַרפּאַסער וועט איר נישט דאַרפן מקיאנען איבער ליריקס און קרעכצן מיט יענער־וועלטישע עפעקטן. די בדחנים איז נישט גענוג אַז זיי האָבן געמאַכט פון חתונות קליינע לוויות אַצינד דאַרפן זיי אויך מאַכן בדחנות פון אַ גרויזאַמען מערדער. און צו דעם וועם מען באַטיטלט דער יידישער עלוויס זאָג איך נעם דיר דיין ניגונדל און 'ריטערן טו סענדער'.

אמת עס איז דאָ אַן עירוב פּרשיות און מען האָט אונז פאַרדרייט די יוצרות. אַ יינגל וואָס האָט נישט מער געוואָלט ווי אַהיים גיין פון חדר איז נעלם און דערמעדערט און אַ ייד וואָס אין אַן אַנדערן מצב וואָלט מען געלויבט דעם וואָס רופט אים אַהיים אויף אַ שבת סעודה איז דוקא דער באַשולדיקטן רוצח. מיר זענען נישט געוווינט נישט צו אַזעלכע רוצחים און נישט צו אַזוינע קרבנות. עס שוידערט אויף אַז עלה המוות בחלוננו, אַז די סאָרט מעשות וואָס מיר האָבן זיך איינגערעדט קענען ביי אונז נישט פּאַסירן ווייל 'יידן טון נישט אַזעלכע זאַכן' איז שוין ביי אונז אויך אַ מעשה שהיה. ווי די פּרטים זענען קלאָרער געוואָרן איז געוואַקסן דער שאָק און דער אומגלויבליכקייט. איך האָב אַליין אַ יינגל אין די יאָרן און דער פאָטער אין מיר טרויערט פאַרן קינד וואָס קומט מער נישט אַהיים און פאַר די עלטערן און געשוויסטער וואָס וועלן אים מער נישט זען. עס דערציטערט זיך פאָרצושטעלן דער פחד און פּאַניק פון דעם יינגל אין זיינע לעצטע שעות נישט וועלנדיק עפּעס אַנדערש ווי די פעסטע אָרעם פון זיינע עלטערן און די וואַרעמע ווענט פון זיין היים.

יעדער קולטור האָט מיטלן און אַ גאַנג וואָס צו טון אין אַזוינע זמנים אויף זיך אַרויסצוגעבן. מען באַשטעלט בלומען אויפן לוייה, אַז עס איז אַ קינד ברענגט מען בערעלעך אָדער אַנדערע שפּילצייג, מען מאַכט אַ ציון אויפן פּלאַץ פונעם פאַרברעך אָדער עקסידענט און מען שרייבט צעטלעך און קוויטלעך, מען ברענגט אַהין בלומען און מען צינדט דאָרט ליכט. מענטשן קומען אויך צו זיין מיט אַנדערע און בלויז שטיין שטיל מיט זייערע מחשבות. נאָך אַ צייט הייבט מען אָן רעדן פון אַ דענקמאָל אָדער זאַמלן פאַר אַ קרן צדקה וכדומה. אַז עס איז דאָ וואָס מתקן צו זיין הייבן זיך אָן קאַמפּיינס אויף אַ מעגאַנס געזעץ, אויף אַ דזעסיקע געזעץ, אויף אַ פאָרשונג, אויף גערעכטיקייט צו כאַפּן און אָפּמשפּטן דעם רוצח, אויף נייע פאָרסיגנאַלן אויפן פּלאַץ פון אַ עקסידענט. אַעיקר עפּעס אויפצוטון צו פאַרזוכן אַז אַזאַ זאַך זאָל נישט ווידער פּאַסירן און אַז עפּעס גוטס זאָל דערפון אַרויסקומען.

דערצו ווען עס באַפאַלט פאַר אַ קהלה אָדער אַ מדינה אַ שוידערעלעכע טראַגעדיע ווי 11\9 צי לעצטענס אין נאָרוועגיע האַלט מען דערצו אַ מינוט שטילקייט און אַזוי אַרום סיי מען פאַראייניקט מען די באַפעלקערונג, סיי מען געדענקט און מען איז מכבד די קרבנות און סיי איז מען אַזוי מקדיש אַ זמן אויף זיך מתבונן צו זיין אין דער גרייס פון אַן אַקט וואָס מען קען נישט פאַרנעמען מיט ווערטער אָדער מעשים. אין אַזאַ צייט קוקן מענטשן אויך צו זייערע פירער, פּאָליטישע ווי אויך רעליגעזע, אַז זיי זאָלן עפּעס זאָגן. נישט גרויסע סודות און נישט טיפע געדאַנקן נאָר פּשוטע, איינפאַכע ווערטער צו טרייסטן און פאַרזיכן אַריינברענגן עפּעס זינען אין אַזאַ אומזינינקייט. מיר טרוירן אָבער מיר מיזן זיך אויך מחזק זיין און זיכער מאַכן אַז דער אינצידענט איז נישט געווען לריק ולבהלה.

מיר ייִדן האָבן אויך אייגענע מנהגים אין אבלות סיי פאַרן יחיד און סיי פאַרן רבים. מיר טרוירן שוין צויי טויזנט יאָר איבערן חורבן און אין אונזערע לאַנגע ביטערע גלות זענען מיר אַריבער קאַלטס און וואַרעמס און מיר זענען באַהאַווענט מיט אַ שבת חזון מיט אַ מגלת איכה און אַנדערע סימני אבלות. פאַרן יחיד האָבן מיר אויך פון שבעה ביז קדיש, יאָרצייטן און מזכיר נשמות אַ זאַק מיט הלכות, מנהגים, נוסחאות און תפלות אויף טרוירן און געדענקן. פאַרשטייט זיך אַז אין דעם לייגן מיר אויך אַריין אונזערע יידישקייט און מען לויפט פרעגן אַזויפיל שאלות אַז כּמעט מען פאַרגעסט פאַרוואָס מען פרעגט און אַז מתו מוטל לפניו. רוב מאָל זענען מיר זיך אָבער מיט דעם מחזק און סיי מיר און סיי די וואָס קומען אונז טרייסטן געפונען אין אונזערע אור־אַלטע טראַדיציעס אַ היים און אַן אויסשפּרעך פאַר אונזערע געפילן.

מאַכט זיך אָבער אָמאַל אַן אויסטערלישן אינצידענט, אַ פאַרברעך ווי אַצינד וואָס זעט אויס שלא כּדרך הטבע און מיר שפּירן אַז עפּעס פעלט. מיר האָבן נישט אַ מסורה איבער די זאַכן. דאָס צו וואָס מיר זענען געוווינט איז צו ווייניק און מיר האָבן נישט אַ וועג ווייזער וויאַזוי זיך צו באַנעמען אין אַזוינע זמנים. דער שוואַרצער ארון איז צו ערנסט פאַר אַ קינד וואָס האָט נאָך אָנגעטון קאָלירטע קליידער. דער צוגעדעקטער שפּיגל קען נישט באַהאַלטן דער לאָך פון אַ קינדס קול און אַ בחנטע פּנים וואָס איז מער נישט דאָ און דער קריעה קלייד איז צו אַ שוואַכער מעטאָפאָר פאַר דער ריס וואָס וועט זיך קיינמאָל נישט צונייען.

אַז עס פּאַסירט ווי דאָ אַז אַ אַ קינד איז ברוטאַליש דעמערדערט געוואָרן דורך אַן אונזערער ווערן מיר אינגאַנצן פאַרלוירן. כּעס מישט זיך מיט רחמנות, טרערן מישן זיך מיט בלוט, נקמה מישט זיך מיט דערבאַרמקייט און מדת הדין און מדת הרחמים זענען משמש בערבוביא. כאָטש דאָס איז נאַטירליך און מען זעט עס איבעראַל פעלט אונז אָבער סיי די פירער און סיי די ווערטער צו פאָרמירן די געפילן. איין מספּיד האָט געזאָגט ווי ווויל ער האָט געפאָלגט און אַ צווייטער ווי פיין ער האָט געלערנט כּאילו דאָס איז זיין סך הכּל. און אויסער דעם פּסוקים מיט וווּנטשעוואַניעס. דערצו וואַקסט אַ פּחד און אַ וואָרט שכל וואָס איז נישט באַגלייט מיט אַמערס טרערן און זיפצן איז אַ בושה אַרוסצוזאָגן און קוים דערלויבט מען זיך צו טראַכטן. מיר האָבן מורא עפּעס צו טון אָן אַ הכשר פון רבנים און רבנים האָבן מורא עפּעס צו זאָגן וואָס זיי האָבן נישט געזען אין אַ ספר. ווייל אַז מיר לעבן אין אַ וועלט ווי אַלעס איז אָדער אַ מצוה אָדער אַן עברה איז וואָס איז שפּילן מיט לעגאָוי? און אויף דעם קלאָגן מיר. אַז נישט נאָר הילד איננו נאָר אויך הילדות איננו. מיר טאָרן אים נישט געדענקן ווי אַ קינד און אויך דערפון לערנען ווי אונז ערוואַקסענע דאַרפן זיך באַנעמען צו קינדער נאָר מיר דאַרפן אים אָנקוקן ווי אַ צוקונפטיקער חסידישער ייד און די תקנה איז אַז מיר זאָלן העכער שרייען יהא שמיה רבא.

*

גבולות חלק ה' בעולמו און אונז האָט ער איינגעצוימט מיט תרי"ג מצוות און אַ שולחן ערוך מיט נושא כּלים. ער האָט אונז אָבער אויך געגעבן אַ נחלה בלי מצרים און ווען אונזערע צוים ווערט אויפגעבראָכן ווייסן מיר נישט פון פּראָפּאָרציע. ראשית־כּל דאַרפן מיר עפּעס טון. אונזער לעבנס שטייגער איז געבויעט אויף דעם אַז ניין מיינט נישט ניין. אַלץ קינד האָבן מיר געלערנט אַז ווען משה רבינו נאָך זיינע תקט"ו תפלות, כמנין ואתחנן, וואָלט געזאָגט מיט איין תפלה מער וואָלט ער אַריבער דעם ירדן. און זייט דעמאָלט האַלטן מיר אין איין דאַווענען נאָך איין תפלה און בעטן נאָך איין מאָל און מאַכן נאָך איין השתדלות. אַז אַ קינד ווערט פאַרלוירן ברענגט מען צו שלעפּן דריי פערטל כּלל ישראל דיתבי על נהר האָדסן זאָלן גיין זוכן. און אַז דו קענסט נישט זוכן גיי זאָג תהילים, לייג צו אַ נאָמען, זאָג פּרק שירה, מאַך אַ תענית דיבור אַעיקר זיץ נישט ליידיג. אָבער די פּאָליציי זאָל מען חלילה נישט מודיע זיין ווייל וואָס פאַרשטיין זיי דען צו אַ יידיש קינד? און בדיעבד לאָמיר זיך נישט נאַרן וואָס שטערט עס זיי? און אפילו לכתחילה איז עס דאָך געווען אַ געוואַלדיקער קידוש השם.

אַז מען קען שוין נישט זוכן ווייל דער נייעס איז אָנגעקומען אַז טרוף טורף לייבי דעמאָלט ווערן מיר פאַרגליווערט. עס איז נישט דאָ וואָס צו טון אָבער מיר קענען נישט איינרוען. מיר דרייען זיך אַרום און מען יוישט און נעבעכט און מען קרעכצט און זיפצט און מען זוכט אַ רמז און אַ טעאָריע און אַ נביאות אַעיקר אַז ווען מען זאָל נאָר נישט רעדן בין גברא לגברא איז כל כלי יוצר עליך לא יצלח און אויסער דעם זענען מיר פּערפעקט. און אַז נאָך די אַלע שר"יס און ימח שמוס שטעלט זיך גאָר אויס אַז דער רוצח איז אַ ספרדישע איז דאָך ממילא שוין גאַנץ אַ קליינער חידוש. שפּעטער ווערט ער אַ גוי גמור און איין בעל דרשן האָט געזאָגט אַז וויבאַלד דער רוצח האָט געהרגט אין קאַלט בלוט האָט ער גאָר גענוצט דער כּוח פון עמלק. ווען דאָס אַרבעט נישט מאַכט מען אים אַ גלאַטער משוגענער און משוגעים זענען דאָך דאָ איבעראַל. מען געפונט צדיקים וואָס האָבן עס פאָרגעזען און ממילא באַקומט עס אַ פּלאַץ אין די סדרי בראשית. דער עיקר טרייסט דערפון איז אַז אחרי כּכלות הכּל האָט אַזאַ אַקט נישט געקענט זיין פון אַ משלנו וואָס פרעסט טשולנט ליל שישי. און ווען מען האָט שוין אַלעס אויסגענוצט איז שטענדיק דאָ דער פאָלבאַק פון משיח. נאָך אַזאַ מעשה קומט ער שוין זיכער אויפן נעקסטן עף באַן קיין דיטמעס.

עס איז לייכט צו שפּעטן אָבער עת לשחוק ועת לבכות. צו די אַלע פּחדים קומען צו כּללותדיקע פּחדים. מיר לעבן אין אַ וועלט וואָס מיר קענען נישט און צו וואָס מען האָט אונז נישט צוגעגרייט. מיר זענען אויף אַ פּרשת דרכים און עס פעלן אונז וועג ווייזערס. אַ וועלט פון אינטערנעט וווּ קינדער זענען גרעסערע בעלנים ווי זייערע עלטערן און וווּ דער שפּראַך פון איסורים און חרמות ווייזט זיך אויס צו זיין אָן מוח און אָן כּוח. אַ וועלט וווּ אַלץ מער פון דער יוגנט פאַרלאָזט אונזערע וועג און עלטערן ווייסן נישט ווען עס קומט צו זייערע טיר. אַ וועלט וווּ מיר האָבן יעדער חומרא אונטער דער זין, תלמיד תורהס און שולעס וווּ אַ יינגל טאָר חלילה נישט לערנען מיט אַ פרעמד מיידל אפילו אונטער דריי יאָר אַלט און יעדער ביך איז באַשטעטיקט מיט אַ הכשר. אָבער דווקא אין אַזאַ וועלט האָט אַ ייד דערמערדערט דווקא אַזאַ יינגל. די אָ שאלות מערן זיך און זוכן אַן ענטפער אָבער אונזערע פירער זענען אַ חלק פון די שאלות.

