יום חמישי, אוקטובר 31, 2002

אבֿרהם קױפֿט אַ חלקה און משולחים

הײַנט בין איך געגאַנגן דאַװענען שחרית צום ערשטן מאָל די װאָך. דאָס הײסט נישט אַז איך האָב חלילה נישט געדאַװענט אַלע אַנדערע טעג, מנחה צו פֿאַרפֿעלן מאַכט זיך בײַ די שענסטע משפּחות, אָבער שחרית? ס׳הײסט נאָר אַז איך האָב געדאַװענט בײַם כּותל. און דאַװענען אין דער הײם איז עפּעס נישט. מער דרײט זיך צופֿיל אַרום, מען איז בודק דער בליץ־פּאָסט מיט טלית און תּפֿילין און מען װערט פֿאַרטיק תּוך־כּדי־דיבור. אין שול פּאַסירט נישט דאָס אַלעס. כאָטש איך קום קײנמאָל נישט אָן פֿאַר ויבֿרך דוד איז עס אָבער געדאַװענט װי אַ ייִד.

הײַנט בײַם לײנען װײסט איר דאָך אודאי האַנדעלט זיך װען אבֿרהם װיל קױפֿן אַ פּלאַץ אױפֿן הײליג אָרט פֿאַר זײַן פֿרױ שׂרה. און איך טראַכט בײַ מיר צי די הײַנטיקע חבֿרה קדישא'ניקעס זענען אײניקלעך פֿון אבֿרהם'ן אָדער פֿון עפֿרון'ן. װען אבֿרהם זאָל װעלן קױפֿן אַ פּלאַץ אױף הר הזיתים װאָלט ער שױן געזען װאָס פֿאַר מציאה ער האָט געכאַפּט פֿון עפֿרון'ן.

*********************************************

איך שפּאַציר אַרום צען אַזײגער בײַ נאַכט אױף מײַן גאַס זע איך אַ משולח קלאַפּט אַרײַן בײַ אַ הױז װוּ איך װײס סע װױנט אַ פֿרױ אַ גרושה. איך הער נאָר אַז זו מאַכט אױף דער טיר און געבט אים עפּעס אין דער האַנט. פֿאַר זי פֿאַרקלאַפּט דער טיר הער איך אַז זי פֿאַרבעט אים צו ער װיל נישט עפּעס אַ טרונק. ער זאָגט זיך אָפּ און גײט קלאַפּן בײַ נאָך אַ ייִד. דער יצר טובֿ יכול'ט אױך, אַזױ מוז זײַן.

איבער דער קללה פֿון משולחים קען מען שרײַבן און שרײַבן. פֿון אײן זײַט זענען זײ אָפֿט אַזעלכע טיפּן װאָס טראָגן דעם ייִדישן גלות אױף זײערע פּלײצעס. דאָס איז איבערהױפּט װען מען האָט צײַט און מען כאַפּט מיט אײנעם אַ שמועס. פֿונעם אַנדרע זײַט אָבער קען מען זיך נישט אַנידערזעצן אױף צװײ מינוט אָן אַז אײנער זאָל קלאַפּן אין טיר. דאָס איז אַ לענגערע שמועס און איך לאָז עס אױף אַ צװײטער מאָל.

אַ שװים

איך װײס אַז איך האָב שױן לאַנג נישט געשריבן אָבער װאָס זאָל איך טון אַז הזמן קצר והמלאכה מרובה. ס'איז אַ גוזמא אָבער װאָס מער צײַט ס'איז דאָ אַזױ בטלט מען אַלץ מער. על כּל פּנים הײַנט בין איך געגאַנגן פֿאַר אַ שװים. נישט קײַן גרױסע חידוש און איר קלערט אודאי מאי קא משמע לן? װעל איך אײַך נאָר זאָגן אַז פֿון די פּענימער בײַם שװים־באָד דאַכט זיך מיר אַז בלױז איך האָב געטראָגן אױף מײַן לײַב דער בונד פֿון אבֿרהם אבֿינו. איך האָב געזאָגט אַז דאָס װײַס איך נאָר פֿון די פּענימער איז זײַט מוחל און זײַט נישט חושד בכּשרים. און דאָס װײס איך אױף זיכער אַז מיט אַן ארבע כּנפֿות בין איך זיכער געװען דער אײנציגסטער.