מיר האָבן נאָכנישט אַנטוויקלט עפּעס מער איידל און סובטיל וואָס ליגט האַלב וועג צווישן משניות און קדיש אויף איין זייט און ווויעריסטישע בילדער און קרעכצנדיקע געפילן אויפן צווייטן. דעריבער מאַכט מען אַ דרשת התעוררות וווּ מיר מעגן הערן בלויז רבנים ווייל נאָר דעת תורה שאָקלט אונזער וועלט. אַ בר דעת וואָס איז נישט אַ רב טאָר נישט אַדרעסירן אַן עולם אויסער פאַר אַן אַפּיל. אין דער תורה שטייט מען זאָל מאַכן אַ מעקה אויף אַ דאַך ווייל לא תשים דמים בביתך אָבער ביי אונז נאָך אַן אינצידענעט איז לכו ונשובה אל ה'. קומען די רבנים און זיי שרייען, זיי וויינען, זיי מאַכן קולות, מוסרן די פרויען אויף צניעות און די מענער אויף נישט רעדן ביים הויכע שמונה עשרה, רופן אַ חשבון הנפש און רעכענען אויס די עברות פון דער דור וואָס מיר דאַרפן פאַררעכטן בשעת ווען מיר דאָרשטן אויף עפּעס וואָס רעדט צו אונזערע געפילן. מען הערט רעדעס אויף אחדות פון די בעלי מחלוקת אַליין, תפלות אויף משיח און בעלי דרשנים פון ישראל וואָס פאַרשטיין גאָרנישט פון אונזער חוץ לארצדיקן לעבן. זיי קלאָגן און קרעכצן אויף די צרות וואָס הערן זיך נישט אויף אָן צו אַנערקענען אַז למעשה מאַכן מיר אַ חיים טובים און אַזעלכע אינצידענטן זענען אַ יקר המציאות.

און דערנאָך וועט מען מאַכן אַ קרן. שוין געקלאָגט, געוויינט, תשובה געטון, און אפילו געזינגן קען מען זיך נעמען צום קרייצער. ענדלעך קען מען שוין ווידער עפעס טון און מען קען שטוינען איבער די מיליאָנען און זיך ווידער פּאַטשן די בייכלעך מיט מי כּעמך ישראל. אָבער דאָס וואָס מיר ווילן זאָגן זאָגט קיינער נישט און דאָס וואָס מיר לעכצן צו הערן איז ואין עונה, קיינער רופט זיך נישט אָן.

אָט אַזוי הערשט אַ וואַקיום און אַ הוילעניש און אין דעם לאָך און חלל וואָס קיינער וויל נישט אָנפילן דווקא דאָרט טרעטן אַריין אונזערע בעלי מנגנים. טרערן מעקלערס מיט זעק פון קיטש, פּוסטע קרעכצן, ליידיקע זיפצן און יעדער זאַבלאָן וואָס זיי קענען דערפון אַרויסקוועטשן. זינגערס וואָס פאַרשטיין נישט אַז צו רעדן צום האַרץ דאַרף מען אויך קאָפּ. אַז אַמאָל איז שווייגן בעסער ווי מוזיק און אַז לאָזן זייערע געפילן יערן וועט פאַרבעסערן זייערע טייג. עולם גולם חלשט אָבער זיך צו באָדן אין פּוסטע סענטמענטאַלע זאַבלאָנען פון בלוט, און טרערן, און צובראָכענע הערצער ווייל נאָר דאָרט הערן זיי עטוואָס פון וואָס זיי פילן. זיי גיין נאָך זייערע נייע סעלעבישע געטער און אַזוי ווערט עס באַלד פאַריידישט אין היימיש. מיר האַלטן נישט פון אַ מינוט פון שטילקייט ווייל דאָס איז נישט אונזערע דרך. מיר זאָגן קדיש און לערנען משניות און האָבן זיך גאָרנישט צו לערנען ביי אַנדערע. אָבער אַז זינגערס פאַרפּאַסן ניגונים מיט ספּעשל עפעקטס אויף אַ גוף וואָס מען האָט קוים געברענגט לקבורה דאָס איז אַ חלק פון משה קבל תורה מסיני און אַז אין פּסוק שטייט וידום אהרן מאַכט נישט אויס. למעשה נישט נאָר זיי זענען נישט אַ קול קול יעקב נאָר זיי זאָגן נאָך ווייניקער ווי די תהילים זאָגערס ווייל זיי פאַרגרעבעווען און עקספּלויטירן אונזערע פאַרלוירענע געפילן מיט פאַנטאַזיעס פון מלאכים און בעכערס פון טרערן. זייערע פּויקן פאַרטומלען בלויז די קולות וואָס לאָזן זיך נישט הערן.

*

די ביטערע אמת איז אַז אַ גרויסער חלק פון אונזערע פאַרלוירנקייט שטאַמט פון דעם וואָס אונזער גאַנצער צוגאַנג צו קינדער איז אַ פאַרמישטער. מיר זען ווי די וועלט מאַכט אַן עסק איבער קינדער, פייערט זייערע אומשולדיקייט אין פּאָפּולאַרער קולטור און שאַצט די אידיאַליזם און ענערגיע פון יוגנט און מיר האָבן נישט דערצו אַן אייגענער נוסח. מיר ווילן טאַקע אַז אונזערע קינדער זאָלן זיין צופרידן אָבער מיר ווילן זיי אויך ערציען צו זיין ערלעכע יידן און ווען עס איז אַ סתירה איז יידישקייט תמיד דער זיגער. כאָטש אויף אַ יחידישן אופן געפונען עלטערן און משפּחות חן אין זייערע פּיצלעך האָט עס אָבער נישט אַן אויסשפּרעך אין אונזער מסורה. ביי אַ בר־מצוה זאָגט מען פאַר אַ בחור אַז ער ווערט געבוירן מיט אַ יצר הרע שנאמר לפתח חטאת רובץ און דער יצר טוב קומט הערשט ביי די דרייצן. הייסט עס אַז וואָס דער וועלט רופט קיוט און זיס, די בערעלעך און בהמהלעך פון אַ בייבי, מיקי מייזעלעך און באָב דער בילדער, פישר פּרייס און פּליימאָביל זענען אַלע מעשה יצר און דער תכלית איז בלויז תורה צוה און אביו מלמדו תורה.

אונזערע קינדער שפּילן זיך טאַקע מיט די אַלע זאַכן אָבער עס איז ווי אַ הוראת יחיד און עס איז נישט איינגעגעסן אַלץ אַ קאָלעקטיוון היתר. אַז אונזערע קהלות ווילן מאַכן טאַטעס זאָלן מער פאַרברענגן מיט די קינדער אָרגאַניזירט מען נישט אַ באַל שפּיל אין אַ פּאַרק נאָר מען מאַכט אַ פּראָגראַם פון אבות ובנים זיי זאָלן לערנען צוזאַמען כּאילו קינדער פאַרברענגן נישט גענוג ביים גמרא. קינדער פאַרשטעלן זיך אויף פּורים ווי 'טאַטעס' און 'מאַמעס' מיט אַ שטריימל און שייטל און נישט ווי כאַראַקטערס פון זייערע שפּילערייען. טאַקע פּורים ווען מיר לאָזן זיך ווויל גיין איין מאָל אַ יאָר מאַכט מען עס קאַליע מיט ישיבת מרדכי הצדיק. פאַרוויילונג אפילו פאַר קינדער איז צום בעסטן אַ בדיעבד און  אויף לכתחילה איז עס אַ ספק מעשה יצר. און ווי קענען טאַטעס זיך פאַרבינדן מיט קינדער אַז זיי זענען זיך מחיה מיט יו־טיוב און דער עקס פאַקטאָר אָבער זייערע קינדער קענען זיי נאָר פרעגן ‘וואָס האָסט דו היינט געלערנט אין חדר?’ וויפיל פּשטים מען לערנט נישט אַריין אינעם ברוך שפטרני איז אין מקרא יוצא מידי פּשוטו. אַפילו דאָס וואָס יעדער רופט דעם נפטר ‘לייבי’ הערט זיך עטוואָס מאָדנע אין אַ קהלה וווּ מען רעדט פון קינדער, ‘מיין עלטסטער’, ‘מיין פיפטער’ אָדער ‘מיין יינגסטער.’

אַז קינדער זענען אַ טפל וועט מען דאָך נישט זוכן דער פליישיקע גורם פון אַזאַ אומגליק אין פשוטע הסברים אויסגעטון פון מעטאַפיזישע ענינים. פון די אַלע דרשות און קאָנצערטן און שמועסן וועלן קעמפּס נישט מער אַכט געבן איבער זיכערהייט, מלמדים וועלן ווייטער לאָזן קינדער אָן אַ וואַך, עלטערן וועלן ווייטער לאָזן פּיצל קינדער אונטער דער אויפזיכט פון קינדער וואָס דאַרפן אַליין אַ שומר, מען וועט אָנשטאָפּן קליינע דירות מיט קינדער פאַר פּליי גרופּס און שלש סעודות וועט מען ווייטער לאָזן די קינדער אַרום טאַנצן אויף אַלע געסער ווען די טאַטעס פאַרגלייצן זיך איבער בני היכלא דכסיפין אָדער קייען איבער די וואָכעדיקע לשון־הרעס איינגעטונקן אין הערינג.

דאָס אומגליק איז אַן אמתער אומגליק ווען מען לערנט זיך נישט דערפון. דאָס היימישער פינצטערנישט פאַרבלענדט אונז די אויגן און מיר קענען נישט זען לעכטיקייט טאָמער שיינט עס פון דער פרעמד. דאָס איז אונזער אומגליק. קינדער מעגן שטאַרבן אָבער די שומרים און מתעסקים און רבנים און חזנים זיי וועלן אונז דערציילן אַז כּלל ישראל בלוטיקט און דער באַשעפער פאַרגיסט טרערן און ער ברענגט שוין משיחן און דערווייל אַז מען האַלט רבינו תמס זמן קען מען אויף ערב ראש חודש אב מיט צען מינוט שפּעטער אַריינכאַפּן נאָך אַ פּאָרציע פלייש.

יום שני, יוני 27, 2011

ושלחה מביתו

כּמו-איבערזעצונג* פון דער גט פון 'שפּיצל שטרימפּקינד'

(רעדאַקטירט פון דער מחבר)

געדענקסט פלעגסט ליב האָבן צו זען ווי איך טו אויס מיינע רינגלעך? האָסט געזאָגט אַז מיין גאַנצע עקשנות קומט אַרויס ווען איך צו זיי אַראָפּ. האָסט עס מיר געזאָגט קוצעניו־מוצעניו, מיט אַ ליבעדיקע שטעכל ווען צווישן קידוש און נטילת ידים האָסט דו צוטיילט מיינע פאַרשווייצטע הענט און מיר אַראָפּגעגליטשט דאָס גאָלדענע קידושין רינגל פונעם פינגער.

געדענקסט עס נאָך אַצינד וווען מיר שטיין אין בית־דין שטיבל און מען הייסט מיר אויסטון מיינע רינגלעך און איך לייג זיי אַראָפּ אויפן רבס טיש, מיין פּנים ווייס ווי מיין כּלה קלייד? זעסט ווי מיינע הענט ציטערן, ווי מיין פאַרעקשנטע פעסטקייט גוססט מיטן טויט פון אונזער קשר של קימא? דו זעסט ווי מיינע פינגער, נאַקעט פון דיין גאָלד, לעכצן זיך מיט דיר ווידער צו פאַרקניפּן?

דיין גלאַטן פּנים מיט וואָס איך האָב חתונה געהאַט איז פאַרשטעלט מיט אַ באָרד און פון מיר אַוועקגעדרייט צו דיין טאַטע און דיינע ברידער. מיט זיי שמועסט דו מיט אַן ערנסטן פּנים. שטייסט מיט דיין גאַרטל איבער דיין לאַנגן רעקל כּאילו גייסט אויף אַ שמחה, זען אַ באַאַמטע אָדער שליסן אַ געשעפט. אָדער אין בית דין מיר צו גטן. נאָך האָסט מיר געהאַלטן אין דיינע אָרעם און מיר האָבן צוזאַמן באַשאַפן אַן עופעלע, אָבער איצט גייסט דו מיר מאַכן פאַר אַ פרעמדע, אויס דיינס. ווי נעכטן איז עס ווען האָסט אָנגעטון דעם קאַפּעליטש צו צינדן חנוכּה לעכט און געזינגן מעוז צור מיט אונזער בייבי אויף דיין שויס און די ליכטלעך האָבן געבלישטשלט אין דיינע אויגן. אָבער איצט וועסט דו מיר נישט אָנקוקן. איך בין שוין פרעמד. ווייט ווייט פון דיין טרייסטיקן אָנריר, אין אַ פאַרפּלאָנטערכץ דורך טויזנט פיצלעך פון מיין צובראָכן האַרץ, אַ לאַנגן מרחק אין מיין פאַרעקשנטן גהינום, אַ קריעת ים סוף וואָס פירט אונז ביידע טיף אין אָפּגרינד אַריין.