איך קום אַרײַן מיט מײַן בוך געשעפֿט זעקעל אָנגעשטאָפּט מיט אַ האַנטיך און שװים הױזן און איך מערק צי עס דאַכט זיך מיר אַז מען גיט אױף מיר אַ דאָפּעלטן בליק. מײַן מח פֿליט צו מײַן זעקעל, נײן ס'שפּירט זיך פֿו אַ זאַק, און איך טראַכט. שטעלט אײַך פֿאָר װען גויים גײן אין מקווה װאָלט געװען מקווה טאַשן אין אַלע ספּאָרט געשעפֿטן. אַדידאַס װאָלטן גענוצט אַנאַ קאָרניקאָװאַ צו פֿאַרקױפֿן מקווה טאַשן און ממילא װאָלט מען מער געדאַרפֿט כּסדר לױפֿן אין מקווה און ממילא װאָלטן זײ פֿאַרקױפֿט מער טאַשן. נײַקי װײַטער װאָלטן געשריבן 'טו עס נאָר' אױף יעדען טאַש און אַז מען טוט 'עס' דאַרף מען װידער לױפֿן אין מקווה.

לינקע חסידים, טאָמער אַזױנס עקזיסטירט, װאָלטן געהאָנגן צעטלעך אַז דער װאָס נעמט אין מקווה אַ טאַש װאָס תּינוקות של בית רבן האָבן גענײַט אין סרי לאַנקאַ פֿאַר פּחות משװה פּרוטה אַ שעה איז כּטובֿל ושרץ בידו. רעכטע חבֿרה, פֿון די איז דאָ די והותר, װאָלטן צוריק געשריבן אַז די לינקע זוכן זיך צו מה יפֿית'ן בײַ די גויִים (פֿאַרדעם הענגן זײ עס אין דער מקווה) און דער מקווה ייִד דאַרף חתונה מאַכן זײַן טאָכטער און די לינקע זענען יורד לחייו פֿונעם מקווה ייִד װאָס פֿאַרקױפֿט די טאַשן און זײ זאָלן תּשובֿה טון ואל ישעו בדבֿרי שקר.

האָט דער מסבֿבֿ כּל הסיבות געזען װאָס פֿאַר אַ מחלוקת קען אַרױסקומן דערפֿון אַז גויים װעלן גײן אין מקווה האָט ער אָנגעשיכּורט נח'ן נאָכן מבול און צו אונדזער מזל איז מקווה נישט אײנס פֿון די מצוות בני נח. הודו לה׳! אױך צוליב דעם קומן ייִדן אַיעדער ערבֿ שבת אין מקווה אײנער מיט אַ זעקעל פֿונעם בעקער, און אײנער מיט אַ זעקעל פֿונעם יאַטקע, און דער מיט אַ גראָסערי זעקעל און יענער מיט אַ זעקעל װאָס דער פֿרױ זײַנער האָט באַקומן פֿונעם לאַנזערײ געשעפֿט. ער מײנט אַז דאָס זאָגט מען לינגערײַ און סײַ װי װײסט ער נישט װאָס דאָס איז און ער קומט אין מקווה מיט אַ זעקעל לכּבֿוד שבת. קײנער װײסט נישט צו פֿרעגן מה לכּהן בבֿית הקבֿרות או דער װאָס װײסט שמײכלט צו זיך אָדער צו נאָך עפּעס אַ גראָבער יונג װאָס האָט גענוג יראת שמים צו קומן אין מקווה אָבער נישט גענוג אױף זיך אײַנצוהאַלטן פֿון שמײכלן אױף אַ 'לינגערײַ' זעקעל אין מקווה ערבֿ שבת.

און מחמת דאָס אַלעס שטײ איך אינעם אױסטו פּלאַץ בײַם שװים־באָד מיט אַ זעקעל פֿון אַ ביך געשעפֿט און נישט מיט אַ ספּאָרט זאַק כּדת וכּדין. באַלד װעל איך מוזן אַנטפּלעקן מײַן לײַב־צודעקל, כאָטש אַ װײַסע זױבערע און נישט אַ װאָלענע חזון איש שיעור, און מיר גײט נאָר אין לעבן מײַן זאַק! זײַט אַ מבֿין. פֿרעגט אָבער נישט װאָס איך זוך אין אַ גױיִשע שװים באָד לכּתּחילה און װוּ מעג מען גײן שװימן װען אינעם באָד זענען דאָ װײַבער אין שװים קלײדער. װאָס װילט איר זײ זאָלן קומן אין די טיכלעך און די פּאָנזעלעס? איך קען מיך נישט צושטעלן צו די שװים צײַטן װאָס זענען געמאַכט פֿאַר פֿרומער מענער גײ איך מיר אין בעדער װוּ מען האָט אַזױ ליב ייִדן אַז מע לאָזט זײ אַרײַן װען זײ װילן נאָר קומן, נאָך בעסער װוּ די פֿרומער אַלײן, און איך קלאַפּ דערױף אַן עקסטער סלח לנו. משום מראית העין בין איך אָבער מקפּיד צו גיין אין אַ באָד מחוץ למחנה.