דער רב בעט מיר בודק זיין מיינע הענט זיכער מאַכן אַז איך האָב אַלעס אַוועקגעשטעלט. איך מאַך פאַר דיינעטוועגן די לעצטע בדיקה, נישט צו ציילן אויפן צוקונפט צו זיין מיט דיר נאָר אויף אַ פאַרגאַנגנהייט וואָס וועט מיר שטענדיק באַגלייטן. עס איז אַ מנהג איך זאָל ביי מיר גאָרנישט האָבן פּונקט ווי ווען מיר האָבן חתונה געהאַט. אָנקומען נאַקעט און אַוועקגיין מיט גאָרנישט בלויז מיטן זיגל פון אַ גרושה, אַ פאַרשיקטע פונעם מאַן.

דער רב שטעלט אויף מיר זיינע אויגן אָבער דיר איז דאָס אויך צו פיל. דער מיטלייד אין זיינע אויגן קען נאָך צושמעלצן מיין צושמעטערע האַרץ און מיין אומעט וועל איך זיי נישט לאָזן זען. אין דעם אבל שטיב אינעם שיל אויף דעם מרה שחורהדיקן טאָג וועל איך ווייזן בלויז מיין פעסטקייט. איך שטיי דאָ אַ פרוי אַליין. אַ פרוי צווישן חסידישע מענער. איך ווייס נישט ווער זיי זענען אָבער זיי וויסן אַלע פון מיר צו זאָגן. אַ שוואַכקייט פאַרנעפּלט אַלעס אַרום מיר אַז אפילו דיר זע איך קוים.

דער סופר ענדיקט שרייבן דעם גט. איך הער נישט זיין פעדער אויפן בויגן איבער דאָס קלאַפּעניש פון מיין האַרץ. מיין געמיט איז שוואַרץ ווי זיין טינט. איך קוק צו דיר, דו זעסט מיך, און דו קוקסט גיך אַוועק. איך בין שוין צו דיר פרעמד נאָך איידער האָסט מיר פאַרשיקט. איך ווייס אַז דו הערסט מיין ווילדן האַרץ קלאַפּעניש. דו ווייסט גוט אַז איך לעב. אַז מיין האַרץ פּויקט נאָך איר פאַרעקשנטן ניגון, די קול אשה וואָס דו האָסט דערצו פאַרשטאָפּט די אוירן. אמת, איך בין שוין נישט אַזוי אומשולדיק און תמימותדיק ווי אַמאָל און דו קענסט מיר שוין נישט פאָרעמען ווי אַ חוה פון אַ ריפּ פון אדם. איך בין אָבער נאָך אַלץ די זעלבע בּאַשיידענע סאַטמאַרע מיידל מיט וועם דו האָסט דיך ערשט פאַרליבט. איך האָב דיר אויך נאָך ליב כאָטש איך ליין ביכער און כאָטש איך האָב געפונען מיין שכל מקיים צו זיין שעשני כרצוני, צו פאַרלאַנגן אַ לעבן פון רעכטן און פרייהייט. דער זעלבער האַרץ וואָס דו קענסט זייט מיינע צאַרטיקע אַכצן יאָר פלאַטערט נאָך אין מיר. אָבער איצט זעצט עס, עס שרייט, עס קנאַקט, עס דונערט מיט איר האַפטיקע גערודעריי.

עס רופט צו דיר, דעם איינציקסטן מאַן וואָס איך האָב געקענט:

"יואליש„

דו הערסט אָבער נישט דער קול פון דיין אייגענע פרוי. איך בין שוין צו דיר אַ פרעמדע, כּאילו אַ צווייטנס אשת איש.

דו גייסט צו צום סופר אים עפּעס אַריינרוימען אין אויר. איך ווייס נישט וואָס דו זאגסטט ווייל איך האָב נישט אַריינצורעדן. מיר הייסט מען. אין בית דין שטיב איז קאַלט און איך בין אַליין. מיין טאַטע און מאַמע זענען נישט געקומען זען זייערע שאַנדע. וואַרעמקייט קען בלויז קומען פון מיין מאַנטל וואָס איך זע קוים מיט מיינע פאַרטרערטע אויגן. צוזאַמען האָבן מיר עס געקויפט. דאָס מאַנטל האָט זיך אויפגעמאַכט צו פאַרנעמען מיין געשווילעכץ ווען מיר האָבן ערוואַרט לאהלע.

איך בין שוין נישט אַליין, יואליש. איך האָב פריינד וואָס שטיין אין דיין פּלאַץ מיר צו העלפן און שטיצן. אָבער זיי קענען מיר נישט פאַרשטיין. זיי קענען נישט אָפּשאַצן אַז איך קען מיך אַזוי שפּירן בשעת ווען דו פעלטשסט אין מיר און דו גטסט דיך פון מיר. זיי ווייסן נישט ווי ווייט איך בין אָנגעקומען מיט דיין אונטערהאַלטונג אָבער ווען איך האָב אָנגעהויבן אַליין צו גיין האָסט דו שוין נישט געוואָלט מיטקומען. זיי קענען נישט משיג זיין אַז איך האָב דיר נאָך אַלץ ליב כאָטש איך קען נישט זיין פאַר דיר די פרוי און מאַמע וואָס דיין ליבע פאַרלאַנגט. זיי וועלן נישט פאַרשטיין אַז ווען איבערצייגונגן צוצווייגן זיך וואַרפן זיי איין אפילו אַ בנין עדי עד. די ווענט פון אונזער בית נאמן זענען געוואָרן צו שמאָל פאַר אונזערע צוטיילטע שטראָזן. עס איז אָנגעקומען דער צייט זיך צו געזעגענען פון דער שעה טובה ומוצלחת.

דער רב הייסט מיר אַריבערגיין צו דאָרט וווּ דו שטייסט. ביי די חופה ביסט דו מיר אַקעגנגעקומען אָבער נישט אַצינד. איך גיי שטאַט צו צו דיר, יואליש, מיין האַרץ איז צושמעטערט. איך שפיר דיין באַקאַנטן ריח. אין מיין קאָפּ שווימען זכרונת פון דיין געזיכט אין דיין טלית קטן איבער דיין נאַכט העמדל און אונזערע אינטימישע טשעפּשערייען. מיינע גלידער פלאַקערן אויף פאַר דיר איין לעצטן מאָל און ווערן פאַרברענט צו אַש און פּאָרך אַז איך בין געקומען אַזוי נאָנט - אָבער נאָר אויף זיך צו געזעגענען אויף אייביק. לעולם ועד. יואליש, דו קענסט אָן מיר לעבן אויף אייביק? אויף שטענדיק? און אָן אונזער לאהלע?

איך שטיי נאָנט צו דיר, אַזוי נאָנט, דיינע אָרעם קענען מיר אַרומנעמען ממש ווי אַמאָל. שטילערהייט, נעמען זיך מיינע טרערען פליסן. אַ געוויין ברעכט פון מיר אויס אין דעם פרעמדן צימער, מיט מיין פרעמדן מאַן שטייענדיג פאַר מיר. איך הער דיינע צוריקגעהאַלטענע טרערן. דו טרייסט מיך מיט דיין נאָנטקייט. איך בענק מיך שוין צו דיר.

מען געט דיר דעם גט. מען הייסט מיר האַלטן מיינע הענט ווי אַ טעצל, ווי אַן אָרעמאַן וואָס בעטלט ביים טיר, און כאַפּן דעם גט ווייל דו טאָרסט עס מיר נישט דערלאַנגן. דאָס רינגל האָסט דו מיר אָנגעטון אָבער דער גט וואַרפסט דו מיר. מיט דיין באַקאַנטן קולכל זאָגסט דו די פּאָר ווערטער וואָס מיינע אוירן קענען נישט פאַרטראָגן: "הרי את מותרת לכל אדם", און דער גט לאָסטו פאַלן אין מיינע אויסגעשטרעקטע הענט צוזאַמען מיט מיינע טרערן. איך כאַפּ אָן דעם גט מיט מיינע שאַרפע נעגל. מיין פּיין, מיין פרייהייט, מיין אָרעם ברויט, מיין גאַנץ פאַרמעגן. איך שוץ עס אונטער מיין אָרעם, פון דאָרט וועט עס קיינער ביי מיר נישט צונעמען, און איך גיי אַפּאָר טריט צום טיר ווייל אַזוי האָט דער רב געהייסן. אויך ער פאַרשטייט אַז אַ בית דין שטיבל איז נישט אַ פּלאַץ פאַר אַ פאַרשעמטע פרוי.

יוצא געווען. מזל טוב, זאָגן זיי. איך בין געווארן א גרושה, א פאַרפלעקטע פרוי. איך בין אָבער אויך געווארן איינצל, פריש און פריי. איך בין טאַקע דאָ אַליין ווייל איך האָב מיר דאָס אויסגעוועלט אָבער איצט בלייב איך אַליין. איצט דאַרף איך אהיים גיין אליין. יואליש, מאַך מיך נישט מותר פאַרן וועלט. קום לאָמיר אַהיים גיין, דאָס עלנדקייט דערשטיקט מיך.

איך גלייך מיר אויס מיין רוקן און פאַררעכט מיר דעם אָנשטעל. איך גיי צוריק צו די רבנים און דערלאַנג זיי דעם גט וואָס זאָגט עדות אַז מיר זענען פרעמדע.

דו בעטסט מיר מחילה און מיט טרערן שאָקל איך צו. איך בין דיר מוחל אויף אַלעס. אויך אויף מיין פלייש מיט פערפל וואָס האָסט אַזוי ליב געהאַט. ווילסט איך זאָל עס דיר ווידער אָפּקאָכן און דערנאָך וועלן מיר גיין צוזאַמען אַ שפּאַציר אויף 'קיעוו'? דו וועסט אָבער נישט קומען, נישט אויף נאַכטמאָל און אויך נישט צו לייגן לאהלע שלאָפן. מער וועסט דו נישט זיין.

איך קוק דיר אָן איין לעצטן מאָל. דו און דיין טאַטע מיט דיינע ברודערס פאַרלאָזן דעם בית דין אָן אויף מיר צוריק צוקוקן. מער וועל איך דיר נישט זען. דו וועסט מיר נאָך אין א קורצע צייט אָפּשחטן מיט אַ זיווג שני פון אַ שיינע שטיב. אַ בני בית מיט אַ געגאָלטן קאָפּ וואָס וועט דיר יעדער יאָר געבן אַ פריש פּעקל נחת.

איך וועל נאָך דיר קלאָגן ווייל ביי מיר לעבסט דו ווייטער. אין אונזער קינד און אין דער חסידישער קינד אין מיר. איך וועל עס אָבער איבערלעבן. דו ווייסט איך בין אַן עקשן. עס וועט טאַקע געדויערן אָבער דו וועסט נאָך ביי מיר אויך ווערן פרעמד.


*אמר המתרגם: הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי שתאמר יציאת מצרים בהעזרת נשים כּמו שדרשה מרת שפּיצל. ווען איך האָב געלייענט דאָס אָריגינעלן שטיקל האָב איך באַלד געהערט דערין אַ יידיש קול וואָס שטויסט זיך אַרויסצוקומען, און ווען איך האָב עס איבערגעזצט האָב איך געשפּירט ווי איך בין מקיים פּדיון שבוים.

יום ראשון, מאי 29, 2011

כי תצא אש ומצאה שקצים

שבת קודש פר’ בחוקותי

בשבת פר' בחוקותי נכנס רבינו לסעודת רעוא דרעווין ופניו בוערות כלפיד אש. בדברי תורה פתח רבינו בדב"ק על הפסוק ואפו עשר נשים לחמכם בתנור אחד ותמה הלא כשיגמרו לאפות הלחם יצאו כולם לרחובות העיר ומחמת הדוחק יכול להיות שילכו על הצד השני של האנשים והוא משום יהרג ואל יעבור הרחוב ואיך יאפו העשר נשים לחם הלא טוב יותר שיתמוטטו ברעב ולא יעברו על גזירת השטעטל? ועוד אם יהיה בזמן מנחה יכולים לבא לעשות מנין מי' נשים בבית פרטי ולא בהווייבער שיל של הבית מדרש?

ותירץ שהפירוש שכל הבית תשרף באש כ"כ גדולה שראוי לאפות בה עשר נשים עם לחמיהם שכידוע רומז על הבני בית כפירוש רש"י על קראן לו ויאכל לחם ואם אינו ענין להנשים מכיון שכבר כתוב ואפו עשר נשים תנהו ענין לעולליהם ויונקיהם שגם הם בכלל. והוסיף רבינו שהקב"ה יעשה נקמה בצוררי ישראל ויסלק אותם מהעולם. און רבינו האָט צוגעלייגט במתק לשונו ושרף את הפרה לעיניו די קי דארף מען פארברענען ותהי למופת. (ואחרי מה שאמר בפרשת קדושים על מפני שיבה תקום רמזו גדולי החסידים שעוד צורר ישראל בוודאי ינחל מפלה בשבוע זו. וניבאו ולא ידעו מה ניבאו שתלה קללתו באחרים.)

מוצש”ק פר’ בחוקותי – ל”ג בעומר

במוצאי שבת קודש בירך רבינו בורא מאורי האש בכוונות עצומות ולאחר הבדלה קרא לנערו משרתו שאול השוכב בחיקה של הרבנית מפני מעשה שהיה. שפעם אמר רבינו להרבנית ועל הארץ הראך אישו הגדולה וענתה ואמרה איה גדולותיו ואיה כוח גבורותיו וכו’ וכבוד אלקים הסתר דבר. ומני אז החליטו החסידים על פי קבלה איש מפי איש מר’ נפתלי דיין שאינה ראויה למשכב של אותו צדיק ובלבלו משכבו וחללו יצועיו. ורבינו המוחל על עלבונו ושומע חרפתו ואינו משיב קרא לשאול באהבה רבה 'שאול בחיר ה'' וכבדו ללטף עפעפי עיניו מיין הבדלה. וכידוע רבינו מחבב מאד אלו בלי חתימת זקן כמו הרבני ר' בן ציון דונער ע"ה ולהבחל"ח החסידה מאומות העולם מרת ה. קלינטאן הי"ו.

לאחר שהכינו המדורה כרך רבינו את ידיו בנייר אשר יצר שנחתך בליל ניטל ונגנז לאותה שעת רחמים ורצון  ועל הנייר כרך מגבת כדרכו בקודש והדליק המדורה על ידי זריקת חמשה בקבוקי מאלאטאוו שכידוע הקפידו מאד על זה רבותינו הקדושים כאות הכרת טובה ותשואות חן על עצת מאלאטאוו וסיעתו איך לרדות ולמשול על עם קשה עורף. ובלאו הכי בוודאי היו נותנים עיניהם בו ומיד נשרף.

בשירת בר יוחאי אור היקוד הם יוקדים ממש נזדעזעו אמות הבנין ונתקיים ואש תהיה לילה בו לעיני כל בית ישראל. וזקני החסידים מסרו שאפילו בכתבי ר' משה גבאי לא נמצא רשימה ממעמד כזו ואפילו דגי הים היו מספרים כבוד רבינו אילו יכלו לדבר. ונס גדול היה שם שהלבנה לא היתה מכוסה בעננים והסתכלו מפני קדשו של רבינו להירח וחוזר חלילה ונראה בעליל שפניו כפני הלבנה. לאחר כן צוה ר' ישעיה לקבל נזיפה מרבינו שמכיון שאתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא ופני משה כפני חמה וחלילה לומר שפניו של רבינו מאירות רק בלילה ולא ביום ובפרט שעומד על המשמר בעינא פקיחא יומם ולילה לא ישבות וכנאמר אצל דוד ויכם מהנשף עד הערב למחרת.

יום א’ במדבר

ביום א' כשוב דוד מהכות את הפלישתי והגיעה הבשורה ששאול באחת ולא עלתה לו וכמעט שלא פרחה נשמתו ועוד נשמתו בו נענע רבינו בראשו הטהור ואמר שהוא אשם תלוי וחייו תלויים ועומדים אם לחיים אם למיתה. כי הנה כמורד ביד רבינו שברצותו שורפו וברצותו הורגו ועוד ינצחו האראלים את המצוקים. והפטיר רבינו ער איז דאָך אַ קרבן און עס שטייט על כל קרבנך תקריב מלח און בפרט אין סקווירא איז אַן ענין צוצוגיסן זאלץ.

יום ב' במדבר

ביום ב' הפטיר הבעל תפלה השיר של יום הוא ינהגנו על מות וכידוע מנהג קהלתנו לומר ב' הנסחאות על-מות ועלמות כי הא בהא תליא כי רבינו ינהגנו עולמית אך ורק אם מוכנים להמית. וכל העם פצחו בשירה וברקידה על הניגון החדש באבוד רשעים רנה ואחר כך צוה רבינו להלחין ניגון על אם לא ביד חזקה ובזרוע נטויה ובחמה שפוכה אמלוך עליכם בכדי לשיר על הלוייה.

לאחה”צ הגיע לביתו נאוה קודש של רבינו הגרי"מ לאו רבה של תל אביב והנה תוכן השיחה:

אחר טעימה מן הענבים ומן התאנים ומן הרמונים דברו באריכות בסוגית אשו משום חציו וכבר ידועים הדברים ואכמ"ל. והעלה רבינו חיוך על שפתיו הטהורות ואמר שאפשר לפרש בזה מטבע של אש הראה למשה. שידועים דברי הנועם אלימלך זצ"ל שאש מחמם ואש שורף כי דוקא למשה שהוא הצדיק בכל דור ודור הראה מטבע של אש שהוא יודע מתי לחמם ומתי לשרוף כי החיות הקודש הם תמיד אצל השרפים. וזה אשו משום ממונו כי הצדיק אינו מסתכל בצורתא דזוזא (עיין פסחים ק"ד ע"א) וחנינא בני די לו בקב חרובין וכל תכלית של ממונו היא שבני ישראל יחממו לאורו וישרפו בגחלתו. וזה גם פירוש כל ששמירתן עליך ודרכן להזיק שמרמז להצדיקים ששמירתן על כלל ישראל שמחוייבים לפרנסם ודרכן להזיק כדלעיל.

יום ג' ויום ד' במדבר

רבינו הלך אַוואָ"ל (AWOL בלע"ז) וחפוי ראש כי נחבא הוא אל הכלים ולא ידע איש מקום מחבואו.

יום ה' במדבר

לדוד בשנותו את טעמו ורבינו חילק לעקך מלחם עוני (humble pie בלע"ז) ואמר יאכלו ענבים וישבעו ובירך אחריו על העץ ועל פרי העץ. אח"כ פתח ואמר על העגמת נפש שנגרם לו על שידינו לא שפכו הדם הזה ונשאר בחיים חיותו והיה לו לדאבון נפש. והוסיף הממלל רברבן שמאז ומתמיד היתה דרכה של סקווירא דרכיה דרכי נועם ועל אף שבעבר היה עת לעשות בפרט מכיון שעשה של הוצא את המקלל דוחה לא תעשה של לא תרצח אולם משום דרכי שלום אל נא אחי תרעו וכנאמר שם הוציאם עלינו ונדעה אותם מלשון וידע בהם אנשי סוכות. אח"כ שאל רבינו לר' ישעיה שליט"א על מקום הנחת הפּאַספּאָרטן.

כדי לשמח לבו הנשבר עם פקודי ה' ישרים דרוש דרש רבינו בסוגית אין שליח לדבר עבירה שנאמר ואותו הרגת בחרב בני עמי כידוע. ואם תמצי לומר דברי הרב ודברי רבינו דברי מי שומעים. ולעג עליו אפיקורס אחד שר"י עפרא לפומיה כי הרי ידועים דברי הקצות ששליחות הוי רק בפעולה ואין שליחות בהעדר פעולה. ואם כן מכיון שלא היה פעולה וחלות של מיתה הרי אין בזה תורת שליחות כלל וכלל. ולא ידע כי דברי הקצות הם מסטרא אחרא ורבינו מוכן לפשוט צוארו ולמות עצמו באוהלו של איי רייקערס מקום אשר אסירי המלך אסורים מאשר לסמוך על היתר של הקצות. (וממש להפליא גודל ענוותנותו של רבינו שהרי ידועים הדברים שלא עלתה בידו של שאול בכדי שחלילה לא ישירו הנשים המשחקות ר"ל שהכה דוד באלפיו ושאול ברבבותיו. ואף על פי כן סובל רבינו בצרתן של ישראל ומשתתף בצערן ומוכן להקריב עצמו נפש תחת נפש בפועל ממש.) ונתן רבינו עיניו בו ותיכף נעשה לגל של עצמות. ובשעה שיצאו דברי אלקים חיים מפי רבינו ראו ממש שכל עוף הפורח עליו מיד נשרף.

ערב שבת קודש פר’ במדבר

לאחר המקוה כשרבינו חתך הצפרניים של בוהן רגליו נכנסה הרבנית ושאלה האם לתקן שידליקו הנרות חמש דקות מוקדמות כדי לעורר העם בתשובה מכיון שכנראה נצחו המצוקים ונשאר המורד בחיים. וגעה רבינו בבכיה עצומה ואמר בלשון קדשו 'וואָס וויל מען פון מיר האָבן? איך האָב אַוועק געגעבן מיין גאַנץ לעבן פאַר יידישע קינדער.' ונשקו הרבנית על מצחו והזכירה לפניו שאול בחיר ה' לרפואה שלמה.

יום שישי, מאי 27, 2011

והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר…

יידישע קינדער וועלן זיך זעצן צו די שבת סעודות נאָך שלום עליכם און אתקינו סעודתא און מען וועט שמועסן. קיינע שיינע מעשות אויף במדבר זענען נישט דאָ אויסער אַז מחמת חבתם מנאם און אַז משה האָט זיך געשטעלט אינדערויסן פון געצעלט צו וויסן וויפיל אייפעלעך זענען דאָ אינעווייניק. מיר זענען אָבער בעלנים עפּעס אַרויסצושמוגלען אפילו פון אַ סדרה וויסט ווי במדבר. די קינדער וועלן אוודאי האָבן אַ דיוק און אַ וואָרט און נאָך כּל מקדש און יה רבון קומט מען שוין אָן צום קאָמפּאָט.

עס זענען דאָך דאָ נאָך אַפּאָר מינוט ווען די אשת חיל טיילט אויס דער זיפּ און שפּעטער ווען מען נוגט אויס דער גערגל. און מען מעג דאָך שמועסן אַפּאָר ווערטער אויך. אַז נישט ביים סעודה איז אויפן וועג אַהיים נאָך די קינדער האָבן געזען ווי דער טאַטע פלאַקערט אין שיל אָבער אַזוי ווי זיי רעדן צו אים איז ער קאַלט און ווייסט אויף גאָרנישט אַ תשובה. על כּל פנים די קינדער הערן און זיי פרעגן, ‘טאַטע וואָס גייט דאָ פאָר?’ עס איז אמת? וויאַזוי קען עס זיין? מה זאת?

איך קען אונזערע יידן. מיר האָבן נישט ליב דאָס דורכצושמועסן מיט די קינדער. איז לייקענט מען. ‘ע, חס ושלום. סתם, מע רעדט זיך איין.’ ווייל מען וויל נישט קאָנפיוזן די קינדער און מתוך חבתם האַקט מען זיי אין בוידעם. אַז דאָס גייט נישט ווערט מען אַ מדקדק אויף לשון הרע. מען טאָר פון דעם נישט רעדן און מען דאַרף זיך דערווייטערן פון מחלוקת בשעת ווען גאַנץ לכו נרננה האָט מען איבערגעקייט וואָס חיים יענקל האָט געענטפערט פאַר משה ברוך. אַנדערע וועלן פאַרדרייען דער שמועס און כאַפּן אַ זמירות און לאָמיר זינגן מה ידידות. אָדער מוישי, האָסט עפּעס אַ וואָרט אויפן סדרה?

בלית ברירה אַז מען מיז רעדן וועט מען זאָגן, חלילה, דער רבי איז אַן ערליכער נאָר פון די חסידים זענען דאָ פאַרדאָרבענע. אָבער אויף אַ רבי טאָר מען נישט רעדן. און מען וועט צולייגן אַ וואָרט. פאַרוואָס שטיין אייביק בית שמאי און בית הלל און נישט שמאי און הלל? ווייל דער מחלוקת איז געווען נאָר צווישן די חסידים בית שמאי און בית הלל אָבער די פירערס, שמאי און הלל אַליין, זיי האָבן זיך געלעבט ווי ברידער ווייל תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם. און ווי ביי אונז יידן קען מען נעמען יעדער שטות און אַזוי ווי מען געפונט דערצו אַ טייטש אין אַ פּסוק הייבט עס אָן מיטאַמאָל צו באַקומען אַ דערהער און צו שטימען.

ואני הקטן, קען נישט וואַרטן אַראָפּצושלינגן דער חלה און איידער זיי פרעגן נאָך, ווי דער שאינו יודע לשאול, את פתח לו. איך וועל דערציילן פאַר די גרויסע און קליינע, ייִנגלעך און מיידלעך אַז נבלה נעשתה בישראל. יידן וואָס זען אויס ווי אונז האָבן געוואָלט הרגענען אַ גאַנצע משפּחה. און אַז די עלטערע וועלן מלמד זכות זיין אַז דער רבי האָט נישט געוווּסט וועל איך זיי אַריינהאַקן אַז צי ער האָט געוווּסט צי נישט פון דעם איז ער דער שולד. חכמים הזהרו בדבריכם און אַז ער שווייגט שוין חודשים לאַנג איז ער שולדיק. און דער גאַנצער מושג פון נישט לאָזן נאָך אַ מנין און דיקטאַטירן וויאַזוי אַ גאַנצער דאָרף דאַרף לעבן איז אַזוי אויסטערליש און אַזוי כוליגאַניש אז ער איז שולדיק פשוט פאַרדעם ווייל ער איז דערפון דער הויפּט. און ווייל נאָך מען פאַרבענט עמעצן איז עס פאַר אים סך הכּל ‘עגמת נפש’.

זיי וועלן אפשר פרעגן ווי קען אַ רבי אַזוינס טון. ער איז דאָך א רבי. וועל איך זיי זאָגן אַז אַ רבי איז פּונקט ווי זיי און אַז ער באַנעמט זיך נישט ווי אַ רבי מעג ער זיין יעדער וואָך אין דער המודיע און כּל העולם כּולו מיט נאָך אַ פאַרב בעקיטשע און ער איז פאַרדעם נישט קיין קלענערע שקץ. וועלן זיי וועלן וויסן ווער איז דער אמתע רבי. און איך וועל זיי זאָגן אַז זיי זאָלן נישט ערשט קוקן אויפן צדיק און באַשליסן אַז וואָס ער טוט איז גערעכט, נאָר זיי זאָלן וויסן וואָס איז גערעכט און אַז אַ רבי פירט זיך נישט אַזוי איז ער ווערד אַ רעטעך.

און אַז זיי וועלן זאָגן אַז אַלע רביס זענען דער זעלבע און קומט אויס אַז זיי זענען אַלע אייניק ווערד וועל איך זיי זאָגן אַז זיי זאָלן נישט זוכן גדלות אין די בלעטער פון די צייטונגן און ביים אויבן אָן נאָר אין תלמידי חכמים, איידעלע מענטשן, פּשוטע יידן וואָס אַרבעטן שווער און קומען אין שיל דאַווענען און האָבן אַ שיעור. איי די גדולים? מימות יהושע בן נון ואילך זענען זיי על פּי רוב אָדער טיפּשים אָדער פאַרברעכער און אָפט ביידע. אַז מיר האָבן איבערגעלעבט אַ ביטערער גלות איז עס טראָץ זיי און נישט צוליב זיי.