יום שישי, אוקטובר 25, 2002

ברוך שפּטרני!

ברוך שפּטרני! מורי ורבותי ורעבעצענותי!פֿאַר אײַערטװעגן האָב איך מיר פֿאַרגינט $14 דאַלער אױף צו װערן אַ [ישראבלוג] בלאָגער מומחה. דערפֿאַר װעט איר פֿאַרדינן אַז אױף מײַנע [געװעזענע] בלעטער װעלן אײַך מער נישט האַקן אין טשײניק רעקלאַמן און נאָך מרעין בושין װאָס קענען אײַך גורם זײַן ביטול תּורה װען איר קומט לערנן מײַן דף היומי. און איך װעל מיך אײַנקױפֿן אַביסל עולם הבא. אַ קלײניקײט?

לכּבוד שבת קודש

הײַנט אין דערפֿרי װען איך בין מיר געגאַנגן אײַנקױפֿן אױף שבת קודש אַ פּושקע מצות איך זאָל האָבן אױף לחם משנה אין פֿאַל אַז מײַן גאַסט רוקט זיך אָן שפּעט, קום איך אַרײַן אינעם קלײט און איך הער ייִדן רעדן. און אײנער אַ מאַן גיט אַ זאָג "װוּ זאָגט נאָר יענער?"

זײַט װיסן אַ כּלל גדול אַז נאָך אַזאַ שאלה קומט עפּעס אַ װערטעל צו אַן אַפֿאָריזם וכּדומה. (דרך אגבֿ, װאָס מען האָט אַמאָל גערופֿן אַ װיץ רופֿט מען הײַנט אַ װערטעל אין אונדזערע קרײַזן -חוץ פֿון אַלטע װעפּערס װאָס דערצײלן אַזױ פֿיל "װיצן" אַז זײערע װערטלעך האָבן אַ טעם װוּ אַ קאַלטע טשאָלענט זונטיג אינדערפֿרי.)

אַכּלל, האַלט איך בײַ יענעמס װערטל. זאָגט ער אַז אַ ייִד טרעפֿט אַמאָל אַ צװײטן און ער זאָגט אים מלא טענות "היתּכן, דײַן טשעק איז בײַ מיר צוריק געקומן" זאָגט אים יענער "שױן זעקס חדשים דרײט זיך אַרום מײַן טשעק און קײנער האָט נישט קײַן טענות און פּונקט דו האָס עס געמוזט אַרײַן צאָלן."עס קומט צו באַצאָלן שטיט פֿאַר מיר אַ יונגערמאַן, נישט דער זעלביגער, און האָט טאַקע אַזאַ טשעק אין די הענט. ער בעט אַז דער געשעפֿט׳סמאַן זאָל מאַכן אַ חשבון פֿון אָלעס װאָס איז אױפֿגעשריבן אינעם בוך בנוסף צו װאָס ער האָט אַצינד גענומן לכּבֿוד שבת. דערנאָך צאָלט ער מיט דעם טשעק און דער דיפֿערענץ זאָל יענער פֿריש אױפֿשרײַבן. קאָמפּליצירט? אַנו, װאָס פֿאַרשטײַט איר צו פֿירן ייִדישע געשעפֿטן.ער גיט נאָר איבער דעם טשעק זאָגט ער דרײַ מאָל איבער פֿאַרן אײַנקאַסירער ער זאָל אױסמעקן אַלע אַלטע חובֿות. און ער לײגט נאָך צו ׳מחה תּמחה׳. האָט איר דאַן מחיית עמלק אױף ערבֿ שבת וירא.

איך גײ אַרױס זע איך אַן אשה כּשרה מיט אַ היטל איבערן שײַטל קוקט אָן דעם מחה תּמחה׳ניק מיט פֿאַרלוסטעטע אױגן. עמלק האָט אַ כּוח, װאָס?

יום רביעי, אוקטובר 23, 2002

מזל טוב!

מזל טובֿ ס׳יז הײַנט דורך געפּאַלן דורכן פּאָסט קעסטל אַ חתונה אײַן לאַדענונג צו אַ חתונה פֿון אַ פֿעטער מיט זײַן פּלעמעניצע. זאָל זײַן מיט אַסאַך גינעטיש נחת!

אני מאמין?

מײַן זעקס מיט אַ האַלבן יעריג יונגל איז נעכטן אַהײם פֿון חדר און ער פֿרעגט בײַ מיר צו איך האָב שױן געהערט פֿונם מדרש אַז גאָט האָט אָנגעכאַפּט אַבֿרהם אַבֿינו׳ן און אים אױפֿגעהױבן איבער די שטערן און געװוּזן אַז אַזױ פֿיל װעלן זײַן זײַנע קינדער. זאָג איך אים אַז יאָ איך האָב שױן דערפֿון געהערט. פֿרעגט ער מיך צו איך גלײז די מעשה. איך האָב געדאַרפֿט שלונגן. ס׳יז מיר נישט אײַנעפֿאַלן אַז ער קען מיר פֿרעגן אַזאַ שאלה. איך האָב אים געזאָגט אַז איך װײס נישט. דרוקט ער מיך און פֿרעגט העכער ׳יאָ צו נײן׳ און איך זאָג װײַטער אַז איך װײס נישט. אַז ער איז מיד געװאָרן פֿרעג איך אים צו ער גלײבט דער מעשה, זאָגט ער אַז נײן. פֿרעג איך אים פֿאַרװאָס נישט, זאָגט ער מיר אַז װוּבאַלד ס׳יז אַ מדרש װיל ער נישט גלײבן אָבער װען עס װאָלט געשטאַנן אין דער תּורה װאָלט ער געגלײבט.

איך בין נישט אױסן זיך צו רימן מיט מײַן קלײן אפּיקורסל. איך װיל אָבער יאָ דערצײלן מײַן אינערליכע שקלא וטריא. ס׳יז דאָ אַזעלכע װאָס האַלטן אַז װאָס נאָר מען גלײבט אַלײן, פֿאַר די קינדער זאָל מען דערצײלן מיט אמונה פּשוטה. איך קען דאָס נישט מקבל זײַן. װאָס װעט ער קלערן װען ער װעט אױף װאַקסן און ער װעט זען װוּפֿיל איך גלײב באמת? און װוּ קען איך אים קוקן אין די אױגן אַז איך װײס איך גלײן נישט װאָס איך זאָג. װאָלט איך אים געדאַרפֿט זאָגן אָז איך גלײב נישט און פֿאַרענטפֿערן דער מדרש אַז ס׳יז פֿיגוריטיװ וכּדומה? איז ער צו יונג דערצו.זאָג איך אים אַז איך װײס נישט און זאָל ער עס אַלײן איבער קײַען בײַ זיך אין מוח. כאָטש אַז די צאָן מלאך׳טע איז אמת זאָג איך אים יאָ איז עס טאַקע דערפֿאַר װײַל ס׳יז נישט מער װוּ אַ חלום. אבֿרהם אבֿינו׳ס באַקאַנטשאַפֿט מיט גאָט, צי אמת צו נישט, איז אָבער אַ חלק פֿון אונזער עקזיסטענס און דאָס לאָזט זיך נישט אָפּלײקענן אַזױ לײַכט.

הײַנט פֿרעג איך אים פֿאַרװאָס טאַקע װיל ער נישט גלײבן. זאָגט ער ׳װאָס דאַרף אים דער אײבישטער װײַזן? אבֿרהם האָט אים נישט געגלײבט?׳ הײסט עס מיר זענן נישט די אײנציגסטע נישט־גלײבערס.