פון דאָ קען מען שוין אַריבער גיין צו רעכט און אומרעכט, גניבה און גזילה, רציחה און שפיכת דמים. ומאידך, חסד און העפטלעכקייט און אָרנטלעכקייט. און עס איז נישט אַ חילוק צי אַ חסיד צי אַ מאָדערנער, אַ פרומע צי אַ פרייע, אַ ייד צי אַ גוי, שוואַרץ צי ווייס אַלע זענען גלייך אַז זיי פירן זיך אויף ווי מענטשן. איך וועל זיי דערציילן וואָס האָט פּאַסירט ווען בוש און אַל גאָר האָבן זיך נישט געקענט פאַרגלייכן איבער פלאָרידע. מען האָט נישט געהויבן הענט, פאַרברענט הייזער אָדער מבזה געווען טויטע. מען איז געגאַנגן צום געריכט און מקבל געווען וואָס עס האָט געפּסקנט. דער וועלט איז נישט אונטער געגאַנגן כאָטש ביידע האָבן שטאַרק געוואָלט זיגן. איך וועל זיי זאָגן אַז דאָס איז נענטער צו דער תורה פון צדק צדק תרדוף מער ווי אַלע ווייסע זשופּיצעס און דיקע גאַרטלעך.

ואם תאמר פאַרוואָס ברענט עס מיר אַזוי? איז פּשוט. ווייל אונזערע חורבן איז כאָטש רוב זענען אנשים יראי אלקים האָבן מיר אָבער גענומען דער ברכה פון ושמתי זרעך כחול הים און באַגראָבן דער קאָפּ דערין. אַז מיר וועלן נישט מודה זיין אין אונזערע פּראָבלעמען און עפּעס דעריבער טון וועט זיך עס ממשיך זיין אָדער אונזערע קינדער וועלן זיך פון אונז פאַרעקלען ווי פיל טון שוין. אָבער אַז מען איז מודה און מען זאָגט פאַר די קינדער, די צדיקים זענען נישט אונזערע מוסטער און די גדולים זענען נישט אונזערע וועג ווייזער נאָר דאָס וואָס עס שטייט אין דער תורה און חז”ל מיט אַ היפּש ביסל פון דער פינפטער חלק שולחן ערוך און מענטשליכקייט דעמאָלסט איז אפשר דאָ אַ האָפענוג.

האָט מיר אַ גוטן שבת.

יום חמישי, מאי 26, 2011

ויצא רוצח מגזע טווערסקי

וואָס האָט פּאַסירט אין סקווער איז אַ מכּה וואָס נעמט איין חרדישע יידן בכלל און חסידים בפרט בכל מקומות מושבותיהם. סקווער איז סך הכּל אַן עקסטרעמער מוסטער. צי אין באָבאָוו צי אין בעלז צי אין וויזניץ צי אין גער זענען מכּות די מנהג המקום און געוואַלד פון די מצוות אנשים מלומדה. ווער רעדט נאָך פון סאַטמאַר וווּ זיי האָבן דערויף אַ חלק שולחן ערוך. און איידער די ליטווישע פּאַטשן זיך די בייכלעך לאָמיר זען וואָס גייט פאָר אין פּאָנאָוויטש.

מיר האָבן צוויי מכּות אשר לא כּתובים וואָס זענען שטאַרק פאַרבינדן: איינס אַז יעדער משוגעת ווערט באַלד אַ יהרג ואל יעבור און אַ דריטער חורבן בית המקדש. איבער אַפּאָר נאַרקאָטיק שמוגלער געט מען אויס מיליאָנען כּאילו כּלל ישראל וועט אונטערגיין אָן זיי בשעת ווען קינדער לערנען אין האַלב צאַמגעוואָפענע געביידעס און עלטערן ווייסן נישט וווּ זיך אַהינצוטון מיט אַזויפיל קינדער. און צווייטנס האָבן מיר זיך ערגעץ איינגעבאַקן אַז לית דין ולית דיין און אונז מיינט מען נישט. פון צופיל געוויכט אויף אַ פליגער ביז גנבנען פון ציבורישע קאַסעס ביז פאַרברענען מענטשן, אין אַלעס זענען מיר אַן אויסנאַם. אַ הלכה בפני עצמם, אַ לאָ אָנטו אָוירסעלווס. מיר וועלן דן זיין עד כּלות הנפש צי אויפמאַכן אַ פּעקל צוקער אויף שבת הייסט מאַכן אַ כּלי און צי אַ כּזית איז דער גרייס פון אַ מילגראָם אָדער אַ מעלאָן אָבער אַז מען דאַרף זיך צוגאַרטלען ווען מען זעצט זיך אַריין אין אַ קאַר איז צו שווער אַריינצוגיין אין אונזערע קאַרפּן קעפּ.

דאָס איז נאָר ביי פּשוטי עם. ווען עס קומט צו רביס איז אַ גאַנץ באַזונדערע מסכת. לפני מלכים יתיצב. מאן מלכי רבנן. מלך פורץ גדר. וויבאַלד זיי וואַרטן נישט אין אַ רייע ביי די פּאַספּאָרטן, גייען נישט אין מקוה מיטן עולם און קענען זיך אָנרוקן צי אַ דינער מיט אַ מנין הינטער זייערע בענקל שכן דרך בני מלכים לעמוד איז אַריין אַ דמיון אין קאָפּ אַז זיי זענען אָנטאָטשעבעלס. אפילו פון די חוקים פון גראַוויטי זענען זיי פטור ווייל די בייכלעך זייערע האָבן זיי אויך געירשנט. די שיסטערס און שניידערס פאַר זיי איז געמאַכט אַ דין תורה אָבער די צדיקים זייערע כּוח איז ביד חזקה ובזרוע נטויה.

מיר זענען רעלאַטיוו ווייניק און על פי רוב איז דער וועלט נישט צופיל אינטערסירט ממילא רעדן מיר זיך איין אַז אונזער גמרא קאָפּ איז דער והיא שעמדה. ווי דער גולם וואָס איז אַרומגעלאָפן אין שטאָט מיט אַ במדבר חומש און געזאָגט עס איז בראשית און זיך געפרייט אַז ער האָט אויסגענאַרט דער גאַנצער שטאָט. קומט אָבער פאָר עפּעס אַ מעשה צי מען פּראָטעסטירט פאַר געוואַלדיקערס, צי מען מאַכט זיך משוגע איבער אַ בילד פון אַ פרוי, צי מען וויל פאַרברענען אַ גאַנצע משפּחה און עס שטעלט זיך אויס ואת ערום ועריה. נישט נאָר מיר האָבן נישט וואָס צו פאַרקויפן נאָר מיר קענען זיך קוים אויפעפענען דאָס מויל אָן צו זיין ללעג ולקלס. און אַלץ ווייל דער וועלט וויל אונז נישט פאַרשטיין. נאָר וואָס דען, זאָל דער וועלט מוחל זיין אַראָפּקומען קיין ברוקלין אָדער ניו סקווער און צוקוקן ביים מלמד דרדקי ווי ער לערנט שנים אוחזין בטלית וועלן זיי שוין אַלע איינזען אַז מי כּעמך ישראל.

נאָך איין נקודה און איבער דעם זאָלן זיי מיר באַשטיינערן: עס איז נישט אַ גרויסע חילוק צווישן דער טיפוש וואָס האָט זיך געשטעלט פאַר די פאָטאָגראַפירער און אויסגערופן אַז ער וווינט נישט אין אַמעריקע נאָר אין דזולאַנד און צווישן דער אַנדערע תנא קמא וואָס האָט זיך אויפגעשטעלט פאַר דער וועלט אַז אונזערע היסטאָריע פון פיר טויזענט יאָר געבט אונז רעכטן איבער אַנדערע און ווייל אברהם האָט שרהן באַהאַלטן אין אַ קאַסטן קענען מיר ווייזן אַ פייג פאַרן וועלט. היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגלה. די נפקא מינה איז גאַנץ קליין צווישן דער מבין אויפן אַראַבער אַז מיט זיי העלפט נאָר כּוח און מיין מלמד וואָס האָט געזאָגט אויף די שוואַכערע קינדער אַז נאָר צו אַ שטעקן פאַרשטיין זיי. און דער וואָס וויל מיר באַשולדיקן מיט זעלבסט האַס זאָל מיר מוחל זיין ווייזן אין די צייטונגן וואָס פליסן איבער מיט אהבת ישראל אויף וועלכן זייט נומער ווערט באַריכטעט דער פּריוו אומצוברענגן אַ גאַנצע משפּחה פון היימישע יידן.

מיר זענען נעבעך די גרעסטע קרבנות פון אונזערע אייגענע היסטאָריע. דער גוי איז אַ פערד און מיר זענען די חכמים מחוכמים. בשעת ווען זייערע זיידעס האָבן זיך געוואַרעמט אַרום אַ פייער אין אַ הייל זענען שוין אונזערע עלטע באַבעס געגאַנגן רבינו תם תפילין. נאָר מיר ווייסן פון יושר און בלויז אונזערע געזעצן זענען ומשפטים בל ידעום מה שאין כּן טעות עכּו”ם מותר. דער וועלט האָט אונז פיינט און אַז שוין דען שוין. אונז טאָר מען נישט אָנרירן כּמלא נימה אָבער פאַר אַנדערע איז לנכרי תשיך. מיר האָבן אַ מדינה ומי יאמר לו מה יעשה. ובכן מיר האָבן אויך אַ שטעטל און אַז דו ווילסט מאַכן אַ מנין ביסטו חייב מיתה ווייל אַז עס געפעלט דיר נישט פּאַק דיר די געפּעק און ווער נעלם.

אַ דאַנק אַזאַ סאָרט גערעדעריי וווינען מיר מער נישט אין דער שאָטן פון די קאַרפּאַטישע בערג נאָר אין מערב לענדער וווּ מען לאָזט אונז זיין נאָך מער יידיש ווי עס האָט זיך אפילו געחלומט אויף באַרג סיני. דער אָ עודף איז אָבער אונזער גרעסטער דעפיציט. נחזיק טובה להפעדס אַז עס איז נאָך דאָ עמעצער פון וועם די כוליגאַנעס האָבן מורא. אין דער זעלבסטשטענדיקער ישראל איז דאָס נעבעך אויך נישט דאָ און טאַקע פאַרדעם איז זייערע עקסיסטענציעלע פּראָבלעם נישט די אַראַבער און פּאַליסטינענדער נאָר דבר ה’ ותורתו.

לאָמיר מסיים זיין מיט אַ חז”ל. על מה אבדה הארץ? על שלא ברכו בתורה תחלה וסוף. ווייל אַז מען ווייסט נישט וווּ די תורה הייבט זיך אָן און ווען זי ענדיקט זיך קען דער לאַנד נישט האָבן אַ קיום.

יום שלישי, מרץ 29, 2011

שערי דמעות לא ננעלו ג': תורה וגדולה במקום אחד

טאָמער איז דאָס אַלעס צו שווער און דו ביסט נישט פעיִק אַזוי ווייט זיך אָפּצושיידן, ווי אַן עבד עברי זאָגסטו אהבתי את אשתי ואת בני לא אצא חפשי און ביסט מוכן אפילו פאַרדעם צו האָבן אַ צובויערטן אויער, זאָג איך דיר 'וועלקאָם טו זע קלאָב'. אין דעם קען איך רעדן ווי אַ זקן ורגיל. דאָ שפּיר איך מיך אַ הויפּט מחותן און וואָס איך וועל זאָגן לעב איך איבער טאָג טעגליך. און איך בעט דיר שוין איבער אַז איך בין עטוואָס צו פּראַקטיק. עס איז פּשוט אַז דאָ בין איך אַ בקי בכל מכמוניה איז גלייך איך זאָל נישט זיין אַ זה נהנה וזה לא חסר. און אַז דו האַלסט ווייטער ווי איך שרייב איז אויך נישט אַ ברכה לבטלה און זאָלן אַנדערע געניסן.

ראשית כּל זענען די ווענט נישט אַזוי שמאָל ווי מען מיינט. און אפילו אַז יאָ דאַרף מען זיך אויסלערנען זיי אויסצוציען. נישט סתם זיך אָנצולענען ווייל חסידישע פיס טראָגן שווער זייערע געוויכט נאָר צו שטיפּן אויף זיי צו פאַרברייטערן. עס זעט אויס אַז דו האָסט שוין אַריינגעביסן אינעם עץ הדעת איז זעסטו דאָך אַז דער באַשעפער איז דיר נישט געקומען זוכן, אַיֶכּה, און מען האָט דיר נישט אונטערגעהאַקט די פיס. אַז דו וועסט דערלאַנגן אַ שטיפּ וועסטו זען די ווענט זענען געמאַכט פון גומי און די וועכטערס ביים טויער שלאָפן מיט ליידיגע געווער. קענסט גיין און קומען וויפיל דו ווילסט נאָר מיט צוויי תנאים: זאָלסט נישט מיטשלעפּן אַנדערע און זאָלסט נישט צילן אויף זיי. און מאַך אויך נישט דעריבער צו אַ גרויסן טומעל. דו ווייסט דאָך אַליין אַז די לוחות הראשונות האָבן נישט מאריך ימים געווען על שנתנו בפומבי.