יום ראשון, אוקטובר 20, 2002

התנצלות המחבר

איך דאַרף אײַך אַלע מחילה בעטן אַז איך האָב שױן אַזױ לאַנג נישט געשריבן. חוץ פֿון דעם װאָס איך בין פֿאַרנומן איז עס אױך פֿאַרבונדן מיט דעם אַז איך גײ בעילום שם. איך װיל דערצײלן פֿיל מער װאָס עס װעט דאָ זײַן געשריבן. איך בין אָבער אַ פּחדן און דערפֿאַר בין איך מגלה טפֿח און מכסה טפֿחיִים. קלערט איר אַודאי פֿון װאָס האָב איך מורא. דער תּירוץ איז אָבער אַ פּשוטע: איך װיל מען זאָל מיר ערגעץ באַגראָבן. אַז מען װעט װוּסן אין מײַנע קרײַזן אַז איך שרײַב אױף אַן אָרנטליכן אופֿן װעגן דאָס לעבן צװישן חסידים װעט מען מיר נישט באַגראָבן אױף אַ מכובדיקע פּלאַץ אינעם בית החיִים. אַז איך װעל האָבן זכות אַבֿות װעלן זײ מיר לײגן לעבען דער פּלױט. אַנדרע װעלן זאָגן מען זאָל מיר געבן אַ קבֿורת חמור אָדער בכלל נישט אַרײַן לאָזן אױפֿן הײליג אָרט. אַז דאָס װאַרט מיך אָפּ קענט איר דאָך נישט פֿאַרלאַנגן אַז איך זאָל מפֿקיר זײַן מײַן נשמה.

און ס'איז נישט בלױז נאָך מײַן הונדערט און צװאַנציג. מײַנע זונען דאַרפֿן גײן טאָג טעגליך אין חדר און מײַנע טעכטער אין בית רחל; איך און מײַן פֿרױ דאַרפֿן אױך פּרנסה. אַז מען װעט װוּסן אַז איך דערצײל דאָ די סודות פֿון חדר האָט איר אַ הוה אַמינא אַז איך װעל קענען אָנגײן מיט מײַן חסידיש לעבן. ממילא איז עת לעשׂות לה' און נישט אַלעס דערצײלן. װעט איר מיר מוזן מוחל זײַן און איך װעל אײַך נישט דערצײלן צי איך בין פֿון אַמעריקע, אָסטראַליע, קאַנאַדע צי אירופּא אָדער גאָר פֿון ישׂראל. איך װעל אױך נישט זאָגן צי איך בין אַ כּולל יונגערמאַן, אַ מלמד, אַ מגיד שיעור, אַ געשעפֿטסמאַן אָדער סתּם אַ סוחר. איך װעל אױך מוזן פֿאַרדרײען אָדער אינגאַנצן נישט שרײַבן פּרטים איר זאָלט נישט קענען מאַכן קײַנע שמע מינה'ס װער איך בין. אַזױ פֿיל נאָר, גלײבט מיר בנאמנות אַז װאָס איך שרײַב איז אַלגעמײן אמת און די ענדערונגן זענען קײַן סאַך נישט מעלה ומוריד. טאָמער װעט איר דן זײַן לחובֿה פֿון דעם די חרדים בכלל און די חסידים בפֿרט זאָג איך אײַך אַז עס איז נישט באַרעכטיגט. כאָטש עפּעס אמת ליגט אין דעם אַז זײ זענען נוקמים ונוטרים פֿאַר זײער שנה ופּירוש'ניקעס איז עס אױך אמת אַז איך טרײַב עס אודאי איבער. נאָר ס'איז מיר ניחא צו זײַן מער פֿאָרזיכטיג װוּ אײדער װײניגער. עד כּאן דבֿרי המתנצל.

נאָך איִין װאָרט: דער כּװנה פֿון די בלאָגס איז נישט אױף לשון הרע און רכילות װאָס עס טוט זיך אינעם חסידישן און חרדישן װעלט. ס'איז אָבער יאָ אַן אָרענטליכן בליק פֿון אינערװײניג װיאַזױ דאָס לעבן פֿירט זיך סײַ אױף גוטס און סײַ אױף פֿאַרקערט און װוּאַזױ איך געפֿון מיך מײַן פּלאַץ דערין.

זאָגט מיט מיר תּפֿלת הדרך אײדער מיר גײן אַרױס אױפֿן װעג.

יום שלישי, אוקטובר 08, 2002

מײַן ערשטע בלאָג - אַ פּריװ

איך האָב נישט צופֿיל צײַט הײַנט װײַל איך דאַרף גײן זוכן אַרבעט שרײַב איך נישט מער בלױז אױף צו זען צי עס געלונגט שרײַבן אױף ייִדיש. דאַכט זיך מיר איך װעל מיזן טױשן די פֿאָנטן.