ווי איך האָב פריער געשריבן דיין ראשית חכמה זאָל זיין זיך פאַרשרייבן וואָס שנעלער אין אַ לערן פּראָגראַם. פאַרלאָז דיך נישט אויף דיינע ישיבה יאָרן אָנצוהייבן ווייטער פון וווּ דו שטייסט. קום נישט ווי אַ חכם אַז דריי יאָר אין ישיבה איז אַזוי פיל ווערד ווי אַ הויך־שול דיפּלאָמע און דו קענסט אַלעדיקן מען זאָל דיר אָננעמען ווי נאָר. יאָג דיך נישט, דאָס לעבן איז לאַנג גענוג. מיר האָבן זיך געאיילט און מקדים געווען נעשה לנשמע און ליידן נאָך ביז היינט. וועסט מיט די צייט טרעפן אין דיין תורה אַ שוויות אָבער דאָס איז פאַר שפּעטער. דערווייל טו ווי ר' עקיבא ביי די פערציק און הייב אָן ביי תורה צוה און שמע בני.

אַז וועסט אָנקומען אין קאָלעדז וועסטו באַלד זען נאָך זיצן אַפּאָר טעסטס און פאַרהערס וואָס די תשובות אויף די שאלות זענען נישט 'לרש"י אסור, לתוספת מותר' ווי דיין חשיבות וועט וואַקסן ביי דיר אין די אויגן. נאָך אַפּאָר בויגנס פון דיינע אייגענע ווערטער און דיין אייגענער מיינונג וועט שוין נישט זיין ונהי בעינינו כחגבים. דיין קאָנפידענץ וועט זיך הייבן מעלה מעלה און דו וועסט דיך שפּירן אַ גבר בגוברין. וועסט באַקומען אַ גרייד און וועסט דיך דערמיט רימען נאָך מער ווי אַ בר מצווה בחורל מיט זיין אייגענער נאָמען אויסגעשטיקט אויפן פאָרענט פון זיין נייע תפילין באַרטל אין אַ גלאַנצערדיקער פּלאַסטיק. וועסט האָבן דער געפיל אַז האָסט עפּעס ערלעך פאַרדינט וואָס איז עובר לסוחר אפילו אין נישט יידישע זיפּ קאָדס. מעשה ידיו להתפאר נישט ווייל דיין טאַטע איז אַ גביר אָדער ווייל דו ביסט אַ מתמיד און מען וויל דיר נישט אַנטוישן. וועסט געווויער ווערן וואָס דאָס מיינט האדם נדון לפי מעשיו און אַז אָפּגעבן דין וחשבון מיינט נישט שטיין פאַר אַ משגיח מיט ציטערטיקע גלידער.

אין אָנהייב וועט דער נייער שפּילצייג פון טראַכטן זיך שפּירן זייער מאָדנע. אַ טיטשער קומט אַריין אין אַ קלאַס פון פילאָזאָפיע און גיט אַ פרעג 'וואָס האַלט איר? האָט מען אַ 'מיינד' צי נישט?’ און דו וועסט ביי דיר קלערן, וואָס הייסט וואָס איך האַלט? נשמה שנתתה בי. אַז איך האַלט אַז נישט וועט די נשמה עפּעס נעלם ווערן? און אַז עס איז נישט דאָ אַ נשמה וואָס איז דער מותר האדם מן הבהמה? וועסט דיך אָבער צוגעוויינען אַז אַ גוטע קשיא צווינגט נאָך נישט אַ תירוץ.

תלמידים און תלמידות וואָס במושכּל ראשון וועסטו זיי אפשר אָנקוקן ווי 'ביליגע גויים' וועלן זאָגן זייערע מיינונגן און וועסט טראַכטן, פרישע בויך סברות. אַסאַך וייסן זיי. און נאָך יעדער האָט געזאָגט זיינס וועט דער טיטשער דערציילן פון דייקאַר ווי ער איז געזעסן ביי זיין שרייב טישל בלויז מיטן בעקיטשע און אַ ליכטל מיט אַ בויגן און אַ פּענע און געטון אַ קלער. נישט חובת האדם בעולמו נאָר צי עס איז בכלל דאָ אַן אדם און אַן עולם. און מען וועט עס נישט איבערזאָגן מיטן ניגון פון ר' עקיבא אייגרס אַ וועלטס קשיא נאָר מען וועט פרעגן וואָס דער עולם האַלט. הערסט: מען זאָגט נאָך אַ ראשון און דו האָסט אויך אַ מיינונג. ונתח אותו לנתחיו מיינט נישט שטיין בלייבן נאָך אַ קלער צי עס איז אַ דאורייתא צי אַ דרבנן, נאָר אַז אַלעס איז מונח בספק און אפילו דער עד שיבא אליהו.

וועסט דיך אפשר שעמען פון דיר אַליין. איבער דעם האָב איך איבערגעלאָזט אביי ורבא צו קלערן אַזעלכע שטותים? וועסט צוריק קומען אין בית מדרש און וועלן דערציילן דיינע חבירים דיינע חידושים און זיי וועלן דיר אָנקוקן ווי אַ חסר דעה. 'פרישע דאגות' און זיי וועלן באַלד צוריק גיין צו זייערע פלפולים איבער דער שנעלסטער וועג צו וואָדבערי קאָמען. וועסט עס מוסיף זיין צום ליסטע פון זאַכן שהשתיקה יפה להם און וועסט בלייבן איינער אַליין צו קלערן איבער דיינע קלערונגן. נישט צי זיי זענען כּשר נאָר צי דאָס מיינט נישט דער פּסוק וילכו אחרי ההבל ויהבלו.

אַז וועסט שטודירן ליטעראַטור וועט דער זעלבער פּאַסירן ווען מען וועט דיר הייסן שרייבן אַ פּאַפּיר איבער האַמלעטס שגעון. בין איך משוגע צו שרייבן איבער אַ משוגעת פון אַ מענטש וואָס לא היה ולא נברא? עס וועט דיר אפשר נישט איינפאַלן אַז כי היא חכמתכם ובינתכם מיינט אויך לערנען פריש יעדער יאָר ספר בראשית מיט אַלע מפרשים און זאָגן שבת אינדערפרי לדוד בשנותו את טעמו. צו דעם וועסט דו דיך אויך צוגעוויינען.

אַז דיין זעלבסט זיכערהייט וועט זיך הייבן וועסט דו שוין געפונען וויאַזוי צו גיין צו העכערע און בעסערע קאָלעדזעס. דיין פרוי וועט זען אַז איר מאַן איז נישט אַראָפ פון וועג ווייל ער האָט אויפגעמאַכט אַ ביך געשריבן פון לינקס צו רעכטס און זי וועט זיך מיט דיר שטאָלצירן. דיינע עלטערן און קרובים ווי פרום זיי זאָלן נישט זיין וועלן זיך אויך רימען אפילו אַז זיי וועלן עס דיר נישט קענען זאָגן. זיי וועלן פּאַטשן די הענט אָן צו זען דער סתירה אַז זיי שעפּן נחת פון עפּעס אַנדערש ווי האָרערווען אין ייאוש שלא מדעת.

עס וועט נישט לאַנג געדויערן און דו וועסט שטיין מיטן פלאַכן קאַפּעליטש פון אַ גראַדואַנט און די אַרומיקע וועלן זיך ניטאַמאָל קענען פאָרשטעלן ווי אַ האַרץ קען אַזוי איבערפליסן פון דער נצחון פון אַן אַיקס ישיבה בחור ביני עמודי פון אַקאַדעמיעס פון חכמת יוונית. פון נרות בחצרות קדשך פייערט מען חנוכה אָבער דיין פּערזענדליכער יום טוב וועט זיין פון קדשך בחצרות יון. האָפענטלעך וועסטו קענען דערציילן דיין פרוי און אפשר אַ פּאָר נאָנטע חבירים אָבער ערוואַרט נישט קיין כּבוד דערויף. מען וועט אויף דיר אַרויפקוקן אָבער מען וועט דיר אויך אָנקוקן מיט לינקע אויגן, מען וועט דיר אַוועקמאַכן, 'מען קען שוין מיינען', אפילו ווען מען ראָט זיך מיט דיר, מען וועט שעפּן נחת פון דיינע שטרויכלונגן. דו וועסט אָבער טאַנצן והקב”ה מצילנו מידם.

אויסער שטודירן וועסטו געפונען דער שיינער וועלט וואָס דו זוכסט. אַנטלויף צו דער מעט און קוק אויף רעמבראַנטס ‘אַריסטאָטל מיט אַ ביוסט פון האָמער’ און פאַרשטיי וואָס דאָס מיינט אַ תלמיד המחכּים את רבו. זע ווי דער רבי איז נישט דער כביכול און דער תלמיד מיז זיך נישט פאַרשטויבן אין זיינע פיס. דער גרויסער תלמיד מעג אפילו איבעשטייגן דעם קלענערעם, טויטן רבין. לערן מדרשים און סיפּורי צדיקים אין שאַגאַלס ‘איך און דער דאָרף’. קוק אויף דער צורה פון אַ צדיק אין על גרעקויס סאַן דזעראָם. זע אין קונסט וואָס דאָס מיינט ע' פנים צו אַ וועלט. ווי אַ מענטש איז אויך בכּוח צו זאָגן יהי אור און נעשה אדם. ליין פּאָעזיע, און ליטעראַטור, גיי אין טיאַטער און זיי שייקספּיר און אַרטור מילער, טענעסי וויליאַמס און סאַמיועל בעקעט, און ליין און ליין און ליין נאָך מער. ליין אויך אונזערע ריזן ווי שלום עליכם, פּרץ, ביאַליק, אייזעק בבל און קאַפקאַ און ליין אויך טשעכאָוו און טאָמעס האַרדי. דער וועלט איז פאַר דיר אָפן און קיינער שליסט דיר נישט אויס.

די קינדער קענסטו אויך מיטנעמען. איך האָב נאָך נישט געהערט מען זאָל אַהיים שיקן אַ יינגל פון חדר ווייל זיין טאַטע האָט אים געפרעגט ווי קען זיין אַז דוד המלך האָט געשריבן על נהרות בבל? ווייז אים אַ זאַפטיקער אבן עזרא וואָס זיין רבי קען ניטאַמאָל דער עברי דערפון. אַז די צייטונגן רעקלאַמירן חלילה נישט איבערצוצאָלן די גויטעס לערן מיט זיי דער רמב"ם סוף הלכות עבדים און זאָג זיי נאָך אַ שטיקל מורה. עס איז שווער צו פאַררעכטן דער וועלט אָבער די אייגענע קינדער איז מען דאָך באַפוילן ושננתם לבניך. וועסט שנעל זען ווי וויסנשאַפט איז אָנשטעקעדיק. לערן זיי אויס אַז דער מדרש שטייט נישט אין פּסוק און ווערטער מיינען נישט פּשטים. און אַז זיי וועלן צוריקענטפערן וועסט דו בעסער פאַרשטיין קוב"ה חדי בפלפולי דאורייתא.

אין אָנהייב וועסט דו דיך אפשר שפּירן נאַקעטיק נישט קענענדיק דער וועלט, דער שפּראַך, דער קולטור. אָבער אין אַ קורצע צייט וועסטו זען אַז אַלע דערגיין צום זעלבן וידע אדם. אַלע ווילן בעסער פאַרשטיין דער וועלט וואָס מיר לעבן דערין און יעדער יחיד זיך אַליין אין דער מיט. נישט לשם אַ תשובה נאָר בעסער צו פאַרשטיין די שאלה.

דער ערגסטער איז אַז דו וועסט זיין אַליין. וועסט איינזאַפּן אַסאַך און וועסט דאָרשטן זיך צו טיילן מיט אַ צווייטן ואין קונה. ווי די אנוסים אין דער אינקוויזיציע וואָס האָבן געזוכט גרינס אויף ערב פּסח צו געפונען נאָך אַ ייד, וועסט דו פרעגן פאַר חשודים פּאַרעווע שאלות אויף אויסצומעסטן די תשובות צי ער איז משלנו. עס וועלן זיין זמנים וואָס וועסט פּגרן פאַר אַ חברותא און וועסט בעסער פאַרשטיין דער וואָרט אויף קנה לך חבר, די פּענע זאָל דיר זיין אַ חבר. בלויז איר קען מען אַלעס דערציילן, אַנטוישונגן און הצלחות, ירידות און עליות. זי הערט אַלעס אויס און נעמט עס איין און גיט נישט קיינע עצות.

עס וועלן אָבער אויך זיין זמנים וואָס עולמך תראה בחייך. דו וועסט שפּירן דעם טעם פון תורה וגדולה במקום אחד און אַז מען קען יאָ טאַנצן אויף צוויי חתונות. טעמים פון אונזערע קולטור אין אַ זיסער לכה דודי, והוא שעמדה ביים סדר טיש, סיפּורי צדיקים און אַ וואַרעמער ניגון, משפּחה, שמחות און ברידערלעכע פריינדליכקייט אָבער אויך די טעמים פון אַ ברייטערן קולטור פון מוזיק, קונסט און ליטעראַטור. ועל כולם דער תענוג פון אַן אמתע נחלה בלי מצרים וווּ מען מעג דענקן און שרייבן וויאַזוי עס געפעלט. אפילו אַז דו וועסט זיין אַליין אין דיינע מחשבות ביסטו נאָך אַלץ אַ חלק פונעם כּלל אָבער אָן זייערע שעבוד. זיצענדיק ביי קבלת שבת צי ביי אַ שוועסטער קינדס אַ מצווה טאַנץ פאַרזונקן אין דיינע מחשבות וועסטו פאַרשטיין ר’ נחמנס ווערטער אַז מען קען פּראַוון התבודדות אין אַ צימער פול מיט מענטשן.

טאָמער אף על פי כן, נאָך דאָס אַלעס מיזט דו האָבן אַ וועג ווייזער, עמעצער וואָס רעדט נישט אין אַבסטראַקטן נאָר דירעקט וועל איך דיר רעקאָמענדירן איין ביך וואָס איז מעין אַ סעקולאַרע חובת התלמידים. טאַקע נישט אַ מוסר ספר אָבער סוף סוף אויך אין דער קאַטערגאָריע פון ביכער וואָס מען נאַשט יעדער וואָרט ווייל מען דאַרף הערן פון אַ צווייטן. אין אַזאַ צייט בין איך מציע רילקעס בריעוו צו אַ יינגער דיכטער.

ובזה אברך על המוגמר. זאָלסט טרעפן צופרידנהייט אין וואָס דו קלייבסט דיר אויס און געדענק אַז אומעטום קען מען זיך שאַפן אייגענע ד' אמות וווּ דאָרט איז מען אַליין בעל הבית.

מיסטער פאַרוויינטער: חזק ואמץ, עלה והצלח און הזורעים בדמעה ברנה יקצורו.

המצפה להרמת קרן ישראל בכליון עינים

ק"ק

יום שלישי, מרץ 22, 2011

שערי דמעות לא ננעלו ב': הלוך ונסוע הנגבה

אַז דו שפּירסט נאָך אַלץ אַז דו ווילסט זיך פון אונז אָפּשיידן און דו מיזט אונז פאַרלאָזן האָבן חז"ל אויך דיר אינזינען געהאַט. הבא לטהר מסייעין אותו, הבא לטמא פותחין לו. די טירן זענען פאַר דיר אָפן און בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו.

טרם אכלה לדבר, איך קען נישט דיר און נישט דיינע אומשטענדן אויסער די פּאָר ווערטער וואָס דו האָסט מכריז געווען ברשות הרבים. דיין פרוי און דיינע קינדער קען איך נאָך ווייניקער און די שאלה פון 'זאָל איך בלייבן צי זאָל איך גיין' איז פאַרשטייט זיך נישט אַזאַ וואָס איך קען ענטפערן. וואָס איך שרייב איז אויפן סמך אַז לך־לךָ איז געוואָרן אומפאַרמיידלעך און סך הכּל געב איך דיר אַביסל צדה לדרך.

אַכּלל האַלטסטו דו נאָך די חשבונות, נמנו וגמרו, דיין האָב־און־גוטס שטייט צאַמגעפּאַקט און דער מזבּח פאַרגיסט שוין אויך טרערן. אין אַזאַ פאַל לאָז דיך נישט שאַנטאַזשירן פון עמאָציאָנעלע טענות איבער די פרוי און קינדער. די פיינע מענטשן וועלן קומען מיט טענות אַז דו שפּילסט דיך מיט דיני נפשות, באַשולדיקונגן אַז ביסט מאבד די קינדער בידים, מוסר רייד אַז דו ביסט בלינד צום עצה היצר און 'ממש מע זעט בחוש ווי אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות'.

קוק דיך אום וועסט דו זען אַז די זעלבע וואָס וועלן דיר צאַמשעלטן פאַר ברענגן אַן אומגליק אויף דיינע קינדער וועלן נישט צוויי מאָל טראַכטן פון זיי צוגנבענען פון דיר באישון לילה אַז זיי וועלן הערן דו ווילסט זיי אויפציען עטוואָס אַנדערש פון וואָס זיי האַלטן איז יידיש. זענען זיי נישט די זעלבע וואָס שטאָלצירן אויף אַ מסירת נפש פון את בניו לא ידע ואת אחיו לא הכיר? זיי מאַכן ווייניק חשבונות פון די קינדער וואָס וועלן אַרויסקומן פון אַ צאַמגעפּאָרטן שידוך צווישן אַ לא עלינו און אַ לא עליכם. 'וואָס דען איז פּשט קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף?' ווען אַ בעל תשובה רוקט זיך אָן מיט זיינע קינדער ווייל איבערנאַכט האָט ער איינגעזען דער 'ביוטי' אין אונזער לעבנסשטייגער איז קיינער נישט באַזאָרגט אַז די קינדער וועלן ווערן 'קאָנפיוזד'. נעם אָבער אַרויס אַ חסידיש יינגל און לייג אים אַריין אין אַ 'ישיבה' וווּ קינדער גיין ראַמלאָזע יאַרמולקעס און מען שפּילט זיך מיט אַ באַל ביי הפסקה און באַלד ווערט כּלל ישראל פעדאַגאָגן און קינדער פּסיכאָלאָגן פון דער העכסטער שורה. דער טאַטע איז אַן אויבער חכם, די מאַמע צעדרודעלט און 'ברוך שפטרני, ווער דאַרף זיי דען?'

עס וועט דיר אוודאי שווער אָנקומען און כּל שכּן פאַר זיי. אָבער עס איז אויך נישט לייכט וווינען מיט אַ מאַן וואָס שטייט אויף יעדן אינדערפרי און אַנשטאָט צו זען אַ פרישער טאָג פון געלעגנהייט און באַנייאונג ציילט ער נאָך אַ טאָג פון אַן לעבנס אורטייל. אויפצווואַקסן מיט אַ טאַטע וואָס טאָג טעגלעך וויינט ער איבער שלא עשני גוי אַנשטאָט זיך פרייען איבער מתיר אסורים.

מיין אויך נישט אַז מיט בלייבן וועט דיין צער און פּיין צוליב דיינע קינדער נעלם ווערן. צוצוקוקן ווי דו בידים ברענגסט אויף דיינע באַליבטע טעכטער אין אַ סיסטעם וואָס איז נאָר אינטערסירט אין זיי פאַרשקלאַפן מיט צניעות און זיי חתונה מאַכן וועט דיר געבן נישט ווייניק עגמת נפש און ווייטיק. די קינדער וועלן שפּירן אַז דו האַלטסט נישט טייער זייערע אָנשטרענגונגן צו קאָלירן די צעפּ פון אַ מיידל מיט אַ בעזעם אין דער האַנט. וויפיל דו וועסט מאַכן אַן אָנשטעל פון התפעלות וועסט דו דיין פאַראיבל נישט קענען באַהאַלטן און ביודעין צי בלא יודעין וועלן זיי עס וויסן. ווי מיין טאָכטער זאָגט מיר, 'אַז עס געפעלט דיר נישט, שיק מיך נישט אַהין.'

דו פאַרשטייסט אַז דו דאַרפסט זיין פאַרווייטיקט איבער זיי. איז פאַרשטיי אויך אַז אַמאָל דאַרפן אַנדערע צוליב דיר ליידן. נישט במזיד, נישט בפּשיעה נאָר אַלץ אַ דבר שאין מתכוון. דאַטס לייף. מיר שיצן זיך פון די ווייטיקן פון דער וועלט מיט דעם וואָס מיר זענען מקריב די תענוגים און איבערלעבונגן פון לעבן. לאָמיר שוין זאָגן אַז מיר פאַרמיידן זיי על פי רוב צי אויף קלענערע פּראָצענטן איז עס טאַקע דערפאַר ווייל מיר מיידן אויך אויס דער רייכקייט און שיינקייט פון לעבן. עס קען פרילינג נישט זיין אַז עס איז פריער נישט געווען ווינטער, און אַז אין האַרבסט טוען זיך די ביימער אויס פון זייערע בלעטער איז עס ווייל עס קומט נאָך געניסן פון אַ זימער. מיר האָבן נישט פאַרברעכן פון הייסבלוטיקייט און פּאַסיע פאַרדעם ווייל ווייניק זענען ביי אונז חולת אהבה. אַז עס זענען ביי אונז דאָ ווייניקער אַפיירס איז עס ווייל מען לאָזט אונז נישט ליבן אַן ערשטן מאָל גלוסט זיך נישט צו גיין זוכן דעם זעלבן טעם אַ צווייטן מאָל. די טרחא פון מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת איז הא גופא אַז ערב שבת מיז מען הונגערן. דער וועלט איז זיך אויך מטריח נאָר אַ טרחא ווען ערב שבת זעטיקט מען זיך מיט היפּש מער ווי טועמיה.

לאָמיר זיך נישט נאַרן. אויסער דיינע גאַנץ נאָנטע צו וועם דו האָסט אַן אחריות וואָס לאָזט דו שוין איבער? צא מן התבה וווּ עס זעט אויס אַז דער וועלט איז פאַרפלייצט. קום אַרויס פונעם תיבה וועסטו באַלד זען אַז ווי יענע תיבה איז איין שטאָק מיסט און נאָך אַ שטאָק פול מיט בהמות. אמת, עס זענען דאָ ביי אונז אַסאַך יחידים וואָס זענען אַן אינספּעראַציע און מיר קענען מיט זיי שטאָלצירן. מיר האָבן אָבער אַ פירערשאַפט וואָס אַז זיי זענען נישט שאַרלאַטאַנען אָדער אידיאָטן זענען זיי ביידע. אונזער רשות הרבים איז אינטעלעקטואַליש, גייסטעריש און מאָראַליש באַנקראָט. נישט נאָר מיר זענען נישט אַן אור לגויים נאָר מיר שעמען זיך צו דערציילן אפס קצהו וואָס ביי אונז גייט פאָר. איך וויל נישט געבן דגמאות ווייל נישט דאָס בין איך אויסן, נאָר אויף אַ טאָג וואָס מיר האַנדלן מיט בלויז טפשות מיז מען זאָגן הודו לה' אַז מען איז נישט געגאַנגן שרייען אין די גאַסן לכּבוד עפּעס אַ פרישן רוצח אָדער מאַנס. און פון דעם האָט מען מורא זיך צוגעזעגענען. כּאילו אונזערע זיידעס האָבן אויף דעם אויסגעשטרעקט זייערע העלצער און דאָס מיינט דער פּסוק, כּי לא תשכח מפי זרעו.

יונגערמאַן, זאָלסט אָבער אויך וויסן אַז הרבה עשו כר' שמעון ולא עלתה בידם. דער פאַקט איז אַז מיר זענען ערצויגן אין אַ סיסטעם פון כּיס בתוך כּיס און חותם בתוך חותם וואָס איז אַ סאָרט פּסיכאָלאָגישער בריתך שחתמת בבשרינו. עס ליגט באַגראָבן טיף און אונזער תוך און עס אַנטלויפט זיך נישט אַזוי לייכט ווייל זיך נעמט מען שטענדיק מיט. איך טרעף מיך אַסאַך מיט אַזעלכע וואָס האָבן אונז פאַרלאָזט און כאָטש זיי זענען ווייט און הויך אָנגעקומן נאָך אַביסל רעדן און אויספרעגן קומט שנעל אַרויס דער פייער. דאָס איז נישט דער פּינטעלע ייד וואָס חלשט נאָך איר מקור, ווי מען רעדט אונז איין, נאָר פּשוט ווייל פון דער היים קען מען נישט אַנטלויפן. און וואָס שמעלער די ווענט וווּ מען איז ערצויגן איז אַלץ שווערער פון זיי אַרוסצוקריכן. די צרה איז פיל פאַכיק פאַר די וואָס לייקענען פאַר אַנדערע צי פאַר זיך אַליין איבער זייערע אָפּשטאַם און דער כּוח פון איר השפּעה אויף זייער לעבן.

אַז דער לך־לךָ וועט דיר קאָסטן מסירת נפש קומט עס נישט צו צו לעבן ווי אַ קינד שגלה מעל שולחן אביו. שטיין אויפן מערב זייט פונעם פיגוראַטיוון וויליאַמסבורגער בריק ופניהם למזרח וועסט דו דיך שפּירן ווי משה רבינו: מנגד תראה את הארץ ושמה לא תבוא. פיזיש קענסט דו אַריבער קומען אָבער עס איז מער נישט דיין היים. מיר זענען נישט אַזוי שנעל מוחל די וואָס מאַכן אויף אונז בואי בשלום און וועסט באַלד שפּירן ווי מען שפּייט דיר אויס. קינדער צייגן אויף דיר ווי אויף אַ גוי, ערוואַקסענע רעדן מיט דיר דווקא אויף ענגליש, היימישע וועלן זיך שושקן ‘דאָס איז טאַקע ברוך לייב’ס זין?’ און רעדן מיט דיר וועלן די שמייכלערס פון דער קירוב אינדוסטרי.

די עלנטקייט פולט זיך נישט לייכט אָן ווייל ערגעץ אַנדערש וווינט מען נישט ביי יענעם אין די ד' אמות. הבא לטהר מסייעין לו, ווייל אין סדר טהרות איז דאָ אַ הצלה און חברים, משוררים און משמחים, משביע און גמ"חן. אָן אַ שיעור פיינע מענטשן וואָס שטעלן אונז צו הויפנס פון מתן שכרו בצדו אַז מען זאָל גלייבן אַז תורה מגני ומצלי. אָבער הבא לטמא איז בלויז פּותחין לו. נישט ווייל אין יענע קוואַרטירן האַלט מען אָפן טירן, כאָטש דאָס אויך. דאָרט ערוואַרט מען זאָלסט אויף דיר אַליין אובאַכט געבן און אַז נישט איז לעזאזל. די לעמפּ וואָס ציען אַהין ברענען טאַקע גאַנצע מעת לעתן און זען אויס ווי אַ נחלה בלי מצרים אָבער די מענטשן האַלטן זיך אין איין טוישן. רוב אַרבעטן און האָבן אַ היים און אַ בעט וווּ אַראָפּצולייגן די מידע גלידער. דאָס קומט נישט צופיס און אַז מען קען זיך עס נישט אַליין שאַפן בלייבט מען הענגן. דאָס איז לייכט צו פאַרגעסן ווען מען קומט פון אַ געזעלשאַפט וווּ מען 'געט זיך אַן עצה' און מען קען צו דעם גיין אויף הכנסת אורחים, דאָ שבת אין דער פרי, און אין דעם שיל פאַרברענגן רוב טאָג און אַ האַלבער נאַכט.

אַז עס חשקט זיך דיר נאָך אַלץ צו גיין ווינטש איך דיר הצלחה. עס וועט וויי טון, עס וועט בלוטיקן, אַנדערע וועלן פאַרווייטיקט ווערן און דאָס וועט ווידער וויי טון. אָבער ווי ניטשע האָט געזאָגט דאָס וואָס הרגעט נישט מאַכט שטערקער. עס וועט זיין אַ שטראָז וואָס דו האָסט דיר אַליין געוועלט, קלעפּ וואָס דו האָסט דיר אַליין דערלאַנגט, און אַז דו וועסט אַרויסקומען לעבעדיק אויפן צווייטן זייט וועלן די יסורים דיר זיין ווי אַ שן ועין וואָס באַפרייען אַ קנעכט און וועסט האָבן דיין לעבן אין דיינע אייגענע הענט.

תומת ישרים תנחם אַנד איי וויש יו וועל.

אויף ממשיך צו זיין…

יום שלישי, מרץ 15, 2011

שערי דמעות לא ננעלו א': את קולך שמעתי

אַן אָפענע בריוו צו 'פאַרוויינטע אויגן'

את קולך שמעתי בתוך הגן ואירא. איך האָב געלייענט דיין בריוו אין דער פאָרווערטס און איך וויל פאַרזיכן דיר צו ענטפערן. ראשית כּל וויל איך דיר זאָגן אַז ווען איך האָב מיך געטראָפן אָדער ווען איך טרעף מיך אין דיין מצב מיט אַזעלכע מחשבות האָב איך דער ווייניקסטער ליב אַזוינער ווי איך וואָס קומן און זאָגן מבינות כּאילו מיר זענען שוין דאָרט געווען, האָבן עס מיטגעמאַכט און האָבן אַ דעה צו זאָגן איבער יעדער וואָס האָט ספיקות און זוכט עפּעס אַנדערש אין לעבן. פונדעסטוועגן, ווי איך בין עלטער געוואָרן און איך האָב מיך אויסגעלערנט אַביסל אַנדערע צו געטרויען האָב איך געזען דער נוצן פון אויסהערן וויאַזוי אַנדערע געבן זיך אַן עצה מיט די זעלביקע פּראָבלעמן. ממילא נעם אָן וואָס איך זאָג ללבן הסוגיא ולברר הענינים און בבחינת דרוש וקבל שכר ולמעשה כל אחד יעשה שאלת חכם.

לאָמיך אָנהייבן מיט זאָגן אַז עס איז נישט דאָ אַ לעזונג. דאָס לעבן איז נישט אַ סדר מיט אַ היסב בעט וואָס אויב מען גייט דורך קדש ורחץ און כּרפּס קען מען דערנאָך זאָגן נרצה און זיין באַוויליקט. ממילא די וואָס קומען מיט חלומות אַז ביי אונז ליגט דער אמת און אַז דו וועסט דיר בלויז אויפמאַכן די אויגן וועסט דו שוין זען, אַזעלכע זאָלסטו פאַרמיידן לחלוטין. איך האָב מיר אָבער אויך איסגעלערנט אַז ווי שלעכט מען קען זיך ביי אונז שפּירן, אַז די טוירן זענען פאַרשלאָסן און אפילו די פענסטערס לאָזט מען נישט אויפמאַכן קען מען זיך אַלץ צוגרייטן אַ קאַמערל, אַ ד' על ד' וואָס אפילו אַז מען קען דאָרט אויך נישט פריי אָטעמען ווערט מען כאָטש דאָרט נישט פאַרשטיקט.

איז וועל איך אָפּזאָגן מיינע פּאָר ווערטער און ווי אַ ראש ישיבה פלעגט זאָגן אַז זיין דרשה האָט געפּועלט בלויז אויפן מעריב נאָכן דרשה האָט זיך עס אויך געלוינט.

איך האָב אַרויסגענומן פון דיין בריוו אַז דו פאָרסט שוין אויפן שטראָז וווּ דו זעסט אַ וועלט פון שיינקייט, וווּ אויף יעדן ווינקל שפּראָצט אַן עץ הדעת אָבער וואָס מען לאָזט דיר דערפון נישט טועם זיין. דו זוכסט זיכערקייט און וועגווייזערס אויף דיין נייער וועג וווּ די וואַקלסט דיך צי בכלל ווייטער צו גיין. דו זוכסט אויך תשובות צו שאלות. מעג מען קישן אַ צווייטן פרוי ווען מען האָט אַן אייגענס צי נישט? איז עס מענטשליך איבערלאָזן פיינע אומשולדיקע טעכטער אָדער וויי טון פיינע עלטערן צי איז עס געמיין?

איך האָב פאַר דיר נישט גוטע נייעס. עס זענען נישט פאַראַן קיינע תשובות, בלויז שאלות. דער לעבן קומט נישט מיט אַ קיצור און אַ חיי אדם, פאַר דיין וועג איז נישט דאָ אַ מאַפּע אין אַ מסלת ישרים אָדער ארחות צדיקים, און אין דער גאָרער וועלט זענען נישט דאָ קיינע פּוסקים פון איסור והיתר און חיוב און פטור. אוודאי זענען דאָ אַדוואָקאַטן איבער געזעצן, דאָקטוירים איבער מעדיצינישע ענינים, ארכיטעקטן איבער וויאַזוי צו בויען וכדומה. די זענען אָבער נאָר פאַר מצבים אינעם לעבן און נישט פאַרן לעבן אַליין. איבער את הדרך אשר ילכו בו ואת המעשה אשר יעשון איז נישט דאָ קיין מדריך, קיין משפיע, קיין רבי, קיינע ספרים. גאָרנישט.

איידער דו ווערסט מיואש אַז דו זעסט נישט אַן אויסוועג האָב איך אויך פאַר דיר אַביסל בעסערע נייעס. לא בשמים היא ולא מעבר לים היא כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו. די תשובות וואָס דו זוכסט ליגן ביי דיר און בלויז ביי דיר אַליין. דאָס הייסט דו קענסט שרייבן בריוו אָן אַ שיעור און אויסהערן אַזעלכער ווי איך און אַנדערע. דו קענסט קויפן גאַנצע פּאָליצעס זעלבסט-הילף ביכער און צאָלן פּסיכאָלאָגן און פּסיכאָטעראַפּיסטן אָבער צום צום סוף וועסט דו שטענדיק אָנקומן צו דער זעלבער. דו מיסט אַליין ענטפערן די תשובות, באַשליסן וואָס דו ווילט טון מיט דיין לעבן און קיינער קען און וועט עס פאַר דיר נישט טון. וועסט שטענדיק אָנקומען צו דאָרט וווּ דו האָסט אָנגעהויבן, ובחרת בחיים: אין לעבן מיז מען זיך אַליין קלייבן.

נאָך אַזאַ הקדמה אויפן כּלל איז עטוואָס לייכטער צו פאַרזוכן צו אַדרעסירן דיינע פּרטיתדיקע שאלות. דו ביסט אין אַ קלעם וואָס נאָר דער וואָס גייט עס דורך קען עס פאַרשטיין. דו ביסט אין אַ געזעלשאַפט וואָס זעט אויס ווי מצרים וואָס לא ברח עבד מעולם, פון וווּ מען קען נישט אַרויס. האָסט אויך אַן אחריות צו דיין פרוי, צו דיינע טעכטער, צו דיינע עלטערן, משפּחה, חבירים און אפשר אפילו צום גראָסערי קאַסירער און צום מקווה ייד וואָס שמייכלן און גרוסן דיר. דיין פרוי און קינדער זענען אויף דיר אָנגעוויזן, דיינער עלטערן האָבן דיר נישט שלעכטס געטון, דו נאַשסט פון דער וואַרעמקייט פון דער ברייטערע געזעלשאַפט וואָס האָט דיר אַלץ יחיד נישט געשעדיקט און עס קומט זיך זיי נישט צו ליידן אָדער האָבן עגמת נפש איבער דיין רצון וואָס האָט פאַר זיי און ביי זיי נישט קיין פּלאַץ.

דו קלערסט אפשר אַז דיינע מחשבות זענען נישט ענינים וואָס עס ווענדט זיך אין זיי לעבן אָדער טויט מה שאין כּן דיינע קינדער וועלן ווערן האַלבע יתומים, דיין פרוי אַן עלענדע גרושה און אַלעס איבער דיינע מחשבות, און נייע השקפות. אפשר אין תוך תוך ביסט דו אויך באַאיינפלוסט פון דיין אויפציונג און דו קוקסט אַראָפ אויף דיר אַליין אַז דו ביסט אַזוי ווייט פאַרקראָכן אַז דו זאָלסט וועלן מקריב זיין דיינע אייגענע קינדער אויפן מזבח פון דיינע תאוות. אַז דו פעלטשסט נישט בלויז אין דיין איצטיקע משפחה נאָר אויך אין די צווייגן און בוים וואָס איז כּלל ישראל. אַז מיט דיינע קושיות און קריטיק ביסטו אַ נותן יד לפושעים און ביסט נישט בעסער פון משומדים און מלשינים פון אַמאָל.

מצד אחר איז לייכט זיך איינצורעדן אַז ערגעץ אַנדערש זענען נישט דאָ קיינע ראַמען. אונזער ערציאונג וואָס זאָגט אונז אַז 'אַ גוי פּאָפט און פרעסט' כּאילו ער איז בכלל נישט פאַרצוימט כדי אונז צו פאַרעקלען פון זיי, מאַכט זיי אויך אויסזען פאַר דער וואָס קוקט זיך אום ווי אַ גן עדן התחתון וווּ מען קען טון מה שלבו חפץ. אָבער ווי שלמה המלך זאָגט גם זה הבל ורעות רוח. אמת, זיי קענען גיין אין טיאַטער און מיזן נישט אַרויסלויפן איידער מען צינדט אָן די לעמפּ, זיי קענען עסן ווען זיי זענען הונגעריק אָן באַקוקן די קליינע אותיות, און זיי קענען זיך אָנטון ווייניק אין וואַרעמע וועטער און נאָך ווייניקער אין 'הייסע' וועטער. אָבער נאָך דאָס טועם זיין אַביסל וועסט דו זען אַז איבעראַל זענען דאָ צוימען כאָטש אַ היפּש ביסל ברייטער.

אַז דו וועסט גיין שטודירן, און דאָס לעניות דעתי דאַרף זיין דיין ראשית חכמה, וועסט דו מיזן קומען אין קלאַסן און אַריינגעבן דיינע אַסיינמענטס צום צייט אָן אַ פשעטל פון אַ רבינו תם'ס זמן. אַז דו וועסט גיין אַרבייטן וועסט דו נישט קענען פאַרפעלן מיט אַ תירוץ פון שה”י פה”י אָדער פאַרשפעטיקן ווייל עס איז ראש חודש צי אַ יומא דפגרא. און אַז דו וועסט ווערן פאַרליבט מיט אַ צווייטע פרוי וועסט דו קענען קושן אַ דריטע פרוי אויף די באַקן זיך צו גריסן אָדער באַדאַנקן אָבער איבער ישקני מנשיקות פיהו וועט דיר דיין נייע פרוי נישט אַזוי שנעל מוחל זיין. זי וועט דיר אפשר נישט באַשטיינערן איבער ייחוד אָבער נאָך אַ פּאָר מאָל וועט זי אויך קרומען מיט די אויגן.

דער חילוק איז נאָר אַז ביי אונז איז בין אדם למקום הייליק און בין אדם לחבירו געראָטן אָבער מען ווערט איבער דעם נישט אויס ייד. ביי זיי איז בין אדם לחבירו דער עיקר, און בין אדם למקום איז נכלל אין בין אדם לעצמו - אַ רשות היחיד וווּ דו אַליין ביסט בעל הבית. אַז דו ווילסט קענסטו זיצן אויבן אָן און זינגן מה ידידות און קיינער וועט דיר נישט שולדיק זיין די נשמה. און אַז עס שמעקט דיר נישט זעץ דיך פון אונטן און נאַש אַרבעס ווען אַנדערע זינגן נאָך שלום עליכם און קיינער וועט נישט שרייען, 'נו, קידוש'.

ווי שלמה המלך זאָגט, כל אשר תמצא ידך לעשות בכחך עשה און דו טו וויאַזוי דו פאַרשטייסט.

אויף ממשיך צו זיין…

יום שישי, פברואר 18, 2011

יישר כּוח ששברת

צוויי קורצע געדאַנקן אויפן וואָכעדיקער סדרה לכּבוד פּרשת העגל.

דער פּסוק זאָגט, אַז די יידן האָבן געזאָגט פאַר אהרנען 'קום עשה לנו אלהים אשר ילכו לפנינו כי זה משה האיש אשר העלנו מארץ מצרים לא ידענו מה היה לו'. פרעגט זיך די קשיא אַז משה דער מענטש איז נעלם געוואָרן דאַרפן זיי אויפנעמען אַ נייער מענטש און אַ נייער פירער, אָבער וואָס האָט דאָס מיט אַ נייער גאָט? די צוויי קלעבן זיך נישט אָן, אָדער בלע"ז גערעדט, עס איז אַ נאָן סעקוויטאָר.

נאָר וואָס דען, זעט אויס אַז שוין דעמאָלט האָבן זיי פון אַ מענטש געמאַכט אַ גאָט, און דער סוף דערפון איז אַ מען דינט אַן עגל.

והשנית, משה רבינו האָט צעבראָכן די לוחות צו ווייזן אַז אַמאָל ווען מען פאַרשוועכט און מען האַלט נישט איין דער תורה דאַרף מען דער תורה צעברעכן און מאַכן אַ פרישע תורה. נישט בלויז די יידן זענען שולדיק, די תורה איז אויך אמאָל דערפון דער שולד.